קרית יטב לב - בלומינגבורג ניו יארק

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

יונה
שר האלף
תגובות: 1826
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

תגובהדורך יונה » דאנארשטאג פאברואר 22, 2018 10:32 pm

היינט אין אווענט איז פארגעקומען א פלעיניג בארד מיטינג ווי מען האט באהאנדלט דאס בויען א נייע מקוה און פארגרעסערן די שול אויף טשערי קארט.

די פאבליק היערונג איז צוגעמאכט געווארן דורך די בארד, אבער מען האט נישט געקענט שטימען אויף די רעזעלוציע ווייל דער ווילידזש אטארני האָט עס נישט געהאט גרייט. ער האָט צוגעזאגט עס צו האָבן גרייט אין א חודש ארום ביים קומענדיגע מיטונג.

דער טשעירמאן ר' חיים לעבאוויטש האָט געזאָגט דעם אטארני אז ס'איז נישט קיין יושר צו לאָזן אפליקאציעס ווארטן אזוי לאנג נאך א חודש און נאך א חודש. נאך די אסיפה האָט דער אטארני מסכים געווען עס צו מאַכן גרייט אויף צוויי וואָכן אַרום דאנערשטאג נאך פורים בעז''ה.

דער אינזשעניר האָט פארגעשלאגן מען זאל זעהן צוצוגרייטן די פערמיטן אזוי אז מען זאל קענען אנהויבן בויען ווי נאר מען ענדיגט די עפפראוועלס.
צוגעלייגטע
planningBoard2.jpg
planningBoard2.jpg (407.54 KiB) געזעהן 2654 מאל

שמואל בארג
שר האלפיים
תגובות: 2015
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » דאנארשטאג פאברואר 22, 2018 10:41 pm

פון רעכטס צו לינקס, העלפט ארויס.

אטוירני?, ר' משה פריעד, ר' חיים לעבאוויטש, ר' משה גאנץ, ווער איז דער לעצטער?.

שמואל בארג
שר האלפיים
תגובות: 2015
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » דאנארשטאג פאברואר 22, 2018 10:42 pm

עס האט נישט געלוינט פאר רינגאו די קלייט?

אוועטאר
ס'רעגענט ס'גיסט
שר האלף
תגובות: 1014
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 11:15 am

תגובהדורך ס'רעגענט ס'גיסט » דאנארשטאג פאברואר 22, 2018 11:14 pm

שמואל בארג האט געשריבן:פון רעכטס צו לינקס, העלפט ארויס.

אטוירני?, ר' משה פריעד, ר' חיים לעבאוויטש, ר' משה גאנץ, ווער איז דער לעצטער?.

ר' חיים משה פעקעטע

יונה
שר האלף
תגובות: 1826
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

תגובהדורך יונה » דאנארשטאג פאברואר 22, 2018 11:29 pm

דער ערשטער איז נישט קיין אטארני, ער הייסט דזשימי דזשאנסאן - א פלעיניג בארד מעמבער.

פון הונטער ר' חיים משה פעקעטע זעהט מען מיסטער טאם דער ווילידזש אינדזעניר.

אויף דעם בילד זעהט מען דעם עטארני (שטייענדיג)
צוגעלייגטע
attorney.jpg
attorney.jpg (338 KiB) געזעהן 2600 מאל
לעצט פאראכטן דורך יונה אום דאנארשטאג פאברואר 22, 2018 11:31 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

שמואל בארג
שר האלפיים
תגובות: 2015
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » דאנארשטאג פאברואר 22, 2018 11:30 pm

אן איידעם ביי ר' עקיבא מרדכי מענדלאוויטש?

יונה
שר האלף
תגובות: 1826
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

תגובהדורך יונה » דאנארשטאג פאברואר 22, 2018 11:31 pm

שמואל בארג האט געשריבן:אן איידעם ביי ר' עקיבא מרדכי מענדלאוויטש?

יא. נעכטן געמאכט א ברית למז''ט.

ווארטסבארא
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2018 1:29 pm

תגובהדורך ווארטסבארא » פרייטאג פאברואר 23, 2018 1:38 pm

אין אנדערע נייעס איז ארויסגעשיקט געווארן א מעסעזש אז די שולע בלייבט פארשלאסן ביז צו א קומענדיגער מעלדונג.

יונה
שר האלף
תגובות: 1826
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

תגובהדורך יונה » פרייטאג פאברואר 23, 2018 2:11 pm

Screenshot_20180223-141102.jpg
Screenshot_20180223-141102.jpg (156.32 KiB) געזעהן 2288 מאל

אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2414
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2012 11:47 am
לאקאציע: צווישען איין עק וועלט אין די אנדערע.......

תגובהדורך משה יענקל » פרייטאג פאברואר 23, 2018 3:14 pm

ווארטסבארא האט געשריבן:אין אנדערע נייעס איז ארויסגעשיקט געווארן א מעסעזש אז די שולע בלייבט פארשלאסן ביז צו א קומענדיגער מעלדונג.

פון די פאזאטיווע קוק ווינקל.
אז די שולע איז געשלאסן שוקט עס א מעסעדזש צו די הנהלה און שטאט צו קומען צו הילף און העלפן אראפ שטעלן א געהעריגען פלאן אז די מוסדות זאל זיך שטעלן אויף די פיס.
עס איז אסאך בעסער ווען דאס געשעהט יעצט ווי איידער און אפאר יאהר ארום

אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2414
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2012 11:47 am
לאקאציע: צווישען איין עק וועלט אין די אנדערע.......

תגובהדורך משה יענקל » זונטאג פאברואר 25, 2018 8:43 pm

די מאמעס ברויכען די מיידלעך אינדערהיים. צו העלפן לכבוד פורים.....

ווער דארף. יעצט סקול???

ויש אומרים
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 3:30 pm

תגובהדורך ויש אומרים » זונטאג פאברואר 25, 2018 9:59 pm

יעצט געמאלדען געווארען בשם די הנהלת המוסדות אז מארגען גייט אלעס צוריק צום אלטען אי"ה

@SatmarBBG: Massage from Beis Ruchel; tomorrow all kids are going on regular schedule.

m.twitter.com/SatmarBBG

אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2414
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2012 11:47 am
לאקאציע: צווישען איין עק וועלט אין די אנדערע.......

תגובהדורך משה יענקל » זונטאג פאברואר 25, 2018 10:04 pm

עס איז נאר צו האפען אז די אלע עלטערן וואס האבען קאמפלעינט וועלן נישט צוריקגיין צום אלטן נאר טוען אביסעלע עסקנות אז דאס זאל נישט פאסירען נאכאמאהל

ויש אומרים
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 3:30 pm

תגובהדורך ויש אומרים » זונטאג פאברואר 25, 2018 10:08 pm

משה יענקל האט געשריבן:עס איז נאר צו האפען אז די אלע עלטערן וואס האבען קאמפלעינט וועלן נישט צוריקגיין צום אלטן נאר טוען אביסעלע עסקנות אז דאס זאל נישט פאסירען נאכאמאהל


אנטושלדיגט ר משה יאנקעל אבער עס ליגט נישט אויפ קיין עלטערן צו שאפען א יאר א מיליון דאלער.
מ'דארף צאלען שכ"ל אבער גרויסע געלטער ליגט אויפ די הנהלה אין אויפ גרויס קהל.

אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2414
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2012 11:47 am
לאקאציע: צווישען איין עק וועלט אין די אנדערע.......

תגובהדורך משה יענקל » זונטאג פאברואר 25, 2018 10:20 pm

ויש אומרים האט געשריבן:
משה יענקל האט געשריבן:עס איז נאר צו האפען אז די אלע עלטערן וואס האבען קאמפלעינט וועלן נישט צוריקגיין צום אלטן נאר טוען אביסעלע עסקנות אז דאס זאל נישט פאסירען נאכאמאהל


אנטושלדיגט ר משה יאנקעל אבער עס ליגט נישט אויפ קיין עלטערן צו שאפען א יאר א מיליון דאלער.
מ'דארף צאלען שכ"ל אבער גרויסע געלטער ליגט אויפ די הנהלה אין אויפ גרויס קהל.

און אויב די הנהלה און גרויס קהל האט צוגעלאזט א סטרייק............

שמואל בארג
שר האלפיים
תגובות: 2015
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » זונטאג פאברואר 25, 2018 10:21 pm

אז די עלטערן וועלן נישט פארשטיין אז זיי זענען גרויס קהל, קען דאס ח"ו נאכאמאל פאסירן.

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » מאנטאג פאברואר 26, 2018 10:34 am

די עלטערן זענען נישט קהל
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

גליקליכער
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 19, 2016 2:02 pm
לאקאציע: עיר התורה והחסידות בלומינגבורג

תגובהדורך גליקליכער » מאנטאג פאברואר 26, 2018 10:57 am

סידיראם האט געשריבן:די עלטערן זענען נישט קהל


אמת! מען קען נישט פארלאנגען פון די עלטערן צו זיין סיי עלטערן און סיי קהל און הנהלה, איך באשולדיג נישט קיינעם, אבער עס איז דא א הנהלה פון בעלי בתים אין שטאט, און עס איז דא א קהל און קהילה וואס זענען אחראי אויף די מוסדות, און עס קוקט אויס אז זיי זענען טיף געשלאפן אז זיי האבן געלאזט דעם וואגן אריינפארן אין וואלד און זיי האבן נישט געזען וואס קומט, באמת זענען זיי אונז גארנישט שולדיג, זיי זענען וואלונטירן און טוען שלא על מנת לקבל פרס, אבער למעשה זענען זיי די אחראים, און און עס איז געשען וואס איז געשען.

איין זאך וואס "איינער פון די אפיס" האט געזאגט שבת, אז אויב אלע שכר לימוד וואלט געווען אויסגעצאלט וואלט אויך נישט צוגעקומען צו דעם, ווי מ'שמועסט יעצט האט זיך די הנהלה אריינגעלייגט צו אנפולן דעם לאך, און עס איז צו האפן אז עס וועט בעזרת ה' שוין נישט פאסירן.
לעצט פאראכטן דורך גליקליכער אום מאנטאג פאברואר 26, 2018 11:00 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
געמאכט די החלטה, און ענדליך "ארויס פון די באקס"!

גליקליכער
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 19, 2016 2:02 pm
לאקאציע: עיר התורה והחסידות בלומינגבורג

תגובהדורך גליקליכער » מאנטאג פאברואר 26, 2018 10:58 am

מזל טוב בלומינגבורג אשכול!

אזוי קוקנדיג און רעדנדיג, מיר נישט דיר נישט, צווישן יא און ניין, בין יום ובין לילה, איז דער בלומינגבורג אשכול אומבאמערקטערהייט אריבער א "מיליאן" היטס.
געמאכט די החלטה, און ענדליך "ארויס פון די באקס"!

ווארטסבארא
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2018 1:29 pm

תגובהדורך ווארטסבארא » מאנטאג פאברואר 26, 2018 3:06 pm

הנהלת המוסדות האט אפגערופן די טראנספארטאציע קיין קרית יואל פאר די מיידלעך פון פערטע קלאס אין העכער.
די דארטיגע שולע לויפט ביז די דריטע קלאס.

אוועטאר
סעטינגס
שר חמש מאות
תגובות: 715
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 2:59 pm

תגובהדורך סעטינגס » מאנטאג פאברואר 26, 2018 3:14 pm

יאצמעך האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:באלאנגט באמת נישטא די גאנצע שמועס פון יא קריזעס נישט קריזעס
אבער אז מען רעדט שוין
סידיראם אז מען צאלט נישט זעקס וואכן פאר איינגעשטעלטע קען קיין גרעסערע קריזעס ווי דעם נישט זיין
ביי מוסדות מהר"א וומ"ס בשעת זייער גרעסטע קריזעס איז מען שולדיג געווען 6 וואכן
צו א קריזעס מאכט ווייניגער מענטשן זאלן קומען וואוינען אהין איז לכאורה נישט אמת
אבער א נייע מוסד פון קוים 2 יאר דארף בדרך כלל קענען האבן פעסטע יסודות אין דעם פרט פון צאלן מלמדים

6 וואכן ++
נישט איבערטרייבן ס'געווען 4 וואכען נישט 6, אין ס'נישט געווען אין איין ציה נאר אפגעריקט + די סופלייערס וואס מ'האט געווארט אויף די לאנטש פראגראמען וואס איז שוין ב''ה מסודר, וויאזוי עס זאל נישט זיין צאלען שפעט איז נישט קיין קריזיס, ווענד זיך וואס שטייט אינטער דאס צאלען שפעט

אוועטאר
סעטינגס
שר חמש מאות
תגובות: 715
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 2:59 pm

תגובהדורך סעטינגס » מאנטאג פאברואר 26, 2018 3:19 pm

ווארטסבארא האט געשריבן:הנהלת המוסדות האט אפגערופן די טראנספארטאציע קיין קרית יואל פאר די מיידלעך פון פערטע קלאס אין העכער.
די דארטיגע שולע לויפט ביז די דריטע קלאס.
די ארטיגע מוסדות פלעגט צושטעלן טראנספארטעישאן ביז יעצט?

איש חמודות
שר האלף
תגובות: 1607
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

תגובהדורך איש חמודות » מאנטאג פאברואר 26, 2018 4:06 pm

ווארטסבארא האט געשריבן:הנהלת המוסדות האט אפגערופן די טראנספארטאציע קיין קרית יואל פאר די מיידלעך פון פערטע קלאס אין העכער.
די דארטיגע שולע לויפט ביז די דריטע קלאס.

אבי גערעדט, א באס איז געווען צובראכן דעריבער איז פאר עטליכע טעג נישט געווען קיין באס קיין קר"י.
כ'מיין אז היינט איז שוין אלעס געווען מסודר.

בענאק
שר חמש מאות
תגובות: 688
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2015 4:35 pm

תגובהדורך בענאק » מאנטאג פאברואר 26, 2018 4:27 pm

גליקליכער האט געשריבן:
סידיראם האט געשריבן:די עלטערן זענען נישט קהל


אמת! מען קען נישט פארלאנגען פון די עלטערן צו זיין סיי עלטערן און סיי קהל און הנהלה, איך באשולדיג נישט קיינעם, אבער עס איז דא א הנהלה פון בעלי בתים אין שטאט, און עס איז דא א קהל און קהילה וואס זענען אחראי אויף די מוסדות, און עס קוקט אויס אז זיי זענען טיף געשלאפן אז זיי האבן געלאזט דעם וואגן אריינפארן אין וואלד און זיי האבן נישט געזען וואס קומט, באמת זענען זיי אונז גארנישט שולדיג, זיי זענען וואלונטירן און טוען שלא על מנת לקבל פרס, אבער למעשה זענען זיי די אחראים, און און עס איז געשען וואס איז געשען.

איין זאך וואס "איינער פון די אפיס" האט געזאגט שבת, אז אויב אלע שכר לימוד וואלט געווען אויסגעצאלט וואלט אויך נישט צוגעקומען צו דעם, ווי מ'שמועסט יעצט האט זיך די הנהלה אריינגעלייגט צו אנפולן דעם לאך, און עס איז צו האפן אז עס וועט בעזרת ה' שוין נישט פאסירן.

און דאס אז די הנהלה אין די שטאט האבן אויפגענומען מענטשן וואס זאלן ראנען דעם מוסדף הייסט נישט געארבעט?
זיי האבן געטון וואס זיי האבן געדארפט און אויפגענומען ארבעטער, אז ס'ארבעט נישט איז עס די איינגעשטעלטע פעליאר,

ציוואס באשילדיגן הנהלה'ס?
מיינט מען טאקע אז זיי גייען גיסן געלט יעדן שני וחמישי?

די עלטערן דארפן זיך אליינס צוזאמנעמען און טון וואס מען דארף

ווארטסבארא
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2018 1:29 pm

תגובהדורך ווארטסבארא » מאנטאג פאברואר 26, 2018 4:51 pm

איש חמודות האט געשריבן:
ווארטסבארא האט געשריבן:הנהלת המוסדות האט אפגערופן די טראנספארטאציע קיין קרית יואל פאר די מיידלעך פון פערטע קלאס אין העכער.
די דארטיגע שולע לויפט ביז די דריטע קלאס.

אבי גערעדט, א באס איז געווען צובראכן דעריבער איז פאר עטליכע טעג נישט געווען קיין באס קיין קר"י.
כ'מיין אז היינט איז שוין אלעס געווען מסודר.
צוגעלייגטע
SSPX02171.jpg
.
SSPX02171.jpg (13.49 KiB) געזעהן 1629 מאל


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 14 געסט