האנדל מלחמה

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

הצדיק
שר האלף
תגובות: 1693
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

תגובהדורך הצדיק » מוצ"ש מארטש 03, 2018 9:44 pm

יאצמעך האט געשריבן:
הצדיק האט געשריבן:
יאצמעך האט געשריבן:ווייסט איינער צו די האלץ טעריף אויף קאנאדא (קאנדא בלשון סאכדעס) גייט נאך אהן?

איינער וואס טוט אין ריל עסטעיט זאגט מיר אז קאנסטראקשאן פרייזן גייט זייער שטארק ארויף גיין.

יו מיס מיי פוינט.

נישט לאנג צוריק האט טראמפ געסטראשעט קאנאדע מיט א האלץ טעריף, אבער ס׳האט ב״ה נישט אויסגעפעלט ווייל ער האט באקומען וואס ער האט פארלאנגט.


וואס הייסט קום אריין קלאר

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5359
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » מוצ"ש מארטש 03, 2018 9:51 pm

יאצמעך ברעגט ארויס אן אנדערע גאר וואלידע פוינט. אפילו אז מען גייט מיט די הנחה אז טאריפס שאדט פאר די אמעריקאנע עקאנאמיע (וועם אין אמעריקא?) שאדט עס אבער פונקט אזוי אדער נאך אסך מער פאר די אנדערע לענדער (עס איז 1+1, אז עס איז דא ריזן האנדל דעפעציטן, מיינט דאס אז אנדערע לענדער האבן מער צו דערלייגען, ספעציעל כינע). ממילא וועלן זיי קומען צום פארהאנדלונגס טיש.

פשוט.

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3348
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » מוצ"ש מארטש 03, 2018 10:03 pm

היימישער אינגערמאן האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:טעריף קען נישט זיין נאר שלעכט, עס האט סיי גוטע און סיי שלעכטע חלקים. - מען דארף זיין אן עקאנאמיסט מיט א חכם אינאיינעם צו קענען עכט פאראויסשאצען ווי אזוי די עקאנאמיע גייט ריעקטען צו העכערע קאסטען אויף פראדוקטען.
.

איינע פון די גרויסע שאלות איז ווען מען רעדט פון עקאנאמיע בעסער אדער ערגער... בעסער אדער ערגער פאר וועם?

פאר די אויבערשטע 2% וואס באטרעפען א ריזן פראצענט פון די GDP, (פאר זיי איז פילייכט בעסער אז מען קען אימפארטן פאר ביליג, צאלן פאר די כינעזער א קוואדער א שעה, און עס איז דא אסך מער פלאץ פאר פראפיט מארזשין).

אדער פאר דעם וועיזש ארבעטער וואס איז אפשר נישט אזא גרויסער פראצענט פון די GDP. (פאר זיי קען זיין אז אויב וועט ווערן א דעמעינד פאר אמעריקאנער פראדוקטען וועלן קאמפאניס מוזן אנהויבן צאלן $2000-3000 פאר א קוואליפייד מענטש וואס זאל מענעזשען דעם פעקטארי וכולי).

ודו"ק היטב כי קצרתי.

    [*]רוב עקאנאמיסטען ווערן באצאלט דורך גרויסע פירמעס, נישט דורך מיר און דיר.

      [*]אנדערע קוקן אויף GDP בכלליות.

        [*]און די וואס קוקן יא אויפן פשוטען מענטש, קוקן גאר אסך אויפן אלוועלטליכען פשוטער מענטש.

          [*]גאר גאר ווינציג קוקען וואס איז גוט פארן פשוטען משה און זרח, מיר און דיר פון אמעריקא.

          סא גוט אדער שלעכט פאר עקאנאמיע?? דער תירוץ איז ווי איינשטיין זאגט, איטס אלל אבאוט רעלאטיוויטי. וועמענס עקאנאמיע.

          לייענט עס גוט איבער וועט איר זען אז אין די קורצע תגובה ליגט גאר אסך איבער דעם טרעיד ויכוח.

          הצלחה.


          זייער גוט געזאגט.

          נאך א נקודה, עס איז זייער גוט פאר די ענווייראמענט ווי ווייניגער ביליגע חזיריי עס ווערט פראדעצירט.

          היימישער אינגערמאן
          שר חמשת אלפים
          תגובות: 5359
          זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

          תגובהדורך היימישער אינגערמאן » מוצ"ש מארטש 03, 2018 10:12 pm

          OK. "צווייפעל" וויל אונז שוין אריינפירען אינעם גלאובעל ווארמינג ויכוח.

          לאנג נאו ספיעק צווייפי...

          עס איז אינטרעסאנט אז נאך א יאר אהאלב איז מען למעשה פאקטיש ביזי מיט די זעלבע אישוס. טרעיד, וואנט, אימיגראציע.

          הצדיק
          שר האלף
          תגובות: 1693
          זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

          תגובהדורך הצדיק » מוצ"ש מארטש 03, 2018 10:23 pm

          יש ברירה האט געשריבן:איך וויל באמת הערן פון איינעם די קעיס פארוואס די טעריפס זענען גוט


          פערג טשיינע פארוואס זיי טוען עס

          אוועטאר
          יש ברירה
          שר חמשת אלפים
          תגובות: 5882
          זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

          תגובהדורך יש ברירה » מוצ"ש מארטש 03, 2018 10:23 pm

          מטעמים האט געשריבן:טעריף איז נאר אויף גודס וואס ווערן אימפארטעד, אויב ווערט עס נישט אימפארטעד עס איז מעיד אין אמעריקע קומט נישט צו קיין טעקס עס בלייבט די אלטע פרייז, פארשטייסט?

          די יעצטיגע פרייז איז נאר ווייל מען קען באקומען ביליגער פון אויסלאנד, פארשטייסט?

          מטעמים
          שר חמשת אלפים
          תגובות: 5411
          זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

          תגובהדורך מטעמים » מוצ"ש מארטש 03, 2018 10:37 pm

          יש ברירה האט געשריבן:
          מטעמים האט געשריבן:טעריף איז נאר אויף גודס וואס ווערן אימפארטעד, אויב ווערט עס נישט אימפארטעד עס איז מעיד אין אמעריקע קומט נישט צו קיין טעקס עס בלייבט די אלטע פרייז, פארשטייסט?

          די יעצטיגע פרייז איז נאר ווייל מען קען באקומען ביליגער פון אויסלאנד, פארשטייסט?

          ניין, רוב אייזען ווערט שוין יעצט געמאכט אין אמעריקע.

          דא האסטו אביסעל נאמבערס אין דיטעיל:

          88 מיליאן מעטריק טאנס פון אייזען איז געווארען פראדוצירט אין 2017 אין די יונייטעד סטעיטס, 5 מיליאן דערפון איז געווארען עקספארטעד צו אנדערע לענדער.

          עס איז אריינגעקומען צו די יו עס 35 מיליאן מעטריק טאן פון אייזען פון אנדערע לענדער. סאו וואס טראמפ וויל טוהן איז טוישען די נאמבער צו 113 מיליאן מעטריק טאן זאל ווען פראדעצירט דא אין אמעריקע.

          רוב אמעריקע צאלט שוין יעצט די מעיד אין די יו עס פרייזען, מען רעדט פון 70 פראצענט פון אלע אייזען ווערט שוין יעצט דא פראודוסד.

          איי וואס זאל זיין מיט די לענדער וואס שיקען ארויס אייזען קיין אמעריקע, אויב האבען זיי שכל קוקען זיי איבער ווי זיי קענען בעטן אמעריקע זאל זיי העלפען דאס הייסט מיט אנדערע פראדוקטען זיי זאלען כאטש נישט צופיהל דערלייגען פון די טויש זיי זאלען עפעס באקומען אין ריטוירען.

          לאמיר געבן א משל א לאנד ווי איטאליע וואס מאכט טרויבען זאלען נאכלאזען מיט זייער עקספארט פון סטיעל אבער אינקריעסן זייער עקספארט פון וויין.
          I REALLY - DON’T - CARE, DO YOU?

          אוועטאר
          יש ברירה
          שר חמשת אלפים
          תגובות: 5882
          זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

          תגובהדורך יש ברירה » מוצ"ש מארטש 03, 2018 11:00 pm

          דו כאפסט נישט וואס איך זאג

          די מעיד אין יו עס עי פרייז איז צוליב וואס אנדערע האבן ביליגער. אויב הייבט מען מיט 25٪ די אימפארטס הייבן זיי אויך

          מטעמים
          שר חמשת אלפים
          תגובות: 5411
          זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

          תגובהדורך מטעמים » מוצ"ש מארטש 03, 2018 11:09 pm

          יש ברירה האט געשריבן:דו כאפסט נישט וואס איך זאג

          די מעיד אין יו עס עי פרייז איז צוליב וואס אנדערע האבן ביליגער. אויב הייבט מען מיט 25٪ די אימפארטס הייבן זיי אויך

          שתי תשובות בדבר.

          1. אויב קענען די אמעריקאנע קאמפעניס קאמפיעטען מיט די פרייז נאך פאר די טעריף קומט איז די גרעסטע ראי׳ אז עס גייט נישט זיין קיין אינקריעס, אויב יא ממש א טראפ - איך האב אין מיין אינדאסטריע פרובירט איינצוקויפען דא אין די פרייז חילוק איז 30 דא אין 10 פון אינדרויסען סאו א טאריף פון צוויי הינדערט פראצענט גייט מאכען אמעריקע קאמפעטעטיוו מיט עיזשע.


          2. עס זעהט דיר אויס ווי עס איז נאר דא איין steel קאמפעני אין אמעריקע? די אמעריקאנע קאמפעניס גייען ווייטער קאמפיעטען מיט די פרייזען און די מארקעט וועליו וועט עס האלטען נידריג, עס איז קאמען סענס.
          I REALLY - DON’T - CARE, DO YOU?

          אוועטאר
          יש ברירה
          שר חמשת אלפים
          תגובות: 5882
          זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

          תגובהדורך יש ברירה » מוצ"ש מארטש 03, 2018 11:28 pm

          איך קען נישט רעדן איבער א ספעציפישער משל. די פרייז היינט איז נידריג (זיי קאמפיטען) ווייל מען קען באקומען אינדרויסן פאר ביליגער, זיי דארפן זיין משוגע נישט צו הייבן די פרייז

          קאמפעטישן איז אין אמעריקע איז אלץ געווען אבער דאס איז נישט גענוג צו קאמפיטען מיט אויסלענדישע פרייזן. דאס איז קאמען סענס.

          אוועטאר
          יש ברירה
          שר חמשת אלפים
          תגובות: 5882
          זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

          תגובהדורך יש ברירה » מוצ"ש מארטש 03, 2018 11:41 pm

          און לאמיר גייו א טריט ווייטער

          אויב ווערט אייזן טייערער אין אמעריקע מיינט עס אז פראדוקטן ווערן טייערער און מאכט שווערער עקספארטס עפעס וואס וועט נאך גרעסער מאכן די טרעיד דעפיציט

          און נאך א טריט ווייטער... אויב וועט זיין טייערער צו פראדוצירן קארס אין אמעריקע ווי אין אנדערע לענדער פארוואס זאלן צום ביישפיל "פארד" נישט גיין אויף מעקסיקאו ווי די אייזן איז 25٪ ביליגער און דארט פראדערצירן אלע זייערע קארס פאר די גאנצע וועלט?!

          מטעמים
          שר חמשת אלפים
          תגובות: 5411
          זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

          תגובהדורך מטעמים » מוצ"ש מארטש 03, 2018 11:50 pm

          אייזען אחז די משל און די נמשל. און ניין קיין איין קאמפעני קען נישט אינקריעסן מער ווי די מארקעט פרייזען.
          I REALLY - DON’T - CARE, DO YOU?

          אוועטאר
          איש האשכולות
          שר האלף
          תגובות: 1377
          זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
          לאקאציע: יעצט בין איך דא

          תגובהדורך איש האשכולות » מוצ"ש מארטש 03, 2018 11:56 pm

          מטעמים האט געשריבן:אייזען אחז די משל און די נמשל. און ניין קיין איין קאמפעני קען נישט אינקריעסן מער ווי די מארקעט פרייזען.

          ס'דארף קומען איין חכם און בלייבן נידריג, יעדער גייט קאמפיטען מיט דעם איינעם חכם, אין פרייזן וועלן בלייבן נידריג. עמעזאן פארקויפער וועלן בעסער פארשטיין וואס איך זאג.
          לעצט פאראכטן דורך איש האשכולות אום מוצ"ש מארטש 03, 2018 11:57 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

          אוועטאר
          יש ברירה
          שר חמשת אלפים
          תגובות: 5882
          זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

          תגובהדורך יש ברירה » מוצ"ש מארטש 03, 2018 11:57 pm

          מטעמים האט געשריבן:אייזען אחז די משל און די נמשל. און ניין קיין איין קאמפעני קען נישט אינקריעסן מער ווי די מארקעט פרייזען.

          די מארקעט פרייז פון ביז יעצט האט אריינגענומען ביליגע מארקעטס! יעצט איז נאר געבליבן אמעריקאנער און זיי האבן נישט פארוואס צו האלטן די פרייזן נידריג. ס'איז פיל טייערער צו פראדוצירן אייזן אין אמעריקע!

          אוועטאר
          ראפאט קראמפלי
          שר האלפיים
          תגובות: 2298
          זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
          לאקאציע: אין טעלער.

          תגובהדורך ראפאט קראמפלי » מוצ"ש מארטש 03, 2018 11:57 pm

          יש ברירה האט געשריבן:און נאך א טריט ווייטער... אויב וועט זיין טייערער צו פראדוצירן קארס אין אמעריקע ווי אין אנדערע לענדער פארוואס זאלן צום ביישפיל "פארד" נישט גיין אויף מעקסיקאו ווי די אייזן איז 25٪ ביליגער און דארט פראדערצירן אלע זייערע קארס פאר די גאנצע וועלט?!

          העט מען לייגן א טעריף אויף קארס.
          די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.

          אוועטאר
          משהזוךמיר
          שר ארבעת האלפים
          תגובות: 4991
          זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
          לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

          תגובהדורך משהזוךמיר » זונטאג מארטש 04, 2018 12:06 am

          יש ברירה האט געשריבן:
          מטעמים האט געשריבן:אייזען אחז די משל און די נמשל. און ניין קיין איין קאמפעני קען נישט אינקריעסן מער ווי די מארקעט פרייזען.

          די מארקעט פרייז פון ביז יעצט האט אריינגענומען ביליגע מארקעטס! יעצט איז נאר געבליבן אמעריקאנער און זיי האבן נישט פארוואס צו האלטן די פרייזן נידריג. ס'איז פיל טייערער צו פראדוצירן אייזן אין אמעריקע!

          אויב איז אזויפיל טייערער צו פראדוצירן אין אמעריקע, וויאזוי זענען זיי נישט ארויס פון ביזנעס ווען זיי האבן געדארפט קאמפיטן מיט די ביליגע אימפארטס?
          Get your facts first, then you can distort them as you please.

          אוועטאר
          פרוביר אויך
          שר חמש מאות
          תגובות: 906
          זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

          תגובהדורך פרוביר אויך » זונטאג מארטש 04, 2018 12:09 am

          יש ברירה האט געשריבן:און לאמיר גייו א טריט ווייטער

          אויב ווערט אייזן טייערער אין אמעריקע מיינט עס אז פראדוקטן ווערן טייערער און מאכט שווערער עקספארטס עפעס וואס וועט נאך גרעסער מאכן די טרעיד דעפיציט

          און נאך א טריט ווייטער... אויב וועט זיין טייערער צו פראדוצירן קארס אין אמעריקע ווי אין אנדערע לענדער פארוואס זאלן צום ביישפיל "פארד" נישט גיין אויף מעקסיקאו ווי די אייזן איז 25٪ ביליגער און דארט פראדערצירן אלע זייערע קארס פאר די גאנצע וועלט?!

          עס קוקט אױס פון דײנע תגובות,
          אז דער משוגענער טראמפ איז יעצט אױפגעקומען מיט די אײדיע פון טעריפס,
          אלע מדינות לײגען שױן טעריפס טויזענטער יארן...

          פארװאס װען איך עקספארט קײן UK אדער קענעדע צאל איך 60% VAT charges
          משא״כ אימפארטס צאלט מען א שיבוש?

          די מציאות האט געװאוזען אז די טרעיד דעפיציט איז נאר ארױף די לעצטערע יארן,

          און איך זעה נישט אז אנדערע לענדערס עקאנאמיעס זאלן זיך צוזאמלײגן צוליב די טעריפס װאס זײ בעטן.


          מטעמים רעדט דברים של טעם!
          אז יענער קען קענסטו אויך

          מטעמים
          שר חמשת אלפים
          תגובות: 5411
          זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

          תגובהדורך מטעמים » זונטאג מארטש 04, 2018 12:10 am

          איך גיי פרובירען מסביר זיין די לעצטע מאל.

          לאמיר זאגען עס קאסט צו פאבריצירען א סוט פופציג דאלער אין טשיינע און זעכציג דאלער אין אמעריקע - יעדע פאראנטווארטליכע ביזנעסמאן מאכט עס אין טשיינע און מען פארקויפט עס אין אמעריקע פאר הינדערט דאלער א סוט. די וואס מאכען עס אין אמעריקע מאכען נאר פערציג דאלער און די קאמפעטיטער קען טוהן מיט צען דאלער מארקעטינג אדער דיסקאונטס און די טשיינע סחורה פארקויפט זיך שנעלער און בעסער.

          יעצט גייט טראמפ און ער לייגט ארויף א טעריף אויף די טשיינע גודס קומט דער ביזנעסמאן און ער פאנגט אן צו קויפען דא פאר זעכציג דאלער און ער פארקויפט עס פאר הינדערט צען אדער הינדערט צוואנציג - דא גייט ארויף די פרייזען - אבער מער ווי הינדערט צען אדער הינדערט צוואנציג קען ער נישט ג’יין ווייל דער ביזנעסמאן האט הינדערט קאמפעטיטערס וואס מאכען עס אויך דא און די פעקטאריס קענען נישט העכערן די פרייז ווייל אויב פעקטארי איינס איז טייער גייט מען צו פעקטארי צוויי און אויב איז יעדער אזוי פארנומען און מען קען נישט נאך קומען די ארבייט וועלן זיך עפענען מער פעקטאריס און די פרייז וועט אייביג בלייבען ארום די פרייז וויפיעל עס קאסט צו מאכען פלאס די סטענדערט מארק אפ פער אינדאסטרי.

          —-

          די איינציגסטע פלעצער ווי די מארקעט פרייזען מאכען נישט אויס איז אויב די גאווערמענט ראנט א מארקעט וואס דאס מאכט עס אויס קאמפעטעטיוו אדער א קאמפעני וואס האט א פעטענט און זיי קענען באלעבאטעווען אויף א געוויסע אייטעם אדערווייז איז די מארקעט דעטערמינד די פרייזען און נישט קאמפעניס.
          I REALLY - DON’T - CARE, DO YOU?

          מטעמים
          שר חמשת אלפים
          תגובות: 5411
          זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

          תגובהדורך מטעמים » זונטאג מארטש 04, 2018 12:31 am

          טראכט אריין אויב GB & GG וואלטען ביידע געמאכט דא די סחורה קענען זיי דען טשארדזשען אין די וועלט אריין? עס איז קאמפעטעטיוו און זיי וועלן ביידע האלטען די פרייזען ביז עבאוו זייער מינימום וואס זיי מיזען מאכען פער פראדוקט.

          צוריק צו אייזען אויב די אייזען פון אמעריקע און טשיינע וואלטען געוועהן כהיום א גרויסע דיפערענס וואלט נישט 70 פראצענט געוועהן פראדעצירט אין אמעריקע עס וואלט געוועהן די פארקערטע וועג.

          נאך מער, בילדערס וואלטען ווען געגעבען א אפשען צווישען אמעריקען סטיעל און טשייניז סטיעל - נאר וואס דען די פרייז איז כעת קאמפעטעטיוו און טראמפ וויל נאר ענדיגען די זשאב.
          I REALLY - DON’T - CARE, DO YOU?

          גאלדענע פעדער
          שר האלף
          תגובות: 1380
          זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
          לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

          תגובהדורך גאלדענע פעדער » זונטאג מארטש 04, 2018 12:35 am

          מטעמים די קומסט אריין זייער קלאר און געשמאק אזוי ווי אייביג! יש״כ!
          מפתחות של זהב
          א חסידישע יונגערמאן אן לערנען חסידישע ספרים? זעה דא

          אוועטאר
          זאכליך
          שר שבעת אלפים
          תגובות: 7596
          זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

          תגובהדורך זאכליך » זונטאג מארטש 04, 2018 1:33 am

          יש ברירה האט געשריבן:יעדע קאר גייט קאסטן מיט עטליכע הונדערט דאלער מער (מער פונקטליך בערך 400-$300). ווער גייט עס באצאלן?


          דאס אלעס?

          קודם איך גלייב אז די נומערן זענען איבערגעטריבן, אדער איז עס א worst case scenario.

          אבער לאמיר אננעמען אז די נומערן זענען ריכטיג, דאס מיינט אז די חודש'ליכע ליעס גייט ארויפגיין מיט $2.80...
          אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
          ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

          אוועטאר
          יש ברירה
          שר חמשת אלפים
          תגובות: 5882
          זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

          תגובהדורך יש ברירה » זונטאג מארטש 04, 2018 1:34 am

          משהזוךמיר האט געשריבן:
          יש ברירה האט געשריבן:
          מטעמים האט געשריבן:אייזען אחז די משל און די נמשל. און ניין קיין איין קאמפעני קען נישט אינקריעסן מער ווי די מארקעט פרייזען.

          די מארקעט פרייז פון ביז יעצט האט אריינגענומען ביליגע מארקעטס! יעצט איז נאר געבליבן אמעריקאנער און זיי האבן נישט פארוואס צו האלטן די פרייזן נידריג. ס'איז פיל טייערער צו פראדוצירן אייזן אין אמעריקע!

          אויב איז אזויפיל טייערער צו פראדוצירן אין אמעריקע, וויאזוי זענען זיי נישט ארויס פון ביזנעס ווען זיי האבן געדארפט קאמפיטן מיט די ביליגע אימפארטס?

          פארוואס מיינסטו לייגט מען די טעריף?

          זיי גייען אונטער.... מען פרובירט זיי צו ראטעווען.

          אוועטאר
          יש ברירה
          שר חמשת אלפים
          תגובות: 5882
          זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

          תגובהדורך יש ברירה » זונטאג מארטש 04, 2018 1:36 am

          פרוביר אויך האט געשריבן:
          יש ברירה האט געשריבן:און לאמיר גייו א טריט ווייטער

          אויב ווערט אייזן טייערער אין אמעריקע מיינט עס אז פראדוקטן ווערן טייערער און מאכט שווערער עקספארטס עפעס וואס וועט נאך גרעסער מאכן די טרעיד דעפיציט

          און נאך א טריט ווייטער... אויב וועט זיין טייערער צו פראדוצירן קארס אין אמעריקע ווי אין אנדערע לענדער פארוואס זאלן צום ביישפיל "פארד" נישט גיין אויף מעקסיקאו ווי די אייזן איז 25٪ ביליגער און דארט פראדערצירן אלע זייערע קארס פאר די גאנצע וועלט?!

          עס קוקט אױס פון דײנע תגובות,
          אז דער משוגענער טראמפ איז יעצט אױפגעקומען מיט די אײדיע פון טעריפס,
          אלע מדינות לײגען שױן טעריפס טויזענטער יארן...

          פארװאס װען איך עקספארט קײן UK אדער קענעדע צאל איך 60% VAT charges
          משא״כ אימפארטס צאלט מען א שיבוש?

          די מציאות האט געװאוזען אז די טרעיד דעפיציט איז נאר ארױף די לעצטערע יארן,

          און איך זעה נישט אז אנדערע לענדערס עקאנאמיעס זאלן זיך צוזאמלײגן צוליב די טעריפס װאס זײ בעטן.


          מטעמים רעדט דברים של טעם!

          איך ווייס נישט נישט אין אנדערע לענדער ווי אזוי די עקאנאמיע ארבעט ס'איז סאציאליסטיש למחצה לשליש, די עקענאמיע אין אמעריקע איז געבויעט אויף קאפיטאליזם און סארבעט פיין! פוק חזי...

          דאס וואס טראמפ וויל טון איז די אפטייטש פון קראוני קאפיטאליזם און סבעק פייערט יעדעס מאל.

          פארטראכטער
          שר חמש מאות
          תגובות: 719
          זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 03, 2016 2:57 pm

          תגובהדורך פארטראכטער » זונטאג מארטש 04, 2018 1:37 am

          איך בין נישט אזוי באהאוונט אין די נושא, אבער מטעמים רעדט אגאנצן צייט בעיקר פון אייזן, אבער ווי כאפצעם האט שוין אנגעמערקט ביים פתיחת האשכול, איז די פראבלעם טאקע נישט אזוי ווייט ביי אייזן וויבאלד רוב אייזן ווערט טאקע פראדוצירט דא אין אמעריקע, אבער די עיקר פראבלעם ווערט ביי אלומינום וואס רוב דערפון ווערט נישט פראדוצירט דאהי.

          ועוד, עס איז גאר אינטערעסאנט צו זען ווי די געשוואוירענע רעפאבליקאנע דא אין שטיבל גייען קעגן די רעפאבליקאנער ארטאדאקסיע און נעמען אן די בערני סאנדערס זייט פון די דעבאטע, אלעס ווייל טראמפ האט אזוי יעצט אנאנסירט שלא כעצת רוב פון זיינע אייגענע עקאנאמיסטן.

          אוועטאר
          יש ברירה
          שר חמשת אלפים
          תגובות: 5882
          זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

          תגובהדורך יש ברירה » זונטאג מארטש 04, 2018 1:38 am

          זאכליך האט געשריבן:
          יש ברירה האט געשריבן:יעדע קאר גייט קאסטן מיט עטליכע הונדערט דאלער מער (מער פונקטליך בערך 400-$300). ווער גייט עס באצאלן?


          דאס אלעס?

          קודם איך גלייב אז די נומערן זענען איבערגעטריבן, אדער איז עס א worst case scenario.

          אבער לאמיר אננעמען אז די נומערן זענען ריכטיג, דאס מיינט אז די חודש'ליכע ליעס גייט ארויפגיין מיט $2.80...

          דו ביסט דאך געווען ביזי ווי גוט די טעקס קאט איז... ווי סגייט אצינדן די עקענאמיע

          צוטיילט עס אויפן חודש און קום צוריק...


          צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

          ווער איז אונליין

          באנוצערס וואס דרייען זיך דא: א גולם, נו שוין, פייווישעל און 68 געסט