קרית יטב לב - בלומינגבורג ניו יארק

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

בענאק
שר חמש מאות
תגובות: 957
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2015 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענאק »

היינט אינדערפרי האב איך געזען דעם טאוועל הענגן אויף די אלטע באנק בנין
אטעטשמענטס
0226181057.jpg
0226181057.jpg (378.87 KiB) געזען 4111 מאל
בענאק
שר חמש מאות
תגובות: 957
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2015 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענאק »

גליקליכער האט געשריבן:
בענאק האט געשריבן:
גליקליכער האט געשריבן:
סידיראם האט געשריבן:די עלטערן זענען נישט קהל


אמת! מען קען נישט פארלאנגען פון די עלטערן צו זיין סיי עלטערן און סיי קהל און הנהלה, איך באשולדיג נישט קיינעם, אבער עס איז דא א הנהלה פון בעלי בתים אין שטאט, און עס איז דא א קהל און קהילה וואס זענען אחראי אויף די מוסדות, און עס קוקט אויס אז זיי זענען טיף געשלאפן אז זיי האבן געלאזט דעם וואגן אריינפארן אין וואלד און זיי האבן נישט געזען וואס קומט, באמת זענען זיי אונז גארנישט שולדיג, זיי זענען וואלונטירן און טוען שלא על מנת לקבל פרס, אבער למעשה זענען זיי די אחראים, און און עס איז געשען וואס איז געשען.

איין זאך וואס "איינער פון די אפיס" האט געזאגט שבת, אז אויב אלע שכר לימוד וואלט געווען אויסגעצאלט וואלט אויך נישט צוגעקומען צו דעם, ווי מ'שמועסט יעצט האט זיך די הנהלה אריינגעלייגט צו אנפולן דעם לאך, און עס איז צו האפן אז עס וועט בעזרת ה' שוין נישט פאסירן.

און דאס אז די הנהלה אין די שטאט האבן אויפגענומען מענטשן וואס זאלן ראנען דעם מוסדף הייסט נישט געארבעט?
זיי האבן געטון וואס זיי האבן געדארפט און אויפגענומען ארבעטער, אז ס'ארבעט נישט איז עס די איינגעשטעלטע פעליאר,

ציוואס באשילדיגן הנהלה'ס?
מיינט מען טאקע אז זיי גייען גיסן געלט יעדן שני וחמישי?

די עלטערן דארפן זיך אליינס צוזאמנעמען און טון וואס מען דארף


איך האב נישט געלייגט קיין שולד, אדרבה עס קומט זיך הכרת הטוב פאר וואלונטירן וואס וואוינען נישט אפילו דא, יישר כוחם וחילם!

אבער איך מיין אז ווען עס איז דא עלטערן וואס וואלטן געוואוסט פון פריער אז ס'האלט אזוי ערנסט וואלט מען אפשר עפעס געטון, און איך האלט אויך אז מ'דארף זיך מער פארלייגן טאקע אויף די עלטערן וואס צאלן זייער שפעט שכר לימוד, (און די זענען געווענליך די וואס רעדן זיך די מערסטע אפ), און עס איז טאקע א גוטע רעיון צו ארייננעמען אין די הנהלה אויך מענטשן פון דא, עס זענען שוין דא היינט אסאך בעל הבתי'שע אינגעלייט דא, און אסאך געלונגענע און טעטיגע כוחות וואס קענען גוט דינען אין א הנהלה בשותפות מיט די געטרייע שטאטישע הנהלה.

נו פון דעם רעדט מען דאך, אז מען דארף אויפוועקן די אייגענע כוחות זיך צו העלפן
דיכט אז ביז היינט האט מען נאך קיינמאל נישט אויפגעזוכט אמת'דיג ווער עס קען און איז גרייט צו העלפן
אפשר יעצט וועט מען שוין איינזען און אריינעמען די ריכטיגע כוחות, און מען שטעלן זאכן אויפן פלאץ
אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 11:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יענקל »

כבוד הרב בענאק

פון דיינע ערשטע ווערטער האט אויסגעזעהן ווי די האסט טענות צו די לאקאלע איינגעשטעלטע.... דאס איז אומיושרדיג.... זייי באקומען די שפעסטע באצאלט און זיי ארבייטען געטריי אראונד די קלאק.
איך גלייב אז זיי האבען נישט געארדערט די סטרייק.....
moneyMINDED
שר חמש מאות
תגובות: 580
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 26, 2011 5:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moneyMINDED »

איז מיר היינט אויסגעקומען צו זיין אין בלומינגבורג און כאב געמיינט איך וועל טרעפען א טויטען שטאט

למעשה די באסעס דעמאלס נאך 3 אזייגער האבן מארשירט פון אלע זייטן , כאב געכאפט א קליפ ווי מען זעט מיידלעך אראפקומען פון באס ( וועגן נשים קען איך עס נישט לייגן דא ), די גראסערי איז אפען ,כאב אפילו געשטיצט די גראסערי מאן מיטן קויפן א באטעל וואסער , די פיצא געשעפט האב איך טועם געווען א טשיז בלינצע

והעיר בלומינגבורג צהלה ושמחה
אוועטאר
טשעירמאן
שר האלף
תגובות: 1734
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 24, 2013 12:24 pm
לאקאציע: אויפן באלעמער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשעירמאן »

moneyMINDED האט געשריבן:איז מיר היינט אויסגעקומען צו זיין אין בלומינגבורג און כאב געמיינט איך וועל טרעפען א טויטען שטאט

למעשה די באסעס דעמאלס נאך 3 אזייגער האבן מארשירט פון אלע זייטן , כאב געכאפט א קליפ ווי מען זעט מיידלעך אראפקומען פון באס ( וועגן נשים קען איך עס נישט לייגן דא ), די גראסערי איז אפען ,כאב אפילו געשטיצט די גראסערי מאן מיטן קויפן א באטעל וואסער , די פיצא געשעפט האב איך טועם געווען א טשיז בלינצע

והעיר בלומינגבורג צהלה ושמחה

ברוך השם ועל בשורות טובות אמר הטוב והמטיב

אבער האפענטליך וועט עס מער נישט אריינגיין אין כלל פון בשורות און סוועט זיין די נארמע בעזר השם
מען דארף וויסן מיט יעדעס ביסל אידישקייט בתמימות ובפשטות ממש זענען מיר אזוי ווי מלאכי מעלה (גליון דורשי יחודך תמוז פ''ג)
יונה
שר האלפיים
תגובות: 2003
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה »

קינדערגארטן יונגלך פארשטעלט ווי וואסער טרעגער...
אטעטשמענטס
IMG_4125.JPG
IMG_4125.JPG (496.14 KiB) געזען 3561 מאל
IMG_4130.JPG
IMG_4130.JPG (679.35 KiB) געזען 3561 מאל
IMG_4150.JPG
IMG_4150.JPG (528.48 KiB) געזען 3561 מאל
ויש אומרים
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 3:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ויש אומרים »

Screenshot_20180228-171145~2.png
Screenshot_20180228-171145~2.png (55.47 KiB) געזען 3432 מאל
קונדיטון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 368
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 1:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קונדיטון »

ויש אומרים האט געשריבן:
Screenshot_20180228-171145~2.png

במאי דברים אמורים? עני לינק?

בד"וו ווי האט מען זיך אנייצע געגעבן שבת אנע עלעקטעריזיטי?
אוועטאר
שכל'דיג
שר האלפיים
תגובות: 2233
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 06, 2016 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שכל'דיג »

ויש אומרים האט געשריבן:
Screenshot_20180228-171145~2.png


דאס מיינט אז מען גייט שוין קענען קלאוזען ?
עס איז קלאָר יא געווען א געיט אין מירן דורך די ציוניסטישע פאליציי ר"ל
יונה
שר האלפיים
תגובות: 2003
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה »

קונדיטון האט געשריבן:
ויש אומרים האט געשריבן:
Screenshot_20180228-171145~2.png

במאי דברים אמורים? עני לינק?

איך האב דערווייל נישט געטראפן קיין לינק וואס פארציילט איבער דעם קאורט פסק. איך וועל פרובירן אין קורצן צו שרייבן בעז"ה פון וואס עס רעדט זיך.

כמעט פיר יאר צוריק איז אריינגעוועלט געווארן א נייע אדמיניסטראציע אינעם ווילידש אוו בלומינגבורג, זיי זענען געווען גאר שטארק אויסגעשפראכן אקעגן דאס בויען די חסידישע דיוועלאפמענט, זייער גאנצע ציל און צוזאג ביים ווערן ערוועלט איז געווען אפצושטעלן די דיוועלאפמענט היל"ת.

די ערשטע זאך וואס זיי האבן געטאן נאכן געווינן איז געווען צו מבטל זיין די לאקאלע פלעיניג און זאניג בארדס, אנשטאט האבן זיי דאס איבערגעגעבן פארן טאון אוו מאמעקעדינג זאל אנפירן מיט אלע ענינים אנבלאנגט בויען און דיוועלאמפענט. אינעם טאון איז אויך אריינגעוועלט געווארן שטארקע אנטי-חסידישע קאנדיטאטן און זייער פלאן איז געווען אז די טאון וועט בעסער קענען אינטערדריקן די חסידים. [פארן זעלבן סיבה האבן זיי שפעטער פרובירט בכלל אויפצולעזן דעם ווילידז, און דאס גאנצע ווערטשאפט זאל אריבערגיין צום טאון, ב"ה דעס איז דורכגעפאלן נאדעם וואס א מערהייט פון די בלומינגבערגע איינוואוינער האבן געשטימט 'ניין' אויף דעם פארשלאג].

יעדע יאר אין מערץ קומט פאר ווילידש וואלן, און יעדע צווייטע יאר קען מען ערוועלן א נייע מעיאר. כמעט צוויי יאר צוריק איז אריינגעקומען דער יעצטיגע מעיאר וואס איז שטארק פריינטליך צו אלע איינוואוינער [ער לויפט יעצט פאר ווידערוויילונג, די וואלן גיין פארקומען דינסטאג צו (שבת הגדול)].

קורץ נאכדעם וואס די נייע אדמיניסטראציע איז אריין אין דינסט האט דער טאון ארויסגעגעגבן א דעקלעראציע אז זיי טון מבטל זיין די פערמיטן און ערלויבעניש צו בויען די דיוועלאפמענט, אנגעבליך ווייל היות די דיוועלפמענט ווערט פארקויפט בלויז פאר חסידים און חסידים האבן גרעסערע פאמיליע'ס כ"י ולכן דארף מען איבערמאכן אלע שטודיע'ס צו עס איז דא גענוג וואסער וכו', אויסערדעם האבן זיי גע'טענה'ט אז די ראוד'ס זענען צו שמאל און איז אקעגן די פייער קאוד, דער דיוועלאפער האט געברענגט באווייז פון ק"י אז אפי' מיט חסידישע משפחות שטימט נאך אלץ די חשבונות, אויך האבן זיי פארגעשלאגן פארשידענע הצעות, דער טאון האט אלעס אפגעווארפן און געזאגט אז זיי ווילן נישט הערן פון גארנישט, נאר מבטל זיין די פערמיטן און פערטיג.

אזוי ווי מען האט שוין געוויסט אז זיי גרייט זיך דאס ארויסצוגעבן האט דער ווילידש געלאזט מעלדן דעם טאון יענעם זעלבן טאג אז זיי טוהן מבטל זיין דעם הסכם מיטן טאון, און פון יעצט און ווייטער זאל די טאון מער נישט טון קיין שום זאך אנבלאנגט דעם ווילדש. דער טאון סופערווייזער ביל הערמאן וואס האט שוין מערערע מאל ארויסגערעדט עפענטליך אקעגן חסידים, האט אבער געזאגט אז מען קען נישט מבטל זיין דעם הסכם פון איין מינוט אויף דאס אנדערע, לויטן קאנטראקט האבן זיי נאך אלע רעכטן ביז זעכציג טאג נאכן בריוו אז די ווילידש וויל מער נישט דעם הסכם.

די ארבעט ביים דיוועלאפמענט איז אנגעגאנן ווייטער כאילו לא הי' [ווי מען קען זעהן אויף אייוועלט viewtopic.php?p=1259330#p1259330] ארום א חודש נאכדעם האט דער דיוועלאפער געקלאגט דעם טאון אז זיי האבן נישט געטארט מבטל זיין די פערמיטן, א שופט האט אבער גע'פסק'נט אז זיי האבן יא געמעגט.

אין די זעלבע צייט וואס די געריכט איז אנגעגאנן האט דער ווילידש ארויסגעגעבן א אייגענע דעקלעראציע אז דאס וואס דער טאון האט געטאן צו מבטל זיין די פערמיטן איז בטל כעפרא דארעא און האט נישט קיין שום האפט. נאכדעם האט דער דיוועלאפער אריינגעגעבן א ביטע צום ווילידש זאל נאכאמאל מאשר זיין די דיוועלאמפענט און געבן רשות ברייטער צו מאכן די ראוד'ס, די ווילידש בארד האט געגעבן דעם רשות און נאכאמאל מאשר געווען אז די אלטע פערמיטן זענען נאך בתוקפו.

קורץ דערנאך האט דער טאון אריינגעגעבן א קלאגע אין געריכט אז די ווילידש האט נישט געטארט מבטל זיין זייער ביטול וועגן פארשידענע טענות ומענות און אויך געברענגט דעם פריער דערמאנטן פסק אז דער זעלבער שופט האט געזאגט אז זיי האבן גוט געטון מיטן מבטל זיין די פערמיטן, א אנדערע טענה איז געווען אז טייל פון די ווילידש בארד מידגלידער זענען טענענטס פון די דיוועלאפער במילא האבן זיי א נגיעה דערביי.

זיי האבן געבעטן אז דער שופט זאל תיכף ומיד הייסן אפשטעלן די ארבעט, דער שופט האט דאן געשריבן א לענעגערע פסק זאגענדיג אז ער הייסט נישט אפשטעלן די ארבעט, אויך האט ער אפגעווארפן דארט פארשידענע אנדערע טענות.

יעצט איז ארויסגעקומען דער גאנצע פסק ווי ער פסק'נט אז די ווילידש האט יא געהאט רעכט מבטל צו זיין דעם טאון'ס ביטול, און דאס וואס איינער איז א טענענט מאכט אים נאכנישט קיין נוגע בדבר. ולכן האט ער ארויסגעשליידערט דעם קלאגע פון די טאון און די דיוועלאפער מעג ווייטער בויען לשם ולתפארת.

דער שופט שרייבט בדרך אגב אז דאס וואס די טאון האט געשריבן אז ער האט גע'פסק'נט פאריגע מאל אז זיי האבן גוט געטון מיטן מבטל זיין ווייל דער דיוועלאפער האט נישט אויסגעזאגט פאר וועם ער גייט פארקויפן די דירות איז נישט אמת, ער האט נאר געזאגט אז זיי האבן געמעגט מבטל זיין אן אריינגיין אין די סיבות דעראינטער.

תושבי בלומינגבערג בפרט און אנ"ש בכלל לויבן דעם אייבערשטן פאר זיינע חסדים ביז אהער, עד הנה עזרונו רחמיך ולא עזבונו חסדיך. גלייכצייטיג בעט מען א תפילה אויף ווייטער ואל תטשינו ה' אלוקינו לנצח. אמן כן יה"ר
יונה
שר האלפיים
תגובות: 2003
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה »

קונדיטון האט געשריבן:בד"וו ווי האט מען זיך אנייצע געגעבן שבת אנע עלעקטעריזיטי?

א חלק שטעטל האט שוין צוריקבאקומען לעקטערי בעפאר כניסת היום. די אנדערע אידן האבן זיך אן עצה געגעבן דורך די געז רענדעשס פאר ווארעמ'ס און ליכט\פלעשלייטס פאר באלייכטונגן. עס איז נישט געווען גרינג אבער ב"ה נישט געווען געפערליך.
הרב_שלום
שר עשרת אלפים
תגובות: 14665
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 9:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב_שלום »

א הויז צן פארקויפען אויף North Rd
געפינט זיך אוי א שטח פון 1.25 איקער
מען ברויך אריינלייגען 50 אלפים

שיקט אציין אייער אפפער צו
[email protected]
Section 8 Secrets: Get housing assistance faster https://amzn.to/3TaIg5B
You can find jobs at www.macherusa.com/all www.jobsgemach.com
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
יונה
שר האלפיים
תגובות: 2003
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה »

ב''ה אין בלומינגבערג איז די שטורעם אראפגעקומען ברחמים.. עס איז דא א שיינע שניי אבער ווייט נישט אזוי הויך ווי קרית יואל אדער מאנסי.

די גאסן סיי אין די דיוועלאפמענט און אויך ארומיגע גאסן זענען פיין געשארט, עולם כמנהגו נוהג.
אטעטשמענטס
hickory4.jpg
hickory4.jpg (371.22 KiB) געזען 1987 מאל
יונה
שר האלפיים
תגובות: 2003
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה »

אין אנדערע נייעס... די מיליאן דולר קאמפיין איז היינט אריבער דעם 200K נומער ב"ה! דאס הייסט 20% פון מיליאן האט מען שוין ערייכט.

גיבט אפ אייער 'חלק' פאר די מוסדות און באקומט א שאנס אריינצוגיין אין דעם ריזן גורל ווי איר קענט מעגליך זיין די געווינער פון גאנצע הונדערט אלפים, יעפ מעשר פון א מיליאן קען זיין אייערס, מען דארף אבער זיין דעראינען צו קענען געווינען... https://www.rayze.it/satmarraffle/
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

די ערשטע עד פונעם קאמפיין וואס האט מיר געכאפט.

Capture.JPG
Capture.JPG (49.19 KiB) געזען 1724 מאל
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

אז מ'רעדט שוין, וויל איך מיך באדאנקען פאר "יונה" פאר זיינע שטענדיגע קלארע באריכטן!
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:אז מ'רעדט שוין, וויל איך מיך באדאנקען פאר "יונה" פאר זיינע שטענדיגע קלארע באריכטן!

ג"א מצטרף
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3157
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

כאפ שוין אנטייל גענומען, פשוט מען זאל דערגרייכן ס'ציהל אפשר מאכטס א אפשען צוויי שותפים צונעזאם
אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3238
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האשכולות »

@SatmarHQ: Just in! The Planning board in village of Bloomingburg just approved the plans to extend Bihm"d Beis Yeshia and to build there a new Mikva.

m.twi...
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
יונה
שר האלפיים
תגובות: 2003
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה »

ב"ה! נאך עטליכע חדשים פון לאנגע מיטונגן און פאבליק היערונגס, איז היינט ביי א עפענטליכע פלעניג בארד מיטונג ענדליך ענדגילטינג באשטעטיגט געווארן די אפליקאציע וואס די דיוועלאפער'ס פונעם נייעם דיוועלאפענט האבן אריינגעגעבן אויסצוברייטערן דעם בית יהושע שול און אויך בויען א מקוה אינעם שול.

עס איז ערווארטעט אז דער דיוועלאפער וועט אריינגעבן די פיינעל אינעווייניגע פלענס פארן ווילידש אינדזעניר אין די קומענדיגע טעג, ווי נאר ער וועט ארויסגעבן דעם פערמיט וועט זיך די ארבעט אנהויבן, האפפענטליך אויף די שנעלסטע אופן שייך, זינט דאס נחיצות איז גרויס און דער ציבור תושבי השכונה קוקן שוין גאר שטארק ארויס מען זאל שוין קענען באנייען די מקוה אויפן פלאץ.

בורא עולם בקנין השלם זה הבנין!


אין אנדערע פארשריט נייעס קומט אריין די מעלדונג אז קומענדיגע דינסטאג מערץ 13 למספ' וועט פארקומען א זאניג בארד מיטונג בנוגע די הארדוועיר סטאר (אקעגן איבער די גראסערי), צוליב פארשידענע עיכובים האט זיך שטארק פארשלעפט די מיטונגן וואס האט אפגעהאלטן דאס עפענן פון די סטאר, האפפענטליך וועט זיך די זאך אנהויבן רוקן יעצט און די ארבעט איבערצובויען דעס געשעפט ווען קענען אריינגיין אין שוואונג גאר בקרוב בעז"ה.

דער בנין איז ארגינעל געווען א הארדוועיר סטאר, אבער עס איז שוין פארמאכט א שיינע פאר יאר, מען דארף שטארק איבערפרישן דעם כמעט הונדערט יעריגע בנין מבית ומבחוץ, ווי אויך גייט מען עפענן אינעווייניג די דאך צום צווייטן שטאק און מאכן א גאלערי ארינגס און ארום און עס מאכן א חלק פונעם סטאר (ארגינעל איז געווען אפיסעס אויפן שטאק).
אטעטשמענטס
hardwareStoreOld.JPG
hardwareStoreOld.JPG (131.01 KiB) געזען 1487 מאל
hardwareStoreNew.JPG
hardwareStoreNew.JPG (113.6 KiB) געזען 1487 מאל
ויש אומרים
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 3:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ויש אומרים »

Screenshot_20180309-093732~2.png
Screenshot_20180309-093732~2.png (116.06 KiB) געזען 2804 מאל
הרב_שלום
שר עשרת אלפים
תגובות: 14665
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 9:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב_שלום »

א פריווייטע הויז אין בלומינגבערג צו פארקויפען
http://hgmls.mlsmatrix.com/Matrix/Publi ... 14297-10#1
Section 8 Secrets: Get housing assistance faster https://amzn.to/3TaIg5B
You can find jobs at www.macherusa.com/all www.jobsgemach.com
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
א נעכטיגן טאג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 432
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 2:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נעכטיגן טאג »

ויש אומרים האט געשריבן:
Screenshot_20180309-093732~2.png

איך האב פארשטאנען אז זיי וועלן געבן האלב כדי אנצוקומען צום צוהל.
אוועטאר
שמן
שר האלף
תגובות: 1391
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 11:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן »

א נעכטיגן טאג האט געשריבן:
ויש אומרים האט געשריבן:
Screenshot_20180309-093732~2.png

איך האב פארשטאנען אז זיי וועלן געבן האלב כדי אנצוקומען צום צוהל.

האלט שוין ביי 428,000 ווער האט געגעבן דער אנדערע מאה אלף ?
אזוי וויל איך
שר האלף
תגובות: 1375
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 13, 2015 5:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי וויל איך »

שמן האט געשריבן:
א נעכטיגן טאג האט געשריבן:
ויש אומרים האט געשריבן:
Screenshot_20180309-093732~2.png

איך האב פארשטאנען אז זיי וועלן געבן האלב כדי אנצוקומען צום צוהל.

האלט שוין ביי 428,000 ווער האט געגעבן דער אנדערע מאה אלף ?

At the Banquet for the "Bloomingburg" Mosdos BBeis R' Sander Kohn was raised $130,000! bringing the total amount raised so far to $428,781!!
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”