ס'איז מיר לעצטענס אויסגעקומען (צו זיין) און צו הערן פון עטליכע וואס זענען אריבער די זעלבע "היימישע קלאס" אבער אויף אנדערע נושאים, אז זיי שפירן ווי מ'האט זיי געהעריג... בא'עוול'ט
איז אלזא מיר שווער געווארן א הארבע פראגע: פארוואס רעדן זיי נישט? איז די איינציגסטע סיבה וואס איז לכאו' אויך די אמת'ע איז אז זיי שעמען זיך פון זיך אליין! פארלוירן געלט האב איך! פארברענגט שעות אין קלאס האב איך! זאל איך נאך זיין א שוטה אויך? פארציילן פאר מיין: ווייב\חברותא וכו' וואס האט מיטגעהאלטן ווי איך פארברען אזויפיל טייערע שעות, אז ס'גארנישט מיט גארנישט, און איך דארף יעצט זען פון ווי מ'גייט באצאלן די לאך! ווייל א נייע דשאב\קאריער האב איך נישט?!
דאס נישט! און פאר דעי סיבה גייט יענער אן מיט זיין ביזנעס, און צוביסלעך צוביסלעך נער'ט ער איין פיש נאך פיש... וואס ווארפן אריין ביי אים טויזנטע טויזנטע שווער אויסגעהארעוועטע געלטער!
בערך אזויווי שאץ מאץ האט שוין געשריבן אין זיין ארטיקל:
וויאזוי מַל'עט מען אפ א שטאט?.....אלזא מיין איך אז גענוג איז גענוג! אויב זענט איר פון די דורכגעפאלענע רעד!, (למשל זאגט פאר אייער נאנטע וואס האלט [אפשר] פאר'ן זיך איינשרייבן, אז ער זאל אים בעטן אז ער דארף פון אים עטליכע נומערן פון יונגעלייט וואס זענען ארויס פון אים צופרידן און האבן זיך דערלערנט ביי אים א פאך)!