דארפן טאקע אזויפיל קינדער ביי אונז הילף אין חדר?

אלעס איבער חינוך הילדים

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

פעטעטא קאפ
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 12:24 pm

דארפן טאקע אזויפיל קינדער ביי אונז הילף אין חדר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטעטא קאפ »

מורי ורבותי
איך האב שוין לאנג געוואלט שרייבן איבער דעם נושא, איך האב אבער נישט געוויסט ווי שטארק עס רירט אן דעם עולם, היינט האב איך באמערקט אין א שכינות'דיגע אשכול איבער דעם גרויסן צימישעניש וואס טוט זיך ווען מען דארף קעיר נעמען פון פראבלעמען (ווי איך פארשטיי בעיקר ביי אינגליך) אזוי ווי איך בון שוין היינט א אינגערמאן איבער צוויי צענליגער יאר נאך די חתונה, איך בון שוין אריבער מיינע אייגענע קינדערישע יארן ב"ה וואס האט געהייסן פראבלאמאטיש (באלד וועל איך שרייבן אביסל מער) און איך קען עס שוין היינט ב"ה פארציילן אינפריידן, וויל איך דא יעצט לאזן ליפטערען מיינע געדאנקן וואס קען געבן אפשר גאר א אנדער בליק אויף די גאנצע ענין פון קער נעמען פון פראבלעמען.

ווען איך בון אנגעקומען אלס קינד צו כיתה ג איז געווען זייער נישט גוט די מצב, מען האט דא ציטוען מיט א עכטע פעטעטא קאפ, ער קען נאך נישט קיין עברי, ער האלט נישט מיט דאס לערנען, מיינע עלטערן צוזאמען מיט די געטרייע הנהלה האבן מחליט געווען די איינציגע עצה איז ער זאל איבערגיין א כיתה, איך וועל דא אויסלאזן מיינע אימאצינאלע דורכגאנאנג, למעשה פון דעמאלטס אנגעפאנגען האבן מיינע עלטערן געטון כל מה שביכלתם נישט געשפארט קיין געלט צייט און כח אז איך זאל קענען ווערן אין די כיתה כאחד אדם, עס איז נישט נוגע דא פינקטליך וואס זיי האבן געטון, אבער אלעס וואס איז דעמאלטס געווען אנגענימען פאר ווירקזאם האבן זיי געטון.

למעשה האב איך געהאט א שטאטע קאפ (שא שטיל איך האב עס נאך היינט אויך) איך בון אויפגעוואקסן אין חדר מיט א סטעמפעל פון א שוואכע קאפ, איין יאר האב איך געהאט א געטרייע מלמד (היינט זעה איך ער האט געמיינט געטריישאפט) ער האט געמאכט א קליינע טיש פאר זיין טיש אינמיטן חדר כדי ער זאל זיך קענען אפגעבן מיט פיר שוואכע קינדער פון חדר. און אנדערע ווערטער איך בון געווען א קינד צווישן קינדער אבער נישט איקסעפטעט ווי יעדן, די בעסטע מלמדים זענען געווען די וואס האבן אויף מיר רחמנות געהאט.

מיינע עלטערן זענען נישט אנגעקומען צי ווייט מיט זייער שווערע ארבעט, און דערווייל האבן זיך אנגעריקט די בחורישע יארן, איל וויל נישט אריין גיין אין קיין פרטי הדברים אזויפיל קען איך אייך זאגן עס איז געווען צייטן ווי איך האב געשפירט ממש א טעם גהנם אין מיין לעבן, איך האב נישט געשפירט אז איך האב עפעס געטון שלעכט פון מיין זייט אז איך דארף אזוי ליידן.

איך וועל אסאך אויסלאזן דא, אבער איר קענט פארשטיין אז עס איז געווען ניסם ממש אז איך בון נישט אנגעקומען דארט ווי אנדערע זענען אנגעקומען (מיט ערליכקייט) דאס איז געווען בזכות איין ראש ישיבה ווי אויך גלייב איך מיינע עלטערן האבן נישט געשפארט קיין תפילות, עס איז אויך נישט געווען ווייט אז איך זאל מיך אריין דרייען אין א שווערע דיפרעשן, וואס מיינע עלטערן האבן ב"ה געכאפט צו ראטעווען, א.א.וו. די ליסט איז לאנג, איך קען זאגן ווי אזוי איך זעה אויס היינט איז איין גרויסע נס ב"ה.

נאך די חתונה ווען נישט נאר לערנען איז געווען די ווערט אין לעבן האב איך פשוט אנגעהויבן צו בליען, עס פעלט מיר היינט גארנישט, איך האב היינט ציטאגס שיערים אין גרינגע למידים, עס איז נישטא אין מיין היינטיגע לעבן קיין שום צווישנשייד פון מיר ביז אנדערע מענטשן.

יעצט ווען איך קוק צוריק, טראכט איך צו מיר, וואס פינקטליך האט מען פון מיר געוואלט, מען האט נאר געוואלט איך זאל אריין פיטן אין א פלאץ וואס איך קען במציאות נישט אריין פיטן, וואס וואלט געווען ווען איך ווער אנגענימען אזוי ווי איך בון, אויף א געוויסע אופן זאל דאס האבן א מהלך אז יעדער זאל קענען עפעס נאכקומען וואס מען פארלאנגט פון אים און זיין אנגענימען דערפאר וואס ער טוט לויט זיינע מעגליכקייטן.

איך האב אליינס נישט געוויסט ווי אזוי און וואס איך קען פארשטעלן א מהלך וואס מיין אנוועזנהייט זאל נישט האבן געווען אזא קאטיסטראפע, ביז איינער וואס קען מיך מיט מיין עבר האט מיר געשיקט צוויי בריוון וואס איז געווען און א אויסגאבע אין לאנדאן מיטן נאמען שבת בשבתו, איך גיי עס דא אראפברענגן וירא הקהל וישפוט



לכ' מערכת שבת בשבתו

איך וויל מעיר זיין איבער לערנען פריוואט... (געפרעגט געווארן פאריגע וואך צווישן די בריוו ).

איינער פון די חסרונות היינט צוטאגס איז אז יעדער מוז זיין אייניג, מען פרובירט אלעמאל אויסצושטעלן אלעס און יעדן צום זעלבן דרגא, יעדער אין דער כתה מוז באקומען א מתנה, יעדער מוז האבן געקענט ביי א פארהער וכו׳, ס׳איז נישט דא דער פלאץ אריינצוגיין אין אלע דוגמאות.

אינ'אמת'ן אז מען קוקט אביסל צוריק, ווייסט מען אז אין אלע דורות זענען געווען 'עמך אידן' וואס האבן זיך צוגעזעצט ביינאכט צו א שיעור אין עין יעקב, שבת האט מען געלערנט מדרש א.א.וו. און נישט יעדער האט געמוזט זיין דער קענער, דער תלמיד חכם, וכו' וכו'.

דער קשיא איז, וואו זענען דאזיגע סארט אידן היינט? און וואו איז דער שיעור פון עין יעקב נעלם געווארן? איז טאקע יעדער היינט מסוגל צו לערנען ביינאכט גמרא בלאט נאך בלאט? צי איז טאקע נישט פארהאן קיין אידן וואס וואלטן ענדערש געשעפּ ט זייערע חיות פון אגדה המושכות את הלב?

נאר דער תירוץ איז ווייל קיינער וויל זיך נישט ערקלערן אז איך בין אנדערש, איך בין א קלענערע בעל השגה, און לו יצויר ס׳וועט זיין א שיעור עין יעקב ביינאכט, וואלט זיך יעדער געשעמט זיך צוזעצן צו אזא שיעור,

הגם ער באלאנגט זיכער יא צו אזא סארט שיעור. יעצט צוריק צו לערנען פריוואט, מען מיינט אז א אינגל אדער בחור וואס איז שוואך אין לערנען, מוז מען משלים זיין מיט אים פריוואט ״אלעס״ וואס זיינע חברים אין כתה לערנען, ער מוז מיט לערנען די סדרי הישיבה פונקט ווי יעדעם.

דא הייבט זיך אן דער גרייז, ווער זאגט ער מוז לערנען דעם שיעור פון דער וואך? ווער זאגט ער טאר נישט זיין קיין אויסנאם? וואס וואלט אים געפעלט ווען ער לערנט צו אפאר משניות פון א לייכטע מסכת א וואך, און אפאר מדרשים פון דער פרשה, אדער טאקע עין יעקב על הסדר.

אדרבה ואדרבה ווען ער לערנט ווען דאס, וואלט דאס קינד/בחור דאך אויפגעשיינט, און אויפגעלאכטן זעהנדיג דאס שיינקייט פון דברי אגדה, ער דערזעהט זיך אין א קורצע צייט מיט עטליכע פרקים משניות אין דער האנט. און דאס וואלט אים געגעבן מוט און חיות זעהנדיג ער איז יא מסוגל אויפצוכאפן א לייכטע סארט לערנען, וואלט דאס אים ארויסגענומען פון זיין צובראכנקייט מיט זיינע יאוש׳דיגע מחשבות מיט וועלכע ער טראגט זיך כסדר ארום, אז פון אים וועט שוין גארנישט זיין.

איינמאל מחנכים און מנהלים וועלן דאס אנערקענען, וועט בעז״ה אויפוואקסן פון די ישיבות אינגעלייט וואס זענען מחשיב צו לערנען משניות, אגדה, עין יעקב, חק לישראל, איינמאל ס׳וועט ווערן א פארלאנג וועט זיך בעז״ה אנהייבן צוריק איינפעדעמען אין די בתי מדרשים שיעורים אין עין יעקב, מדרשים וכו׳, עס וועלן שוין ווערן מקשיבים אויף אזא סארט שיעור. און ועל כולם, די דאזיגע סארט אידן וועלן אנהייבן אויפצובליען, און שפירן א טעם אין קראנטע אידישקייט, וועט שוין ממילא בטל ווערן אלע סארט כלי משחית, און זיינע קינדער וועלן אים שוין נישט דארפן ארינטערוקן די שומרים קארטלעך. והכל על מקומו יבוא בשלו׳.

ע.ר.


כבו' מערכת שבת בשבתו, ביטע אריינלייגן צווישן די בריוון, ייש"כ

איך מיין דער שרייבער (פאר עטליכע וואכן צוריק) האט פארזעהן נאך א וויכטיגע טויש אין די ישיבות, און איך מיין אז דאס איז דער אמת׳ער סיבה פארוואס דער עין יעקב שיעור איז נעלם געווארן היינט צוטאגס.

בנוהג שבעולם, אידישקייט האט זיך אלעמאל געוואויגן לויט וויפיל יר״ש דער בחור האט פארמאגט און דייקא נישט לויט זיין כשרון, נישט לויט וויפיל בלעטער גמרא מען האט זיך פארהערט האט מען אנגענומען אין ישיבה, נאר לויט וויפיל מען האט מורא פון א עבירה, און לויט ווי מען פירט זיך מיט זהירות ביי עסק המצוות ועבודת התפילה, ווי מער איד און ווי מער יר״ש, אט דאס, און נאר דאס, איז געווען דער ענדגילטיגע קובע אויב דער בחור׳ס פלאטץ איז אין ישיבה. כידוע די מעשה מיטן הייליגן חת״ס זי״ע וועלכע האט נישט געוואלט אננעמען א בחור ביי זיך אין ישיבה, וויבאלד יענער האט געטרעטן אויף סכך. אין רוסלאנד זענען געווען ישיבות וואס אויב מען האט געטראפן א בחור אינמיטן נאכט שלאפן אן א קאפל, ד.מ. דאס קאפל איז אים אראפגעפאלן, האט מען ארויסגעווארפן דעם בחור!

זינט דער טישטוש הגבולים פון די עולם הישיבות, האט יר״ש אן לומדות פארלוירן דאס חשיבות, סיי די ישיבות וואס באפאסן זיך מיט עיון, (ד.מ. אז די חשיבות פונעם מגי״ש מעסט זיך, ווי ווייניגער בחורים פארשטייען ״נישט״ דעם שיעור, אלץ א בעסערע מגי״ש הייסט מען). סיי די ישיבות וועלכע די בחורים פארהערן זיך ווי מער בלעטער גמרא מיט א רייץ. הצד השוה שבהם, דער סך הכל פון ביידע סארטן ישיבות איז, אז דער אטמאספערע פון די ישיבות ווערט אז נאר בעלי כשרון האבן אן ערך און א חשיבות, און א תמימות׳דיגע בחור א יר״ש, וועלכע איז נישט דער גרעסטער בעלי כשרון, (יאגט נישט אן די בלעטער גמרא, פארשטייט נישט פונקטליך דער הגדרה פון מגו כח הטענה וכו׳), אזא בחור האט בכלל נישט קיין ערך און קיין חשיבות און קיינער קומערט נישט אויף אים, און קיינער שעצט אים נישט פאר זיין ערליכקייט.

דער פועל יוצא פארשטייט יעדער, אז א בחור וואס פארמאגט נישט קיין שום ערך און חשיבות אין זיין איצטיגע סביבה, און ער ווערט געפאלן ביי זיך זעלבסט, אזא בחור פארמאגט נישט קיין שום סיבה אנצוגיין מיט זיין פשוט׳ע סדר היום פון דאווענען ערליך זאגן תהילים מיט א תמימות און א פשטות, ווייל קיינער פון די ישיבה-סטעף שעצט אים נישט דעפאר.

פון אזא סארט געפאלנקייט ביז טעכנעלאגיע, איז שוין ליידער א קאצן שפרינג, ווייל ווי נאר דער בחור שארט זיך צו צו א חבורה פון שוואכערע עלימענטן וואס האבן צוטריט צו כלים, דארט באקומט ער תיכף ומיד א הערצה און א חשיבות, ער ווערט שוין א מאן דאמר.

און מנהלים און ראשי ישיבות באקלאגן כסדר דעם טעכנעלאגיע פראבלעם, און טוען נישט אנערקענען אינעם שורש פון נישט
מחשיב זיין שוואכערע בעלי כשרון, ״בלויז״ פאר זייער ערליכקייט, און נישט פאר זייער כשרון.

מען דארף מחזיר זיין עטרה ליושנה, און וויסן און פארשטיין וואס ערליכקייט מיינט, און זיכן נאכצוגיין אמאליגע ישיבות, פון אונזערע רבי׳ס זי״ע, ליינען און נאכקוקן די אמאליגע הלוך ילך פון די הייליגע אונגערישע ישיבות, און מקיים זיין דעם צאו לך בעקבי הצאן.


צו וואס איך וויל צוקומען, איך וויל צוקומען צו די קשיא מיט וואס איך האב אנגעהויבן, דארפן טאקע די אלע קינדער וואס קענען נישט מיטהאלטן אין חדר די למידים דורך גיין דאס וואס איך בון דורך, דארף ער טאקע אזויפיל צולערנען מיט אינגעלייט כדי ער זאל (נישט) קענען עפעס העכער זיין מעגליכקייט, אפשר קען מען שניידן אסאך פון די פראבלעמען וואס עלטערן אין קינדער גייען דורך ווען עס הייבט זיך אן בלויז ביי דעם אז ער קען נישט מיטהאלטן אין חדר, דאס קינד פעלט גארנישט, ער האט זיך זיינע כשרונות מיט וואס ער גייט הערליך קענען לעבן דערמיט, פארוואס מאכן א פראבלעם און נאכדעם זוכן הילף דערפאר, און ווי עס זעהט אויס אין די דערנעבענדיגן אשכול קומט מען ניטאמאהל אן צו קיין סילאשענס אין זייער אסאך פעלער, זיכער קומט מען אינערגעץ נישט אן, ווייל מען זוכט נישט צו העלפן דעם קינד לפי דרכו, נאר לפי דרכו פון די כיתה.
פעטעטא קאפ
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 12:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטעטא קאפ »

דאס איז די אשכול וואס האט מיך געמאכט עפענען דעם אשכול
viewtopic.php?p=1657186#p1657186
משהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3071
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהלע »

שפתיים יישק
משהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3071
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהלע »

אין בעלזא ישיבה אין ירושלים אויף אגריפס און אפשר אין נאך ישיבות איז לעצטענס אפיציעל צוטיילט געווארען די ישיבה אן קיין סטיגמא. איין חלק לערענט עיון און די אנדערע חלק לערנט מער בקיאות. No longer one size fits all.
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5641
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

ריכטיגע טיפע רייד, ווי האט א ערליכע רב געזאגט אמאל און קאנטרי ברענג אריין א חיות דקדושה און די בחורים און אינגעלייט פיל זיי אהן דער צייט מיט לעכטיגע רייכקייט וועלן זיי שוין נישט האבן קיין צייט צי זיין פארנומען מיט די אלע זאכן וואס ברענגען אראפ די מענטש.
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3547
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

שטארקע ווערטער.

אבער וויאזוי קען מען טאקע וויסן צו א געמיש פון פארשידענע נעגאטיווע סימנים ביי א קינד פאדערט נישט אויפמערקזאמקייט?

עס איז זיכער גרינגער צו זאגן אין אזא פאל א ס'איז גארנישט, ער וועט זיך שיין אריינוואקסן. אבער כבר צוחו די אלע בריוו ארטיקלען אין די אויסגאבעס כי כרכיא אז מען טאר ח"ו נישט איגנארירן די סימפטאמען, ווייל ווי לאנג מען איז נאך אינג קען מען נאך עפעס אויספועל'ן.
פעטעטא קאפ
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 12:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטעטא קאפ »

איך רעדט ווען פון חדר הייבט מען אן זיך אפצורעדן אז דאס קינד האלט נישט מיט, דאן, אויב פעלט גארנישט פארן קינד א חוץ דעם, איז גאנץ קלאר אז מען גייט יעצט אנהייבן בויען א נייע פראבלעם קינד.
דאס אליין אז מען האלט נישט מיט איז נישט קיין סיבה צו מאכן א קעיס פון א קינד, זיכער וועט צוקומען נאך סימפטאמען פון ציקלאפטקייט און אנטי סאשעל וואס קומט נאר נאכן נעמן דעם קינד און מאכן אנאיקסעפטעט אין זיין געזעלשאפט, אפילו מען וועט זיין געטריי און העלפן מיטן גאנצן הארץ שפירט דער קינד ווי ער איז א פראבלעם וואס מען געט זיך אפ. איך האב עס געשפירט אויף מיינע הויט.
עבודת_הבורא
שר חמש מאות
תגובות: 649
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2011 4:37 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עבודת_הבורא »

טייער גערעכט, זאל נאר די מעסיטש אנקומען צום ריטיגען אדרעס.
אוועטאר
אהרן הלוי
שר האלף
תגובות: 1499
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 18, 2018 1:42 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהרן הלוי »

משהלע האט געשריבן:שפתיים יישק
צוויי אפציעס זענען פארהאן פאר דער טיפע "דורות" שאלה:
1. טיפע אהבה; 2. טיפע חכמה.
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

משהלע האט געשריבן:אין בעלזא ישיבה אין ירושלים אויף אגריפס און אפשר אין נאך ישיבות איז לעצטענס אפיציעל צוטיילט געווארען די ישיבה אן קיין סטיגמא. איין חלק לערענט עיון און די אנדערע חלק לערנט מער בקיאות. No longer one size fits all.

און
פעטעטא קאפ
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 12:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטעטא קאפ »

האמת ניתן להיאמר
איך גיי איבער די דעם פראבלעם מיט צוויי פון מיינע קינדער, און מען קען זאגן אז אין חדר זעלבסט איז שוין היינט שוין נישט אזוי שווער דורך צו גיין די קינדערישע יארן מיט א שוואכערע קאפ, אבער דער פראבלעם הייבט זיך יא אן אין ישיבה, דארט איז ממש נישט דא קיין פלאץ פאר איינעם וואס קען נישט מיטגיין מיט די סטאנדארט פון די ישיבה, סוי פון איין זייט איז עס גוטע נייעס אז דער מצב האט זיך במשך די יארן געטויש לטובה אין די חדרים, אבער אין ישיבה איז עס ממש ווי א דעד-ענד. מען האפט בקרוב צו זעהן די נייע עין יעקב שיעורים אין בית מדרש פון חשובע ערליכע תמימות'דיגע אינגעלייט וואס זענען שוין מער גארנישט אינטערשטעליג מיט זייער יראת שמים פון זייער חברים מיט די גיטע כשרונות, כי לא ידח ממנו הדח, אויב וועט איר זעהן איין עלטערע אינגערמאן צווישן די אינגעלייט וועט ער שוין וויסן אז דאס איז פעטעטא קאפ אליין.......
חשוב'ע טאטע
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 6:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חשוב'ע טאטע »

ר' פאטעאטא
וואס ביזטו מציע? אז מען זאל לאזן דעם קינד זיצן אין חדר בלי עזר? זאגסט דאך אליין אז עס איז געווען א גהינם!
אדער זאל מען איהם ארויסנעמען פון חדר?

איך האב נאך אלץ א צעמישעניש....
אוי, טאטע קרוין!
מחנך ב2018
שר מאה
תגובות: 129
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 26, 2018 12:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחנך ב2018 »

צום קעפל: ניין, פיל מער דארפן באמת.
פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4436
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראויס »

מחנך ב2018 האט געשריבן:צום קעפל: פיל מער דארפן באמת.
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

כ'וואלט שטארק רעקאמענדירט צו הערן די דרשה פון ר' שמעון גרין ביי שבת קרבתנו
ס'איז טאקע אין ענגליש אבער אין זייער א לייכטע ענגליש
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

מחנך ב2018 האט געשריבן:צום קעפל: ניין, פיל מער דארפן באמת.

חלילה וחס!
פעטעטא קאפ
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 12:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטעטא קאפ »

איך בון מציע אז די וועליו פון א קינד זאל נישט זיין געמאסטן לויט וויפול ער קען. מען אפרישיעט אין חדר נאר איינער וואס קען מיטהאלטן דאס לערנען, איינער וואס נישט האט נישט קיין שום שוויות.

א קינד גארט צו ווערן אנערקענט ביי זיינע רבי'ס און חברים, אויב טרעפט ער עס נישט אדער ווערט ער דיפרעסט. אויב האט ער מער אויסדויר קראפט וועט ער ציווארטן ווען עס וועט ווערן ושבור עול, און פארשטייט זיך אז דאס קומט מיט א פרייז... ביידע זאכן קומען מיט נישט גוטע תוצאות.

יעצט וויאזוי מען זאל דאס אויסשטעלן, איך ווייס נישט פינקטליך, אזוי פיל ווייס איך אז ביי די מיידליך איז דער פראבלעם כמעט נישט דא אקעגן וואס איז דא ביי אינגלעך. א מיידל האט א געוואלט מיט אפיוטעניטיס וואס איז עמטליך מצד די סקול ווי זי קען געניסן פון אנערקענונג.

איין געדאנק
רוב פראבלעמען איז ביים לערנן גמרא, דארט ווי עס קלאפט אויס אז נישט יעדער האט א קאפ וואס קען זיך אזוי פלינק דרייען פון איין זייט צום אנדערן, א גמרא קאפ האט נישט יעדער, פארוואס קען נישט זיין נאך למידום וואס די קינדער וואס קענען נישט גמרא זאלן דארט ארויסגעהויבן ווערן.
פעטעטא קאפ
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 12:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטעטא קאפ »

מחנך ב2018 האט געשריבן:צום קעפל: ניין, פיל מער דארפן באמת.

אמת אויב די שוויות פון א יעדע אידיש קינד וואס איז אראפ געקומען איף דער וועלט איז נאר בכדי ער זאל קענען מיט האלטן אין די כיתה, אגב זעהט מיר טאקע אויס ווי די האסט נאר געלייענט דעם קעפל.
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4965
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

פעטעטא קאפ האט געשריבן:
מחנך ב2018 האט געשריבן:צום קעפל: ניין, פיל מער דארפן באמת.

אמת אויב די שוויות פון א יעדע אידיש קינד וואס איז אראפ געקומען איף דער וועלט איז נאר בכדי ער זאל קענען מיט האלטן אין די כיתה, אגב זעהט מיר טאקע אויס ווי די האסט נאר געלייענט דעם קעפל.

ר' פעטעטא קאפ, דער ר' מחנך איז נישט אזוי ראנג, אזוי פיל קינדער דארפן טאקע הילף אין חדר!!!

נאר די סיבה איז אנדערש, נישט ווייל די קינדער זענען דעם פראבלעם, נאר דאס חדר סיסטעם איז א פראבלעם

מיין אינגל'ס מלמד רופט מיר אן, אז מיין אינגל האט א פראבלעם אין ענגליש, און אפשר דארף מען צולערנען מיט אים, האב איך געבעטן מ'זאל אהיים שיקן צעטלעך, און איך וועל אליינ'ס צולערנען מיט אים, וואס ס'פעלט אויס, (דער מלמד זאגט מיר אויך אז ס'איז נאר א קלייניקייט, וואס איך קען אליין משלים זיין, נאר ער, אלץ זיין א מלמד פאר נאך 30 קינדער קען נישט זיך אפגעבן פערזענליך מיט יעדן איינעם ממש), למעשה האב איך קיין מאל נישט באקומען קיין צעטלעך

נאך אפאר מאל רופן דעם מלמד און בעטן די צעטלעך, איז ארויס געקראכן דער קאץ פון זאק, דער מלמד דערציילט מיר, אז ס'דא א אינגערמאן וואס דארף געלט, און ער איז עפראוו"ט ביי די שטאט צו צילערנען מיט קינדער, און ער גייט אנהייבן לערנען מיט קינדער, וויל ער וויסן צו איך בין גרייט מיין אינגל זאל אויך לערנען מיט יענעם יונגערמאן.

איך האב דאס אוודאי קאטאגאריש אפגעזאגט, דער אינגערמאן איז נאר דא פאר געלט!!! ווייס איך נישט ווי גוט ער איז בכלל, והשנית, מיין אינגל דארף נישט ווערן א קעיס, און ארויס גיין אינמיטן קלאס (וואס ס'איז גענוג, אז אויף מיר האבן מיינע חברים געטייטלט, קוק שמו גייט שוין ווידער לערנען מיט זיין טוטע"ר, און דאס געפיל איז שרעקליך, און האט סיירעפעקט'ס סיי במשך דעם גאנצן טאג, און יאר, און חדר יארן, און סיי אין ישיבה קטנה, ווי איך האב באקומען אפאר חדר חברים, און האבן געדענקט דעם "גליקלעכן" עבר, ווען איך האב געהאט די פרייוועליגיע ארויס גיין צולערנען מיט א טוטע"ר און גראדע מיין פראבלעם איז געווען אז איך האב צו א שארפע קאפ און איך בין שנעלער פון מיין קלאס, דעריבער האט מען מיר פאראומגליגלעך געוואלט מאכן),
למעשה דער מלמד האט מיר איבערגעקלוגט, און פרובירט באהיינפלוסן מיין אינגל, ער זאל דאס אליין וועלן,

שומו שמים, א אינגערמאן דארף מאכן געלט, און די חדר באקומט א אפוטקה, און דעריבער דארף מיין אינגל פאלן א קרבן? (ויש עוד להאריך בזה ואכהמ"ל).
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
פעטעטא קאפ
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 12:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטעטא קאפ »

דאס איז א נושא פאר זיך
איך הער יעצט ר' שמעון גרין ער ברענגט ארויס מיין אישו זייער גוט.
פעטעטא קאפ
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 12:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטעטא קאפ »

ער ברענגט ארויס אז דאס וואס דאס קינד דארף הילף איז נישט ווייל ער דארף בעצם הילף, נאר ער ווייל אויב ער וועט נישט באקומען הילף וועט ער נישט פיטן אויפן בעט, ווער זאגט אז יעדער דארף פיטן אויפן זעלבן בעט, ער מעג באקומען וועליו פון זיינע רבי'ס און עלטערן ווען ער דשאסט אזוי ווי ער איז.
מחנך ב2018
שר מאה
תגובות: 129
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 26, 2018 12:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחנך ב2018 »

פעטעטא קאפ האט געשריבן:
מחנך ב2018 האט געשריבן:צום קעפל: ניין, פיל מער דארפן באמת.

אגב זעהט מיר טאקע אויס ווי די האסט נאר געלייענט דעם קעפל.

גערעכט
פעטעטא קאפ
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 12:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטעטא קאפ »

הערט אויס שמעון גרין און הערט אויף טאפן א וואנט, איך וויל נישט פארדרייען די שכינות'דיגע אשכול אבער דאס וואלט איך געזאגט דארט.
איין זאך וואס איך פאשרטיי נישט פון אים איז, איך בון שוין מסכים צו וואס ער זאגט אבער וואס טו איך ווען די מוסד האט יא א פראבלעם און זיי ווילן עס נישט אוזי אנקוקן.
פעטעטא קאפ
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 12:24 pm

באקומען אין אישי - מיט רשות עס צו קאפי'ן דא.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטעטא קאפ »

איך בין א תלמיד פון שערי יושר ר' שלמה לעזער האט מיר פארציילט אז ער איז אמאל געווען אין ארץ ישראל ביים גערע רבי זז"ג, און ער האט איבער געשמועסט מיט עם שאלות אין חינוך.

בין הדברים, האט ער געפרעגט דעם רבי'ן "וואס טוט מען מיט א בחור וואס האלט נישט ביים לערנען?"

די גערע רבי האט עם איבערגהאקט, וואס הייסט ער האלט נישט ביים לערנען? אפשר וויל ער נישט לערנען וואס דו ווילסט אז ער זאל לערנען. אבער אפשר א גרינגערע מסכתא, אדער חומש, נ"ך, הלכה, משנה ברורה, קיצור שלחן ערוך וואלט ער יא געלערנט מיט חשק. האט מען שוין פראבירט עם צושטעלן א לימוד וואס איז מער צוגעפאסט פאר עם?

ר' שלמה האט געפרעגט אז ס'איז דאך א ישיבה, אבער די רבי האט געטנעה'ט אז אוודאי האלט ער ביים לערנען, ער וויל לערנען דעם אייבערשטענ'ןס תורה, ער וויל נישט אדער ער קען נישט לערנען די ישיבה'ס תורה, דאס וואס די ישיבה האט אויסגעשטעלט פאר אלע בחורים.

עכת"ד
פעטעטא קאפ
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 12:24 pm

א גריס אייך פון גער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטעטא קאפ »

אזוי ווי איך האב באקומען די אישי וואס איך האב געברענגט דא פריער, האט מער די נייגער גענאגט אביסל צו וויסן אביסל מער פינקטליך וואס עס טוט זיך אין גער

און צו די פאלגענדע בון איך אנגעקומען

סדר הישיבה מער פאר די מיטעלע
דארט האט די רבי געטון גאר א אינטערסאנטע זאך, מיט דעם וואס ער האט דארט אינגאנצן מבטל געווען די לימוד פון עיון. עס איז בכלל נישטא קיין שיעורים. מ'לערנט און מ'חזר'ט (אויך אלעס פון די פריעדעיגע יארן), און מ'פארהערט זיך. לכאורה איז דאס עפעס א שיטה פון צושטעלן די סדר הישיבה מער פאר די מיטעלע און דווקא די שטערקער בעל כשרון זאל צולערנען אין די זייט עפעס מער. ווי אויך איז דארט איינגעפירט עטליכע אפטיילונגען וואס די רמי"ם זענען מייעץ יעדען בחור וועלכע פלאן ער זאל זיך אויסוועלן, לויט וואס ס'איז צוגעפאסט פאר עם.

גמרא רש"י לערנער'ס "מיינע בחורים"
עס זענען דא וואס לערנען גמרא תוס', אדער גמרא רש"י (א ספעציעלע דגוש האט די רבי געמאכט אז די גמרא רש"י לערנערס זאלן נישט ווערן אראפגעקוקט, ער רופט זיי אן "מיינע בחורים", ער קען אפילו אמאל צושטיפן דווקא א שטארקע בעל כשרון זאל לערנען און חזר'ן און זיך פארהערן ש"ס גמרא רש"י).

"דפים בש"ס"
אויך איז דא א אפטיילונג וואס זיי רופן דאס "דפים בש"ס". ד.ה. אז מ'לענרט אדורך די גרינגערע בלעטער אין די מסכתות. עס איז דא רשימות יעדער מסכתא וועלכע בלעטער לוינט זיך צו לערנען, עס זענען ספעציעל גרינעגרע בלעטער, מיט אסאך ידיעות. די בחור פילט זיך א מיליאן דאללער. ס'איז מסודר מיט א סדר, ער חזר'ט דאס איבער, און ער פארהערט זיך אויף דעם. און ער קען פונקט ווי אלע, באקומט אויסצייכינגען און מתנות אויף זיין לערנען.

על כל פנים די געדאנק איז אז מ'לאזט זיך אראפ צו יעדעס בחור עם אויסצושטעלן
עפעס וואס ער קען אין דעם מצליח זיין.
שרייב תגובה

צוריק צו “חנוך לנער”