'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5493
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

נשמה איך גלייב שווער אז ניינערס אנטוויקלען אזוי שנעל או סי די . זעקסערס ווייל זיי דאגענען א גאנצן טאג אפשר אפשר אפשר און אפשר נישט און אפשר יא קימט ארויס ,או סי די והדברים פשוטים מאוד איך בין שאקט אז דו האלטסט אפילו אנדערש
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

fiena nieas האט געשריבן:נשמה איך גלייב שווער אז ניינערס אנטוויקלען אזוי שנעל או סי די . זעקסערס ווייל זיי דאגה'נען א גאנצן טאג אפשר אפשר אפשר און אפשר נישט און אפשר יא קימט ארויס ,או סי די, והדברים פשוטים מאוד איך בין שאקט אז דו האלטסט אפילו אנדערש

ווער זאגט דיך אז די מענטשן וואס דו קענסט אלץ OCD, און זיי דאגה'נען אפשר, אפשר, אפשר, זענען מענטשן וואס זענען טייפ זעקס? ווער זאגט דיך אז זייער בעסיק טייפ איז טייפ זעקס? ווער זאגט דיך אז זייער 'איגו' איז א זעקסערישער 'איגו'? וואו אין די סדר פון זייער אנטוויקלונג זאל א זעקסער אנטוויקלן OCO? ער פרעגט דאך אוטאריטי וואס צו טון און ער גייט דערפאר. ער שלאגט זיך צו פילן זיכער, סטאביל, סעיף און סעקיור. אמת, אז א זעקסער טראכט איבער זיין פריערדיגע באשלוס, אבער אז ס'זאל זיך אנטוויקלן OCD פון זיין איגו? ס'מאכט סענס?
זעקסער דאגה'נען נישט די זעלבע ווי א OCD, ס'איז נישט די זעלבע קוואליטעט. א OCD וועט טון אנדערש ווי א זעקסער.

און אויב ער איז יא א זעקסער, ווער זאגט דיך אז ער האט OCD? איז עס א זעקסערישער שטריך. א זעקסערישע איגו דיפענס.

א או סי די וועט פרעגן א דיין? ער פרעגט, אבער ער איז נאך אלץ אומזיכער. א זעקסער 'פרעגט וועם ער האלט ווייסט דעם ענטפער און ער פאלגט', כאטש ער פילט ביי זיך בשעת'ן פרעגן "ער גייט מיך ווייטער שטיצן, יא שטיצן, נישט שטיצן, ער האט מיך יא ליב, נישט ליב, יא ליב נישט ליב" ער ספק'ט ארום, אהער און אהין, אבער איינמאל ער פרעגט פאלגט ער.

ניין, ניינערס קענען טאקע באשלוסן "לאמיך אפ פון OCD, יעצט וויל איך עס נישט האבן".
אוועטאר
מח בקדקדו
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מח בקדקדו »

דאס איז פשוט, אז ס'איז לאו דוקא אז נאר דער זעקסער זאל אנטוויקלען ,OCD אבער פארוואס זאגסטו נשמה, אז דער זעקסער אנטוויקלט עס נישט?
הנשמה שבמוחי
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

מח בקדקדו האט געשריבן:דאס איז פשוט אז ס'איז לאו דוקא אז נאר דער זעקסער זאל אנטוויקלען ,OCD אבער פארוואס זאגסטו נשמה, אז דער זעקסער אנטוויקלט עס נישט?

מ'דארף טראכטן פון OCD. די עיקר נאטור פון OCD, וויאזוי די מחשבות קומען אין קאפ, און פייניגן השם ירחם, איז נישט די זעלבע קוואליטי וואס א זעקסער האט ווען ער טראכט איבער צו ער האט געמאכט א גוטע באשלוס ביי זאכן וואס רירן אן זיין סעקיוריטי. א זעקסער וועט אפשר פרובירן צו טון מער פאר סעקיוריטי, אבער ער ווערט פארטיג אמאל. ער טראכט אהער, טראכט אהין, און טוט וואס ער פארשטייט אז מ'דארף טון לויט וויאזוי ער זעהט אינדרויסן פון זיך. ער ווערט נאכנישט איבערגענומען פונעם 'ספק' אזוי ווייט ווי דער OCD ליידענדער.

די מחשבות , די אבסעסיעס, וואס א OCD האט, פון מחשבות וואס קומען דירעקט ווייל ער לאזט עס נישט אויסלופטערן. ווייל ער וויל זיין אין קאנטראל. און ער ציטערט פון אזאנע מחשבות, אז אזאנע מחשבות זאלן ח"ו נישט קומען צו אים. דערפאר וועט ער טון פעולות צו בלייבן 'ריין'. צו בלייבן מיט זיין סענס אף סעלף אז ער איז א 'צדיק', און אז מ'קען אים נישט קריטיקירן. און ווי מער מ'שטרענגט זיך אן צו בלייבן 'ריין', אלץ מער קומען די מחשבות צו קריכן. ווי איינער זאגט "לאמיר דורכגיין און ווערן אויסגעלופטערט" אבער ער לאט נישט. ער וויל פילן און בלייבן מיט די שפיר אז ער איז א צדיק. הונדערט פראצענט גוט און בשלימות. דאס אליין, די 'איגו דיפענס' אנצוהאלטן ווייטער זוכה צו זיין, צו 'שפירן' אז מ'איז 'יא' ריכטיג, "איך בין ריכטיג, און איך וויל בלייבן ריכטיג" דאס אליין שטעלט אים אין א מלחמה וואס איז גורם די אלע מחשבות, און אויך קאמפאלשענס. דעס רצון צו זיין 'בשלימות', "איך האב נאר רעכט צו שפירן אז איך בין גוט, ווען איך בין בשלימות אויף א גאר הויעכע סטאנדארט" דאס אליין קען דירעקט גורם זיין או סי די, השם ישמור וירפא.

און די זעלבע מיט קאמפאלשענס, ווען א ocd פרובירט צו מאכן קלין זיינע זאכן, אז ס'זאל זיין קלין, קלין, קלין, און קלין, און דערוואג דיך נישט צו זאגן אז איך בין נישט קלין, איך זאג 'יא' און דו זאג נישט 'ניין', איך גיי זיין שטערקער, ווייל איך בין יא קלין, און מאך מיך נישט פילן שלעכט. דאס איז סך שטערקער ווי וואס א זעקסערישע איגו קען באווייזן.

ווען דו קוקסט אויף די מהלך וויאזוי OCD לויפט אין מענטש, קענסטו עס נישט צושטעלן צום זעקסער.

יא, ס'דא זעקסערישע שטריכן, אבער ס'איז נאכנישט OCD. זעקסערישע שטריכן זענען "איך האב מורא צו טון דעס און דעס, ווייל איך ווייס נישט זיכער, אז ס'איז זיכער אז אזוי צו טון, סאו איך טו גארנישט, זאל עס יענער טון פאר מיר". דאס איז נאכנישט OCD.

אונטערשטע שורה איז, אז OCD האט צוטון מיט די איינזערישע 'איגו'. אויב דו ווילסט וויסן "פון וועכע איגו דיפענס קומט ארויס א פרי וואס הייסט OCD"? די תירוץ דערויף איז איינס. א דירעקטע שייכות מיט די איינזערישע איגו.

מ'דארף זייער אכטונג געבן ווען מ'זעהט אן איינזער קינד, וואס פילט זיך גוט מיט זיין שלימות, אויסצולערנען דאס קינד אויף עפעס אן אופן, אז "איך ווייס אז דו ביסט גוט און וואויל, אבער נישט דאס איז דיין גאנצע 'דו', נישט וועגן דעם האסטו רעכט צו שפירן גוט מיט דיר אליין" דאס דארף לויט ווי איך פארשטיי יעצט, אריינלייגן אינעם קינד אז ער זאל נישט וועלן אזוי שטארק זיין זייער וואויל אלעס כדי זוכה צו זיין צו פילן גוט מיט זיך "ווייל איך בין זייער וואויל". ער זאל פילן גוט מיט זיך, "ווייל דער אויבערשטער איז מוחל לשבים". ווייל איך בין וואס איך בין.

אוודאי דארף מען זיין וואויל, איינזערס קענען עס נישט פארשטיין געהעריג, "וואס הייסט איך דארף נישט זיין וואויל, איך מעג טון וואס איך וויל"? אוודאי דארף מען זיין גוט. אבער דאס געפיל, דאס גוטע געפיל פון "אה, ב"ה איך בין גוט, איך האב אזוי מורא געהאט צו זיין 'שלעכט', און יעצט ווייל איך בין גוט קען איך מיך פילן גוט מיט מיר אליין", דאס קען גורם זיין אז מ'זאל אלעס טון עס ווייטער אנצוהאלטן. "ווען מעג איך פילן גוט מיט מיר, ווען? ווען איך בין וואויל אזוי ווי נעכטן". די שפיר פון 'איך', דארף נישט קומען "איך בין וואויל און איך גיי ווייטער זיין וואויל". ביי ערליכע יודן האט מען געוואוסט אז מ'איז געווען "איך דארף תשובה טון" און איך בין צופרידן מיט דעם אז דער אויבערשטער איז א מוחל לשבים. יעצט פרעג נאכאמאל "אבער מ'דארף דאך זיין וואויל" ניין? "אויב איך דארף תשובה טון, בין איך עכט שלעכט, איך וויל זיין וואויל".

אין איינזערס דארף מען גוט אריינלייגן, אז זיי זאלן זיך פילן העפי מיט זיך, נישט וועגן זיי זענען 'וואויל'. נאר ווייל זיי זענען א יודיש קינד וכו'.
לעצט פארראכטן דורך נשמה אום מאנטאג יאנואר 15, 2018 1:39 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

איך זעה אדווערטייזט קלאסן צו לערנען די אניגראם.
נשמה דאס מאכסטו אפשר...??
(נאר א וויץ)
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

נשמה האט געשריבן:

מסכים מיט כמעט יעדער ווארט.
אבער די ווערטער: ער זאל פילן גוט מיט זיך, "ווייל דער אויבערשטער איז מוחל לשבים". ווייל איך בין וואס איך בין. דאס איז נישט אינגאנצן ריכטיג הן מחמת אמיתת הדברים בעצמן ואין כאן המקום להאריך בזה. און איז אויך נישט ריכטיג צי לערנען אזוי מיט א איינזער.

דער איינזער טאטע דארף פילן גוט אויב ער איז נישט געגאנגען צי די שמחה פון זיין חבר, כאטש עס איז ריכטיג יא צו גיין, און אפילו זיין חבר איז נישט מוחל לשבים.

אניאגראם איז ברייט און טיף, אבער יעדער איינער קען ארויסנעמען איין זאך פון די גאנצע אניאגראם: דאס וואס איך פיל אלעמאל אזוי ( ---- פיל אריין דיין שוואכקייט---- ) איז האלבוועגס אדער אינגאנצן א איינרעדעניש וואס ליגט אין מיר בטבע, בעזהשי"ת וועל איך פרובירן זיך נישט אינטער צי געבן

דער איינזער זאל אנערקענען: איך האב א איינרעדעניש איבער טון נאר וואס עס איז אויסגעהאלטן. פון היינט און ווייטער ווייס איך אז דאס איז נישט איינס פון מיינע מעלות עס איז א איינרעדעניש. איך וועל מער נישט זאגן הערות פאר מענטשען, איך וועל דולדן מענטשליכע טעותים וואס איך אדער אנדערע מענטשען מאכן. איך וועל זיכן שלימות אבער איך וועל אויך מקיים זיין מאמר החכם מן הזהירות שלא תרבה ליזהר- איין זאך וועל איך וויסן פאר זיכער, איך וועל נישט אנבינדן זיין דאס פילן גוט איבער זיך מיט דאס טון וואס עס איז אויסגעהאלטן!

דער זעקסער זאל אנערקענען: איך האב א איינרעדעניש איבער זיכערקייט. פון היינט און ווייטער וועל איך.....
דער זיבענער זאל אנערקענען: איך האב א איינרעדעניש איבער זיין באגרעניצט פון היינט און ווייטער ווען איךפיל אז איך מיז לויפן/קויפן/פילן די נעקסטע/אנדערע/נייע/זאך וועל איך וויסן אז דאס איז א איינרעדעניש.

איך וועל וויסן אז איך קען נישט אנפילן די לאך וואס איך האב אין מיר דורך נאכגעבן מיין שוואכקייט!
לעצט פארראכטן דורך דערבארומדיג'ער אום מאנטאג יאנואר 15, 2018 4:33 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
מח בקדקדו
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מח בקדקדו »

דערבארומדיגער! פארוואס זאגסטו אז עס איז אן איינרעדעניש?, דער אייזנער האט באמת א נטיה צו טון וואס איז ריכטיג, דעיס איז נישט קיין איינרעדעניש, און עס איז יא פון זיינע מעלות, איינרעדעניש איז מיין איך נישט די ריכטיגע ווארט, די קראנקהייט פון יעדע טייפ הייבט זיך אהן ווען ער הייבט אהן צו באשלוסן אז דעי נאטור וואס איך האב "דאס בין איך", און לויט דעם בוי איך מיך, און אהן דעם בין איך נישט קיין מענטש, איינמאל ער באשלוסט אויף זיין טייפ אז דאס בין איך, און איך מוז פאר יעדן פרייז היטן אז מיין "איך" זאל נישט פארשווינדן ווערן און עס זאל נישט בארירט ווערן [איגאו דיפענס = קרעדיט נשמה] ווייל אויב יא בין איך אויס, ווי מער ער גייט אריין אין זיך און ער קוקט נישט באמת אויף וואס איז ריכטיג נאר די ריכטיגקייט ווערט געמאסטן לויט זיך און לויט זיין געפיל וואס מאכט אים פילן אז ער איז גוט, דאס איז וואס מאכט אים קראנק.
הנשמה שבמוחי
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

דערבארומדיגער האט געשריבן:מסכים מיט כמעט יעדער ווארט.
אבער די ווערטער: ער זאל פילן גוט מיט זיך, "ווייל דער אויבערשטער איז מוחל לשבים". ווייל איך בין וואס איך בין. דאס איז נישט אינגאנצן ריכטיג הן מחמת אמיתת הדברים בעצמן ואין כאן המקום להאריך בזה. און איז אויך נישט ריכטיג צי לערנען אזוי מיט א איינזער.

ביסט גערעכט, איך האב נישט געשריבן אזוי קארעקט. איך האב עס געטראכט צו פאררעכטן. אויב ס'איז שוין יא דא א שמועס דערוועגן, וועל איך דיר זאגן וואס איך האב געטראכט בשעת'ן שרייבן. איך האב געטראכט: וויאזוי וואלט א איינזער געשפירט אויב מ'נעמט אוועק זיין סענס אף סעלף פון: "איך טו אלעס גוט, און איך בין וואויל". ס'איז נישט אזוי אינטערעסאנט מסביר צו זיין וואס איך האב געטראכט, אבער איך האב געטראכט, "פארוואס פילט א אנדערע טייפ גוט מיט זיך, אויב נישט מיט דעם אז ער טוט אלעס 'ריכטיג'" האב איך געטראכט, מן הסתם קומט ביי אים גראד ארויף די מחשבה "דער אויבערשטער איז מוחל לשבים", וואס דען זאל ער טראכטן? ער האט דאך נישט דעם סענס "איך טו אלעס גוט און ריכטיג". כאפסט?

ווען מ'דארף מחנך זיין דעם איינזער'ל, און אים מסביר זיין עפעס, קומט גראד ארויף ביי אים א 'איגו דיפענס', אזוי ווי "יו, לאמיר הערן וואס נאך איך דארף פאררעכטן, און ווער ווייסט וואס איך האב נישט גוט געטון" (א שווערע אטעם...)

דער איינזער, ווען ער הערט קריטיק וואס דארף 'אוועקנעמען' זיינע איגו דיפענסעס, קען עס גורם זיין אויף ערגער. "נישט נאר איך פלאג מיך צו זיין וואויל, קומסטו מיר נאך זאגן אז איך טו עפעס נישט גוט, איך ווייס שוין נישט וואס 'יא' צו טון" ער פילט אז ער דארף עפעס 'פארבעסערן'. אנשטאט 'נאכלאזן' און ווערן פאזיטיוו און אננעמען די וועלט 'לייכטער'. א איינזער קען נישט פארנעמען קריטיק, ער נעמט ארויס אזא שטיינער-ווארפער, זיך צו באשיצן. אדער זיך פארענטפערן. מיר דארפן טרעפן א וועג וויאזוי אריינצוגליטשן די דיבורים, אן דעם וואס די 'איגו דיפענס' זאל זיך אנצינדן. און דערפאר איז ענדערש צו האבן צום איינזער א 'עדיטוד' וואס קריצט אים איין די מעסעדש "דו האסט א רעכט צו פילן גוט מיט דיר, סתם ווייל דו ביסט דו". אלץ א חלק אלוק ממעל. אלץ א יוד. אלץ מיין קינד וכו'.

אמת אז מ'קען נישט זאגן פאר א איינזער "פיל גוט מיט דיך ווייל דער אויבערשטער איז מוחל לשבים", ווייל דאס געט אים די מעסעדש אז זיין 'פחד' וואס ער האט אזוי מורא אז ער איז 'שלעכט' איז טאקע אמת. איי, וואס טו איך, וועט ער טראכטן, איך מוז שוין תשובה טון. א איינזער וויל דאך בשורשו זיין גוט, וועט זיך דאך ווייטער אנצינדן זיינע איגו דיפענסעס.

סוף דבר, פשוט אויף זיך צו פארענטפערן אז איך האב פשוט נישט געשריבן קארעקט און ריכטיג. א מענטש קען נישט שפירן גוט מיט זיך ווייל דער אויבערשטער איז מוחל לשבים, כאילו מ'קען טון וואס מ'וויל ח"ו, איך האב דעס נישט געמיינט, איך האב שוין אויבן געשריבן, איך האב פשוט געטראכט, אויב מ'נעמט אוועק פונעם איינזער זיין 'סענס אף סעלף' פון 'איך בין ריכטיג און וואויל' וואלט לכאורה ווען מ'וואלט אים געפרעגט "פארוואס פילסטו גוט מיט דיך"? וואלט געווען דער תירוץ מער "מ'קען דאך תשובה טון". כאפסט?

אבער איך וואלט עס נישט געדארפט שרייבן.

דער איינזער טאטע דארף פילן גוט אויב ער איז נישט געגאנגען צי די שמחה פון זיין חבר, כאטש עס איז ריכטיג יא צו גיין, און אפילו זיין חבר איז נישט מוחל לשבים.

די רגע דער איינזער טאטע וויל 'פאררעכטן' דאס וואס ער איז נישט געגאנגען צו די שמחה פון זיין חבר, אלעס ווייל ער וויל ווייטער קענען שפירן "איך טו אלעס ריכטיג", זאל ער וויסן אז "איך טו אלעס ריכטיג" איז סתם א איינרעדעניש . אזוי ווי דו שרייבסט ווייטער.

וואס קען מען טון, דאס אז איינזער פילט "איך טו אלעס ריכטיג" איז נישט אמת. ער טוט נישט אלעס ריכטיג. און ער פארענטפערט זאכן וואס איז נישט ריכטיג, אלץ ריכטיג, אלעס ווייל ער וויל זיך שפירן 'קארעקט'. איך מיין אז דאס איז אויסגעהאלטן לויט אונזערע הייליגע ספרים. א מענטש דארף וויסן "ניין, איך טו נישט אלעס ריכטיג, איך האב נאך אפילו נישט אנגעהויבן". כן בדרך אמת. און א מענטש זאל נישט טון פעולות כדי צו קענען פילן "איך בין א צדיק".

יעדער איינער דארף ארויסנעמען איין זאך פון די גאנצע אניאגראם: דאס וואס איך פיל אלעמאל אזוי ( ---- פיל אריין דיין שוואכקייט---- ) איז כמעט אינגאנצן א איינרעדעניש וואס ליגט אין מיר בטבע, בעזהשי"ת וועל איך פרובירן זיך נישט אינטער צי געבן

יא גערעכט.
דער איינזער זאל אנערקענען: איך האב א איינרעדעניש איבער טון נאר וואס עס איז אויסגעהאלטן. פון היינט און ווייטער ווייס איך אז דאס איז נישט איינס פון מיינע מעלות עס איז א איינרעדעניש. איך וועל מער נישט זאגן הערות פאר מענטשען, איך וועל דולדן מענטשליכע טעותים וואס איך אדער אנדערע מענטשען מאכן

איך האב א איינרעדעניש אז איך מוז אלעס טון ריכטיג און אויסגעהאלטן, ווייל איך וויל ווייטער קענען שפירן גוט מיט מיר אליין אז "איך בין ריכטיג". איינמאל מ'נעמט אוועק דעם מקור פון די אלע זאכן, וואס דאס איז דער 'איגו', דארף אוועקגיין זיינע שוועריגקייטן, דארף אוועקגיין זיינע דיפענסעס. איינמאל א איינזער מאכט אפ "איך גיי מער נישט באשיצן מיין 'סענס אף סעלף' אז איך טו אלעס אויסגעהאלטן" דארף אוועקגיין זיין פראבלעם.

די קשיא, "איך דארף יא טון וואס איז אויסגעהאלטן אדער נישט, איך מיין איך בין דאך א יוד?" די קשיא פאלט אוועק, ווען ער מאכט אפ: "דעם 'סענס אף סעלף', דעם 'גאווה', גיי איך מער נישט באשיצן". איך גיי עס לאזן אפשטארבן. מי שרוצה לחיות ימות את עצמו. אויס.

דער זעקסער זאל אנערקענען: איך האב א איינרעדעניש איבער זיכערקייט. פון היינט און ווייטער וועל איך.....

איך האב א איינרעדעניש וועגן זיכערקייט, פון היינט און ווייטער וועל איך וויסן אז איך בין זיכער אפילו איך מאך נישט זיכער צו שפירן זיכער, ווייל איך פארלאז מיך אויפן אויבערשטן.
דער זיבענער זאל אנערקענען: איך האב א איינרעדעניש איבער זיין באגרעניצט פון היינט און ווייטער ווען איךפיל אז איך מיז לויפן/קויפן/פילן די נעקסטע/אנדערע/נייע/וכו' זאך וועל איך וויסן אז דאס איז א איינרעדעניש.

נאר גוטע זאכן איז עוועיליבל דא, אתו, עמו, אצלו.
איך וועל וויסן אז אפילו נאכן נאכגעבן מיין טריגער וועל איך נישט זיין באפרייט אויף צי לאנג. און איך קען, און איך וועל זיך פילן גוט אויך אן נאכגעבן מיין איינרעדעניש. עס איז נישט עכט, עס איז ממש נאר א איינרעדעניש!

ווען ס'קומט אריין אט דער טריגער, און מ'געט עס נישט נאך, נאר למשל דער איינזער "לגבי וויאזוי איך שפיר מיין 'איך', וועט גארנישט אויסמאכן וואס איך פאררעכט יעצט". אוודאי לגבי וואס מ'דארף טון, לגבי דין וחשבון, וועט עס אויסמאכן, אבער וויאזוי איך שפיר מיין סענס אף סעלף, דאס איז טאקע אן איינרעדעניש.

אזוי קוקט מיר אויס.
והשם הטוב יעזור שלא יצא מכשול מתחת ידינו.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

מח בקדקדו האט געשריבן:דערבארומדיגער! פארוואס זאגסטו אז עס איז אן איינרעדעניש?, דער אייזנער האט באמת א נטיה צו טון וואס איז ריכטיג, דעיס איז נישט קיין איינרעדעניש, און עס איז יא פון זיינע מעלות, איינרעדעניש איז מיין איך נישט די ריכטיגע ווארט, די קראנקהייט פון יעדע טייפ הייבט זיך אהן ווען ער הייבט אהן צו באשלוסן אז דעי נאטור וואס איך האב "דאס בין איך", און לויט דעם בוי איך מיך, און אהן דעם בין איך נישט קיין מענטש, איינמאל ער באשלוסט אויף זיין טייפ אז דאס בין איך, און איך מוז פאר יעדן פרייז היטן אז מיין "איך" זאל נישט פארשווינדן ווערן און עס זאל נישט בארירט ווערן [איגאו דיפענס = קרעדיט נשמה] ווייל אויב יא, בין איך אויס, ווי מער ער גייט אריין אין זיך און ער קוקט נישט באמת אויף וואס איז ריכטיג נאר די ריכטיגקייט ווערט געמאסטן לויט זיך און לויט זיין געפיל וואס מאכט אים פילן אז ער איז גוט, דאס איז וואס מאכט אים קראנק.

"מח" ביסט גערעכט. דאס איז זיכער אז ס'דא א מלחמת היצר און מ'דארף אויסדרוקליך יא פיינט האבן 'שנאת מוות' צו שפירן א 'חלק' פון אונזער אייגענעם פסיכיק. נאר דער איינזער, אויב איז ער נישט אינגאצן געזונט, רייסט ער נישט אויס דעם רע פון זיך, ער שפירט זיך אלץ צדיק און ירא שמים, ער שטופט אריין זיין 'רע' טיף אינעווייניג, פארבט זיך אפ פון דרויסן און פילט זיך הייליג און ריין און שוין, אבי ער פילט זיך אלץ צדיק, חסיד, ישר, ונאמן, און ער וויל נישט וויסן אז 'באמת' איז ער נאכנישט אוועקגעפאלן פון אלע תאוות און שלעכטע מידות, התפארות און אלע מינע שקרים. וואגן זאל זיך איינער אים צו זאגן אז ער גייט נישט אויפן ריכטיגן אמת'ן וועג, דער וועט זיך אזוי דיפענדן. מ'דארף דעם חלק הרע פיינט האבן שנאת מוות בתכלית און זיך דערקעגן שטעלן און עס אויסרייסן פון זיך מיטן 'שורש'. אז ס'זאל באמת עקלן, נישט סתם זיך שפירן ווי א 'צדיק' און שוין, ווען אינסייד איז מען פול מיט 'רע', כעס, גדלות, מרמה, שקר, און אלע מינע קליפות. איינזערס ווילן שפירן אז זיי זענען בשלימות. "איך בין אינגאנצן גוט", און דאס שטערט אים פון איינזעהן אז ער האט נאכנישט אנגעהויבן ארויסצוגיין פון די תאוות. דאס מיינט ופושעים יכשלו בם, ווייל ער וויל זיך שפירן אלץ א צדיק און א חסיד, באקומט ער א 'איגו', באקומט ער 'גבהות הלב', און שפירט זיך גוט, שפירט זיך 'ריכטיג' און רייסט נישט אויס פון זיך דאס שלעכטס. דעס וועלן זיך שפירן "הייליג און גוט", און דאס זיך שפירן אלץ "הייליג און גוט, ממש א צדיק" מאכט פראבלעמען.

וויבאלד אן איינזער ארבעט זיך נישט עכט אויס, איז ער ברוגז אויף זיך, און דערפאר זעהט ער קריטיק וואו ער קוקט נאר. דאס גאנצע ענין פון וועלן האבן 'שלימות', זיך וועלן שפירן "איך בין גאנץ" פאלט אוועק איינמאל מ'ווייסט דעם אמת. וואס גאנץ, ווען גאנץ, וואו גאנץ. און איינמאל א איינזער הערט אויף צו וועלן אנהאלטן דעם שפיר "איך בין גוט". נאר ער הייבט אן שפירן "איך האב אסאך וואס צו ארבעטן מיט מיר, און איך גיי טרעפן נאך און נאך". קען ער מודה זיין אויף א טעות וואס ער האט געמאכט, אויף א תאווה'לע וואס ער האט נאכנישט אויסגעריסן וכו', און ארבעטן דערויף בלב ונפש. עיין בהכשרת האברכים, צום סוף איז דא צו וזירוז, אות ד.
לעצט פארראכטן דורך נשמה אום דינסטאג יאנואר 16, 2018 1:06 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מקבל ומשפיע
שר מאה
תגובות: 116
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 01, 2018 2:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקבל ומשפיע »

מח בקדקדו האט געשריבן:דערבארומדיגער! פארוואס זאגסטו אז עס איז אן איינרעדעניש?, דער אייזנער האט באמת א נטיה צו טון וואס איז ריכטיג, דעיס איז נישט קיין איינרעדעניש, און עס איז יא פון זיינע מעלות, איינרעדעניש איז מיין איך נישט די ריכטיגע ווארט, די קראנקהייט פון יעדע טייפ הייבט זיך אהן ווען ער הייבט אהן צו באשלוסן אז דעי נאטור וואס איך האב "דאס בין איך", און לויט דעם בוי איך מיך, און אהן דעם בין איך נישט קיין מענטש, איינמאל ער באשלוסט אויף זיין טייפ אז דאס בין איך, און איך מוז פאר יעדן פרייז היטן אז מיין "איך" זאל נישט פארשווינדן ווערן און עס זאל נישט בארירט ווערן [איגאו דיפענס = קרעדיט נשמה] ווייל אויב יא בין איך אויס, ווי מער ער גייט אריין אין זיך און ער קוקט נישט באמת אויף וואס איז ריכטיג נאר די ריכטיגקייט ווערט געמאסטן לויט זיך און לויט זיין געפיל וואס מאכט אים פילן אז ער איז גוט, דאס איז וואס מאכט אים קראנק.

;l;p-
די לעזונג צו אלע פראבלעמען: > אין עוד מלבדו!!! < בדוק ומנוסה!
חינוך מיינט: משפיע זיין כדי מחנך צו זיין! און נישט: מחנך זיין כדי משפיע צו זיין!
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

יישר כח פאר די הערות, עס קומט מיר אן ביטער שווער צי טייפן אידיש און די הערות געט א געפיל אז עס איז גענומען געווארן און באטראכט...

מח ביסט גערעכט אז עס ליגט מעלות און ווילן טון דאס ריכטיגע, דער איינרעדעניש פונעם איינזער איז אויף צוויי שטאפלען: 1. אז עס איז מעגליך פאר אלע בשר ודם'ס צי טון אלעס און אלעמאל בתכלית השלימות 2. מען קען נישט און מען טאר נישט אראפשלינגען עפעס וואס איז נישט אויסגעהאלטן לויט זיין דעפיניציע פון "ריכטיג"

דער אמת איז אז מען דארף טאקע פרובירן צי טון דאס ריכטיגע, אבער דער כלליות מין האנושי וועט בהכרח מאכן טעותים, זיין פויל, האבן נגיעות, וכו' ביז עס וועט זיין דער תיקון השלם.
דער אמת איז אז מען דארף יא קענען סובל זיין אייגענע און אויך יענעמ'ס טעותים און עוולות אפילו אויב עס איז א עכטע עוולה, וכש"כ אז מען דארף נישט זיכן די שטרענגסטע פארשריפטן פאר "ריכטיג'קייט" כמנהג האיינזער.

דער איינזער פילט זיך גוט ווען ער טוט עפעס וואס איז גאר אויסגעהאלטן, און ער זעט זיך אלץ אן אויסגעהאלטענער מענטש,דאס איז זיין איגו. אויב ער טוט עפעס וואס איז נישט אויסגעהאלטן האט ער נישט קיין רואיגקייט, עס עסט אים אויף.
דער איינזער האט נישט קיין מנוחת הנפש ווען עמיצער רוקט די באנק אנשטאט די טיש, ווען דער גבאי איז מכבד מעכיל אנשטאט יענקל, ווען משה פילט אן זיין קאווע ביז עס רינט איבער אויף די פלאר, ווער רעדט נאך פון גרעסערע עוולות וואס אומ-מענטשען באגייען.

דאס קומט פון זיין איינרעדעניש אז זאכן מיזן זיין ריכטיג און אויסגעהאלטן.
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

נשמה האסט מיר היינט גערעכט געגעבן עטליכע מאל נאכאנאנד, וואט א זכיה...

ביטע זיי מער מרחיב את הדיבור ביי דעם זיבענער, וואס האסטו געמיינט צי שרייבן דארט? אתו, עמו, אצלו

אולי צ"ל: גוטע זאכן איז עוועיליבל נאר אתו עמו אצלו כביכול השי"ת
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

נשמה האט געשריבן:
דערבארומדיגער האט געשריבן:מסכים מיט כמעט יעדער ווארט.
אבער די ווערטער: ער זאל פילן גוט מיט זיך, "ווייל דער אויבערשטער איז מוחל לשבים". ווייל איך בין וואס איך בין. דאס איז נישט אינגאנצן ריכטיג הן מחמת אמיתת הדברים בעצמן ואין כאן המקום להאריך בזה. און איז אויך נישט ריכטיג צי לערנען אזוי מיט א איינזער.

דער איינזער טאטע דארף פילן גוט אויב ער איז נישט געגאנגען צי די שמחה פון זיין חבר, כאטש עס איז ריכטיג יא צו גיין, און אפילו זיין חבר איז נישט מוחל לשבים.

די רגע דער איינזער טאטע וויל 'פאררעכטן' דאס וואס ער איז נישט געגאנגען צו די שמחה פון זיין חבר, אלעס ווייל ער וויל ווייטער קענען שפירן "איך טו אלעס ריכטיג", זאל ער וויסן אז "איך טו אלעס ריכטיג" איז סתם א איינרעדעניש . אזוי ווי דו שרייבסט ווייטער

100% גערעכט. איך האב געניצט דעם איינזער טאטע ארויס צי ברענגען ווי אזוי מחנך צי זיין דער איינזער אז ווען ער וועט זיין ערוואקסן זאל ער זיך גיט פירן, דהיינו ער זאל נישט פאררעכטן אלעמאל
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:יישר כח פאר די הערות, עס קומט מיר אן ביטער שווער צי טייפן אידיש און די הערות געט א געפיל אז עס איז גענומען געווארן און באטראכט...

מח ביסט גערעכט אז עס ליגט מעלות און ווילן טון דאס ריכטיגע, דער איינרעדעניש פונעם איינזער איז אויף צוויי שטאפלען: 1. אז עס איז מעגליך פאר אלע בשר ודם'ס צי טון אלעס און אלעמאל בתכלית השלימות 2. מען קען נישט און מען טאר נישט אראפשלינגען עפעס וואס איז נישט אויסגעהאלטן לויט זיין דעפיניציע פון "ריכטיג"

דער אמת איז אז מען דארף טאקע פרובירן צי טון דאס ריכטיגע, אבער דער כלליות מין האנושי וועט בהכרח מאכן טעותים, זיין פויל, האבן נגיעות, וכו' ביז עס וועט זיין דער תיקון השלם.
דער אמת איז אז מען דארף יא קענען סובל זיין אייגענע און אויך יענעמ'ס טעותים און עוולות אפילו אויב עס איז א עכטע עוולה, וכש"כ אז מען דארף נישט זיכן די שטרענגסטע פארשריפטן פאר "ריכטיג'קייט" כמנהג האיינזער.

דער איינזער פילט זיך גוט ווען ער טוט עפעס וואס איז גאר אויסגעהאלטן, און ער זעט זיך אלץ אן אויסגעהאלטענער מענטש,דאס איז זיין איגו. אויב ער טוט עפעס וואס איז נישט אויסגעהאלטן האט ער נישט קיין רואיגקייט, עס עסט אים אויף.
דער איינזער האט נישט קיין מנוחת הנפש ווען עמיצער רוקט די באנק אנשטאט די טיש, ווען דער גבאי איז מכבד מעכיל אנשטאט יענקל, ווען משה פילט אן זיין קאווע ביז עס רינט איבער אויף די פלאר, ווער רעדט נאך פון גרעסערע עוולות וואס אומ-מענטשען באגייען.

דאס קומט פון זיין איינרעדעניש אז זאכן מיזן זיין ריכטיג און אויסגעהאלטן.

אזוי ווי א פירער אויב ער געט זיך אונטער זיין פחד פון פארלירן זיין 'איגו' וועט reinforce'ן זיין סענס אף סעלף, ווען ער וועט מורא האבן "אפשר גיי איך אויפהערן שפירן מיין איך", און ער געט זיך אונטער "אקעי, איך גיי נאך מער פילן די און די געפיל", אזוי אויך דער איינזער, ווייל ער וויל 'פעסטער' מאכן זיין 'איגו', זיין 'סענס אף סעלף' אז "איך בין גוט, איך בין נישט שלעכט", וועט ער נעמען זאכן וואס איז אויסגעהאלטן על פי הלכה צו פילן, אדער צו טראכטן, אדער צו טון, אדער זעהן אז יענער טוט עס, און ער וועט זאגן "ניין, געוואלד מ'טאר נישט, ס'איז אן עבירה". פאר דעם דארף מען בארואיגן זיינע מחשבות, און רעדן צו אים רואיג, "וואס גייט פאר שעפעלע? וואס טאר מען נישט? ווער האט דיך געזאגט אז מ'טאר נישט?" וועט ער אנהייבן זעהן אז "איין מינוט, ווער זאגט טאקע אז מ'טאר נישט, איך האב עס מיך אליין באשלאסן, איך האב מיך אליין איינגערעדט אזוי" (ווייל ער האט מורא צו פארלירן זיין 'איגו')

והשם הטוב יעזור.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:נשמה האסט מיר היינט גערעכט געגעבן עטליכע מאל נאכאנאנד, וואט א זכיה...

ביטע זיי מער מרחיב את הדיבור ביי דעם זיבענער, וואס האסטו געמיינט צי שרייבן דארט? אתו, עמו, אצלו

אולי צ"ל: גוטע זאכן איז עוועיליבל נאר אתו עמו אצלו כביכול השי"ת

ב"ה
זיבענערס האבן נישט קיין געדולד צו איינזיצן רואיג, זייער קאפ מוז פלאנירן וואס ס'קומט נעקסט. זיבענערס האבן מורא פון פילן ארומגענומען מיט גדרים. זיי וואלטן געוואלט אז מ'זאל קענען פארן אויף הונדערט כחפץ לב, אן באקומען א טיקעט. זיי האבן נישט ליב רויט לייטס און סטאפ סיינס. (איך מאך א משל) אויב א קאר וואס פארט פאר זיי סלאוט זיי אראפ, קומט א פייף, אויב נישט פעסן (אדער פעסן מיט א פייף צוזאמען). סיד בעלטס איז א פראבלעם. זיבענער האבן נישט ליב סידבעלטס. זיצן אויף א גמרא וואס מ'פארשטייט נישט און מ'דארף אריינטראכטן דערין איז שווער. זיי זענען אין א rush. "יו, דו גייסט מיר יעצט פארציילן דיינע ווייטאגן, איך האב נישט קיין געדולד, וואס איז נייעס? נעקסטע וואך גיי מיר צו די חתונה, יא? וואו גיימיר איינשטיין אויף שבת? עפעס א גוטע האטעל, האסט עפעס א פארשלאג? נע, יענע האטעל זאג איך אפ, איך האב געטראפן סך א בעסערע, בעסערע עסן, בעסערע אלעס" (א ניינער האט נישט קיין געדולד צו אי מנוחה, א זיבענער האט נישט קיין געדולד ווייל ווייטאג צייגט אים אז די וועלט איז באגרעניצט)

פארוואס איז א איינרעדעניש אז מ'מוז האבן נאך און נאך עקספיריענסער צו פילן 'חיות? ווייל זיי כאפן נישט אז צו פילן 'חיות' און פרישקייט, קומט ווען מ'אנטלויפט נישט פון די יעצטיגע מציאות, צו די קומענדיגע מציאות, מ'לעבט מיטן יעצט, אן גארנישט טון. לעב! אויב איך זיץ ביי א חתונה וואס ס'שפיהלט שיינע מוזיק, ארום גענומען מיט באקאנטע, און איך טראכט אגאנצן צייט "וואס קומט נעקסט, באלד, וואס נאך..." אפילו אויב איך בין מלא ענערגיע, געב איך אבער נישט קיין געלעגנהייט צו ווערן טיף באאיינדרוקט פון די מציאות וואס ס'קומט פאר ארום מיר. אויב איך לויף אדורך א שיינע פארק, מיט הערליכע בלומען, וכו', אויב איך לויף עס דורך, געב איך נישט קיין צייט הנאה צו האבן דערפון. געב איך נישט קיין צייט צו האבן 'חיות' דערפון. אזוי זענען זיבענער, זיי ווילן הנאה האבן, אבער זיי האבן נישט קיין הנאה, ווייל זיי טראכטן אגאנצן צייט "וואס קומט נעקסט". זיי האבן נישט קיין הנאה פונעם גלעזעל וויין, (משל) ווייל זיי זענען פארנומען צו טראכטן "וואס נאך קען מען טון". זיי זענען אזוי נישט צוגעוואוינט צו טראכטן רואיג און טיף (א שטייגער ווי דער פינעווער), זיי זענען אזוי נישט צוגעוואוינט צו 'פילן' טיפע אינערליכע געפילן, (א שטייגער ווי דער פירער) זיי ווייסן נאר וויאזוי מ'טראכט "וואס נאך" בשעת'ן טון. די רגע ס'פאלט זיי ביי צו טון עפעס, אדער זאגן עפעס, טוען זיי עס באלד דערויף. ס'דא זייער א קליינע וועג (איך רעד פון געווענליכע זיבענער) פון די ווילן צו זאגן עפעס, ביז ס'ווערט געזאגט.

ווער האט מער הנאה פון פארן אויפן וועג? איינער וואס איז פארנומען צו פעסן יעדע קאר וואס דאכט זיך אים אז יענער באגרעניצט אביסל (יו, דו גייסט מיר יעצט גיין אויף די נערווען... מאך מיר נישט אנגעצויגן... פייף...), אדער איינער וואס ס'גייט אים נישט אן אז יענער באגרעניצט א משהוא? אז מ'קוקט אויף ביידע, זעהט מען אז ווער ס'איז פארנומען אז גארנישט און קיינער זאל אים באגרעניצן, ער האט נישט די ריכטיגע הנאה. ער ווערט אפשר 'עקסיידעט' פון פליען אויפן הייוועי, אבער דאס מאכט אים אז ער זאל מער און מער אנטלויפן פון באגרעניצונגען, און זיין פארנומען צו אנטלויפן אזוי ווי א הערש וואס איז פארנומען צו לויפן. "ס'איז זייער עקסיידינג, אבער יענץ וואלט געווען מער עקסיידינג". ווען ער זאל אויפהערן צו אוועקלויפן פון קארן וואס מאכן פארן שטאטער, וועט ער זיך בארואיגן, און אנהייבן פילן אז ער לעבט. קודם איז עס אביסל שווער, אבער נאכדעם הייבט מען אן צו פילן אז מ'לעבט. באקומט מער חיות, און מער הנאה.

דאס האב איך געמיינט מיט די אתו, עמו, אצלו. די הנאה, דיין חיות איז דא נעבן דיר, ביי דיר, מיט דיר, וואס טראכסטו צו טון? וואו לויפסטו? דו פארפאסט דעם 'יעצט'. (עס איז באקאנט די מסילת ישרים, האדם לא נברא אלא להתענג על ה') ס'איז שווער צו אויפהערן טראכטן "וואס נאך"? מ'הייבט אן פילן ווי מ'שטארבט אפ. אבער עווענטועל הייבט מען אן צו שפירן אז מ'לעבט. צו עקספיריענסן דעם 'יעצט', מוזטו שפירן 'אינגאצן' דעם יעצט וויאזוי עס איז נאר. נישט אנטלויפן. נישט טראכטן פון שפעטער. און דו וועסט אנהייבן זעהן דיינע זיסע קינדערלעך קע"ה, און דו וועסט זיי אנהייבן געבן א גוט ווארט. נישט נאר טראכטן וואס נאך.

זיבענערס קענען זיין אזוי אנגעווייטאגט, "גארנישט גייט נישט", גארנישט מאך מיך נישט פרייליך, ס'פילט זיך עפעס נישט די עכטע ענדשויעמענט. משא"כ רואיגע מענטשן, זענען רואיג און צופרידן. זיי האבן הנאה. זיי האבן חיות. אפילו זיי האבן סך ווייניגער. פארוואס? ווייל אנטלויפן פון ווייטאג, פעסן א קאר וואס מאך דיך פארן שטאטער, מאכט אז מ'זאל עווענטועל ווערן אומצופרידן. לעב אינעם יעצט. וויאזוי עס איז. האב הנאה פון דיין לעבן און דאנק השי"ת. און בעהט אים אויף ווייטער.
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

הוי נשמה.. אויב די האסט נאר געמאכט א משל, מאך איך כסדר די נמשל... איך פייף און פעס אריבער אלע קארס וואס קריכן ווי א מעקעלע פאטעיטאס, איך לויף און לויף לויף צי די נעקסטע זאך, און אזוי לויפן דורך מיינע טעג און יארן ליידער...

ווייטאגלעך... איך הייב אן טון זאכן מיט גרויס ענערגיע אבער נאנט צים סוף געב איך אויף ווייל אנדערע זאכן זענען סאך בעסער, לאמיר גיין אהין, דארט קען מען סאך מער פארדינען...

די אמת איז אז דא ממש צווישן מיין נאז און די סקרין ליגט מיין גליק... אט האב איך גע'אטעמט אההה... איך לעב... נאכאמאל אהההאההה.... איך דארף נישט אויפמאכן א אנדערע טעב און CHROME... איך דארף נישט לויפן צי א אנדערע אשכול ... אט דא מיט מיר אליין איז א מחיה,

אההה......

איך פיל מיר באמת גוט יעצט, נישט קיין גוזמא
אהההה
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

איך טראכט אז חזן יאסעלע ראזנבאלט ז"ל איז געווען א פינעווער מיט א פירער פליגל.
ווען מ'קוקט אויף די בילדער פון יאסעלע, זעהט מען ווי ער קוקט שארף און צום פוינט, וואס בערך אזוי קוקן פינעווערס. פינעווערס באאבאכטן די וועלט. זיי קוקן מיט קאנצענטראציע. ווען מ'הערט שטיקלעך פון יאסעלע למשל 'עד הנה', מערקט מען, אדער קען מען מערקן, זיין צעטיילן די וועלט מער און מער און נאך מער ביז קליינליכע דיטאלן. יאסעלע איז געווען 'נאטן'. מ'זעהט אים האלטן די נאטן אין די הענט. יעצט, אויב איך זאג אז ער איז געווען א פינעווער, פינעווער זעען די וועלט 'נאטן'. ווי ער וואלט געזאגט "קוק ווי גוט איך שפיר אז מ'קען עס מסדר זיין". יעצט, ער האט געהאט גענוג פינף אין זיך, צו קענען אנגיין. פירער ווערן איינגעזאפט אין זיך און קענען נישט ארויסברענגען מער ווי א פעינטינג. (אויב זענען געזונט) א פעינטינג פעלט נישט אויס נאר 'אינטואישן' מיט 'געפיל', עס ארויסצוגעבן וויאזוי עס איז אינעווייניג. 'נאטן' דארף מען אן 'אנאליטיקל מיינד'. א געדאנק וואס ווערט נישט איבערגענומען פון געפיל, ביזן ווערן איינגעזאפט דערין. ער האט גענוצט דעם געפיל וויפיל ס'האט זיך אויסגעפעלט, אבער בעיקר האט ער גענוצט מחשבה. ער האט געשאפן ארט וואס מיט 'מחשבה' און געפיל.

יעצט, א פינעווער אליין וואלט די צאמצשטעל פון די נאטן אויסגעקומען 'טעכניש' אן געפיל. לייג צו א פירער פליגל, קומט ארויס, דיטאלן מסודר אבער מיט א 'שיינקייט'. מיט 'נפש'. נאר וועגן דעם 'פינעווער' האט ער געקענט גיין מיט געפילן און נישט ווערן סטאק.

פינעווערס מיט פירער פליגל, אלץ פינעווערס וועלן זיי עקספלארן זאכן וואס אנדערע מענטשן, אנדערע טייפס, שטייען ווייט דערפון. אבער יאסעלע האט טאקע דארט אריינגעטראכט. און דאך נישט געווארן סטאק. געב א קוק 'צור ישראל'. 'אחינו', געב א קוק 'אלוק עד שלא נוצרתי', מ'דארף כוחות צו קענען גיין אזוי ווייט אין געפיל און קענען אנגיין ארויסצונעמען דערפון עפעס. מיטן זיך אנהאלטן אין זיין 'פינעווערישקייט' סאלידקייט, פארשטייט מען וויאזוי ער האט געקענט קריכן צו דעם 'עפר אני בחיי, קל וחומר במיתתי'. געב א קוק 'יתגדל יארצייט', וויאזוי האט א מענטש געקענט דארט אריינקריכן, מיטן גאנצן געפיל. אלץ פינעווער פארשטייט מען אז ער האט נאר גענוצט וויפיל געפיל ס'פעלט זיך אויס, אבער נישט געווארן סטאק דארט. יא, ער האט ליב געהאט 'דראמא' יא, אוודאי האט ער געהאט פירערישקייט, אבער נאר אלץ פליגל. אוי יארצייט ליכט, פערטרויערט פערטראכט וכו'.

געב א קוק זיין 'רבי ישמעאל אומר'.

אזוי טראכט איך יעצט.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

שטארקייט!
שטארקייט מיינט נישט 'ריאקטיוו'. שטארקייט מיינט נישט 'שרייען'. שטארקייט מיינט נישט זיך 'רעגן'. שטארקייט מיינט נישט אז "איך בין שטארק". לאמיר דיר פרעגן "ווען דו שניידסט א חלה, דארפסטו נוצן כעס? דארפסט נוצן א 'איגו'? דארפסט ווערן 'אויפגערעגט' אויף דיין קינד וואס וואקט פונקט דאן אדורך? טארסט נישט 'שמייכלן' ווייל דו ביסט יעצט שטארק? דארפסט ווערן איבערגענומען אז דו ביסט יעצט שטארק? דארפסט ווערן אויפמערקזאם אז דו ביסט שטארק? דארפסט 'וויסן' אז דו ביסט שטארק? וואס דארפסטו וויסן ווען דו ביסט שטארק? גארנישט. ביסט שטארק. ס'קומט פון דיין עצם ביאינג. דאס איז א אכטער. אדער א ניינער מיט א אכטער פליגל. ווען דער ניינער פארשטייט אז מ'דארף יעצט טון למעשה. און מ'דארף יעצט נוצן דעם אכטערישן פליגל.

דער אכטער פילט נישט אז ער איז שטארק. ווער פילט אז ער איז שטארק? איינער וואס איז שוואך, פילט אז ער איז שטארק. יא? איינער וואס איז שטארק פילט נישט "איך האב מיך יעצט געשטארקט". מענטשן פילן ווי זיי פליען ארויס פון די שטוב, ווען זיי הערן ווי דער אכטער, אדער ניינער מיט א אכטער פליגל רעדט און נעמט זיך אן פאר זיינע רעכטן. ניטאמאל באקומט דער אכטער א רויטע פנים. גארנישט, ער ווייסט אפילו נישט אז ער האט יעצט אפעלירט שטארקייט. רבש"ע, ווי וואונדערליך זענען דיינע מענטשן וואס דו האסט אויף די וועלט. זיי פילן ניטאמאל "יעצט האב איך מיך 'געשטארקט', איך האב יעצט געוויזן 'גבורה', וואס? ווען? וואו?" זיי ווערן נישט מער און מער און מער אין 'כעס' אדער 'ריאקטיוו' לענגאויס דעם שמועס. און זיי דארפן זיך כמעט נישט בארואיגן נאכדעם. אלעס איז מיט די זעלבע סאלידקייט. 'אויפגעבן' קומט (ווען ס'קומט) "איך בין אומזיכער מיט מיך". "ווער זאגט דיך אז דו ביסט גערעכט"? אכטער'ס ווייסן נישט צו זאגן פון אזא סארט זאך "ווער זאגט אז איך בין גערעכט", זיי האבן נישט די אומזיכערקייט ווערימעל. אזוי האט זיי דער רבש"ע באשאפן. שטארק, סאליד, פעסט.

די פלא איז נאך מער, ווען דו זעהסט דעם ניינער מיט א אכטער פליגל דאס טון, ווערסטו נשתומם. נישט נאר דאס, נאר דו זעהסט ווי ער ווערט יעצט נישט אויס ניינער. איך האב געפרעגט אויבן, "דו דארפסט נוצן 'מאכט' ווען דו שניידסט א חלה"? ניטאמאל ווערט דער אכטער 'באליידיגט', אדער 'פארלוירן', "איך בין נישט דער פראבלעם, וואס עפעס דארף איך זיין שוואך, איך בין דאהי, און איך נעם מיך אן פאר מיינע רעכטן ב"ה, והשם הטוב יעזור".

ווער נישט פארלוירן פונעם אכטער, ער וויל גארנישט, שטיי אויף און זיי דיך רואיגערהייט אבער 'אנטשלאסן' מסביר. ווער נישט פארלוירן און ווייז נישט קיין ברעקל שוואכקייט. די ערגסטע איז ווען דו ווייזט שוואכקייט. שריי נישט, פארוואס דארפסטו שרייען? ער שרייט נישט אויף דיר. זיי דו אויך עקשנות'דיג און זיי דיך 'מסביר'.

כן נראה לי יעצט ווען איך שרייב די שורות. אז איך רעד פון א ניינער מיט א אכטער פליגל. איך קען נישט שרייבן נאר וואס איך פארשטיי יעצט. איך קען נישט שרייבן דאס וואס איך גיי וויסן מארגן און איבערמארגן. והשם הטוב יעזור.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

איך האב נאכגעהערט א גוט ווארט קוקט אויס אמת, פון א ערליכער יוד, האט ער געזאגט, מ'זאגט אין שמו"ע 'רפאינו ה' ונרפא הושעינו ונושעה כי תהלתינו אתה, וואס איז די 'כי תהלתינו אתה'? זאגט ער, מ'קען זיצן ביי א טערעפיסט, אבער מ'בעהט הייליגער באשעפער היילט אונז 'דו' אויס, ווייל ווען מיר זאגן ש'כח פארן רופא וואס האט אונז אויסגעהיילט, ווייסן מיר אז וועם מיר דארפן לויבן ביסטו. כי תהלתינו אתה.

ווען א איינזער, אדער דער איינזער חלק אין אונז דערזעהט זיך "אה, געב א קוק ווער איך בין, געב א קוק ווי ערליך איך בין, געב א קוק ווי אויפריכטיג איך בין, געב א קוק ווי אביעקטיוו אן פערזענליכע נגיעות איך בין, געב א קוק ווי באגלייבט איך בין, אה" און ער האט הנאה זיך אזוי צו פילן, און ער טראכט "איך וויל 'מיך' ווייטער 'אזוי' פילן", דאס איז, מיין איך, די אנהייב פון די 'איגו', אזאנס קען שלעפן איין 'איגו' דיפענס, נאכן צווייטן, ביז אויב איינזערס ווערן 'אומגעזונט' קען עס גורם צו נערווען פראבלעמען. השי"ת זאל אפהיטן און אויסהיילן.

ווען דער צווייער אדער דער צווייערישער חלק אין אונז פילט "אה, געב א קוק ווי שטארק מ'דארף מיך האבן, ווייל איך האב ליב די מענטשן וועגן דעם" און ער שפירט "איך וויל ווייטער שפירן אז מ'דארף מיך האבן" איז דאס די אנהייב לויט ווי איך מיין יעצט, פון זיין 'איגו', דאס קען שלעפן מער און מער ביז ער ווערט מאניפיולאטיוו, ער מאכט אז מענטשן זאלן אים דארפן. דאס קען גורם זיין אסאך ווייטאג, פיזישע ווייטאג.

ווען דער דרייער אדער דער דרייער'אישער חלק אין אונז פילט "אה, געב א קוק ווי ווערד איך פיל מיך צווישן עולם, ווייסט פארוואס, ווייל איך בין פונקט דאס וואס זיי שעצן, איך ווייס די ווערד וואס זיי ווילן זעהן אין א מענטש, און איך ווייס וויאזוי עס אהערצושטעלן פאר זיי, אז מ'זאל מיך אזוי זעהן, ס'פילט זיך אזוי גוט, אזוי זיך צו פילן, איך וויל עס ווייטער שפירן" לויט ווי איך פארשטיי, אויב דער דרייער וועט דאס וועלן פארזעצן, צו שפירן אויך מארגן און איבערמארגן, קען דאס שלעפן נאך און נאך 'דיפענסעס', נאך און נאך איגו דיפענסעס, ביז ער פארלירט זיין עכטע אוטענטישער 'זיך', ווייל ער ווערט מער און מער פארנומען וואס אהערצושטעלן פון זיך צום עולם.

ווען דער פירער אדער דער פירערישער חלק אין אונז פילט, "אה, האסט געזעהן, ווייסט, איך בין אזא סענסיטיוו מענטש, איך קען מיך פילן אזוי טיף, ס'גאנץ גוט 'זיך' צו שפירן אזוי שטארק, צו זיין אין באריר מיט די טיפסטע חלקים מיינס, איך וואלט געוואלט אז ווען איך וואש דישעס זאל איך עס אויך פילן" לכאורה, אויב מ'וויל ווייטער שפירן וויאזוי איך האב 'פריער' געשפירט מיין 'מיך', דאס איז די גורם זיך אפצושיידן פון די עולם המעשה, און אריינגיין אין עולם ה'געפילישער 'זיך', און לויט ווי איך האב געזעהן אין לימודים לדעת פון פליישמאן, אפילו בשעת תורה און תפילה, שרייבט ער איז אויך נישט געזונט אז מ'וויל ווייטער פילן דאס התעוררות וואס איך פיל יעצט. ווי פרובירן עס אנצוהאלטן, מ'דארף לאזן פלאץ פאר 'נייע געפילן' אריינצוקומען, און ס'גייט קומען, ס'גייט קומען, ווייסט פארוואס? ווייל דו גייסט אפלאזן די אלטע, די יעצטיגע, וועט קומען נייע. נייע פסוקים, נייע געפילן. נייע מענטשן, נייע געפילן, א נייע מינוט, נייע געפילן, נעקסט, נעקסט. וויל נישט פילן דיין נעכטיגער זיסער נפש. "ס'האט זיך נעכטן געפילט אזוי זיס און אנגענעם מיין 'מיך', וויאזוי פריז איך עס איין"?

ווען דער פינעווער אדער דער פינעווערישער חלק אין אונז שפירט, "אה, אזוי קלוג, אזוי פארשטענדליך, אזוי טיף, wow, ווייסט פארוואס? ווייל איך קוק 'גרונטליך' און איך טראכט גאר טיף, וועגן דעם. איך בין א טיפער טראכטער. ס'פילט זיך מורא'דיג וויכטיג אזוי צו פילן מיין 'מיך', א שטיק טיפקייט, דאס בין איך, איך האב אייביג געוואוסט" "ס'איז אזוי וויכטיג זיך אזוי צו פילן, ווייל בכלל, נאך א מזל איך באאבאכט, נאך א מזל איך טראכט, אזא וועלט? אזוי קאמפליצירט. נאר אזוי קען איך סורווייווען, אויב בכלל" וויאזוי מאך איך אז איך זאל 'מיך' ווייטער קענען 'אזוי' שפירן, איך טאר דעס נישט פארלירן. חלילה, איך מוז דעס אנהאלטן" דאס איז לכאורה, לויט ווי איך פארשטיי יעצט, די אנהייב פון זיין 'איגו', און זיינע באשוצונגען דאס צו באשיצן. דער געפיל וויאזוי דער פינעווער פילט זיין 'איך', און ער וויל זיך ווייטער אזוי שפירן. צוליב סיי וואסערע סיבה, דאס איז די אנהייב פון א 'איגו', און זיינע דיפענסעס.

ווער דער זעקסער, אדער דער זעקסערישער חלק (איך שמייכל, ווייל איך דערמאן מיך אז 'מקבל ומשפיע' האט געשריבן 'א זעקסער ח"ו') אין אונז שפירט "אה, יעצט פיל איך מיך זיכער, יעצט פיל איך סטאביל, יעצט פיל איך סאליד, אזוי וויל איך מיך פילן, דאס איז גוט. ס'איז אזוי סאליד מיך צו פילן אזוי. נאך א מזל איך האב מיך פארזיכערט. ענדליך" און ער טראכט "וויאזוי מאך איך זיכער, אז איך גיי 'מיך' ווייטער 'אזוי' פילן." דאס ברענגט צו מער און מער איגו דיפענסעס. ווייל ער וויל באשיצן זיין 'איגו', זיין סענס אף סעלף "איך פיל מיך זיכער". ס'דא צוויי מינע זיכער. ס'דא איך בין בוטח בה', איך בין זיכער? איך ווייס נישט. אבער איך 'פארלאז מיך אויפן אייבערשטן' דער אויבערשטער איז זיכער. נאכדעם איז דא "איך בין זיכער, ווייל 'איך' האב מיך פארזיכערט". דאס איז אנדערש. יודן אין מדבר זענען נישט געווען זיכער אז זיי גייען האבן וואס צו עסן מארגן, (אז איך האב מיך פארזיכערט עסן אויף מארגן) זיי האבן 'בוטח' געווען אין באשעפער. זיי האבן געמוזט. נישט געווען קיין גראסערי אין מדבר, גארנישט. זכרתי לך חסד נעוריך אהבת כלולותיך לכתך אחרי במדבר בארץ לא זרועה. ס'גארנישט געווען.

ווען דער זיבענער, אדער דער זיבענער חלק אין אונז, שפירט "ענדשויעמענט! דאס איז עס. אוועק פון די וועלט, פון די נעגעטיוו, פון די ווייטאג, פון די באגרעניצונגען, פרייהייט, פרייהייט, פרייהייט. אזוי גוט דעס. אזוי גוט זיך צו פילן אלץ א 'פרייער מענטש', איך קען טון וואס איך וויל, איך בין נישט באגרעניצט, איך גיי מאכן אסאך געלט, אזוי אז איך גיי קענען קויפן יענע קאר, איך האב פלענער נו" איינמאל מ'פילט אזוי דעם 'זיך', אלץ א בן חורין, ('לאך') און מ'וויל זיך ווייטער אזוי שפירן, איז דאס דער אנהייב צו אסאך פראבלעמען. א מענטש איז פריי? מ'האט פליכטן. מ'איז באגרעניצט? מ'איז נאר באגרעניצט ווייל מ'וויל פילן 'פריי', איינמאל מ'וויל נישט פילן די ענדלאזע פרייהייט, איז מען פריי. פריי פון די יצר הרע צו זוכן פרייהייט.

ווען דער אכטער, אדער דער אכטערישער פליגל אין אונז פילט, "אזוי, אריינגעגעבן, שטארק! איך האב מיך נישט געלאזט און איך גיי מיך נישט לאזן. גענוג געווען אלץ קינד, ס'האט זיך קיינער נישט אנגענומען פאר מיר, קיינער נישט וואוסענדיג געמאכט, און בכלל קיינער נעמט זיך נישט אן פאר קיינעם. אין אזא וועלט מוזטו זיין שטארק" איך מוז מיך ווייטער פילן אזוי. שטארק. דאס איז ווארשיינליך די אנהייב פון זיין 'איגו', די צופרידענהייט זיך צו פילן אלץ א שטארקער מענטש, די בענעפיטן זיך אזוי צו פילן, און די רצון זיך ווייטער אזוי צו פילן, מאכט אז ער זאל דאס באשיצן.

ווען דער ניינער, אדער דער ניינערישער חלק אין אונז פילט זיך "אה, רואיג, wow, אזוי רואיג דעס. ס'איז אזוי רואיג זיך אזוי צו פילן. ווייסט פארוואס? ווייל איך נעם נישט קיין פרעשור" און ער טראכט, "איך וויל באלד אויך שפירן אזוי רואיג" דאס מאכט אז ווען ס'קומט אויף אז מ'דארף האנדלן מיט א פראבלעם, קומט אפיר צו קריכן, "אבער דו גייסט אויפהערן צו פילן דיין 'דיך' אזוי ווי דו האסט עס געפילט נעכטן, דו ווילסט עס פארלירן?" ניין, ניין, ניין, יו, איך מוז בלייבן וויאזוי איך האב געפילט נעכטן. רואיג, ווי כאילו איך בין ביי א וואסער. און אלעס איז אזוי רואיג. איך וויל נישט ארויסקומען פון דא.
מקבל ומשפיע
שר מאה
תגובות: 116
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 01, 2018 2:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקבל ומשפיע »

דיער 6ער זיכט נישט סעקיורוטי אויף זיין לעבן, קיינער באדראעט אים נישט, די טווין טאיערס איז שוין לאנג אנגעפאלן, די טעראריסטן זענען שוין געהארגעט, קיינער וויל אים נישט אראפבייסן די נאז!
ער זיכט סך הכל סעקיורוטי פאר זיין שוואכע איך וואס האלט זיך אויף שוואכע און פאלטשע יסודות, און איז א גאנצן צייט פארנומען צו סעווען און פארזיכערן זיין פארזיכערונג!
און ממילא ווען עס קומט א סוטשאעישן וואס ער דארף (?) דאן היטן און פראפן און פראקטיצירן זיין זיכערקייט ווערט ער דיסטרעקטעט און פארלוירן, ער פארגעסט אלע יסודות וואס ער האלט זיך און איין חזרן אין קאפ וועגן היטן/סעקיורוטן זיין איך און פון פארלוירענקייט טוט ער נאכדעם נאון סענץ זאכן צירוקצוכאפן זיין איינגעפאלענע איך!

איר האט שוין אמאל געזעהן ווי איינער קומט אריין אין ביהמ"ד מיט א קאווע אין די האנט, און ער וואקט אזוי שטייטערהייט קוקענדיג פון זיינע פיס טריט צו די כוואליעס פון די קאווע אויבן און פון דארט צו זיינע הענט, כדי צו וואטשן אז די קאווע זאל זיך חלילה נישט אויסגיסן, און ער איז קאנצעטרירט אינגאנצן און זיין געוואטשעכץ אויף די קאווע. וועסטו זעהן רובא דרובא מאל וועט זיך עס ערגעץ ווי געבן גיס! איך מיין אז יעדער קען מעיד זיין אויף דעם.
משא"כ אויב וועט ער אריינקומען אין ביהמ"ד מיט קאנפידענס קוקענדיג אויף פאראויס מיט א זיכערקייט וועט זיך עס געווענליך נישט אויסגיסן.

אט דאס איז א 6ער!! לפענ"ד:

ואידך פירושא זיל גמור...

און איך וויל מיך אנטשולדיגן פארן צוריקומען צום 6ער איינמאל און נאכאמאל, נאר איך האלט פשוט און איין טראכטן פון די פלוגתא וואס איז דא צווישן נשמה און מוח ואני הקטן בנוגע דעם יסוד פונעם טיפוס השש. ואיתכם הסליחה:
די לעזונג צו אלע פראבלעמען: > אין עוד מלבדו!!! < בדוק ומנוסה!
חינוך מיינט: משפיע זיין כדי מחנך צו זיין! און נישט: מחנך זיין כדי משפיע צו זיין!
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

מקבל ומשפיע האט געשריבן:דיער 6ער זיכט נישט סעקיוריטי אויף זיין לעבן, קיינער באדראעט אים נישט, די טווין טאיערס איז שוין לאנג אנגעפאלן, די טעראריסטן זענען שוין געהארגעט, קיינער וויל אים נישט אראפבייסן די נאז!
ער זיכט סך הכל סעקיוריטי פאר זיין שוואכע איך וואס האלט זיך אויף שוואכע און פאלשע יסודות, און איז א גאנצן צייט פארנומען צו סעווען און פארזיכערן זיין פארזיכערונג!
און ממילא ווען עס קומט א סיטושאעישן וואס ער דארף (?) דאן היטן און פראפן און פראקטיצירן זיין זיכערקייט ווערט ער דיסטרעקטעט און פארלוירן, ער פארגעסט אלע יסודות וואס ער האלט זיך און איין חזר'ן אין קאפ וועגן היטן/סעקיורוטן זיין איך און פון פארלוירענקייט טוט ער נאכדעם נאון סענץ זאכן צירוקצוכאפן זיין איינגעפאלענע איך!

איר האט שוין אמאל געזעהן ווי איינער קומט אריין אין ביהמ"ד מיט א קאווע אין די האנט, און ער וואקט אזוי שטייטערהייט קוקענדיג פון זיינע פיס טריט צו די כוואליעס פון די קאווע אויבן און פון דארט צו זיינע הענט, כדי צו וואטשן אז די קאווע זאל זיך חלילה נישט אויסגיסן, און ער איז קאנצעטרירט אינגאנצן און זיין געוואטשעכץ אויף די קאווע. וועסטו זעהן רובא דרובא מאל וועט זיך עס ערגעץ ווי געבן גיס! איך מיין אז יעדער קען מעיד זיין אויף דעם.
משא"כ אויב וועט ער אריינקומען אין ביהמ"ד מיט קאנפידענס קוקענדיג אויף פאראויס מיט א זיכערקייט וועט זיך עס געווענליך נישט אויסגיסן.

אט דאס איז א 6ער!! לפענ"ד:

ואידך פירושא זיל גמור...

און איך וויל מיך אנטשולדיגן פארן צוריקומען צום 6ער איינמאל און נאכאמאל, נאר איך האלט פשוט און איין טראכטן פון די פלוגתא וואס איז דא צווישן נשמה און מוח ואני הקטן בנוגע דעם יסוד פונעם טיפוס השש. ואיתכם הסליחה:

און איך קריג מיך מיט דיר. ס'גוט. איך האב שוין געשריבן מיין דיעה. והשם יעזור. איך גיי נישט ענטפערן יעדע מאל נאכאמאל.

טייערקייט, מעגסט האלטן וואס דו האלסט. און ווען דו וועסט רעדן פונעם זעקסער, וועט עס מיינען דיין דעפיניציע פון זעקס. און איך רעד פון וואזוי איך פארשטיי וואס אזאנס עס איז א טייפ זעקס. ס'געשעהט נישט גארנישט. ס'קען זיין אז איך בין מיך טועה, זייער מעגליך אז איך רעד מיך איין שטותים. אבער דאס פארשטיי איך. אז דיין זעקסער, איז נישט דער זעקסער וואס איך פארשטיי.

איך פארשטיי זייער גוט דיין פארשטאנד און איך קען מיך פארשטעלן וועכע סארט מענטשן דו טייפס אלץ זעקסער. מער ווייניגער רובא דרובא ביהמ"ד. פארוואס? ווייל יעדער מענטש שטייט זיין 'איך' אויף שוואכע יסודות. און יעדער מענטש אויב איז ער נאכנישט אויסגעארבעט וועט אכטונג געבן אויף זיין 'איך'. דעס איז בכלל נישט דער זעקס. אמת, אז זעקסער קענען ערשיינען צומאל 'אומזיכער', און פארזיכטיג, און מ'זעהט אויף זיי אז זיי געבן אכטונג אויף עפעס, אבער דאס איז נישט וואס דו שרייבסט. האסט גענומען א כלליות'דיגע זאך וואס קען געשעהן ביי אסאך טייפס, און עס געשטעלט אלץ א זעקסער. דאס איז נישט ריכטיג. לויט וויאזוי איך פארשטיי יעצט.

איך האב נישט ליב צו טענה'ן, איך האב פיינט קריגעריי. איך האב ליב שלום ושלוה השקט ובטח. והשם הטוב יעזור. פיל דיך איינגענעם צו שרייבן וואס דו האלסט, עס לאנג ס'איז על פי תורתינו הקדושה. און איך האב שוין געשריבן מיין גילוי דעת אונטן פון מיין תגובה אלץ מיין אונטערשריפט. חזק מקבל.

די פלוגתא צווישן מיר און דיר איז, אז דו שרייבסט נישט אז זעקסער טוען פאר 'סעקיוריטי' פון זייער דרויסנדיגע וועלט. אקטועל טון פאר 'זיכערקייט'. און גארנישט 'זיך' צו פילן פארזיכערט אלץ א געוויסע פערסיוועבל 'איך'. צו מאכן פארזיכערט אז ס'זאל זיך האלטן די אייגענע וועג וויאזוי מ'פירט זיך אויף צווישן מענטשן, אדער די וועג וויאזוי מ'מאכט אז מענטשן זאלן ציטערן פון דיר, אדער צו קענען האלטן א געוויסע פאלשע שטאנד אין יענעמ'ס אויגן, דאס האט נישט מיט זעקס.

די חילוק צווישן מיר און דיר איז די חילוק צווישן די צוויי פאלגנדע סטעטמענטס. דיין סטעטמענט: "איך פיל ווי איך פארליר מיין 'איך', און איך מוז עס ראטעווען, איך דארף טון פעולות עס צו וואטשן". מיין סטעטמענט: "איך פיל ווי מיין זיכערקייט ווערט אומזיכער, און איך מוז עס ראטעווען". דיין סטעטמענט, קען זיך מאכן ביי א מענטש וואס האט נישט קיין זעלבסט-זיכערקייט, אדער אנדערע זאכן, ער קען אדער יא זיין א זעקסער, אדער נישט, איך ווייס נישט, ס'זאגט נישט צופיל וועגן זעקס. מיין סטעטמענט, א זעקסער טוט צו פילן זיכער מיט זיין לעבן. גארנישט וועגן פילן זיין 'איך'.

זייער מעגליך אז א זעקסער ערשיינט ווי איינער וואס וואקט מיט א קאווע אזוי ווי דו לייגסט עס אראפ, אדער יא אדער נישט, ס'קען זיין אז יא, מ'קוקט נישט נאר אויף דעם. מ'קוקט צו ער טוט פאר 'סעקיוריטי'. אז ער וויל פילן אז ער איז זיכער מיט זיין 'לעבן'. ס'דא נאך אכט טייפס חוץ זעקס וואס מ'קען פארשטיין א מענטש. מ'מוז נישט גראד לויפן צו זעקס.

הייליגער בורא
איך הייב אן טראכטן אזוי. איך טראכט, אז ס'דא מענטשן וואס ווילן אבסטראקטן פון א זעקסער איין סענטענס, זיי זאגן פאר זייער מח, "געב מיר איין גוטע סטעטמענט וויאזוי איך קען מיט דעם אראפלייגן דעם זעקסער, אבער אזוי גוט", און דער מח ענטפערט: "זעקסערס זענען מענטשן וואס שלאגן זיך פאר זייער 'איך' וואס זיי פילן איז שוואך, און מ'דארף עס האלטן פעסט" גוטע סטעטמענט? פרעגט דער מח פונעם מענטש, יא. אוודאי. ס'שטומט! ס'שטומט? ס'קען זיין. אבער האסט צופיל אבסטראקטעד פונעם זעקסער, אז אזא סטעטמענט קען שפעטער ווערן ארויפגעלייגט אויף אן ערשיינוג פון א אנדערע טייפ וואס איז נישט קיין זעקסער. אזא סטעטמענט קען ווערן ארויפגעלייגט אויף איינער וואס איז א אנדערע טייפ. ווייל אט דער סטעטמענט אנטהאלט נישט אין זיך די ריכטיגע עלעמענטן וויאזוי צו 'ספאטן' א זעקסער. זעקסערס שלאגן זיך נישט אזוי ווייט פאר זייער 'איך'. די סטעטמענט אויף א זעקסער איז: "זעקסער זענען מענטשן וואס טוען שטארק צו שפירן סעקיור מיט זייער לעבן" די זעלבע ווי מ'קען זאגן אויף א פירער "פירער זענען מענטשן וואס טוען שטארק צו פילן זייער איך". די זעלבע ווי מ'קען זאגן אויף אן אכטער, "אכטער זענען מענטשן וואס טוען אנצוהאלטן זייער שטארקייט (איך בין שטערקער, מיין באטן איז גרעסער און ס'ארבעט!)" די זעלבע זאך "זעקסער זענען מענטשן וואס טוען שטארק פאר זייער סעקיוריטי און סעיפטי". אבסטראקט נישט מער. אפילו אנדערע סטעטמענטס קענען שטומען, טו עס אבער נישט. משום טעם הנ"ל.
והשם הטוב יעזור וישלח רפואה שלימה לכל.
לעצט פארראכטן דורך נשמה אום דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 6:22 pm, פארראכטן געווארן 4 מאל.
מקבל ומשפיע
שר מאה
תגובות: 116
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 01, 2018 2:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקבל ומשפיע »

נשמה האט געשריבן:(איך שמייכל, ווייל איך דערמאן מיך אז 'מקבל ומשפיע' האט געשריבן 'א זעקסער ח"ו')

??
די לעזונג צו אלע פראבלעמען: > אין עוד מלבדו!!! < בדוק ומנוסה!
חינוך מיינט: משפיע זיין כדי מחנך צו זיין! און נישט: מחנך זיין כדי משפיע צו זיין!
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

מקבל ומשפיע האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:(איך שמייכל, ווייל איך דערמאן מיך אז 'מקבל ומשפיע' האט געשריבן 'א זעקסער ח"ו')

??

יעצט זעה איך אז דו האסט אפשר געמיינט עפעס אנדערש.
אוועטאר
מח בקדקדו
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מח בקדקדו »

נשמה האט געשריבן:און איך קריג מיך מיט דיר. ס'גוט. איך האב שוין געשריבן מיין דיעה. והשם יעזור. איך גיי נישט ענטפערן יעדע מאל נאכאמאל.

למעשה האסטו אבער יא גענטפערט.
הנשמה שבמוחי
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

מח בקדקדו האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:און איך קריג מיך מיט דיר. ס'גוט. איך האב שוין געשריבן מיין דיעה. והשם יעזור. איך גיי נישט ענטפערן יעדע מאל נאכאמאל.

למעשה האסטו אבער יא גענטפערט.

יא. חחחח. זאל השי"ת העלפן. חזק
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”