געהא די זכיה צי דעהן דער רב זצוק"ל עטליכע מאל, און איך האב זוכה געווען צי זעהן זיין פארצייטישע ערליכע עבודה.
רבניש האט געשריבן:[
נאכן באפרייאונג און אויסהיילונג פון די מחלה איז ער צוריק געגאנגען קיין נייטרא ווי נאך פארבליבענע תלמידים ותושבי העיר האבן זיך צוריק געקערט פון אומעטים און זיך צאמגעקליבן האבן זיי מחליט געווען אויפצונעמען בנו חביבו פון זייער רבין בעל ״בנאות דשא״ און האבן אים אויפגענומען במקום אביו לרבנות העיר נייטרא, ער האט צוריק אויפגעשטעלט און ווידעראמאל געפענט די טויערן פון די בארימטע נייטרא ישיבה, ארבייטענדיג האנט ביי האנט צוזאמען מיט נאך אנדערע מרביצי תורה די גדולי התלמידים פון זיין טאטען, אזוי ווי עס איז שנעל נתפרסם געווארן אז די ישיבה אין נייטרא איז צוריק אפען זענען פילע עלענדע בחורים געקומען צו גיין ווי דער רב איז געווען פאר זיי לאב ולמשען.
נאך איין יאר אין די שטאט נייטרא ווען מען האט געזהן אז די מצב הרוחני טויג נישט און דאס קאמאניזם נעמט איבער דעם ראיאן, האט מען זיך אריינגעלייגט מיט פעולות צו קענען אריבער פלאנצן דעם מבצר התורה אויף א מקום מוכשר, און מיט די נויטיגע הילף פון גוטע אידן איז די ישיבה מיט די איבריגע שטאט איינוואוינער אין א גוטע שעה ארויס אויפן וועג קיין אמעריקא, אבל ולא פסקא ישיבה מאת נייטרא אף לאורך כל הדרך הארוכה - און אפי׳ אויפן שיף ארויס קיין אמעריקא איז דער נייטרא ישיבה אנגעגאנגן מיט אלע סדרים.
אנקומענדיג קיין אמעריקא פאר חנוכה אום תש״ז האט זיך די ישיבה באזעצט אין סאמערוויל נוי דזערסי ווי די ישיבה איז געווען סטאנצענירט פאר אן ערך פון זעכצן חדשים, ביז אום פסח שנת תש״ח ווען די נייטרא ישיבה איז אריבער צו איר ענטגילטיגער מקום קיין מאוינט קיסקא.
.
די נוסח רעגט א ביסלע אויף, די מרביצי התורה האבן געהאט א נאמען, עכ"פ איינער פון זיי, עפעס ר' מיכאל בער דאכט זיך, אדער עפעס אזוי... און ער איז געווען די רוחניות'דיגע פירער פון די ישיבה, און די רבי פון אלע תלמידים, מען מעג דערמאנען זיין נאמען.
אגב: רמ"ב איז געווען א שוואגער מיט נייטרא רב
חמרא טבא האט געשריבן:רבניש האט געשריבן:מחשובי תלמידי ישיבת נייטרא תחת נשיאתו של ה״משאת משה״ מנייטרא זצ״ל
וואוידיסלובער רב - רבי משה זצ״ל.
יבלחט״א הרב הגאון רבי נחום מאיר גערמאן שליט״א.
כ״ק אדמו״ר הגה״צ רבי אשר אנשיל כ״ץ שליט״א - אב״ד ור״מ וויען.
הגה״צ רבי בנציון גאלדמאן שליט״א - אב״ד נייפּעסט.
הגה״צ רבי יצחק מאשקאוויטש שליט״א דומ״ץ נייטרא וויליאמסבורג.
הגה״צ רבי הילל וויינבערגער שליט״א - דומ״ץ נייטרא מאונט קיסקא.
הגה״צ רבי משה גראס שליט״א - משארמאש
האחים רבי יעקב יוסף ורבי ברוך דוד הלברשטאם שליט"א
וועסט פרעגן רוב פון זיי וועמען'ס תלמידים זיי זענען, וועלען זיי זאגן פון רמ"ב