תגובהדורך סארקאזי » מיטוואך אפריל 18, 2018 2:53 pm
הרב חסדי אבות (אויף די פאריעריגע תגובה) איך ווייס נישט וואס עס טוט אייך וויי
יעדער איז א אפיקורס ,פארען צו קברי צדיקים איז א אפיקורסות, מאכען הדלקה איז אפיקורסות, גלייבן אין סגולות איז אפיקורסות,
אודאי איז דא איידעלע נקודות וואס איר האט רעכט, כלפי ווי אזוי צו פארען, וויאזוי מתפלל צו זיין, וכו' אבער עס מאכען אזוי בלעק און ווייט, איז ווייט פון חכמה און פון אמת,
מאיז אלעמאל געפארען צו צדיקי הדורות און אפילו די וואס מהאט געזאגט אז זיי האבען נישט קיין שייכות צו די וועלט איז מען געפארען ביומא דהילולא, וואס דעמאלטס קומט יעדע נשמה אראפ כמובא,
נאכאלץ איז היינט דא אסאך א גרעסערע געפארכט לאין ערוך ווי אמאל, צוליב עטליכע סיבות
1)סאיז א דור יתום מכאפט זיך ארויף אויף וואס מהאט, אמאל האט מען מער געלעבט און זיך אנגעלאנט אויף לעבעדיגע צדיקים, הן ביי אשמחה, אדער ח''ו בעת צרה, פאר א דיסישען וכדומ', היינט אפילו די וואס האלטן אן דעם דרך, אבער סאיז לפנים כדי די גאלדענע קייט זאל ווייטער בליען, אבער בתוך תוכיות לופט מען צו קברי צדיקים און מרייסט זייערע ציונים,
2) סאיז זייער א באקוועמע וועלט, ספארט זיך גרינגער, סאיז אלעס צוגעשטעלט פארוואס נישט? סאיז א טריפ אן אויטינג על טהרות הקודש,
3) די אומאויפהערליכע פראפאגאנדע פון די בעלי הממון, צו איז דאס טרעוועל אגענטען, אדער האטעל'ס, אדער מפעלי פועלי ישועות למיניהם, אטאמאטיש ווערט א מענטש נשפע, און מפארט
און נאכאמאל סאיז אמת אז מדארף נזהר זיין וויאזוי צו פארען, אבער בכלליות איז עס זייער א פאזאטיווע זאך,
הן ברוחניות א מענטש באקומט א קשר צו די צדיקים, ער לערנט וועגן זיי, ער גלייבט און מדריגות צדיקים הקודמים, ער נעמטו זיך פאר קבלות צו גיין בדרכיהם הקדושים, יעדער לפי דרגתו
והן בגשמיות סאיז א זייער א געזינטע זאך צו ריטשארדשען דעם מוח, אנטשטאט צו פארען קיין וועניס, אדער וועגעס, אדער מעקסיקאו, זאל ער פארען קיין דינוב, יאמפולע, קערעסטיר, וכו' איך זעה נישט אז מזאל דארפען מוחה זיין אויף דעם
א פרוי, א קינד, און א נאר, פארשטייען נישט קיין סארקאזעם, וועלכע זענט איר?