קיף פּיי אוקעי! זעמיר דא מיט אן אפדעיט, מ'האמיר היינט געהאט א לענגערע שמועס מיט א הויכע באאמטע פונעם סאניטאציע דעפט. געבט ער מיר איבער גאר גוטע נייעס! אז CB1 איז אריינגעקומען די חודש פון March ביי פונקט 90.0%, די נאמבערס פון April זענען נאכנישט אריינגעקומען,
ווי אויך האט ער געזאגט אז טאמער קומט מען אריין ביז September העכער 90.0% דאן גייט אלטירנעיט סייד פארקינג ווערן געשניטן צו צוויי מאל א וואך!,
ער האט גאר שטארק אויפגעפאדערט אז מ'זאל רוימען פארנט פון די הייזער, ווי אויכט זאגט ער אז די סאניטאציע דעפט. ארבעט יעצט צוזאמען מיט ראביי ווייזער פון CB1, און ראביי נידערמען פון די UJO צו ארימשיקען צום עולם אויפקלערונגס מאטריאל צוזאמען מיט אינסטרוקציעס אויף די אידישע שפראך וויאזוי מ'קען האלטן די גאסן ריין מיט די מינימאלסטע אנשטרענגונג,
ווי אויכט האט ער גאר שטארק געבעטן אז מ'זאל נישט פארפאסן די געלעגנהייט, ווייל טאמער די קומענדיגע פאר חדשים גייט מען נישט באקומען העכער 90.0% דאן גייט מען דארפן איבערגיין נאך צוויי יאר ביז מ'גייט קענען טוישן די רעגולאציעס.
ומכאן הקריאה יוצאת, תושבי וויליאמסבורג מיר קענען עס באווייזן! ענדיגסט עסן/טרינקן אין קאר? ווארף נישט ארויס די שמוץ פון פענסטער! האלט עס ביי דיר ביז די קענסט עס ווארפן אין מיסט קאסטן, די טוסט א טובה פאר דיר אליינס פאר דיינע קרובים און שכנים און פאר אלע תשבי וויליאמסבורג, מאך זיכער אז פארנט פון דיין בנין ווערט גערייניגט ביז 18 אינטשעס אריין אויפן גאדער,
איר וואוינט אין א בילדינג? פארלאנגט עס פון אייער מענעדשמענט קאמפעני! זיי זענען מחיוב דאס צו טהון, און איר האט דאס רעכט עס צו פארלאנגען! הכלל, לאמיר נישט זיין קיין צועקים לשעבר, ס'גייט זיין זייער אומבאטעמט טאמער מיר גייען דורכפאלן מיט אונזער יעצטיגע פראבע, אפגערעדט פונעם חילל השם...