- אין די נידעריגסטע באדן אויף די וועלט - אויף מזרח זייט פון ירושלים עיה"ק, צווישן די הרי יהודה און ים-המלח - האט די הייסע אומפרוכטבארע "מדבר יהודה" פאר טויזנטער יארן באהאלטן אין איהר אסאך געהיימעניסן פון די מענטשליכע אויגן - טיף אין איהרע לופט שטיקענדע, זאמד פארשטויבטע היילן.
מדבר יהודה, דער פלאץ וואו דוד המלך נעים זמירות ישראל האט זיך באהאלטן פון זיינע שונאים און געלויבט דעם באשעפער אין אלע אומשטענדן און זיך אויסגעגאסן דאס הארץ, אויסבעהטנדיג פאר אידישע קינדערליך עד סוף כל הדורות. ווי דוד המלך זינגט מיט געגועים צום באשעפער אין קאפיטל סג: "מזמור לדוד בהיותו במדבר יהודה: צמאה לך נפשי... בארץ ציה ועיף בלי מים:"
אויך ווערט די ארט עטליכע מאהל דערמאנט אין נ"ך מיטן נאמען "מדבר זיף" וואו עס שטייט אין די ערשטע פסוקים פון שמואל א' פרק כ"ו: "ויבאו הזפים אל שאול הגבעתה לאמר הלוא דוד מסתתר בגבעת החכילה על פני הישימן: ויקם שאול וירד אל מדבר זיף ואתו שלשת אלפים איש בחורי ישראל לבקש את דוד במדבר זיף". דוד המלך האט אויף דעם געבעטן דעם אויבערשטן אין תהלים קאפיטל נד "בבוא הזיפים ויאמרו לשאול הלא דוד מסתתר עמנו".
די געהיימעניסן אין מדבר יהודה זענען אנטפלעקט געווארן פאר ארום זיבעציג יאהר צוריק דורך א יונגער פאסטוך, וואס האט דערנאך געפיהרט צו א נאכאנאנדע קייט פון זוכינגן און געפינסן מיט פארמעסטן צווישן אפיציעלע ארכעאלאגן וואס האבן זיך געיאגט צו באווארענען די אומשאצבארע געפינסן און אנדערע גרופעס וואס האבן קאנקורירט און דאס נאר געזוכט צו קענען פארקויפן אויפן שווארצן מארק צו פארדינען א גרינגן דאלער, אהן דאס אפהיטן מיט וואכזאמקייט צובאשיצן איהר אלטע איידעלן צושטאנד.
ווי די אנגענומענע געשיכטע גייט, האט אין יאהר תש"ז (1947) א יונגער בעדואינער פאסטוך פון די ת'עמירה שבט, איבערגעלאזט זיין סטאדע צו זוכן א פארבלאנדזשעטע ציגעלע. אנקומענדיג צו א פעלז-שפיץ ביי 'חורבת קומראן', האט ער געזעהן א טיפע לאך צווישן די פעלז. פאר נייגער האט אריינגעווארפן א שטיין אינעם טונקעלן הייל, אובערראשט און ערשטוינענד איז ער געווארן הערענדיג ווי עס קומט ארויס א ווידערקלאנג פון כלים וואס צו ברעכן זיך פון די עפענונג, וואס האט אפגעהילכט אינעם שטילן מדבר.
פון גרויס נייגער איז דער יונגער פאסטוך אראפגעקראכן אונטערזוכן פון וואס די קלאנג איז געקומען, טרעפנדיג דארט א זאמלונג פון גרויסע ערדענע קרוגן, מערסטנס ליידיגע, אבער עטליכע האבן געהאט אויף זיך א צודעק וואס אין דעם האט ער געפונען דריי אלטע שריפטן, טייל איינגעוויקלט אין לענן וואס איז געווארן פארשווארצט פון אלטקייט. (בילד:
די פאסטוכער אויף דער עלטער)
דער פאסטוך 'דזשומע' מיט זיין פריינד 'מוחמד א-דיב' האבן גענומען די דריי מגילות צו אן אנטיק הענדלער אין בית לחם, "חליל אסקנדר שאהין" באקאנט אלץ קאנדו (א שוסטער). דער סוחר ווערענדיג באגייסטערט פון דעם געפינס האט זיי געבעטן זיי זאלן צוריקגיין צו די הייל זוכן נאך מגילות. צו זיין פרייד זענען זיי צוריקגעקומען מיט נאך פיהר מגילות. אומוויסנד צו איהר ריכטיגע ווערד, האבן זיי פארקויפט פיהר מגילות פאר דעם אנטיק סוחר און אנדערע דריי פאר אן אנדערע סוחר 'צלאחי'.
דער קלאנג וואס האט זיך ארויסגעהערט פונעם הייל יענעם הייסן זוממער'דיגן טאג אין מדבר יהודה האט אפגעקלינגן גאר ווייט און זיך געהערט איבער ווייטע שטרעקעס איבערן וועלט אזש ביז אין די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע אין די רוישענדע ניו יארק סיטי. (בילד: א קלאסיפייד אין די "וואל סטריט דזשורנאל" כ"ט אייר תשי"ד (1954))
ווי נאר עס איז געווארן באקאנט איבער די זיבן מגילות האט זיך אנגעהויבן העפטיגע זוכינגן פאר נאך מגילות אין די געגנט. נאך אלעם האט מען געפונען טויזנטער פראגמאנטן אין 10 אנדערע היילן אלעס צוזאמען איז געפונען געווארן איבער ניין הונדערט שריפטן.
לאמיר א קוק טוהן מיט די הילף פון א פונקטליכע מאפע, פון די זעכציג מייל אויף וואס די היילן זענען אויסגעשפרייט, אין אן עטוואס קורצע כראנאלאגיע איבער די היילן מיט זייער אפיציעלע נומער, ווי מען רופט די כתבים וואס מען האט דארט געפונען, די צייט ווען מען האט עס אנדעקט און וואס מען האט דארט געפונען.
מערת קומראן 1 (Q1) איז אנטפלעקט געווארן אין תש"ז (1947) דורך דעם יונגן בעדואינער פאסטוך און געווארן אינגאנצן אויסגעליידיגט אין תש"ט (1949) וואו מען האט געטראפן נאך 70 מגילות וואס זענען געווען גוט פראזעווירט דורך די יארן אין די קילע הייל, פארמאכט אין ערדענע קרוגן און נאך פראגמאנטן פון די ערשטע זיבן מגילות וואס דער בעדואינער פאסטוך האט ערשט געפונען. פון דא האט זיך אנגעהויבן די ווייטערדיגע אויפדעקונגען פון אנדערע היילן אין די קומראן געגענט.
די נעמען פון די מגילות וואס האבן נישט קיין מקור אין תנ"ך, האבן זיך עטוואס געטוישט דורך יארן דורך די פארשער וואס האבן דאס שטודירט. דאס איז "מגילת סרך היחד", "מלחמת בני האור בבני החושך", "מגילת הודיות", ישעיה א', ישעיהו ב', "מגילת למך" און "מגילת פשר חבקוק".
מערת קומראן 2 (Q2) איז אנטדעקט געווארן אין תשי"ב (1952) דורך בעדואינער. דא האט מען געטראפן קטעים פון חומשה חומשי תורה, ספר ירמיהו, ספר תהלים ספר יובלות און ספר חנוך.
מערת קומראן 3 (Q3) איז אנטדעקט און אויסגעזוכט געווארן דורך ארכעאלאגן אין תשי"ב. דא האט מען געפונען די באקאנטע "מגילות הנחושת" מיט נאך צוועלף מגילות.
מערת קומראן 4 (Q4) איז אנטדעקט געווארן דורך בעדואינער אין תשי"ב ממש אונטער די נאז פון ארכעאלאגן וואס האבן העפטיג געארבעט דערנעבן אין חורבת קומראן. די מערה איז פון די טייערסטע, ווייל דא האט מען געפונען פינעף און זיבעציג פראצענט פון אלע מגילות ים המלח. טויזנטער שטיקלעך פון הונדערטער כתבי ידות ווי אויך תפילין און מזוזות. אבער עס זייער שווער עס צו ליינען צוליב די ארימע צושטאנד ווי עס איז געווען באהאלטן אין די הייל. באזונדער איז דא פון די הייל עטליכע קטעים וואס זענען 'מעגליך' פון מגילת אסתר איבערגעטייטשט פון גריכיש, וואס דאס איז די איינציגסטע פון גאנץ תנ"ך וואס מען האט דערווייל נישט געפונען. עס איז דא עטליכע מיינונגען פארוואס מגילת אסתר איז נישט געווען אנגענומען ביי די "כת קומראן" - ווי די מענטשן וואס האבן מעגליך געשריבן די מגילות ווערן אנגערופן.
מערת קומראן 5 (Q5) איז אנטדעקט און אויסגעזוכט געווארן דורך ארכעאלאגן אין תשי"ב געפינענדיג ארום פינעף און צוואנציג שריפטן.
מערת קומראן 6 (Q6) איז אנטדעקט געווארן געווארן דורך בעדואינער אין תשי"ב וואו מען האט געפונען ארום איין און דרייסיג מגילות, מערסטנס פון זיי זענען געשריבן אויף פאפירוס.
מערת קומראן 7-10 (Q7 - Q10) איז אנטדעקט געווארן דורך ארכעאלאגן אין תשט"ו (1955) די שריפטן אין מערה 7 זענען געשריבן אין גריכיש, צווישן זיי א תרגום אויף ספר שמות. אין 'מערה 8' האט מען געפונען קטעים פון ספר בראשית, תהלים, א פיוט, א מזוזה, א תפילין און אויך שטיקלעך לעדער. אין מערה 9 האט מען געפונען איין מגילה אויף פאפירוס און אין מערה 10 איין אסטריקון.
מערת קומראן 11 (Q11) איז אנטדעקט געווארן דורך בעדואינער אין תשט"ז (1956) וואו מען האט געפונען ארום 30 שטיקלעך פון כתבי יד צווישן זיי ספר ויקרא אין כתב עברי עתיק, תהלים און א תרגום אין אראמיש אויף ספר איוב. א באזונדער געפינס איז די לענגסטע מגילה וואס ווערט אנגערופן 'מגילת המקדש'.
מערה 12
די געיעג און פארמעסט צווישן די ארכעאלאגן און די בעדואינער האט זיך גערוקט פאראויס אין די קומענדיגע צעהן יאהר אריינציענדיג ווייטער פון קומראן צו די געגענטער פון "וואדי מורבעאת" און "נחל חבר". די מערות פון די ערטער זענען דאטירט צו די צייטן פון בר כוכבא.
וואדי מורבעאת (נחל דרגה, MUR) איז ארום 18 קילאמעטער פון חורבת קומראן. עס איז אנטדעקט געווארן אין תשי"א דורך בעדואינער. דארט האט מען געפונען ארום הונדערט און זיבעציג כתבי יד צווישן פינעף היילן. מערסטנס פון די בריוו'ן זענען פון די מורדי בר כוכבא וואס האבן זיך דא באהאלטן און אויך בריוו'ן מיט באפעלן צו די מורדים פון שמעון בר כוכבא אליין, די ערשטע מאהל וואס מען האט געזעהן די ריכטיגע נאמען פון בר כוכבא. און נאך מגילת פון תנ"ך, די חשוב'סטע איז א מגילה פון תרי עשר.
מערת נחל חבר 5-6 (5/6Hev) ווערט גערופן "מערת האיגרות" עס געפינט זיך צווישן "עין גדי" און "מצדה". עס איז אנטדעקט געווארן דורך בעדואינער. עס איז אונטערזוכט געווארן אין די יאהרן פון תש"כ און תשכ"א אויף א גרויסע פארנעם דורך ארכעאלאגן, וואו מען האט געטראפן פון די גרעסטע געפינסן פון אלע כתבי יד אין מדבר יהודה, ווי מיליטערישע באפעלן פון בר כוכבא און פריוואטע בריוו'ן און דאקומענטן פון די פליטים, וואס פארציילט צום ערשטן מאהל און גיבט א נאנטן בליק איבער די לעבנס שטייגער, פון די וואס האבן געלעבט אין יענע צייט.
צווישן די דאקומענטן איז דא דריי בינטלעך. איין איז פון פופצן כתבים אין לשה"ק, אראמיש און גריכיש, רוב פון בר כוכבא. א צווייטע בינטל מיט פינף און דרייסיג שריפטן איינגעוויקלט אין א לעדערנע זעקל, פון וואס מען לערענט ארויס דאס פריוואטע לעבן פון א פרוי מיטן נאמען בּבּתּא (מפוענח באזונדער אי"ה). די דריטע איז פינף קאנטראקטן פון א פארמער פון עין גדי מיטן נאמען אלעזר בר שמואל (מפוענח באזונדער אי"ה).
מערת נחל חבר 8 (8Hev) ווערט אנגערופן "מערת האימה" וואו מען האט געפונען פערציג סקעלעטן מיט פיהר 'אסטראקונס' מיט נעמען פון די מתים וואס איז שווער ארויסצולייענען, אויף איינס שטייט "שאול בר שאול שלו[ם]" אויף אן אנדערע שטייט מעגליך "יהוסף בר שמעון". אין די הייל האט מען געפונען א מגילה פון תרי עשר אויף גריכיש אין זייער א גוטן צושטאנד.
אלע ביינער וואס מען האט געפונען אין די מערות פון "נחל חבר", זענען באערדיגט געווארן אין איין קבר העכער נחל חבר אין תשמ"ב.
אוסף סואל (XHev/Se), איז א זאמלונג פון מגילות וואס מען האט אפגעקויפט פון בעדואינער און מען ווייסט נישט קלאר פון וועלכע מערה עס קומט. די בעדואינער באהויפטן אז עס קומט פון א מערה אין "נחל צאלים", אבער עטליכע שטיקער פאפיר זענען שפעטער באשטעטיגט געווארן אז עס פאסט צו, צו שריפטן פון מערות האיגרות וואס איז אין נחל חבר און פון וואדי מורבעאת.
א גאר ספעציעלע געפינס פון די סואל קאלעקציע, איז אכט דאקומענטן פון א פרוי מיטן נאמען "שלום קומאיסה בת לוי" ('סלומה' בארמי) ובת "שלום גרפטה", וואס איז געשריבן אין אראמיש און אין גריכיש. אזוי ווי די "בּבּתּא" דאקומענטן, איז דאס פון די עלטסטע פריוואטע דאקומענטן פון וואו מען לערנט ארויס א טייל פון איהר לעבנס ביאגראפיע און די עקאנאמישע לעבנס שטייגער אין די צייט. זי האט געוואוינט אין די געגענט פון 'עגלתין' (מחוזה).
צווישן טבת ג'תר"ל און חשון ג'תרל"ג איז אוועק איהר מאן "שמוע (סמואס) בן שמעון" און זי האט געירשנט זיינע נכסים און קרקעות. אין יאהר תרל"ג האט זי נאכאמאל חתונה געהאט מיט ישוע בן מנחם. (מפוענח באזונדער אי"ה)
וואדי דליה, מערת אבו שינדזשע (WD) איז ארום פערצן קילאמעטער פון יריחו , עס איז אנטדעקט געווארן דורך בעדואינער אין תשכ"ב (1962) וואו מען האט געפונען ארום פערציג פאפירוס'ן אין אראמיש, וואס איז מערסטנס שטרות איבער פארקויפטע עבדים צו בעלים פון שומרון, וואס זענען מעגליך אנטלאפן ווען אלקסאנדר מוקדון האט איינגענומען די שטאט. אויך האט מען געפונען אין די הייל פריוואטע זיגלען, מטבעות און ביינער פון 205 מענטשן. עס איז דא צייכנס אז די מענטשן זענען מעגליך אומגעקומען נאכדעם וואס מען האט די הייל אונטערגעצונדן.
מצדה (Mas) איז געווארן אונטערזוכט דורך ארכעאלאגן אויף א גרויסע פארנעם צווישן תשכ"ג און תשכ"ה. וואו מען האט געפונען עטליכע פראגמאטן פון ספר בראשית, ספר ויקרא, ספר דברים, ספר יחזקאל, ספר תהלים. אויך האט מען געפונען א פיוט אויף שבת און א א טייל פון ספר בן סירא. די מגילות פון מצדה זענען נישט געפונען געווארן אין היילן נאר באהאלטן צווישן די ווענט אין די פאלאץ פון הורדוס.
באזונדער איז געפונען געווארן אין די הורדוס פאלאץ אין מצדה פאפירוס'ן אין די גריכישע און לאטיינישע שפראך וואס באציהט זיך איבער מיליטערישע אנגעלעגנהייטן פון רוימישע סאלדאטן.
עס איז מעגליך אז די אנטדעקונג פון די מגילות ים המלח גייט צוריק מיט פיהר און זעכציג יאהר בעפאר תש"ז.
משה שפירא איז געווען אן אנטיק הענדלער און זאמלער. ער איז געבוירן געווארן צו א פאמיליע פון תלמידים פונעם ווילנא גאון אין קעמניץ אוקראינע. אלט זייענדיג פינף און צוואנציג יאהר אויפן וועג קיין ירושלים זייענדיג אין בוקארעסט, האט ער אנגענומען אויף זיך דעם קריסטליכן גלויבן און געטוישט זיין נאמען צו "מאוזעס ווילהעלם שאפירא" און געזוכט צו באקומען דייטשע בירגערשאפט. זייענדיג אין ירושלים האט ער געעפנט אן אנטיק געשעפט. שאפירא האט באקומען א שטארקע אינטערעסע אין ארכעאלאגישע געפינסן ווען עס איז אפיהר געקומען די אויפדעקונג פון די מצבת מישע.
אין תרמ"ג (1883) האט ער געשטעלט צו פארקויפן פופצן מגילות פון פארמעט וואס האט אנגעבליך געהאט אין זיך ספר שמות, במדבר און דברים געשריבן אין כתב עברי עתיק. שאפירא האט באהויפטעט אז די מגילות האט ער אפגעקויפט פון בעדואינער, וואס האבן עס געפונען אין א הייל נעבן ים המלח. עס האט שוין געהאלטן ביים ווערן פארקויפט פאר די בריטישע מוזיאום פאר די סומע פון א "מיליאן בריטישע פונט", ווען "גאננעאו", דער וואס האט אנדעקט די "מציבת מישע" האט דערקלערט אז די אלע מגילות זענען געפעלשט דורך שאפירא.
די גאנצע געשעפט איז געווארן אפגערופן און שאפירא'ס געשעצטע נאמען איז געווארן איבעראל פארשמירט אלס א ביליגע שווינדלער. מיט זיין לעבנס רעפוטאציע רואינירט האט שאפירא געוואנדערט איבער שטעט אן א ציהל פאר זעקס חדשים, ביז ער האט זיך גענומען דאס לעבן מיט א ביקס אין די בלומענדאל האטעל אין רוטרדאם האלאנד. די מגילות זענען פארברענט געווארן ווען די הויז וואו עס האט זיך געפונען האט אפגעברענט.
מיט די אנטדעקונג פון די מגילות ים המלח איז צוריק אויפגעברענגט געווארן די פראגע איבער די אטענטישקייט פון די "שאפירא מגילות" . איז שאפירא געווען א רעזולטאט פון א קאנספיראציע פון אומפארגינער? האט מען ווירקלעך פארלוירן א זעלטן טייערע געפינס?
עס פארבלייבט א מיסטעריע.
די אנטדעקונג פון די באקאנטע מגילות ים המלח אין די היילן פון קומראן, האט טראנספארמירט די באעדואינע טעמרה שבט פון געבוירענע פאסטוכער צו דילעטאנטע ארכעאלאגן. זייער אפעטיט נאך א גרינגן דאלער האט זיך נישט אפגעשטילט מיט זייער ערשטע געפינס. מיט א נאכאנאנדע רייץ, האבן זיי פאר די קומענדיגע יארן ארומגעקלעטערט אין מדבר יהודה זוכענדיג פאר נאך היילן. טייל מאהל אין טויטליכע אומשטענדן קריכענדיג אויף גראדע פעלזן ווענט, וואו די היילן זענען הונדערטער פיס העכער געפארפולע טאלן.
אין נובמבר 1951, האט "חליל איסקנדר שאהין" פון בית לחם באקאנט אלס קאנדו (שיסטער), אנגעבאטן פאר א נוצרישער גלח "פערע דע וואָו" פארשידענע שריפטן, מיט א פארזיכערונג אז די שריפטן קומען אויך פון די היילן אין קומראן. פאר "דע וואו" האט עס אויסגעקוקט אנדערש פון די מגילות פון קומראן און האט געדרוקט קאנדו צו מודה זיין פון וואו עס קומט. קאנדו האט זיך מודה געווען אז עס קומט ווארליך פון אן אנדערע הייל, אבער נישט ווייט פון קומראן. "דע וואו" איז געווען גוט באקאנט אין די מגילות ים המלח, ווייל די ירדן'ע ארכעאלאגן האבן איהם גערופן, ער זאל זיי אויסלייענען וואס עס שטייט אין די מגילות. דאס איז געווען נאכפאר די וועלט האט געוואוסט איבער די אלע געפונסן.
"דע וואָו" האט אין ענדע אפגעקויפט עטליכע שריפטן פון קאנדו. צווישן די שריפטן איז געווען א פאפירוס וואס לייענט זיך: "משמעון לישוע בן גלגולה שלום". אין יאנואר 1952 האט ער אפגעקויפט פון קאנדו און פון די באדואינער נאך שריפטן, צווישן די שריפטן האט ער געטראפן אן ענליכע שריפט וואס לייענט זיך: "משמעון בן כוסבה לישע בן גלגלה ולאנשי הכרך שלום"
"דע וואָו" האט פאר יעדן פרייז געוואלט וויסן פון וואו די פאפירוסן קומען. נאך גרויס אינטערווענץ און פאר'ן ריכטיגן פרייז, האט ער ארויסבאקומען פון די תעמרה בעדואינער אז די שריפטן קומען פון איינע פון די היילן אין וואדי מרובעאת. ווען "דע וואָו" איז אנגעקומען מיט זיין גרופע צו די הייל, האבן פלוצלינג ארויס געשלייכט פון דארט פיהר און דרייסיג בעדואינער, דערזעהנדיג אז מען האט זיי אנדעקט, זענען זיי געשווינד פארשוואונדן געווארן פון דעם ארט. ער האט דארט געפונען פיהר באזונדערע היילן. נאך א גרינטליכע אונטערזוכונג האט זיך ארויסגעשטעלט אז די אלע בר כוכבא דאקומענטן וואס דרייען זיך ארום אויפן שווארצן מארק, קומען געוויס פון די היילן.
א קורצע צייט שפעטער איז ווידער ארומגעגאנגען קלאנגן איבערן גרעניץ מיט 'ירדן', איבער פרישע ענליכע דאקומענטן וואס די בעדואינער אפערן צו פארקויפן, וואס איז אנגעבליך "פון אן אומבאקאנטע פלאץ". עקספערטן האבן אבער פארשטאנען אז עס קומט פון מדבר יהודה. פאר די בעדואינער האט א גרעניץ גארנישט געמיינט, פאר זיי וואוינענדיג אין מדבריות אין פארצייטישע געצעלטן איז אלעס איין טעריטאריע.
אין די זעלבע צייט האבן ארכעאלאגן פרובירט צו זוכן פאר נאך היילן אין מדבר יהודה צו אויסכאפן די בעדואינער. יוחנן אהרוני א גרויסער ארכעאלאג און אן אנטיק אינספעקטאר, איז שטענדיג געווען אין א פארמעסט מיט זיינע קאלעגעס איבער ווער עס קען בעסער אנטדעקן היסטארישע מאטריאל. ער האט געהערט אז בעדואינער טרעפן היילן אין נחל חבר. אין ווינטער פון תשי"ג (1953) איז אהרוני געגאנגען אונטערזוכן די בערג אין "נחל חבר". נאך צוויי און צוואנציג טעג זיך קלעטערנדיג אין די שווערע פעלזיגע בערג האט ער אנערקענט אז די בעדואינער זענען שוין אויך דא געווען און דאס פלאץ אויסגעליידיגט, איין גרויסע הייל אין נחל חבר האט די גרופע באמערקט אין די הויכע פעלזן וואס איז כמעט אוממעגליך אנצוקומען אהין. מיט גרויס שוועריגקייט האט זיך די גרופע דערזען אין די הייל נאר צו געוואויר ווערן אז אויך דא האט מען זיי אויסגעכאפט, זעהנדיג צייכנס ווי מען האט שוין דא געגראבן און די קענטליכע שמוץ וואס די באנדיטן לאזן שטענדיג איבער נאך זיך, ווי קליידער, געצעלטן און אפפאל פון ירדן פראדוצירטע ציגארעטלעך. אבער אזויפיל האט זיין גרופע יא דערקענט, אז אויך די היילן זענען געווען באנוצט און פריערדיגע צייטן ספעציעל פון די פילע צובראכענע כלים וואס די באדואינער - נישט האבענדיג קיין נוצן דערפון - האבן איבערגעלאזט. אין תשט"ו (1955) איז אהרוני צוריקגעגאנגען צו נחל חבר, דאסמאהל צו אונטערזוכן די אנדערע הייל אויף די אנדערע זייט קעגן איבער די טאל. נאך גרויס פלאג פרובירענדיג פארשידענע וועגן וויאזוי אנצוקומען צו די הייל מיט שטריק און לייטערס האבן זיי זיך אראפגעלאזט הענגענדיג מיט שטריק צו די הייל צו א טאפלטע אנטוישונג... די בעדואינער זענען אין די הייל אויך געווען. אריינגייענדיג אין די הייל האט זיי אנטפאנגען א שרעקליכע שוידעליכע סעצענע, אויף וואס זיי האבן זיך גארנישט געראכטן. אנשטאט שריפטן, האבן זיי זיך דערזעהן צווישן צענדליגע סקעלעטנס פון מענער פרויען און קינדער צושפרייט איבער די הייל. די גרופע איז געווען אזוי דערשראקן, אז זיי האבן מאמענטאל גערופן די הייל "מערות האימה".
אהרוני'ס גרופע אין די ברענענדיגע היצן, גרייטן זיך אראפצולאזן מיט שטריק צו מערות האימה, נישט וויסענדיג וואס ערווארט זיי.
זעהנדיג אז די בעדואינער האבן שוין באזוכט יעדן הייל און אויך די הייל וואס איז כמעט אומעגליך אנצוקומען דערצו, האט אהרוני צוריקגערופן אלע ווייטערדיגע זוכינגן. אויך אלע ארכעאלאגישע פארשונגען אין מדבר יהודה זענען אפיציעל געווארן אפגעשטעלט.
אין תש"כ ענדע 1959, האט זיך געדרייט קלאנגן אז די דאקומענטן וואס די בעדואינער פארקויפן, 'פון אן אומבאקאנטע פלאץ', קומט פון נחל צאלים. די פלאץ איז נאך דאן נישט געווען אונטערזוכט דורך ארכעאלאגן, נאר די צפון זייט פון מדבר יהודה. האבן זיך א גרופע ארכעאלאגן אנגעפירט דורך אהרוני ארויסגעלאזט אונטערזוכן דעם גאנצן ראיאן אבער זענען צוריק געקומען ליידיג. נאר אלטע אויסגעשאסענע פיילן אין עטליכע היילן, מיט שטיקלעך פון תפילין און צוויי מטבעות, איין פון די צייטן פונעם רוימישן קייזער 'אלאגבאלוס' און איין פון די צייטן פונעם רוימישן קייזער 'אלקסנדר סעווערוס'. די ארכעאלאגן האבן בעיקר געזוכט די טייערע היסטארישע שריפטן.
נישט קענענדיג פארדייען די אלע אנטוישונגען, האט מען באשלאסן צו גיין אויף די אפענסיווע דורך זיך אויסשפרייטן איבערן מדבר און דורכנישטערן דעם גאנצן ראיאן. מען האט זיך צוטיילט אין פיהר גרופעס. גערופן C ,B ,A, און D. מיט די פירערשאפט פון ארכעאלאגישע עקספערטן נחמן אביגד, פסח בר אדון און יגאל ידין. אהרוני האט אויך זייער שטארק געוואלט אנפירן איינע פון די גרופעס, האבנדיג ערפארונג פון זיינע זוכונגען אין די לעצטע יארן האט ער געהאלטן אז ער איז גאר צוגעפאסט פאר דעם, צו דער זייט האט ער געוואלט האבן נאך צויבערדיגע געפינסן אין זיין קאריערע. מען האט איהם ערשט געלאזט אויסוועלן וועלכע אפטיילונג אינעם מדבר ער וויל, ער האט זיך אויסגעקליבן סעקטאר B, צו קענען ארבעטן אין צפון נחל צאלים. אביגד האט זיך געקליבן סעקטאר A, וואס איז געווען אין דרום פון נחל צאלים, בר אדון האט גענומען סעקטאר C, און סעקטאר D, וואס איז געווען ביי נחל חבר האט קיינער באמת נישט געוואלט. זייענדיג אונטערזוכט צוויי מאהל - דורך באדואינער און שפעטער אהרוני, האט קיינער נישט געטראכט אז עס איז נאך דא דארט עפעס צו געפינען. אויסער וואס עס איז געווען די נאנטסטע צו דעמאלטדיגע פיינטליכע ליניעס מיט ירדן, דאס איז איבערגעבליבן פאר יגאל ידין.
אין קעגנזאץ וואס יעדער האט געמיינט האט זיך עס אזוי געפירט אז די ערשטע דריי גרופעס האבן נישט געטראפן עפעס ספעציעל און דייקא די פערטע גרופע 'D' אנגעפירט דורך יגאל ידין געהאט שטוינענדע אנטדעקונגן.
נחל חבר איז זייער א בערגיגע געגענט, עס איז כמעט אוממעגליך אנצוקומען אהין מיט לאסטמאשינען וואס זאלן שלעפן אלע געצייג וואס מען דארף האבן פאר אזא אפאראציע אינעם מדבר ווייט פון באוואוינטע געגענטער. די בערג גייען גראד ווי א וואנט און עס כמעט אוממעגליך אראפצוגיין אין טאל. די ערשטע צו אונטערזוכן איז געווען א הייל אין נחל ערוגות וואס איז זייער הויך און איז שווער צו באמערקן. קלערענדיג אז דאס האט נאך קיינער נישט אונטערזוכט. האבן זיי אראפגעלאזט עטליכע מיט א שטריק פון אויבן פון די פעלז און זיך אזוי אריין געסווינגט אינעם הייל. נאך א לענגערע אונטערזוכונג פון א פאר טעג זענען זיי צוריקגעקומען ליידיג אן קיין געפינסן.
ביים אראפלאזן ארכעאלאגן אין נחל ערוגות.
די איינציגסטע הייל פארבליבן צו אונטערזוכן איז געווען די גרויסע הייל קעגן מערות האימה, וואס איז שוין צוויי מאל געווארן אונטערזוכט בעפאר, צוזאמען מיט די בעדואינער. די שאנסן עפעס צו געפינען איז געווען זעראו... ידין'ס סעקטע D' איז באשטאנען פון א גרופע פון זיבעצן מענטשן, זיבן פון זיי זענען געווען וועטעראנען וואס האבן שוין אונטערזוכט די געגענט מיט אהרוני אין תשי"ג און אין תשט"ו.
לאמיר מיטהאלטן פון דערנאנט ווי יגאל ידין מיט זיין גרופע גייען אויסשפורן נחל חבר מיט אירע היילן און זעהן וואס זיי קענען נאך געפינען. אבער פארזיכטיג! לאמיר נישט אננעמען וואס די ארכעאלאגן זאגן אלס פאקטן, נאר צוקוקן אויסהערן, און באטראכטן די פאקטן מיט די אייגענע באשלוס איבער אלעס וואס די פעלזן אין נחל חבר באהאלטן אין זיך.
אויף ביידע זייטן פון די טאל אויבן אויף די שפיץ פון די פעלזן האט די גרופע געטראפן, וואס קוקט אויס אז עס איז געווען דארט א רוימישע באזע פון וואו מען קען זייער גוט באאבאכטן ווער עס גייט און קומט פון די היילן. דאס האט געהאלפן באשטימען, וואס די פארשער האבן געשאצט אז אין די היילן האבן זיך די בר כוכבא קעמפער אויסבאהאלטן פון די רוימער און זייענדיג באלאגערט פון אויבן פון ביידע זייטן פאר א לאנגע צייט זענען די קעמפער אין די היילן אויסגעגאנגען הונגער און דורשט.
די הייל איז דריי הונדערט און דרייסיג פיס אונטער די רוימישע באזע וואו די וואנט גייט גראד. פון די עפענונג פון די הייל, ביז א ברייטע פאס, איז זעקס און דרייסיג פיס. פון דא גייט די וואנט כמעט גראד אראפ ביז אונטן אינעם טאל פאר נאך זעקס הונדערט און פופציג פיס. אנצוקומען צו די ברייטע פאס אונטער די עפענונג פונעם הייל דארף מען גיין פון מערב זייט פון די רוימישע באזע, דארט איז דא א שמאלע וועג און זייער פארזיכטיג אראפ גיין צומאהל דרוקענדיג זיך צו די וואנט און אנכאפן די שטיינער. די וועג איז זייער געפארפול, אויף עטליכע פלעצער איז עס נישט מער ווי פופצן אינטשעס ברייט, אויף איין פלאץ איז עס נאך שמאלער, איין שלעכטע טריט מיינט פאלן עטליכע הונדערט פיס אינעם טאל רח"ל.
[שווארץ און ווייסע בילדער און נישט קלארע קאלירטע בילדער, זענען פון תש"כ. די קלארע קאלירטע בילדער זענען פון א באזוך פון תש"ס אין א פארזוך צו געפינען נאך שריפטן]
אנקומענדיג אונטער די הייל האט מען צוגעבונדן א לייטער געמאכט פון שטריק און אזוי האט מען ארויפגעקראכן די זעקס און דרייסיג פיס אין די הייל. די וועג האט מען געמוזט דורכמאכן יעדע מאהל וואס מען האט געברויכט גיין ברענגן נאך געצייג פאר די ארבייט.
די הייל האט צוויי עפענונגען. אויף די רעכטע זייט איז דא נאך איין קליינע הייל. די הויפט אריינגאנג איז דורך די לינקע עפענונג. די הייל איז הונדערט און פופציג פיס טיף אינעם פעלז, צוטיילט אין דריי הויפט קארידארן.
דורך די שמאלע און ברייטע טונעלן קאטאגאריזירט מיט די בוכשטאבן 'A' B' C, אנגעווארפן מיט ריזיגע פעלז שטיינער וואס פאלן פון דאך, האט גרופע D' מיט די פירערשאפט פון יגאל ידין אנגעהויבן זייער ארבעט צו מאכן א דורכגרונדליכע אונטערזוכונג אין דעם הייל "צום דריטן מאהל".
ארויסקוקענדיג פונעם הייל פון אריינגאנג 1
ביטע... נישט שרייבן קיין דאנק קאמענטארן. עס פארשווערט דאס לייענען אויף איינמאל.
עס איז נאך דא אסאך צושרייבן. א דאנק!