אנגעצויגנקייט צווישן אמעריקע און צפון קארעא

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11063
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דינסטאג מאי 15, 2018 11:35 pm

ברעיקינג:

אפיציעלע סטעיטמענט פון נארט קאריע אויסערן מיניסטעריום זאגט אז די פארהאנדלונגען מיט אמעריקא קענען נישט ווייטער אנגיין לויט די יעצטיגע פארלאנגען.

די סטעיטמענט דערקלערט אז די אמעריקאנע פארלאנג פון דינוקלירעזאציע האט נישט קיין פשט, ספעציעל דאס וואס 'זשאן באלטאן' פארלאנגט א "ליביע סטייל" אנטוואפענונג (דהיינו גענצליך דענוקלעריזאציע).

נאך זאגן זיי אז זיי האבן שוין קלאר געשטעלט אז זייער גוטער רצון איבער דענוקלעריזאציע איז געבויעט נאר אויף דאס עלימינירן די אנטי-נארט קאריע פיינטליכע פאליסי, און דאס זעהט נישט אויס אז די אמעריקאנער האלטן דערביי מיטן אנגיין מיט זייערע מיליטערישע מושטירונגען...
צוגעלייגטע
nk.jpg
nk.jpg (193.59 KiB) געזעהן 907 מאל
לעצט פאראכטן דורך כאפצעם אום דינסטאג מאי 15, 2018 11:41 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
Trumpism is a mental tragedy

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5529
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דינסטאג מאי 15, 2018 11:40 pm

בוידעם האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
יעך'בין שוין גרויס האט געשריבן:געהערט איינער זאגט אפאר טעג צוריק א גוטע פאונט, טראמפ איז די לעצטע מענטש וואס עס לוינט זיך ארומשפילען און פראבירען מאכן ווי א Fool אויב קים ווייזט וואס איז גוט פאר עם זאל ער שנעל נעמען זיין טעגליכע מעדעצין

אויב איז די נייעס אמת, וועט טראמפ זיכער מאכן אז ער וועט זיין דער וואס וועט באסטן די רעדער, כ׳גארענטיר אז טראמפ גייט קענסלען די סאמיט פאר אים. פורים זאלסטו מאכן פונעם שמש.


שוין אויסגעכאפט. קים האט עס געבאסט. אויב טראמפ קענסעלט יעצט די מיטונג איז עס ווייל ראקעט מען האט געמאכט דאס גענאר פון אים.

פשוט ווייל אלעס איז געפארן געשמירט, טראמפ האט שוין גערעדט פון די לאקאציע, מען האט בלויז געווארט אויפן אנקום פונעם טאג, ביז קים האט זיך דערמאנט אז ער וויל נישט דעם זיצונג אויב מיינט דאס אויפגעבן זיינע נוקלאערע אמבישענס.

די איינציגסטע וועג וויאזוי טראמפ קען נאך זיין דער וואס קענסעלט עס, איז אויב קים שטייט מארגן אויף אין א בעסערע גוסטע מיט'ן ווילן ממשיך צו זיין מיו די געשפרעכן, און טראמפ זאגט אים ביי.

נ.ב. פארשטייט זיך אז דאס אלעס איז אויב די באריכטן זענען אמת.

כ׳פארשטיי נישט וואס די רעדטס. אויב זאל דאס באָלאהן יעצט קראכן, גייט טראמפ יובל׳ן אז מ׳האמער באוויזן אהיימצוברענגען 3 אמעריקאנע פארכאפטע. נישט גענוג?

בכלל, ס׳קוקט אויס זייער שטארק אז קים גייט עני מינוט ארויסקומען און אפ לייקענען אלע באריכטן. נעמענדיג און באטראכט אלע שפעקולאציע׳ס און הסבירים פון אלע זייטן פארוואס ער איז בכלל ווייעך געווארן, מאכט נישט קיין טראפ סענס אז ער זאל צוריק ציען
אויב מיין תגובה געפעלט אייך נישט קענט איר צוריק גיין אהין פון ווי איר קומט.

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5495
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » דינסטאג מאי 15, 2018 11:45 pm

איך פרוביר דיר מסביר זיין אז אויב ענדיגט זיך יעצט די געשפרעכן, איז עס ווייל קים איז דער וואס האט געזאגט אז ער וויל עס נישט. סימפל.

אהיים ברענגן די דריי ארעסטאנטען איז א געוואלדיגע דערכגרייכונג, אבער נישט בלויז דאס איז געווען די ציהל.
עס איז געווען א אומגעראכטענע מתנה.

דיין צווייטע העלפט תגובה איז א שפעקעלאציע, איוואר? אדער יא אדער ניין.
לעצט פאראכטן דורך בוידעם אום דינסטאג מאי 15, 2018 11:46 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
די קראך פון די טשעק. יוש!!

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5529
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דינסטאג מאי 15, 2018 11:45 pm

בעסיידס וואס טראמפ האט פונעם ערשטן מינוט איבערגעזאגט אז ער איז גרייט אוועק צו שפאצירן פון א דיעל אויב ער וויל זיך נישט 100% צושטעלן.

טוויטער סטאקס שמייסן ארויף

בוידעם האקט
אויב מיין תגובה געפעלט אייך נישט קענט איר צוריק גיין אהין פון ווי איר קומט.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 21731
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דינסטאג מאי 15, 2018 11:47 pm

די סיטועישן איז זייער טריקי, מיר קוקט אויס אז טשיינע וויל זעהן וויזוי אמעריקא גייט ריעקטן, זיי און רוסלאנד מוזן דאס וויסן צוליב איראן... און טראמפ ווייזט עס, טאמער ווייזט ער עני שוואכקייט גייט איראן נישט ציטערן... סיז א שווערע שאך שפיהל...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5529
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דינסטאג מאי 15, 2018 11:47 pm

בוידעם האט געשריבן:איך פרוביר דיר מסביר זיין אז אויב ענדיגט זיך יעצט די געשפרעכן, איז עס ווייל קים איז דער וואס האט געזאגט אז ער וויל עס נישט. סימפל.

דיין צווייטע העלפט תגובה איז א שפעקעלאציע, איוואר? אדער יא אדער ניין.

ס׳איז קלאר אז אויב איזעס אזוי האט ער מער ווייניגער חוזק געמאכט פון טראמפ׳ן וואס איך פראביר דיר מסביר זיין איז אז טראמפ קען מיט אזאלכע מצבים זיך גאר גרינג אנייצע געבן. געבעס אפאר שעה. די פייער און פיארי קומט צוריק ארויס. מיינע מיסלס זענען גרייט פאר נארט קאריע! א אינוואזיע איז וואן אף אוער אפשינס.. כ׳ברויך דיר זאגן?
אויב מיין תגובה געפעלט אייך נישט קענט איר צוריק גיין אהין פון ווי איר קומט.

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5529
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דינסטאג מאי 15, 2018 11:51 pm

וויכי׳ס אבזערוואציע איז שטארק.
אויב מיין תגובה געפעלט אייך נישט קענט איר צוריק גיין אהין פון ווי איר קומט.

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5385
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » דינסטאג מאי 15, 2018 11:51 pm

שווער אויסצורעכענען מיט קים, מעיקרא, ולבסוף, ולבסוף...

אבער טאמער קים בעקט יעצט ארויס, שטייט ער מיט גארנישט בעסער ווי ער איז געשטאנען פאר 4 חדשים צוריק. סך הכך צוווארפן א טעסט סייט און ארויסגעלאזט 3 ארעסטאנטען. אמעריקא פון איר זייט האט אויפגעגעבן זילטש.

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5495
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » דינסטאג מאי 15, 2018 11:53 pm

אמת. אבער דאס מיינט אז מען האלט ביי אלף, מיט א בינטעלע בזיונות אין דער זייט.
די קראך פון די טשעק. יוש!!

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5385
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » דינסטאג מאי 15, 2018 11:57 pm

בוידעם האט געשריבן:אמת. אבער דאס מיינט אז מען האלט ביי אלף, מיט א בינטעלע בזיונות אין דער זייט.

ביי אלף אבער נישט ביי מיינוס אלף. קים האלט ביי א מיינוס טאמער בעקט ער ארויס. דא האלט מען יעצט. אינטרעסאנט צו וואטשען.

אוועטאר
מצב כללי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3377
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » דינסטאג מאי 15, 2018 11:58 pm

בוידעם האט געשריבן:אמת. אבער דאס מיינט אז מען האלט ביי אלף, מיט א בינטעלע בזיונות אין דער זייט.


בזיונות פאר וועם?

פאר די 3 באפרייטע אמעריקאנער און די צואווארפענע נוקלעארע טעסט סייטס?

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5504
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » דינסטאג מאי 15, 2018 11:58 pm

איך האב ליב צו זעהן ווען טראמפ באקומט א טשעלענדזש, עס איז פעסינעיטינג וויאזוי ער נעמט אויף אזעלכע סיטואציעס - געווענליך קומט ער אויף מיט קלעווער איידיעס און וואזשנע געדאנקען, איך נעם א לעצטע זיץ מיט א קאווע און מיר וועלן עס מיט האלטען מיט גרויס הנאה.

לויט מיין מיינונג איז נארט קארעא נישט קיין עכטע סכנה פאר די וועלט אדער פאר אמעריקע, לויט וויאזוי איך האב פארשטאנען פון די אינטערוויו פון פאמפיעאו איז דער קים א שטארקע פייטער פאר זיין לאנד און עס איז נישט דא קיין שום וועג שבעולם אז ער זאל שיסען אויף עני אנדערע לאנד ווייל ער ווייסט אז ער גייט צוריק כאפען הינדערט טויזענט מאל מער און ער גייט קיינמאל קיינמאל גארנישט טוהן.

די איינציגסטע זארג וואס אמעריקע קען האבען איז אז ער וועט פאבריצירען געווער פאר טעראריסטישע לענדער אדער גרופעס און אויסטויש פון עקאנאמישע האנדלונגען, אדערווייל זעהט אבער נישט אויס ווי די טעראריסטען האבען א פראבלעם זיך צו פארשאפען AK47’ס אדער אנדערע אמעריקאנע וואפען.
איך בין אויסגעלאפען פון איידיעס וואס צו שרייבען

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5495
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » מיטוואך מאי 16, 2018 12:00 am

מצב כללי האט געשריבן:
בוידעם האט געשריבן:אמת. אבער דאס מיינט אז מען האלט ביי אלף, מיט א בינטעלע בזיונות אין דער זייט.


בזיונות פאר וועם?

פאר די 3 באפרייטע אמעריקאנער און די צואווארפענע נוקלעארע טעסט סייטס?


ניין, בזיונות פאר די פאראייניגטע שטאטן, און הויפטזעכליך פאר איר פרעזידענט, ביי אים איז דאס פרעזענליך.
די קראך פון די טשעק. יוש!!

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5504
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » מיטוואך מאי 16, 2018 12:04 am

זיכער נישט קיין באטעמטע עסק פאר טראמפ ווען ער האט פאריגע וואך געשריגען ביי די ראלי כאילו מען האלט שוין ביים ענדיגען אבער מצד השני האט ער אלס צו געלייגט די ווארט האפענונגספוהל (hopefully) דאס מיינט אז ער האט געוואוסט אז עפעס באמפס קענען זיך נאך מאכען.
איך בין אויסגעלאפען פון איידיעס וואס צו שרייבען

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2301
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » מיטוואך מאי 16, 2018 12:11 am

בוידעם האט געשריבן:
מצב כללי האט געשריבן:
בוידעם האט געשריבן:אמת. אבער דאס מיינט אז מען האלט ביי אלף, מיט א בינטעלע בזיונות אין דער זייט.


בזיונות פאר וועם?

פאר די 3 באפרייטע אמעריקאנער און די צואווארפענע נוקלעארע טעסט סייטס?


ניין, בזיונות פאר די פאראייניגטע שטאטן, און הויפטזעכליך פאר איר פרעזידענט, ביי אים איז דאס פרעזענליך.

פארוואס בזיונות?
אמעריקע האט דען אריינגעלייגט גרויסע כוחות דערין? האט מען דען אינוועסטירט גרויסע געלטער דערפאר?
ס'איז סאך הכל גאר א פיינע זאך וואס איז מעגלעך אוועקגעפאלן.
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.

אוועטאר
קליינטשיגער
שר חמש מאות
תגובות: 547
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 11, 2017 2:31 pm

תגובהדורך קליינטשיגער » מיטוואך מאי 16, 2018 12:13 am

פריזענערס ארויסלאזן מיינט גארנישט, אונטער יעדע פרעזידענט האבן זיי ארויסגעלאזט.

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5495
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » מיטוואך מאי 16, 2018 12:16 am

ראפאט קראמפלי האט געשריבן:
בוידעם האט געשריבן:
מצב כללי האט געשריבן:
בוידעם האט געשריבן:אמת. אבער דאס מיינט אז מען האלט ביי אלף, מיט א בינטעלע בזיונות אין דער זייט.


בזיונות פאר וועם?

פאר די 3 באפרייטע אמעריקאנער און די צואווארפענע נוקלעארע טעסט סייטס?


ניין, בזיונות פאר די פאראייניגטע שטאטן, און הויפטזעכליך פאר איר פרעזידענט, ביי אים איז דאס פרעזענליך.

פארוואס בזיונות?
אמעריקע האט דען אריינגעלייגט גרויסע כוחות דערין? האט מען דען אינוועסטירט גרויסע געלטער דערפאר?
ס'איז סאך הכל גאר א פיינע זאך וואס איז מעגלעך אוועקגעפאלן.


ווען א קליינער ראצער נעמט אמעריקע אויף א רייד, איז עס בזיונות, איבערהויפט ווען די ערווארטונגען זענען עד לב השמים. דאס איז כלפי אמעריקע.

פאר טראמפ איז עס א פרעזענליכע באליידונג, ודבר שפתים אך למחסור.
די קראך פון די טשעק. יוש!!

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלף
תגובות: 1696
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

תגובהדורך ישוב הדעת » מיטוואך מאי 16, 2018 12:31 am

פיין טראמפ איז דער גרעסטער לוזער אין אמעריקען היסטערי.. ״אבער״ עס גייט מיר נישט אן ווילאנג ער געבט נישט אוועק גארנישט.. שטעל זיך פאר וואס אבאמא וואלט יעצט געטון.. (עס וואלט קיינמאל נישט געשען ווייל מען וואלט שוין נישט געמאכט די מיליטערישע איבונגען מיט סאוט)

באקומט 80 טויזענט Chase פוינטס דורך עפלייען, קליקט דא

מוזיק באנד
שר חמישים
תגובות: 90
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 28, 2016 11:50 pm

תגובהדורך מוזיק באנד » מיטוואך מאי 16, 2018 12:43 am

אזוי ווי יעדער איז נייגעריג מיט וואס'רע טוויטס מ'גייט זיך מארגען אויפוועקן וואלט איך געראטן כל הקהל הקודש צו שרייבן א סעמפל וואס די ירום הודו וועט מעגליך אונז מהנה זיין מארגען

אוועטאר
קליינטשיגער
שר חמש מאות
תגובות: 547
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 11, 2017 2:31 pm

תגובהדורך קליינטשיגער » מיטוואך מאי 16, 2018 12:51 am

איך האלט ער גייט שרייבן אז אונז האמער גארנישט אויפגעגעבן, נאר געווינען דריי פריזענערס, און צולייגן אז אמעריקע איז גרייט ווייטער צו גיין מיט א שלום... און קען זיין ער גייט צולייגן א ״אויב נישט״ וועט אצעריקע צושמעטערן נארט קאריע לייק נעווער ביפאר.

דממה דקה
שר האלף
תגובות: 1847
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » מיטוואך מאי 16, 2018 12:56 am

וואס וועט זיין מיט די נאבעל פיעס פרייז?

מוזיק באנד
שר חמישים
תגובות: 90
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 28, 2016 11:50 pm

תגובהדורך מוזיק באנד » מיטוואך מאי 16, 2018 12:58 am

מארגן וועט נאך ארויסקומען א באריכט אז דזשאן קערי האט אנגעדרייט די גאנצע כאאס דא מיטן אויפקלערן קים אז ער האט גארנישט פון מאכן א דיל מיט טראמפן

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4055
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מיטוואך מאי 16, 2018 1:00 am

דממה דקה האט געשריבן:וואס וועט זיין מיט די נאבעל פיעס פרייז?

פארקערט! הערשט יעצט אז ער האט גארנישט אויפגעטון למעשה קען מען עס אים געבן... (ע''ע אבאמא)
Innocent until proven Republican

גראף פאטאצקי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 440
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2018 2:56 pm

תגובהדורך גראף פאטאצקי » מיטוואך מאי 16, 2018 1:03 am

טראמפ האט אלץ צוגעלייגט נאך יעדע מעסעדזש אז שלום ריקט זיך פאראויס, האט ער געזאגט Hopefully וועט עפעס ווערן אין אמעריקע לאזט נישט נאך פון די סאנקציעס קיין טראפ נישט ווי לאנג סאיז נישט דא א דיעל,
סא נישט קיין חילוק וואס דא ווערט יעצט וועלען נערמאלע מענטשן נאך אלץ ארויף קיקן אויף איהם אין קיין לאזער איז ער נישט

אידיש.טייפינג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 416
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2012 12:29 pm

תגובהדורך אידיש.טייפינג » מיטוואך מאי 16, 2018 1:28 am

עס איז ביי מיר נישט געווען קיין ספק, אז דער קליינער גראבער גייט נאך מאכן פורים פונעם גרויסן צעדרייטער...
עס האט צו גוט אויסגעקוקט.
ווער עס האט נאכגעפאיגט דעם צפון קארעער פרעזידענט, ווייסט אז ער איז נישט איינער וועלכער גיט זיך אזוי שנעל אונטער.
זעט אויס אז ער פארשטייט זייער גוט וויאזוי משוגע צו מאכן טראמפ, און האט באשלאסן צו מאכן פון אים דאס גענאר.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 10 געסט