'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2924
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

הרב נשמה ברויכסט אריינגיין און די ארט (מאלעריי) ביזנעס...

זייער אינטערעסאנטע אנאליז...
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2818
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

נשמה האט געשריבן:קוקט אויס ווי א פירער פליגל פינף.
הגם מ'קען אויך טראכטן ניין. ס'וואלט אויך געשטומט צו זאגן ניין. דאס איז זיכער אז ס'איז נישט זעלבסט-אסערטיוו. און ס'איז צוריקגעצויגן, withdrawn. הגם מ'קען מערקן אז מ'וויל, קען מען מערקן א שטיקל 'פעסטקייט' אין זיין כאראקטער. און די צאמגעלייגטע הענט געבן דעם איינדרוק. stubborn. א יוד איז stubborn זיך ווייטער צו האלטן מיט זיין יודישקייט. אבער מ'קען מערקן די 'באאבאכטקייט', פון א פינווער. אבער נאר א משהוא, נאר אלץ א פליגל. אבער אז מ'עקשנ'ט זיך דוקא קען מען אויך אנהייבן צו זעהן נאר א משהוא "חשדנות". ווי איינער וואס איז אויפגערעגט און וויל נישט לאזן מער קיינעם צוקומען נאנט. און וויל יעצט דוקא זיין פאר זיך.

מ'זעהט קלאר די פארזינקענקייט, וואס דאס שטומט מיט פיר און מיט פינף. פירער זענען פארזינקען אין געפיל, און פינעווער אין די מחשבה. דא זעהט מען מער אין געפיל. א טאטש פון טרויעריגקייט זאגט פיר, פירער האלטן אין זיך מער אזאנע סארט געפילן. פירער פילן זיך אדער ווילן זיך פילן ווי אפגעזונדערט. און אפגעטיילט פון די ארום. און נישט נעמען אנטייל. פירער נוצן זייער 'דמיון' אזוי ווי דא ביי בילד, צו אנהאלטן זייער סענס אף סעלף. די 'איגו' דיפענס.

והוא רחום יכפר וכו'.

;l;p- ;l;p-
סוף מעשה במחשבה תחילה.
לב אחד
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 4:58 pm
לאקאציע: מי שיש לו לב אין לו מקום (ליקו''מ)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לב אחד »

נשמה איך בין כמעט... מסכים מיט דיר, נאר איך פיל אז ער איז אביסל שטערקער 5 וואו דו מאכסט אים.

לדעתי איז דער יונגעל-בחור (ס׳קוקט אויס ווי א בילד גענומען אין מיטל-אלטער.. דעריבער ווייס איך נישט) א 5 מיט א שטארקע 4ער פליגעל. דאס צוריק געהאלטענקייט, חשדנות, און טיפע אבזערוואציע וואס דער געשטעל גיבט ארויס איז קלאר א 5 כאראקטער.

די צוזאמגעלייגטע הענט זיינע מיט די שיעפקייט פון זיין געשטעל שרייט ארויס מעלענכאלישקייט, misunderstood, וואס דאס איז 4.

ער רילעיט אבער נישט מיט די וועלט ארום אים, די וועלט איז עפעס צו פשוט; ער שטרעבט אויף עפעס מער רוחני, אבסטראקט. דער נקודה אליין וואלט נאך געקענט זיין פיר, אבער פון א 4 אפילו מיט א שטארקע 5 פליגעל וואלסטו געזען מער רילעישאן צו די וועלט. דער אינגעל דא אינעם בילד איז איינזאמער, ער קוקט אויס ווי ער וויל פארשטיין וואס סקומט פאר אויפן וועלט, פארוואס זענען די מענטשהייט אזוי פארנומען מיט ׳נארישע׳ זאכן. און ער טראכט נע, נארישע מענטשן, פשוטע מענטשן.

ער פארשטייט באמת נישט!! פארוואס מען דארף רעדן סתם שטותים פון דאס און יענץ, וועמען אינטערעסירט עס. אין אנדערע ווערטער: ער איז אן observer-5.

זיינע חשדנות׳דידי אויגן שיקן ארויס שפעקולאנטישע סיגנאלן, מען זעט אז ער שפעקולירט גאר אסאך, ער טראסט נישט קיין זאכן. עס קוקט אויס ווי אויף יעדע זאך וואס דו וועסט אים פרעגן, וועט ער דיר ענטפערן: אבער אפשר נישט? (א שטארקע פינעווער-זעקסער שטריך). ער

יעצט, איך וואלט איך נישט געזאגט אז זיין מיסטראסט איז כולו זעקס, ווייל זיינע באוועגונגן זענען נישט אקטיוו-וואס ביי א זעקסער וואלט געווען.

ווען מען קוקט אויף זיינע determened פארמאכטע האנט-פלאך זעט מען אז ער האט אין זיך א קלארקייט, לכהפ א שטיקל.
אין מייערס בריגס וואלט איך אים געלייגט אלס אן INFJ

נשמה זאגט אייביג ביים סוף והוא רחום יכפר עון.. אבער איך האלט שוין ביי ברכו
לשון הוא קולמוס הלב..
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

לב אחד האט געשריבן:נשמה איך בין כמעט... מסכים מיט דיר, נאר איך פיל אז ער איז אביסל שטערקער 5 וואו דו מאכסט אים.

לדעתי איז דער יונגעל-בחור (ס׳קוקט אויס ווי א בילד גענומען אין מיטל-אלטער.. דעריבער ווייס איך נישט) א 5 מיט א שטארקע 4ער פליגעל. דאס צוריק געהאלטענקייט, חשדנות, און טיפע אבזערוואציע וואס דער געשטעל גיבט ארויס איז קלאר א 5 כאראקטער.

איך וועל אנהייבן דא. קוקסט אויס גערעכט. מ'זעהט קלאר מער די פינף כאראקטער ווי די פירער כאראקטער. איך האב בשעת'ן אנאליז שוין געטראכט, אז מ'זעהט נישט דעם פירערישקייט, זינט מ'זעהט נישט אז ער איז איינגעזאפט און פארנומען מיט זיין געפילישע נפש, איינגעזאפט אין זיין 'סעלף'. א פירער וואלט געווען סך מער 'געפיליש' און ווייניגער באאבאכטיש. "געפילן וואלט אים מער אריינגעשלעפט אין זיך". איך האב הנאה פון דיין אויפמערקן מיר אויף די 'איינגעהאלטנקייט', איך האב פארזעהן צו ארויסמערקן דעם שטריך פון איינגעהאלטנקייט, צוריקגעהאלטנקייט, reserved, וואס דאס שטומט מיט פינף.
די צוזאמגעלייגטע הענט זיינע מיט די שיעפקייט פון זיין געשטעל שרייט ארויס מעלענכאלישקייט, misunderstood, וואס דאס איז 4.

דאס יא. אבער נאכאמאל איך האב הנאה פון דיין מעגליכקייט צו מסביר זיין דיין אינטואישן. אז די מעלענכאלישקייט איז די שיפע געשטעל.
ער רילעיט אבער נישט מיט די וועלט ארום אים, די וועלט איז עפעס צו פשוט; ער שטרעבט אויף עפעס מער רוחני, אבסטראקט. דער נקודה אליין וואלט נאך געקענט זיין פיר, אבער פון א 4 אפילו מיט א שטארקע 5 פליגעל וואלסטו געזען מער רילעישאן צו די וועלט.

איך קען פילן אז דו ביסט גערעכט, אז פון א פירער וואלט מען געזעהן מער רילעשאן צו די וועלט. מ'וואלט געזעהן אויף אים א קשר מיט די וועלט, געפילן וואס די קשר מיט די וועלט שאפט אים, שפיגלט זיך אפ אין אים, אלץ זיין נפש. א פירער, אפילו ער איז אזוי "פאר זיך", איז די גאנצע "פאר זיך" ווייל ס'דא א וועלט אבער איך בין אנדערש. א פירער זוכט זיין באזונדערער "נפש" אין די געפילן וואס די וועלט שאפט אים. און דא זעהט מען ווי ער איז אפגעהאקט פון די וועלט, און נישט צו מקושר צו זיין געפיל, מער פינעוועריש. "פאר זיך". אין זיין "מחשבה". ער טראכט וועגן די וועלט ארום, מער ווי ער פילט וועגן זיין נפש.

דער אינגעל דא אינעם בילד איז איינזאמער, ער קוקט אויס ווי ער וויל פארשטיין וואס ס'קומט פאר אויפן וועלט, פארוואס זענען די מענטשהייט אזוי פארנומען מיט ׳נארישע׳ זאכן. און ער טראכט נע, נארישע מענטשן, פשוטע מענטשן.

ער פארשטייט באמת נישט!! פארוואס מען דארף רעדן סתם שטותים פון דאס און יענץ, וועמען אינטערעסירט עס. אין אנדערע ווערטער: ער איז אן observer-5.

יא גערעכט. א פירער וואלט בעיקר געוואלט אז ער זאל ענדליך טרעפן די נקודה וואס ס'פעלט, ער זאל ענדליך טרעפן זיין נפש. אבער דא זעהט מען נישט דאס. מ'זעהט מער די "באאבאכטישקייט". "וועגן מיין 'נפש' איז אלעס גוט, אבער די וועלט ארום וויל איך פארשטיין". הגם מ'זעהט פיר, איז עס נאר אלץ פליגל.
זיינע חשדנות׳דיגע אויגן שיקן ארויס שפעקולאנטישע סיגנאלן, מען זעט אז ער שפעקולירט גאר אסאך, ער טראסט נישט קיין זאכן. עס קוקט אויס ווי אויף יעדע זאך וואס דו וועסט אים פרעגן, וועט ער דיר ענטפערן: אבער אפשר נישט? (א שטארקע פינעווער-זעקסער שטריך).

יא. קוקסט אויס גערעכט. ער טראסט מער נישט. (ס'דערמאנט מיר נישט אלץ טייפ, אבער אלץ א יודיש אינגל זיצנדיג אין די זייט פון די געטא, וואס האט נישט ליב די אנוועזנהייט פון די שלעכטע גוים.) אבער איך קום צוריק אלץ "טייפ" אויס. לאמיר זאגן אז די בילד איז אין פרידנס צייטן. און דאס איז געווען אלץ טייפ. נעם ארויס זעקס. אזוי ווי דו שרייבסט ווייטער:
יעצט, איך וואלט איך נישט געזאגט אז זיין מיסטראסט איז כולו זעקס, ווייל זיינע באוועגונגן זענען נישט אקטיוו-וואס ביי א זעקסער וואלט געווען.

ער איז דוקא נישט זעקס. דוקא "ווייעך" און נישט אגרעסיוו, און נישט דיפענסיוו. אפילו א זעקסער שטריך וואלט איך נישט אריינגעלייגט. ווייל אפילו אלץ א פליגל פון זעקס, וואלט געדארפט זיין עפעס "מוסקל טאן". עפעס א צאמגענומענע שטארקייט. און סתם מיסטראסט, איז נאך נישט זעקס. זעקס איז די "טעטיגקייט פאר סעקיוריטי" וואס דא זעהט מען נישט די "טון". אפילו נישט אלץ א פליגל. אבער דאס קוקט אויס צו זיין פינף מיט א פירער פליגל. און די "חשד" שטומט מיט פינף. "(נשמה, פארגעס פון די געטא, לייג עס אין פרידן צייטן, אקעי.)
ווען מען קוקט אויף זיינע determened פארמאכטע האנט-פלאך זעט מען אז ער האט אין זיך א קלארקייט, לכהפ א שטיקל.

חחח, לב, דיין אנאליז. איך האב אפילו נישט באמערקט יענע פארמאכטע הענט. חחח. איך בין זייער נישט דיטעלט. איך בין זייער שטארק "אינטואישן". עפעס "סענסעט" האסטו אלץ א INFP, אינטראווערט סענסינג אין די דריטע, tertiary. יא, מ'זעהט די "אנטשלאסנקייט" אין די פארמאכטע האנט-פלאך. וואס דאס שטומט מיט פינף. געדענק: פינף האבן אין זיך אויך אכטערישע אנטשלאסנקייט. דו וואלסט געזעהן א פירער פארמאכן אזוי די הענט? א פירער איז צו געפיליש צו זיין אנטשלאסן, צופיל זעלבסט-ספק, און די פארמאכטקייט ווייזט נישט אויף Self-doubt. ווי ספיקות וועגן די וועלט ארום.
אין מייערס בריגס וואלט איך אים געלייגט אלס אן INFJ

וויאזוי שטעלסטו צאם אז ער איז א INFJ?

נשמה זאגט אייביג ביים סוף והוא רחום יכפר עון.. אבער איך האלט שוין ביי ברכו

וכו'. והשם יעזור.
לב אחד
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 4:58 pm
לאקאציע: מי שיש לו לב אין לו מקום (ליקו''מ)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לב אחד »

נשמה, טענק יו פור די נייס תגובה.

דו זאגסט אז עס דערמאנט דיר פון א אידיש יונגעל זיצענדיג אינעם ארימען געטא אין א צייט וואס א בלוטיגע רויטע וואלקן באדעקט דעם אייראפעישען קאנטינענט, און ער איז אנגעפילט מיט חשדנות אויף די שלעכטע גוים; וואס וועט זיין די קומענדע טראגעדיע, צו וועט זיין מאמע נאך לעבן היינט ווען ער ווע אהיים קומען היינט, צו לעבט נאך זיין קליינע ברודערל, צו האט אים איינער אוועקגעכאפט דעם רינדל ברויט, צו וועט דא פלוצלונג פארבייגיין א נאצי און אים שעדיגן.. (נשמה, טו בעד, דו האסט מיר אריינגעלייגט אין דעם מעלכאלישע דמיונ'דיגע מאוד).

איך וואלט געזאגט אז דער יונגעל דא אינעם בילד, איז מער ווי חשדנות'דיג. דו האסט דערמנט אז דער 5 האט אן 8טערשאפט אין זיך. איך וואלט געזאגט אז ער 'איז זיכער' מיט זיין קאנסיפראציס, און פארענויע; יעדער איז שלעכט, מען קען קיינעם נישט טראסטן, קיינער וויל נישט דיין גוטס. יעדער וויל דיך אין אמת'ן אונטערברענגן.

...

איך בין גראדע היבש א ENFP, און דאס וואס דו זאגסט וועגן דיטעילד, יא, איך בין גאנץ דיטעילד, דאס מיינט א 'S' ? איך האב עס אלץ אנגעקוקט אפשר אז עס האט צוטון מיט 'J' ענדערש.

...
איך לייג דעם קינד אין דעם קאטאגאריע פון INFJ וויבאלד דאס זאגט מיר מיין אינטואישן. קוק אן, ער איז אן אינטרעווערט בוודאי, אינטויטיוו-אזוי קוקט ער מיר אויס, פילינג-ער קוקט נישט אויס ריין ווי א טינקינג טייפ; ער וואלט ווען געווען אביסל ווייניגער ארומגענומען מיט געפיל דא אין בילד. ס'איז דאך ווי נישט ווי פארהאן דא געפיל. דזשאדשינג- ער מאכט מיר א רושם ווי עמיצער וואס האט דעם ,נא, תכלית, עדדיטוד, אבער דאס בין איך נישט זיכער, קען זיין אז ער איז יא א P.

איי געס מען דארף פרעגן די אלטע אידן וואס געדענקן אים נאך..

ברכו את ה' המבורך וכו'
לשון הוא קולמוס הלב..
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

@לב,
לב האט געשריבן:איך וואלט געזאגט אז דער יונגעל דא אינעם בילד, איז מער ווי חשדנות'דיג. דו האסט דערמאנט אז דער 5 האט אן 8טערשאפט אין זיך. איך וואלט געזאגט אז ער 'איז זיכער' מיט זיין קאנספיראציעס, און פארענויע; יעדער איז שלעכט, מען קען קיינעם נישט טראסטן, קיינער וויל נישט דיין גוטס. יעדער וויל דיך אין אמת'ן אונטערברענגן.

דאס קען נאך אויך שטומען מיט פינף, ריכטיג? דאס טוען פינעווער לויט ווי איך געדענק.

און די צעפלאשעטע פיאות, און בכלל די גאנצע צעשלימפערטע אנגעטועכץ ווייזט אויך אויף פינף.

אויב ער איז א INFJ, שטומט וואס ס'מאכט דעם קינד אזוי יוניק, זינט זיי זענען די ווייניגסטע פון אלע זעכצן טייפס. קענען זיך פיהלן אליין און איזאלירט.
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2924
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

מעירס בריגגס קען איך נישט איך ווייס נישט ווי איך באלאנג...האמיר א טעסט געמאכט, כמעט יעדע שאלה קען איך ענטפערן ביידע וועגן...

אמאל פיר איך זיך מיט לאגיק, און אמאל פירט מיר די געפיל. אויב רעדט מען פון לאנג טערם זאכן וועט לאגיק רעגירן. אויב רעדט מען פון נאך א דעיניש ע"פ רוב וועט געפיל אויספירן וכו'
אמאל רעד איך מיט פרעמדע מענטשען און אמאל נישט, ווענדט זיך און מיין גוסטע, ווענדט זיך וואס א איינדרוק דער פרעמדע מענטש געט מיר, וכו'
סאושעלייזן געט נישט און נעמט נישט קיין ענערזשי,
איך פלאניר פון פאראויס, אבער איך טויש פלענער ON THE FLY

אזוי צי אזוי געט ער מיר דאס, איך קען עס נאכנישט פותר זיין...
אטעטשמענטס
ISTJ.PNG
ISTJ.PNG (31.09 KiB) געזען 1952 מאל
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2924
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

לב אחד האט געשריבן:נאך שעות פון טראכטן און קלערן ליינען און פארשן בין איך געקומען צום אויספיר (אויף א דערווייל..) אז איך בין 55% א 4 ווינג 5, און א 45% א 6 ווינג 7.

איך בין אבנארמאל סענסעטיוו צו קאראפשען corruption,



שים לב

אדהאן זאגט:
intermediate fours: unable to tolerate the superficiality, phoniness, apathy, injustice, and cruelty, of the world

they get overly focused on injustice, abuse, tragedy and their own grief

חושבנא כדין (איך בין אבנארמאל סענסעטיוו צו קאראפשען ) כחושבנא הדין fours: unable to tolerate the superficiality, phoniness, apathy, injustice

=4
זקן מלא רחמים.
לב אחד
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 4:58 pm
לאקאציע: מי שיש לו לב אין לו מקום (ליקו''מ)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לב אחד »

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
לב אחד האט געשריבן:נאך שעות פון טראכטן און קלערן ליינען און פארשן בין איך געקומען צום אויספיר (אויף א דערווייל..) אז איך בין 55% א 4 ווינג 5, און א 45% א 6 ווינג 7.

איך בין אבנארמאל סענסעטיוו צו קאראפשען corruption,



שים לב

אדהאן זאגט:
intermediate fours: unable to tolerate the superficiality, phoniness, apathy, injustice, and cruelty, of the world

they get overly focused on injustice, abuse, tragedy and their own grief

חושבנא כדין (איך בין אבנארמאל סענסעטיוו צו קאראפשען ) כחושבנא הדין fours: unable to tolerate the superficiality, phoniness, apathy, injustice

=4


דבריה נכונים
לשון הוא קולמוס הלב..
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

דערבארומדיגער האט געשריבן:מעירס בריגגס קען איך נישט איך ווייס נישט ווי איך באלאנג...האמיר א טעסט געמאכט, כמעט יעדע שאלה קען איך ענטפערן ביידע וועגן...

איך מוז מודה זיין, אז איך קען נישט מאיר בריגס געהעריג, איך שרייב נאר וויפיל איך קען.

נעם עס נאכאמאל אין א האלב יאר ארום, און דו דארפסט דיך צוגעוואוינען זיך נאכצוקוקן. און זעהן וואס דו טוסט באמת. לענגאויס א צייט, ווען מ'קוקט זיך נאך, זעהט מען, אז מ'טוט אנדערש ווי מ'האט געענטפערט אויף די טעסטס. ס'דא מערערע ערטער וואס שטעלן צו מאיר בריגס טעסטן. וואס די פילטער דארף דורכלאזן.
אמאל פיר איך זיך מיט לאגיק, און אמאל פירט מיר די געפיל.

ISTJ שטומט מער צו זיין איינזער, זעקסער, אדער פינעווער. אבער די שאלה איז צו דו ביסט א ISTJ. אויב ביסטו א ISTJ ביסטו לאיאל, אחריות'דיג, און דו טוסט דיינע פליכטן. דאס איז אפילו אויב דו ביסט אן איינזער, אדער א פינעווער ISTJ, וועסטו אויך מער ווייניגער זיין אזוי. לאיאל, אחריות'דיג, און טון פליכטן. אויב ביסטו א ISTJ קען שטומען אז אמאל נוצטו געפילן, און אמאל לאגיק. געב א קוק וויאזוי ס'איז אויסגעשטעלט.

די דאמינירענדער כח וואס ס'נוצט זיך אין דיין פסיכיק איז: "אינטראווערד סענסינג"
די צווייטע וואס העלפט ארויס דעם דאמינירענדער איז: "עקסטראווערד טראכטן" באלד שרייבן מער.
די דריטע איז: אינטראווערדעט פילינג
און די פערטע איז: עקסטראווערטעד אינטואישן.

די ערשטע וואס ס'ווערט ביי דיר גענוצט, דהיינו די שטערקסטע, איז "אינטראווערטעד סענסינג". דאס מיינט, אין דיין זכרון ליגט אוועקגעלייט אלע אינפארמאציע "טרוקענע פאקטן" וואס דו האסט צאמגענומען פון די וועלט מיט דיינע פינף חושים. (אויב ביסטו א ISTJ נוצטו מער דיינע חושים צו נעמען אינפארמאציע פון די וועלט, ווי דיין אינטואישן) יעצט, ווען דו קומסט אריין למשל אין ביהמ"ד צווישן מענטשן, בלייבסטו מקושר צו וויאזוי דו האסט אלעמאל גענומען אינפארמאציע פון דיינע חושים. ביסט מקושר צו יענעם ארט אין דיין זכרון וואס געדענקט אלע אינפארמאציע וואס דו האסט גענומען מיט דיינע חושים, און יעדע נייע אינפארמאציע (קוק באלד וויאזוי ס'באשלוסט זיך ביי דיר וואס עס נייע אינפארמאציע) וואס דו נעמסט אריין מיט דיינע חושים פרובירסטו צו טראכטן, שטומט דאס מיט וואס ס'ליגט אין מיין זכרון? דו האסט שטארקע "שיטות" וואס דו פארקויפסט פאר וועל ס'וויל עס הערן, דו ביסט א מענטש וואס איז זייער מסודר. און דו האסט דיך ליב צו האלטן צו רוטין. אויב דו ביסט א ISTJ, האסטו כמעט אינגאנצן ליב דיך צו האלטן צו רוטין, און נישט אוועקנייגן דערפון. ס'ווענט זיך ווען, קוק ווייטער.

אויב רעדט מען פון לאנג טערם זאכן וועט לאגיק רעגירן.

דאס איז (אויב דו ביסט א ISFJ) ווייל די צווייטע "פונקציע" איז "עקסטראווערטעד טינקינג". דאס מיינט, אז דו באשלוסט וואס צו טון "מיט די דרויסענדיגער וועלט, וועגן די דרויסענדיגער וועלט" מיט "לאגיק" מער ווי מיט געפיל (געפיל איז ביי דיר דריטע, און מער אין פאליש). צוריק אין ביהמ"ד, דו בלייבט מקושר צו דארט וואו עס איז אוועקגעלייגט דיינע "חושים-זכרונות". און דו טראכסט: "זאכן ארום מיר פאדערן מיין "מחשבה" באשלוס וואסערע אינפארמאציע דאס איז, כדי צו וויסן וואס צו טון" וואסערע אינפארמאציע זעה איך דא, וואס הער איך דא, וכו', איך וויל "טראכטן" צו "פארשטיין" וואס איז דאס וואס איך זעה, און הער, וכו', און דו באשליסט מיט "טראכט" וואס דאס איז, וואס ס'איז ארום דיר. און יעצט פרעגסטו "שטומט דאס מיט וואס ס'איז אוועקגעלייגט אין מיינע חושים, וויפיל שטומט עס?". און יעצט ווייסטו שוין וואס צו טון. און דו באשלוסט. דו מאכסט אפ. ביסט נישט א מענטש וואס איז פאסיוו. נאר דו מאכסט אפ וואס זאכן זענען, און וואס צו טון.

ווען דו זעהסט אזאך קומט פאר ארום דיר, וועסטו בלייבן מקושר צו דיינע אוועקגעלייגטע חושים, און פסק'נען וואסערע אינפארמאציע דאס איז מיט דיין "לאגיק" , און זעהן צו ס'שטומט מיט דיינע אוועקגעלייגטע חושים, און אזוי טון. לאגיק. נישט געפיל. דו טראכסט וועגן די דרויסענדיגע וועלט, אבער דו ביסט דאך מקושר צו דיינע אוועקגעלייגטע חושים. און די מעלה דערפון איז, אז דו ביסט זייער א מסודר'דיגער מענטש. אויב דו ביסט א ISFJ. (יעצט אויב נישט, חחח.)

אויב דו ביסט א ISFJ, פילסטו אז דו ביסט אין קאנטראל, אויב דו ביסט אין קאנטראל פון ארום דיר, אינדרויסן פון דיר. דו ווייזט נישט ארויס דיינע געפילן צו שנעל, נאר דו ערשיינסט מער "קאלט", נישט צו קאלט. ווייל דו ביסט א "לאגיק", דו נוצט מער "לאגיק". יעצט דאס מיינט נישט אז דו ביסט נישט א געפילישע מענטש, נאר געב א קוק וואס דו שרייבסט:
אויב רעדט מען פון נאך א דעיניש ע"פ רוב וועט געפיל אויספירן וכו'

נאר, אלץ די ערשטע צוויי, נוצטו נישט געפיל, צו מאכן א באשלוס. אבער אין דריטע, ביסטו א "אינטראווערדס פילינג". דאס מיינט, אז מיט דעם אלעם וואס דו ביסט צוגעבינדען צו דיינע "איינגעזאמעלטע זכרונות פון דיינע חושים" און דו נוצט לאגיק צו וויסן וואס עס גייט פאר אינדרויסן פון דיר, וועגן זאכן אינדרויסן פון דיר, ביסטו אבער אויך אלץ א דריטער אין די רייע, צוגעבינדן צו דיינע אינערליכע געפילן.

דאס הייסט, יעדע באשלוס וואס דו מאכסט וועט אויך האבן אין זיך אלץ א דריטע "וויאזוי אפעקטירט עס מיינע געפילן". נישט אז ס'גייט דיך שטערן פון אנגיין. אבער עפעס צוגעבינדן ביסטו צו דיינע געפילן. געפילן וואס ליגט אוועקגעלייגט פון אלעמאל אן ביי דיר אין דיין געפיל פלאץ. ביסט די שטערקסטע צוגעבינדן צו דיינע "אוועקגעלייגטע חושים", אבער אלץ דריטע "צו דיינע אוועקגעלייגטע געפילן". דו ברעגסט אויך אביסל געפילן צום טיש. טאקע נאר אלץ דריטע. דיין "מחשבה" איז וועגן די דרויסענדיגע וועלט. דו "ביסט" צוגעבינדען צו דיין אינערליכער אוועקגעלייגטע חושים, אבער דיין מחשבה איז וועגן די דרויסענדיגער וועלט. וואס צו טון וועגן די דרויסענדיגער וועלט.
אמאל רעד איך מיט פרעמדע מענטשען און אמאל נישט, ווענדט זיך און מיין גוסטע, ווענדט זיך וואס א איינדרוק דער פרעמדע מענטש געט מיר, וכו'
סאושעלייזן געט נישט און נעמט נישט קיין ענערזשי,

אויב ביסטו א ISFJ, ביסטו אן אינטראווערדס, און רעדן מיט פרעמדע מענטשן "ווענדט זיך אין דיין גוסטע. ס'ווענדט זיך צו דער פרעמדער מענטש רעדט צו דיינע "אוועקגעלייגטע חושים". בכלל ביסטו מער "באקאנט" מיט דיין אינערליכער וועלט. און די דרויסענדיגער וועלט איז אנגענומען ביי דיר אלץ "פרעמד". ער דארף "קלינגען מיט דיינע אוועקגעלייגטע חושים" כדי צו רעדן צו יענעם. ביסט בכלל מער "פארזיכטיג" ווען ס'קומט צו פרעמדע מענטשן. ווייל דו ביסט א אינטראווערדס. דו ביסט מער א מענטש פאר זיך.

יעצט, סאושעלייזן, געט דיך נישט קיין ענערגיע, ווייל דו ביסט א "סענסעט". דו ביסט מקושר צו דיינע "אוועקגעלייגטע חושים" אפילו ווען דו קומסט ברבים, לאזטו עס נישט אפ. געט דיך עס נישט קיין ענערגיע, און ס'נעמט נישט קיין ענערגיע. דו ביסט נישט אזוי ווייט "אינטואישן".
איך פלאניר פון פאראויס, אבער איך טויש פלענער ON THE FLY

איך טראכט, אז וויבאלד דו ביסט די "פערטער" א "עקסטראווערטס אינטואישן". און די צווייטער א אינטראווערדס פילינג קען דאס מאכן אז דו זאלסט טוישן פלענער לענגאויס דעם וועג. ווייל דו באשליסט עפעס, אבער דאך, קומט אריין דיינע געפילן, און דיין אינטואישן און זאגן דיר, מ'קען עס אפשר אנדערש טון.
אזוי צי אזוי געט ער מיר דאס, איך קען עס נאכנישט פותר זיין...

נעם נאך א טעסט אין א האלב יאר ארום. און קוק נאך דיינע רעספאנסעס.

והשם הטוב יאמר טוב ושלום.
אוועטאר
יעך'בין שוין גרויס
שר האלפיים
תגובות: 2169
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2011 10:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעך'בין שוין גרויס »

האביך לעצטענס גענומען מעירס בריגגס און די 9 אניגראם

בינעך א INFJ ביי מעירס בריגגס
און א 4 ביי אניגראם

נשמה זיי ביטע מסביר
אם אין אני לי מי לי, וכשאני לעצמי מה אני, ואם לא עכשיו אימתי
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2924
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

יישר כח "לב" פארן אריינברענגען אביסל פרישקייט צי די גאנצע אנעאגראם טעמע... האט גענומען 99 איי וועלט בלעטער מיט "איין הארץ" אריינצימישן מעירס בריגגס אינעם אניאגראם דעבאטע

נשמה איך בין דיר שטארק מכיר טובה פאר דיין אנאליז, וועל מיר עס ליינען ביישב הדעת
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

יעך'בין שוין גרויס האט געשריבן:האביך לעצטענס גענומען מעירס בריגגס און די 9 אניגראם

בינעך א INFJ ביי מעירס בריגגס
און א 4 ביי אניגראם

נשמה זיי ביטע מסביר

משנכנס אדר מרבין בשמחה
INFJ. וואסי נייעס. אויב ביסטו אן INFJ, און נישט קיין "פערסיווער", נישט קיין INFP, נאר אן INFJ, א "דשאדשער" וואס דאס איז פון די ווייניגסטע טייפ, פון יעדע הונדערט מענטשן איז דא אפשר צוויי, דריי. אויב ביסטו אן INFJ דארפסטו פילן זייער אליין אויף די וועלט. אלעס וואס איך שרייב איז אויב דו ביסט א INFJ.
ס'איז נישט שווער צו פארשטיין וויאזוי ס'שטומט מיט פיר און א פינעווער פליגל.

די פסיכיק אויסשטעל וואס מאיר בריגס שטעלט אויס פאר א INFJ איז:
די שטערקסטע, וואס ארבעט אין דיך די מערסטע, און גרינגסטע, און נאטורליכסטע, איז: די אינטראווערטעד אינטואישן. דאס מיינט אז וואו דו גייסט, און אין וועלכע פלאץ דו דערזעהסט דיך, וועסטו אלעמאל זיין מקושר צו דיין "אינטואיטיוו איך". צו דיין אינטואיטיוו אינפארמאציע, וואס פון ווען דו ביסט געבוירן זאמעלט זיך דיר אינטואיטיוו אינפארמאציע וועגן דיך און דאס אלעס ווערט צאמגענומען אוועקגעלייגט אין א געוויסע ארט (אנדערש ווי א עקסטראווערד אינטואישן, וואס ס'ווערט נישט אוועקגעלייגט, נאר גראד דעפאזיט, וואס דאס מאכט זיי צעפלויגן,אונטערנעמען צעהן זאכן אויף איינמאל), און דאס ווערט אלעמאל אפדעיטעד, און ארומגעטוישט.

איך שטעל מיך פאר אז א "אינטראווערד אינטואישן Ni" איז פונקט אזוי ווי "אינטראווערט פילינג" אין קורצן Fi. פונקט אזוי ווי " אינטראווערד פילינג" איז ווען דער אינטראווערד פילינג פילט יענעמ'ס געפילן, איז ער עס מייחס "איך פיל וועגן יענעם אזוי און אזוי". ער איז עס מייחס צו זיך. "יענער האט אזאנע געפילן וואס איך פיל יעצט" ער איז עס מייחס צו זיך. אזוי אויך דער "אינטראווערד אינטואישן" איז עס מייחס צו זיך "איך פארשטיי דאס און איך פארשטיי יענץ". אין א געוויסן זין "איך פארשטיי מיך שוין בעסער". ער איז מייחס זיינע אינטואישן צו זיך. צו פארשטיין די וועלט קלארער, וועט ער זיך פרובירן צו פארשטיין קלארער. צו שאפן טעאריעס. מיין טעאריע איז. ער איז עס מייחס צו זיך. דאס מיינט אינטראווערדס.

ווען א אינטראווערד אינטואישן זעהט א בוים, שפירט ער זיין איך וואס וועקט זיך אויף. ער זעהט זיך, ער זעהט דעם בוים ביי זיך. יעדע אינטואישן וואס קומט אים אריין, איז לגרמיה, "אה, יעצט פארשטיי 'איך' שוין בעסער. "דא אינעווייניג ביי מיר האט זיך יעצט געטוישט עפעס" א אינטראווערד אינטואישן, הייבט אן די לעבן מיט א ברעקעלע זאמד וואס דאס איז דער "איך". און יעדע נייע אינטואישן בויט אויף מער און מער זיין אינטואיטיוו "איך". הענס (הענס חחחח) א פירער.

א Ne דאס הייסט א עקסטראווערד אינטואישן, יעדער אינטואישן וואס קומט אים אריין, וויל ער עפעס "טון" דערמיט פון וואו עס איז געקומען. א Ni דאס הייסט א אינטראווערד אינטואישן זעהט א מענטש, וואס ער פארשטייט עפעס טיפער אין דעם מענטש. וועט ער טראכטן צו זיך "אה, איך פארשטיי שוין עפעס נאך טיפער". פארטיג. אבער א Ne וועט טראכטן "אזא אינטערעסאנטער 'וועלט'. ער איז עס מייחס דארט ארויס. עקסטראווערד. ס'האט נישט מיט אים.

דער Ne זעהט א טיפע וועלט מיט טויזענטער טיפע זאכן, א Ni איז, פילט איין זאך טיף, זיך, טיף. די וועלט ארום איז פלאטשיג, איך פארשטיי עס טיפער. א Ne זאגט "יעדער מיינט עפעס טיפערס". ער איז מייחס זיין אינטואישן צו די וועלט. ענדערש ווי זיך.

דו ביסט אלעמאל פארנומען צו פארשטיין טיפער וואס דו ווייסט שוין. "אה, קוק אן יענץ דארט, מיט דעם פארשטיי איך שוין נאך בעסער, וואס איך וויל שוין לאנג פארשטיין..." א גרויס חלק פון דיין אינטואישן לויפט אויף צו ארויסהאבן קלארער ווער דו ביסט, "דעת". אויך צו פארשטיין און ארויסהאבן בעסער וואס דו האסט שוין ארויס, נאר דו ווילסט עס דאך בעסער ארויסהאבן, קלארער. א טעאריע. פארבעסערן א טעאריע. אז אלעס זאל זיין צאמגענומען, און קלארער. נאך קלארער און נאך קלארער. יעדע מאל דו גייסט צווישן מענטשן, פרובירסטו צו פארשטיין קלארער, וואס דו האסט שוין פארשטאנען, מער צאמגענומען.

די צווייטער אין די אויסשטעל איז עקסטראווערד פילינג. דאס הייסט אז מיט דעם אלעם וואס דו ביסט די שטערקסטע פארנומען מיט דיינע "אינטואישנס". און צוגעבינדן צו עס פון זיך אליין, טוט די וועלט ארום און ארום שלעפן פון דיך "באשלאסענע געפיל", דהיינו זאכן וואס זענען באשלאסן געווארן אין דיין פסיכיק לויט דיין "געפיל", מער ווי דיין לאגיק. דאס הייסט דיין געפיל איז צו די וועלט ארום. נישט אז די פילסט דיך, אזוי ווי א אינטראווערד פילינג. נאר דו פילסט די וועלט. דו ביסט מייחס דיינע געפילן צו די וועלט ארום. דו וועסט פארשטיין יענעמ'ס געפילן. דו האלסט אין איין דעפאזיטין זאכן וואס ווערן באשלאסן געווארן מיט דיין געפיל צו די וועלט. (אנדערש ווי "עקסטראווערד טינקינג" וואס דעפאזיט זאכן וואס ווערן באשלאסן מיט "לאגיק") קוק וואס איך שרייב: נישט אז דו האלסט אין איין דעפאזיטין. ביסט דאך נישט קיין עקטראווערדס, דו ביסט מער אויף אריין. אבער וואס דו דעפאזיטס יא, וואס דו האלסט יא אין איין ארויסגעבן פון דיר, איז "זאכן וואס זענען באשלאסן געווארן מיט דיין געפיל".

דיינע באשלאסענע געפילן (זאכן וואס דו האסט באשלאסן מיט געפיל) וואס דו האסט, איז קיינמאל נישט וועגן דיר, ס'איז אלעמאל דארט, משה איז דעס (לויט וויאזוי דיין געפיל האט באשלאסן וואס משה איז), און זרח איז דעס. (לויט וויאזוי דיין געפיל האט באשלאסן וואס זרח איז) דיין געפילן חלק איז וועגן די וועלט.

די דריטע איז, אינטראווערט טינקינג: דאס הייסט, אז געווענליך לעבסטו נישט צוגעבינדן צו "לאגיק", דו לעבסט אין בילדער, טיפע איינדרוקן, טיפע מהלכים וויאזוי די וועלט בויט זיך אויף אין דיר. ס'האט נישט קיין ווערטער עכט. דו לעבסט "איך ווייס וואס די מצב איז". "איך זעה שוין פאראויס וואס ס'ווארט מיר אפ". אבער צומאל וועסטו אויך "טראכטן", וואס דאס שטעלט דיך ספיקות אין די אלע "באשלוסן". די עצה איז נישט אפצולאזן די אינטואישן, אבער זיך רעכענען מיט די מחשבה.

בקיצור, די פערטע איז: עקסטראווערד סענסינג. דאס קען זיין די גורם פארוואס דו זאלסט ליב האבן צו קויפן נייע מינע עסן. חחח. ווען זאכן זענען שווער פאר דיר. עה. איך שרייב נאר וויפיל איך פארשטיי עס.

דיין גאנצע "איך" איז נישט אזוי ווייט געפיליש ווי 'טיף'. די וועלט ארום דיר זעהסטו לויט דיין געפיל מער ווי לאגיק, דיך פילסטו ווי עפעס א טיפע "סוד" וואס געפינט זיך אויף די וועלט. דו ווילסט צוריקגעבן און מיטטיילן פאר די וועלט וואס דיינע טיפע געפילן פארשטייען פון די וועלט. דו לעבסט נישט ממש אין ספיקות, אבער צומאל קענסטו יא אנהייבן טראכטן "יא? ס'איז אזוי?, וויאזוי קען זיין איך בין געווען אזוי זיכער מיט מיך, קיינער האט מיך נישט געקענט אפווענדן, און יעצט פלוצלינג בין איך מער נישט אזוי זיכער."

רעדן צו מענטשן מאכט אז דו זאלסט דיך בעסער ארויסהאבן. ס'איז זייער כדאי אז דו זאלסט ווי אפט רעדן צו אנדערע וועגן דיינע טיפע פארשטייאונגן, אזוי וועסטו ווערן קלארער מיט וואס דו פארשטייסט. דו ביסט פון די מינע פירערס וואס אויב זיי טרעפן איינעם וואס זאל זיי אויסהערן, וועלן זיי יענעם זאגן אלע זייערע טיפקייטן, דו רעדסט נישט צו יענעם ווייל דו ווילסט קענען מאכן א באשלוס. נאר ווייל דו ווילסט וויסן קלארער וואס דו האסט שוין באשלאסן.

דו פילסטעך אזוי צומאל, אדער מער ווי אמאל, אזוי פארקנייטשט. דו ווייסט נישט פונקטליך וואס און פארוואס דו פילסט אזוי ווי דו פילסט, אבער אזוי פילסטו דיך. און ווען דו רעדסט ארויס, לאזטו אריין לופט אין דיין סיסטעם. ס'איז נישט אז אלעס איז באמת אזוי דראמאטיש און ביטער ווי דו לייגסט עס אראפ, ס'איז נאר "הער מיר אויס מיינע טענות, און מיין (קנאה)", זאג מיר א חיזוק ווארט, געב מיר א הייב אויף, און איך קען אנגיין אויף נאך אביסל.

דו האסט אין דיך דעם צווייערישן שטריך פון זיין איבערגעגעבן און לאיאל פאר א צווייטן, אבער ביסט דאך נישט קיין צווייער, ווייל דו האסט ליב צו זיין אליין. און ס'איז געזונט פאר דיר צו זיין אויך אליין.

ווי אויך האסטו אין דיר א איינזערישער שטריך פון זיין איבערצייגט וואס דער "אמת" איז. דו פילסט שטארק אז און אזוי איז דער אמת. וואס דאס שטומט מיט איינס. יעדע פירער האט צווייערישע שטריכן און אויך איינזערישע שטריכן. (ביי מיר אין קאפ, ווילאנג ס'ווערט נישט אפגעפרעגט)

ווי אויך אויב ביסטו אן INFJ האסטו אין דיך אויך פינעווערישקייט.

בקיצור. א גוטן חודש אדר.
אוועטאר
יעך'בין שוין גרויס
שר האלפיים
תגובות: 2169
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2011 10:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעך'בין שוין גרויס »

Wow
ביזטו פיינע פיינע נייעס!
באמת א שכויעח
איך האב שוין א גאנצע נייע סוגיא דורך צו טוען.. גיימער גיין קויפן אפאהר בוקס..
אם אין אני לי מי לי, וכשאני לעצמי מה אני, ואם לא עכשיו אימתי
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

יעך'בין שוין גרויס האט געשריבן:Wow
ביזטו פיינע פיינע נייעס!
באמת א שכויעח
איך האב שוין א גאנצע נייע סוגיא דורך צו טוען.. גיימער גיין קויפן אפאהר בוקס..

געב א קוק למשל ENFP. די סיבה פארוואס ס'גייט אזוי שווער מיט ENFP איז, ווייל די Ne. דאס הייסט די אינטואישן זייערע לויפט ארום און זוכט נייע און נייע איידיעס. און פלאס די P, די פערסיוונעס. דאס אז זאכן באקומען נישט קיין ענדגילטיגער באשלוס, מאכט נאך זאכן ערגער. ס'איז מער דיין אייגענע אינטואישן וואס דו דארפסט אויפכאפן און שפירן דיינע פראסעסעס, און אויפכאפן די איידעלע פראסעסעס פון מענטשן ארום, און וויסן אויף וואס צו קוקן. דו דארפסט פארשטיין וואס איז דאס "אינטראווערדס", און עס זעהן אויף מענטשן. זעהן וויאזוי מענטשן זענען פאר זיך. מיט זיך. אפילו ווען זיי זענען צווישן מענטשן. זענען פארנומען מיט עפעס אינעווייניג. וואס איז די "עפעס"? מיט וואס איז ער פארנומען? איז עס זיין "עולם הגעפיל", איז עס זיין "מחשבה", איז עס זיין "חושים" זאכן וואס ער האט מקבל געווען פון זיינע חושים? איז עס אינטואישן, אזוי ווי ביי א INFJ?

דו דארפסט מערקן "וואס דארף איך זעהן צו זעהן א עקסטראווערדס"? דו דארפסט זעהן, ווי ער איז מקושר צו די וועלט, ענדערש ווי צו זיך. זיינע אויגן איז מקושר צו די וועלט, ענדערש ווי צו זיך. אויב ער איז א "עקסטראווערד" טראכטער, ער איז מקושר צו די מחשבה זאכן וואס געפינט זיך אויף די וועלט. יעדע זאך וואס דער עקסטראווערדס "טראכטער" האט באשלאסן איז געווען מיט "מחשבה", און נישט מיט געפיל. פלאס ער איז עס מייחס צו די וועלט ארום ער זעהט נישט אז די זאך געפינט זיך אין אים. ער לעבט מיט די וועלט ארום. אויב איז ער עקסטראווערד געפיל, "עקסטראווערד פילינג", האט ער יעדע זאך וואס ער האט באשלאסן אויף די וועלט, באשלאסן מיט געפיל, און ער האט באשלאסן אז די זאך איז אינדרויסן פון אים, ער איז עס מייחס צו די וועלט ארום.

פליישמאן אין זיין ספר קען מען זעהן רירט אן די נושא. פון "מייחס" זיין זאכן צו זיך אדער צו די וועלט ארום. איך בין נישט זיכער, אבער איך מיין אז דאס איז object relation theory

אויב א בוך איז פליישמאן ריזיג מיט זיין ספר לימודים לדעת. מ'דארף עס גרינטליך דורכלערנען און עס מיטלעבן. נישט איינמאל שבת נאכמיטאג מיט מעלאונע. ער געט אויך זייער אסאך קלארקייט אין טיפע פסיכאלאגיע. "תורת הנפש".

דער חילוק צווישן אינטראווערד און עקסטראווערד למשל מיט געפיל איז, אז ווען דער אינטראווערד האט געפילט ווי זיינע געפילן מאכן אפ עפעס, האט ער געפילט "איך פיל אזוי און אזוי, יענע זאך מאכט מיך פילן אזוי און אזוי, דא אינעווייניג". און דער עקסטראווערד ווען ער האט אפגעמאכט עפעס מיט געפיל, האט ער געפילט "יענע און יענע זאך איז אזוי און אזוי". גארנישט וועגן אים. אויב ס'איז נישט וועגן אים, האט ער גארנישט וואס צו בלייבן מיט זיך, איז ער עקסטראווערד. (בערך אזוי, ס'קען זיין ס'ארבעט פארקערט, ווייל ער איז עקסטראווערד, האט ער עס מייחס געווען צו אינדרויסן)

די מתנה וואס דו האסט אלץ א פירער פלאס א INFJ איז אויסטערליש. די אינטואישן וואס דאס קען דיך געבן איז טיף. זייער טיף. זייער זייער טיף. שוין, זאל השי"ת מיר זאלן ניצל ווערן פון דיעות כוזבות און דיעות נפסדות. מיר זאלן האבן ריינע דיעות.

אבער פארשטייסט וואס איך זאג דיר. איך זאג דיר "מה רבו מעשיך ה' כלם בחכמה עשית", מענטשן זענען אזוי אינטערעסאנט. די וועלט איז אזוי אינטערעסאנט. איך קען עס גארנישט באגרייפן. יעדן טאג ווער איך געוואר נייע טיפע זאכן. סתם פון באאבאכטן. דאס קומט פון באאבאכטן. ס'איז מער די אוצרות וואס דו האסט אין דיין אונטערנבאוואוסטזיין וואס וועט דיך געבן די טיפקייט, די טיפסטע, אמת? דו ווילסט וויסן די טיפסטע. וואס ליגט אונטערן הוד.

ס'איז מער די מחשבה וואס דו טראכסט אריין, אויב דו וועסט טראכטן "וואס דארף א ENFP פילן"? ער באשלוסט נישט גארנישט. ער זעהט אלעס לויט זיין אינטואישן, און ער פילט זיך. וכו'. בקיצור, ווי מער דו וועסט "טראכטן" און "פילן" און זיך אריינלייגן וועסטו אלץ מער פארשטיין. ס'איז וויפיל השי"ת שיינט אריין אין דיך דיעה בינה והשכל צו פארשטיין. ס'איז וויפיל דו טראכסט און דו דערגרינטעוועסטעך דערין. איינמאל טראכטן, און נאכאמאל טראכטן, ביז דו הייבסט אן כאפן טיפערע מושגים. אבער פאר דיר איז עס גרינג.

שוין זאל השי"ת העלפן. דו קענסט אנקומען צו פלעצער פון דיין אונטערנבאוואוסטזיין וואס קיינער קען נישט אזוי גוט ווי א Ni. די יושר דברי אמת רופט עס "שורשי המחשבה". זייער אינטערעסאנט די יושר דברי אמת.
לב אחד
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 4:58 pm
לאקאציע: מי שיש לו לב אין לו מקום (ליקו''מ)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לב אחד »

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:יישר כח "לב" פארן אריינברענגען אביסל פרישקייט צי די גאנצע אנעאגראם טעמע... האט גענומען 99 איי וועלט בלעטער מיט "איין הארץ" אריינצימישן מעירס בריגגס אינעם אניאגראם דעבאטע

נשמה איך בין דיר שטארק מכיר טובה פאר דיין אנאליז, וועל מיר עס ליינען ביישב הדעת



דאנקע שעין. איך ווייס נישט פארוואס אבער איך בין מער באקוועם מיט די מייערס בריגס ווי מיט די אניגראם. איך האב מער ליב די הערליכע פאזעל פון פארצווייגטקייט פון מייערס בריגס. איך גיי ניסלעך פאר אינפארמאציע. איך האב ליב endless possibilities.

מיינע נאענטע רעדן זיך אפטמאל אפ אז איך האב ליב אלעס צו מאכן קאמפליצירט. ספלעגט מיר זייער וויי טון אמאל ווייל כ׳האב באמת נאר געוואלט פארשטיין נאך אינפארמאציע און נאך פרטים.

איידער איך גיי ערגעץ למשל אויף וואקאציע, אדער איך קויף א וןערדפולע זאך, וועל איך קלערן טויזענט מאל און נאכן קויפן טראכטן נאך פינף הונדערט מאל. (גראדע דאס איז נישט נאטורליך ביי מיר אזוי, וויל בטבע בין איך אן אריינשפרינגער, איך קויף זאכן spontaneously, סנאר אזוי געווארן פון באקומען קריטיק, און פון פילן אז מענטשן האלטן אז איך בין משוגע מיט מיין spontaneity. איי איז פארוואס דעמאלטס לייג איך עס אריין דא?? ווייל איך וויל הערן וואס מיינע חברים דא אין אשכול זאגן אויף עס און איך וויל אויך ווייזן ווי nurture קען ברענגן קנייטשען צו דעם פערסאנאליטי. און אגב, איך האב גענומען אסאך טעסטס ביז איך בין געווען אמאל אמת׳דיג מיט מיר אליין, מער אמת׳דיג ווי אייביג, און איך האב ביי מיר געזען אז איך ענטפער לויט ווי געוויסע מענטשן אין מיין לעבן וואלטן געוואלט איך זאל ענטפערן! איך פארלייקען מיינע אמת געפילן איבער זאכן און מיינע אמתע רעאקציעס אויפן טעסט. ווער עס האט שוין גענומען מער ווי פופצען פראסענעליטי טעסטס... ווייסט פון וואס איך רעד. עכ״פ האב איך ביי מיר מחליט געווען אז איך גיי ענטפערן לויט מיינע אמתע התנהגותן, אפילו איך וואלט נישט געוואלט אז איך זאל זיך אזוי אויפפירן, למשל spontaneity, בקיצור בין איך ארויס געקומען אן enfp)

ווען איינער זאגט מיר א פראבלעם זע איך אויפן מינוט טויזענט אין איין מהלכים וויאזוי עס צו לייזן, און איך באקום בערך א מיליאן שאלות אין מיין קאפ. וויאזוי ווען וויפל אבער וויאזוי קען זיין און אפשר נישט אזוי ווירבעלט מיין מח נאן סטאפ.
אויך בין איך ביזי מיט טויזענט זאכן און איך שעפ א געוואלדיגע סיפוק פון זען פיר פראיעקטן מיינע פארן אויף די רעלסען.


אין מייערס בריגס איז דאס די p מיט די e. וואס די ביידע צוזאמען מאכן מיר זיין ווי א מאטאר, און פארן פון איין פראיעקט צום אנדערען און וועלן מאכן ׳ריזיגע׳ דזשאמבאו ענדערונגען אין די וועלט.

און דאן האב איך די חלק nf וואס דאס מאכט מיר זיין זייער אינטיאיטיוו, איך שמעק און פיל זאכן אויף מענטשן און אויף סיטואציעס נאך פאר זיי אליין ווייסן דאס! (נישט קיין גוזמא) און איך באזיר מיין וועלט אויף געפיל, דאס הייסט ביי מיר צינדט זיך אן קודם די געפיל און נאכדעם די לאגיק.
לשון הוא קולמוס הלב..
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

לב אחד האט געשריבן:
דערבארומדיג'ער האט געשריבן:יישר כח "לב" פארן אריינברענגען אביסל פרישקייט צי די גאנצע אנעאגראם טעמע... האט גענומען 99 איי וועלט בלעטער מיט "איין הארץ" אריינצימישן מעירס בריגגס אינעם אניאגראם דעבאטע

נשמה איך בין דיר שטארק מכיר טובה פאר דיין אנאליז, וועל מיר עס ליינען ביישב הדעת


דאנקע שעין. איך ווייס נישט פארוואס אבער איך בין מער באקוועם מיט די מייערס בריגס ווי מיט די אניגראם. איך האב מער ליב די הערליכע פאזעל פון פארצווייגטקייט פון מייערס בריגס. איך גיי ניסלעך פאר אינפארמאציע. איך האב ליב endless possibilities.


לב, דו שטומסט מיט INFP פונקט אזוי. (אבער שריי מיך נישט אן, איך וויל זאלסט טראכטן) דו האסט אלעמאל געשריבן אז דו ביסט זייער סענסיטיוו אין געפיל, און INFP זענען סענסיטיוו און געפיל. ווייל זייער ערשטע און שטערקסטע איז אינטראווערד געפיל. INFP זענען פאר ענדלאזע מעגליכקייטן. און INFP ווילן זייער שטארק בעיקר זיך אויפזוכן. ווער בין איך? ווייל דו האסט שטארקע געפילן, וועסטו וועלן פראטעקטן מענטשן. און בעיקר די שוואכע, און INFP זענען סענסיטיוו צו אומיושר. INFP שטומט שטארק מיט פיר. איך מאך נישט אוועק אז דו פילסט דיך סאושל, ווייל INFP איז די צווייטע "עקסטראווערד אינטואישן" און געדענק, מ'האט דיך לכאורה געזאגט "לב, דו דארפסט מער רעדן לב, דו דארפסט מער זיין סאושל", און אפילו דו ביסט סאושעל, מיינט עס נאכנישט אז דו ביסט א E, ס'קען נאך אלץ זיין א I. דו האסט "עקסטראווערד אינטואישן" אלץ דיין צווייטע. אויב ביסטו א INFP ביסטו בעיקר צוגעבינדן צו דיינע טיפע געפילן. אבער דיין אטענשאן איז צוגעבינדן אלץ די צווייטע צו די "אינטואיטיוו" וועלט ארום. די חלק פון דיר וואס ווייסט פון די וועלט איז "אינטואיטיוו". דו קוקסט אן די וועלט זייער זייער לויט דיינע וועליוס.
מיינע נאענטע רעדן זיך אפטמאל אפ אז איך האב ליב אלעס צו מאכן קאמפליצירט. ספלעגט מיר זייער וויי טון אמאל ווייל כ׳האב באמת נאר געוואלט פארשטיין נאך אינפארמאציע און נאך פרטים.
איידער איך גיי ערגעץ למשל אויף וואקאציע, אדער איך קויף א ווערדפולע זאך, וועל איך קלערן טויזענט מאל און נאכן קויפן טראכטן נאך פינף הונדערט מאל.

דו שרייבט "ס'פלעגט מיר זייער וויי טון" און בכלל שרייבסטו זייער אסאך פון "ווייטאג", לויט ווי איך טראכט יעצט קען עס קומען פון דיין דאמינירענדער FI, אוודאי האסטו ווייטאג. ביסט אגאנצן צייט צוגעבינדן צו דיינע געפילן, צו יענע פלאץ פון געפילן, וואס פיל איך, יעדע זאך וואס עס האט צו טון מיט געפיל. און דאס וואס דו מאכסט זאכן קאמפליצירט קען אוודאי קומען פון NEP, זיי זאגן אז דו מאכסט זאכן קאמפליצירט, אבער דו מאכסט נישט זאכן קאמפליצירט, דו זעהסט מעגליכקייטן "זאג מיר דו, וויאזוי קען איך באשליסן צו גיין דארט, ווען מ'קען גיין דארט, חוץ אז דו וועסט מיך צווינגען וועל איך דיך נאכגיין, אבער מדעת עצמי זאל איך מסכים צו גיין דארט, ווען מ'קען אויך גיין דארט? איך דארף עס נאך דורכטראכטן"

נאך אן אינטערעסאנטע זאך וואס איך האב מיך לעצטענס באשלאסן איז, אז SI קען העלפן פאר גראמען. און איך געדענק דו קענסט עס גוט. מיט דיינע NE, און דיין SI אלץ די דריטע קען זיין אז ס'שטומט. SI קען אויך זיין די סיבה פארוואס דו שטרענגסט דיך אן נישט צו זיין א שפרינגער. און נישט צו זיין ספאנטאן. SI מאכט דיך טראכטן "איך האב שוין אזויפיל מיסטעקס געמאכט אין מיין עבר, און איך גיי עס נישט איבערמאכן. דאס איז SI, ס'מאכט דיך אויך זיין רעלאטיוו מער מסודר ווי א ENFP וואס א ENFP איז ווייניגער מסודר, זינט זיין SI איז די פערטע און די שוואכסטע.
(גראדע דאס איז נישט נאטורליך ביי מיר אזוי, וויל בטבע בין איך אן אריינשפרינגער, איך קויף זאכן spontaneously, סנאר אזוי געווארן פון באקומען קריטיק, און פון פילן אז מענטשן האלטן אז איך בין משוגע מיט מיין spontaneity. איי איז פארוואס דעמאלטס לייג איך עס אריין דא?? ווייל איך וויל הערן וואס מיינע חברים דא אין אשכול זאגן אויף עס און איך וויל אויך ווייזן ווי nurture קען ברענגן קנייטשען צו דעם פערסאנאליטי.

דאס שטומט מיט SI, און ווי אויך האסטו לכאורה ליב "מחשבה", וואס דאס די פערטע. TE
און אגב, איך האב גענומען אסאך טעסטס ביז איך בין געווען אמאל אמת׳דיג מיט מיר אליין, מער אמת׳דיג ווי אייביג, און איך האב ביי מיר געזען אז איך ענטפער לויט ווי געוויסע מענטשן אין מיין לעבן וואלטן געוואלט איך זאל ענטפערן! איך פארלייקען מיינע אמת געפילן איבער זאכן און מיינע אמתע רעאקציעס אויפן טעסט. ווער עס האט שוין גענומען מער ווי פופצען פראסענעליטי טעסטס... ווייסט פון וואס איך רעד. עכ״פ האב איך ביי מיר מחליט געווען אז איך גיי ענטפערן לויט מיינע אמתע התנהגותן, אפילו איך וואלט נישט געוואלט אז איך זאל זיך אזוי אויפפירן, למשל spontaneity, בקיצור בין איך ארויס געקומען אן enfp)

בקיצור, איך וואלט זייער געוואלט זאלסט נאכמאל אריינקוקן דערין, און קוקן צו דו ביסט א INFP ענדערש ווי א ENFP. דו ביסט מער צוגעבינדן צו דיין געפיל. ווי צו די אינטואיטיוו וועלט ארום. און INFP שטומט זייער מיט פיר. יא, זייער מעגליך אז דו ביסט סאושעל, נאכן ארבעטן אויף דיך צו ווערן סאושעל. אבער קוק וויאזוי דו ביסט געווען אלץ קינד, און זאג מיר דו, צו דו ביסט נישט געווען א צוריקגעצויגענער געפילישער קינד. "סענסיטיוו".
ווען איינער זאגט מיר א פראבלעם זע איך אויפן מינוט טויזענט אין איין מהלכים וויאזוי עס צו לייזן, און איך באקום בערך א מיליאן שאלות אין מיין קאפ. וויאזוי ווען וויפל אבער וויאזוי קען זיין און אפשר נישט אזוי ווירבעלט מיין מח נאן סטאפ.
אויך בין איך ביזי מיט טויזענט זאכן און איך שעפ א געוואלדיגע סיפוק פון זען פיר פראיעקטן מיינע פארן אויף די רעלסען.

דאס קען קומען פון די צווייטע אין די רייע, די עקסטראווערד אינטואישן. די וועלט חלק אין דיין קאפ וואס ווייסט די וועלט איז אינטואישן, און ס'איז די צווייטע אין די רייע. מ'קען טון אזוי און מ'קען טון אזוי, און מ'קען אויך טון אזוי. דא איז דא א טיפע מהלך וכו'. דאס קען זיין די צווייטע אין די רייע. אבער בעצם, דו, ביסט צוגעבינדן צו דיין געפיל. און דאס קען זיין די סיבה פארוואס דו ריאקסט זייער שטארק צו ווייטאג, וואס איך האב זייער געוואלט פארשטיין וואס דאס איז, די סיבה קען זיין אז יעדע זאך וואס דו הערסט אויף די וועלט רירט עס די ערשטע אן דיינע געפילן, אויף א שטארקן פארנעם, דאס שטומט מיט INFP, א ENFP טראכט גראד "יענער שרייט מיך אן, וואסערע טייפ איז ער?" ער ווערט נישט אזוי נתפעל ווען מ'טשעפעט זיינע געפילן. ער ווערט נתפעל, ווייל א ENFP האט די צווייטע אין די רייע, FI, אבער די ערשטע ווערט ער טראכטן "וואס וויל יענער". א INFP וועט די ערשטע ווערן "געטשעפעט אין געפיל". ווייל יעדע זאך וואס קומט אריין פון אינדרויסן גייט גראד אהין דארט. סאו דו שטומסט מער מיט INFP, מאך נאך א טעסט. צוגאב וואס דו קומסט אויס פיר. וואס INFP שטומט מיט פיר.

איך וועל דיר זאגן נאך מער, INFP האט שטריכן פון זעקס. די "אומבאשלאסנקייט". די אננעמען זיך פאר אלטע שוואכע אומבאהאלפענע. דאס נישט קענען אויסהאלטן אומ'יושר, און זיי קענען זיין לאיאל. זיי האבן ליב טיעם ווארק. וכו' וכו'. דאס הייליגער באשעפער העלף אז ס'זאל נישט ארויסקומען קיין מכשול פון מיינע הענט, דאס קען שטומען מיט INFP.

אין מייערס בריגס איז דאס די p מיט די e. וואס די ביידע צוזאמען מאכן מיר זיין ווי א מאטאר, און פארן פון איין פראיעקט צום אנדערען און וועלן מאכן ׳ריזיגע׳ דזשאמבאו ענדערונגען אין די וועלט.

און דאן האב איך די חלק nf וואס דאס מאכט מיר זיין זייער אינטיאיטיוו, איך שמעק און פיל זאכן אויף מענטשן און אויף סיטואציעס נאך פאר זיי אליין ווייסן דאס! (נישט קיין גוזמא) און איך באזיר מיין וועלט אויף געפיל, דאס הייסט ביי מיר צינדט זיך אן קודם די געפיל און נאכדעם די לאגיק.

דאס שטומט גאר שטארק מיט INFP, אזוי ווי דו זאגסט "די ערשטע צינד זיך אן די געפיל". דאס איז ווייל דיין ערשטע איז "אינטראווערד געפיל".

און בכלל דיין זיך זוכן אזוי שטארק שטומט מיט INFP, דאס זענען זיי "ווער בין איך?". איך טראכט און איך האב עס שוין געשריבן אויבן, דו ביסט מן הסתם געווען א צוריקגעצויגן געפיליש קינד. נאר, אזוי ווי די סאוסייעטי פאדערט צו זיין עקסטראווערדס, האסטו זיך אנגעהויבן ארויסצוברענגן ברבים, אויך בושה, אבער דאך. INFP האבן שוועריגקייטן צו זאגן וואס זיי האלטן עכט אין הארץ וועגן א מצב. זיי קענען עס נישט זאגן, און דאס שטומט זייער מיט דיין מעשה וואס דו האסט פארציילט מיט דיין מענעגער וואס האט דיך געמאכט טראבל. און דארט האסטו אויך געשריבן, אז דו האסט נישט ליב "מחלוקת" און קאנפליקט, און דאס שטומט מיט INFP.

לב, אויב ביסטו א אינטראווערד, פארוואס זאלסטו זיך שעמען דערמיט. זיי מודה "יא איך בין א אינטראווערד". איך האב טאלאנטן, אבער איך האב בעיקר א געפילישער "איך". ווי אויך האסטו געשריבן אז דו ביסט זייער "קריטיקל" און דאס שטומט מיט IF, דו האסט שטארקע וועליוס.

והשם הטוב יעזור.
מקבל ומשפיע
שר מאה
תגובות: 116
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 01, 2018 2:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקבל ומשפיע »

נשמה האט געשריבן:קוקט אויס ווי א פירער פליגל פינף.
הגם מ'קען אויך טראכטן ניין. ס'וואלט אויך געשטומט צו זאגן ניין. דאס איז זיכער אז ס'איז נישט זעלבסט-אסערטיוו. און ס'איז צוריקגעצויגן, withdrawn. הגם מ'קען מערקן אז מ'וויל, קען מען מערקן א שטיקל 'פעסטקייט' אין זיין כאראקטער. און די צאמגעלייגטע הענט געבן דעם איינדרוק. stubborn. א יוד איז stubborn זיך ווייטער צו האלטן מיט זיין יודישקייט. אבער מ'קען מערקן די 'באאבאכטקייט', פון א פינווער. אבער נאר א משהוא, נאר אלץ א פליגל. אבער אז מ'עקשנ'ט זיך דוקא קען מען אויך אנהייבן צו זעהן נאר א משהוא "חשדנות". ווי איינער וואס איז אויפגערעגט און וויל נישט לאזן מער קיינעם צוקומען נאנט. און וויל יעצט דוקא זיין פאר זיך.

מ'זעהט קלאר די פארזינקענקייט, וואס דאס שטומט מיט פיר און מיט פינף. פירער זענען פארזינקען אין געפיל, און פינעווער אין די מחשבה. דא זעהט מען מער אין געפיל. א טאטש פון טרויעריגקייט זאגט פיר, פירער האלטן אין זיך מער אזאנע סארט געפילן. פירער פילן זיך אדער ווילן זיך פילן ווי אפגעזונדערט. און אפגעטיילט פון די ארום. און נישט נעמען אנטייל. פירער נוצן זייער 'דמיון' אזוי ווי דא ביי בילד, צו אנהאלטן זייער סענס אף סעלף. די 'איגו' דיפענס.

והוא רחום יכפר וכו'.

כהאב הנאה צו זעהן אז מדיסקאסט דא נישט נאר תורת הנפש נאר אויך חכמת הפרצוף... כה לחי!!!
די לעזונג צו אלע פראבלעמען: > אין עוד מלבדו!!! < בדוק ומנוסה!
חינוך מיינט: משפיע זיין כדי מחנך צו זיין! און נישט: מחנך זיין כדי משפיע צו זיין!
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ. השי"ת זאל זיין מיט מיר שלא יצא מכשול מתחת ידי לעולם.
מאיר בריגס צעטיילט קאטאגאריעס פון פערסאנאליטיס אויף זעכצן. לאמיר נעמען א ENFJ. צוויי אדער דריי פון יעדע הונדערט מענטשן. די פאנקציע סדר פון א ENFJ איז: עקסטראווערד פילינג. אינטראווערד אינטואישן. עקסטראווערד סענסינג. און אינטראווערד טינקינג.

ווען דו קוקסט אויף א ENFJ ווייסטו אז זיין געפיל איז צוגעבינדן צו געפילישע אביעקטן אין זיין אינדרויסענדיגער ארום. עקסטראווערד פילינג אלץ דער דאמינירענדער פאנקשאן. יעדער מענטש וועם דער ENFJ וויל אפשאצן וואס איז יענער? איז די ערשטע זאך וואס קומט ארויף די שטערקסטע ביי א ENFJ 'געפיל'. נישט איך פיל אזוי און אזוי לגבי יענעם. נאר 'יענער איז די און די געפיל וואס איך פיל יעצט'. די פלאץ פון געפילן ביי א ENFJ איז צוגעבינדן צו מענטשן ארום. אלץ א דאמינירענדער עקסטראווערד פילינג דרייוון מענטשן ארום זיינע 'געפילן'! מענטשן ארום אים זענען אין קאנטראל פון זיינע געפילן! טראכט.

די חילוק פון א אינטראווערד געפילן און א עקסטראווערד געפילן איז: אז א אינטראווערד געפילן איז מייחס זיינע 'באשלאסענע געפילן' וועגן זאכן וואס ער זעהט אז 'איך פיל אזוי און אזוי וועגן יענעם'. ער כאפט נישט אז דאס קומט פון יענעם. לאמיר מאכן א משל מיט הערן קולות וואס שטערן. לאמיר זאגן אז א מענטש הערט קולות וואס שטערן אים, און ער טראכט "וואס שרייט דא אין קאפ אריין, ער קוקט אויפן מקור 'אינדרויסן פון אים' פון וואו די קול קומט, און דארט לעשט ער אויס!" יעצט לאמיר זאגן אז געוויסע מענטשן הערן קולות וואס שטערן, און זיי טראכטן ביי זיך, 'עפעס דא אינעווייניג ביי מיר מאכט אז איך זאל הערן די קולות, וואס טו איך'? ס'רעגיסטרירט זיך ביי אים 'אין זיך'. דאס איז די חילוק צווישן א עקסטראווערד און א אינטראווערד ביי געפיל, צו ביי טראכטן. א עקסטראווערד פארשטייט אז די סיבה פארוואס איך פיל אזוי און אזוי איז 'יענער'. יענער איז אזא און אזא מענטש. ער באשלוסט לויט זיין געפיל און ס'רעגיסטרירט זיך ביי אים "עקסטראווערד". יענע אביעקט אינדרויסן פון מיר איז אזוי און אזוי, (ער באשליסט לויט געפיל). ביי א עקסטראווערד עקזיסטירט אסאך 'אביעקטן' וואס דרייוון זיינע געפילן.

סאו, וויבאלד ביי א ENFJ איז דער דאמינירענדער Fe, עקסטראווערד פילינג, דערפאר וועט יעדע מענטש וועם ער באגעגענט ארויפברענגען אין אים 'וואס יענער איז'. לויט וואס ער האט באשלאסן מיט געפיל. און וויבאלד זיין דאמינירענדער איז Fe, וועט ער זיך פילן לויט וואס ער פארשטייט אז יענער פילט. ווייל יעדע מענטש פרובירט צו פארשטיין און באשלוסן יענעם. "וואס איז יענער", און וויבאלד ער נוצט Fe, וועט ער זעהן יענעמ'ס געפילן. און ער וועט זיך פילן שלעכט אויב יענער פילט אויפגערעגט אויף אים. און ער וועט פילן גוט מיט זיך, אויב ער איז אזא מין מענטש וואס ער פארשטייט אז יענער פילט גוט מיט אזא סארט מענטש. וויבאלד ער איז צוגעבינדן צו אנדערע מענטשנס געפילן. וועט ער פילן גוט, נאר ווען יענער פילט גוט מיט אים. וויבאלד ער איז די מערסטע צוגעבינדן צו יענעמ'ס געפילן. און דאס איז וואס ער שפירט. איז זייער פשוט אז ער גייט וועלן געפעלן פאר יענעם. ער גייט וועלן אויסנעמען ביי יענעמ'ס הארץ. ער גייט וועלן אויסנעמען ביי יענעמ'ס וועליוס.

דאס איז דאך ער אליין. וואס יענער פילט לגבי אים, איז דאך ער אליין. די דאמינירענדער פאנקשאן ביי א ENFJ איז דאך Fe. איז דאך אוודאי אז ער וויל טון וואס יענער פילט גוט מיט עס. און ווי מער מענטשן דער ENFJ וועט האבן ארום זיך, אלץ בעסער וועט ער פילן מיט זיך. מענטשן ארום איז ער אליין. דערפאר איז א ENFJ אזוי סאושעל. און אזוי גאול אריענטירט. ווייל אויב וואס יענער פילט לגבי מיך, איז אזא שטארקער נפקא מינה ביי מיר, מאכט דאס וועלן זיין א מוצלח. וועלן זיין ארויפגעקוקט ביי יענעם, וועלן זיין וואס ביי ארומיגע האט א וועליו.

איז ווען דו קוקסט אויף א ENFJ קענסטו טראכטן "ער איז א זעקסער". פארוואס? ווייל ער איז 'כורת ברית'. ער ווערט גוט מיט יענעם, און מיט ווי מער מענטשן. און ער וויל טון פאר יענעם זאכן וואס יענער וועט גוט פילן דערמיט. אבער דו וועסט אויך באמערקן אויף אים דרייערישע שטריכן. ער וויל געפעלן און אויסנעמען וואס יענער קוקט ארויף. און דו וועסט אויך מערקן אויף אים, "צוויי". ער וויל זיין ארומגענומען מיט מענטשן וואס האבן אים ליב. ער טוט טובות פאר ארומיגע מענטשן צו ווייל ער איז די מענטשן ארום. אדער ווייל ער וויל אז זיי זאלן פילן גוט מיט אים. ער איז דאך די מענטשן ארום. ער וויל האבן מענטשן ארום וואס פילן גוט מיט אים, ווייל ער איז דאך די מענטשן ארום. דערפאר וועסטו זעהן אויף אים צווייערישע שטריכן.

אבער דו קענסט באמערקן אויף אים אויך זיבענער שטריכן. די דריטע אין די פאנקציע געשטעל ביי א ENFJ איז דאך עקסטראווערד סענסינג. עקסטראווערד סענסינג האבן ליב "נייע אינטערעסאנטע זאכן". זיי האבן ליב שיינע זאכן פאר די חושים. זיי פארשטייען צו א גוט שטיקל 'פענטיניג'. האבן ליב א פיינעם צוגעשטעלטן מאכל. פשוט ווייל זיי פארשטייען דערצו. דאס קען געבן א זיבענערישע שטריך אנזעהן. און איך האב שוין פריער געשריבן אז דו וועסט מערקן אויף אים זעקס. ווייל וויבאלד זיין גאנצע "איך" באשטייט פון ארומיגע מענטשן. און אינטראווערד טינקינג איז די ווייניגסטע באנוצט ביי אים. דערפאר פילט ער זיך נישט אזוי אין קאנטראל, ווייל זיין גאנצע 'איך', זענען וואס אנדערע מענטשן גייען פילן. שטעל דיך פאר: דער ENFJ האט נישט קיין אהנונג וואס ס'ווארט אים אפ! ער קען נישט פאראויס זעהן זיין אייגענע 'איך'. זיין גאנצע 'איך' איז וואקלדיג. פרעג איך דיר: מאכט דאס נישט ענגזייעטי? ער האט דאך נישט קיין אהנונג וויאזוי זיין מארגנדיגער 'איך' גייט זיך פילן. אפשר גייט יענער ווערן ברוגז אויף אים. אפשר אומצופרידן. ס'קאסט אים כוחות צו מאכן אז יענער, זיין איך וואס אזוי ארויס פון זיין קאנטראל, זאל זיין גוט. טראכט אריין. און דאס מאכט אים 'אנגסט'. אז מ'ווייסט נישט וואס צו ערווארטן מאכט דאס אנגסט.

וועט ער אוודאי אוועקשטופן מענטשן וואס האבן אים נישט ליב. ווייל, וואס דארף ער פילן שלעכט מיט זיך אליין. גיי דיר און פארטיג. און אוודאי וועט ער וועלן אז יענער זאל האלטן פון אים. און ער וועט וועלן זיכער מאכן אז יענער האלט פון אים.

(שויתי ה' לנגדי תמיד)

וועל איך מיט די ליכט פונעם אניאגראם פרובירן צו טרעפן "וואס איז ער"? ער איז 'כורת ברית', ער איז אביסל אנגעצויגן. וועל איך אויבערפלעכליך אפמאכן אז ער איז א זעקסער מיט א זיבענער פליגל. אבער דאך ער האט דאך אזויפיל שטריכן פון צוויי. און פון דריי. און נישט נאר דאס, נאר וויבאלד די inferior function פון א ENFJ איז אינטראווערד טינקינג. וויל ער דאך זייער שטארק 'טראכטן', סאו, ער קוקט אויס ווי א פינעווער. ווייל ער נוצט לאגיק. סאו וואס איז ער? דו קענסט נישט כאפן. אויב אבער דו גייסט מיט מאיר בריגס נ"י, שטעלט זיך דיר אהער דעם פאזל. ער איז נישט קיין זעקסער, און נישט קיין צווייער, נישט קיין דרייער, און נישט קיין פינעווער, און אויך נישט קיין זיבענער. ער איז א ENFJ. אה. יעצט ווייסעך וואס ער וויל. איך זעה אז ער דארף סעקיוריטי. אבער סעקיוריטי אויף וואס? אז מענטשן זאלן ווייטער גוט פילן וועגן אים! ער ערשיינט אומזיכער! אבער מיט וואס? אומזיכער צו מענטשן ארום גייען אים ווייטער ליב האבן. אומזיכער וואס צו ערווארטן אויף זיין אייגענע סענס אף סעלף. און אוודאי גייט ער וועלן אז ווי מער מענטשן זאלן האלטן וואס ער האלט.

ער זוכט גיידענס און שטיצע אינדרויסן פון אים, פארוואס? ווייל ער פילט נאר 'יענעם'. ער איז מקושר צו מענטשן ארום. ער ווענד זיך נישט ווי דער Fi. אינעווייניג אין זיך צו קער נעמען פון געפילן. ער פאררעכט זאכן אינדרויסן פון אים. מאיר בריגס שטעלט בעסער צאם דעם פאזל. ווי די אניאגראם. און דאס וואס דו זעהסט שטריכן פון אזויפיל נומערן, דאס איז ריכטיג. דו זעהסט גוט. והשם הטוב יעזור.
אוועטאר
משה כהן
שר חמש מאות
תגובות: 919
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2016 10:02 am
לאקאציע: געפינט זיך ב"ה אין א גוטן מצב, דערוילעם ווערט געבעטן ווייטער מתפלל צו זיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה כהן »

קען איינער ביטע מעלה זיין דא אויפן וועלטל א PDF וואס ענהאלט קלאר און די דייטליך איבער 'אניאגראם' והמסתעף?
יישר כח
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2924
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

נשמה האט געשריבן:בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ. השי"ת זאל זיין מיט מיר שלא יצא מכשול מתחת ידי לעולם.
מאיר בריגס צעטיילט קאטאגאריעס פון פערסאנאליטיס אויף זעכצן. לאמיר נעמען א ENFJ. צוויי אדער דריי פון יעדע הונדערט מענטשן. די פאנקציע סדר פון א ENFJ איז: עקסטראווערד פילינג. אינטראווערד אינטואישן. עקסטראווערד סענסינג. און אינטראווערד טינקינג. .

די חילוק פון א אינטראווערד געפילן און א עקסטראווערד געפילן איז: אז א אינטראווערד געפילן איז מייחס זיינע 'באשלאסענע געפילן' וועגן זאכן וואס ער זעהט אז 'איך פיל אזוי און אזוי וועגן יענעם'. ער כאפט נישט אז דאס קומט פון יענעם. לאמיר מאכן א משל מיט הערן קולות וואס שטערן. לאמיר זאגן אז א מענטש הערט קולות וואס שטערן אים, און ער טראכט "וואס שרייט דא אין קאפ אריין, ער קוקט אויפן מקור 'אינדרויסן פון אים' פון וואו די קול קומט, און דארט לעשט ער אויס!" יעצט לאמיר זאגן אז געוויסע מענטשן הערן קולות וואס שטערן, און זיי טראכטן ביי זיך, 'עפעס דא אינעווייניג ביי מיר מאכט אז איך זאל הערן די קולות, וואס טו איך'? ס'רעגיסטרירט זיך ביי אים 'אין זיך'. דאס איז די חילוק צווישן א עקסטראווערד און א אינטראווערד ביי געפיל, צו ביי טראכטן. א עקסטראווערד פארשטייט אז די סיבה פארוואס איך פיל אזוי און אזוי איז 'יענער'. יענער איז אזא און אזא מענטש. ער באשלוסט לויט זיין געפיל און ס'רעגיסטרירט זיך ביי אים "עקסטראווערד". יענע אביעקט אינדרויסן פון מיר איז אזוי און אזוי, (ער באשליסט לויט געפיל). ביי א עקסטראווערד עקזיסטירט אסאך 'אביעקטן' וואס דרייוון זיינע געפילן.


דאס איז דאך ער אליין. וואס יענער פילט לגבי אים, איז דאך ער אליין. די דאמינירענדער פאנקשאן ביי א ENFJ איז דאך Fe. איז דאך אוודאי אז ער וויל טון וואס יענער פילט גוט מיט עס. און ווי מער מענטשן דער ENFJ וועט האבן ארום זיך, אלץ בעסער וועט ער פילן מיט זיך. מענטשן ארום איז ער אליין. דערפאר איז א ENFJ אזוי סאושעל. און אזוי גאול אריענטירט. ווייל אויב וואס יענער פילט לגבי מיך, איז אזא שטארקער נפקא מינה ביי מיר, מאכט דאס וועלן זיין א מוצלח. וועלן זיין ארויפגעקוקט ביי יענעם, וועלן זיין וואס ביי ארומיגע האט א וועליו.


וועט ער אוודאי אוועקשטופן מענטשן וואס האבן אים נישט ליב. ווייל, וואס דארף ער פילן שלעכט מיט זיך אליין. גיי דיר און פארטיג. און אוודאי וועט ער וועלן אז יענער זאל האלטן פון אים. און ער וועט וועלן זיכער מאכן אז יענער האלט פון אים.

(שויתי ה' לנגדי תמיד)

ער זוכט גיידענס און שטיצע אינדרויסן פון אים, פארוואס? ווייל ער פילט נאר 'יענעם'. ער איז מקושר צו מענטשן ארום. ער ווענד זיך נישט ווי דער Fi. אינעווייניג אין זיך צו קער נעמען פון געפילן. ער פאררעכט זאכן אינדרויסן פון אים. מאיר בריגס שטעלט בעסער צאם דעם פאזל. ווי די אניאגראם. און דאס וואס דו זעהסט שטריכן פון אזויפיל נומערן, דאס איז ריכטיג. דו זעהסט גוט. והשם הטוב יעזור.


געוואלדיג, איך הער דא גענצליך נייע חידושים .

אפשר זאל מען מאכן אן עקסטרע אשכול פאר ר' מאיר בריגס...

אלענפאלס עס פעלט מיר נאך הבנה אין די אינגרידיענטס פון מאיר בריגס, וואס מיינט עקסטראווערט/אינטראווערט אינטיואישאן/סענסינג פילינג/טינקינג זשאדזשינג/פערסיווינג

צ.ב.ש. דא אויבן האב איך דערהערט א נייע הבנה אין די אפטייטש פון "עקסטראווערט"

איינמאל איך פארשטיי די אינגרידיענטס קען איך טראכטן פון מרכיב זיין פארשידענע סארטן מיינדסעטס און זיך אויס'משל'ן וועלכע טעם א INFJ - ENTP וכו' קוגל וואלט געהאט
זקן מלא רחמים.
טאטע העלף
שר מאה
תגובות: 184
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 29, 2016 10:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאטע העלף »

עס אי מיר איינגעפאלען א שאלה (עס קען זיין מען האט שוין גערעט פין דעם אבער איך חאב נישט אלעס געליינט דא) איך דארף לכארה נישט מאכען קיין הקדמות... עס איז מעגליך פאר א 4 צי האבען A.D.H.D?
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

טאטע העלף האט געשריבן:עס אי מיר איינגעפאלען א שאלה (עס קען זיין מען האט שוין גערעדט פון דעם, אבער איך האב נישט אלעס געליינט דא) איך דארף לכארה נישט מאכען קיין הקדמות... עס איז מעגליך פאר א 4 צי האבען A.D.H.D?

די תירוץ איז אוודאי. די שאלה איז וואס רופסטו אן ADHD. און וועכע מין פירער. א פירער וואס איז א ENFP, דאס הייסט ער האט אלץ די ערשטע צוויי. extrovert intuition און introverted feeling. קען האבן א סטייל מהלך המחשבה, און מהלך המעשים, וואס מ'רופט ADHD. ווייל סיי ער קומט נישט צו קיין באשלוס. ער איז דאך א פערסיווער. און סיי ער ווערט געפירט פון זיינע געפילן. און סיי ער לויפט פון איין זאך צום צווייטן. ב איז די אונטערליגנדער זאך פון א, ווייל אזוי האט באשלאסן זיין געפיל פון די מינוט, און די אונטערליגנדער זאך פון אט דעם ב איז ג ווייטער ווייל אזוי זאגט זיין געפיל, און די זאך וואס ליגט אונטער ג איז ד, און וואס ליגט אונטער ד? ה. אזוי לויפט זיין מחשבה פון איין זאך צום צווייטן. אבער א באשלוס וואס צו טון למעשה מאכט ער נישט אזוי גרינג. זיין וועלט איז אים זייער נישט קלאר. פארוואס? ווייל וויאזוי ער באשלוסט אלע אינפארמאציע וואס ס'איז די ערשיינונג וואס ער זעהט, ווערט באשלאסן מיט זיין פערזענליכן געפיל. וואס געפילן האלט זיך אין איין טוישן. אויב אזוי לעבט ער אין א אומקלארע וועלט. און זיינע מעשים זענען אומקלאר.

א סאך טייפס קענען האבן וואס מ'רופט ADHD. אדער ADD. ס'דא א זיבענער סארט ADHD, דאס זענען די טייפס וואס לעבן אריין אין די וועלט און האבן נישט צופיל געדולד צו טראכטן און איינזיצן נאר צו האבן באלד סטימיולעשאן פאר די חושים. און נאכדעם איז דא די לויפן פון איין מחשבה צום צווייטן סארט ADHD, דאס זענען די וואס זעען די וועלט אזוי ווי אויבן דערמאנט, זייער מחשבה לויפט אזוי.

והשם הטוב יעזור.
לב אחד
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 4:58 pm
לאקאציע: מי שיש לו לב אין לו מקום (ליקו''מ)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לב אחד »

טאטע העלף האט געשריבן:עס אי מיר איינגעפאלען א שאלה (עס קען זיין מען האט שוין גערעט פין דעם אבער איך חאב נישט אלעס געליינט דא) איך דארף לכארה נישט מאכען קיין הקדמות... עס איז מעגליך פאר א 4 צי האבען A.D.H.D?


זיכער יא. Adhd איז א נוראלאגישע דיסארדער און ווערט נישט דעטערמינט פון דעם פערסענעלעטי טייל פונעם מענטש. וואס עס וואלט געווען כדאי מברר צו זיין איידער מען באשליסט צו עס איז adhd אדער נישט איז אז טיילמאל האט א מענטש א נטיה צו הויכע סטימיולאציע, און ער האט נישט דאס מערסטע געדולד איינצוזיצן, וואס הגם דאס קען מען אויבערפלעכליכערהייט צוגלייכן צו adhd איז דאס אבער נישט adhd.

Adhd איז א דיסארדער וועלכע טוט דערווארגען דעם נאטורליכען וואוקס פונעם נפש, עס בלאקירט דעם וועג, און טוט צוברעקלן דאס זעלבסט זיכערקייט.

א קינד: ער פרובירט אויסצוהערן אין קלאס אבער סגייט נישט זיין קאפ פליעט אוועק, ער פרובירט נאך שטערקער און סגייט נאך אלס נישט. דער רעזולטאט דערפון איז אז ער קען נישט ביים פארהער. דער טיפערער רעזולטאט איז אז עס צוברעכט און פארשעמט דאס קינד. זיין זעלבסט-בילד ווערט אין פולן זון פון ווארט: צו׳מזיקט. וואס איז דער רעזולטאט פון דעם? דאס קינד הערט אויף מיטצוהאלטן און הייבט זיך אן צו חברן מיט די שוואכע, ער ווערט נאך מער צוקלאפט און דער ריס צווישן זיין אמתע זיך און זיין סורווייוועל זיך ווערט שטערקער און טיפער; ער באקומט ערענסטע ספיקות ווער ער איז באמת; א גוטע יונגעל אדער א שלעכטע. אינדערהיים מאכט מען חוזק פון אים ווייל ער איז א צופלויגענער און קען זיך נישט האלטן קלין. זיין נפש׳ל ווערט פארוויקלט אין א פארהויכטע וואלקן ; פול מיט אומקלארקייטן און אומזיכערקייט.

ער ווערט א בחור: ער הייבט ישיבה מיט א ריזיגע דזשאמבא מאסיווע גראנדיעזע גיגאנטישע קנאק. ער האפט באמת אז זיינע שוועריקייטן זענען שוין פארביי, ער פרובירט זיך צו זאגן אז זיינע פראבלעמען זענען בעיקר געווען אין חדר אבער דא אין ישיבה..

ווי הויעך עס איז געווען דער קנאק וואס האט באשטעיטיגט אז ער האט אנגעפאנגען, אסאך העכער פון דעם איז געווען דער טרייסטעל וואס זיין נשמה האט געהאט ווען עס האט זיך גענדיגט שי צווייטע וואך פון ישיבה און ער האט זיך געטראפן שווימען אויף א ברעגלאזע פארשוועמנדע אקעאן, מיט ווידלע וואלן וועלכע רוישן און גייען אים אט אט דערטרענקן. אלע זיינע פראבלעמען זענען דא מיט א פעסט קייט אבער מיט א פעסטקייט. ווי סדארף צו זיין. ער קען נישט מיטהאלטן קיין שיעורים ער פארלירט איין גוטע חברותא נאכן צווייטן ער באקומט א נישט גוטע נאמען, ער הייבט אן מאכן טראבעל און ער ווערט פארווייטאגט און פארביטערט.

יעדע זמן מיט א פריש קייט שפילט זיך איבער דעם רעדל; ער הייבט אן מיט א טראסק און ער ענדיגט מיט א פראסק.

זייטיגע נאטיץ: דער בחור איז אויסער די סדרי הישיבה א בעל כשרון מופלא, א שרייבער א זינגער א שפילער א אנפירער, ער איז פאפולער און גאר בטעמט צו שמועסן מיט.

עלטערע בחור: פון זיינע גרויסע שאיפות בעסער געזאגט זיינע ריזיגע שאיפות האט ער שוין אויפגעגעבן, ער שפירט שוין ווי א געזונטע דורכפאל. דארט ווי ער האט געוואלט און דארט ווי זיינע עלטערען מלמדים און מחנכים האבן אים געזאגט ער קען צוקומען איז אבסעלוטלי נישט אנגעקומען. ער ווייסט נישט פארוואס; פרובירן האט ער פרובירט אפילו מער וויפל א רעגילמעסיגע בחור פרובירט, קוקט אויס ווי ס׳איז א יצר הרע.. ס׳מוז זיין סזיין שולד, ווען ער וואלט ווען..

אינגערמאן: האט חתונה טוט א פיינע שידוך; ווי נישט ווי ווייסט מען נישט די עכטע אמת, מען ווייסט אז ער איז א געשמאקער מיט כארזימע, ער ׳קען׳ לערנען, אא״וו. ער גייט אריין אין כולל און דאס ביסל, דאס לעצטע ביסל, דארט ביים עק פון זיין הארץ, דארט אונטען, יענץ וואס האט אים געגעבן די מוט צו פרובירן נאכאמאל און ננאכמאל, דאס לעשט זיך שוין אויך אויס, און אין צוגאב קומט יעצט צו נאך א פראבלעם; נעמליך, ער דארף צאלן בילס און קען זיך נשיט צוזאמקראצן, ער עפענט אויף קרעדיט קארדס און זעצט אן בגדול. ס׳ווערט א שטיקל אנגעצויגענקייט אין שטוב און ער זאגט אייביג צו מיט אן אמתקייט אז דאסמאל וועט ער צאלן אין צייט. ווי זאגט יענער? א לאך אין קאפ..

ער נעמט א דזשאב אבער ער קען זיך נשיט געהעריג ארגענעזירן, ער פארפאסט דעדליינס און לאזט מענטשן הענגן. מען פארשיקט אים שיינערהייט; מיט די אויסרייד אז ס׳נישט געמאכט פאר זיין סטייל דע דזשאב.

קיין חברותא האט ער נישט עכט ווייל עס האלט זיך נישט לאנג און ער האט שוין נישט קיין כח אנצוהייבן פון פריש.

דאס איז אין קורצן א שטיקל אראפמאלונגס פון איינער מיט adhd אין זיינע שטורעמישע סטראגעלס. דאס שרייב איך נישט וואס איך האס געהערט פון איינעם נאר די אלע זאכן דא זענען פון מיין אייגענע בלוט אין פלייש. דאס האב איך אליין מיטגעמאכט! איך בין זיך מודה ומתוודה דא ברבים אז איך לייד פון adhd, און דאס פארקריפלט אסאך פון מיין פאטענציאל וועלכע איך האב צוריק באקומען נאר איך האב געדארפט זיך גיין היילן.

יעצט, איך וועל אויסנוצן דעם פלאטפארמע זיך צו ארויסגעבן א געוויסע ווייטאג וואס שטעכט מיר. Adhd איז געווארן ווי מען רופט א ׳גוט גייענדע׳ אייטעם; מענטשן ווארפן זיך מיט דעם רעכטס און לינקס. יעדער וואס איז א לעבעדיגער און האט ליב צו טון אסאך זאכן אויפאמאל האלט אז ער האט adhd ער גרויסט זיך נאך מיט שמייכעל ״יא, דאס איז מיין adhd..” אא״וו.

זאלט איר וויסן אבער אז ווער עס האט נישט מיטגעמאכט דאס וואס איך שרייב אויבן דא האט ער אויסדרוקלעך נישט קיין adhd!!! ווייל adhd איז א דיסארדער און עס ברענגט suffering פאר דעם ליידענדער. אנדערש איז אבער ווען א מענטש איז אביסל צופלויגען אבער ער קען זיך קאנצעטרירן ביים לערנען.

ממילא צוריק צו אונזער שאלה אויב א 4 קען האבן adhd. וויבאלד עס איז א דיסארדער קען ער האבן, והא ראיה אז איך בין א 4 און איך האב עס. דאס איז איינמאל איינס. צווייטענס, אזויווי א יעדע פערסענעלטי טייפ קען האבן סיי וועלכע נויראלאגישע דיסארדער קען ער האבן דאס אויך.
לשון הוא קולמוס הלב..
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2818
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

הייסט אז דער ADHD פילט אינצייט מיואש? Wow ווי נישט ריכטיג האב איך איהם (....) אפגעלערנט... זיך אלס געוואונדערט ווייל אויבן אויף זעהט מען נאר אזא כסדר'דיגע פרישקייט און חיות און ער געט קיינמאל נישט אויף...

היכן יתקיימו שניהם?

כ'האב מיך אלס געוואונדערט אויף איהם ווי ער פלאפט אריין איין מאל און נאכאמאל (מחמת נישט קענען פאוקעסן און אויסרעכענען בעפאר א שריט) אבער כ'האב אלס געטראכט אז לכאורה איז ער נישט וואך צו זיך

הייסט בעצם שפירט ער גוט זיינע דורכפעלער.... יוי אידאס יסורים...

אבער ער האלט דאך אינאיין איבערמישן די בלעטעל נאכאמאל און נאכאמאל?
סוף מעשה במחשבה תחילה.
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”