אנגעצויגנקייט צווישן אמעריקע און צפון קארעא
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- פעיק ניוז
- שר עשרים אלף
- תגובות: 24206
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
- לאקאציע: אנאנימע סאורסעס
איך האב הנאה אז יאפאן זאגט עס ווייל איך האב אויך מורא געהאט די זעלבע, אבער למעשה זעט מיר אויס אז אמעריקע ווערט נישט איבערגערעדט פון זייערע שריט און טוט יא ווייטער שריט קעגן נ"ק אזוי ווי די היינטיגע סאמיט (והא ראי' כינע און רוסלאנד ברויזן אזוי שטארק), אדער מיטן שיקן פליגער קיין גואם
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
-
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12993
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
- לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת
פעיק נוז האט געשריבן:היינט ווערט אפגעהאלטן א סאמיט אין ווענקאָווער, קאנאדע, אין וועלכע עס באטייליגן זיך אויסערן מיניסטארן פון ארום 20 לענדער איבער די וועלט, צו באהאנדלען די ריכטיגע צוגאנג צו די נוקלעארע געפאר פון נארט קארעא. די סאמיט איז פאררופן געווארן פאריגן נאוועמבער, נאך די לעצטע מאסיווע נוקלעארע פראבע פון נארט קארעא, א פראבע וועלכע האט געברענגט די שארפסטע רונדע פון אינטעראנאציאנאלע סאנקציעס.
סאנקציעס (אפילו א.ג "שארפע" סאנקציעס) איז גארנישט ווערט ווילאנג כינע, רוסלאנד, און איראן ברעכען די סאנקציעס און מאכען זיכער צו האלטען דער רעזים ביים לעבען.
פעיק נוז האט געשריבן:אבער זינט די סאמיט איז פאררופן געווארן, זענען פארגעקומען פארשידענע אנטוויקלונגען אין דעם פעלד, וואס מאכן די סיטואציע מער קאמפליצירט. ערשטנס, מיט דעם וואס עס איז אויפגעדעקט געווארן אז די רעזשים פארמאגט שוין אייגנטליך פולע נוקלעארע מעגליכקייטן
יא, למשל ער האט שוין א (קליינע) באטען אויפען טיש. לא דובים ולא יער; זיי פארמאגען "נאך" נישט די מעגליכקייטען וואס זיי זאגען; און זאגען עס נאר צו דערשרעקען דער עולם גולם (ווי די יאפאנעזישער אויסערן מיניסטער האט געזאגט).
פעיק נוז האט געשריבן:און די ציל איז נישט צו ״אפהאלטן״ דעם רעזשים פון דערגרייכן אן אטאם באמבע, נאר אייגנטליך צו אויפגעבן א פולשטענדיג אנטוויקלטע פראגראם.
דער ציל איז ביידע; קודם זיי אפצוהאלטען פון האבען דער ערשטע באמבע "וואס זיי האבען נאך נישט". און אפילט אויב יא; איז נאך אויך צייט צו גיין מיטען גאנצען אמעריקאנעם כח און עס צו נישט מאכען "אפילו אויב זיי סטראשען עס צו ווארפען".
למעשה האבען זיי עס נישט. אויב זיי האבען עס, האט עס איראן שוין אויך. טשאדעלע באדעלע.
פעיק נוז האט געשריבן:אזוי אויך קומט די סאמיט אין ליכט פון פילע סיגנאלן וואס די רעזשים שיקט פאר די וועלט, אז זי איז וויליג צו טוישן איר צוגאנג און זיך זעצן צום פארהאנדלוגס טיש מיט די מערב וועלט, און האט געעפנט געשפרעכן מיט סאוט קארעא, און גרייט זיך צו אנטייל נעמען אין די בעפארשטייענדע אלימפישע שפילן אין פיאנגיענג.
אלימפישע שפיל און נוקליארע שפיל דער זעלבע זאך. נאר אין פארקרומטע קעפ!
זיי זענען גארנישט וויליג; און עס פאסט נישט פאר צוואנציג ערוואקסענע מענטשען אין ווענקאווער צו מאכען דער אנשטעל ווי עס איז דא א טויש אין נארט קאריע.
פעיק נוז האט געשריבן:אבער ווי עס שיינט, איז יאפאן נישט אנטציקט פון די נייע צוגאנג פון די רעזשים און באטראכט עס אלס א כיטרע שפיל פון די רעזשים צו ״איינשלעפן״ די מערב וועלט פון די געפאר וואס זי שטעלט פאר, און דער יאפאנעזער אויסערן מיניסטער, טאַראָ קאוטא, האט אפעלירט צו די וועלט פירער צו אנהאלטן א שארפע ליניע קעגן די נארט קארעא רעזשים טראץ איר אנגעבליכע טויש אין טאן. דער מיניסטער האט געזאגט, ״לאזט נישט די רעזשים אייך איינשלעפן מיט זיסער רייד,״ און האט געזאגט אז אראפנעמען אדער פארלייכטערן די סאנקציעס איז א ״נאיווע טעות״, אויף וועלכע די וועלט וועט חרטה האבן.
נאר יאפאן האנדעלט דא פאראנטפארליך. אלע אנדערע זענען קלאון'ס.
--
ידידי (פעיק)אמת'ע נייעס האקט. כ'מיין מיר זענען אויפען זעלבען פעידז.
לעצט פארראכטן דורך SPUSMN אום מיטוואך יאנואר 17, 2018 5:39 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
-
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12993
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
- לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת
פעיק נוז האט געשריבן:איך האב הנאה אז יאפאן זאגט עס ווייל איך האב אויך מורא געהאט די זעלבע, אבער למעשה זעט מיר אויס אז אמעריקע ווערט נישט איבערגערעדט פון זייערע שריט און טוט יא ווייטער שריט קעגן נ"ק אזוי ווי די היינטיגע סאמיט (והא ראי' כינע און רוסלאנד ברויזן אזוי שטארק), אדער מיטן שיקן פליגער קיין גואם
דאס אז יאפאן רעדט אזוי שארף און אפען איז א הוכחה אז וואס כינע און רוסלאנד זאגען אז נארט קאריע האט עס שוין, איז שקר.
ווייל אויב ער האט עס וועט ער עס פריער ווארפען אויף יאפאן ווי אויף אמעריקע. יאפאן וואלט געדארפט מער ציטערען ווי אמעריקע; און וואלט געהאט מער אינטערעס צו קויפען און מיט שפילען מיט דער טשעינדז אין פיאנג יענג ניגון.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2961
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
- לאקאציע: וויליאמסבורג בריק
- א גולם
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4239
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
- לאקאציע: אין מיין שיך!
[align=center]יאפאן אפעלירט צו נעמען שטרענגערע ליניע קעגן נארט קארעא
נעכטן איז אפגעהאלטן געווארן א סאמיט אין ווענקאָווער, קאנאדע מיט דער באטייליגונג פון אויסערן מיניסטארן פון ארום 20 לענדער איבער דער וועלט צו באהאנדלען דעם צוגאנג צו דעם נוקלעארן געפאר פון נארט קארעא.
דער סאמיט איז פאררופן געווארן פאריגן נאוועמבער, נאך די לעצטע מאסיווע נוקלעארע פראבע פון נארט קארעא, וועלכע האט געברענגט די שארפסטע רונדע פון אינטערנאציאנאלע סאנקציעס. אבער זינט דאן זענען פארגעקומען פארשידענע אנטוויקלונגען אין דעם פעלד, וואס מאכט די סיטואציע מער קאמפליצירט, איינס מיט דעם וואס עס איז אויפגעדעקט געווארן אז דער רעזשים פארמאגט שוין אייגנטליך פילע נוקלעארע מעגליכקייטן, און דער ציל איז נישט צו ״אפהאלטן״ דעם רעזשים פון דערגרייכן אן אטאם באמבע, נאר אייגנטליך אויפצוגעבן א פולשטענדיג אנטוויקלטן פראגראם.
אזוי אויך קומט דער סאמיט אין ליכט פון פילע סיגנאלן וואס דער רעזשים שיקט פאר דער וועלט, אז זי איז וויליג צו טוישן איר צוגאנג און זיך זעצן צום פארהאנדלוגס טיש מיט דער מערב וועלט, זי האט געעפנט געשפרעכן מיט סאוט קארעא, און גרייט זיך צו נעמען אנטייל אין די בעפארשטייענדע אלימפישע שפילן אין פיאנגיענג.
אבער ווי עס שיינט איז יאפאן נישט אנטציקט פון דעם נייעם צוגאנג פון דעם רעזשים, און זי באטראכט עס אלס א כיטרע שפיל פון דעם רעזשים צו ״איינשלעפן״ די מערב וועלט פון דעם געפאר וואס זי שטעלט פאָר פאר דער וועלט, און דער יאפאנעזער אויסערן מיניסטער, טאַראָ קאוטא, האט אפעלירט צו די וועלט–פירער אנצוהאלטן א שארפע ליניע קעגן דעם נארט קארעא רעזשים, טראץ איר אנגעבליכן טויש אין טאן. דער מיניסטער האט זיך געבעטן, ״לאזט נישט דעם רעזשים אייך איינשלעפן מיט זיסע רייד״, און געזאגט אז אראפנעמען אדער פארלייכטערן די סאנקציעס איז א ״נאיאיווער גרייז אויף וועלכן די וועלט וועט חרטה האבן.[/align]
פין: ד.ד.א.

לעצט פארראכטן דורך א גולם אום דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 9:45 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
- א גולם
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4239
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
- לאקאציע: אין מיין שיך!
[align=center]סאוט און נארט קארעא וועלן מארשירן אונטער פאראייניגטע פאָן
דיפלאמאטן אין סאוט קארעא זאגן אז זיי זענען געקומען צו אן אפמאך מיט נארט קארעא דורכצופירן א געמיינזאמע מארש צערעמאניע ביי דער עפענונג פון די אלימפישע שפילן, וואס קומען פאר קומענדיגן מאנאט אין דער הויפטשטאט פון סאוט קארעא, די אטלעטן פון ביידע לענדער וועלן מארשירן אין א פאראדע אונטער א פאראייניגטע פאן. די פאראייניגטע פאן פארמאגט א בלויע צייכענונג פונעם קארעאר האלב-אינזל אויף א ווייסן אונטערגרונד, די פאן איז גענוצט געווארן אין דער פארגאנגענהייט אלס צייכן פון שלום צווישן די צוויי טיילן פונעם אינזל, און וועט יעצט גענוצט ווערן אויסצודריקן אפטימיזם איבער די באנייעטע געשפרעכן צווישן די לענדער. ביי זיין רעדע היינט, ביים סאמיט אין ווענקאווער, האט דער סאוט קארעאר אויסערן מיניסטאר אויסגעלויבט די באנייטע פארהאנדלונגען, זאגנדיג אז מען מאכט שטארקע פארשריט.[/align]

- אויפגעפרישט
- שר האלף
- תגובות: 1897
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 18, 2016 8:24 pm
- לאקאציע: שטורעם אין גלעזל וואסער

ערגעץ האב איך געליינט אז איין טעסט אין נ' קאריע האט עקספלאדעט ביי זיך אין לאנד, זאלעס זיין צו מצוה
וועגן שלו' און UN לאבי האבן זיי די פסוק פון ישי' אז עס וועט מער נישט זיין קיין מלחמות נאך משיח
אז זיי גלייבן אז עס גייט ארויף היינטיגע צייטן קען איך גארנישט טון,

לשנה הבאה בירושלים
לשנה טובה תכתב ותחתם לאלתר לחיים טובים ולשלום
לשנה טובה תכתב ותחתם לאלתר לחיים טובים ולשלום
-
- שר האלף
- תגובות: 1098
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 4:35 pm
אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:Spusmn
וועלכע זאך האט נארט קאריע נישט?
זיי האבן אינטער קאנטינענטל באליסטיק מיסלס?
זיי האבן נוקלעיר באמבעס?
זיי האבן היידראדשען באמבעס?
זיי האבן נישט קיין אינטערקאנטינענטאל באליסטיק מיסילס. זיי האבן כאמאס סארט ראקעטן מיט בעסערע ענדזשינס.
דער עיקר קונץ פון אן ICBM איז אהערשטעלן דעם מיסיל אז עס זאל קענען ארויסגיין קיין ספעיס אומבאשעדיגט, און נאך שווערער איז עס זאל קענען צוריק אריינקומען אומבאשעדיגט. די ערשטע האבן זיי שוין געטעסט (אונטער'ן מאסק פון א סאטעליט ארויפשיס) און דורכגעפאלן, די צווייטע סטעידזש האבן זיי נאך קיינמאל געטעסט אדער אפי' געזאגט אז זיי קענען.
נוקלעארע באמבעס האבן זיי ווארשיינליך.
היידראדזשען באמבעס איז אומקלאר.
מיין נישט ענטפערן איז וויבאלד דו האסטו נאך קיינמאל צוריקגעצויגן, אפי' נאכ'ן ווערן געפראווד ראנג.
איינער קען מיר מסביר זיין פארוואס ס'קומט זיך זיי כבוד? ווייל ער פייפט אויף די וועלט?
כלל גדול: אז ס'טוט וויי שרייט מען. און אז נישט איז מען רואיג. אייגנס
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול
-
- שר האלף
- תגובות: 1098
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 4:35 pm
טייערע חברים וואס פאררעכענען זיך אין די אנטי טראמפ גרופע, איך וויל אייך געבן א נקודה למחשבה. אבער ביטע ענטפערטס נישט דא, נאר יעדער זאל ענטפערן פאר זיך אליינס און פרובירן צו זיין אמת'דיג אויפריכטיג.
וואס וואלט געווען אייער רעאקציע ווען די פאלגענדע אויסצוגן וואלטן געקומען פון דעם פירער פון אמעריקע, נישט פון יאפאן?

א גולם האט געשריבן:
אבער ווי עס שיינט איז יאפאן נישט אנטציקט פון דעם נייעם צוגאנג פון דעם רעזשים, און זי באטראכט עס אלס א כיטרע שפיל פון דעם רעזשים צו ״איינשלעפן״ די מערב וועלט פון דעם געפאר וואס זי שטעלט פאָר פאר דער וועלט, און דער יאפאנעזער אויסערן מיניסטער, טאַראָ קאוטא, האט אפעלירט צו די וועלט–פירער אנצוהאלטן א שארפע ליניע קעגן דעם נארט קארעא רעזשים, טראץ איר אנגעבליכן טויש אין טאן. דער מיניסטער האט זיך געבעטן, ״לאזט נישט דעם רעזשים אייך איינשלעפן מיט זיסע רייד״, און געזאגט אז אראפנעמען אדער פארלייכטערן די סאנקציעס איז א ״נאיאיווער גרייז אויף וועלכן די וועלט וועט חרטה האבן.[/align]
פין: ד.ד.א.
מיין נישט ענטפערן איז וויבאלד דו האסטו נאך קיינמאל צוריקגעצויגן, אפי' נאכ'ן ווערן געפראווד ראנג.
-
- שר האלף
- תגובות: 1098
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 4:35 pm
צל עובר האט געשריבן:ראש הקהל, וואס דען איז געווען די טעסט וואס האט געהייסן אז זיי האבן געטעסטעט א מיסיל וואס קען דערגרייכן גאנץ אמעריקע.
אה וואס? עס איז געווען טייל פון די מידיע'ס פראגראם צו שאפן היסטעריע ביים פאלק איבער טראמפ.
עס האט געהייסן אז וואס? איך געדענק נאך ווי כאפצעם האט ברייט ערקלערט אז כאטש דער מיסיל איז געפלויגן זעקס הונדערט מייל איז עס בלויז ווייל זיין טרעדזשעקטארי איז געווען זייער ארויף. אבער בפועל איז עס געפלויגן דריי טויזנט מייל.
דער אמת איז אבער אז צו שיסן א מיסיל אריבער די פאסיפיק, דארף דער מיסיל האבן סאאאך א העכערע טרעדזשעקטארי. אזוי הויך אז עס זאל אריינפליען אין ספעיס! דאס מיינט אז די דריי טויזנט מייל איז נישט זעקס הונדערט אויך דער ערד,נאך סאך ווייניגער ווען מען רעדט פון אן אינטערקאנטינענטאל באליסטיק מיסיל.
ווען עס וואלט ווען געווען א מציאות צו שיסן א מיסיל גראד פון צפון קארעא קיין אמעריקע, ווואלט דער מיסיל געהאט די מעגליכקייט צו בלא בלא בלא. העטיך פעטיך. און דאס אויך מיט א ליידיגן קאפ, נישט מיט א שווערע אטאם באמבע דערין.
און דאס איז נאך פאר'ן נעמען אין באטראכט דאס עצם ארויסגיין אין ספעיס און צוריקקומען, א זאך וואס צפון קען נאך בהחלט נישט.
און דאס איז נאך פאר'ן נעמען אין באטראכט אז זייערע מיסילס פליען אזוי סטאביל און פונקטליך ווי די וואס כאמאס פארמאגט.
דערפאר טאקע האט דעמאלטס דער פארטיידיגונגס סעקרעטאר מעטיס געזאגט אז אלעס איז שטותים.
ומכאן ראי' אז ספוזמן איז גערעכט, אז אסאך פון די זאכן וואס 'יעדער' באריכטעט און 'יעדער' ווייסט איז אומוויסנהייט, דמיון און שקר.
http://www.cnn.com/2017/12/15/politics/ ... index.html
מיין נישט ענטפערן איז וויבאלד דו האסטו נאך קיינמאל צוריקגעצויגן, אפי' נאכ'ן ווערן געפראווד ראנג.
- אויפגעפרישט
- שר האלף
- תגובות: 1897
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 18, 2016 8:24 pm
- לאקאציע: שטורעם אין גלעזל וואסער
-
- שר האלף
- תגובות: 1098
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 4:35 pm
גערעכט.
אבער דאס מיינט נאכאלץ נישט אז עס קען פליען אכט טויזנט מייל, ווייל עס דארף פונקט אזוי ארויפפליען צו ספעיס. דאס מיינט אז די אלע נעטווארקס און צייטונגען און עקספערט וואס האבן געשריבן אז 'דאס מיינט אז עס קען דערגרייכן אומעטום אין אמעריקע' האבן פלעין געשריבן ליגנט. ארויפפליענדיג האט עס ביז היינט בלויז באוויזן צו פליען פינף זעקס הונדערט פון די עטליעע טויזנט מייל וואס עס דארף פליען צו דערגרייכן אמעריקע.
אבער דאס מיינט נאכאלץ נישט אז עס קען פליען אכט טויזנט מייל, ווייל עס דארף פונקט אזוי ארויפפליען צו ספעיס. דאס מיינט אז די אלע נעטווארקס און צייטונגען און עקספערט וואס האבן געשריבן אז 'דאס מיינט אז עס קען דערגרייכן אומעטום אין אמעריקע' האבן פלעין געשריבן ליגנט. ארויפפליענדיג האט עס ביז היינט בלויז באוויזן צו פליען פינף זעקס הונדערט פון די עטליעע טויזנט מייל וואס עס דארף פליען צו דערגרייכן אמעריקע.
מיין נישט ענטפערן איז וויבאלד דו האסטו נאך קיינמאל צוריקגעצויגן, אפי' נאכ'ן ווערן געפראווד ראנג.
רה''ק דקהל פורים האט געשריבן:גערעכט.
אבער דאס מיינט נאכאלץ נישט אז עס קען פליען אכט טויזנט מייל, ווייל עס דארף פונקט אזוי ארויפפליען צו ספעיס. דאס מיינט אז די אלע נעטווארקס און צייטונגען און עקספערט וואס האבן געשריבן אז 'דאס מיינט אז עס קען דערגרייכן אומעטום אין אמעריקע' האבן פלעין געשריבן ליגנט. ארויפפליענדיג האט עס ביז היינט בלויז באוויזן צו פליען פינף זעקס הונדערט פון די עטליעע טויזנט מייל וואס עס דארף פליען צו דערגרייכן אמעריקע.
עס איז דאך אריינגעפלויגן טיף אין ספעיס, 3,000 מייל איז שוין טיף, טיף אריין אין ספעיס לכל הדעות.
צל עובר האט געשריבן:רה''ק דקהל פורים האט געשריבן:גערעכט.
אבער דאס מיינט נאכאלץ נישט אז עס קען פליען אכט טויזנט מייל, ווייל עס דארף פונקט אזוי ארויפפליען צו ספעיס. דאס מיינט אז די אלע נעטווארקס און צייטונגען און עקספערט וואס האבן געשריבן אז 'דאס מיינט אז עס קען דערגרייכן אומעטום אין אמעריקע' האבן פלעין געשריבן ליגנט. ארויפפליענדיג האט עס ביז היינט בלויז באוויזן צו פליען פינף זעקס הונדערט פון די עטליעע טויזנט מייל וואס עס דארף פליען צו דערגרייכן אמעריקע.
עס איז דאך אריינגעפלויגן טיף אין ספעיס, 3,000 מייל איז שוין טיף, טיף אריין אין ספעיס לכל הדעות.
יעצט כאפ איך וואס דו מיינסט, אז א גרויסע חלק פון די 3,000 מייל דארף ער דאך ממילא ארויף פארן.
אבער עס דאכט זיך מיר אז איר זענט זיך טועה, ווייל ווייניגער ווי 100 מייל ארויף איז שוין זיכער ספעיס לגבי ארויספליען פון די אטמאספער.