באריכט - שאבאטאן פאר WD40 ליידנדע

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3084
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

אויסטערליש זיס אראפגעלייגט. די לשונות און די געדאנקן זענען מתוק מדבש. שוין לאנג נישט אזוי הנאה געהאט פון אן ארטיקל.
מאך א ברכה
שר חמש מאות
תגובות: 829
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 20, 2018 10:10 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאך א ברכה »

אויסטערליש זיס אראפגעלייגט.
Haklal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

איך האבן מיך שוין אויבן באדאנקט, מען קען ממש גיין ניסלעך פאר דיין שרייבן

מיין שאלה איז מוז עס דען זיין אזוי? פארוואס מאכט ער זיך נישט גרינגער דאס לעבן? זאל ער גיין ראטציג אין זיך אויסלאכן פין יעדעם?
חשמונאי
שר מאה
תגובות: 208
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2017 5:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חשמונאי »

מייזל האט געשריבן:https://www.vosizneias.com/294400/2018/03/28/new-york-from-slavery-to-sunshine-record-breaking-pesach-has-100000-jews-heading-on-vacation

בושה נורא. פשוט א רחמנות נעבעך אויף דיע גליק-זוכערס (אנטלויפערס), זאל זיי די באשעפער אויפרעכטן און געבן צו שפירן דאס ריכטיגע טעם אין אידישקייט.
חשמונאי
שר מאה
תגובות: 208
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2017 5:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חשמונאי »

Haklal האט געשריבן:איך האבן מיך שוין אויבן באדאנקט, מען קען ממש גיין ניסלעך פאר דיין שרייבן

מיין שאלה איז מוז עס דען זיין אזוי? פארוואס מאכט ער זיך נישט גרינגער דאס לעבן? זאל ער גיין ראטציג אין זיך אויסלאכן פין יעדעם?

האלאו פארגעס נישט ער האט נישט קיין פרראאאבלעם מיט קיינעם, אויב איינער האט א פרראאאבלעם זאל ער גיין צום דאקטאר.
Haklal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

חשמונאי האט געשריבן:
מייזל האט געשריבן:https://www.vosizneias.com/294400/2018/03/28/new-york-from-slavery-to-sunshine-record-breaking-pesach-has-100000-jews-heading-on-vacation

בושה נורא. פשוט א רחמנות נעבעך אויף דיע גליק-זוכערס (אנטלויפערס), זאל זיי די באשעפער אויפרעכטן און געבן צו שפירן דאס ריכטיגע טעם אין אידישקייט.


רוב דערפון זענען נישט קיין היימישע בכלל
אוועטאר
אורח הכבוד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4445
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח הכבוד »

כא כא כא האט געשריבן:פדף ביטע עמערזשענסי!!!!
ווווואאאאףףףףף איז דאס גוט..


גא''מ!!

מער אמת ווי גוט!
שטייט (זוה''ק שמות) אַּז די בריונים פון אידן וועלן גיין מיט גוג ומגוג'ן אינאיינעם, לוחם זיין מיט'ן מלך המשיח,
דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!


רביה''ק זי''ע נשא תשכ"ז
דער קוטשער
שר חמש מאות
תגובות: 776
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 14, 2009 9:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער קוטשער »

וואויל זאל זיין די קליק וואס האט מיך אריינגעקליקט דא, ביטער אמת און אייזן גוט אראפגעלייגט.

איר זענט נאכנישט אנגעקומען צום סדר, איך האף איר וועט אונז נישט לאזן אזוי אויפ'ן וואסער איבער יו"ט.
גאסט
שר מאה
תגובות: 117
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 8:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאסט »

דא האט איר א PDF
אטעטשמענטס
שאבאטאן פאר WD40 ליידנדע.pdf
(81.8 KiB) געווארן דאונלאודעד 458 מאל
דער קוטשער
שר חמש מאות
תגובות: 776
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 14, 2009 9:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער קוטשער »

ווארט, נאך נישט פארטיג, לאז אים ענדיגן קודם, דערנאך דארף מען ארומשיקען די פידיעף און אלע בתי מדרשים.
-
פרידן טשעק דיין פריוואט באקסעל.
Out of towner
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 28, 2017 1:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Out of towner »

ייש"כ פרידן, זייער שיין ארויסגעברענגט.
און דריידל האט מוסיף געווען א שטארקע נקודה.
חשמונאי
שר מאה
תגובות: 208
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2017 5:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חשמונאי »

@פרידן איז די המשך שוין אין די ווארקס? קענט וועיט ס'איז א מוראדיגע ריפרעשמענט יעצט אין די פארנומענע ערב פסח
חשמונאי
שר מאה
תגובות: 208
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2017 5:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חשמונאי »

Haklal האט געשריבן:
חשמונאי האט געשריבן:
מייזל האט געשריבן:https://www.vosizneias.com/294400/2018/03/28/new-york-from-slavery-to-sunshine-record-breaking-pesach-has-100000-jews-heading-on-vacation

בושה נורא. פשוט א רחמנות נעבעך אויף דיע גליק-זוכערס (אנטלויפערס), זאל זיי די באשעפער אויפרעכטן און געבן צו שפירן דאס ריכטיגע טעם אין אידישקייט.


רוב דערפון זענען נישט קיין היימישע בכלל

גערעכט, בלייבט נישט איבער צו זאגן מער ווי איין ווארט... "פעך"
אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5988
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

הער מיך צו; וועט'ר איינער אמאל זאגן אז אין "פרידן'ס צייטן" אין קרעטשמע איז געווען דאס און יענס.. וויסן זאלסטו אז מ'רעדט פון די ניק "פרידן".

זיס באשריבן!

קאנגרעטס פאר'ן אריבערפירונג פון דיין ארטיקל צום דזשורנאל פארום.
אוועטאר
כא כא כא
שר האלף
תגובות: 1642
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 5:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כא כא כא »

גאסט האט געשריבן:דא האט איר א PDF

דאנקע שיין
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

@פרידן עסטיז מיר ווערט געווען צו אריינקומען יעמט ליינען דא נאר פאר די אשכול, דיין פענע איז ווערט אלע געלטער, אזוי צו צולייגן די אלע ראסטיגע חברה איז א טאלאנט.
;l;p-
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6809
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

יישר כח פרידן. יעדע ארטיקל דיינע איז געוואלדיג, וזה עלה על כולנה
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
yoy
שר חמש מאות
תגובות: 993
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 12:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yoy »

דער ארטיקעל שמעקט פין א רב א major רעדנער, מען קען עם ממש זען לייו ווען מען ליינט עס
$2200 הם שכר שידוך לגיל 18 ולכל עוד ששה חדשים, ראוי להוסיף $500, כדי לשלם עבור השעות החדשות, שהשדכנים משקיעים כסדר בשוק
גלאזער
שר האלפיים
תגובות: 2222
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלאזער »

ווער ס'בליקט אמאל אין די אלטע אמעריקאנע אידישע טאג צייטונגען טרעפט זיך אביסל היימיש מיט דעם טראגיקאמישן ארטיקל איבער די גרינע אידן, וואס באפאלט זיי די עשר מכות ווען ער טרעפט זיך מיטן פארצייטישן פאטער. יענץ פלעגט נאר זיין גראפישער וויבאלד די שרייבער זעלבסט האבן זיך משתתף געווען.. נאר האבן גאר גוט געוואוסט וויאזוי פיין צו צעלייגען די מצב, אבער שהשלום שלנו אונזער פרידן'ס הומאר און היינטיג לעבן איז ערשטקלאסיג. ווען דער נאר איז נישט אונזערס וואלט איך אויך געלאכט.
אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלטיאל »

אזא ארטיקל איז שוין נישט געווען אויף אייוועלט פאר א גאר לאנגע צייט, גאר שטארק הנאה געהאט..
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

איך וויל מיר באדאנקען פאר יעדער איינער וואס האט גענומען די מיע צו קאמפלעמעינטען, יעדע מענטש האט ליב ווען מען האט הנאה פין זיין ארבייט, בפרט אויף אזא פלאטפארום ווי איי וועלט ווי די האסט נישט קיין השגה צו איינער ליינט בכלל צו נישט, באמת א ש'כח פאר ארויף קומען דא בשער בת רבים,

צו די וואס שרייבן אז לכאורה בין איך אמאך דארט געווען ב"ה ניין, איך בין נאך עז אוף נאו ניטאמאל געווען ביי א שבאטאן, די איינציגסטע מאל איך בין געווען בכלל אין האטעל אויף שבת איז געווען אלטץ בחור ווען ר"ר אלימלך'ס יארצייט איז געווען מוצ"ש

נאר עס קומט מיר אויס מחמת כמה סיבות אסאך צו רעדן אין הערן פין דעי לא לא קיש קיש אידן, אין אלעס וואס איך האב געשריבן איז עדות נאמנה פין די חורבן לעבער, מיין ארטיקל איז נישט געצילט צו זיי ווייל עס לאנג וואס במקום המח האבן זיי בהמה גאלע (אפשר טאקע מענדלס) האב איך נישט וואס צו רעדן, בכלל זיך איך נישט צו רעדן מיט פרעמדע פרויען בפרט וואס גייען מיט הויזן,

מיין ציל איז נאר געווען אז עס איז אמאל דא ביי אונז וואס מיינען אמת עס איז נישט אויסגעהאלטן ער גייט עס נישט טון, אבער ער מיינט אז די גליק אויף דעי וועלט איז אויף יענע זייט, ער איז ערליך אין וואויל איז ער עס גרייט אויפצוגעבן, וויל איך ער זאל פארשטיין אז לא דובים ולא יער סאיז א סירכה כפילה ומכופלת, סאיז א עקל אין א גרויל, חוץ די פיקטשערס אין די צייטונגען פין שיינע האטעלס איז עס בגשמיות א אפקומעניש, א פרעשער, א נערווען שפיל, דעי באלי וואס איז קאנעקטעט צו זייער האלז מיט דעי אייעס אין סענסערס וואס דארף צו הייסן קאפ, איז א דעמיטשד נאן פאנקזשעל אייטעם,

ווי א פארקערטע ערקאנדישען וואס מאכט די רום שטיקיק, אין די גאס בלייבט די זעלבע, די האר אויפן קאפ וואקס אין די באר שנייד מען, די אייגענע מח אין שכל דערשטיקט מען וויל זיך באקוועם מאכן אין גאס, אין צום סוף איז נישט די גאס באקוועם, אין פאר זיך דערשטיקט מען זיך

נישטא קיין שענערס ווי א טאטע ביים סדר ווי א מלך ארום גענומען מיט זיינע לעכטיגע קינדער וואס זייער שיינקייט איז זייער תמימית אין ערליכקייט, נישט זייער בערבערי אין דאלטשע געבענע קליידער וואס איז די פאציענט פין די פירהאנג אויף די רעכטע זייט האט געזאגט אז עס איז שענער ווי די קינדער פין די פאציענט פין די פירהאנג אויף די לינקע זייט, די מאמע ווי א מלכה גרייט אן מפרי עמלה אין די אייגענע ד' אמות צו ביים טאטען אין וויינגארטן, ארום גענומען מיט געשוויסטער, די חן די קדושה די באטעמקייט, בגשמיות ווער קען דאס באשרייבן אוי ווי לעכטיג, דעי שמחה וואס דעי קינדער האבן ווען די טאטע קומט אהיים פין שול, די קיטל אנגעגרייט אויפן היסב בעט, דעי קינדער די פנים שיינט זיי דאס צו מיט צו לעבן,
איך האב נאך געפלאנט ווייטער צו גיין מיט דעי לאנטש רום לא לא קיש קיש סדר , ווי די אומ'חן שרייט פין אלע ווינקלן נישט גויאיש אין נישט אידיש, איך דארף זעהן צו די צייט וועט מיר ערלויבן עס קומט דאך פסח
אוועטאר
שמרי' קערנקרויט
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 18, 2017 11:11 pm
לאקאציע: ביים טיר פון בית המדרש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמרי' קערנקרויט »

אוי זאגסטו גוט פרידן! דיין שפראך איז געוואלדיג!

ווי זאגט יענער:
גלאזער האט געשריבן:ווען דער נאר איז נישט אונזערס וואלט איך אויך געלאכט.
א שנארער
הצלחה מיט שששמחחההה!
אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1576
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשמאקער »

כ'בין שפראכלאז, פיין צילייגט מיט א גיטע הומער,
מ'ווארטן פאר די פארזעצונג
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר
כלל וכלל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 377
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 17, 2017 4:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כלל וכלל »

חושב מחשבות... האט געשריבן:
בדרכי אבותינו האט געשריבן:...
וואס קענען מיר טועהן אז אונזערע קינדער זאלען נישט זיין אזוי ?

פארדעם ברויך מען שוין א עקסטערע אשכול וואס וועט זיך ציען לכאורה אזוי לאנג ווי די משפיעים אשכול... זה בונה וזה סותר ובלבד שיכוין לבו לשמים..

איך מיין ווען א קינד זעהט ביים טאטען די דאזיגע זאכן קען עס שטארק בייהילפיג זיין צו ליב האבן די דרך האבות.

א. א מוסטער פון אמת'ע יראת שמים אפי' ווען קיינער זעהט נישט

ב. די קינד זאל פילן אז 'מיין טאטע האט מיך אייביג ליב' נישט אנגעוואנדן אין מיינע מעשים

ג. אריילייגן א געשמאק אין רוחניות, אפי' מ'האט חומרות זאל עס צוגיין מיט א אפעטיט

ד. האבן אפענע אויגן צו פארשטיין א חילוק צווישן איין קינדס תכונות הנפש אינעם צווייטן, און נישט פארלאנגן פון יעדעם אייניג

ה. א קינד זאל פילן אז 'מיין טאטע פארלאנגט פון מיר אידישקייט ווייל די 'תורה' פאדערט עס' נישט ווייל ער פערזענליך דארף א גוטע געפיל אז ער האט גוטע קינדער






קודם שכח פארן פותח! גאר גיט באשריבן. דיינע שרייבן טאלאנטן אין מליצות טרעפן זענען מתוק!




כוויל נישט עפענען א קאנע פין ווערעם, אבער סאיז שטארק צריך בדיקה אינזער סיסטעם פין סיסטעמאטישע יודישקייט וואס לאזט אזאנס צי.

כאנישט געניג ווערטער צי ארויסברענגען ווי שטארק רב חושב זאגט דא אין פונקט ד׳ און ה׳, שטארק ווייטאגלעך אז די חינוך היינט פאר אינזערע קינדער גייט צי גאנץ ענליך צי די חינוך פין די ׳ראסטיגע׳ וואס ווילן זייערע קינדער זאלן גיין מיט אימגעפלעקטע קליידער.


יענקי, קענסט דאס נישט טין אין ביהמ׳ד, סקען אפשר שאטן פאר א גיטע שידוך..

מושי,אינזער שכן אבראמעלע לערנט יעדע נאכט משניות מיט א פריוואטע מלמד. אפשר ווילסטע אויך?

זרח׳ל, כהאב נישט קיין פראבלעים אז די טיסט דעי אין דעי קולא, כוויל אבער נישט מזאל שמועסן אז מטיהט אזו ביי אינז אין די משפחה. סוועט פארשעמען די משפחה.

יצחק. דאווען נישט צוועלעווע אין ביהמ׳ד סוועט פארשעמען די ישיבה אין קיינער וועט נישט געבן ביים דינער.


ועוד ועוד ועוד.... סטעיטמענטס אין מעסעדזשעס וואס א ריזן חלק פין אינזערע קינדער ווערן אזוי אויפגעהאדעוועט. ניטעמאל כאפן די עלטערן/מחנכים וואס סאיז ראנג. אנשטאט דינען א גאט ברוך הוא דינט מען די גאס. אנשטאט מחנך זיין פאר יראת שמים איז מען מחנך אמינה טפילה. אין נאכדעים ווינדערט מען זיך פארוואס וואקסט אויף אזא קאלטע דור?? פארוואס טאקע איז דא אזא רובא דמינקרא גאנצע גוים אדער ליידיגע ראסטיגע פעסער ליידיג מכל וכל מיט זירא ווארעמקייט?

סאיז גרינגער חוזק צי מאכן פין די תולדה ווי איידער קיקן אויף די אבות אין זעהן וואס מקען טין אנדערש/בעסער אז די יעצטיגע אימשילדיגע תמימותדיגער תשב׳ר זאלן אויסקיקן בעסער.
דער קוטשער
שר חמש מאות
תגובות: 776
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 14, 2009 9:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער קוטשער »

פרידן האט געשריבן:איך וויל מיר באדאנקען פאר יעדער איינער וואס האט גענומען די מיע צו קאמפלעמעינטען, יעדע מענטש האט ליב ווען מען האט הנאה פין זיין ארבייט, בפרט אויף אזא פלאטפארום ווי איי וועלט ווי די האסט נישט קיין השגה צו איינער ליינט בכלל צו נישט, באמת א ש'כח פאר ארויף קומען דא בשער בת רבים,

צו די וואס שרייבן אז לכאורה בין איך אמאך דארט געווען ב"ה ניין, איך בין נאך עז אוף נאו ניטאמאל געווען ביי א שבאטאן, די איינציגסטע מאל איך בין געווען בכלל אין האטעל אויף שבת איז געווען אלטץ בחור ווען ר"ר אלימלך'ס יארצייט איז געווען מוצ"ש

נאר עס קומט מיר אויס מחמת כמה סיבות אסאך צו רעדן אין הערן פין דעי לא לא קיש קיש אידן, אין אלעס וואס איך האב געשריבן איז עדות נאמנה פין די חורבן לעבער, מיין ארטיקל איז נישט געצילט צו זיי ווייל עס לאנג וואס במקום המח האבן זיי בהמה גאלע (אפשר טאקע מענדלס) האב איך נישט וואס צו רעדן, בכלל זיך איך נישט צו רעדן מיט פרעמדע פרויען בפרט וואס גייען מיט הויזן,

מיין ציל איז נאר געווען אז עס איז אמאל דא ביי אונז וואס מיינען אמת עס איז נישט אויסגעהאלטן ער גייט עס נישט טון, אבער ער מיינט אז די גליק אויף דעי וועלט איז אויף יענע זייט, ער איז ערליך אין וואויל איז ער עס גרייט אויפצוגעבן, וויל איך ער זאל פארשטיין אז לא דובים ולא יער סאיז א סירכה כפילה ומכופלת, סאיז א עקל אין א גרויל, חוץ די פיקטשערס אין די צייטונגען פין שיינע האטעלס איז עס בגשמיות א אפקומעניש, א פרעשער, א נערווען שפיל, דעי באלי וואס איז קאנעקטעט צו זייער האלז מיט דעי אייעס אין סענסערס וואס דארף צו הייסן קאפ, איז א דעמיטשד נאן פאנקזשעל אייטעם,

ווי א פארקערטע ערקאנדישען וואס מאכט די רום שטיקיק, אין די גאס בלייבט די זעלבע, די האר אויפן קאפ וואקס אין די באר שנייד מען, די אייגענע מח אין שכל דערשטיקט מען וויל זיך באקוועם מאכן אין גאס, אין צום סוף איז נישט די גאס באקוועם, אין פאר זיך דערשטיקט מען זיך

נישטא קיין שענערס ווי א טאטע ביים סדר ווי א מלך ארום גענומען מיט זיינע לעכטיגע קינדער וואס זייער שיינקייט איז זייער תמימית אין ערליכקייט, נישט זייער בערבערי אין דאלטשע געבענע קליידער וואס איז די פאציענט פין די פירהאנג אויף די רעכטע זייט האט געזאגט אז עס איז שענער ווי די קינדער פין די פאציענט פין די פירהאנג אויף די לינקע זייט, די מאמע ווי א מלכה גרייט אן מפרי עמלה אין די אייגענע ד' אמות צו ביים טאטען אין וויינגארטן, ארום גענומען מיט געשוויסטער, די חן די קדושה די באטעמקייט, בגשמיות ווער קען דאס באשרייבן אוי ווי לעכטיג, דעי שמחה וואס דעי קינדער האבן ווען די טאטע קומט אהיים פין שול, די קיטל אנגעגרייט אויפן היסב בעט, דעי קינדער די פנים שיינט זיי דאס צו מיט צו לעבן,
איך האב נאך געפלאנט ווייטער צו גיין מיט דעי לאנטש רום לא לא קיש קיש סדר , ווי די אומ'חן שרייט פין אלע ווינקלן נישט גויאיש אין נישט אידיש, איך דארף זעהן צו די צייט וועט מיר ערלויבן עס קומט דאך פסח


פרידן, פליז, דאס איז א חלק פונעם פסח מאכן, דאס דארף גיין אין די בתי מדרשים, פליז אונז קענמער נישט בלייבן שטיין אין האלוועי גאנץ יו"ט.
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”