איך האב שוין לאנג געוואלט שרייבן איבער דעם נושא, איך האב אבער נישט געוויסט ווי שטארק עס רירט אן דעם עולם, היינט האב איך באמערקט אין א שכינות'דיגע אשכול איבער דעם גרויסן צימישעניש וואס טוט זיך ווען מען דארף קעיר נעמען פון פראבלעמען (ווי איך פארשטיי בעיקר ביי אינגליך) אזוי ווי איך בון שוין היינט א אינגערמאן איבער צוויי צענליגער יאר נאך די חתונה, איך בון שוין אריבער מיינע אייגענע קינדערישע יארן ב"ה וואס האט געהייסן פראבלאמאטיש (באלד וועל איך שרייבן אביסל מער) און איך קען עס שוין היינט ב"ה פארציילן אינפריידן, וויל איך דא יעצט לאזן ליפטערען מיינע געדאנקן וואס קען געבן אפשר גאר א אנדער בליק אויף די גאנצע ענין פון קער נעמען פון פראבלעמען.
ווען איך בון אנגעקומען אלס קינד צו כיתה ג איז געווען זייער נישט גוט די מצב, מען האט דא ציטוען מיט א עכטע פעטעטא קאפ, ער קען נאך נישט קיין עברי, ער האלט נישט מיט דאס לערנען, מיינע עלטערן צוזאמען מיט די געטרייע הנהלה האבן מחליט געווען די איינציגע עצה איז ער זאל איבערגיין א כיתה, איך וועל דא אויסלאזן מיינע אימאצינאלע דורכגאנאנג, למעשה פון דעמאלטס אנגעפאנגען האבן מיינע עלטערן געטון כל מה שביכלתם נישט געשפארט קיין געלט צייט און כח אז איך זאל קענען ווערן אין די כיתה כאחד אדם, עס איז נישט נוגע דא פינקטליך וואס זיי האבן געטון, אבער אלעס וואס איז דעמאלטס געווען אנגענימען פאר ווירקזאם האבן זיי געטון.
למעשה האב איך געהאט א שטאטע קאפ (שא שטיל איך האב עס נאך היינט אויך) איך בון אויפגעוואקסן אין חדר מיט א סטעמפעל פון א שוואכע קאפ, איין יאר האב איך געהאט א געטרייע מלמד (היינט זעה איך ער האט געמיינט געטריישאפט) ער האט געמאכט א קליינע טיש פאר זיין טיש אינמיטן חדר כדי ער זאל זיך קענען אפגעבן מיט פיר שוואכע קינדער פון חדר. און אנדערע ווערטער איך בון געווען א קינד צווישן קינדער אבער נישט איקסעפטעט ווי יעדן, די בעסטע מלמדים זענען געווען די וואס האבן אויף מיר רחמנות געהאט.
מיינע עלטערן זענען נישט אנגעקומען צי ווייט מיט זייער שווערע ארבעט, און דערווייל האבן זיך אנגעריקט די בחורישע יארן, איל וויל נישט אריין גיין אין קיין פרטי הדברים אזויפיל קען איך אייך זאגן עס איז געווען צייטן ווי איך האב געשפירט ממש א טעם גהנם אין מיין לעבן, איך האב נישט געשפירט אז איך האב עפעס געטון שלעכט פון מיין זייט אז איך דארף אזוי ליידן.
איך וועל אסאך אויסלאזן דא, אבער איר קענט פארשטיין אז עס איז געווען ניסם ממש אז איך בון נישט אנגעקומען דארט ווי אנדערע זענען אנגעקומען (מיט ערליכקייט) דאס איז געווען בזכות איין ראש ישיבה ווי אויך גלייב איך מיינע עלטערן האבן נישט געשפארט קיין תפילות, עס איז אויך נישט געווען ווייט אז איך זאל מיך אריין דרייען אין א שווערע דיפרעשן, וואס מיינע עלטערן האבן ב"ה געכאפט צו ראטעווען, א.א.וו. די ליסט איז לאנג, איך קען זאגן ווי אזוי איך זעה אויס היינט איז איין גרויסע נס ב"ה.
נאך די חתונה ווען נישט נאר לערנען איז געווען די ווערט אין לעבן האב איך פשוט אנגעהויבן צו בליען, עס פעלט מיר היינט גארנישט, איך האב היינט ציטאגס שיערים אין גרינגע למידים, עס איז נישטא אין מיין היינטיגע לעבן קיין שום צווישנשייד פון מיר ביז אנדערע מענטשן.
יעצט ווען איך קוק צוריק, טראכט איך צו מיר, וואס פינקטליך האט מען פון מיר געוואלט, מען האט נאר געוואלט איך זאל אריין פיטן אין א פלאץ וואס איך קען במציאות נישט אריין פיטן, וואס וואלט געווען ווען איך ווער אנגענימען אזוי ווי איך בון, אויף א געוויסע אופן זאל דאס האבן א מהלך אז יעדער זאל קענען עפעס נאכקומען וואס מען פארלאנגט פון אים און זיין אנגענימען דערפאר וואס ער טוט לויט זיינע מעגליכקייטן.
איך האב אליינס נישט געוויסט ווי אזוי און וואס איך קען פארשטעלן א מהלך וואס מיין אנוועזנהייט זאל נישט האבן געווען אזא קאטיסטראפע, ביז איינער וואס קען מיך מיט מיין עבר האט מיר געשיקט צוויי בריוון וואס איז געווען און א אויסגאבע אין לאנדאן מיטן נאמען שבת בשבתו, איך גיי עס דא אראפברענגן וירא הקהל וישפוט
לכ' מערכת שבת בשבתו
איך וויל מעיר זיין איבער לערנען פריוואט... (געפרעגט געווארן פאריגע וואך צווישן די בריוו ).
איינער פון די חסרונות היינט צוטאגס איז אז יעדער מוז זיין אייניג, מען פרובירט אלעמאל אויסצושטעלן אלעס און יעדן צום זעלבן דרגא, יעדער אין דער כתה מוז באקומען א מתנה, יעדער מוז האבן געקענט ביי א פארהער וכו׳, ס׳איז נישט דא דער פלאץ אריינצוגיין אין אלע דוגמאות.
אינ'אמת'ן אז מען קוקט אביסל צוריק, ווייסט מען אז אין אלע דורות זענען געווען 'עמך אידן' וואס האבן זיך צוגעזעצט ביינאכט צו א שיעור אין עין יעקב, שבת האט מען געלערנט מדרש א.א.וו. און נישט יעדער האט געמוזט זיין דער קענער, דער תלמיד חכם, וכו' וכו'.
דער קשיא איז, וואו זענען דאזיגע סארט אידן היינט? און וואו איז דער שיעור פון עין יעקב נעלם געווארן? איז טאקע יעדער היינט מסוגל צו לערנען ביינאכט גמרא בלאט נאך בלאט? צי איז טאקע נישט פארהאן קיין אידן וואס וואלטן ענדערש געשעפּ ט זייערע חיות פון אגדה המושכות את הלב?
נאר דער תירוץ איז ווייל קיינער וויל זיך נישט ערקלערן אז איך בין אנדערש, איך בין א קלענערע בעל השגה, און לו יצויר ס׳וועט זיין א שיעור עין יעקב ביינאכט, וואלט זיך יעדער געשעמט זיך צוזעצן צו אזא שיעור,
הגם ער באלאנגט זיכער יא צו אזא סארט שיעור. יעצט צוריק צו לערנען פריוואט, מען מיינט אז א אינגל אדער בחור וואס איז שוואך אין לערנען, מוז מען משלים זיין מיט אים פריוואט ״אלעס״ וואס זיינע חברים אין כתה לערנען, ער מוז מיט לערנען די סדרי הישיבה פונקט ווי יעדעם.
דא הייבט זיך אן דער גרייז, ווער זאגט ער מוז לערנען דעם שיעור פון דער וואך? ווער זאגט ער טאר נישט זיין קיין אויסנאם? וואס וואלט אים געפעלט ווען ער לערנט צו אפאר משניות פון א לייכטע מסכת א וואך, און אפאר מדרשים פון דער פרשה, אדער טאקע עין יעקב על הסדר.
אדרבה ואדרבה ווען ער לערנט ווען דאס, וואלט דאס קינד/בחור דאך אויפגעשיינט, און אויפגעלאכטן זעהנדיג דאס שיינקייט פון דברי אגדה, ער דערזעהט זיך אין א קורצע צייט מיט עטליכע פרקים משניות אין דער האנט. און דאס וואלט אים געגעבן מוט און חיות זעהנדיג ער איז יא מסוגל אויפצוכאפן א לייכטע סארט לערנען, וואלט דאס אים ארויסגענומען פון זיין צובראכנקייט מיט זיינע יאוש׳דיגע מחשבות מיט וועלכע ער טראגט זיך כסדר ארום, אז פון אים וועט שוין גארנישט זיין.
איינמאל מחנכים און מנהלים וועלן דאס אנערקענען, וועט בעז״ה אויפוואקסן פון די ישיבות אינגעלייט וואס זענען מחשיב צו לערנען משניות, אגדה, עין יעקב, חק לישראל, איינמאל ס׳וועט ווערן א פארלאנג וועט זיך בעז״ה אנהייבן צוריק איינפעדעמען אין די בתי מדרשים שיעורים אין עין יעקב, מדרשים וכו׳, עס וועלן שוין ווערן מקשיבים אויף אזא סארט שיעור. און ועל כולם, די דאזיגע סארט אידן וועלן אנהייבן אויפצובליען, און שפירן א טעם אין קראנטע אידישקייט, וועט שוין ממילא בטל ווערן אלע סארט כלי משחית, און זיינע קינדער וועלן אים שוין נישט דארפן ארינטערוקן די שומרים קארטלעך. והכל על מקומו יבוא בשלו׳.
ע.ר.
כבו' מערכת שבת בשבתו, ביטע אריינלייגן צווישן די בריוון, ייש"כ
איך מיין דער שרייבער (פאר עטליכע וואכן צוריק) האט פארזעהן נאך א וויכטיגע טויש אין די ישיבות, און איך מיין אז דאס איז דער אמת׳ער סיבה פארוואס דער עין יעקב שיעור איז נעלם געווארן היינט צוטאגס.
בנוהג שבעולם, אידישקייט האט זיך אלעמאל געוואויגן לויט וויפיל יר״ש דער בחור האט פארמאגט און דייקא נישט לויט זיין כשרון, נישט לויט וויפיל בלעטער גמרא מען האט זיך פארהערט האט מען אנגענומען אין ישיבה, נאר לויט וויפיל מען האט מורא פון א עבירה, און לויט ווי מען פירט זיך מיט זהירות ביי עסק המצוות ועבודת התפילה, ווי מער איד און ווי מער יר״ש, אט דאס, און נאר דאס, איז געווען דער ענדגילטיגע קובע אויב דער בחור׳ס פלאטץ איז אין ישיבה. כידוע די מעשה מיטן הייליגן חת״ס זי״ע וועלכע האט נישט געוואלט אננעמען א בחור ביי זיך אין ישיבה, וויבאלד יענער האט געטרעטן אויף סכך. אין רוסלאנד זענען געווען ישיבות וואס אויב מען האט געטראפן א בחור אינמיטן נאכט שלאפן אן א קאפל, ד.מ. דאס קאפל איז אים אראפגעפאלן, האט מען ארויסגעווארפן דעם בחור!
זינט דער טישטוש הגבולים פון די עולם הישיבות, האט יר״ש אן לומדות פארלוירן דאס חשיבות, סיי די ישיבות וואס באפאסן זיך מיט עיון, (ד.מ. אז די חשיבות פונעם מגי״ש מעסט זיך, ווי ווייניגער בחורים פארשטייען ״נישט״ דעם שיעור, אלץ א בעסערע מגי״ש הייסט מען). סיי די ישיבות וועלכע די בחורים פארהערן זיך ווי מער בלעטער גמרא מיט א רייץ. הצד השוה שבהם, דער סך הכל פון ביידע סארטן ישיבות איז, אז דער אטמאספערע פון די ישיבות ווערט אז נאר בעלי כשרון האבן אן ערך און א חשיבות, און א תמימות׳דיגע בחור א יר״ש, וועלכע איז נישט דער גרעסטער בעלי כשרון, (יאגט נישט אן די בלעטער גמרא, פארשטייט נישט פונקטליך דער הגדרה פון מגו כח הטענה וכו׳), אזא בחור האט בכלל נישט קיין ערך און קיין חשיבות און קיינער קומערט נישט אויף אים, און קיינער שעצט אים נישט פאר זיין ערליכקייט.
דער פועל יוצא פארשטייט יעדער, אז א בחור וואס פארמאגט נישט קיין שום ערך און חשיבות אין זיין איצטיגע סביבה, און ער ווערט געפאלן ביי זיך זעלבסט, אזא בחור פארמאגט נישט קיין שום סיבה אנצוגיין מיט זיין פשוט׳ע סדר היום פון דאווענען ערליך זאגן תהילים מיט א תמימות און א פשטות, ווייל קיינער פון די ישיבה-סטעף שעצט אים נישט דעפאר.
פון אזא סארט געפאלנקייט ביז טעכנעלאגיע, איז שוין ליידער א קאצן שפרינג, ווייל ווי נאר דער בחור שארט זיך צו צו א חבורה פון שוואכערע עלימענטן וואס האבן צוטריט צו כלים, דארט באקומט ער תיכף ומיד א הערצה און א חשיבות, ער ווערט שוין א מאן דאמר.
און מנהלים און ראשי ישיבות באקלאגן כסדר דעם טעכנעלאגיע פראבלעם, און טוען נישט אנערקענען אינעם שורש פון נישט
מחשיב זיין שוואכערע בעלי כשרון, ״בלויז״ פאר זייער ערליכקייט, און נישט פאר זייער כשרון.
מען דארף מחזיר זיין עטרה ליושנה, און וויסן און פארשטיין וואס ערליכקייט מיינט, און זיכן נאכצוגיין אמאליגע ישיבות, פון אונזערע רבי׳ס זי״ע, ליינען און נאכקוקן די אמאליגע הלוך ילך פון די הייליגע אונגערישע ישיבות, און מקיים זיין דעם צאו לך בעקבי הצאן.
צו וואס איך וויל צוקומען, איך וויל צוקומען צו די קשיא מיט וואס איך האב אנגעהויבן, דארפן טאקע די אלע קינדער וואס קענען נישט מיטהאלטן אין חדר די למידים דורך גיין דאס וואס איך בון דורך, דארף ער טאקע אזויפיל צולערנען מיט אינגעלייט כדי ער זאל (נישט) קענען עפעס העכער זיין מעגליכקייט, אפשר קען מען שניידן אסאך פון די פראבלעמען וואס עלטערן אין קינדער גייען דורך ווען עס הייבט זיך אן בלויז ביי דעם אז ער קען נישט מיטהאלטן אין חדר, דאס קינד פעלט גארנישט, ער האט זיך זיינע כשרונות מיט וואס ער גייט הערליך קענען לעבן דערמיט, פארוואס מאכן א פראבלעם און נאכדעם זוכן הילף דערפאר, און ווי עס זעהט אויס אין די דערנעבענדיגן אשכול קומט מען ניטאמאהל אן צו קיין סילאשענס אין זייער אסאך פעלער, זיכער קומט מען אינערגעץ נישט אן, ווייל מען זוכט נישט צו העלפן דעם קינד לפי דרכו, נאר לפי דרכו פון די כיתה.