פארשער האט געשריבן:ס'איז יעצט ארויסגעקומען א נייע בוך
Searching for Sinai: The Location of Revelation פון הרב אלכסנדר הול, ער שלאגט פאר אז דער בארג JABAL HARB אין סאודי אראביע איז דער בארג סיני. אפגעזען צי ער איז גערעכט אדער נישט איז דער בוך גאר אינטערעסאנט פאר ווער עס אינטערעסירט אין דעם נושא.
האבעך אדורך געלייענט דעם בוך דיעזן חול המועד..
ער איז זייער אינטרעסאנט, בעיקר ווייל זיינע טענות שטימען געוואלדיג מיט מדרשי חז"ל, בפרט מיטן מכילתא, כ'מיין אז קיין איין חוקר האט נאך נישט מברר געווען עפ"י חז"ל, נאר מיט פשטות הפסוקים [אזוי ווי די קריסטן וואס האבן אלע זייערע 'געפינסן' און דמיונות גע'חלומ'ט לויט זייער קרומן פשט אין פסוק], ער טענה'ט למשל אז די גוים האבן אנגענומען אז הר סיני איז נישט מער ווי א מהלך ג' ימים פון פילוסין, מצרים, און דאס קען דאך נישט זיין, ווייל עס שטייט דאך ואשא אתכם על כנפי נשרים, אידן זענען געגאנגען פיל שנעלער, און דאך האט עס גענומען צוויי און א האלב חדשים ביז זיי זענען אנגעקומען צום הר סיני.
ער ווענדט אפ מיט גאנץ שטארקע טענות, די אנגענומענע מיינונג אז המדבר הגדול והנורא איז סייניי פענינסולע, אבער איז מודה אז קריעת ים סוף איז געווען ביים שפיץ פון ים סוף המערבי, אזוי ס'איז אנגענומען, [נישט ווי שיטת דעם ליאזנער הרב דויטש]
'מרה' נעמט ער אן איז bitter lakes נעבן דעם ים סוף המערבי
ווייטער נאך קריעת ים סוף, אנשטאט צו גיין אראפ צי דרום [צום סייניי פענינסולע], האלט ער אז יודן זענען געגאנגען צו מזרח, און ער טייטשט די פסוקים אין פרשת מסעי, 'ויסעו מאלים ויחנו על ים סוף' גייט ארויף אויפן ים סוף המזרחי, דהיינו מען איז געגאנגען מצפון מערב [קצה ים המערבי] למזרח, און דארט איז כלל ישראל ווידער גערוהט ביים ים סוף, אבער ביים י"ס המזרחי, פון דארט איז מען געגאנגען אראפ צו דרום [אויפן מזרח זייט פון ים סוף המזרחי, דארט ווי ס'איז היינט סאודי אראביע], דארט איז כהיום פארהאן א געגנט וואס הייסט עד היום הזה 'אל-הורייבא' [Alkhuraybah], וואס נעמט זיך פון דאס ווארט 'חורב', און דאס איז לדעתו 'מדבר סיני', ער מאכט די חשבונות לויט ווי חז"ל זאגן וויפיל מיל די אידן זענען געגאנגען, און רעכנט א מיל לערך א שיעור תחום שבת, און ס'שטימט געוואלדיגט, ווי אויך צייכנט ער אן רפידים, און וואו גענוי עס איז געווען מלחמת עמלק.
יעצט, איבערן בארג סיני זעלבסט, טענה'ט ער אז דאס איז דער דערמאנטער jebel harb וואס הייסט כהיום אזוי על שם 'חורב', ער האט דערויף כמה וכמה ראיות, איינע פון זיינע ראיות איז, אז חז"ל זאגן כפה עליהם ההר כגיגית, און מחנה ישראל איז געווען י"ב מיל, און דער בארג איז גענוי אין די ברייט פון צוועלעף תחום שבת, לפי חשבון,
אויך ווייזט ער אן אז ציפיסנס פונם בארג איז פארהאן פלאץ גענוג פאר א מיליאן מענטשן, [משא"כ די אלע אנדערע אנגענומענע פלעצער, איז נישט פארשטענדליך ווי אזוי אידן זענען געשטאנען ארום דעם בארג], און אויך אז אז אויפן שפיץ פונם בארג איז פארהאן א מערה, וואס קען זיין די מערה וואו אליהו הנביא האט זיך אויפגעהאלטן, אויך דערקענט מען אינעם פעלזן אויפן בארג א שפאלט, כמו שכתוב ושמתיך 'בנקרת הצור', אויך ווייזט ער אן אז לפי חז"ל איז דער בארג סיני א גראדע ליניע ביז ירושלים, וואס דאס שטימט ממש מיט דעם דערמאנטן jebel harb,
ווי אויך ווייזט ער אן וואו ס'איז הר שעיר, און איז מפרש אלע פסוקים אין פרשת דברים, אחד עשר יום דרך הר שעיר עד קדש ברנע, פנו וסעו לכם ובואו הר האמורי וגו', און אלע פסוקים דארטן שטימען געוואלדיג, לויט די גמרא אין פסחים מהלך אדם ביום עשר פרסאות, רעכנט ער אויס די חשבונות ווי אזוי עס שטימט לשיטתו דער דרך אחד עשר יום.
סוף פונם ספר האט ער עפעס א לאנגן הסבר אז ביי מלחמת עמלק איז דער ים סוף המזרחי ארויף ביזן ים המלח, און פארפלייצט די עמלקים [ווי מען טרעפט די לשון 'מחייה' ביים מבול אז דער וואסער האט זיי פארפלייצט] און נאכדעם צוריק צו די איצטיגע גרעניצן, לענ"ד איז דאס שוין שיינע תורות, אדער יא אדער נישט......
לויט וויפיל כ'האב געזוכט אויף גוגל האב איך נאך נישט געטראפן איינער וואס זאל האלטן זיין שיטה, אבער סי'ז זייער אינטרעסאנט, בפרט פאר אונז מאמינים בני מאמינים אין תורה שבעל פה און מדרשי חז"ל