מילתא דבדיחותא

אינטערסאנטע זאכן זיך אויסצולופטערן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

קיקיון האט געשריבן:קעפל: די עתיד פון ''מאנרא באס קאמפאני''

פלאחותיך האט געשריבן:דאכט זיך אז ע"פ תקנות המקום טאר מען נישט רעדן דא פון לעבעדיגע מנהיגים
ר' חיים אידאך שוין אונזער מנהיג פאר די לעצטע צוויי צענדליגער יאר, ווי זענען די מנהלים?

;l;p- :P



זעהט אויס אז עס האט עושה רושם געווען און מען האט מעביר געווען יענעם אשכול....
נו וואדע
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו וואדע »

מענינא דיומא
שטייט די וואכענדיגע סדרה אז יתרו האט געשיקט זאגן פאר משה רבינו אז אני חותנך יתרו בא אליך ואשתך ושני בניך וכו וכו
שטעלט זיך די פראגע סע'פשט פון יתרו'נען אויסצורעכענען בפרטיות פונקטליך ווער ס'קומט מיט מיט עימען

נאר פשט גייט אזוי , יתרו האט געוואלט בארואיגן משה רבינו זאגענדיג יא יא כ'קום ממש מיט יעדן אבער אהן דיין שוויגער ,איר האבעך געלאזט אינדערהיים!!
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!
נו וואדע
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו וואדע »

יעצט חמשה עשר האט א פרוי געפרעגט איר מאן , חיים וואס האסטו מיר געקויפט לכבוד יו"ט

רופט ער זיך אהן ,"ביילא סיז א יו"ט פאר די ביימער,ניש פאר פרויען!"
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2902
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

צוויי אידן שפאנען זייערע טריט קיין שומר שבת. איינער לויפט מיט אימפעט און דער צווייטער גייט געמיטלעך. וואס גייט דא פאר?

דער וואס לויפט וויל כאפן מעריב, דער צווייטער גייט דאווענען מנחה.
אלע מעלות
שר מאה
תגובות: 131
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 25, 2017 9:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלע מעלות »

;l;p- ;l;p- נאדיר
מונאוויטש האט געשריבן:צוויי אידן שפאנען זייערע טריט קיין שומר שבת. איינער לויפט מיט אימפעט און דער צווייטער גייט געמיטלעך. וואס גייט דא פאר?

דער וואס לויפט וויל כאפן מעריב, דער צווייטער גייט דאווענען מנחה.
אדרבה תן בלבנו שנראה כל אחד מעלות חברינו ולא חסרונם!
אוועטאר
תן חיוך
שר חמש מאות
תגובות: 794
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 19, 2017 11:54 am
לאקאציע: צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תן חיוך »

מונאוויטש האט געשריבן:צוויי אידן שפאנען זייערע טריט קיין שומר שבת. איינער לויפט מיט אימפעט און דער צווייטער גייט געמיטלעך. וואס גייט דא פאר?

דער וואס לויפט וויל כאפן מעריב, דער צווייטער גייט דאווענען מנחה.


:lol:
הכל לטובה!
שמחהלע קאפשטיק
שר חמש מאות
תגובות: 652
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 14, 2018 6:31 pm
לאקאציע: קינדליין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחהלע קאפשטיק »

נו וואדע האט געשריבן:יעצט חמשה עשר האט א פרוי געפרעגט איר מאן , חיים וואס האסטו מיר געקויפט לכבוד יו"ט

רופט ער זיך אהן ,"ביילא סיז א יו"ט פאר די ביימער,ניש פאר פרויען!"


געוואלדיג !!!
נ.ב. איך ברענג אהיים יעדעם חמשה עשר פאר מיין ווייב א "פייג"
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

אמאל געווען א חסיד וואס איז געפארן צו זיין רבי, דארטן האט ער געהערט א נייע געשמאקע ניגון.
דער חסיד האט אבער מורא געהאט ער גייט פארגעסען דעם ניגון, האט ער דאס געזונגען דער גאנצער וועג א היים.

אייאיא יא איייא יא איאיי איי איי איי אייייא.

קומט ער צום באן סטאנציע און ער בעט א בולעט
זינגט ער מיטן ניגון

ביטע קאן איך קויפן, ביטע קאן איך קויפן א בולעט צו קראקא
איייא אייא אייאיאיא

דער מענטשט קוקט עם אהן ווי א משוגענער,
אבער דער חסיד איז מיט זיינס ער זינגט ער וויל ניט פארגעסען דעם ניגון.


אויף דער באן זינגט ער ווייטער,

אינמיטן זעט דער קאנדאקטער א טשעמאדאן פרעגט ער דער חסיד ביטע נעם דיין טשעמעדאן אוועק,
דער חסיד הערט גארניט ער זינגט זאך אייא איייא איייאיא

נעמט דער קאנדאקטער און מרוב כעס ווארפט ער דעם טשעמעדאן פון באן
זינגט זאך דער חסיד,
עס איז ניט געווען, עז איז ניט געווען מיין טשעמעדאן
איייא אייא איייאיא

קומט דער חסיד א היים קלאפט ער אהן און זינגט חנה ביילא עפען אוף די טיר, חנה ביילא עפען אוף די טיר
חנה ביילא חנה ביילא חנה ביילא חנה ביילא עפען אוף די טיר.

דער פרוי קוקוט פון פענסטער און טראכט אז איינער א שיכור קלאפט און גייט אוועק

זינגט דער חסיד ווייטער

חנה ביילא עפען אוף די טיר חנה ביילא עפען אוף די טיר

חנה ביילא חנה ביילא חנה ביילא חנה ביילא עפען אוף די טיר

דער פרוי מאכט זיך ניט וויסענדיק.

ווערט דער חסיד אין כעס און שרייט בקולי קולות חנה ביילא עפען אוף די טיר !!!!

און גיט זיך א פאטש איי איך האב פארגעסען די ניגון...
נו וואדע
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו וואדע »

איינער קאולט אריין צום דאקטאר "מיין ווייב האט פארלוירן איר שטימע "

רופט זיך אהן דער דאקטאר "איך אויף דיין פלאץ ,וואלטעך מיר ניש אפגערעדט!!!"
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!
נו וואדע
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו וואדע »

א מאן וואס האט געהאט א פרוי א שקלאפטע האט אויסגעהויעכט זיין נשמה

אזוי טראגענדיג דעם ארון אים צו בא'ערדיגן הייבט מען אהן הערן זעצן אויפן ארון און ער שרייט , לאזטס מיר ארויס פון דא כ'לעב.

שרייט אים אריין די ווייב, "יענקל זיי שטיל ,די דאקטוירים ווייסן בעסער פון דיר!!!"
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!
נו וואדע
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו וואדע »

דער דזשאדזש פרעגט דעם גנב , "פארוואס האסטו גע'גנב'עט פון באנק ?"

ענטפערט ער , "די באנק האט אנגעהויבן!!!"
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!
נו וואדע
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו וואדע »

א פרוי זאגט פאר איר מאן , משה אונז דארף מיר רעדן .

רופט ער זיך אהן , אבער כ'בין הייזעריג יעצט.

זאגט זי, "כאב דען געזאגט אז דו דארפסט רעדן?! כאב געזאגט "אונז" דארף מיר רעדן !!!"
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!
יענקל פאטאש
שר האלף
תגובות: 1213
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2012 6:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענקל פאטאש »

געהערט פון ר' פישל שעכטער

א רבי רופט אן כל העולם כולו נאך חנוכה ער מיינט נישט זיך אבער היתכן מען האט נישט גענומען בילדער ווי ער צינדט די מנורה, האט מען אים געזאגט נישט קיין פראבלעם מען וועט יעצט אריבער שיקן איינער, געזאגט און געטוהן מען נעמט צוריק ארויס די מנורה, דו רבי נעמט דאס לעכטעלע און צינדט עס אן און דער פאטאגראפירער כאפט בילדער, פלוצלינג גליטש זיך די רבי אויס און ליגט אזוי פלאך מיטן לעכטל אויפן ערד און דער פאטאגראפירער הערט נישט אויף צו כאפן בילדער זאגענדיג א שאד נישט אריין צו כאפן בדיקת חמץ אויך.
אוועטאר
ממש אזוי
שר האלפיים
תגובות: 2804
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממש אזוי »

יענקל פאטאש האט געשריבן:געהערט פון ר' פישל שעכטער

א רבי רופט אן כל העולם כולו נאך חנוכה ער מיינט נישט זיך אבער היתכן מען האט נישט גענומען בילדער ווי ער צינדט די מנורה, האט מען אים געזאגט נישט קיין פראבלעם מען וועט יעצט אריבער שיקן איינער, געזאגט און געטוהן מען נעמט צוריק ארויס די מנורה, דו רבי נעמט דאס לעכטעלע און צינדט עס אן און דער פאטאגראפירער כאפט בילדער, פלוצלינג גליטש זיך די רבי אויס און ליגט אזוי פלאך מיטן לעכטל אויפן ערד און דער פאטאגראפירער הערט נישט אויף צו כאפן בילדער זאגענדיג א שאד נישט אריין צו כאפן בדיקת חמץ אויך.



לאחאחתי ולאחאחתי בלי שום הפסק!!
אוועטאר
מאדנע מענטש
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 21, 2018 10:24 pm
לאקאציע: אין מיין שכנ'ס שעד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאדנע מענטש »

א גוט ווארט מעג איך אויך אמאל זאגן...

גייט זיך דשאני אויף לי עוויניו, באטראכט די גראסעריס, הארדווער סטארס, קליידער געשעפטן, א.א.וו.

ווער איז דשאני?

וואס זיכט ער אויף לי עוויניו?

דשאני איז א פאלנער שייגעץ ג', קומט סטרעיט פון משוגעים הויז, און וויבאלד מ'האט אים אט נאר וואס ארויס געווארפן, איז ער געקומען קיין לי עוויניו זיכען א נייעם משוגעים הויז...
דשאני טראכט צו זיך "געלט .. געלט .. געלט! דאס איז וואס כ'דארף.
גייט ער אריין אין טיוו-טאוו, און זיין אויג פאלט אויפן פאליצע.. וואס זעט ער דארט? .. "א עכטע גאן" "א גלא גאן"!!! זיין פרייד רינט איבער אלע גרעניצן, "דאס וועט מיר זיין די ריכטיגע הילף!!! זאגט אים זיין געוויסן.. ער גיט עס א שלייך אונטער אונטער זיין טישערט, און פיצט ארויס פון געשעפט.

יעצט דארף עס ווערן שרעקעוודיג...
ס'שפעט ביינאכט, א קאלט ער ווינט דשומעוועט אין די אויערן, א לייכטע שניי הייבט אן צו פאלן.. ביים ווינקל פון גאס קען מען בכלל נישט דערקענען דעם פערזאן וואס באהאלט זיך דארט אונטער די דאמפסטער.
ר' יעקב זלמן שנייגארטן, אן עלטערער כאניאקישער איד, גייט אהיים פון ביהמ"ד נאכן פראווען א דביקות'דיגן תיקון חצות. אזוי גייט ער, און ער גייט, נאך א טריט, און דערנאך נאך א טריט, ער קומט נענטער, און נענטער, און נענטער... דשאני שטעלט אריין דעם גלא גאן אין זיין רעכטע האנט, זיין צווייטע פינגער שטעלט ער אויפן קנעפל פונעם גאן... ר' יעקב זלמן קומט נענטער, און נענטער.. און דערנאך נאך נענטער.

האלדאפ!!! יאר מאני ענד יאר לייוו!!!!!!
ר' יעקב זלמן שנייגארטן ווערט נישט פארלוירן, ער נעמט ארויס זיין בערזל און צייגט פאר דשאני אז ס'ליגט דארט אינעווייניג אפאר אלטע אויסגעבלאזענע טישאס אנשטאט געלט... דשאני גיבט נישט נאך, "כ'האב מורא אז דו וועסט גיין באלד מיך אויסזאגן פאר די פאליציי" האט ער ארויס געדינערט פון צווישן זיינע פאלשע ציין.. "הענט אויף ארויף"!!! ר' יעקב זלמן הייבט אויף זיינע הענט און דשאני שטרעקט אויס דעם גאן און ער דריקט דעם קנעפל, וואונדער איבער וואונדער!!! ס'שיסט נישט!
דשאני פארשטייט אז דא שטייט פאר אים א געטליכער מאן. ער פאלט אים צו די פיס און בעט מחילה.

אבער ר' יעקב זלמן מיט זיין גרויס ענוה גיבט צו פארשטיין פאר דשאני: "גיב א קוק, ס'האט נישט געשאסן, פשוט ווייל ס'נישט געווען איינגעפלאגט. די סארט פראדוקט קומט צו ניצן מיט א פלאג"...
יו . . .
כ'האב פארגעסן וואס איך וויל דא שרייבן . . . . .
. . .
אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2341
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראפאט קראמפלי »

;l;p- ;l;p-
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.
אוועטאר
גארגארפיק
שר האלף
תגובות: 1732
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 11:48 am
לאקאציע: עה.. איין מינוט... וואס האסטע געפרעגט? אה די ווילסט דווקא וויסן? עה... מאכסט זיכער א ווערטל נו שוין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גארגארפיק »

ראפאט קראמפלי האט געשריבן:;l;p- ;l;p-
מודעה משמחת! נינידזשער (סטעיט פאליס) ראוד ספיד לימיט איז 55! שוין יאהרן לאנג....
[email protected]
אוועטאר
פערדס מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1527
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 10:39 pm
לאקאציע: איך ווייס נישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פערדס מיניסטער »

?עס איז דא עפעס א דשאוק וועגן קויבע הוטן א תירוץ פארוואס ער גייט ארויף מיט'ן פרייז, איינער ווייסט דערפון
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

פערדס מיניסטער האט געשריבן:?עס איז דא עפעס א דשאוק וועגן קויבע הוטן א תירוץ פארוואס ער גייט ארויף מיט'ן פרייז, איינער ווייסט דערפון

עס וועט דיר זיין אינטערסאנט צו וויסען
אז הוט \ HAT איז אויף לשון הקודש כובע און פון דעם נעמט זיך דער נאמען KOVA HATS
לעצט פארראכטן דורך קיקיון אום דינסטאג פעברואר 13, 2018 6:36 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

זאגט מיר איינער
חכמי ישראל גיין אריין צו דוד המלך ע"ה, און זאגן אים עמך ישראל צריכים פרנסה, וכו', זאגט ער זיי צום סוף פשטו ידיכם בגדוד

וואס איז פשט

נאר וואס, דוד המלך האט מגלה סוד געווען, אז ס'וועט ווערן א מחלוקת וועט שוין פליסן געלט, ס'וועט זיך בויען בנינים ס'וועט זיין נאך ארבייט'ס פלעצער וכו'.
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
גראמער
שר האלף
תגובות: 1201
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 11, 2016 8:21 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראמער »

א איד טרעפט א קאפל אויף די גאס און גייט צו א דיין פרעגן אויב ער מעג עס האלטן, זאגט אים די דיין אז יא צוליב דעם וואס עס האט נישט קיין סימן.

א טאג שפעטער טרעפט ער א ברעסליווער נ נח קאפל, און פרעגט די דיין צו עס האט די זעלבע הלכה און צו ער מעג עס האלטן, ענטפערט די דיין: ניין, א נ נח קאפל האט אן אנדערע דין וויבאלד אין ברעסליוו איז נישטא קיין יואש און די בעל הבית האט זיך נאך זיכער נישט מייאש געווען...
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

גראמער האט געשריבן:א איד טרעפט א קאפל אויף די גאס און גייט צו א דיין פרעגן אויב ער מעג עס האלטן, זאגט אים די דיין אז יא צוליב דעם וואס עס האט נישט קיין סימן.

א טאג שפעטער טרעפט ער א ברעסליווער נ נח קאפל, און פרעגט די דיין צו עס האט די זעלבע הלכה און צו ער מעג עס האלטן, ענטפערט די דיין: ניין, א נ נח קאפל האט אן אנדערע דין וויבאלד אין ברעסליוו איז נישטא קיין יואש און די בעל הבית האט זיך נאך זיכער נישט מייאש געווען...

ביי וועלכע מהדורא פון דעם וויץ האלט מען שוין ?
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
גארגארפיק
שר האלף
תגובות: 1732
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 11:48 am
לאקאציע: עה.. איין מינוט... וואס האסטע געפרעגט? אה די ווילסט דווקא וויסן? עה... מאכסט זיכער א ווערטל נו שוין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גארגארפיק »

קיקיו.ן האט געשריבן:
גרא.מער האט געשריבן:א איד טרעפט א קאפל אויף די גאס און גייט צו א דיין פרעגן אויב ער מעג עס האלטן, זאגט אים די דיין אז יא צוליב דעם וואס עס האט נישט קיין סימן.

א טאג שפעטער טרעפט ער א ברעסליווער נ נח קאפל, און פרעגט די דיין צו עס האט די זעלבע הלכה און צו ער מעג עס האלטן, ענטפערט די דיין: ניין, א נ נח קאפל האט אן אנדערע דין וויבאלד אין ברעסליוו איז נישטא קיין יואש און די בעל הבית האט זיך נאך זיכער נישט מייאש געווען...

ביי וועלכע מהדורא פון דעם וויץ האלט מען שוין ?

;l;p-
מודעה משמחת! נינידזשער (סטעיט פאליס) ראוד ספיד לימיט איז 55! שוין יאהרן לאנג....
[email protected]
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

יאוש
אוועטאר
מאדנע מענטש
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 21, 2018 10:24 pm
לאקאציע: אין מיין שכנ'ס שעד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאדנע מענטש »

גארגארפיק האט געשריבן:
קיקיו.ן האט געשריבן:
גרא.מער האט געשריבן:א איד טרעפט א קאפל אויף די גאס און גייט צו א דיין פרעגן אויב ער מעג עס האלטן, זאגט אים די דיין אז יא צוליב דעם וואס עס האט נישט קיין סימן.

א טאג שפעטער טרעפט ער א ברעסליווער נ נח קאפל, און פרעגט די דיין צו עס האט די זעלבע הלכה און צו ער מעג עס האלטן, ענטפערט די דיין: ניין, א נ נח קאפל האט אן אנדערע דין וויבאלד אין ברעסליוו איז נישטא קיין יואש און די בעל הבית האט זיך נאך זיכער נישט מייאש געווען...

ביי וועלכע מהדורא פון דעם וויץ האלט מען שוין ?

;l;p-

דאס איבער מאכן דעם דשאוק אזוי פיל מאל ווייזט אז מ'איז זיך נישט מייאוש, אפשר וועט מען דאך לאכן...
יו . . .
כ'האב פארגעסן וואס איך וויל דא שרייבן . . . . .
. . .
שרייב תגובה

צוריק צו “אונטערהאלטונג”