חזון-איש'ניק האט געשריבן:רב טקסט האט געשריבן:נאכאמאל א ריזן דאנק!
כ'וויל נאר צולייגן צוויי קלייניגקייטן, עס איז לעצטנס געדרוקט געווארן א פירוש אויפן רמב"ם פון איינער פון די רבני ירושלים אין די ריש'ס וואס שרייבט אז ער האט געזעהן דעם כת"י בן אשר אין ארם צובה, און ער דערמאנט דארט אויך וויאזוי עס איז אהין אנגעקומען, ע"י יוצאי חלציו פוןנעם רמב"ם, וככל הנראה האט עס עהערט פאר'ן רמב"ם אליין, ומסתמא עלה לו בדמים יקרים או בהשתדלות גדולה.
איר מיינט אפשר ר' שלו' שכנא ילין?
ער האט געוואלט באזיכען ארם צובה אין די רי"ש יארן, און לצורך דעהם האט ער ארויס גענומען דער המלצה וואס איז דא בייגעלייגט, למעשה האט ער געשיקט זיין איידעם, מיט א גאנצע תנ"ך מיט הערות וואס ער ברויך בודק זיין, ווען זיין איידעם איז צוריק געקומען נאכן גוט איבער קוקן די כתר, האט ער געשריבען א תנ"ך לפי וואס ער האט געזעהן אין כתר.
די תנ"ך איז געפינען געווארן אין די מ' יארן.
מען ווייסט נישט קלאר אז ער האט געשריבן א תנ"ך לויט'ן כתר, וואס מען האט געטראפן איז די געדרוקטע תנ"ך וואס אויף די גליונות זענען די די שאלות פון זיין שווער ר' שלו' שכנא, (דער טאטע פונעם יפה עינים), מיט זיינע ענטפערס.