טראמפ ווס. עמעזאן

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

צל עובר האט געשריבן:@משה כספי, ווייל ער האט די וואשינגטאן פאוסט ווי ער רייסט אים אראפ, באדערט אים אז ער איז דער גרעסטער עושר, און די זעלבע ווייל איך גלייך אים נישט וועגן די שטיק וואס ער טוט וואס דו ברענגסט אראפ, און נאך, האבעך נישט הנאה געהאט ווען ער איז איבערגעשטיגן ביל געיטס.

@מטעמים, איך ווייס נישט פון וואס איר רעדט אז טראמפ ווייסט ער האט נישט וואס צו לויפן, טראמפ האט שוין געמאלדן אז די סלאגען גייט זיין קיפ אמעריקע גרעיט.

זשעב בוש איז אויך געלאפען, מען דארף שאפען וואוטס אויך.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

הענדימען האט געשריבן:סאו נעמעך ארויס פון מטעמים'ס תגובה אז טראמפ טוט וואס ער טוט ווייל ער ווייסט אז די גראדע וועג גייט אים נישט פירן אינערגעץ. ער האט א מישען אויסצופירן און דאס איז טו מעג"ע און ער גייט צעטרעטן יעדן וואס שטערט ווי א בולדאזער

אויב אזוי איזעס איקזעקטלי פארוואס זיינע שטיצערס האבן אים געשטיצט אין די פירסט פלעיס

העי, פארוואס ווילסטו נישט זיין אין מיין תגובה, איך האב פלאץ :lol:
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

מטעמים האט געשריבן:
הענדימען האט געשריבן:סאו נעמעך ארויס פון מטעמים'ס תגובה אז טראמפ טוט וואס ער טוט ווייל ער ווייסט אז די גראדע וועג גייט אים נישט פירן אינערגעץ. ער האט א מישען אויסצופירן און דאס איז טו מעג"ע און ער גייט צעטרעטן יעדן וואס שטערט ווי א בולדאזער

אויב אזוי איזעס איקזעקטלי פארוואס זיינע שטיצערס האבן אים געשטיצט אין די פירסט פלעיס

העי, פארוואס ווילסטו נישט זיין אין מיין תגובה, איך האב פלאץ :lol:

זעיעך טאקע אז דו האסטמער אריינגעלייגט (פארפאקט?) :lol:
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29294
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

מטעמים האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:@משה כספי, ווייל ער האט די וואשינגטאן פאוסט ווי ער רייסט אים אראפ, באדערט אים אז ער איז דער גרעסטער עושר, און די זעלבע ווייל איך גלייך אים נישט וועגן די שטיק וואס ער טוט וואס דו ברענגסט אראפ, און נאך, האבעך נישט הנאה געהאט ווען ער איז איבערגעשטיגן ביל געיטס.

@מטעמים, איך ווייס נישט פון וואס איר רעדט אז טראמפ ווייסט ער האט נישט וואס צו לויפן, טראמפ האט שוין געמאלדן אז די סלאגען גייט זיין קיפ אמעריקע גרעיט.

זשעב בוש איז אויך געלאפען, מען דארף שאפען וואוטס אויך.

איך רעד נישט פון וואס איר ווייסט, איך ברענג ארויס אז טראמפ האלט אז ער האט שוין געמאכט אמעריקע גרעיט.
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2924
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

לאמיר צולייגן מיינע 2 סענט

TRUMP FIGHT WITH BEZOS
-AMAZON סטאק איז דראמאטיש העכער פארן יאר, בעת די מארקעט איז אין אלגעמיין נידריגער פארן יאר (UP TO DATE -04/08/18) . טראמפ טוויטס וועט אים קיין סאך נישט העלפען
- אמעזאון האט נישט א בעסערע דיעל מיט יספס ווי איבעי אדער וואלמארט, אויב טראמפ וויל פיקסן יספס זאל ער ביטע מאכן סדר אין יספס הויפטקווארטיר - אמעזאון איז נישט דער פראבלעם
-טראמפ באגייט א געפערליכע שאקירנדע פארברעך מיטן רודפ'ן זיינס א פאליטישער קעגנער, ער האט עס גאנץ קלאר מרמז געווען נאך ביים לויפן פאר פרעזידענט אז ער וועט זיך נעמען צי בעזאוס = דאס איז דיקטאטורישע שטיק
-בעזאוס איז אויסערגעווענליך געריבן, דארךגעטראכט, טראמפ קען אים נישט געווינען, אדרבה ער קען מעגליך ליידן ערענסטע לעגאלע קאנסעקווענצן פון א שפיל מיט בעזאוס
- אין א אינטערוויו נאך פאר טראמפ איז געווארן פרעזידענט האט דער אינטערוויוער געפרעגט בעזאוס וואס וועסטו טון אויב טראמפ ווערט פרעזידענט? בעזאוס האט גענטפערט אנווייזנדיג אויף די ארבעט פון וואשינגטאן פאוסט אנקעגן ניקסאן ער האט ציטירט א באקאנטער שרייבער פון דעמאלט וואס האט געזאגט "איך וועל זיך לאזן שינדן די הויט און איך וועל ווייטער אנגיין" -בעזאוס האט אויסגעפירט- דאס איז וואס איך וועל טון!
-למעשה ווען בעזאוס האט זיך געטראפן מיט פרעזידענט טראמפ פנים בפנים האט ער אים עקסטער ווארעם באגריסט, איך ווייס נישט פונקטליך וויאזוי עס אויס צו טייטשן
-טראמפ איז גערעכט אז די וואשינגטאן פאוסט איז א לאבי גרופע, וו"פ האט געהאט איבער 20 אינוועטיגעיטערס צי זיכן שמוץ אויף קאנדידאט טראמפ, בעת וואס זיי האבן נישט געהאט קיינעם אויף קלינטאן - טעכניש איז אבער די וו"פ א מידיא קארפ
-בעזאוס האט כמעט דערשטיקט טראמפ ביי די ענדע פונעם קאמפיין ווען ער האט רעליעסעד געפערליכע טעיפס פון טראמפ ארום 4 וואכן פאר די וואלן, ברענגענדיג א דראמאטישע אויפוואכונג פון די נעווער טראמפערס און אפילו פארעווע רעפאבליקאנס וועלכע האבן פארדאמט טראמפ בלויז וואכן בעפאר די וואלן
-טראמפ פירט זיך צי שיסן מיט נומבערס און פאקטן וואס ער ווייסט אליין אז להד"ם, ויש מקום לומר אז דאס מיטל איז אויסגעהאלטן צומאל, אבער זיך צי טענה'נן אויף זיינע נומבערס אדער פאקטן איז ממש נישט נוגע - דאס איז געזאגט געווארן לגבי יעדע נושא ווי טראמפ זאגט סיי וואסערע נומבערס אדער פאקטן
-בעזאוס איז שוין מלומד צי קומען אינטער פייערדיגע קריטיק, און אלגעמיין ענטפערט ער נישט צירוק, צימאל לייקענט ער שארף אפ א באריכט, אבער ער פירט נישט קיין לאנגע מלחמות אין פאבליק

AMAZON - USPS - SHIPING
- אמעזאון אפערירט א גרויסע שיפינג אפטיילונג וועלכע פארברייטערט זיך כסדר, פאריאר האט אמעזאון געעפענט זייער אייגענע פליגער אפטיילונג מיט 20 פליגער וועלכע דעליווערן סחורה , זיי האבן געדינגען די עירפלעין'ס פאר אויסערגעווענליך ביליג וויבאלד די פליגער קאמפאני רישט זיך צי מאכן נאך אסאך מער ביזנעס מיט אמעזאון
-AMAZON האט פארטיגע פלענער צי שיקן פעקלעך מיט דראונס וואס זיי האבן אליינס געבויט
-פעדעקס סטאקס האט געכאפט א געזינטער שאקל נישט לאנג צירוק ווען אינוועסטארס האבן איינגעזען אז אמעזאון ווערט מער און מער א שיפינג קאמפאני, אויב די יספס פארלירט אמעזאון וועל מיר אלע ליידן (נעע נישט ממש... נאר די וואס צאלן טעקס אדער באניצן זיך מיט די פאסטאל סערוויס)

LEGAL ACTIONS AGAINST BEZOS
-בעזאוס איז גאר גוט אינפארמירט איבער אנטי טראסט געזעצן, ער האט סוקסעספול אנגעדרייט א לעגאלע אנקלאגע אנטקעגן "עפעל" דורך אנטי טראסט רעגלאטורן, עס איז פארשטענדליך אז ער האט זיך גוט באווארנט
-כאטש בעזאוס דאמינירט ממש עטליכע אינדאסטריעס, איז זייער שווער צי האבן סיי וועלכע אנטי טראסט טענה אויף אים ווי באלד עס איז קלאר ווי די טאג אז זיין מאנאפאליע טוט בלויז קלאפן פרייזן, ד.ה. זיין מאנאפאליע איז א בענעפיט פאר די קאסטומער

AMAZON - CAPITALISM -ECONOMY-
-----------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------
ווי אזוי קענען מיר פארזיכערן אז א פאלק זאל באקומען אלע אירע געברויכען אויפן בעסטען אופן?
סאושעליזם זאגט: אויב די פאלק קאטראלירט די מקור פון ווי זאכן ווערן ציגעשטעלט קען די פאלק אכטונג געבן אז פראדוקטן זאלן זיין פון גוטע קוואלטי, ווי אויך קען מען קאנטראלירן די פרייזן אז מען זאל נישט רייסן די פאלק, ח"ו אויב אלעס וועט באלאנגען פאר יחידים קענען זיי פארקויפן גארביזש און נאך רייסן די הויט, דערפאר דארף די פאלק -- ד.ה. די רעגירונג וועלכע געהערט דאך צום פאלק-- אליין אלעס קאנטראלירן!
קאפיטאליזם זאגט: זע אז מענטשען זאלן קענען גרינג פירן געשעפטןאון קענען גוט פארדינען, דאן וועט שוין די רייץ פאר געלט פירן צי קאמפעטישאן, איינמאל עס איז דא קאמפעטישאן וועלן קאמפאניס מיזן צישטעלן גוטע סחורה פארגוטע פרייזן. דערנאך איז שוין לייכט פאר די רעגירונג צי האלטן א אויג אויף די פאר קאמפאניס וועלכע וועלן טון שווארצע שטיק

ווי אזוי קענען מיר פארזיכערן אז א פאלק זאל האבן א פארדינסט צי באצאלן פאר אלע געברויכן?
סאושעליזם זאגט: די פאלק וועלכע קאנטראלירן אלע פאבריקן זאל זיכער מאכן אז מען שטעלט צי א פאזיציע פאר יעדען בירגער, און מען דארף פארזיכערן א גוטע געהאלט אז די בירגער זאלן קענען לעבן גענוי ווי טאטע א מנהל אין א ישיבה וועט זיכער מאכן אז זיין זין באקומט א מגי"ש שטעלע
קאפיטאליזם זאגט: קאמפאניס ווילן דאך צישטעלן די בעסטע סחורה, וועלן זיי אויטאמאטיש זיכן גוטע ארבעטער, און היות דער קאמפעטישאן וועט צישטעלן בעסערע סחורה, וועט יעדער זיכן צי האבן די בעסטע ארבעטער כדאי צי קענען נאך בעסער צישטעלן וועט ווערן א כאפעניש אויף גוטע ארבעטער

אמעזאון איז א מוסטער אנציווייזן לטב ולמוטב אויף עטליכע נושאים אין די קאפעטיליסטישע סיסטעם פאלגענד זענען 2 QUOTES פון בעזאוס
jeff bezos: "the ordinary CEO wakes up every morning and he thikns how can i beat my competitor, i wake up every morning and i think how can i delight "my clients
"jeff bezos: "your profit is my margin
--------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------
זאל די רעגירונג צישטעלן די געברויכן פון פאלק?
אמעזאון שטעלט צי די בעסטע סחורה פאר די בעסטע פרייזן אויף די באקוועמסטע אופן, הלוואי זאל איך באקומען מיין דרייווער לייסענס אזוי שנעל ווי אמעזאון דעליווערט ,
- אויב איך זע אז מיין קינדס שיך בענדעל איז ציריסן, מארגן אינדערפרי דארף מיין קינד גיין אין חדר 7:30 מיין גראסערי מאכט אויף 8:00 . פון ווי גיי איך האבן שיך בענדליך? אההה אמעזאון האט שיך בענדליך אין 2 שעה דעליווערי! הוי אומר אז אמעזאון איז א נויט פארן פאלק ( וכן טשעיס באנק וכן איבעי וכו' הצד השוה שבהם אז קאמפאניס שטעלן צי די געברויכן פון פאלק גאר גוט. אבער אמעזאון איז א מוסטער)
- אמעזאון האלט אין פארבעסערן איר סערוויסעס צווינגענדיג איר קאמפעטיטארס צי פארבעסערען זייערע סערוויסעס, אמעזאון שטעלט דעם סטאנדארט זייער הויעך.

זאל די רעגירונג צישטעלן זשאבס פארן פאלק?
-אמעזאון ארבעטער וועלכע ארבעטען אין ווערהאוז ווערן שלעכט באהאנדעלט און באקומען ווייניג באצאלט (וכן וואלמארט וכו' אבער אמעזאון איז א מוסטער. הצד השוה אז האראפאשנע ארבעטער טראק דרייווער און באקס שלעפער וועלכע האבן נישט קיין עקסטערע טאלאנט ווערן שוואך באהנדעלט און קארפארעיט אמעריקא און ווערן גאר גוט באהאנדעלט ביי די רעגירונג אדער ווי עס איז דא א יוניאן)
-אמעזאון איז די נומבער 1 בעסטע ארבעטסגעבער לויט "LinkedIn". אין יארע 17 למס' פאר יעדע זשאב אפענונג איז דא הינדערטער אפליקאציעס, מען רייסט זיך צי ווערן א ארבעטער ביי אמעזאון.
- האט איר אפשר געזען א סתירה אין די לעצטע 2 פאראגראפן? אקעי עס איז זייער פשוט אויב רעדט מען פון סאפטוועיר זשאבס ווי די ריזיגע קאמפאניס צ.ב.ש. אמאזאון/ גוגל/ מייקראסאפט/ טעסלא / וכו' רייסן זיך ארום צי כאפן די געלונגענע ארבעטער דאן צאלט מען אין די געגענט פון $100,000 פער יאר,אהה דאן איז גאר געשמאק צי ארבעטן ביי אמעזאון וועלכע שטייט אין שפיץ פון אנטוויקלן די נייעסטע טעכנעלאגיע.
- אויב אבער די האסט נישט ווייסיך וואסערע גוטע קאפ דאן קענסטו ארבעטן ביטער ביטער שווער/ שלעפסט באקסעס וכדו' און באקומסט מינומום געהאלט , די סארט ארבעטער האבן נישט קיין לינקדאין אקאונט...
- אסאך איז מיר נאך געבליבן אין פעדער... אבער עס קומט מיר אן שווער דאס שרייבן...
--
זקן מלא רחמים.
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

זייער שיין געשריבען

צוויי הערות:
1) די רעגירונג האט אלעמאל זיך אריינגעמישט אין פריוואטע ביזנעסער איך האב שוין געגעבען משלים אויבען און די דעמאקראטען זענען אלעמאל געוועהן די ערגסטע אויף די זאכען. סאו עס איז בכלל נישט שאקירנד, עס טוישט זיך נאר אייביג די נעמען פון די רודפים און פון די נרדפים און אז בעזאס פירט א צייטונג און אז טראמפ איז פרעזידענט.

2) עמעזאן פירט ארויס א סך קליינע קאמפעניס פון ביזנעס, הגם איך זעה נישט קיין וועג עס צוריק צו דרייען אבער אלס א לאנד דארפען ווען די פירערס נעמען אין באטראכט די מיליאנען קליינע ביזנעסעס וואס ווערן צודריקט פון עמעזאן, צום ווייניגסטענס זאלען זיי ביידע באצאלען סעילס טעקס.

3) בעזאס האט באוויזען גאר גרויסע און געלונגענע זאכען און די מענטש וועם ער קאמפיעט (מיסטער טראמפ) האט אויך באוויזען גאר וואונדערליכע זאכען, בעזאס האט סך מער געלט טאקע אבער טראמפס ווערן פרעזידענט איז אויך נישט אוועקצומאכען - אשר על כן בין איך גרייט צו נעמען א לעצטע זיץ אין דעם אומגלויבליכע שפיעל ווי די צוויי גויים וועלן זיך ארום רייסען און דאנקען דעם באשעפער אז עס איז נישט צווישען אידען.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
שטייגען
שר האלף
תגובות: 1737
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 12, 2015 11:31 pm
לאקאציע: office

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטייגען »

וואשינגטאן. – דער פענטאגאן האלט גאר נאנט ביים שענקען א צען ביליאן דאלערדיגע קאנטראקט פאר עמעזאן, וואס עמעזאן וועט פאר די געלט צושטעלן ספעציעלע אינטערנעט און קלאוד סערוויסעס פאר'ן פענטאגאן און אלע אפטיילונגען פון די אמעריקאנער מיליטער. דער ביד צוצושטעלן די סערוויס פאר'ן פענטאגאן, גייט שוין אן צען יאר, און עס זענען פארהאן פילע גרויסע סאפטוועיר און אינטערנעט פירמעס וועלכע קריגן זיך ארום צו געווינען דעם גרויסן פענטאגאן קאנטראקט, אריינגערעכנט עמעזאן, און די קאמפיוטער פירמע ארעקאל. סאפרא קאטז, דער הויפט עקזעקיוטיוו פון ארעקאל, איז לעצטנס געזיצן מיט פרעזידענט טראמפ, און באריכטן צייגן אז קאטז האט זיך באקלאגט פאר טראמפ איבער דעם וואס דער פענטאגאן גייט אט אט שענקען דעם גאנצן צען ביליאן דאלער קאנטראקט פאר עמעזאן, טענה'נדיג אז דער פענטאגאן קען צעטיילן דעם קאנטראקט פאר אפאר פירמעס. פענטאגאן קוועלער זאגן אבער אז הויכראנגיקע פירער אינערהאלב דעם פענטאגאן, האלטן אט אט ביים מאכן זייער ענדגילטיגן באשלוס צו געבן דעם צען ביליאן דאלער קאנטראקט אינגאנצן פאר עמעזאן, וואס דאס קומט אין א צייט וואס פרעזידענט טראמפ איז אין א געפעכט מיט עמעזאן, באשולדיגנדיג די פירמע אין בארויבן די רעגירונג'ס פאסט אפיס און זיך ארויסדרייען פון צאלן שטייערן.
..
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5679
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

דער עולם האט פארזען עטליכע נקודות.

1)גאר גאר אסאך עמעזאן פעקלעך וואס וועגן אונטער א פונט ווערן געשיקט אלס פוירסט קלעס מעיל.

2) אפי' איבער א פונט איז usps פיל ביליגער ווי פעדעקס און ups.

3) עמעזאן האט אן אייגענע שיפינג סערוויס וואס איז שוין אין דינסט, און ווערט כסדר אויסגעברייטערט צו נאך געגנטער.
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5679
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
-כאטש בעזאוס דאמינירט ממש עטליכע אינדאסטריעס, איז זייער שווער צי האבן סיי וועלכע אנטי טראסט טענה אויף אים ווי באלד עס איז קלאר ווי די טאג אז זיין מאנאפאליע טוט בלויז קלאפן פרייזן, ד.ה. זיין מאנאפאליע איז א בענעפיט פאר די קאסטומער

זייט ווען זענען אנטי טראסט געזעצן בלויז קעגן העכערן פרייזן?! אנטי טראסט איז די בלומזע פאקט אז ער דאמינירט די מארקעט, וואס דאס איז קיינמאל נישט גוט פאר די קאסטומער אפגעזען צו שארט טערם לאזט ער די פרייזן נידריג צו נישט. עמעזאנס גאנצע ביזנעס מאדעל איז באזירט אויף אנטי טראסט. זיי צווינגען זייערע סעלערס ארויסצוגעבן האקעלע אינפא אויף סיי וועלכע פראדוקט עס שמעקט זיי (=עס גייט גוט), כדי נאכדעם קויפן די זעלבע פראדוקט פון די זעלבע ווענדארס און ארויסרוקן דעם סעללער, וכדו' וכדו'. זייערע אנטי טראסט טאקטיקן האבן שוין דערשטיקט מיליאנען קליינע ביזנעסער און זענען פון די גרעסטע סכנות פאר די אמעריקאנער עקאנאמיע.
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2924
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

מטעמים האט געשריבן:זייער שיין געשריבען

צוויי הערות:
1) די רעגירונג האט אלעמאל זיך אריינגעמישט אין פריוואטע ביזנעסער איך האב שוין געגעבען משלים אויבען און די דעמאקראטען זענען אלעמאל געוועהן די ערגסטע אויף די זאכען. סאו עס איז בכלל נישט שאקירנד, עס טוישט זיך נאר אייביג די נעמען פון די רודפים און פון די נרדפים און אז בעזאס פירט א צייטונג און אז טראמפ איז פרעזידענט.

2) עמעזאן פירט ארויס א סך קליינע קאמפעניס פון ביזנעס, הגם איך זעה נישט קיין וועג עס צוריק צו דרייען אבער אלס א לאנד דארפען ווען די פירערס נעמען אין באטראכט די מיליאנען קליינע ביזנעסעס וואס ווערן צודריקט פון עמעזאן, צום ווייניגסטענס זאלען זיי ביידע באצאלען סעילס טעקס.

3) בעזאס האט באוויזען גאר גרויסע און געלונגענע זאכען און די מענטש וועם ער קאמפיעט (מיסטער טראמפ) האט אויך באוויזען גאר וואונדערליכע זאכען, בעזאס האט סך מער געלט טאקע אבער טראמפס ווערן פרעזידענט איז אויך נישט אוועקצומאכען - אשר על כן בין איך גרייט צו נעמען א לעצטע זיץ אין דעם אומגלויבליכע שפיעל ווי די צוויי גויים וועלן זיך ארום רייסען און דאנקען דעם באשעפער אז עס איז נישט צווישען אידען.

" די רעגירונג האט אלעמאל זיך אריינגעמישט אין פריוואטע ביזנעסער" ריכטיג, אבער איצט מישט זיך נישט די רעגירונג אריין ווייל עס איז נישטא פארוואס, AMAZON טוט נאר זאכן וואס זי ווייסט אז עס וועט נישט אריינמישן די רעגירונג
טראמפ פארדאמט AMAZON מיט כלומרשט אינטרעסע איבער USPS אן קיין שום שריט אדער הצעות צי טון סיי וואס , היות AMAZON מאכט נישט קיין פראבלעמען פאר די USPS פארשטייט יעדער אז טראמפ זיכט בלויז נקמה
ניצן די פרעזידענטליכער מאכט צי נקמה נעמען און פאליטישע פיינט איז שוידערליך!

AMAZON צאלט טעקס אויף די זעלבע ראטע ווי אלע קליינע און גרויסע ביזנעס,
עמעזאן פירט ארויס א סך קליינע קאמפעניס פון ביזנעס ווייל זיי טוען בעסער ביזנעס , הגם זיי טוען שגץ שטיק איז אבער זייער סוקסעס צי פארדאנקן די ביזנעס סטראטעגיע וועלכע איז בכלל נישט געשטעלט צי קלאפן אנדערע ביזנעסער - אנדערע ביזנעסער זאלן מאכן בעסערע סטראטעגיעס און די רעגירונג דארף גארנישט טון

-דוגמא: איבער האלב פון אמעזאון'ס ווערט שטעקט אין די קלאוד ביזנעס. עס איז א מעכטיגע ביזנעס וואס איז איינגעפאלן פאר עמעזאון ארום 06' למס, זיי זענען געווען די ערשטע צי טון די סארט ביזנעס, אסאך קאמפאניס האבן אויפגעהערט צי בויען דאטא סענטערס פאר זייער קאמפיוטער באניץ און האבן אנגהויבן ניצן קלאוד סערוויסעס. אלס א רעזולטאט האבן די קאמפאניס וואס שטעלן צי סערווערס אנגעהויבן פארלירן ביזנעס, וואס פונקטליך זאל די רעגירונג טון?
צום באמערקען א סאך פון די קאמפאניס האבן אויך אנגעפאנגען ציצושטעלן קלאוד סערוויסעס, אריינגערעכנט HP און ORACLE

- דוגמא: ארום 2000 למס' האט TOYS R US פראבירט צי בויען א מעכטיגע אנליין אפאראט צי פארקויפן שפילצייג דורך די נייע אנליין מיטלען, זייער הארעוואניע איז געגאנגען לטמיון מיט א דורכגעפאלענע וועבזייטל און שוואכע שיפינג סיסטעם, עס ליגט מיר אין קאפ אז זיי האבן דערלייגט דערביי 100 מיליאן דאלאר, נאך זייער גרויסע דורכפאל האבן זיי באשלאסן צי מאכן א דיעל מיט AMAZON אז AMAZON זאל זיין די אונליין סעלער פאר זיעערע טויס, אמעזאון וועלכע האט אין יענער צייט פארקויפט בלויז ביכער אין DVD'S האט שוין געהאט פלענער צי פארקויפן טויס, אבער זיי האבן זיך עפעס נישט געקענט אריינבאקומען אין דער ליין, עס איז זיי נישט געגאנגען
ווען TOYS R US איז געקומען פארשלאגן אז AMAZON זאל האנדלען די אנליין סעילס פאר TOYS R US האט זיך AAMZON ציגעכאפט דערצי ווי צי הייסע לאקשן, זיי האבן געשלאסן א דיעל פאר עטליכע יאר און AMAZON האט גערוקט סחורה אין די מאסן, עס איז געווען אויסגענומען וויפיל און וועלכע שפילצייג AMAZON קען פארקויפן אויף די אייגענע האנט , און וועלכע סחורה זיי מיזן נעמען דוקא פון TOYS R US , דעמאלט האט AMAZON אנגעפאנגען זיך פארברייטערן און פארקויפן אנדערע סארט זאכן אויסער ביכער
אין צווישן האבן אלע גרויסע געשעפטן ווי וואלמארט/ בעסט באי/ מעיסיס געארבעט צי פארברייטערן זייער אנליין דעפארטמענט אבער TOYS R US האט זיך פארלאזט אויף עמעזאון.
ויהי ככלות השבעה, נאך די זאטע יארן ווען דער אגיאנעלער דיעל האט זיך גענדיגט האט עמעזאון נישט געוואלט מער זיך צי בינדען צי TOYS R US , TOYS R US האט נישט געהאט די מינדעסטע השגה איבער אנליין סעילס, און זיי האבן זיך קיינמאל נישט צירוקגעכאפט, לעצטע חודש האבן זיי געמאלדן אז זיי געבן אויף און זיי וועלן זיך שליסן.

AMAZON איז נישט געווען NICE ... אבער וואס זאל דען די רעגירונג טון? אמעזאון האט אלעס געטון כשר TOYS R US איז געפארן זייער שלעכט...

דוגמא: MICROSOFT / GOOGLE / ALIBABA האבן אנגעהויבן נאכטון עמעזאון מיט די קלאוד ביזנעס און זיי האבן גרויס הצלחה, די קאמפאניס האבן זיך געריסן איבער צישטעלן בעסערע פרייזן, דערנאך איבער צישטעלן בעסערע פראדוקטן, לעת עתה שטייגן די אנדערע קאמפאניס סאך שנעלער ווי עמעזאון, עמעזאון מוז ארבעטן שווער צי קענען קאמפיטן מיט גוגל, אפשר זאל די רעגירונג זיך אריינמישן און נישט לאזן גוגל נאכטון AMAZON?
זקן מלא רחמים.
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

Congress going after the Airline Industry, Auto, Banking, Football, Baseball that's the least I remember at this current moment.

די פרעזידענטס פאוער איז באמת נישט ווייניגער ווי וואס קאנגרעסס האט, מיר איז שווערער פארוואס קאנגרעסס האט זיי נאך נישט אראפגעריפען פאר קשיות אזוי ווי זיי האבען געטוהן צו כמעט יעדע גרויסע קאמפעני אין די פארגאנגענהייט?

זיי באצאלען נישט קיין סעילס טעקס אזוי ווי יעדע נארמלע בריק ענד מארטער סטאר די מידיע האט אפגעמאכט אז עס איז וועגן די וואשינגטאן פאוסט און עס קען זיין אמת אויך אבער דער פרעזידענט קען אויפווייזען לעגיטימע טענות אויף עמעזאן און פאליטיש קען ער נאר העכער ווערן מיט זיין יעצטיגע צוגאנג און עס איז א לעגיטימע.

וואס ער מישט אריין די usps ווייס איך אויך נישט!
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2924
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

Think and Thank האט געשריבן:
דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
-כאטש בעזאוס דאמינירט ממש עטליכע אינדאסטריעס, איז זייער שווער צי האבן סיי וועלכע אנטי טראסט טענה אויף אים ווי באלד עס איז קלאר ווי די טאג אז זיין מאנאפאליע טוט בלויז קלאפן פרייזן, ד.ה. זיין מאנאפאליע איז א בענעפיט פאר די קאסטומער

זייט ווען זענען אנטי טראסט געזעצן בלויז קעגן העכערן פרייזן?! אנטי טראסט איז די בלומזע פאקט אז ער דאמינירט די מארקעט, וואס דאס איז קיינמאל נישט גוט פאר די קאסטומער אפגעזען צו שארט טערם לאזט ער די פרייזן נידריג צו נישט. עמעזאנס גאנצע ביזנעס מאדעל איז באזירט אויף אנטי טראסט. זיי צווינגען זייערע סעלערס ארויסצוגעבן האקעלע אינפא אויף סיי וועלכע פראדוקט עס שמעקט זיי (=עס גייט גוט), כדי נאכדעם קויפן די זעלבע פראדוקט פון די זעלבע ווענדארס און ארויסרוקן דעם סעללער, וכדו' וכדו'. זייערע אנטי טראסט טאקטיקן האבן שוין דערשטיקט מיליאנען קליינע ביזנעסער און זענען פון די גרעסטע סכנות פאר די אמעריקאנער עקאנאמיע.

אנטי טראסט געזעצן איז זייער זייער שווער צי ניצן סתם אזוי, מען הערט עס זייער זעלטן, ווען מען ניצט עס שוין יא רעדט מען פון פעלער ווי עס איז ממש געווען ממש קאנספיראציע צי באקומען א מאנאפאלי, עמעזאון מאכט נייע זאכן צ.ב.ש. FBA , KINDEL , ALEXA, פארגעשריטענסטע סאפוועיר, קלאוד, וכו' איז פשוט ווי אזוי זייער מאנאפאלי איז צישטאנד געקומען.
און באמת האבן זיי נישט א געזעצליכע מאנאפאלי ד.ה. 50% אין קיין איין אינדאסטערי,
אלזא אויב זיי ניצן נישט זייער מאכט צי הייבן פרייזן קען מען זייער שווער האבן סיי וועלכע אנטי טראסט טענה

בעזאוס האט סוקסעספול אנגעדרייט א אנטי טראסט קלאגע קעגן "עפעל" אז זיי קאנספירירן צי הייבן פרייזן פון ביכער
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2924
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

מטעמים האט געשריבן:Congress going after the Airline Industry, Auto, Banking, Football, Baseball that's the least I remember at this current moment.

די פרעזידענטס פאוער איז באמת נישט ווייניגער ווי וואס קאנגרעסס האט, מיר איז שווערער פארוואס קאנגרעסס האט זיי נאך נישט אראפגעריפען פאר קשיות אזוי ווי זיי האבען געטוהן צו כמעט יעדע גרויסע קאמפעני אין די פארגאנגענהייט?

זיי באצאלען נישט קיין סעילס טעקס אזוי ווי יעדע נארמלע בריק ענד מארטער סטאר די מידיע האט אפגעמאכט אז עס איז וועגן די וואשינגטאן פאוסט און עס קען זיין אמת אויך אבער דער פרעזידענט קען אויפווייזען לעגיטימע טענות אויף עמעזאן און פאליטיש קען ער נאר העכער ווערן מיט זיין יעצטיגע צוגאנג און עס איז א לעגיטימע.

וואס ער מישט אריין די usps ווייס איך אויך נישט!

congress hearing is about companies who are doing unethical things. congress is now doing it with Facebook
there is nothing unethical that trump or any conservative or liberal media outlet knows about amazon and there is nothing that trump points out that is unethical about amazon therefore there is no reason for congress or anyone in the government to go after them

sales tax is a state law nothing related to federal government and amazon pay sales tax according to Washington state tax law, however a lot of states improved their sales tax law to count online sales like a local sale, but some states still consider amazon sales like a sale that occurred in Washington state and they dont have to pay tax. this is said for all online companies there is nothing special about amazon!

the president have not shown any legitimate argument and the reason he is using USPS is because he dont care for legitimate arguments

all he wants is to put pressure on Bezos, so he is comfortable to use any argument against his rival Bezos and if this will not work he will than look for valid arguments
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32533
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:לאמיר צולייגן מיינע 2 סענט

TRUMP FIGHT WITH BEZOS
-AMAZON סטאק איז דראמאטיש העכער פארן יאר, בעת די מארקעט איז אין אלגעמיין נידריגער פארן יאר (UP TO DATE -04/08/18) . טראמפ טוויטס וועט אים קיין סאך נישט העלפען
- אמעזאון האט נישט א בעסערע דיעל מיט יספס ווי איבעי אדער וואלמארט, אויב טראמפ וויל פיקסן יספס זאל ער ביטע מאכן סדר אין יספס הויפטקווארטיר - אמעזאון איז נישט דער פראבלעם
-טראמפ באגייט א געפערליכע שאקירנדע פארברעך מיטן רודפ'ן זיינס א פאליטישער קעגנער, ער האט עס גאנץ קלאר מרמז געווען נאך ביים לויפן פאר פרעזידענט אז ער וועט זיך נעמען צי בעזאוס = דאס איז דיקטאטורישע שטיק
-בעזאוס איז אויסערגעווענליך געריבן, דארךגעטראכט, טראמפ קען אים נישט געווינען, אדרבה ער קען מעגליך ליידן ערענסטע לעגאלע קאנסעקווענצן פון א שפיל מיט בעזאוס
- אין א אינטערוויו נאך פאר טראמפ איז געווארן פרעזידענט האט דער אינטערוויוער געפרעגט בעזאוס וואס וועסטו טון אויב טראמפ ווערט פרעזידענט? בעזאוס האט גענטפערט אנווייזנדיג אויף די ארבעט פון וואשינגטאן פאוסט אנקעגן ניקסאן ער האט ציטירט א באקאנטער שרייבער פון דעמאלט וואס האט געזאגט "איך וועל זיך לאזן שינדן די הויט און איך וועל ווייטער אנגיין" -בעזאוס האט אויסגעפירט- דאס איז וואס איך וועל טון!
-למעשה ווען בעזאוס האט זיך געטראפן מיט פרעזידענט טראמפ פנים בפנים האט ער אים עקסטער ווארעם באגריסט, איך ווייס נישט פונקטליך וויאזוי עס אויס צו טייטשן
-טראמפ איז גערעכט אז די וואשינגטאן פאוסט איז א לאבי גרופע, וו"פ האט געהאט איבער 20 אינוועטיגעיטערס צי זיכן שמוץ אויף קאנדידאט טראמפ, בעת וואס זיי האבן נישט געהאט קיינעם אויף קלינטאן - טעכניש איז אבער די וו"פ א מידיא קארפ
-בעזאוס האט כמעט דערשטיקט טראמפ ביי די ענדע פונעם קאמפיין ווען ער האט רעליעסעד געפערליכע טעיפס פון טראמפ ארום 4 וואכן פאר די וואלן, ברענגענדיג א דראמאטישע אויפוואכונג פון די נעווער טראמפערס און אפילו פארעווע רעפאבליקאנס וועלכע האבן --------
--

דא האסטו מיך שוין פארלוירן... פון וואס רעדסטו? די עקסעס האליוואד טעיפ האט גארנישט מיטן וואשינגטאן פאוסט...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2924
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:

oh yeah... its the washington post
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32533
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

סארי, אבער טראכטן איז נישט גענוג, א גוגל סוירטשט נעמט א רגע!

כאב אסאך קשיות, אבער אויב זענען די פאקטן געטראכט געווארן און נישט געסוירטשד, איז א שאד די צייט...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2924
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:סארי, אבער טראכטן איז נישט גענוג, א גוגל סוירטשט נעמט א רגע!

כאב אסאך קשיות, אבער אויב זענען די פאקטן געטראכט געווארן און נישט געסוירטשד, איז א שאד די צייט...

searched now, its the washington post

יעצט בין איך נאך אלס פארלוירן?
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32533
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

כ'ווייס נישט וואס דו האסט געסוירטשד, אבער די עקסעס האליוואד טעיפס האט באלאנגט פאר NBC און זיי זענען געזיצן דערויף און עס ריליעסד...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3238
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האשכולות »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:סארי, אבער טראכטן איז נישט גענוג, א גוגל סוירטשט נעמט א רגע!

כאב אסאך קשיות, אבער אויב זענען די פאקטן געטראכט געווארן און נישט געסוירטשד, איז א שאד די צייט...

מיין גוגל סיערטש זאגט אז ס'איז יא די וו. פאוסט
נ.ב. כ'האב אראפ גענומען די לינק היות ס'אנטהאלט אימאיידעלע ווערטער פונעם יר"ה ואתכם הסליחה
לעצט פארראכטן דורך איש האשכולות אום זונטאג אפריל 08, 2018 10:35 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

מען האט דא אויסגערעכנט גענוג סיבות פארוואס זיי זאלען ווערן אינוועסטיגעיטעד אבער דו איגנארירסט אלע פון זיי.

מיר ווינדערט פארוואס קאנגרעסס טוהט נישט די מינימום און לעוועלט די סעילס טעקס וואס די אנליינערס שפארען זיך קען זיין אז עמעזאן שטיצט זייערע קאמפיינס?
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2924
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

מטעמים האט געשריבן:מען האט דא אויסגערעכנט גענוג סיבות פארוואס זיי זאלען ווערן אינוועסטיגעיטעד אבער דו איגנארירסט אלע פון זיי.

מיר ווינדערט פארוואס קאנגרעסס טוהט נישט די מינימום און לעוועלט די סעילס טעקס וואס די אנליינערס שפארען זיך קען זיין אז עמעזאן שטיצט זייערע קאמפיינס?

מען האט דא אויסגערעכנט גענוג סיבות פארוואס זיי זאלען ווערן אינוועסטיגעיטעד? קיין איינס נישט!
זקן מלא רחמים.
הצדיק
שר האלף
תגובות: 1733
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצדיק »

מטעמים האט געשריבן:מען האט דא אויסגערעכנט גענוג סיבות פארוואס זיי זאלען ווערן אינוועסטיגעיטעד אבער דו איגנארירסט אלע פון זיי.

מיר ווינדערט פארוואס קאנגרעסס טוהט נישט די מינימום און לעוועלט די סעילס טעקס וואס די אנליינערס שפארען זיך קען זיין אז עמעזאן שטיצט זייערע קאמפיינס?

זיי זענען לכוארה איטערגעקויפט ביי די עמעזאן לאביסט
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2924
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:כ'ווייס נישט וואס דו האסט געסוירטשד, אבער די עקסעס האליוואד טעיפס האט באלאנגט פאר NBC און זיי זענען געזיצן דערויף און עס ריליעסד...

די טראכסט אדער האסט געסערטשט? א גוגל סערטש נעמט א רגע ביטע סערטש עס....
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3238
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האשכולות »

ס'האט טאקע באלאנגט פאר NBC, אבער די וו. פאוסט האטעס ריליעסד צוויי טעג בעפאר די לעצטע דיבעיט מיט הילערי.
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”