גיי שוין גיי האט געשריבן:סידיראם האט געשריבן:די שטיקל דברי יואל קומט דא אריין? ווי איך פארשטיי רעדט ער דארט אויב מען האט פארקויפט די חמץ, און דערנאך האנדעלט ער מיט די חמץ וואס מען האט פארקויפט.
בנידון דידן האט מען דאך פארקויפט די ביר, און מען ווייסט אז ער האט דוקא נישט געהאנדעלט מיט די ביר אין פסח, איז אויב אזוי וואס איז נוגע אויב בכלל האנדעלט ער מיט חמץ אין פסח, סוף כל סוף די חמץ וואס ער האט פארקויפט האט ער פארקויפט בלב שלם, און עס איז נישט קיין הערמה הניכרת, ממילא איז די מכירה אויף די ביר א פיינעם מכירה. כן נראה לפום ריהטא לכאורה
און איך פארשטיי נישט ווי ר׳ משה׳ס תשובה קומט דא אריין ?
הג׳רמ״פ. רעדט ווען ער האט פארקויפט די חמץ און ער מאכט סחורה מיט
אנדערע חמץ צו דאס איז מבטל אפילו די ארגענעלע חמץ וואס ער האט פארקויפט און ער האנדעלט נישט דערמיט !!
דא רעדט מען אז ער האנדעלט ווייטער מיט די
זעלבע סחורה וואס ער האט פארקויפט. דאס איז זיכער מבטל די מכירה, ניין??? קען זיין אז איך לערנן שלעכט פשט!!!
איך האב ייעטץ מעיין געווען אין דער תשובה נאכאמאל
ר משה רעדט יא פין דער זעלבע מכירה ער זאגט נאר אז
דער אלע סחורה וואס ער האנדעלט ווייטער איז כקונה מחדש אין עס ווערט אסור אין דער חמץ וואס ער האנדעלט נישט בלייבט מכירה, לעניינינו אלעס וואס ער האט פארקויפט פאר געשעפטען אין דער 8טעג איז איסור גמר פין חמץ לאחר פסח , אין אויף דעם ארויף קריגט מען זיך אין מען האלט אז אויב ער האנדעלט ווייטער מיט דער זעלבע מכירה איז ווערט דער גאנצער מכירה בטל ווייל עס ווערט א הערמה ניכרת דער גאנצער מכירה, גראדער ר משה רירט אויך אן דער נקודה פין הערמה , אין ער ענפערט דארט אז וואס ער קען טין בהיתר האט ער גמירת דעת, אבער ווי איך זעה אין תשובת דברי יואל( דער 2 תשובת פתוחים לפני כרגע) אז אויב עס איז הערמה ניכרת אין דער מכירה,( אפילו ער האט גמירות דעת וואס ער קען טין בהיתר) האלטען אלע פוסקים אז עס איז המכירה בטל, ואין לך הערמה ניכרת ווען ער האנדעלט ווייטער דער זעלבע ווי אגאנץ יאר וואס״אויפיציעל״ האט ער דא געמאכט א ״מכירה״ ליצנות ממש פין דער גאנצער מושג מכירת חמץ, ייעטץ דער אלע סחורה וואס ער קויפט פין דער ביר קאמפעניס אין פסח איז עס זיכער אסור,
דער שאלה וועט נאר זיין לט דער דברי יואל אין כמעט אלע אז אויב ער האנדעלט נאר מיט סחורה וואס ער האט נישט פארקויפט למשל נייע סחורה צי דאמאלסט וויבאלד
ער שעפעט נישט דער מכירה איז קען זיין אז מכירה קיים
אבער עס איז סתם דא א פראבלעם אז אלע סחורה וואס ער האט געקויפט אין פסח פין דער ביר קאמפעניס וועט זיין אסור אפילו לט ר משה, אין בכלל דער לעצטע שטיקל פין ר משה אז וואס ער זאגט, אז ער האט גמירות דעת איז אויך דא דן צי זיין בכלל,
אבער דאס אלעס איז שוין אויך פין דער מקילים
דער דברי יואל ברענגט אז סדא וואס האלטען אז עס דארף זיין תוקף המכירה גם בדיני עכו״ם דאס מיינט אז אויב ער נעמט ביר פין דער מכירה קען מען עם תובע זיין אלץ גניבה,
נ ב
איך האב נאר מעיין געוועזען אין דער 2תשובות
בין איך כרגע מסופק צי הערמה ניכרת אין גמירת דעת איז איין זאך דאס מיינט אויב עס איז הערמה ניכרת מיינט אז דער מוכר האט נישט גמירות דעת, אדער הערמה ניכרת איז אפילו עס איז דא גמירות דעת נאר עס וועט נישט העלפען ביי הערמה ניכרת, פארדעס דארף איך מער דורך טין דער סוגיה פין מכירת חמץ