דירות קריזיס אין קרית יואל

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35241
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובה דורך farshlufen »

ביטע שעהן.

מיט דאנק פון פראנהויז.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3613
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובה דורך אלט מאנרא »

סעטינגס האט געשריבן:הקרי' באריכטעד איבער 200 נייע דירות אויף פסח, ווען זיי שרייבן ווייסן זיי וואס זיי רעדן


ישר כח פארן ברענגען די באריכט,

פון וועליכע פרישע הינדעטער דירות רעדט מען אויף זימער?
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5441
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

תגובה דורך maybeeynot »

לכאורה ווייניארד
בדרכי אבותינו
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 20, 2017 3:43 pm

תגובה דורך בדרכי אבותינו »

זאג נאר, די האסט געוואויט פאר די ענעקסעישן? אדער פאר די וואס האבן אפגעהאלטן די ענעקסעישן פאר אפאר יאר?

וודאי דערפאר. אבער היינט איז די וועלט אביסעל מער אפען
אין מען זעהט מער אין מען לייענט מער
די וועג וואס מענטשען טראכטען וועגען די קריזיס האט גארנישט מיט די גרויסע מחלוקת אין שטאט
עס איז דא ווייטאג אין הארץ ביי יעדע אידישע הארץ
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3613
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובה דורך אלט מאנרא »

בדרכי אבותינו האט געשריבן:זייער א פיינע ספין פאר די וואס וואונען נישט אין קרית יואל
אבער ווען מען שרייבט אריבער 200 דירות פון וועלכע צייט פעריאד רעד מען דא פון דירות וואס האבען געדארפט שוין זיין באוואונט 2 יאר צוריק

וויפיהל דירות איז דא פון די 200 וואס מען איז אריין אין קאנטראקט די לעצטע האלבע יאר ?? 0

והשנית א חלק דערפון איז רענטל דאס איז גוט פאר יונגעלייט וואס האבען חתונה

יא יא איר האט פארשפילט די געים מיר מופען אין די מאסען ארום אין ארום פון קרית יואל


ווער זיכט צו מאכן א ספין??

בסך הכל שרייבט ער ווען עס איז דא נייעס, פאר מיר איז דאס געווען פרייליכע נייעס צו הערן א אפדעט ווי זאכן האלטן, און אז זאכן הייבן אן פארן,

איך האלט נישט אז ער דארף שרייבן די נייעס ווי עס האלט מיט די געגענטער ארום, דאס טיט זיין קעגענער און וואכענשריפט, אפשר און די פ' יארן וועלן זיי עס דעקן, מען האלט נאך נישט דארט,

און די לעצטע האלבע יאר האבן הינדעטער אידן אריין אין קאנטראקט ביי שכינות ויואל משה,

איך ווייס נישט פארוואס עס הייסט פארשפילט די געים למעשה וויפיל דירות עס איז דא ווערט פארקויפט, און דאס גייט זיך נישט טוישן אפילו עס גייען ארויס מופן און די גלילות 1000'טער משפחות.
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
בדרכי אבותינו
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 20, 2017 3:43 pm

תגובה דורך בדרכי אבותינו »

ווען א איד זיכט א דירה ערב שבת תרומה תשע"ח צו מופען אין די נעקסטע פאר חדשים
איז ליידער כהיום נישט דא קיין דירות
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3613
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובה דורך אלט מאנרא »

בדרכי אבותינו האט געשריבן:ווען א איד זיכט א דירה ערב שבת תרומה תשע"ח צו מופען אין די נעקסטע פאר חדשים
איז ליידער כהיום נישט דא קיין דירות


ווייניארד, משה פריעדמאן, מהסתם איז דא נאך,
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובה דורך מיללער »

אלט מאנרא האט געשריבן:
בדרכי אבותינו האט געשריבן:ווען א איד זיכט א דירה ערב שבת תרומה תשע"ח צו מופען אין די נעקסטע פאר חדשים
איז ליידער כהיום נישט דא קיין דירות


ווייניארד, משה פריעדמאן, מהסתם איז דא נאך,

ובכלל, געווענליך ווען א מענטש וויל קויפן א דירה צו מופן ער"ש תרומה תשע"ח, הייבט ער אן זוכן תשע"ו, און דער וואס זוכט תשע"ח, האט ער צייט צו מופן תש"פ

עס איז דא א מאנגל, אבער די איבריגע דראמא פעלט נישט אויס, די ארומיגע געגנטער וואקסן ב"ה און קומט גוט צוניץ, אבער זענען בכלל נישט די לעזונג צום מאנגל, און די צוויי הונדערט דירות אויף פסח איז גאר גוטע נייעס פאר די דירות מארקעט.

פארגעסן צו געבן שלום עליכם צום נייעם ניק, מאכט אייך היימיש, און פרובירט שנעלערהייט איבערצוליינען די אשכולות אנשטאט נאכאמאל אנהייבן די זינלאזע דעבאטע פון 'גלילות ווערסוס קרית יואל' ביידע האבן מעלות און ביידע פעלט אויס, און עס איז בכלל נישט קיין סתירה.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובה דורך צל עובר »

די הקריה באשרייבט אלעמאל די גלילות, און אלס א פאזיטיווע זאך.

די נייע האבעך נאכנישט געליינט, איך רעד פון ביז יעצט.
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובה דורך lebediger berel »

מיללער האט געשריבן:
אלט מאנרא האט געשריבן:
בדרכי אבותינו האט געשריבן:ווען א איד זיכט א דירה ערב שבת תרומה תשע"ח צו מופען אין די נעקסטע פאר חדשים
איז ליידער כהיום נישט דא קיין דירות


ווייניארד, משה פריעדמאן, מהסתם איז דא נאך,

ובכלל, געווענליך ווען א מענטש וויל קויפן א דירה צו מופן ער"ש תרומה תשע"ח, הייבט ער אן זוכן תשע"ו, און דער וואס זוכט תשע"ח, האט ער צייט צו מופן תש"פ

עס איז דא א מאנגל, אבער די איבריגע דראמא פעלט נישט אויס, די ארומיגע געגנטער וואקסן ב"ה און קומט גוט צוניץ, אבער זענען בכלל נישט די לעזונג צום מאנגל, און די צוויי הונדערט דירות אויף פסח איז גאר גוטע נייעס פאר די דירות מארקעט.

פארגעסן צו געבן שלום עליכם צום נייעם ניק, מאכט אייך היימיש, און פרובירט שנעלערהייט איבערצוליינען די אשכולות אנשטאט נאכאמאל אנהייבן די זינלאזע דעבאטע פון 'גלילות ווערסוס קרית יואל' ביידע האבן מעלות און ביידע פעלט אויס, און עס איז בכלל נישט קיין סתירה.


ווי עס איז דא א שרעקליך מאנגל אין קרית יואל (צוליב דעם נישט דורך לאזן צייטליך די 507 עיקער אנעקסעישאן) איז ווען ס'ווערט ענג די צוויי אדער דריי בעדרום דירה פאר א משפחה מיט מערערע קינדער, און ס'איז נישט דא די ברירה צו קויפן.
ווען מיין עלטסטע טאכטער האט געזוכט פאר זיבן אכט יאר צוריק בערך איז געווען א גרויסע אויסוואל פון מערערע סארט/געגנטער וכו' היינט צוטאגס ווען מיין אינגערע טאכטער איז ב"ה אויסגעוואקסן איר דריי בעדרום דירה וואס זי האט געדינגען ביים מופן קיין קרית יואל, איז ממש נישטא גארנישט פאר א נארמאלע פרייז אין א נארמאלע געגנט, דער וואס פארדינגט שוין יא בעט שוין באלד מער ווי צו קויפן, ס'איז א הימל געשריי.
און כאטשיק איך בין דא א נוגע בדבר ,מרעדט פון מיינע אייניקלעך האלט איך נישט אז קאנטראל איז די סאלושען פארקערט מ'דארף בויען און בויען!
אז מ'לעבט דערלעבט מען
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1657
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובה דורך סארקאזי »

מיללער האט געשריבן:
אלט מאנרא האט געשריבן:
בדרכי אבותינו האט געשריבן:ווען א איד זיכט א דירה ערב שבת תרומה תשע"ח צו מופען אין די נעקסטע פאר חדשים
איז ליידער כהיום נישט דא קיין דירות


ווייניארד, משה פריעדמאן, מהסתם איז דא נאך,

ובכלל, געווענליך ווען א מענטש וויל קויפן א דירה צו מופן ער"ש תרומה תשע"ח, הייבט ער אן זוכן תשע"ו, און דער וואס זוכט תשע"ח, האט ער צייט צו מופן תש"פ

עס איז דא א מאנגל, אבער די איבריגע דראמא פעלט נישט אויס, די ארומיגע געגנטער וואקסן ב"ה און קומט גוט צוניץ, אבער זענען בכלל נישט די לעזונג צום מאנגל, און די צוויי הונדערט דירות אויף פסח איז גאר גוטע נייעס פאר די דירות מארקעט.

פארגעסן צו געבן שלום עליכם צום נייעם ניק, מאכט אייך היימיש, און פרובירט שנעלערהייט איבערצוליינען די אשכולות אנשטאט נאכאמאל אנהייבן די זינלאזע דעבאטע פון 'גלילות ווערסוס קרית יואל' ביידע האבן מעלות און ביידע פעלט אויס, און עס איז בכלל נישט קיין סתירה.


דער רב זז''ג האט זייער מורא פון די איבריגע דראמא, סאיז נישט קיין איבריגע דראמא, און אויך נישט קיין דראמא בכלל
נאר פשוט א ווייטאגליכע פאקט פונעם דירות מארקעט אין קרית יואל, 200 דירות איז פריידיגע נייעס, אבער סאיז אפילו נישט גענוג אנצופילן איין ציין לאך,
און יא ווען איינער מאכט חתונה יום ה' תרומה, און ער וויל האבען ווי אריינצושטעלן זיין אינגע פארל יום ו' תרומה האט ער נישט ווי פרעגטס אייך נאך
איך וויל נישט אריינגיין אינעם דיבאטע פון גלילות ווערסוס קרית יואל, אבער אויב איז גלילות נישט דער לעזונג, איז די זעלבע צוויי סקווער מייל דער לעזונג???...
דער לעזונג איז, בויען און זיך צושפרייטען אויף כל מיני אופנים, יעדע צמצום אז נאר דאס,,,
איז פארקערט ווי א לעזונג, דאס גיבט צו צום דראמא,,, אנטשולדיגט צום קריזיס
א פרוי, א קינד, און א נאר, פארשטייען נישט קיין סארקאזעם, וועלכע זענט איר?
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3613
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובה דורך אלט מאנרא »

געהערט אז ביי משה מאנרא קאסט א 5 רומיגע דירה 2000! א חודש.
און ביי מתתי' קליינמאן איז עס בלויז 1800!
אבי מען זאגט אז עס איז נישט דא ווי צו דינגען.
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובה דורך שמואל בארג »

ס'איז אינטערעסאנט צו זעהן, ווי די צייטונגען זענען בעה"ב אויפן דעת הציבור, ברצותם זייעט מען אן היסטעריע, און צומאל שאלט מען פאר פרייד, יעדן מאל איז פאר א צווייטע פראקציע גוט אן אנדערע זאך, און אזוי ווערט די נייעס סערווירט, איך האלט שוין מיט די מארקעט א שיינע פאר יאר, און ס'איז צום שמייכלען וואס מען קען טון מיט מענטשן.
אוועטאר
ס'רעגענט ס'גיסט
שר האלף
תגובות: 1072
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 11:15 am

תגובה דורך ס'רעגענט ס'גיסט »

אלט מאנרא האט געשריבן:געהערט אז ביי משה מאנרא קאסט א 5 רומיגע דירה 2000! א חודש.
און ביי מתתי' קליינמאן איז עס בלויז 1800!
אבי מען זאגט אז עס איז נישט דא ווי צו דינגען.

מענדל שווימער'ס נייע 5 רומיגע דירות אויף זופניק איז פאר 1650!!!
אוועטאר
milech fried
שר האלף
תגובות: 1107
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 14, 2016 9:59 am
לאקאציע: checkmate in 1
פארבינד זיך:

תגובה דורך milech fried »

וואס טוט זיך נייעס מיט די פראדשעקט אויף ר' אברהם לעפקאוויטשעס לאט?
וויאזוי צו שפילן שאך

שלעכטע נייעס פאר ביידן! סאיז דערנאך מיט טראמפ... צייט פאר א קריסטי אדמיניסטראציע!
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3613
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובה דורך אלט מאנרא »

ס'רעגענט ס'גיסט האט געשריבן:
אלט מאנרא האט געשריבן:געהערט אז ביי משה מאנרא קאסט א 5 רומיגע דירה 2000! א חודש.
און ביי מתתי' קליינמאן איז עס בלויז 1800!
אבי מען זאגט אז עס איז נישט דא ווי צו דינגען.

מענדל שווימער'ס נייע 5 רומיגע דירות אויף זופניק איז פאר 1650!!!


איז עס נישט בלויז פאר די וואס האבן שוין דארט א דירה און די אלטע הייזער?
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1657
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובה דורך סארקאזי »

ביי מענדל שווימער איז שוין אלעס צוכאפט פאר א לאנגע צייט
און ביי מתתי קליינמאן זענט איר מכובד צו דינגען
איך האב דארט געקוקט א פיר רומיגע דירה פאר 1350, סאיז א שיינע סייז דירה אבער סהאט נישט קיין איין סינגל פענסטער,
די אנדערע פיר רומיגע דירה איז בערך מיט דריי הונדערט דאללער מער,
א פרוי, א קינד, און א נאר, פארשטייען נישט קיין סארקאזעם, וועלכע זענט איר?
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובה דורך lebediger berel »

אלט מאנרא האט געשריבן:געהערט אז ביי משה מאנרא קאסט א 5 רומיגע דירה 2000! א חודש.
און ביי מתתי' קליינמאן איז עס בלויז 1800!
אבי מען זאגט אז עס איז נישט דא ווי צו דינגען.

דו האסט געהערט וויפיל ס'קאסט אדער דו האסט געהערט אז ס'איז דא ווי צו דינגען.
און כ'רעד פון א אויסוואל פון דירות פון 7-8 רומ'ס אזוי ווי ס'פלעגט זיין אין קרית יואל ביז 7-8 יאר צוריק.
דאס איז א "מוז" פארן שטאט.
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1880
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

תגובה דורך דונש »

lebediger berel האט געשריבן:
אלט מאנרא האט געשריבן:געהערט אז ביי משה מאנרא קאסט א 5 רומיגע דירה 2000! א חודש.
און ביי מתתי' קליינמאן איז עס בלויז 1800!
אבי מען זאגט אז עס איז נישט דא ווי צו דינגען.

דו האסט געהערט וויפיל ס'קאסט אדער דו האסט געהערט אז ס'איז דא ווי צו דינגען.
און כ'רעד פון א אויסוואל פון דירות פון 7-8 רומ'ס אזוי ווי ס'פלעגט זיין אין קרית יואל ביז 7-8 יאר צוריק.
דאס איז א "מוז" פארן שטאט.

ס'איז כמעט נישטא די סייז ווייל רוב שטייט צום פארקויפן און געווענליך קויפט מען עס פאר זיך אליינ'ס צום וואוינען, און צו קויפן פאר אינוועסמענט לוינט כמעט נישט

אבער ס'"איז" דא! נאר ווייניג,
זוכט איר דוי?
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובה דורך lebediger berel »

אדרבה אז דו ווייסט אז סאיז דא ביטע שיק מיר אין אישי מיין איידעם זוכט.
אבער דא איז דער פלאץ ווי מ'רעדט איבערן מצב. און אויב לוינט זיך נישט צו קויפן פאר אינוועסטמענט איז א חוב אויף די הנהלת צו זען אז ס'זאל זיך יא לוינען, אדער אז זיי זאלן בויען פאר רענטלס, כהאב שוין געשריבן אויבן, ממוז האבן כאטשיק 80 אלפים (לכאורה מער) צו קענען קויפן ביז נאכן מופן, ס'איז דא הונדערטער אידן אין קרית יואל וואס לעבן אין קלענערע דירות זיי קומען קוים אויס אויף שבת צו מאכן און זיי דארפן דינגען גרעסערע דירות.
אז מ'לעבט דערלעבט מען
שטארקע חסיד
שר חמש מאות
תגובות: 524
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 9:54 am

תגובה דורך שטארקע חסיד »

סארקאזי האט געשריבן:ביי מענדל שווימער איז שוין אלעס צוכאפט פאר א לאנגע צייט
און ביי מתתי קליינמאן זענט איר מכובד צו דינגען
איך האב דארט געקוקט א פיר רומיגע דירה פאר 1350, סאיז א שיינע סייז דירה אבער סהאט נישט קיין איין סינגל פענסטער,
די אנדערע פיר רומיגע דירה איז בערך מיט דריי הונדערט דאללער מער,

ביי מענדל שווימער איז נאך דא דירות נישט קיין 5 רומס אבער 4 יא
עס איז נאר שווער אנצוקומען. ער וועלט זיך דערווייל זייער שטארק אבער ער האט נאך ליידיגע
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1657
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובה דורך סארקאזי »

שטארקע חסיד האט געשריבן:
סארקאזי האט געשריבן:ביי מענדל שווימער איז שוין אלעס צוכאפט פאר א לאנגע צייט
און ביי מתתי קליינמאן זענט איר מכובד צו דינגען
איך האב דארט געקוקט א פיר רומיגע דירה פאר 1350, סאיז א שיינע סייז דירה אבער סהאט נישט קיין איין סינגל פענסטער,
די אנדערע פיר רומיגע דירה איז בערך מיט דריי הונדערט דאללער מער,

ביי מענדל שווימער איז נאך דא דירות נישט קיין 5 רומס אבער 4 יא
עס איז נאר שווער אנצוקומען. ער וועלט זיך דערווייל זייער שטארק אבער ער האט נאך ליידיגע

סאיז אביסל אונטרעסאנט וואס איר זאגט, ווייל איך ווייס פון איינעם וואס האט די קאנעקשאנס, און ער נעמט א 5 רומיגע דירה ווייל ער קען נישט האבען קיין פיר,
א פרוי, א קינד, און א נאר, פארשטייען נישט קיין סארקאזעם, וועלכע זענט איר?
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובה דורך צל עובר »

lebediger berel האט געשריבן:אדרבה אז דו ווייסט אז סאיז דא ביטע שיק מיר אין אישי מיין איידעם זוכט.
אבער דא איז דער פלאץ ווי מ'רעדט איבערן מצב. און אויב לוינט זיך נישט צו קויפן פאר אינוועסטמענט איז א חוב אויף די הנהלת צו זען אז ס'זאל זיך יא לוינען, "אדער אז זיי זאלן בויען פאר רענטעלס", כהאב שוין געשריבן אויבן, ממוז האבן כאטשיק 80 אלפים (לכאורה מער) צו קענען קויפן ביז נאכן מופן, ס'איז דא הונדערטער אידן אין קרית יואל וואס לעבן אין קלענערע דירות זיי קומען קוים אויס אויף שבת צו מאכן און זיי דארפן דינגען גרעסערע דירות.


די הנהלה איז מקפיד נישט צו האבן רעזידענשעל טענענטס ווייל וואס קענען זיי טון אויב ער צאלט נישט.
nishtkushe
שר חמישים ומאתים
תגובות: 480
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 9:28 pm

תגובה דורך nishtkushe »

וואס איז היינט די פרייז פון א 4 רומיגע דירה אין ק"י. איך רעד .פון דורכשניטליך
אוועטאר
ס'רעגענט ס'גיסט
שר האלף
תגובות: 1072
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 11:15 am

תגובה דורך ס'רעגענט ס'גיסט »

nishtkushe האט געשריבן:וואס איז היינט די פרייז פון א 4 רומיגע דירה אין ק"י. איך רעד .פון דורכשניטליך

אז די טרעפסט א לענדלער א צדיק איז עס עלף צוועלף, די עוורידזש איז פון 1250 ביז 1400, די מייקרי השער בעהטן שוין פופצן זעכצן.
פארשפארט

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”