יש ברירה האט געשריבן:מטעמים האט געשריבן:טעריף איז נאר אויף גודס וואס ווערן אימפארטעד, אויב ווערט עס נישט אימפארטעד עס איז מעיד אין אמעריקע קומט נישט צו קיין טעקס עס בלייבט די אלטע פרייז, פארשטייסט?
די יעצטיגע פרייז איז נאר ווייל מען קען באקומען ביליגער פון אויסלאנד, פארשטייסט?
ניין, רוב אייזען ווערט שוין יעצט געמאכט אין אמעריקע.
דא האסטו אביסעל נאמבערס אין דיטעיל:
88 מיליאן מעטריק טאנס פון אייזען איז געווארען פראדוצירט אין 2017 אין די יונייטעד סטעיטס, 5 מיליאן דערפון איז געווארען עקספארטעד צו אנדערע לענדער.
עס איז אריינגעקומען צו די יו עס 35 מיליאן מעטריק טאן פון אייזען פון אנדערע לענדער. סאו וואס טראמפ וויל טוהן איז טוישען די נאמבער צו 113 מיליאן מעטריק טאן זאל ווען פראדעצירט דא אין אמעריקע.
רוב אמעריקע צאלט שוין יעצט די מעיד אין די יו עס פרייזען, מען רעדט פון 70 פראצענט פון אלע אייזען ווערט שוין יעצט דא פראודוסד.
איי וואס זאל זיין מיט די לענדער וואס שיקען ארויס אייזען קיין אמעריקע, אויב האבען זיי שכל קוקען זיי איבער ווי זיי קענען בעטן אמעריקע זאל זיי העלפען דאס הייסט מיט אנדערע פראדוקטען זיי זאלען כאטש נישט צופיהל דערלייגען פון די טויש זיי זאלען עפעס באקומען אין ריטוירען.
לאמיר געבן א משל א לאנד ווי איטאליע וואס מאכט טרויבען זאלען נאכלאזען מיט זייער עקספארט פון סטיעל אבער אינקריעסן זייער עקספארט פון וויין.