נייע אויפגעמאכטע ניגונים, מישמאש אידיש און לשה"ק

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

מחנך
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 03, 2016 10:49 am

נייע אויפגעמאכטע ניגונים, מישמאש אידיש און לשה"ק

תגובהדורך מחנך » דינסטאג דעצמבער 05, 2017 5:05 pm

אמאל האט מען געמאכט ניגונים אויף ווערטער פון פסוקים, דערנאך זענען געווען אזאנע וואס האבן קאמפאוזט נייע שיינע אידישע ניגונים, א מעשה אויסגעזינגען אין גראמען, אדער אנדערע שיינע ענינים אין גראמען, נאכדעם קוקט אויס ס'איז שוין נישט געווען גענוג פסוקים האט מען אנגעפאנגען מאכן ניגונים אויף גמרות זוהר'ס און רש"י'ס און גלייכן

עס איז אויפגעקומען לעצטנס א נייע פענאמינע, מ'מאכט א ניגון אויף א פסוק, און מ'סלייסט אריין אפאר אידישע ווערטער, אדער הייבט מען נאר אן מיט א פסוק, נאכדעם נעמט די אידיש איבער אינגאנצן, אסאך מאל שטימען די פסוק מיט די אידיש גאנץ גוט, אפאר מאל האט עס קיין שום שייכות, כמעט ווי הודו מיט כוש, און היינט איז שוין אזא ווערטער וואס קלעבט נישט אפילו פאר זיך איין ווארט צום צווייטן, דער זינגעא הילעכט חמיט זיין ניגון, און די מעכטיגע זינגערס ביי די חתונות זינגען עס נאך אזוי תמימות'דיג נאך מיט זייער גאנצע כח אמאל מיט ערנסטע פארמאכטע אויגן, קען איינער אפשר מסביר זיין די ניגונים?

איך בין געווען ביי א חתונה, האט דער זינגער אזוי געפלאמט "לאמיר מאכן קידוש אויף די גאנצע וועלט"... איז געווען דארט א מיטל יעריגער איד און געפרעגט די ארומיגע וואס איז פשט פון די ווערטער, קיינער האט אים נישט געקענט ענטפערן, אזוי איז דא אסאך ניגונים, אפשר קען דא דער עולם צוזאמען קלעבן די אומפארשטענדליכע ווערטער און ניגונים.

אוועטאר
טישטוך
שר מאה
תגובות: 224
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בכלל נישט דאהי...

תגובהדורך טישטוך » דינסטאג דעצמבער 05, 2017 7:46 pm

דער ניגון פון לאמיר מאכן קידוש אויף דער גאנצע וועלט איז מער אויפצואוועקן די נאסטאלגישע שבת'דיגע געפילן, עס הייבט זיך אן מיט אזא קול פון פוסטריט ווי א איד שפאצירט אהיים פון שול פרייטאג צונאכטס, ער זינגט זיך אונטער וייתי לנא ולכל נפשתנא פון די זמירות, דאן ווען ער ענדיגט די זמירות הייבט ער אן מיט אן הכנה קידוש צו מאכן און ער רופט צו די וועלט, לאמיר מאכן קידוש אויף די גאנצע וועלט! (קענסט עס גיין איבערזאגן דעם איד וואס האט נישט פארשטאנען ביי די חתונה...)
איך וויל פארשטיין פשט אין דעם ניגון וואס מיכאל שניצלער האט געזינגען את הכל יכול לקחת, סיי די ווערטער שטימען נישט אין דקדוק, דער פשט אין דעם מאמר איז אויך גאר פאלש אריינגעלערנט, די ריכטיגע ווערטער איז (עס איז דא א קארלינער ניגון אויף דעם) את הכל יוכלי ליקח מאתי אך לא את יוצרי מלבבי, און דער ריכטיגער פשט איז אז מען איז מודיע די מקטריגים און די גויים אז אלעס קענט איר אוועקנעמען פון מיר נאר נישט דעם באשעפער פון מיין הארץ, דא קומט ער און זאגט פארן באשעפער אלעס קענסטו אוועקנעמען פון מיר אבער איך וועל אייביג בלייבן טאטע מיט דיר... אזוי אויך איז אין דקדוק דער ניגון זייער נישט מסודר, לקחת איז לשון נקבה אין רוב פעלער, אויף העברעאיש האט מען ארויסגעריסן דאס ווארט ליקח און עס ערזעצט מיט לקחת אבער אויב וויל מיכאל זינגען דעם אויבנדערמאנטן מאמר דארף ער עס זינגען ליקח און ער דארף זאגן מאתי אנשטאט ממנו און ער דארף אויך זאגן אך לא את יוצרי מלבבי און נישט אבל לא את יוצרי מלבי...
אויב איינער קען ארויסהעלפן אין פשט ביטע...
איך האב אויסגעמעקט מיין אונטערשריפט, האסט אן איידיע פאר מיר? קום אין אישי...

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2243
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » דינסטאג דעצמבער 05, 2017 8:08 pm

ביי מרן הרה"ק ר' מיכל'א מנתניא זי"ע האס איך געהערט א ניגון פאר קידוש "מען גייט מאכן קידוש אויף די גאנצע וועלט". דאכט זיך אז דער ניגון האט א מקור בחצרות נרדבורנא וכדומה לו.
כתיבה וחתימה טובה לכל בית ישראל, שנה טובה מתוקה ונחמדה!
כ"ד המברך הק' איסר דאורייתא, פה אטליה יצ"ו

אוועטאר
שמרי' קערנקרויט
שר מאה
תגובות: 196
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 18, 2017 11:11 pm
לאקאציע: ביים טיר פון בית המדרש

תגובהדורך שמרי' קערנקרויט » דינסטאג דעצמבער 05, 2017 9:38 pm

אז מ'רעדט שוין..

לאמיר מאכן קידוש, אויף די גאנצע וועלט; כי בו שבת קל מכל מלכתו/ ואף על פי ואף על פי, שיתמהמה; אם כל זה אחכה לו בכל יום שיבא...
א שנארער
הצלחה מיט שששמחחההה!

וויל זיין גוט
שר חמש מאות
תגובות: 756
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

תגובהדורך וויל זיין גוט » דינסטאג דעצמבער 05, 2017 10:34 pm

געדענק איך נישט פונקטליך, אבער ביי די ווערטער פונעם ניגון ממלא כל עלמין, האב איך עפעס געשפריט א סקרוך אין די ביינער, טשילס בלע"ז, אפשר קען איינער אפשרייבן די ווערטער וועט מען פארשטיין וואס איך מיין.
ער איז אזוי 'ביזי' אין זיין ביזנעס, אז ער האט נישט קיין צייט צו מאכן געלט

יאיר גאלד
שר חמש מאות
תגובות: 503
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 21, 2017 3:16 pm

תגובהדורך יאיר גאלד » מיטוואך דעצמבער 06, 2017 1:05 am

שמרי' קערנקרויט האט געשריבן:אז מ'רעדט שוין..

לאמיר מאכן קידוש, אויף די גאנצע וועלט; כי בו שבת קל מכל מלכתו/ ואף על פי ואף על פי, שיתמהמה; אם כל זה אחכה לו בכל יום שיבא...

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
פארוואס טענה'סטו דיך מיט מיר? זעסטו דען נישט אז כ'הייב נישט אן צו וויסן וואס כ'רעד?!

אההה, ווייל דו ווייסט אויך נישט וואס דו רעדסט!

אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3725
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

תגובהדורך א גראם מיט טעם » מיטוואך דעצמבער 06, 2017 1:34 am

וויל זיין גוט האט געשריבן:געדענק איך נישט פונקטליך, אבער ביי די ווערטער פונעם ניגון ממלא כל עלמין, האב איך עפעס געשפריט א סקרוך אין די ביינער, טשילס בלע"ז, אפשר קען איינער אפשרייבן די ווערטער וועט מען פארשטיין וואס איך מיין.

ממלא כל עלמין וסובב כל עלמין
אין שום מציאות מבלעדיך יתברך כלל
ובכל תנועה ותנועה שם אלופו של עולם
ווילט איהר אויסגראמען אייער טאטע ביי מצוה טאנץ?
זיכט איר א פאסיגע פאום מיט צו שיקען מיט א מתנה?
מיר קענען עס צושטעלען פאר אייך,
ווי אויך שרייבען מיר גראמען פאר דיננערס, זינגערס ועוד,
שיקט אן אישי אדער אימעיל צו gram.mit.tam@gmail.com

אוועטאר
שליסלעך האלטער
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 21, 2017 7:35 am

תגובהדורך שליסלעך האלטער » מיטוואך דעצמבער 06, 2017 6:39 am

א גראם מיט טעם האט געשריבן:
וויל זיין גוט האט געשריבן:געדענק איך נישט פונקטליך, אבער ביי די ווערטער פונעם ניגון ממלא כל עלמין, האב איך עפעס געשפריט א סקרוך אין די ביינער, טשילס בלע"ז, אפשר קען איינער אפשרייבן די ווערטער וועט מען פארשטיין וואס איך מיין.

ממלא כל עלמין וסובב כל עלמין
אין שום מציאות מבלעדיך יתברך כלל
ובכל תנועה ותנועה שם אלופו של עולם

ממלא כל עלמין וסובב כל עלמין אין שום מציאות מבלעדיך יתברך כלל וכל תנועה
ותנועה שם אלופו של עולם
ממלא כל עלמין אידיש גערעדט דו ביזט פארמישט
אין אלעמען וואס איז געווען און וועט אין יעדע תנועה, און אין יעדע בייג ווער איך
מער איבערצייגט אז נאר דו ביסט דער וואס געט ממלא כל עלמין, די פילסט דאך
אן ד יגאנצע וועלט כאטש דיין פנים איז אמאל פארשטעלט אוי געוואלד, אבער
וויאזוי פלעגט מיין הייליגער רבי זאגן און זינגען שיין

די צוגעלייגטע אידישע ווערטער איז דורך ליפא.

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3394
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מיטוואך דעצמבער 06, 2017 7:02 am

איין גוטע זאך פון די ניגונים איז אז אזעלכע וואס קענען קוים אידיש זינגן דאס אויך, ווי למשל און א"י און די אידישע שפראך ווערט נישט אינגאנצן פארגעסן ביי זיי

הערשל'ס קרוין
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 04, 2016 11:27 am

תגובהדורך הערשל'ס קרוין » מיטוואך דעצמבער 06, 2017 7:33 am

יאיר גאלד האט געשריבן:
שמרי' קערנקרויט האט געשריבן:אז מ'רעדט שוין..

לאמיר מאכן קידוש, אויף די גאנצע וועלט; כי בו שבת קל מכל מלכתו/ ואף על פי ואף על פי, שיתמהמה; אם כל זה אחכה לו בכל יום שיבא...

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-


איז שוין דא אן אשכול פאר אזעלכע גענאשטע ניגונים?

שמחהלע קאפשטיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 14, 2018 6:31 pm
לאקאציע: קינדליין

תגובהדורך שמחהלע קאפשטיק » זונטאג פאברואר 11, 2018 10:03 pm

מחנך האט געשריבן:אמאל האט מען געמאכט ניגונים אויף ווערטער פון פסוקים, דערנאך זענען געווען אזאנע וואס האבן קאמפאוזט נייע שיינע אידישע ניגונים, א מעשה אויסגעזינגען אין גראמען, אדער אנדערע שיינע ענינים אין גראמען, נאכדעם קוקט אויס ס'איז שוין נישט געווען גענוג פסוקים האט מען אנגעפאנגען מאכן ניגונים אויף גמרות זוהר'ס און רש"י'ס און גלייכן

עס איז אויפגעקומען לעצטנס א נייע פענאמינע, מ'מאכט א ניגון אויף א פסוק, און מ'סלייסט אריין אפאר אידישע ווערטער, אדער הייבט מען נאר אן מיט א פסוק, נאכדעם נעמט די אידיש איבער אינגאנצן, אסאך מאל שטימען די פסוק מיט די אידיש גאנץ גוט, אפאר מאל האט עס קיין שום שייכות, כמעט ווי הודו מיט כוש, און היינט איז שוין אזא ווערטער וואס קלעבט נישט אפילו פאר זיך איין ווארט צום צווייטן, דער זינגעא הילעכט חמיט זיין ניגון, און די מעכטיגע זינגערס ביי די חתונות זינגען עס נאך אזוי תמימות'דיג נאך מיט זייער גאנצע כח אמאל מיט ערנסטע פארמאכטע אויגן, קען איינער אפשר מסביר זיין די ניגונים?

איך בין געווען ביי א חתונה, האט דער זינגער אזוי געפלאמט "לאמיר מאכן קידוש אויף די גאנצע וועלט"... איז געווען דארט א מיטל יעריגער איד און געפרעגט די ארומיגע וואס איז פשט פון די ווערטער, קיינער האט אים נישט געקענט ענטפערן, אזוי איז דא אסאך ניגונים, אפשר קען דא דער עולם צוזאמען קלעבן די אומפארשטענדליכע ווערטער און ניגונים.


עס איז אינטערסאנט צו הערן און צו זעהן ווי די זינגערס וואס אידיש איז נישט זייער מאמע לשון ווי זיי זינגען עס נאך...

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9526
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » זונטאג פאברואר 11, 2018 11:02 pm

טישטוך האט געשריבן:איך וויל פארשטיין פשט אין דעם ניגון וואס מיכאל שניצלער האט געזינגען את הכל יכול לקחת, סיי די ווערטער שטימען נישט אין דקדוק, דער פשט אין דעם מאמר איז אויך גאר פאלש אריינגעלערנט, די ריכטיגע ווערטער איז (עס איז דא א קארלינער ניגון אויף דעם) את הכל יוכלי ליקח מאתי אך לא את יוצרי מלבבי, און דער ריכטיגער פשט איז אז מען איז מודיע די מקטריגים און די גויים אז אלעס קענט איר אוועקנעמען פון מיר נאר נישט דעם באשעפער פון מיין הארץ, דא קומט ער און זאגט פארן באשעפער אלעס קענסטו אוועקנעמען פון מיר אבער איך וועל אייביג בלייבן טאטע מיט דיר... אזוי אויך איז אין דקדוק דער ניגון זייער נישט מסודר, לקחת איז לשון נקבה אין רוב פעלער, אויף העברעאיש האט מען ארויסגעריסן דאס ווארט ליקח און עס ערזעצט מיט לקחת אבער אויב וויל מיכאל זינגען דעם אויבנדערמאנטן מאמר דארף ער עס זינגען ליקח און ער דארף זאגן מאתי אנשטאט ממנו און ער דארף אויך זאגן אך לא את יוצרי מלבבי און נישט אבל לא את יוצרי מלבי...
אויב איינער קען ארויסהעלפן אין פשט ביטע...

איך זע נישט דער גרויסע שוועריקייט, בעיסיקלי איז נאר דיקדוק דער פראבלעם אויב עפעס.ער זאגט פונקט אזוי פאר דער סיטרא אחרא אז אלעס קענסטו מיר צונעמען אחוץ מיין באשעפער וואס בלייבט מיר אייביג אין הארץ.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

גראמער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 395
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 11, 2016 8:21 pm

תגובהדורך גראמער » זונטאג פאברואר 11, 2018 11:37 pm

אויף שמולי אונגאר נייע אלבום מאך א ברכה די ניגון אדון עולם האט אידישע ווערטער גרויס און הייליג - זיין נאמען וועל איך בענטשן אייביג .

קען זיין איך קען נישט גוט די טייטש אבער דאכט זיך מר אז די אידישע ווערטער טייטשט נישט די אדון עולם. אבער וואס באדערט מיר מער איז אז הייליג און אייביג איז נישט קיין גראם. ער וואלט געמעגט זיין מער פארזיכטיג פאר אזא פראפעשינעל סידי.

פלאחותיך
שר חמש מאות
תגובות: 715
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 10, 2014 1:57 pm

תגובהדורך פלאחותיך » מאנטאג פאברואר 12, 2018 12:35 am

גראמער האט געשריבן:אויף שמולי אונגאר נייע אלבום מאך א ברכה די ניגון אדון עולם האט אידישע ווערטער גרויס און הייליג - זיין נאמען וועל איך בענטשן אייביג .

קען זיין איך קען נישט גוט די טייטש אבער דאכט זיך מר אז די אידישע ווערטער טייטשט נישט די אדון עולם. אבער וואס באדערט מיר מער איז אז הייליג און אייביג איז נישט קיין גראם. ער וואלט געמעגט זיין מער פארזיכטיג פאר אזא פראפעשינעל סידי.


ס'איז דא א קאנצעפט פון א ניגון (טאן) וואס טוט טייטשן די ווערטער,
דעם טאן וואס ער ניצט דא, איז א שטימונג פון רילעקס און דשאסט זאג וואס קומט אויפן צינג,
במילא איז עס נאך זייער שיין די ווערטער, צו ס'טייטשט יא אדער נישט וואס ער זינגט בעפאר דעם, דשאסט גא וויט דע ביט, סינג עלאנג, ווער רעדט נאך פון אבאכט געבן אז די גראמען זאל נאך אויך שטימען?

לויטן לויזע גיסטע פונעם טאן ווען ער זאל ווען זוכן אן עכטע גראם,איים עפרעיד ס'וואלט געווען עפעס אזוי: גרויס און הייליג, איבערגעצויגענע בייליג, אייייי אדון עולם
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך

בא שבת בא מנוחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 20, 2016 7:18 pm

תגובהדורך בא שבת בא מנוחה » מאנטאג פאברואר 12, 2018 12:39 am

פלאחותיך האט געשריבן:
גראמער האט געשריבן:אויף שמולי אונגאר נייע אלבום מאך א ברכה די ניגון אדון עולם האט אידישע ווערטער גרויס און הייליג - זיין נאמען וועל איך בענטשן אייביג .

קען זיין איך קען נישט גוט די טייטש אבער דאכט זיך מר אז די אידישע ווערטער טייטשט נישט די אדון עולם. אבער וואס באדערט מיר מער איז אז הייליג און אייביג איז נישט קיין גראם. ער וואלט געמעגט זיין מער פארזיכטיג פאר אזא פראפעשינעל סידי.


ס'איז דא א קאנצעפט פון א ניגון (טאן) וואס טוט טייטשן די ווערטער,
דעם טאן וואס ער ניצט דא, איז א שטימונג פון רילעקס און דשאסט זאג וואס קומט אויפן צינג,
במילא איז עס נאך זייער שיין די ווערטער, צו ס'טייטשט יא אדער נישט וואס ער זינגט בעפאר דעם, דשאסט גא וויט דע ביט, סינג עלאנג, ווער רעדט נאך פון אבאכט געבן אז די גראמען זאל נאך אויך שטימען?

לויטן לויזע גיסטע פונעם טאן ווען ער זאל ווען זוכן אן עכטע גראם,איים עפרעיד ס'וואלט געווען עפעס אזוי: גרויס און הייליג, איבערגעצויגענע בייליג, אייייי אדון עולם

איבערגעצויגענע בייליג......כא כא כא.... גווווווט

בא שבת בא מנוחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 20, 2016 7:18 pm

תגובהדורך בא שבת בא מנוחה » מאנטאג פאברואר 12, 2018 12:40 am

איך גראדע גלייך זייער די סטייל פין יודיש געמישט מיט לש׳ק. געט זייער א געשמאקע געפיהל פאר א ניגון

גראמער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 395
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 11, 2016 8:21 pm

תגובהדורך גראמער » מאנטאג פאברואר 12, 2018 11:32 am

בא שבת בא מנוחה האט געשריבן:איך גראדע גלייך זייער די סטייל פין יודיש געמישט מיט לש׳ק. געט זייער א געשמאקע געפיהל פאר א ניגון


עגרי. אבער עס זאל נאר מאכן סענס. דא דארט כאפט זיך אריין א ניגון וואס עס שטימט נישט. אבער איך גלייך עס אויך זייער שטארק.

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9526
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מאנטאג פאברואר 12, 2018 8:56 pm

גראמער האט געשריבן:
בא שבת בא מנוחה האט געשריבן:איך גראדע גלייך זייער די סטייל פין יודיש געמישט מיט לש׳ק. געט זייער א געשמאקע געפיהל פאר א ניגון


עגרי. אבער עס זאל נאר מאכן סענס. דא דארט כאפט זיך אריין א ניגון וואס עס שטימט נישט. אבער איך גלייך עס אויך זייער שטארק.

רט ביידע, דאס איז איינער פון משולם גרינבערגער'ס שטארקייטן, און איך גיי טאקע פאר זיינע ניגונים.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

פאטעטא קוגל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 401
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 13, 2014 5:18 pm

תגובהדורך פאטעטא קוגל » מאנטאג פאברואר 12, 2018 9:28 pm

לכתך אין אלע שווערע זמנים
,,,,,,,,,,פארהאנען
,,,,,,,,,,(מיטגעגאנגען)מיטגעגאנגען

אוועטאר
סארקאזי
שר חמש מאות
תגובות: 786
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובהדורך סארקאזי » מאנטאג פאברואר 12, 2018 9:38 pm

דעמאנט מיך א מעשה ביי ר''ר מעכילע פון נתניה ער פלעג זינגען פאר קידוש מגייט מאכען קידוש אויף די גאנצע וועלט

פאר הבדלה האט זיך איינער גענומען זינגען מגייט מאכען הבדלה אויף די גאנצע וועלט

האט ר' מעכילע במתק לשונו זיך אנגערופען

''אם אין דעת הבדלה מנין'' ודו''ק
מאמר החכם,,,, איר מוזט נישט ארויסהאבען א נושא, כדי זיך צו קענען טענען דערוועגען, וכן נוהגין,,,

מחנך
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 03, 2016 10:49 am

תגובהדורך מחנך » פרייטאג פאברואר 16, 2018 1:06 pm

טישטוך האט געשריבן:דער ניגון פון לאמיר מאכן קידוש אויף דער גאנצע וועלט איז מער אויפצואוועקן די נאסטאלגישע שבת'דיגע געפילן, עס הייבט זיך אן מיט אזא קול פון פוסטריט ווי א איד שפאצירט אהיים פון שול פרייטאג צונאכטס, ער זינגט זיך אונטער וייתי לנא ולכל נפשתנא פון די זמירות, דאן ווען ער ענדיגט די זמירות הייבט ער אן מיט אן הכנה קידוש צו מאכן און ער רופט צו די וועלט, לאמיר מאכן קידוש אויף די גאנצע וועלט! (קענסט עס גיין איבערזאגן דעם איד וואס האט נישט פארשטאנען ביי די חתונה...)
...


טישטוך, א הערליכען געפילישן באשרייבונג, אבער די נארישע ניגון האסטו נאך נישט פארענטפערט, ער רעדט צו די וועלט? און זאגט פאר די וועלט, אז גייט מאכן קידוש אויף דער גאנצע וועלט??

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2656
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » מאנטאג מארטש 19, 2018 10:07 pm

מיר שטערט די ניגון ״זאג נישט פארן באשעפער ווי גרויס דיינע צרות איז...״
פארוואס נישט?
דוד המלך האלט אנדערש, ״השם מה רבו צרי״ האט ער געזאגט.
ביי מיר זינגט מען ״ווען דו זאגסט פארן באשעפער ווי גרויס דיינע צרות איז...״ וכו׳.
Professional bookkeeping for your small business
benyomin@thebookkeepingpro.com | 347-708-2079

נאר מיט שמחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 283
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

תגובהדורך נאר מיט שמחה » דינסטאג מארטש 20, 2018 6:18 am

מחנך האט געשריבן:
טישטוך האט געשריבן:דער ניגון פון לאמיר מאכן קידוש אויף דער גאנצע וועלט איז מער אויפצואוועקן די נאסטאלגישע שבת'דיגע געפילן, עס הייבט זיך אן מיט אזא קול פון פוסטריט ווי א איד שפאצירט אהיים פון שול פרייטאג צונאכטס, ער זינגט זיך אונטער וייתי לנא ולכל נפשתנא פון די זמירות, דאן ווען ער ענדיגט די זמירות הייבט ער אן מיט אן הכנה קידוש צו מאכן און ער רופט צו די וועלט, לאמיר מאכן קידוש אויף די גאנצע וועלט! (קענסט עס גיין איבערזאגן דעם איד וואס האט נישט פארשטאנען ביי די חתונה...)
...


טישטוך, א הערליכען געפילישן באשרייבונג, אבער די נארישע ניגון האסטו נאך נישט פארענטפערט, ער רעדט צו די וועלט? און זאגט פאר די וועלט, אז גייט מאכן קידוש אויף דער גאנצע וועלט??

זייט'ס מיר אלע מוחל, אבער דער וואס פרעגט און וואונדערט'צעך איף דעם ניגון ווייסט ניטאמאל פארוואס מ'מאכט קידוש יעדן פרייטיג צונאכט'ס..., קידוש מאכן איז א עדות אז דער באשעפער האט באשאפן די גאנצע וועלט און שבת האט ער גערוהט, און מיט דעם האט'צעך צוגעענדיגט די גאנצע וועלט..., איך האף זייער אז איך האב מסביר געווען גענוג קלאר די נושא.
אלזא פארשטייט מען שוין גוט גוט די ניגון: "לאמיר מאכן קידוש אויף די גאנצע וועלט, כי בו שבת קל מכל מלאכתו", און בזכות די עדות און קידוש בעט מען: "א ברכה פון די מלאכים זאל קומען אויף מיין געצעלט, שבת קודש הייליגער שבת..."
בקיצור, קשיות וועט מען פרעגן ביים סיידער...

מחנך
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 03, 2016 10:49 am

תגובהדורך מחנך » דינסטאג מארטש 20, 2018 11:17 am

נאר מיט שמחה, נאך אלס גאנץ שוואך פארענטפערט, ווען דו רעדסט פון עדות אויף באשאפן די גאנצע וועלט, אדער עדות אויף די בריאת העולם, מאכן קידוש אויף די גאנצע וועלט איז במחילת כבודך א גוטער עקזעמפל פון די היינטיגע מאדנע וועג פון מאכן ניגונים, אבי עס זאל גראמען, מוז נישט מיינעם גארנישט און מוז נישט קלעבן איינס מיט צוויי,
גראדע אויסער דעם שטות איז עס גאנץ א שיינער געשמאקער ניגון, מיט שיינע פעלער.

אוועטאר
ידען נאמן
שר מאה
תגובות: 106
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 17, 2017 12:59 pm

תגובהדורך ידען נאמן » דינסטאג מארטש 20, 2018 11:21 am

משיח האט געשריבן:מיר שטערט די ניגון ״זאג נישט פארן באשעפער ווי גרויס דיינע צרות איז...״
פארוואס נישט?
דוד המלך האלט אנדערש, ״השם מה רבו צרי״ האט ער געזאגט.
ביי מיר זינגט מען ״ווען דו זאגסט פארן באשעפער ווי גרויס דיינע צרות איז...״ וכו׳.


עס איז א ווארט פון א צדיק, געדענק איך נישט יעצט אויפן מינוט וועלכע


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 13 געסט