הרבי ר' אלימלך מליזענסק זצוק"ל וצאצאיו , כ"א אדר תקמ"ז

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13001
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

חיי אריכי האט געשריבן:״לכבוד די יאהרצייט המשמש ובא״

רבי יענק׳לע ספינק׳ער זצ״ל פלעגט דערציילן:
אז ער איז אויפגעוואקסן ביים זיידן דער חקל יצחק, (וויבאלד ער איז געווען א יתום, זיין מאמע איז אוועק ביי זיין געבורט)
און ס׳האט אים זעהר געגלוסט צו זיין ביים ציון פונעם הייליגן רבי ר׳ אלימלך אויפן יארצייט,
ער האט אבער פארשטאנען אז דער זיידע וועט אים נישט לאזן פאהרן, צו ווייל ער איז געווען צו יונג, צו אן אנדער טעם,
האט ער אפגעמאכט אז ער וועט פארן אנעם זיידן׳ס רשות,
אבער פון וואו נעמט מען געלט,
איז געווען א איד אין אמעריקע וואס פלעגט כסדר שיקן געלט צום חקל יצחק, האט רבי יענק׳לע אפגעמאכט אז איידער די זיידע וועט זיך דערוויסן פונעם געלט, וועט ער נעמען דאס געלט בשתיקה, און ער וועט אפיאגן קיין ליזענסק,
כך הוה, דער איד האט געשיקט א פעקל מיט געלט, און רבי יענק׳לע האט עס אוועקגעלייגט, און זיך געגרייט צו פארן,
איידער ער האט געהאלטן ביים פארן, האט אים דער חקל יצחק געפאקט, האט ער אים געפרעגט פון וואו האטסטו געהאט געלט צו פארן, האט ער געזאגט דעם אמת, האט דער חקל יצחק געזאגט אז ער האט טאקע געווארט אויף דאס געלט, ער זאל עס צוריקגעבן,
האט אים דער חקל יצחק געזאגט, לכבוד דעם וועל דיר דערציילן א מעשה פונעם רבי ר׳ אלימלך.

א איד איז געקומען צום רבי׳ן ר׳ אלימלך זיך באקלאגן אז ער דארף חתונה מאכן אפאר קינדער און ער האט נישט קיין פרוטה, האט אים דער רבי ר׳ אלימלך געגעבן דריי גראשן, (דאס איז געווען קליינע מטבעות)
און אנגעוואונטשן אז דער אייבערשטער וועט העלפן, און ווי נאר דער איד איז ארויסגעגאנגען, רופט אים דער רבי ר׳ אלימלך צוריק, און בעט אים צוריק איין גראשן, און ער זאגט אים ״צוויי איז גענוג...״ דער איד גייט ארויס פארוואונדערט, וואס איז פשט אז דער רבי בעט צוריק א גראשן, און בכלל וואס קען מען שוין טוהן מיט אפאר גראשן, אבער אז דער רבי בעט האט ער נישט קיין ברירה,
פאהרט זיך דער איד אהיים מיט די צוויי גראשן, און אינמיטן וועג איז דער איד דורך געפארן א וואלד, אינמיטן די וואלד זעהט ער דריי יונגען בראטן פלייש איבער א פייער, ער פאהרט צו נענטער, קומען די חברה צו צו אים, מיט א גרויסע לעדערנע טאשקע, און זיי פרעגן אים צו ער וויל עס אפקויפן, און זיי בעטן פון אים דריי גראשן, זאגט דער איד ער וויל זעהן די טאשקע, ווייזן זיי אים די טאשקע, זעהט ער אז ס׳איז פיל מיט באנקנאטן, פאפירענע געלט, די שקצים האבן נישט פארשטאנען אז דאס איז געלט, זיי האבן געוואלט מטבעות צו קענען קויפן משקה, זאגט דער איד אז ער האט נאר צוויי גראשן, האבן זיי נישט געוואלט געבן די טאשקע, ווייל זיי זענען דריי מענטשן דארפן זיי פאר יעדן איין גראשן, האט דער איד געזאגט, ווייסט עטס וואס, איך נעם ארויס די פאפירען פונעם טאשקע, און איך געב ענק פאר דעם צוויי גראשן, און איך געב ענק אויכט די טאשקע, האבן זיי מסכים געווען,
האבן די חברה זיך אנגעהויבן קריגן ווער ס׳באקומט די גראשן, און ווער באקומט די טאשקע, האט איינער זיך אויפגרעגט און אריינגעווארפן די טאשקע און פייער,
אפאר מינוט דערויף קומט צו פארן א גראף, און לויפט צו צו די שקצים, און פרעגט זיי צו זיי האבן געזעהן עפעס א טאשקע, ווייזן זיי אויפן פייער ווי ס׳ברענט, האט דער גראף פארשטאנען אז די געלט ליגט אינעווייניג, האט ער זיך מייאש געווען,
האט דער חקל יצחק מסביר געווען אז דער רבי ר׳ אלימלך האט אים צוריקגעבעטן איין גראשן, ווייל אויב נישט, וואלט דאך דער איד געגעבן אלע דריי פאר די גויים, וואלטן זיי געוויזן פארן פריץ אז דער איד האט דאס געלט.

רבי יענק׳לע פלעגט אויספירן אז פארדעם האט דער רבי ר׳ אלימלך קודם געגעבן דריי גראשן, און דערנאך צוריק געבעטן איינס, ווייל אין דער צייט האט גענומען פארן פריץ ער זאל פארלירן זיין טאשקע.

זכותו יגן עלינו

הערליכע מעשה קיינמאל געהערט ייש"כ
דביה תחדי נפשא
אינטערעסאנט
שר חמישים
תגובות: 72
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 31, 2012 3:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינטערעסאנט »

טהור-עיניים האט געשריבן:
בןהרחמן האט געשריבן:
מיילעך האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:אינעם בילדער אלבום וואס ידידינו אברהם שלמה האט מנדב געווען, טרעפן מיר א מציבה אין שטאט זבארוב פון אן אייניקל פונעם רבי ר' אלימלך זצ"ל, וז"ל המציבה:

החסיד בוצינא קדישא
מו"ה אלעזר אליעזר ליפא
בהרב הצדיק הקדוש וכו'
מו"ה ר' פנחס אלימלך זצ"ל
נין ונכד להאדמו"ר הקדוש
בעמח"ס נועם אלימלך
זצלה"ה זי"ע, של"ח כ"ד אדר
ראשון תרכ"ו

מי הוא זה ואיזה הוא?

ר' פנחס אלימלך אילאוויטש בן ר' אלי' משדה לבן חתן מרן הרה"ק הר"ר אלימלך זי"ע

מיילעך די נאמען איז 'עלאוויטש' נישט אילאוויטש (אין אנציקלופידיה לחכמי גליצי' שרייבט מאיר וונדר אויפן העברעאישן אקצענט אלוביץ אבער געהעריג קומט עס עלאוויטש, זעה ווייטער העתקה מספר אשל הגדולים), און עס האט טאקע גארנישט מיט משפחת איליאוויטש.

אין בארדיוב ליגט א זוהן פון ר' אלעזר אליעזר ליפא, שמו הי' ר' אהרן עלאוויטש ז"ל, (א שטיק צייט צוריק איז געווען אויף איינע פון די וועכענטליכע מעלדונגען פון אבותינו וועגן די מצבה ר' אהרן אין בארדיוב מיט א בילד דערפון), אין חכמי גליצי' ברענגט ער נאך א זוהן פון ר' אלעזר אליעזר ליפא, ה"ה ר' יהושע עלאוויטש אבד"ק פרוכניק.

איך וויל דא בעטן א שטיקל הילף מיט אינפארמאציע איבער דעם ר' אהרן מיט זיין טאטן ר' פנחס אלימלך עלאוויטש.

דער ר' אלעזר אליעזר ליפא האט געהאט צוויי פרויען, די ערשטע פרוי האט געהייסן בילא בריינדל, זי איז געקומען פון אוקריינא און איז געווען אן אייניקל פון בעש"ט הק'. ווידער די צווייטע פרוי האט געהייסן איידל רויזא און זי געווען א טאכטער פון ר' שאול ראפאפארט פון בארדיוב.

איך טריי געוואר צו ווער פון וועלכען זיווג דער ר' אהרן איז געווען. עס קומט מיר אויס אז ער איז געווען אדער די יונגסטער קינד פון די ערשטע פרוי, אדער דער עלטסטער פון די צווייטע. אבער איך קען דאס דערווייל נישט קלאר מברר זיין.

איך וואלט זייער געבעטן אויב איינער ווייסט עפעס וועגן דעם, דא צו לאזן וויסן

איז דא מער פרטים וועגן בילא בריינדל, און וואס איז די מקור אז זי איז געווין אן אייניקל פין בעש"ט?
אוועטאר
אחת ואחת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3665
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: אין קרעטשמע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחת ואחת »

אינטערעסאנט האט געשריבן:
טהור-עיניים האט געשריבן:
איך וויל דא בעטן א שטיקל הילף מיט אינפארמאציע איבער דעם ר' אהרן מיט זיין טאטן ר' פנחס אלימלך עלאוויטש.

דער ר' אלעזר אליעזר ליפא האט געהאט צוויי פרויען, די ערשטע פרוי האט געהייסן בילא בריינדל, זי איז געקומען פון אוקריינא און איז געווען אן אייניקל פון בעש"ט הק'. ווידער די צווייטע פרוי האט געהייסן איידל רויזא און זי געווען א טאכטער פון ר' שאול ראפאפארט פון בארדיוב.

איך טריי געוואר צו ווער פון וועלכען זיווג דער ר' אהרן איז געווען. עס קומט מיר אויס אז ער איז געווען אדער די יונגסטער קינד פון די ערשטע פרוי, אדער דער עלטסטער פון די צווייטע. אבער איך קען דאס דערווייל נישט קלאר מברר זיין.

איך וואלט זייער געבעטן אויב איינער ווייסט עפעס וועגן דעם, דא צו לאזן וויסן

איז דא מער פרטים וועגן בילא בריינדל, און וואס איז די מקור אז זי איז געווין אן אייניקל פין בעש"ט?

איך האב טאקע נישט קיין דאקומענטען אדער מציבות אבער ווי איך ווייס איז ר' אהרן געווען א זון פון בילא בריינדל וואס זי איז געווען א אייניקעל פון בעש"ט
פרוטה ופרוטה מצטרפת לחשבון גדול
אינטערעסאנט
שר חמישים
תגובות: 72
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 31, 2012 3:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינטערעסאנט »

אחת ואחת האט געשריבן:
אינטערעסאנט האט געשריבן:
טהור-עיניים האט געשריבן:
איך וויל דא בעטן א שטיקל הילף מיט אינפארמאציע איבער דעם ר' אהרן מיט זיין טאטן ר' פנחס אלימלך עלאוויטש.

דער ר' אלעזר אליעזר ליפא האט געהאט צוויי פרויען, די ערשטע פרוי האט געהייסן בילא בריינדל, זי איז געקומען פון אוקריינא און איז געווען אן אייניקל פון בעש"ט הק'. ווידער די צווייטע פרוי האט געהייסן איידל רויזא און זי געווען א טאכטער פון ר' שאול ראפאפארט פון בארדיוב.

איך טריי געוואר צו ווער פון וועלכען זיווג דער ר' אהרן איז געווען. עס קומט מיר אויס אז ער איז געווען אדער די יונגסטער קינד פון די ערשטע פרוי, אדער דער עלטסטער פון די צווייטע. אבער איך קען דאס דערווייל נישט קלאר מברר זיין.

איך וואלט זייער געבעטן אויב איינער ווייסט עפעס וועגן דעם, דא צו לאזן וויסן

איז דא מער פרטים וועגן בילא בריינדל, און וואס איז די מקור אז זי איז געווין אן אייניקל פין בעש"ט?

איך האב טאקע נישט קיין דאקומענטען אדער מציבות אבער ווי איך ווייס איז ר' אהרן געווען א זון פון בילא בריינדל וואס זי איז געווען א אייניקעל פון בעש"ט

איך האב געהערט אז עס איז מקובל אז זי איז געווין אן אייניקל פין בעש"ט דורך ר' אהרלע טוטיבער, איז דא עפעס מקורות אויף דעם? שטימט עס מיט די יארן?
אויב איז עס אמת, וויפיל דורות בערך פעלט פין די יחוס פין בילא בריינדל צו ר' אהרלע?
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

אינטערעסאנט האט געשריבן:איך האב געהערט אז עס איז מקובל אז זי איז געווין אן אייניקל פין בעש"ט דורך ר' אהרלע טוטיבער, איז דא עפעס מקורות אויף דעם? שטימט עס מיט די יארן?

ווען איז בילא בריינדל געבוירן געווארן?
רבי אהרן מטיטיוב איז געבוירן בשנת תקי"ד און נפטר געווארן צווישן די יארן תקס"ה-תקס"ח.
זעה באריכות דא.

נחוניא האט געשריבן:

איך זעה אז איינער שרייבט אז זי איז געבוירן בשנת תקס"ה.
לפי זה פעלט נאר איין דור אדער צוויי דורות אויב זי איז טאקע אן אייניקל פון רבי אהרן מטיטיוב.
גלאזער
שר האלפיים
תגובות: 2222
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלאזער »

מצבה באוהעל

פ"נ
מ'עט י'מי' ר'ובה ל'אנחות

ש'רשה מגזעי קודש הולכי נכוחת
פ'רי בטנה בן ובת עזבה לאנחות
נ'ועם מידותיה היו משובחות
צ'דקה וחסד עשתה בפנים משמחת
א'שה יראת ה' בדמי ימיה הלכה למנוחות

האשה החשובה והצנועה מרת
מירל שפרינצא
בת הרב מו"ה אלימלך שליט"א מלזענסק
נכד הה"ק בעל נועם אלימלך זי"ע נפטר'
בת כ"ו [ז?] שנים ביום ג' אדר תר"פ לפ"ק ת.נ.צ.ב.ה.
אטעטשמענטס
מירל שפרינצא.png
מירל שפרינצא.png (581.03 KiB) געזען 4560 מאל
אחד מעיר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 350
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 31, 2017 3:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחד מעיר »

גלאזער האט געשריבן:בת הרב מו"ה אלימלך שליט"א מלזענסק
.

לכאורה זה הרה"צ רבי אלימלך בן הרה"צ רבי אלעזר סגי נהור בן הרה"ק רבי נפתלי מליזענסק
אוועטאר
קענדי'ס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3374
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענדי'ס »

ס'קומט ארויס עפעס א נייע גליון די גרויסקייט פונעם הייליגן רבי ר' אלימלך
איינער ווייסט ווי מען קען עס באקומען?
היסטאריע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 328
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 10, 2015 5:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריע »

גלאזער האט געשריבן:מצבה באוהעל

פ"נ
מ'עט י'מי' ר'ובה ל'אנחות

ש'רשה מגזעי קודש הולכי נכוחת
פ'ר'י' בטנה בן ובת עזבה לאנחות
נ'ועם מידותיה היו משובחות
צ'דקה וחסד עשתה בפנים משמחת
א'שה יראת ה' בדמי ימיה הלכה למנוחות

האשה החשובה והצנועה מרת
מירל שפרינצא
בת הרב מו"ה אלימלך שליט"א מלזענסק
נכד הה"ק בעל נועם אלימלך זי"ע נפטר'
בת כ"ו [ז?] שנים ביום ג' אדר תר"פ לפ"ק ת.נ.צ.ב.ה.
המתבודד בין הבריות
שר חמישים
תגובות: 81
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 04, 2013 7:30 am

משפחת בריזל פון ירושלים נכדי הרבי ר' אלימלך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המתבודד בין הבריות »

איך האב געהערט צו זאגן בשם הרה"ח מיכאל בריזל שליט"א פון ירושלים, אז די זייער משפחה זענען אייניקלעך פון ר'ר אלימלך, האט איינער געהערט פון דעם, צו ווייסט איענער וויאזוי??
בהיות שאין אדם יודע עיתו...
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

אינטערעסאנט האט געשריבן:
אחת ואחת האט געשריבן:
אינטערעסאנט האט געשריבן:
טהור-עיניים האט געשריבן:
איך וויל דא בעטן א שטיקל הילף מיט אינפארמאציע איבער דעם ר' אהרן מיט זיין טאטן ר' פנחס אלימלך עלאוויטש.

דער ר' אלעזר אליעזר ליפא האט געהאט צוויי פרויען, די ערשטע פרוי האט געהייסן בילא בריינדל, זי איז געקומען פון אוקריינא און איז געווען אן אייניקל פון בעש"ט הק'. ווידער די צווייטע פרוי האט געהייסן איידל רויזא און זי געווען א טאכטער פון ר' שאול ראפאפארט פון בארדיוב.

איך טריי געוואר צו ווער פון וועלכען זיווג דער ר' אהרן איז געווען. עס קומט מיר אויס אז ער איז געווען אדער די יונגסטער קינד פון די ערשטע פרוי, אדער דער עלטסטער פון די צווייטע. אבער איך קען דאס דערווייל נישט קלאר מברר זיין.

איך וואלט זייער געבעטן אויב איינער ווייסט עפעס וועגן דעם, דא צו לאזן וויסן

איז דא מער פרטים וועגן בילא בריינדל, און וואס איז די מקור אז זי איז געווין אן אייניקל פין בעש"ט?

איך האב טאקע נישט קיין דאקומענטען אדער מציבות אבער ווי איך ווייס איז ר' אהרן געווען א זון פון בילא בריינדל וואס זי איז געווען א אייניקעל פון בעש"ט

איך האב געהערט אז עס איז מקובל אז זי איז געווין אן אייניקל פין בעש"ט דורך ר' אהרלע טוטיבער, איז דא עפעס מקורות אויף דעם? שטימט עס מיט די יארן?
אויב איז עס אמת, וויפיל דורות בערך פעלט פין די יחוס פין בילא בריינדל צו ר' אהרלע?

כפי המונח בזכרוני שטייט אויף איר מצבה אז זי איז אן אייניקל פונעם בעש"ט הק'. די השערה אז ר' אהרן איז איר זוהן און אז זי איז אן אייניקל דורך ר' אהרן פון טיטיוב נעמט זיך טאקע פון דעם וואס ער הייסט אהרן. לכאורה איז נישט געווען קיין אנדערע זיידע אהרן (אויף וויפיל מען ווייסט) נאך וועמען ער הייסט. אבער דאס איז אלעס נישט קיין זיכערע זאכן.

עס זענען פארהאן נאך געוויסע ראיות. די נעמען בילא און בריינדל טרעפט מען עטליכע מאל אין די משפחה ביי די אייניקלעך פון ר' אהרן, כאטש וואס מען האט נאכנישט געטראפן דעם נאמען בילא בריינדל צוזאמען, אבער בילא עקסטער און בריינדל עקסטער טרעפט מען יא, און מער פון איין מאל. ווידער איידל רוזא איז נישט פארהאן קיין איין נאמען (נאכאמאל, אויף וויפיל מען ווייסט דערווייל), נישט צוזאמען און נישט עקסטער.

אלזא, דאס זענען די ראיות און הוכחות, איך וואלט נאך אלץ געוואלט אויסגעפונען אביסל מער קראנט.
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

אחת ואחת האט געשריבן:
אינטערעסאנט האט געשריבן:
טהור-עיניים האט געשריבן:
איך וויל דא בעטן א שטיקל הילף מיט אינפארמאציע איבער דעם ר' אהרן מיט זיין טאטן ר' פנחס אלימלך עלאוויטש.

דער ר' אלעזר אליעזר ליפא האט געהאט צוויי פרויען, די ערשטע פרוי האט געהייסן בילא בריינדל, זי איז געקומען פון אוקריינא און איז געווען אן אייניקל פון בעש"ט הק'. ווידער די צווייטע פרוי האט געהייסן איידל רויזא און זי געווען א טאכטער פון ר' שאול ראפאפארט פון בארדיוב.

איך טריי געוואר צו ווער פון וועלכען זיווג דער ר' אהרן איז געווען. עס קומט מיר אויס אז ער איז געווען אדער די יונגסטער קינד פון די ערשטע פרוי, אדער דער עלטסטער פון די צווייטע. אבער איך קען דאס דערווייל נישט קלאר מברר זיין.

איך וואלט זייער געבעטן אויב איינער ווייסט עפעס וועגן דעם, דא צו לאזן וויסן

איז דא מער פרטים וועגן בילא בריינדל, און וואס איז די מקור אז זי איז געווין אן אייניקל פין בעש"ט?

איך האב טאקע נישט קיין דאקומענטען אדער מציבות אבער ווי איך ווייס איז ר' אהרן געווען א זון פון בילא בריינדל וואס זי איז געווען א אייניקעל פון בעש"ט

איז ווידער מיין פראגע אויף דעם, צו ווייסטו דאס פון עפעס א קראנטע מקור? קבלת אבות כאטש וכדו', אדער פשוט פון די השערות וואס איך האב יעצט געשריבן?

יישר כח למפרע
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

שלום עליכם הרב טהור-עיניים!! מיר בענקן זיך שוין נאך אייערע הארציגע און אינהאלטסרייכע הספדים אין די 'ברוך דיין האמת' אשכול..
אבני חן
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 12, 2016 7:26 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבני חן »

שלום וברכה, לאחרונה גיליתי מסמך בכתב ידו של סבי, ר' משולם זושא רוזנבלט ז"ל מירושלים, המפרט את ייחוס משפחתו להר"ר אלימלך,
אשמח מאד אם מישהו יוכל לומר לחוות דעתו על הפרטים בייחוס זה.

וזה לשון האיגרת
"אדוני אבי הרב החסיד וכו' מוהר"ר שמואל נח ז"ל בן להרב החסיד וכו' מוהר"ר פנחס ז"ל. ובן להאשה הצדקת מרת מיריל ז"ל בת להרצה"צ וכו' מוהר"ר משולם זישא זצ"ל בן [בנו (במקור נוסף מעל השורה)] להרב החסיד רבי אליעזר ליפא זצוק"ל בן לרבינו איש אלקים קדוש מרן ר' אלימלך זצוקללה"ה בעמ"ח הספר הקדוש בשם "נועם אלימלך".
ובת לאשה הצדקת וכו' מרת חנה ז"ל בת הרב הצדיק רבי אלעזר מליזענסק בן לרבינו הקדוש בעל נועם אלימלך זיע"א."

כתוב פה שהוא היה נכד של הר"ר אלימלך מצד בנו הרה"ק ר' אלעזר ומצד בנו הר"ר אליעזר ליפא,
מישהו מכיר פרטים אלו?
יישר כח גדול.
הוצאת.אמת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 295
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 11, 2011 5:50 pm

משפחת נאעוויטש מאונגוואר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הוצאת.אמת »

המנח"א מביא כמה פעמים בספריו את הב' אלימלך נאעוויטש מאונגוואר ומכנהו בתואר 'ש"ב' ואני מנסה לפענח איך.

הב' הנזכר הי' בן ר' משה נאעאוויטש מאונגוואר שהיה חתן ר' אליעזר שיף מאונגוואר נכד הנועם אלימלך
ואני מתאר לעצמי שלא רק עבור זה מכנה בתואר ש"ב, האם יש מי שיודע
*

ר' אלימלך היה בן ר' משה שמעון שיף מגארליץ וחתן ר' דוד שיף [ב"ר חיים מטארנא שהיה חתן ר' נפתלי מליזענסק].

כל הנ"ל מתוך הנצחה בספר דברי מנחם

ר' דוד שיף היה חתן ר' אברהם געווירצמאן מגארליץ
היסטאריע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 328
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 10, 2015 5:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריע »

ביטע שרייבט די ראשי משפחה פון וועמען דער מנחת אלעזר איז אלס אן אייניקל, למשל: דינוב, סאסוב.
הוצאת.אמת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 295
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 11, 2011 5:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הוצאת.אמת »

דינוב, סאסוב, ראפשיץ, דזיקוב, קאמרנא, פינטשוב
אחד מעיר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 350
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 31, 2017 3:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחד מעיר »

הוצאת.אמת האט געשריבן:המנח"א מביא כמה פעמים בספריו את הב' אלימלך נאעוויטש מאונגוואר ומכנהו בתואר 'ש"ב' ואני מנסה לפענח איך.

בטוח שכתוב נאעוויטש?
ציין היכן , אולי אוכל לעזור
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6761
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

הוצאת.אמת האט געשריבן:המנח"א מביא כמה פעמים בספריו את הב' אלימלך נאעוויטש מאונגוואר ומכנהו בתואר 'ש"ב' ואני מנסה לפענח איך.

הב' הנזכר הי' בן ר' משה נאעאוויטש מאונגוואר שהיה חתן ר' אליעזר שיף מאונגוואר נכד הנועם אלימלך
ואני מתאר לעצמי שלא רק עבור זה מכנה בתואר ש"ב, האם יש מי שיודע
*

ר' אלימלך היה בן ר' משה שמעון שיף מגארליץ וחתן ר' דוד שיף [ב"ר חיים מטארנא שהיה חתן ר' נפתלי מליזענסק].

כל הנ"ל מתוך הנצחה בספר דברי מנחם

ר' דוד שיף היה חתן ר' אברהם געווירצמאן מגארליץ

ר׳ משה שמשון כמדומה לא דר בגארליץ
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
הוצאת.אמת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 295
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 11, 2011 5:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הוצאת.אמת »

אחד מעיר האט געשריבן:
הוצאת.אמת האט געשריבן:המנח"א מביא כמה פעמים בספריו את הב' אלימלך נאעוויטש מאונגוואר ומכנהו בתואר 'ש"ב' ואני מנסה לפענח איך.

בטוח שכתוב נאעוויטש?
ציין היכן , אולי אוכל לעזור

כן אני בטוח.

ולהניח דעתך הנה צילום

אלימלך.PNG
אלימלך.PNG (104.28 KiB) געזען 3985 מאל
הוצאת.אמת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 295
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 11, 2011 5:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הוצאת.אמת »

רבותי ווער קען ארויסהעלפען

א דאנק
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

לויט יד ושם האט דער סטראפקוב'ער רבי געקענט איהם מיט זיין פאטער ר' משה...
וגם שם, ע"פ ר' יעקב שיף (? בספר הגש"פ ע"פ נועם אלימלך?), אז שם זוגתו אביו ר' משה נאיאוויטש ואמו מ' הדס לבית שיף.
הוצאת.אמת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 295
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 11, 2011 5:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הוצאת.אמת »

הסרפד האט געשריבן:לויט יד ושם האט דער סטראפקוב'ער רבי געקענט איהם מיט זיין פאטער ר' משה...
וגם שם, ע"פ ר' יעקב שיף (? בספר הגש"פ ע"פ נועם אלימלך?), אז שם זוגתו אביו ר' משה נאיאוויטש ואמו מ' הדס לבית שיף.

את זה כבר כתבתי לעיל שר' משה נאיאוויטש היה חתן שיף ודרך זה נכד הנועם אלימלך
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

אנטשולדיגט, אשתמיט לי.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”