מיינדפולנעס איז א גרויסער שם הכולל. גרויסע חלקים זענען געבויט אויף מיינדפולנעס, די הדגשה אויף סינסעישאנס (ד') האב איך פון אייגענע עקספיריענס. באמת קען מען נעמן דעם מהלך ווייטער צו עקסעפטן אויך ג' און ב', אבער אין מיין עקספיריענס איז באטראכטן און עקסעפטן ד' די לייכטסטע און די מערסטע סימפעל, און צום וויכטיגסטע, עפעקטיוו.
כבוד היימישער אינגערמאן און די חברים וואס די מהלך רעדט צי זיי,
אויב פארשטיי איך וואס איר שרייבט דא, וואלט מעגליך געווען אינטערעסאנט איר זאלט וויסען אז דאס איז פראקטאצירט אין טעראפי ביי די וואס באנוצען זיך מיט די מהלך פין Acceptance and Commitment therapy)ACT Therapy) אדער Radical acceptance פין די DBT מהלך אין טעראפי.
נ.ב. אנצינעמען / אקצעפטירען א שוועריקייט דארף מען אויפגעבן די אייגענע קאנטראל וואס דאס איז נאר מעגליך אויב מ'לאזט אריין די באשעפער אין די בילד.
שלוה האט געשריבן:כבוד היימישער אינגערמאן און די חברים וואס די מהלך רעדט צי זיי,

עס האט ענליכקייטן צו ACT וכולי.
אבער איך האב נישט חתונה געהאט צו א געוויסע מהלך אין טעראפי. דער מהלך אזוי ווי איך לייג עס אראפ ספעציעל מיט די הדגשה אויף פיזישע סינסעישאנס, איז א מהלך וואס איך זע איינמאל און נאכאמאל ארבעטן ביי מיר מיט א פשטות... איך וואלט זיך פארגעשטעלט אז עס דארף ארבעטן ביי אנדערע אויך. זע הוא.

די אלע זאכן וואס היימישער ברענגט אדער זאכן וואס איר וועט הערן פון טעראפיסטן וכדומה איז בעצם נישט קיין אנדערע מהלך נאר א צווייטע וועג וויאזוי עס מסביר צו זיין. דהיינו: נעמט פאר א משל א מעשה, מ'קען עס ליינען, הערן, הערן פון א בארימטע סטאר"י טעלע"ר וואטשען איף א פלעי וכו, יעצט יעדער זאגט די זעלבע מעשה, איינער עקסעפט עס בעסער דורך ליינען איינער דורך הערן וכו, בדידי הוה עובדא א נקודה וואס איך האב אריינגענומען אין מיר למעשה די משל פון ראקאפעלער מיטן טשעקעל (מיכאל שניצלער - יא דו קענסט) וואס איך האב שוין געליינט די זעלבע נקודה מיט אביסל א אנדערע משל אין איינע פון די אויסגאבעס און,,, א שיינע מעשה און שוין משא"כ ווען איך האב עס געהערט וויאזוי מיכאל לייגט עס אראפ האט עס געקליקט. ס'איז די זעלבע מעשה, נאר ס'ווענדט זיך וויאזוי מ'לייגט עס אראפ. וכהנה וכהנה לענינינו ווען א מענטש האט א פראבלעם און ער גייט צו א טעראפיסט און די טעראפיסט לערנט איהם אויס טוה אזוי, טראכט אזוי, וכו' איז די זעלבע נקודה שטייט און נעם אלימלך אדער באר מיים חיים, חובת הלבבות וכו' נאר ווען דו קוקסט אריין אין איינע פון די ספרים איז דא מענטשן וואס פאר זיי איז עס פשוט א שיינע ווארט נאכצוזאגן ביים שבת טיש אבער ס'רעדט נישט צו זיי משא"כ ווען ער הערט עס אויף א אנדערעם אופן קליקט עס.
היימישער גיי ווייטער או מיט דיינע דערקוויקענדיגע אינפארמאטיווע תגובות פאר אונז אלע. און די אלע וואס קענען עס ארויסנעמען גראד פון העכערע מקורות אשרי חלקם!
איך האב נישט גענוג ווערטער אויסצידרוקן מיין דאנק פארן פותח האשכול, פאר ווער ס'ווייסט... שרייבסטו דאך אזוי גוט!! גיי אן ווייטער, ס'זאל נישט זיין אזא ווייטע מהלך פון דיין פאריגע תגובה ביז די נעקסטע (שוין איינס אהאלב בלאט...).
און פאר די אלע וואס רעדן פון אמונה ובטחון, איז צוויי זאכן. קודם כל, א טעראפיסט וואס האט נישט גענוג גוט ארויס אמונה ובטחון, איז נישט קיין טעראפיסט. דאס איז די אלף-בית פון טעראפי. פאר א גוי איז טאקע כמעט אוממעגליך זיך אויסציהיילן פון געפילן, חוץ זיך שיסן... און דאס העלפן די טעראפיסטן אנציקומען צי א טיפערע און שטערקערע אמונה.
נאכדעם כל, רוב שווערע געפילן וואס א מענטש פלאגט זיך קומט רוב מאל ווייל עפעס א שווערערע געפיל ליגט ערגעץ באגראבן גאר טיף נאך פון אלץ קליין קינד און ס'קומט דער טאג וואס ס'נעמט זיך צי פייניגן און שרייען 'נעם קער פון מיר, הייל מיך אויס' און דאס גייט נישט מיט קיין חובת הלבבות, מיט די חובת הלבבות קענסטו מקבל זיין די יסורים -וואס די אלטע דרייען אן- באהבה, אבער צי ווערן אויסגעהיילט דארפסטו אנקומען צום טעראפיסט דאקטער, וואס דעקט אויף די אלטע פארדעקטע אייטער און ער נעמט עס ארויס, און אויף דעם גייט דער פותח האשכול זייער גוט. קיפ אן און געטס עם חיזוק.
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט קח''א קארדינעיטאר
יעצט אז מ'פארשטייט וואס די רעדע איז קעמען גיין ווייטער
שיעורים אין בטחון איז וויכטיג און העלפט פארדעם און נאכדעם בשעת מעשה קען דער באטרעפנדער נישט מקבל זיין. ואם לחשך אדם לומר אז ביי אים האטעס יא געארבעט וועסטו וויסן אז ער האט נישט געהאט דאס ריכטיגע
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
בכלל נישט אזוי קאמפליצירט, עס דארף נישט קיין וואכן פון טרענינג עס צו פראבירן, סך הכל 5-10 מינוט, און אביסל קוראזש זיך צו באקענען נענטער מיט די אייגענע געפילן, און מען קען עקספיריענסען דעם קאנצעפט פון דעם מהלך.
זעץ דיך אוועק, פראביר צו רילעקסען פאר א מינוט צוויי, אפשר אפאר טיעפע אטעמעס.
ברענג ארויף אויפן מחשבה א נושא וואס באדערט דיך. נישט דוקא די שווערסטע זאך דיינע, אבער גענוג שווער אז עס ציפט.
באטראכט דעם נושא פאר א פאר סעקונדעס (געב נישט קיין מיינונג צו די מחשבה איז רעאליסטיש אדער גערעכט) אווי א באבאכטער.
הייב אן משים לב זיין צו וואסערע געפיל דאס ברענגט ארויף (טרויער, ברוגז, שולד, אנגעצויגן, פחד וכולי) פאר א מינוט.
יעצט הייב אן באטראכטען וואסערע פיזישע סימפטאמס דו פילסט. עס קען זיין אז ביסט קיינמאל נישט גווען באוויסטזיניג פון די פיזישע סימפטאמס און דו וועסט עס יעצט באמערקן, אין מיין עקספיריענס איז אייביג דא פיזישע סימפטאמס. (דוגמאות, שוויצן, הארץ קלאפט שנעלער, אטעמט שנעלער, אנגעלייגטע לונגן, אנגעצויגענקייט אויפן פנים-אקסלן וכולי וכולי, ביי יעדם אנדערש).
אויב איך מעג פרעגן, בין הדברים האט איר דערמאנט CBT פארשטיי איך אז אייער מהלך איז מחדש עפעס וואס CBT האט נאכנישט געזאגט, דעריבער פרעג איך וואס איז די מהלך מער ווי די אלטע סטענדערד עקספאוזשער טעראפי וואס איז אויך א חלק פון CBT?
חביבי האט געשריבן:אויב איך מעג פרעגן, בין הדברים האט איר דערמאנט CBT פארשטיי איך אז אייער מהלך איז מחדש עפעס וואס CBT האט נאכנישט געזאגט, דעריבער פרעג איך וואס איז די מהלך מער ווי די אלטע סטענדערד עקספאוזשער טעראפי וואס איז אויך א חלק פון CBT?
לויט ווי איך פארשטיי איז .c.b.t געמאכט אויסצוקלינען דעם פראבלעם מיטן שורש (הגם נישט אינגאנצן...). אבער לויט ווי איך האב פארשטאנען ביז איצט, וויל "הרב היימישער" סך הכל געבן סקילס וויאזוי צו הענדלען דעם געפיל בשעת מעשה אז עס זאל נישט אזוי פייניגן דעם מענטש. ווייל איך זעה נישט וויאזוי דאס וואס "היימישער" שטעלט דא אוועק, קען העלפן אויסצורייניגן גענצליך דעם פראבלעם. עס זעהט מיר אויס ווי א בחינה פון: "ביזן קרעטשמע דארף מען אויך א טרינק". אבער נישט אז דאס זאל קענען דינען אנשטאט געהעריגע טיפע טעראפי.
הרב ניימישער קום אריין.... טעל מי... אויב איך בין ראנג.
באופן כללי זעהט הרב היימישער אויס צו זיין שטארק אויסגעקאכט!
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף