די חסידישע ישוב אין גרינוויל, זשערסי סיטי, ניו זשערסי

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
טויגליכער איד
שר חמש מאות
תגובות: 876
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש פאברואר 13, 2016 9:17 pm
לאקאציע: אין אינדעזיין אדער פאטאשאפ

תגובהדורך טויגליכער איד » מיטוואך מאי 16, 2018 2:18 pm

געוואלדיגע דיבורים סיי די דרשה אין סיי אויף קול מבשר

דברים אלו
שר חמש מאות
תגובות: 715
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 16, 2015 2:30 pm

תגובהדורך דברים אלו » מיטוואך מאי 16, 2018 2:28 pm

אליעזר קרויס האט געשריבן:איך ליין יעצט איבער די דרשה די ערשטע מאל, און איך מיין גראדע אז עס איז גוט. שטארקע פאוינטס.

גיט איז צו ווייניג געזאגט
נישט קיין ווינדער אז סאיז אריינגעקומען די סכום

קום ועשה
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 02, 2016 8:21 pm

תגובהדורך קום ועשה » מיטוואך מאי 16, 2018 2:33 pm

איש האשכולות האט געשריבן:
קום ועשה האט געשריבן:
העניך האט געשריבן:
קום ועשה האט געשריבן:
העניך האט געשריבן:אפשר זאגסטו די ציפערן?

קוק די טעוועלעך אויף די ווענט.

וועלכע טעוולעך? וועלכע ווענט?

מען האט נישט געלייגט קיין טעוועלעך? אה מן הסתם איז עס נישט געמאכט צו שטעלן אין פאבליק :wink:

כ'ווייס נישט פארוואס ער מאכט אזא מצב, ס'איז בכלל נישט קיין סודות, מ'האט געמאכט איבער $36,000 אויפן פלאץ, און בערך 60 - 70 טויזענט פיק-אפס (צוגעזאגט בלע"ז), דאס אן ערך פון איבער הונדערט טויזנט דאלער! מי כעמך ישראל!

דארף נישט זיין קיין סודות אויף נישט צו פאוסטען אויף א פאבליק סייט.

דיינע נומבערס זענען נישט אקוראט.

דריידל
שר האלפיים
תגובות: 2118
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מיטוואך מאי 16, 2018 2:37 pm

דברים אלו האט געשריבן:
lebediger berel האט געשריבן:מיין מיינונג איז געווארן סאך מער פרא דזשערזי סיטי נאכן הערן ר' אליעזר קרויס'ס אינטערוויו מיט פאקטישע ציפערן ארום אלעס וואס קאסט דאס לעבן אין דזשוירזי סיטי, די גוטע פרייזן, די גינסטיגע שכר לימוד וואוטשערס, די צוגענגליכקייט צו פרנסות. WOW מ'זעט אז מ'האט ליעב אין הימל ד.ס. - נו זאלן מיר עס נישט ליב האבן?

גיי פארשטיי פארוואס מען. מופט נישט און די מאסן

ז. ס. איז א געווינטשענע זאך ספעציעל מיטל קלאס פארדינער, איינער וואס פארדינט 100-150 א יאר. מ'קען זיך קויפן דארט א שיינע הויז (נאכ'ן איבערבויען), באקומען א מארגעטש, לעבן באקוועם, און אפשר נאך האבן א טענענט אויך.
די וואס פארדינען ווייניג און קענען נישט אראפלייגן די דאון פעימענט פלאס וואס ס'קאסט איבערצובויען, בלייבן שוין אין וומ"ס מיט סעקשאן 8 און דאס לעבן פארט ווי ביז איצט. אבער פון די מיטל קלאס פארדינער זענען דא אסאך וועלכע קויפן אין מאנסי און אויף זיי איז די קשיא, פארוואס זיי קויפן נישט ענדערש אין ז. ס. ווי ס'איז ביליגער און אויך א שטאטישע לייף סטייל צו וואס מ'איז געוואינט.
זענען דא צוויי סיבות. ערשטענס די אידישע ישוב איז נאך אינמיטן די חבלי לידה, אמת מ'האט שוין געמאכט א געוואלד מיט פראגרעס אבער ס'דארף נאך אסאך אריבערגיין אז דארט זאל זיין צוגעשטעלט די הצטרכית'ן אזויווי די גרעסערע אידישע ישובים. צווייטענס, אסאך מענטשן האבן א שלעכטע בליק אויף ז. ס. וואס קומט לכאורה פון קנאה. אין די גאס האט ז. ס. א נאמען אז די איינוואינער זענען נעבעכדיגע, ארימע און שלימזלנים וואס קענען נישט עפארדן צו וואינען אין א נארמאלע געגענט.

פאראויס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 01, 2015 8:56 pm

תגובהדורך פאראויס » מיטוואך מאי 16, 2018 2:52 pm

דריידל האט געשריבן:

דיין לעצטע שורה איז אביסל איבערגעטריבן

דריידל
שר האלפיים
תגובות: 2118
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מיטוואך מאי 16, 2018 2:55 pm

פאראויס האט געשריבן:

גארנישט איבערגעטריבן. איך האב גערעדט צו עטליכע מענטשן און דאס איז וואס כ'האב געהערט. עפ"י רוב איינער וואס האלט זיך א סוקסעספול יונגערמאן, איז דאס א שטער.

פאראויס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 01, 2015 8:56 pm

תגובהדורך פאראויס » מיטוואך מאי 16, 2018 2:56 pm

גערעדט צו עטליכע מענטשן. נו נו.

באקסער בוים
שר מאה
תגובות: 172
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 12:41 pm

תגובהדורך באקסער בוים » מיטוואך מאי 16, 2018 3:24 pm

פאראויס האט געשריבן:גערעדט צו עטליכע מענטשן. נו נו.

דריידל זאגט א פוינט וואס כ'האב שוין אויך געהערט פון איינעם וואס האט געוואלט קויפן.

נאך א אישו וואס כ'האב די וואך מיטגעהאלטן מיט א איד וואס איז ביזי יעצט מיט זוכן צו קויפן ערגעץ א דירה, איז אז ער האט שוין עלטערע קינדער, ספעציעל גרעסערע מיידלעך, און דאס נישט האבן זייער עידש מיידלעך און סקול אויפן פלאץ איז זיין עיקר סיבה נישט אהינצוגיין נאר ענדערש צו א מסודר'דיגע שטאט מיט מוסדות, ער זאגט מיר אז אלע איינוואוינערס דארט זענען פון די נידעריגע דרייסיגערס און אראפ וואס האבן נאכנישט קיין עלטערע קינדער וואס ער האט יא, (איזעס טאקע אזוי?)
כ'האב באמת נישט קיין מיינונג אויף די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.

ראספשע
שר האלף
תגובות: 1493
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » מיטוואך מאי 16, 2018 3:27 pm

באקסער בוים האט געשריבן:
פאראויס האט געשריבן:גערעדט צו עטליכע מענטשן. נו נו.

דריידל זאגט א פוינט וואס כ'האב שוין אויך געהערט פון איינעם וואס האט געוואלט קויפן.ער זאגט מיר אז אלע איינוואוינערס דארט זענען פון די נידעריגע דרייסיגערס און אראפ וואס האבן נאכנישט קיין עלטערע קינדער וואס ער האט יא, (איזעס טאקע אזוי?)

רוב, אבער נישט ממש אלע

באקסער בוים
שר מאה
תגובות: 172
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 12:41 pm

תגובהדורך באקסער בוים » מיטוואך מאי 16, 2018 3:30 pm

ראספשע האט געשריבן:
באקסער בוים האט געשריבן:
פאראויס האט געשריבן:גערעדט צו עטליכע מענטשן. נו נו.

דריידל זאגט א פוינט וואס כ'האב שוין אויך געהערט פון איינעם וואס האט געוואלט קויפן.ער זאגט מיר אז אלע איינוואוינערס דארט זענען פון די נידעריגע דרייסיגערס און אראפ וואס האבן נאכנישט קיין עלטערע קינדער וואס ער האט יא, (איזעס טאקע אזוי?)

רוב, אבער נישט ממש אלע

ס'דא דארט קינדער (בעיקר מיידלעך) פון 14 - 15 יאר און עלטער?
כ'האב באמת נישט קיין מיינונג אויף די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.

ראספשע
שר האלף
תגובות: 1493
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » מיטוואך מאי 16, 2018 3:32 pm

ניין
[אין סקול איז די עלטער אין די קלאסן אביסל געמישט, ווייל סי'ז נאך דערווייל נישטא גענוג אנצופילן א קלאס פון איין עלטער]

moneyMINDED
שר חמש מאות
תגובות: 545
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 26, 2011 5:37 pm

תגובהדורך moneyMINDED » מיטוואך מאי 16, 2018 3:45 pm

די עכטע סיבה פארוואס דארטן וואינען נישט 500 משפחות וואס באמת על פי דרך הטבע איז עס שוין געווען מעגליך ,איז וועגן עס איז געווארן א היימישע ריעל עסטעיט מארקעט ביי אונזער היימישע

איך מיין נישט קיין שלעכטס אבער איך זע איינער האט עס שוין דערמאנט , יעזורי זענען וואלאנטירן און באמת אז א ביזנעס קען נישט בויען קיין שטעטל , אבער יעזורי איז געווען צו שטייף מיט די רענט פרייזן , למעשה איז בעסער אז מען האט נישט קיין רענטערס און עס בויט זיך מיט מעט מענטשן וואס וואינען אין זייער הייזער, אבער למעשה מיזטו צו קומען צו דעם און יעזורי האט נישט געלאזט ארויפגיין און געשאסן עטטיטוד ,ביני לביני גייען רוב דירות פאר גוים , נאכאמאל ווען נישט יעזורי וואלט גארנישט געווען ,סא קיין טענות קען מען נישט האבן ,אבער א שטעטל מיז האבן אן עקאנאמי , קענסט נישט מאכן אז מענטשן זאלן דערלייגן געלט , קרית יואל ווערט מאנאפאלירט די עקאנאמי ,ווען נישט וואלט געווען כאיאס

אוועטאר
lebediger berel
שר האלפיים
תגובות: 2552
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

עס איז אלעס איין גרויסע קוגל - רב קרויס וועגן לייף סטייל וכו'

תגובהדורך lebediger berel » מיטוואך מאי 16, 2018 3:48 pm

איך זיץ און שמייכל זיך אונטער ווי אמת'דיג רב קרויס'ס ווערטער זענען בנוגע אונזערע מיליאנערן (וואס האבן נישט קיין געלט) ווייל באמת אויב איינער האט גענוג און נאך געלט א אמת'דיגער עושר, וועט ער דאך נישט קומען קיין זשערזי סיטי פשוט ווייל דזשערזי סיטי גיבט אים נישט עפעס וואס וויליאמסבורג געט אים נישט, לעומת מאנסי און אפסטעיט וואס דאס איז א רייכע לייףסטייל פאר זיך אליין דארט האט ער נישט קיין פראבלעם, (במאמר המוסגר - ס'איז באקאנט און דוכט זיך מיר דאקומענטירט אין רצון צדיק אז רביה"ק מסאטמאר האט דוקא געוואלט בעל בתי'שע אידן אויך ביין התייסדות קרית יואל - אבער דאס איז נישט געווען צוליב דירות אישו נאר דער רבי האט געוואלט האבן דעם שטעטל לשם קדושה ולשם שטעטל) דעריבער איז פשוט אז ווען איינער גייט קיין ד.ס. זאגט ער הויך איך בין נישט קיין מיליאנער מיט אומבאגרעניצטע מעגליכקייטן, נא לויט אונזער צודרייטע לייף סטייל איז דאך דאס א דורכפאל.
אז מ'לעבט דערלעבט מען

moneyMINDED
שר חמש מאות
תגובות: 545
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 26, 2011 5:37 pm

תגובהדורך moneyMINDED » מיטוואך מאי 16, 2018 4:13 pm

lebediger berel האט געשריבן:איך זיץ און שמייכל זיך אונטער ווי אמת'דיג רב קרויס'ס ווערטער זענען בנוגע אונזערע מיליאנערן (וואס האבן נישט קיין געלט) ווייל באמת אויב איינער האט גענוג און נאך געלט א אמת'דיגער עושר, וועט ער דאך נישט קומען קיין זשערזי סיטי פשוט ווייל דזשערזי סיטי גיבט אים נישט עפעס וואס וויליאמסבורג געט אים נישט, לעומת מאנסי און אפסטעיט וואס דאס איז א רייכע לייףסטייל פאר זיך אליין דארט האט ער נישט קיין פראבלעם, (במאמר המוסגר - ס'איז באקאנט און דוכט זיך מיר דאקומענטירט אין רצון צדיק אז רביה"ק מסאטמאר האט דוקא געוואלט בעל בתי'שע אידן אויך ביין התייסדות קרית יואל - אבער דאס איז נישט געווען צוליב דירות אישו נאר דער רבי האט געוואלט האבן דעם שטעטל לשם קדושה ולשם שטעטל) דעריבער איז פשוט אז ווען איינער גייט קיין ד.ס. זאגט ער הויך איך בין נישט קיין מיליאנער מיט אומבאגרעניצטע מעגליכקייטן, נא לויט אונזער צודרייטע לייף סטייל איז דאך דאס א דורכפאל.

באמת נאך סאך טיפער

איך הער כסדר און דאס איז היינט די סטייל אז מען שמועסט דער האט זיך געקויפט א קאנדא אין וויליאמסבורג און יענער , יעצט געהערט איינער האט געקויפט א 3000 סקווער פיס דירה אויפן זעקסטן שטאק פאר כמעט 2 מעלאונעס

די שגעון איז ממש פאריקט , דאס איז נאך מילדט גערעדט

פאר 400 טויזענט קען ער וואינען אין א הערליכע איין פאמיליע הויז אין זשערסי סיטי געבויעט מיט אלע פיטעשווקעס, איך רעדט די טייערסטע קיטשען מיט א פראנט און בעק יארד מיט א אייגענע פארקינג ביי די האנט, באלד 4000 סקווער פיס

אזא שטייגער ווי אין בארא פארק אמאל אדער וויפעל נייע עס קומט נאך צו , וועט ער ענדערעשער צאלן א מיליאן צו צוויי מיט פאפירענע ווענט מיטן שכן און צאלן א צאה אלף פאר א פארקינג ספאט אין בעיסמענט אן קיין בעק יארד אלעס וועגן אויפן גאס הייסט ער עושר

דריידל
שר האלפיים
תגובות: 2118
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מיטוואך מאי 16, 2018 4:37 pm

איך ווייס פון 5 געשוויסטער וועלכע בויען זיך הייזער אויף די זעלבע גאס און זיי גייען צוזאמען ארויסמופן.

אוועטאר
איש האשכולות
שר האלף
תגובות: 1016
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » מיטוואך מאי 16, 2018 4:42 pm

קום ועשה האט געשריבן:
איש האשכולות האט געשריבן:
קום ועשה האט געשריבן:
העניך האט געשריבן:
קום ועשה האט געשריבן:
קוק די טעוועלעך אויף די ווענט.

וועלכע טעוולעך? וועלכע ווענט?

מען האט נישט געלייגט קיין טעוועלעך? אה מן הסתם איז עס נישט געמאכט צו שטעלן אין פאבליק :wink:

כ'ווייס נישט פארוואס ער מאכט אזא מצב, ס'איז בכלל נישט קיין סודות, מ'האט געמאכט איבער $36,000 אויפן פלאץ, און בערך 60 - 70 טויזענט פיק-אפס (צוגעזאגט בלע"ז), דאס אן ערך פון איבער הונדערט טויזנט דאלער! מי כעמך ישראל!

דארף נישט זיין קיין סודות אויף נישט צו פאוסטען אויף א פאבליק סייט.

דיינע נומבערס זענען נישט אקוראט.

נארוואס גערעדט מיט איינער פון די הנהלת המוסדות, מיינע נאמבערס זענען יא אקוראט.

איך פרוביר נאך צו דערגיין וואס ס'קוועטשטיר.

אוועטאר
lebediger berel
שר האלפיים
תגובות: 2552
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מיטוואך מאי 16, 2018 4:58 pm

דריידל האט געשריבן:איך ווייס פון 5 געשוויסטער וועלכע בויען זיך הייזער אויף די זעלבע גאס און זיי גייען צוזאמען ארויסמופן.

קיין ז.ס. 'WOW!
אז מ'לעבט דערלעבט מען

יונה
שר האלף
תגובות: 1277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

תגובהדורך יונה » מיטוואך מאי 16, 2018 5:55 pm

דריידל האט געשריבן:איך ווייס פון 5 געשוויסטער וועלכע בויען זיך הייזער אויף די זעלבע גאס און זיי גייען צוזאמען ארויסמופן.

זאג זיי זאלן פרעגן [אויב האבן זיי נאך נישט] זייער רבי'ן אדער אנאנדערע גוטן איד אויב ס'איז רעכטפארטיג אזוי צו טאן.

קלוגער
שר חמש מאות
תגובות: 686
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

תגובהדורך קלוגער » מיטוואך מאי 16, 2018 6:32 pm

יונה האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:איך ווייס פון 5 געשוויסטער וועלכע בויען זיך הייזער אויף די זעלבע גאס און זיי גייען צוזאמען ארויסמופן.

זאג זיי זאלן פרעגן [אויב האבן זיי נאך נישט] זייער רבי'ן אדער אנאנדערע גוטן איד אויב ס'איז רעכטפארטיג אזוי צו טאן.

צוואת ר' יהודא החסיד איז אנגענומען נאר אין איין הויז, ווייל אויב נישט טאר מען אויכעט נישט וואוינען אין איין שטאט

ס'יז גאר א שטארקע זאך אז א גרויסע שטיק פון א משפחה רוקט זיך אריבער, ספעשעל אז ס'יז נייע געבויעטע הייזער, כה לחי!

אוועטאר
איש האשכולות
שר האלף
תגובות: 1016
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » מיטוואך מאי 16, 2018 6:42 pm

ס'איז געוואלדיג נייעס דאס! איך וואלט מיך נישט געצויגן מיט 5 פון מיינע ברודערס און שוועסטערס אויף איין גאס, אבער אז זיי קענען דאס באווייזן!, כל הכבוד!

יונה
שר האלף
תגובות: 1277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

תגובהדורך יונה » מיטוואך מאי 16, 2018 7:23 pm

הרב קלוגער ס'איז נישט אזוי סימפל ווי איר לייגט עס אראפ, ס'איז א רבי'שע פראגע. פאר מיינס א חסיד וואלט איך נישט געראטן צו טון אזאנס מחמת כמה סיבות.

פארשטענדליך איך צווינג נישט ארויף מיין מיינונג אויף קיינעם, יעדער האט האפענטליך א גוטן איד וואס מ'שמועסט איבער אזעלכע ענינים, טו איך נאר רעקאמענדירן זאלן גיין הערן וואס ער זאגט צו אזא זאך.

דריידל
שר האלפיים
תגובות: 2118
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מיטוואך מאי 16, 2018 8:11 pm

יונה האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:איך ווייס פון 5 געשוויסטער וועלכע בויען זיך הייזער אויף די זעלבע גאס און זיי גייען צוזאמען ארויסמופן.

זאג זיי זאלן פרעגן [אויב האבן זיי נאך נישט] זייער רבי'ן אדער אנאנדערע גוטן איד אויב ס'איז רעכטפארטיג אזוי צו טאן.

ס'איז א קלענערע שאלה ווי בלייבן אין וומ"ס און שולדיג בלייבן חובות

יונה
שר האלף
תגובות: 1277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

תגובהדורך יונה » מיטוואך מאי 16, 2018 8:24 pm

דריידל האט געשריבן:ס'איז א קלענערע שאלה ווי בלייבן אין וומ"ס און שולדיג בלייבן חובות

קליינע שאלות דארף מען אויך פרעגן...

רעסטאראנט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 413
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » מיטוואך מאי 16, 2018 8:34 pm

קלוגער האט געשריבן:
יונה האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:איך ווייס פון 5 געשוויסטער וועלכע בויען זיך הייזער אויף די זעלבע גאס און זיי גייען צוזאמען ארויסמופן.

זאג זיי זאלן פרעגן [אויב האבן זיי נאך נישט] זייער רבי'ן אדער אנאנדערע גוטן איד אויב ס'איז רעכטפארטיג אזוי צו טאן.

צוואת ר' יהודא החסיד איז אנגענומען נאר אין איין הויז, ווייל אויב נישט טאר מען אויכעט נישט וואוינען אין איין שטאט

ס'יז גאר א שטארקע זאך אז א גרויסע שטיק פון א משפחה רוקט זיך אריבער, ספעשעל אז ס'יז נייע געבויעטע הייזער, כה לחי!

איך ווייס פון עמיצער וואס האט געפרעגט זיין רבין ,איינע פון די גרעסטע מנהיגים פון היינטיגן דור , וועגן וואינען אין איין הויז מיט א ברודער נאך די חתונה , פארשטייט זיך אין וויליאמסבורג און מען האט געהאלטען אפאר וואכן פאר די חתונה און די רבי האט געזאגט היינט צוטאגס אין וויליאמסבורג גייט נישט אן די שאלות , עס איז נישט דא קיין ברירה
לעצט פאראכטן דורך רעסטאראנט אום מיטוואך מאי 16, 2018 10:44 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

ראספשע
שר האלף
תגובות: 1493
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » מיטוואך מאי 16, 2018 9:23 pm

דריידל האט געשריבן:
יונה האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:איך ווייס פון 5 געשוויסטער וועלכע בויען זיך הייזער אויף די זעלבע גאס און זיי גייען צוזאמען ארויסמופן.

זאג זיי זאלן פרעגן [אויב האבן זיי נאך נישט] זייער רבי'ן אדער אנאנדערע גוטן איד אויב ס'איז רעכטפארטיג אזוי צו טאן.

ס'איז א קלענערע שאלה ווי בלייבן אין וומ"ס און שולדיג בלייבן חובות

מען קען וואוינען אויף פינף עקסטערע גאסן, סי'ז דא גענוג גאסן אין דזשערסי סיטי......

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט