ען.וויי.יו. שטעלט אפ די אקטיוויטעטן פון "פרויען ביקור חולים ד'סאטמאר".

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

שטאטסמאן
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 15, 2016 7:01 pm

ען.וויי.יו. שטעלט אפ די אקטיוויטעטן פון "פרויען ביקור חולים ד'סאטמאר".

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאטסמאן »

געהערט אז די NYU שפיטאל האט פון איין מינוט אויף די צווייטע אפגעשטעלט אלע אקטיוויטעטן פון סאטמאר ביקור חולים וואס גייט שוין אן פאר 60 יאר, מיטן אויסרייד אז ס'איז א טויש אין פאליסי.

איינער מיט מער דעטאלן?
אויב האסטו גארנישט צו פארלירן, קענסטו נאר געווינען!
לייבעלע הירש
שר חמש מאות
תגובות: 889
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 28, 2017 8:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייבעלע הירש »

העמיר ווארטן צי הערן פין אינזער מאטאריסט
אוועטאר
קליינטשיגער
שר חמש מאות
תגובות: 755
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 11, 2017 2:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליינטשיגער »

זייער שווער צו גלייבן, ווייל די שפיטעלער ארבעטן זייער שווער צו האבן דעם היימישן עולם, כלייב נישט אז דא וועלן זיי חרוב מאכן זייער ארבעט.
נאר נייעס
שר חמש מאות
תגובות: 609
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 23, 2010 3:29 pm
לאקאציע: האלעוויי ווען איך ווייס......

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר נייעס »

זיי האבן נישט אפגעשפארט די בקור חולם
נאר די חלק אז פרויען גייען ארום און די רומס און געבן עסן פאר די קראנקע....
אז מען רעד פון די מלאך קומט די ..........
[email protected]
אוועטאר
פערדס מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1527
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 10:39 pm
לאקאציע: איך ווייס נישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פערדס מיניסטער »

נאר נייעס האט געשריבן:זיי האבן נישט אפגעשפארט די בקור חולם
נאר די חלק אז פרויען גייען ארום און די רומס און געבן עסן פאר די קראנקע....


דאס קען זיין, עס קען זיין אז זיי האבן א נייע פאליסי אז מען טאר נישט גיין צו א פרעמדע שטוב.
בר דעת
שר האלף
תגובות: 1415
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 25, 2011 1:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בר דעת »

New York
NYU Hospital Broiled In Controversy After Barring 60 Year Old Volunteer Organization
May 6, 2018

NEW YORK
NYU MEDICAL CENTER located at 550 1st Ave, in Manhattan has stopped a decade’s old practice of letting Satmar Bikur Cholim visit by professional volunteers and their ability to serve and offer basic social services to patients and their families. In a sudden change of policy, the NYU Hospital administration didn’t notify any volunteer organization professionals that they will not be allowed to give food to patients or advocate on behalf of any patients. The new policies have seriously effected urgent services the organization provides.

There have also been allegations of mistreatment by NYU hospital towards patients.

Is NYU hospital taking revenge on Bikur Cholim for their patient advocacy and proven track record of saving lives through their advocacy? GifterInGotham spoke to a few patients at NYU hospital and other local hospitals and was told this is more than just a food issue.

Patients stated the work that Bikur Cholim and other organizations do for patients is so important that there must be intervention from community leaders to not let this go unnoticed. One patient said, “it might sound extreme but people will die without the Bikur Cholim type of advocacy.” Some advocates maintain Obama care is part of the problem by putting a tremendous strain on hospitals looking at patients as a profit vs non-profit and mention elderly patients are not worth saving by NYU standards and other hospitals.



Why is bikur cholim important?
People need to feel connected to the community especially when they are ill or homebound.
Bringing the community to the bedside lifts the spirit of those who may feel forgotten.
Studies have shown that social contact and support positively influences those needing and receiving comfort.
Visiting and caring activities help build community and character.
Kosher food helps the patients eat in a timely manner. Patients rely on the Bikur Cholim food and tend to skip meals if they do not get their packages. Nutrition issues crop up when patients skip meals or do not eat an entire day.
Advocacy on behalf of patients and family members.
These are just some examples of the incredible work that Bikur Cholim volunteers do on a weekly basis. After 60 years with minimal issues, the Jewish community has every right to get a detailed explanation as to why Bikur Cholim is not allowed to continue their amazing services.

For the past few decades, the Satmar Bikur Cholim led by the late Mrs. Miriyam Lubling has serviced the patients of NYU MEDICAL CENTER with the highest level of professionalism. All the volunteers are highly trained and certified to provide patients with support and attending to the families emotional and personal needs.

The food commissary run by the Bikur Cholim is certified by the NY State and NYC Dept of Health and is built with the highest quality to meet the strictest of hygiene and cleanliness, standards. Satmar Ladies Bikur Cholim founded before WWll and brought over with the refugees to the USA and has been servicing the sick and needy in NYC ever since its inception. From Medical referrals to respected institutions and Physicians the tireless volunteers of Satmar Ladies Bikur Cholim do not sleep! They deliver food daily by family’s request to hospitals where there is a need. They cover a void the hospital cannot cover because of culture and special requests.

GifterInGotham reached out to Bikur Cholim for comment on the controversy and was told, “The situation has now reached a crisis point where a total disregard for any cooperation and total disregard for a long relationship between the Bikur Cholim and NYU has been placing families and patients in danger. This action taken by NYU came without any communications and discussion with BikurCholim.”

“We ask the respected Dean Grossman of NYU hospital to speak to Dr. Andrew Brotman and see why he is disrespecting 60 plus years of the tradition of giving towards others and why disrespect NYU patients that are asking for their special requests to be covered? Please allow the Bikur Cholim to continue their mission.”

Calls to the hospital for comment have been ignored. Bikur Cholim says they have been trying to get an official explanation from NYU hospital for two months and have not received any response other than they will look into the matter which was a few weeks ago.



Bikur Cholim asks New York City residents to please contact Dean Robert I Grossman Of NYU and show your dissatisfaction with the status quo.

DEAN ROBERT I GROSSMAN EMAIL IS [email protected]

FOR FURTHER INFO CALL THE OFFICES OF BIKUR CHOLIM AT 718 387 7749

NO COMMENTS
LEAVE A REPLY
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

זייט האריקעין סענדי איז שוין בכלל געווען א ביקור חולים שטוב אינעם שפיטאל קאמפלעקס?
לייבעלע הירש
שר חמש מאות
תגובות: 889
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 28, 2017 8:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייבעלע הירש »

יוראפ האט געשריבן:זייט האריקעין סענדי איז שוין בכלל געווען א ביקור חולים שטוב אינעם שפיטאל קאמפלעקס?

יא
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5672
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

יא, אינ'ם בנין קעגנאיבער.
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
אוועטאר
יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3075
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאצמעך »

בר דעת , פון וואנענט קומט די ארטיקל?
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9083
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

רשעות קאלטע סעלצער
בר דעת
שר האלף
תגובות: 1415
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 25, 2011 1:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בר דעת »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:יאצמעך

http://gifteringotham.com/nyu-hospital- ... anization/


קומט טאקע פון דא, עס זעהט אויס ווי אן אפיציעלע פרעס ריליעס פון ביקור חולים.
אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3620
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלשון »

Think and Thank האט געשריבן:יא, אינ'ם בנין קעגנאיבער.

נעה, שוין צוריק אין די מעין לאבי פון די מעין בילדינג
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)
אוועטאר
יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3075
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאצמעך »

שכח טשבאדעלע, וואס איז די סייט? אידיש, גוי׳ש, געמישט?
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.
דער קוטשער
שר חמש מאות
תגובות: 776
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 14, 2009 9:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער קוטשער »

נישט צום גלייבן, עה, יא צום גלייבן. אויב איך וועל אנהייבן שרייבן וועגן די שלעכטיגקייט און רשעות פון NYU וועט נאך אויסזעהן ווי יעצט ווען ס'דא היץ שרייעך.

אבער פאר מיינע ארומיגע האבעך שוין געזאגט ווען איך האב אליין געהאט מיין עקספיריענס דארט, מיטהאלטנדיג די רשעת אליין.

נישטא נאך אזא שלעכטע שפיטאל ווי ווייט איך ווייס.

אריין און ארויס, נישט קיין אויסטערליש, פאר א אפענדיקס, א שמחה, שוין, ס'נאנט צו ווילי, אבער פאר טריטמענט אדער לענגערע מעדיקאל באגלייטונג שטייט'ס ווייט דערפון ווי פון פייער, ס'איז שלעכט, זיי זענען שלעכט, נישט פון היינט.

וואס זאגן די לעיזאנ'ס?

א רפואה שלימה ובשורות טובות.
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9083
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

Statement from NYU

Statement:

“NYU Langone Health and NYU Langone Hospital-Brooklyn have robust and well stocked Bikur Cholim rooms, and we are in the process of building another one at our Orthopedic Hospital. In addition, these hospitals have a 24/7 clinical liaison program, a pastoral care program, and wide availability of kosher food through the kitchen and cafeteria. We always have and will continue to address the cultural and religious needs of the communities we serve. For the safety and privacy of our patients, we have limited outside volunteers, vendors, delivery people and other non-visitors and staff from going directly onto patient floors, and into patient rooms. If any family cannot visit the Bikur Cholim room, our volunteers deliver food directly to them consistent with their medical condition. Most of the community and outside organizations understand and agree with this policy, but a few volunteers want unsupervised access to patient floors and rooms and have tried to distort the truth. We will continue to serve the community with respect, privacy, and most importantly the highest quality medical care.”
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8838
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

וואס שטייט אין די לענגערע ענגלישע באריכט?
איך האב עס נישט קיין געדילט אפצוליינען
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

זיי שלאגן זיך שוין א לענגערע וויילע מיט ביקור חולים, וועלנדיג אפהאלטן דאס ארומטראגן די עסן.
דער קוטשער
שר חמש מאות
תגובות: 776
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 14, 2009 9:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער קוטשער »

ווייסט איינער אויב חסד 24 אדער חי' לייפליין קענען יא דעליווער'ן עסן אין די שטובער?
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9083
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

פון זייער שפיץ פון זעען (פוינט אוו וויאָ) איז זייער פארשטענדליך אז א שפעטאל זאל נישט לאזן ברענגען פרעמדע ווארימע זיפ, פיש, און סאלאט אריין און ICU. מ׳הערטעך אזויפיל וויירוס׳נס, עלערדזשיס וואס קומט אחוס פון עסנווארג. ס׳חידוש׳ט מיר אז זיי האבן יא צוגעלאזט ביז איצט.

אז איינער שמאגעלט, נא. פארקערט. תבוא עליו ברכה. אבער פארפירן אז מ׳לאזט נישט? פארוואס עפעס. עגען. כ׳קען נישט די דיטעיל׳ס, איך רעד נאר עקארגינג צו וואס איך ליין דא.

זאלן אלע חולי ישראל זיין געזונט און פריש, קענען זיין אינדערהיים געזינטערהייט. נישט ברויכן צוקומען צו די פיינע מאכלים וואס מ׳שמאגלט זיי אריין צו שפעטאל בעט.
רשעות קאלטע סעלצער
דער קוטשער
שר חמש מאות
תגובות: 776
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 14, 2009 9:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער קוטשער »

בכלל נישט פארשטענדליך.

זיי שרייבן וואלאנטיר'ס, איז דאס מקימי אויך?

זיי זענען שלעכט און האבן פיינט דאס מענטשהייט.

ווען א טונקעלער ליגט דארט, און די משפחה שרצים קומען טאנצן אויפ'ן קאפ און פירן זיך אויף ווי ביי זיך אינדערהיים איז סעפטי און פריוועסי.
משא"כ ווען די נשים צדקניות קומען שטיל און איידל, מאכן זיכער מ'האט וואס מ'דארף די מערסטע וואס שייך, רעדן א ווארט צו די משפחה אדער צום פאציענט אז מ'קען, דאס איז קעגן סעפטי און פריוועסי.

NYU עט'ס זענס שלעכט און גארנישט מער.

זאל אלע אידן זיין געזונט און שטארק אינדערהיים.
אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאלצער יוד »

זיי ברענגן נישט ארויס די טענה קעגן אנגעשטעקטע עסן. זייערע טענה איז מער לגבי די פרייוויסי פון די חולים. וואס דאס איז למעשה אויך א שטיקל טענה. אבער מאידך גיסא קען זיין אז יצא הפסדו בשכרו.
אידיש.טייפינג
שר חמש מאות
תגובות: 946
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2012 12:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידיש.טייפינג »

זיי זענען געווארן זייער א שלעכטע שפיטאל!
אמאל איז דאס געווען א בעסערע שפיטאל, אבער זייט בית ישראל איז געשלאסן מוז דער היימישער ציבור פון וומס"ב אנקומען צו זיי אלס די נאענטסטע שפיטאל, און זיי טוען וואס זיי ווילן.
איך רעדט פון ערטהאנטיג אינפארמאציע, האבנדיג א משפחה מיטגליד דארט, און ביז ווילאנג מען האט געזען א דאקטער צו אונטערזוכן (דאס איז געווען א קינד וואס האט געמוזט האבן טעגליכע אונטערזוכונגען) האט געקענט געדויערן ביז שפעט נאכמיטאג. רוב מאל האט דאס קינד נישט געמעגט עסן ווייל מען האט געדארפט מאכן טעסטס, און עס איז זיי בכלל נישט אנגעגאנגען אז דאס קינד איז געווען אפגעשוואכט פון עסן.
דער פראבלעם איז, אז די דארטיגע לעיזאנס ווערן באצאלט פון די שפיטאל, און זיי קענען נישט גיין קעגן זיי. ווידעראום די ביקור חולים איז א וואלונטיר ארגאניזאציע, און זיי האבן נישט געהאט קיין פראבלעם צו עפענען דאס מויל. אוןן דאס באדערט די שפיטאל, אז זיי האבן נישט געקענט טאן וואס זיי ווילן!
דער היימישער ציבור וואלט זיי געדארפט אויפהערן נוצן, און ענדערש פארן צו א ווייטערע שפיטאל, וועלן זיי דאס שפירן אין טאש. יעדע שפיטאל איז היינט צוטאג אנגעוויזן אויף יעדן פאציענט צו קענען מאכן געלט!
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9083
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

וואס זאגט דער טשאפלין הרב ראזמאן צו די גאנצע נושא?
רשעות קאלטע סעלצער
דער קוטשער
שר חמש מאות
תגובות: 776
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 14, 2009 9:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער קוטשער »

ווען ס'זאל זיין נאר דעס אדער נאר יענס, קען מען דן זיין.
דא רעדט זיך פון א שפיטאל וואס איז שלעכט צו די מענטשן, אנגעהויבן ביים אריינקומען אין עמערדזשענסי רום, דערנאך בכלל סעקיוריטי, דערנאך אין אפערעיטינג רום, דערנאך און ארגענייזען און קאמיוניקעטן מיט'ן פאציענט. ווען אין אלע זאכן ווייזן זיי אז זיי האבן מיט'ן מענטש וואס איז א פשוט'ער מענטש גארנישט, בלויז צו מאכן יענעם ענג.
-
האקט, האקט.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”