אנגעצויגנקייט צווישן אמעריקע און צפון קארעא
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
-
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5559
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm
איך האב ליב צו זעהן ווען טראמפ באקומט א טשעלענדזש, עס איז פעסינעיטינג וויאזוי ער נעמט אויף אזעלכע סיטואציעס - געווענליך קומט ער אויף מיט קלעווער איידיעס און וואזשנע געדאנקען, איך נעם א לעצטע זיץ מיט א קאווע און מיר וועלן עס מיט האלטען מיט גרויס הנאה.
לויט מיין מיינונג איז נארט קארעא נישט קיין עכטע סכנה פאר די וועלט אדער פאר אמעריקע, לויט וויאזוי איך האב פארשטאנען פון די אינטערוויו פון פאמפיעאו איז דער קים א שטארקע פייטער פאר זיין לאנד און עס איז נישט דא קיין שום וועג שבעולם אז ער זאל שיסען אויף עני אנדערע לאנד ווייל ער ווייסט אז ער גייט צוריק כאפען הינדערט טויזענט מאל מער און ער גייט קיינמאל קיינמאל גארנישט טוהן.
די איינציגסטע זארג וואס אמעריקע קען האבען איז אז ער וועט פאבריצירען געווער פאר טעראריסטישע לענדער אדער גרופעס און אויסטויש פון עקאנאמישע האנדלונגען, אדערווייל זעהט אבער נישט אויס ווי די טעראריסטען האבען א פראבלעם זיך צו פארשאפען AK47’ס אדער אנדערע אמעריקאנע וואפען.

האב שכל און גיב א שמייכעל!
-
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6639
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
- לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם
מצב כללי האט געשריבן:בוידעם האט געשריבן:אמת. אבער דאס מיינט אז מען האלט ביי אלף, מיט א בינטעלע בזיונות אין דער זייט.
בזיונות פאר וועם?
פאר די 3 באפרייטע אמעריקאנער און די צואווארפענע נוקלעארע טעסט סייטס?
ניין, בזיונות פאר די פאראייניגטע שטאטן, און הויפטזעכליך פאר איר פרעזידענט, ביי אים איז דאס פרעזענליך.
רצונינו לעשות רצוניך.
- ראפאט קראמפלי
- שר האלפיים
- תגובות: 2341
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:16 pm
- לאקאציע: אין טעלער.
בוידעם האט געשריבן:מצב כללי האט געשריבן:בוידעם האט געשריבן:אמת. אבער דאס מיינט אז מען האלט ביי אלף, מיט א בינטעלע בזיונות אין דער זייט.
בזיונות פאר וועם?
פאר די 3 באפרייטע אמעריקאנער און די צואווארפענע נוקלעארע טעסט סייטס?
ניין, בזיונות פאר די פאראייניגטע שטאטן, און הויפטזעכליך פאר איר פרעזידענט, ביי אים איז דאס פרעזענליך.
פארוואס בזיונות?
אמעריקע האט דען אריינגעלייגט גרויסע כוחות דערין? האט מען דען אינוועסטירט גרויסע געלטער דערפאר?
ס'איז סאך הכל גאר א פיינע זאך וואס איז מעגלעך אוועקגעפאלן.
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.
- קליינטשיגער
- שר חמש מאות
- תגובות: 755
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 11, 2017 2:31 pm
-
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6639
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
- לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם
ראפאט קראמפלי האט געשריבן:בוידעם האט געשריבן:מצב כללי האט געשריבן:בוידעם האט געשריבן:אמת. אבער דאס מיינט אז מען האלט ביי אלף, מיט א בינטעלע בזיונות אין דער זייט.
בזיונות פאר וועם?
פאר די 3 באפרייטע אמעריקאנער און די צואווארפענע נוקלעארע טעסט סייטס?
ניין, בזיונות פאר די פאראייניגטע שטאטן, און הויפטזעכליך פאר איר פרעזידענט, ביי אים איז דאס פרעזענליך.
פארוואס בזיונות?
אמעריקע האט דען אריינגעלייגט גרויסע כוחות דערין? האט מען דען אינוועסטירט גרויסע געלטער דערפאר?
ס'איז סאך הכל גאר א פיינע זאך וואס איז מעגלעך אוועקגעפאלן.
ווען א קליינער ראצער נעמט אמעריקע אויף א רייד, איז עס בזיונות, איבערהויפט ווען די ערווארטונגען זענען עד לב השמים. דאס איז כלפי אמעריקע.
פאר טראמפ איז עס א פרעזענליכע באליידונג, ודבר שפתים אך למחסור.
רצונינו לעשות רצוניך.
- ישוב הדעת
- שר האלפיים
- תגובות: 2817
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
- לאקאציע: רעקליינער
פיין טראמפ איז דער גרעסטער לוזער אין אמעריקען היסטערי.. ״אבער״ עס גייט מיר נישט אן ווילאנג ער געבט נישט אוועק גארנישט.. שטעל זיך פאר וואס אבאמא וואלט יעצט געטון.. (עס וואלט קיינמאל נישט געשען ווייל מען וואלט שוין נישט געמאכט די מיליטערישע איבונגען מיט סאוט)
By 2030 You Will Own Nothing And You Will Be Happy (WEF) Or vote in TRUMP
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 250
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 28, 2016 11:50 pm
- קליינטשיגער
- שר חמש מאות
- תגובות: 755
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 11, 2017 2:31 pm
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 250
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 28, 2016 11:50 pm
- Think and Thank
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5679
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm
דממה דקה האט געשריבן:וואס וועט זיין מיט די נאבעל פיעס פרייז?
פארקערט! הערשט יעצט אז ער האט גארנישט אויפגעטון למעשה קען מען עס אים געבן... (ע''ע אבאמא)
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 513
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 31, 2018 2:56 pm
טראמפ האט אלץ צוגעלייגט נאך יעדע מעסעדזש אז שלום ריקט זיך פאראויס, האט ער געזאגט Hopefully וועט עפעס ווערן אין אמעריקע לאזט נישט נאך פון די סאנקציעס קיין טראפ נישט ווי לאנג סאיז נישט דא א דיעל,
סא נישט קיין חילוק וואס דא ווערט יעצט וועלען נערמאלע מענטשן נאך אלץ ארויף קיקן אויף איהם אין קיין לאזער איז ער נישט
סא נישט קיין חילוק וואס דא ווערט יעצט וועלען נערמאלע מענטשן נאך אלץ ארויף קיקן אויף איהם אין קיין לאזער איז ער נישט
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 946
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2012 12:29 pm
עס איז ביי מיר נישט געווען קיין ספק, אז דער קליינער גראבער גייט נאך מאכן פורים פונעם גרויסן צעדרייטער...
עס האט צו גוט אויסגעקוקט.
ווער עס האט נאכגעפאיגט דעם צפון קארעער פרעזידענט, ווייסט אז ער איז נישט איינער וועלכער גיט זיך אזוי שנעל אונטער.
זעט אויס אז ער פארשטייט זייער גוט וויאזוי משוגע צו מאכן טראמפ, און האט באשלאסן צו מאכן פון אים דאס גענאר.

געמיינט האב איך אז טראפס צושטערן אירן דיעל האט געהארגעט אמעריקעס טראסט
ביזדערווייל זעה איך אז אבאמא'ס אריין גיין אין ליבע האט געהארגעט אמעריקעס טראסט
דער קליינער האט גאטס איך אונזער שטאלצער פאריך איז נישט אזוי גוט צונאר צומאכן
ווען צוויי משוגעים שלאגן זיך קען עס זיין זייער אסאך פאן אין עס קען זיין זייער שרעקעדיג

וויכטיג מאכער האט געשריבן:די סיטועישן איז זייער טריקי, מיר קוקט אויס אז טשיינע וויל זעהן וויזוי אמעריקא גייט ריעקטן, זיי און רוסלאנד מוזן דאס וויסן צוליב איראן... און טראמפ ווייזט עס, טאמער ווייזט ער עני שוואכקייט גייט איראן נישט ציטערן... סיז א שווערע שאך שפיהל...
געטראכט די זעלבע דאס איז אינטערגעשטעלט פון טשיינע אין רוסלאנד
דאס איז א ריכטיגע דורכפאל, איך פארשטיי נישט מתחילה מאי קסבר... איינער האט אים אויפגעקלערט און ער פארשטייט אז ווי נאר ער גיבט אויף זיין שטעקן פארלירט ער זיין דיקטאטורישער בענקל און זיין לעבן קען זיין אין געפאר.
ער איז און ער בלייבט א רוצח, געהרגעט מענטשן אן קיין משפט, געשיקט גאנצע משפחות אין תפיסה צוליב איין קרוב א קרימינאל! דער וועלט וועט דאס נישט צולאזן.
ער איז און ער בלייבט א רוצח, געהרגעט מענטשן אן קיין משפט, געשיקט גאנצע משפחות אין תפיסה צוליב איין קרוב א קרימינאל! דער וועלט וועט דאס נישט צולאזן.
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם
בעריש'ל האט געשריבן:דאס איז א ריכטיגע דורכפאל, איך פארשטיי נישט מתחילה מאי קסבר... איינער האט אים אויפגעקלערט און ער פארשטייט אז ווי נאר ער גיבט אויף זיין שטעקן פארלירט ער זיין דיקטאטורישער בענקל און זיין לעבן קען זיין אין געפאר.
ער איז און ער בלייבט א רוצח, געהרגעט מענטשן אן קיין משפט, געשיקט גאנצע משפחות אין תפיסה צוליב איין קרוב א קרימינאל! דער וועלט וועט דאס נישט צולאזן.
די וועלט לאזט דאס יא צו ווילאנג ער געט אויף זיינע נוקלארע וואפן.
סאודיע אראביע - עגיפטען וכו' יוכיח
- שמואל אלצווייסער
- שר האלף
- תגובות: 1318
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 01, 2018 4:19 pm
- לאקאציע: ביים נייעס טישל
איך פארשטיי נישט פארוואס מענטשן שרייען אז ס׳איז בזיונות. אמת ס׳איז א שטארקע אנטוישונג, טראמפ האט שוין מן הסתם גע׳חלום׳ט פון די כבוד וואס דאס גייט אים ברענגן. אבער דאס הייסט בכלל נישט קיין דורכפאל. קים איז דער וואס האט געלאדנט טראמפ, נישט פארקערט. קים איז דער וואס האט באפרייט דריי ארעסטירטע ווייל ער האט געוואלט ווייזן פאר אמעריקע אז ער מיינט עס ערנסט, נישט פארקערט. קים איז דער וואס האט גערופן רעפארטער צו ווייזן וויאזוי ער גייט צעווארפן זיין נוקלעארע סייט, נישט פארקערט. אמעריקע האט נאך קיין כי הוא זה נישט אוועקגעגעבן כדי די סאמיט זאל פארקומען, חוץ אפאר טוויטס פונעם פרעזידענט. סאו מה כל הרעש? אז קים האט געכאפט אן אטאקע, וועט ער ליידן דערפאר, נישט אמעריקע.
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.