בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.
ווען מיר ארבעטן אויף זיך צו טוישן קשר מיט כלים קענען מיר שפירן כעס. אזוי ווי א קינד וואס מ'נעמט אים אוועק א שפילצייג וואס מ'וויל אז ער זאל עס נישט האבן, די קינד רעגט זיך. מיר דארפן צוגיין צום שאור שבעיסה וואס רעגט זיך
מיט רחמנות. זיך נישט אונטערגעבן אונטער די כעס. נישט טון וואס ס'הייסט, נאר אנערקענען. "איך ווייס אז דו ביסט גערעגט, איך האב רחמנות אויף דיר, נעבעך, איך שוין דיר, איך גיי אבער נישט טון וואס דו הייסט, לפום צערא אגרא, יעדער פילט גערעגט. מעגסט זיין גערעגט, איך גיי אבער נישט טון וואס דו הייסט". און צוביסלעך ווערט די כעס פראצעסירט, און ס'גייט אוועק בעזרת השי"ת.
ניתוח חלקי הדיבור שבאדם.ער האט שוין פריער מסביר געווען, אז אויב מיר ווילן ווערן אן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט וואס איז בוחר בטוב, דארפן מיר שאפן
דעת התבססות שבבעלות. וואס דאס מיינט אז מיר דארפן טרעפן כלים וואס מאכט אונז
טראכטן, וואס מאכט אונז מכיר זיין דעם אמת, און פון אט די כלים דארפן מיר ווערן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגט, און מיט אט די כלים דארפן מיר שאפן קשר, און נאכדעם מפשט זיין דעם כח השכל אל הפועל מיט דיבור. און דאס שאפט
דעת התבססות שבבעלות. און מיר דארפן משפיע זיין מיטן דיבור, און עס מקבל זיין, עס הערן מיט אונזער
שמיעה הפנימי. וואס דאס שאפט
דעת הבעלות שבהתדבקות. און אויב מ'טוט אזוי, וועט די עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט זוכן נאך אזאנע אמת'ע כלים פון וואס צו ווערן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגט. אזוי ווי ס'שטייט אז ווען א מענטש
רעדט אמת, געט מען איבער א מלאך וואס
רעדט אמת. אלא אם עושה אדם את עצמו צדיק
ולדבר אמת מוסרין לו מלאך שמתנהג עמו בדרך צדיקים
ומדבר אמת, תנא דבי אליהו.
זאגט ער דא: אז
די קול און די תנועה וואס באגלייטן דעם
דיבור, די תנועות און די שטומע, וואס מ'נוצט ארויסצוברענגען דעם שכל שבהכרה. די תנועות פון די קאפ, די פנים, די אויגן, די אויגן ברעמען, די שטערן, די ליפן, די מויל, די תנועות פון די הענט, די פינגערס. דאס עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגט דעם תוכן ההכרה אויך מצד
התדבקות שבהתפשטות. ווי מער תנועות אלץ מער באוואוסטזיניגט מען זיך (און דער אנדערער וואס הערט אויס) מצד התדבקות שבהתפשטות.
ווייל דאס איז א געוויסע אופן פון התפשטות, ווייל ער ברענגט ארויס דעם כח ההשכלה אל הפועל אויף דעם אופן. און חושים זענען אינוואלווד דערין.
די זעלבע זאך איז מיט א ניגון. א ניגון ברויזט אויף (טשילס) דוקא ווען מ'געט א ציה ארויף, און נאכדעם אראפ. א ניגון וועקט אויף געפילישע עקזיסטענץ-באוואוסטזיין וויאזוי מ'האט עס
מיטגעלעבט פאריגע מאל ווען מ'האט עס געזינגען. א ניגון איז לעבן מצד געפילן,
עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט מצד די געפילן. געפילן איז חיות.
חושים עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגט מצד
חיות. א ניגון לעבט אויף, ווען ס'גייט ארויף, דאס איז די עיקר עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט וואס א ניגון שאפט. (ס'דא דערין אויך השגה, והכרה, א ניגון האט אין זיך הכרה, ועיין דף עג) ס'ציהט אויף ארויף. (פארשטייט זיך ווען מ'מאכט דערמיט א פאזיטיוו קאנעקשן, נישט קיין דעת סלידה ודיחוי) ווייל
קול איז חיות. קול, א שטימע, קומט פון
געפילן, קול קומט פון חיות. די אראפ און ארויף פון א קול, קומט פון געפילן פון הארץ. און געפילן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגן מצד חיות. מ'קען איבערזינגען חסל סידור פסח אסאך מאל, און יעדעס מאל מיט די זעלבע חיות. ווייל חיות ווערט נישט בארד אזוי שנעל. פארקערט, ער ציהט צו עס, ער ווערט דבוק צו עס. ער וויל נאכאמאל, און נאכאמאל, יעדעס מאל פילט ער ווי זיין עקזיסטענץ ווערט נתרבה. ס'ווערט נתרבה מצד חיות.
חיות שאפט דעת התדבקות.
קומט אויס אז אויב מיר ווילן אז אונזער עקזיסטענץ-באוואוסטזיין מצד הכרה, די עקזיסטענץ-באווואסטזיין וואס איז מכיר דעם אמת, זאל ווערן נתפשט מן הכל אל הפועל, דארפן מיר נישט נאר עס מפשט זיין מיט
דיבור, נאר עס אויך ארויסברענגען מיט די תנועות און מיט די שטומע, וואס דאס ברענגט ארויס אל הפועל די חיות וואס איז באהאלטן אין די השכלה. דאס וועט מאכן אז די עקזיסטענץ באוואוסטזיניגקייט מצד הכרה, זאל ווערן אן עקזיסטענץ באוואוסטזיניגקייט מצד התפשטות און אויך מצד התדבקות. ווייל קול און תנועות זענען חושים דערין אינוואלווד. דאס שאפט דעם ריכטיגן דעת התבססות שבבעלות.
און אויך אז ווי מער מיר וועלן נוצן
דעם ריכטיגן ווארט, (די ווארט איז...) אלץ מער וועט די עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט מצד הכרה, ווערן אן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט מצד התפשטות. אזוי ווי מ'זאגט אין קאוהירענס טערעפי וואס
מתבונן מאכט, ברענג ארויס דעם implicit צו explicit. ברענג ארויס די כח ההכרה, וואס איך בין מכיר דעם אמת, ברענג עס ארויס
מיט די ריכטיגע ווארט. אמאל א מענטש רעדט גוט, אבער ער ברענגט נישט ארויס מיט ווערטער די נקודה וואס ליגט אין זיין הכרה. אזוי ווי ער שרייבט דא:
ודייקא בכח צירוף תיבות הלשון התוכן השכלי מתבהר ומשתכלל.
נאכדעם איז דא וויפיל
וועליו מ'געט פארן כח המושכל שבהכרה. אויב א מענטש לערנט און ער מאכט קשר מיט א דבר מושכל, און דאס איז ביי אים וואס ער וועליוד שטארק, אלץ מער התבטלות. אלץ מער וועט די עקזיסטענץ-באוואוסטזיין מצד הכרה, אויך ווערן אן עקזיסטענץ באוואוסטזיין מצד התפשטות, מצד התבססות. ווייל התפשטות ווענט זיך אסאך אין דמות, וויפיל וועליו מ'געט פאר א כלי וואס ברענגט ארויס אן אינערליכער כח, אלץ מער עקזיסטענץ-באוואוסטזיין מצד דמות. א טאטע זאגט פאר א קינד א זאך, ס'ווענט זיך וויפיל די טאטע וועליוד דאס וואס ער אליין זאגט.
און נאכדעם איז דא די כח פון איבערצייגונג אינעם דיבור. ווייל דער עיקר וואס די הכרה וויל איז
ארויסהאבן די מושכל. וואס וויל ער דא זאגן דערמיט.
ער האט דארט שיינע הערות. פארוואס איז קול נגינה באשה ערווה אבער רעדן איז נישט קיין ערווה, זאגט ער ווייל רעדן אליין איז נישט מעורר חושים,
ווייל מ'איז פארנומען צו הערן דעם תוכן. אבער קול נגינה איז מעורר חושים, מעורר חיות, מעורר דעת התדבקות. הרי יש בקול נגינה קריבה לעריות. א ראי' אסורה איז אויך קריבה, וועגן חוש, חוש שאפט דעת התדבקות. ער האט נאך שיינע הערות דארט.
ביזן קומענדיגן שיעור בעזרת השי"ת, קען מען טראכטן, אז מיר דארפן שאפן דעת הבעלות, און עס מפשט זיין מיטן דיבור, און אויך מיט תנועות, און מיטן קול. כדי ארויסצוברענגען די חיות פון די הכרה מן הכח אל הפועל. און עס ארויסברענגען מיטן ריכטיגן
ווארט. און עס געבן דעם ריכטיגן וועליו. עיין אינעווייניג.
והשם הטוב יעזור.