א בעל קורא, וואס דארף מען קענען?

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

ווערעצקי
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווערעצקי »

בינעך שוין ב"ה א בעל קורא יארן, וואס זאלעך ענק זאגן, נישטא אזא זאך ווי גירסא דינקותא, די סדרות וואס כ'האב געליינט אלס בחור (אין ישיבה, קעמפ וכדו'), האביך ביי מיר מונח בקופסא, אז קוים וואסיך דארף מעביר סדרה זיין כדי צו קענען ליינען. - די וואס נישט, בפרט אין די פארנומענע וואכן אזויווי פ' ויקרא צו (ער"פ צייט), בראשית (פילע מאל מוצאי שמחת תורה), קעניך א רעטיך, שוין מיטן זיך פארקוקן אלס יונגערמאן.
זייט מתפלל אז נחמי' צבי בן דינה זאל באפרייט ווערן פון תפיסה בקרוב.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28114
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

ווערעצקי האט געשריבן:בינעך שוין ב"ה א בעל קורא יארן, וואס זאלעך ענק זאגן, נישטא אזא זאך ווי גירסא דינקותא, די סדרות וואס כ'האב געליינט אלס בחור (אין ישיבה, קעמפ וכדו'), האביך ביי מיר מונח בקופסא, אז קוים וואסיך דארף מעביר סדרה זיין כדי צו קענען ליינען. - די וואס נישט, בפרט אין די פארנומענע וואכן אזויווי פ' ויקרא צו (ער"פ צייט), בראשית (פילע מאל מוצאי שמחת תורה), קעניך א רעטיך, שוין מיטן זיך פארקוקן אלס יונגערמאן.

איר מיינסט מן הסתם: נישטא נאך אזא זאך ווי גירסא דינקותא / נישטא קיין בעסערע זאך ווי גירסא דינקותא
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

איך מיין אז די בעלי קורא'ס זאגן אז די קליינע סדרה פרשת תזריע איז די שווערסטע סדרה צו קענען.
כמעט אלע פסוקים האבן די זעלבע ווערטער מיט אנדערע טראפן...
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

זייער א גרינגע סדרה. מצורע נאך גרינגער. וראה הכהן איז רוב מאל א רביעי חוץ ווען די נעקסטע ווארט איז נישט והנה אדער וראהו.

עצה טובה צו נוצן תיקון קוראים ''סימנים''. ער האט ביים סוף גוטע סימנים אויף יעדע שווערע פרשה.
ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1084
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיעות שונות »

פון א ידיד א בעל קורא האב איך געהערט אז אלס ווענדט זיך אויסשליסליך נאר אין די מספר החזרות.
ס'מיינט נישט דוקא אז דער בעל קורא אליינס האט געלערנט די פסוקים, נאר ס'דא אסאך פרשיות און פסוקים וואס דער עולם הערט מעהר אויס, און מ'איז מעהר רגיל מיט די לשונות, אזעלכע פסוקים גייען אריין אין קאפ נאך אלס קינד, און לויט דעם שטעלט זיך מעהר ווייניגער אויס די גרינגע סדרות און די שווערע.

אודאי אז יעדער כלל האט א יוצא מן הכלל, ווי למשל, אֶת און אֵת, כדוגמת פ' ויקהל פקודי, וכדומה, אבער בדרך כלל ווענדט זיך אין וואס מ'איז מעהר רגיל.
ווערעצקי
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווערעצקי »

ידיעות שונות האט געשריבן:פון א ידיד א בעל קורא האב איך געהערט אז אלס ווענדט זיך אויסשליסליך נאר אין די מספר החזרות.
ס'מיינט נישט דוקא אז דער בעל קורא אליינס האט געלערנט די פסוקים, נאר ס'דא אסאך פרשיות און פסוקים וואס דער עולם הערט מעהר אויס, און מ'איז מעהר רגיל מיט די לשונות, אזעלכע פסוקים גייען אריין אין קאפ נאך אלס קינד, און לויט דעם שטעלט זיך מעהר ווייניגער אויס די גרינגע סדרות און די שווערע.

אודאי אז יעדער כלל האט א יוצא מן הכלל, ווי למשל, אֶת און אֵת, כדוגמת פ' ויקהל פקודי, וכדומה, אבער בדרך כלל ווענדט זיך אין וואס מ'איז מעהר רגיל.


אֶת און אֵת, איז דאך תלוי אויב די ווארט האט אן אייגענע טראפ, אדער ס'איז מחובר צום נעקסטן ווארט. - ממילא ווענדט זיך אויב דער בעל קורא חזר'ט זיך איין גרונטליך "מהפך פשטא זקף קטן", וועלכע טראפ ס'איז אויף יעדע ווארט, דאס זעלבע ביי "מרכא טפחא מונח אתנחתא", אויב ליינט ער גרונטליך, וועט ער זייער גרינג קענען די אֶת און אֵת. אויב אבער ליינט ער "בערך", אזוי ווי ליידער פילע אזוי-גערופענע "חסידישע בעלי קורא" ליינען, דאן וועט עס אויסקומען פיל מיט גרייזן. דוק ותשכח
זייט מתפלל אז נחמי' צבי בן דינה זאל באפרייט ווערן פון תפיסה בקרוב.
אוועטאר
נאטורליך
שר חמש מאות
תגובות: 968
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 3:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאטורליך »

די וואך שב"ק ווען מען גייט ליינען קריאת התורה ביי אונז אין אמעריקא פרשת תזריע, וועט מען אין די זעלבע צייט בערך 6 שעה שפעטער שבת נאכמיטאג ביי מנחה ליינען 5 פרשיות שפעטער, פרשת אמור
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

נאטורליך האט געשריבן:די וואך שב"ק ווען מען גייט ליינען קריאת התורה ביי אונז אין אמעריקא פרשת תזריע, וועט מען אין די זעלבע צייט בערך 6 שעה שפעטער שבת נאכמיטאג ביי מנחה ליינען 5 פרשיות שפעטער, פרשת אמור

אין אמתן איז עס ממש די זעלבע צייט, זיי דאווענען דאך מנחה גדולה...
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

איסר האטלקי האט געשריבן:זייער א גרינגע סדרה. מצורע נאך גרינגער. וראה הכהן איז רוב מאל א רביעי חוץ ווען די נעקסטע ווארט איז נישט והנה אדער וראהו.

עצה טובה צו נוצן תיקון קוראים ''סימנים''. ער האט ביים סוף גוטע סימנים אויף יעדע שווערע פרשה.


טאקע אזוי גרינג געווען?? זאג די אמת...
וויפיל טעותים געמאכט? וואו לאנג זיך פארגעקוקט? געהאט א אונטערזאגער? אדער געדארפט זיך אפשטעלן פאר יעדן פסוק צו זעהן די המשך פונעם פסוק צו וויסן וואסערע טראפ קומט דא?
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1512
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

איסר האטלקי האט געשריבן:זייער א גרינגע סדרה. מצורע נאך גרינגער. וראה הכהן איז רוב מאל א רביעי חוץ ווען די נעקסטע ווארט איז נישט והנה אדער וראהו.

עצה טובה צו נוצן תיקון קוראים ''סימנים''. ער האט ביים סוף גוטע סימנים אויף יעדע שווערע פרשה.


וועלכע איז שווער?
(אגב די "סימנים" תיקון, האט איין סימן אויף תז"מ
"ואידך פירושא זיל גמור")
פּשוט און פּראָסט
שר האלף
תגובות: 1327
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 2:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פּשוט און פּראָסט »

נודה לך האט געשריבן:איך מיין אז די בעלי קורא'ס זאגן אז די קליינע סדרה פרשת תזריע איז די שווערסטע סדרה צו קענען.
כמעט אלע פסוקים האבן די זעלבע ווערטער מיט אנדערע טראפן...
איסר האטלקי האט געשריבן:זייער א גרינגע סדרה. מצורע נאך גרינגער. וראה הכהן איז רוב מאל א רביעי חוץ ווען די נעקסטע ווארט איז נישט והנה אדער וראהו.

עצה טובה צו נוצן תיקון קוראים ''סימנים''. ער האט ביים סוף גוטע סימנים אויף יעדע שווערע פרשה.

ביז 3:15 פארטאגס בינעך געזעצן פרײטאג צונאכטס.. און ב״ה מ׳קען זאגן 99% גוט געװען..
האסט א גוטן קעפל ב״ה ר׳ איסר, גוד פאר יא.. אבער זאג, װעלכע סדרה איז דיר יא שװער??
ער האט נישט געזאגט 'ס׳שװער', ער האט געזאגט סאיז די 'שװערסטע' וד״ל
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

סאיז נישט געווען אזוי "פשוט און פראסט" זעה איך.... :lol:
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
פּשוט און פּראָסט
שר האלף
תגובות: 1327
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 2:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פּשוט און פּראָסט »

נודה לך האט געשריבן:סאיז נישט געווען אזוי "פשוט און פראסט" זעה איך.... :lol:

;l;p-
נאט עט אלל.. אבער ב״ה נאר אזעלכע נישט פשוטע זאכן..
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

פּשוט און פּראָסט האט געשריבן:
נודה לך האט געשריבן:איך מיין אז די בעלי קורא'ס זאגן אז די קליינע סדרה פרשת תזריע איז די שווערסטע סדרה צו קענען.
כמעט אלע פסוקים האבן די זעלבע ווערטער מיט אנדערע טראפן...
איסר האטלקי האט געשריבן:זייער א גרינגע סדרה. מצורע נאך גרינגער. וראה הכהן איז רוב מאל א רביעי חוץ ווען די נעקסטע ווארט איז נישט והנה אדער וראהו.

עצה טובה צו נוצן תיקון קוראים ''סימנים''. ער האט ביים סוף גוטע סימנים אויף יעדע שווערע פרשה.

ביז 3:15 פארטאגס בינעך געזעצן פרײטאג צונאכטס.. און ב״ה מ׳קען זאגן 99% גוט געװען..
האסט א גוטן קעפל ב״ה ר׳ איסר, גוד פאר יא.. אבער זאג, װעלכע סדרה איז דיר יא שװער??
ער האט נישט געזאגט 'ס׳שװער', ער האט געזאגט סאיז די 'שװערסטע' וד״ל

ויקהל פקודי איז מיר געווען די שווערסטע. תזריע אסאך אסאך לייכטער און שמיני נאך גרינגער.
בענאק
שר חמש מאות
תגובות: 955
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2015 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענאק »

איך זאג אויך קלאר און הויעך, ס'איז די שווערסטע! און נאך שווערער איז ווען עס זענען ביידע צוזאמען.

נישטא כמעט קיין איין "וראה" וואס איז די זעלבע, דערנאך קומט די "והסגיר" ""וטהר הכהן" און שפעטער אין מצורע ביי די טומאות
אלעס איז כמעט די זעלבע ווערטער און אנדערע טראפן

די מערסטע קען מען זען ביי די פרשה פון "נתק" וואו עס פיר מאל אין די זעלבע פרשה

ערשטע מאל
וְרָאָ֨ה הַכֹּהֵ֜ן אֶת-הַנֶּ֗גַע וְהִנֵּ֤ה מַרְאֵ֨הוּ֙ עָמֹ֣ק מִן-הָע֔וֹר

צווייטע מאל
וְרָאָ֨ה הַכֹּהֵ֣ן אֶת-הַנֶּ֘גַע֘ בַּיּ֣וֹם הַשְּׁבִיעִי֒

דריטע מאל
וְרָאָה֩ הַכֹּהֵ֨ן אֶת-הַנֶּ֜תֶק בַּיּ֣וֹם הַשְּׁבִיעִ֗י

פערטע מאל
וְרָאָ֨הוּ֙ הַכֹּהֵ֔ן וְהִנֵּ֛ה פָּשָׂ֥ה הַנֶּ֖תֶק בָּע֑וֹר

איינער וואס קען נישט ליינען וועט זאגן אז די ערשטע און די דריטע זענען דאך די זעלבע, ביידע זענען קדמא ואזלא'ס נאר א "טראפ" אנדערש, אבער בעלי קורא ווייסן דעם אמת.
בענאק
שר חמש מאות
תגובות: 955
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2015 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענאק »

א שטארקע צוגאבע צום שוועריגקייט איז אויך אז עס אין אנהייב פון די קורצע פרייטאג-צונאכטס'ן און די בעלי קורא זענען נאך געוואוינט זיך פארצוקוקן ביינאכט נאך די סעודה. אבער ווען עס קומט דערצו פאלט מען פון די נאז.

----

ולשלימות הענין וועל איך שוין פארציילן וואס איז ביי אונז אין שול.

כהיום בין איך נישט דער בעל קורא קבוע, נאר היות איך פלעג אמאל ליינען אסאך, ניצט מען מיר כסדר פאר א פארטרעטער.
אלזא דער בעל קורא קומט צו צו מיר אינדערפרי ביי די קאווע, און רוימט מיר אריין אין אויער, קוק אהער איך קען נישט די וואך די סדרה, ס'איז געווען צי שווער. בעט איך דיר דו זאלסט ליינען.
איי, וועסט דאך נישט קענען? נו וועסטו זאגן אז מען האט דיר געבעטן צי שפעט, משא"כ אז איך - דער בעל קורא קבוע - וועל ליינען עט דאך זיין גרויסע בזיונות.
וכך הוה
פּשוט און פּראָסט
שר האלף
תגובות: 1327
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 2:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פּשוט און פּראָסט »

בענאק, װאס טשארזשטע צו קומען דאװענען בײנונז אין שוהל? (נישט אלץ בע״ק, אלץ פשוטע איד)
בענאק
שר חמש מאות
תגובות: 955
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2015 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענאק »

פּשוט און פּראָסט האט געשריבן:בענאק, װאס טשארזשטע צו קומען דאװענען בײנונז אין שוהל? (נישט אלץ בע״ק, אלץ פשוטע איד)

איך וואוין אין בלומינגבורג נ.י.
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

סימנים ביז שני פרשת אחרי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

דער וואך (אחרי-קדושים) איז ביז שני דא דריי פסוקים וואס הייבען זיך אן מיט "והקריב אהרן". כדי צו געדענקען איז ביי מיר דער סימן "דמק"; דער ערשטע גיייט מיט א 'ד'רגא-תביר, דער צווייטע גייט מיט א 'מ'הפך-פשטא, און דער דריטע גייט מיט א 'ק'דמא-ואזלא.

אויך/אדער אז דער עלי' פון כהן אין דער וואכען גייט מיט א "ד", און פון לוי מיט א "מ" און נאכדעם מיט א "ק".
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1512
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

SPUSMN האט געשריבן:דער וואך (אחרי-קדושים) איז ביז שני דא דריי פסוקים וואס הייבען זיך אן מיט "והקריב אהרן". כדי צו געדענקען איז ביי מיר דער סימן "דמק"; דער ערשטע גיייט מיט א 'ד'רגא-תביר, דער צווייטע גייט מיט א 'מ'הפך-פשטא, און דער דריטע גייט מיט א 'ק'דמא-ואזלא.

אויך/אדער אז דער עלי' פון כהן אין דער וואכען גייט מיט א "ד", און פון לוי מיט א "מ" און נאכדעם מיט א "ק".


אחרי קדושים ס'רוב ליינט מען צוויי מאל א יאר (יוה"ק) אלעס וואס מען ליינט צוויי מאל אין יאר איז א סאך גרינגער צו געדענקן מען דארף כמעט נישט זיך פארקוקן
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1512
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

איסר האטלקי האט געשריבן:ויקהל פקודי איז מיר געווען די שווערסטע. תזריע אסאך אסאך לייכטער און שמיני נאך גרינגער.


אפשר בעסערע סימנים וועלן דיר העלפן
ויקה"פ קען מען ליינען כמעט אומפארגעקוקט איינמאל אדורך לויפן די סדרה איז גענוג
חוץ די פרשה פון אנהייב ווי מ'רעכנט אויס די משכן וכליו איז דא דריי מאל
איינמאל אנהייב ויקהל, און צוויי מאל און פקודי, ביים פערטיגן און ביי די משיחה (אויך דא אין כי תשא א פערטע מאל)
קוק אויף אלע דריי צוזאמען קענסו זיך גרינג מסדר זיין אין קאפ
אוועטאר
ירושליימער ייד
שר מאה
תגובות: 173
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 28, 2011 8:48 pm
לאקאציע: ירושלים עיה"ק תובב"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירושליימער ייד »

יוד אלף האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן:דער וואך (אחרי-קדושים) איז ביז שני דא דריי פסוקים וואס הייבען זיך אן מיט "והקריב אהרן". כדי צו געדענקען איז ביי מיר דער סימן "דמק"; דער ערשטע גיייט מיט א 'ד'רגא-תביר, דער צווייטע גייט מיט א 'מ'הפך-פשטא, און דער דריטע גייט מיט א 'ק'דמא-ואזלא.

אויך/אדער אז דער עלי' פון כהן אין דער וואכען גייט מיט א "ד", און פון לוי מיט א "מ" און נאכדעם מיט א "ק".


אחרי קדושים ס'רוב ליינט מען צוויי מאל א יאר (יוה"ק) אלעס וואס מען ליינט צוויי מאל אין יאר איז א סאך גרינגער צו געדענקן מען דארף כמעט נישט זיך פארקוקן

און מיט דעם אלעס האך איך פאריגע וואך געהערט [ביי אונז אין ארץ ישראל אחרי מות קדושים גיווען יענע וואך] פון גראדע א גוטע בעל קורא וי ער צומישט זיך בי די "והקריב אהרון"...
רבון כל העולמים גלוי וידוע לפניך שרצוני לעשות רצונך אבל שאור שבעיסה מעכב.
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1512
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

צומישן קען זיך א יעדער אפילו ווען מען איז גוט פארגעקוקט
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1512
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

צ"ק וואס מען דארף קענען
ס'נישט אזוי ווייט די קענען, ווי זיך קענען מאכן אז מען קען
פּשוט און פּראָסט
שר האלף
תגובות: 1327
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 2:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פּשוט און פּראָסט »

בענאק האט געשריבן:
פּשוט און פּראָסט האט געשריבן:בענאק, װאס טשארזשטע צו קומען דאװענען בײנונז אין שוהל? (נישט אלץ בע״ק, אלץ פשוטע איד)

איך וואוין אין בלומינגבורג נ.י.


אקעי, נײס, איך װאוין גראדע אין לעיקװאוד אז מ׳רעדט שױן יא, היפש װײט גראדע, סאו ס׳טאקע נישט קײן פלאן.. קענסלד
װי זאגט יענער ׳זעהט אױס צװײ אנדערע מענטשן האבן זיך צאמגעטראפן..'

אבער כ׳װאלט דאך געקענט באשטײן צו טרעפן אזא פײנקײט דא מיט װעם מ׳קען מאכן אזױנע מינע דילס אין פאל פון נױט..

באט עניװעיס זאלסטו האבן גרױס הצלחה דארט
שרייב תגובה

צוריק צו “פארשידענע הילף”