משה כספי האט געשריבן:זאכליך האט געשריבן:סאו באמת לאמיתו איז כמעט נישטא קיין קעגנערשאפט צו די עצם וואנט, די קעגנערשאפט איז נאר צו טראמפ, א שנאת חינם.
שנאת חינם?!
שטעל דיך פאר להבדיל א קהילה פון טויזענטער יודן מיט 2 אינערליכע פארטייען מיט מיינונגס פארשידענהייטן אבער אלע ביידע האבן פראמינענטע עליטן, בנש"ק'לעך, שיינע יודן, ראשי קהילה, גבאים און טובי הקהל וואס פירן די קהילה שוין יארן על מי מנוחות (פארשטייט זיך נאר אין זייערע אויגן...) ויהי היום דער רב וואס איז בעלעבוס אויף די גאנצע עדה וואס האט באלאנגט צו איין פארטיי מוז פארלאזן די אמט און מען מוז מאכן וואלן אויף די רבנישע פאסטן, פארשטייט זיך ביידע פון ביידע פארטייען קומען אפיר די בנש"ק'לעך און די ראשי קהילה וטובים און אנאנסירן זייער קאנדידאטורשאפט פארן אמט, דער פריערדיגע רב שטעלט זיך צו די סאמע עליטסטער פון זיין פארטיי און עס הייבט זיך אן א געשלעג פאר די נאמינאציע פאר יעדע פארטיי
פון די אנדערע פארטיי שטעלט זיך אויף א גרויסע גביר, א שרעקליכע עזות פנים, אָן די מינדעסטע פארשטאנד צום עליטע שפראך, און ועל כולם א גרויסע פיסק וואס פלעגט זיצן אין פאליש און אריינשרייען ביי יעדע מעמד..., בקיצור דער רופט צאם די המון עם און צייטונג שרייבער ביי זיך אינדערהיים און אנאנסירט "מורי ורבותי גענוג מיט די אלע עליטע חברה וואס זיצן ביים שפיץ, רעדן און רעדן און טוען גארנישט, וויילט פאר מיר אלס רב און איך וועל מאכן די ראשי קהילה און טובים ארבעטן!" פארשטייט זיך די איבעריגע קאנדידאטן האבן באלד אויסגעשאסן אין א הילכיגע געלעכטער... אה דער יושב קרון, פאליש זיצער מאכט שוין פריש נויז... די צייטונגען האבן געדעקט די מעמד מיטן גאנצן אייפער ווי דער חברה מאן דרייט איבער די קהילה... און אזוי גייט די וואל סעזאן אריין אין פולן שוואונג
צוביסלעך הייבן אָן די עליטע צו כאפן אז דער חברה מאן איז גארנישט אזא דשאוק, דער עולם האט א טיפע שנאה צו די גאנצע אלטע סיסטעם וואס דא איז פארגעגאנגען... ווען דער מאכט א מעמד/רעדע קומען זיך צוזאם טויזענטער פון די ארבעטסלייט און ארימע שיכט פון די קהילה און מען פאטשט פאר אים און מען פרייט זיך נאך אויף זיין נידריגע המון עמי'שער שפראך... נאכדערצו ווען צוביסלעך הייבט ער געווינען די קלענערע און פויערישע שטיבאלעך
פון די אנדערע פארטיי לויפט גראדע אויך איינער מיט זעלבע ניגון קעגן די עליטע, על אף וואס ער איז אויך א מזרח זיצער אבער דאך קוקט מען אים אן ווי א דרויסנדיגער, און ער טאקע ביי זיין פארטיי שניידט אויך ווארצלען און כאפט א גרויסן ציבור און געווינט היפש ביי די יונגע און פויערישע עולם
דרייט זיך א האלב יאר, און ביים רב'ס קעגנער פארטיי האבן שוין כמעט אלע קאנדידאטן אפגעזאגט, דער משוגענער עזות פנים שטייט פאראויס און גלאפירט צום נאמינאציע, איינער פון די קאנדידאטן גראדע א מזרח זיצער האלט נאך איין פיס אינעווייניג צוליב וואס ער לויפט אויך אויף די זעלבע ליניע ווי דעם משוגענער, די טובים און ראשי קהילה פראבירן יענעם אנצוהאלטן אינעווייניג אבער די קאנדידאטורשאפט שטייט אויף הינערנע פיס מיט א איינרעדעניש אז דער משוגענער וועט טאקע זיין פאראויס אבער נישט גענוג צו געווינען און ביים שטעלן די נאמינאציע וועט מען נעמען דעם ראנער אפ און אים אריינשטעלן אנשטאט די געווינער (דארט איז געווען נאך איינער וואס האט נישט צוריקגעצויגן פון זיין קאנדידאטורשאפט אבער אנע סיבה, דשאסט ווייל פארוואס נישט...)
ביים רב'ס פארטיי האט מען זיך טאקע געריסן אבער למעשה האבן זיך דעם רב'ס פארטיי פירער פאראייניגט און אינטערגעלייגט שטרויכלונגען ביז דעם רב'ס קאנדידאט איז געווארן דער פראנט ראנער צום נאמינאציע
נאך אפאר חדשים, דער געבליבענע קאנדידאטן זענען שוין מיט ביידע פיס אינדרויסן, מען גרייט זיך צום נאמינאציע און ביים קעגנער פארטיי שטייט דער משוגענער/עזות פנים ביים שפיץ, זיין אייגענע פארטיי פראבירט זיך אפצישאקלן פון אים אבער ער האט דעם ציבור... און מארשירט צום נאמינאציע אָנע שטרויכלונגען, די פארטיי פירער דערזעען זיך מיט די בראך אז דער עולם וויל שוין נישט די אלטע צייטן און מען וויל נארמאל סדר אין די קהילה
ביים רב'ס פארטיי אבער האבן די עליטע באזיגט און דעם רב'ס קאנדידאט האט באקומען די נאמינאציע, די פארטיי פירער דארט לאכן פונעם נארישן ציבור וואס וויל פטור ווערן פון זיי און קוקן אויף די קעגנער פארטיי מיט ביטול... אה איר ווילט נישט די עליטע, נאדיר א משוגענעם... זיי זענען שוין פארזיכערט מיט א געווינס, נעה טראכטן זיי ביי זיך, דער עולם איז אביסל אנגעגעסן, מען האט פראטעסטירט אבער צום סוף וועלן זיי שוין איינזעהן אז די עליטע ברויכן פירן
שוין מען מארשירט אריין אין די וואל סעזאן און פון איין זייט שטייט די עליטע קאנדידאט מיט א געהעריגע אפעראציע פון די פארטיי וואס שלאגט זיך פאר די קאנדידאט, דער רב וואס קאמפיינט העפטיג און אפילו די געוועזענע קעגנער שרייען אלע מען זאל וויילן פאר די קאנדידאט! קוקט אָן די אנדערע קאנדידאט שרייען זיי, א משוגענער, א עזות פנים, א המון עם'ניק, און צו די זייט קומט נאך ארויס א רעקארדינג ווי דער אנדערער קאנדידאט האט גערעדט אזוי ווי די עכטע פראסטע המון עמי'שער שפראך איז... דא דארט זענען דא איינצעלע אקטיוויסטן וואס זאגן זייט נישט אזוי פרייליך, דער עולם איז מיד פון ענק און מען וויל ענק ארויסזעהן אבער זיי ווערן גראד אפגעשפעט., אפ' דער קאנדידאט אליינס ברענג ארויס אין א רעדע אז עכ"פ האלב פון די שטיצער פונעם אנדערן קאנדידאט זענען א קויש פון פארדאמטע... בקיצור מען רייסט שטיקער פונעם נערישע ציבור וואס וויל ענדערש א דרויסנדיגער ווי איידער די סאמע העכסטע עליטסטע, פארשטייט זיך אז די צייטונגען שטעלן זיך צו און רייסן פונעם קעגנער קאנדידאט מיט די גרעסטע כוחות וואס זיי פארמאגן
ביים רב'ס קעגנער פארטיי שטייט דער משוגענער און שטורעמט ביי יעדע רעדע קעגן די גאנצע עליטע סיסטעם און ברענט ארויס ווי קראפטירט זיי זענען, "זיי האבן איין פאר הלכות פאר זיך און איינס פאר אונז די פשוטע המון עם" דונערט זיין שטומע ביי זיינע רעדעס, צו זיין מזל דראפעט זיך דעם רב'ס קאנדידאט אין סקאנדאלן און די טובי הקהל טוען גארנישט דערצו... דער קאנדידאט רעדט די שפראך פון המון עם און דער עולם אין די טויזענטער קומען הערן זיינע פויערישע רעדעס און שימפן צוזאמען קעגן די עליטע... "די צייטונגען דעקט נישט אונזערע מאסן! זיי ווילן נישט אז די פאלק זאל געווינען און זיי וועלן ווערן אויס דיעות זאגער" שטורעמט ער ביי די רעדעס... און אזוי ווערן די פאלקס לייט מער אויפגעהעצט קעגן די עליטע און נענטער צו דעם קאנדידאט
שוין מען האלט שוין אפאר טאג פאר די גרויסע וואלן און דעם רב'ס קאנדידאט גלאפירט פאראויס מיטן מיינונג פון א פארזיכערטע געווינס בשעת ווען דעם קעגנערס פארטיי פראבירט זיך צושטאפן די נאז און זיך האלבוועגס פאראייניגן אונטער זייער ארויפגעצווינגענע (דורך דעם ציבור) קאנדידאט, א חלק האפט אז דעם רב'ס קאנדידאט זאל געווינען בכדי ביי די נעקסטע וואלן זאל זיך נישט דערוואגן צו לויפן איינער וואס איז נישט פון די עליטע...
למעשה האלט ויהי היום, דער עולם גיבט אפ די שטימעס און די קאנדידאט דעם רב'ס קעגנער געווינט די וואלן!
די פראסק וואס דער רב, ראשי קהילה, טובי הקהל און אלע עליטע פון "ביידע פארטייען" האבן געכאפט דעמאלט איז עפעס וואס איז אומבאשרייבליך! די ווייטאג אז די ציבור האט געזיגט און זיי דערלאנגט אזא זעץ איז ממש שוידערליך, די מציאות פראסקעט אין פנים און עס איז נישט דא די טרייסט ווערטער צו בארואיגן די מצב...
די כעס, פייער און צאר"ן אויף די קאנדידאט וואס האט אזוי ארויסגעברענגט דעם עולם'ס ווייטאג און זיי אזוי צושמירט לעיני העם ברענט ווי א קאלעך אויבן און פאשטייט זיך זיי מאכן א פארבאנד אז מען גייט פראבירן אונטערצוברענגען יעדע זאך וואס דער נייע רב פראבירט נאר! יהי' מה שיהי'! אפי' דער עולם וועט ליידן קען מען נישט לאזן אז איינער וואס איז נישט פון די עליטע זאל זיצן אויף אזא פאסטן...
פארשטייט זיך אז מיט די צייט האבן דעם נייעם רב'ס פארטיי צוביסלעך שלום געמאכט און אנגעהויבן שטאטליך מיטצוגיין אחוץ אפאר אנגעגעסענע, אבער דעם אלטן רב'ס פארטיי האט זיך פאראייניגט צו שטערן יעדע הנהגה וואס דער נייער רב וויל איינפירן און אפי' זאכן וואס דער עולם וויל פרובירן זיי צו שטערן בכל פנים ואופן ובכל תצדקי שבעולם
נו פרעג איך אייך, וואלט איר דאס אנגערופן שנאת חינם??? אפשר שנאת המון עם... אבער חינם?! דאס שוין נישט
והנמשל מובן מאיליו