עקאנאמישע נייעס און נאטיצען

עקאנאמיע, ביזנעס און טעכנאלאגיע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

ווען די עקאנאמיע איז שוואך נידערט מען די רעיט כדי צו שטיפען די עקאנאמיע, ווען די עקאנאמיע גייט גוט העכערט מען די רעיט פאר 2 סיבות. קודם אז די עקאנאמיע זאל נישט גיין צו שנעל ווייל דעמאלטס קען עס קראכען. צווייטנס אז ווען ס'קראכט זאל מען האבן וואס צו נידערן.

אין 2001 רעסעסיע האט מען עס אראפגעריקט ביז 1% פאר א קורצע צייט (ווייניגער ווי א יאר) דאס געווען זייער א נידעריגע רעיט כדי צו הייבן די עקאנאמיע.

אין 2008 ביי די מארטגידזש קראך האט מען עס אראפגעריקט צו 0.25% פאר גאנצע 7 יאר! און מיט דעם אלעם האט די עקאנאמיע צוגעזען די שוואכסטע ערהוילינג זייט די גרויסע דעפרעסיע.

מ'זעהט קלאר אז זיי זענען געשטאנען אינטער אבאמא און נישט געהעכערט די ראטע כדי נישט צו שאטן פאר זיין עקאנאמיע, אבער איינמאל טראמפ איז אין אפיס קען מען שוין העכערן וויפל ס'גייט ווייל אינטער א ריפאבליקאנער מעג די עקאנאמיע גיין שטייטער.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2961
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

@זאכליך, איך בין אביסל צומישט, ווער איז יעצט פרעזידענט? הילערי קלינטאן? פאר וועם ארבעט די פעדעראל רעזערוו?
.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29294
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

אדער ווייל סוף 2015 האבן זיי איינגעזען אז די עקאנעמי קען שוין פארנעמען א העכערונג, און גאנץ 2016 ביז סוף יאר האבן זיי געהאלטן אז מטאר נישט העכערן, און סוף 2016 האבן זיי איינגעזען אז יעצט מעג מען יא, און נאכדעם וואס טראמפ איז געווארן פרעזידענט און די אנעפלויעמענט רעיט האט זיך געסעטלט טיף אונטער 5% , האבן זיי איינגעזען אז יעצט מעג מען שוין העכערן מיט א ברייטקייט.

און אזוי האלטסטו אויך אפאר תגובות צוריק, און יעצט האלטסטו די אנדערע הסבר וואס איך שרייב גראדע אין קורצן, מיין פוינטס איז געווען אז עס איז דא צוויי הסברים, און ביידע זענען גראדע גוט פאר טראמפ, אבער מקען נישט האלטן ביידע אינאיינעם.
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

וועל איך אייך ענטפערן, מ'קען יא האלטן ביידע אינאיינעם.

אינטער אבאמא האט די עקאנאמיע געמאכט בעיבי סטעפס פאראויס, ס'ווערט גערעכנט אלס די שוואכסטע עקאנאמיע ערהוילונג זייט די גרויסע דעפרעסיע. דאס מיינט אבער נישט אז די עקאנאמיע איז גארנישט געווארן בעסער, ס'מיינט אז ס'איז געגאנגען מורא'דיג שטייט.

מ'טאר נישט לאזן די אינטערעסט ראטע צו נידעריג פאר צו א לאנגע צייט, ווייל אויב פאלט די עקאנאמיע נאכאמאל האסטו שוין נישט דיין וויכטיגסטע טול עס צו פארעכטן.

ממילא אפילו די עקאנאמיע איז טאקע נאר געגאנגען בעיבי סטעפס אינטער אבאמא וואלט די פעדעראל רעזערוו געדארפט צוריקשטעלן אביסל פון די אינטערעסט ראטע כדי צו זיין באשיצט אין פאל די עקאנאמיע גליטשט זיך אויס, אבער אבאמא, דער מענטש וואס שטעלט אידיאלאגיע און לעגעסי בעפאר אלעס האט זיי אנגעווארענט נישט צו העכערן די ראטעס כדי די עקאנאמיע זאל וואקסן ווי שענער, און ער זאל זיך קענען אויפטוהן מיט זיין גוטע עקאנאמיע.

אין מיט דעם אלעם איז די עקנאמיע ווייטער געקראכן ווי טשערעפאכע צוליב זיינע סאציאליסטישע פאליסיס און רעגולאציעס וואס האט ממש ווי געלייגט ברעיקס אויף די עקאנאמיע.

יעצט איינמאל טראמפ איז אריינגעקומען קען שוין די פעדעראל רעזערוו צוריק אנהייבן טוהן וואס איז ריכטיג כאטשיג ס'קען פארשטייטערן די עקאנאמיע ווייל ס'פעלט זיך אויס פאר די לאנג ראן. און מיט דעם איז טראמפ פונקט פארקערט ווי אבאמא, אז ער שטעלט די טובה פונעם לאנד בעפאר זיין אידיאלאגיע און לעגעסי, וסוף הכבוד לבא.

אין מיט די אלע ראטע העכערונגען שפרינגט די עקאנאמיע מורא'דיג שטארק, צוליב די אלע קאפיטאליסטישע פאליסיס און ווייניגער רעגולאציעס וואס פרעזידענט טראמפ יר"ה פירט איין.

---

קענסט אפשר מחולק זיין מיט די פאקטן, אבער וועסט מודה זיין אז ס'איז מעגליך צו האלטן אז ביידע איז אמת, סיי אבאמא'ס עקאנאמיע איז געווען שוואך, און סיי ער האט נישט געלאזט די פעדעראל רעזערוו העכערן די ראטעס אין די צייט ווען זיי וואלטן עס יא געדארפט טוהן.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29294
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

איך פארשטיי נישט וויזוי מקען זיך ערלויבן צו העכערן ביי א טשערעכאפאכע קריכנדע עקאנעמי, און צוויי מאל, זעהט אויס ווען עס איז געווען אביסל בעסער, האט מען געהעכערט ביי אבאמע, עקסטער ווען די עקאנעמי קלאצט, ברויך מען נישט מורא האבן פון א רעסעשן, ווייל עס איז נישט דא וואס עס זאל באסטן.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29294
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

אונטער אבאמע וואלט ביידע געקענט זיין אמת, אויב עס וואלט געווען תקופות וואס די עקאנעמי האט געבומט, און דאך האט מען נישט געהעכערט, איך ווייס אבער נישט פון אזעלכע תקופות. דאס אלעס איז לגבי אבאמעס צייטן, אין טראמפס צייטן איז אדער די עקאנעמי גוט און מהעכערט ווייל מברויך העכערן, אדער איז די עקאנעמי שוואך און מהעכערט ווייל אונטער א רעפאבליקאנער מעג זיין שוואך.

עניוועי א לעכטיגן שבת פאר @זאכליך און פאר אלע אידן.
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

די מציאות איז אז די ראטע איז נאך קיינמאל נישט געווען אזוי נידעריג ווי אינטער אבאמא, און די מציאות איז אז ווען מ'האט אראפגערוקט די ראטעס איז עס קיינמאל געבליבן אינטען פאר אזוי לאנג.
אטעטשמענטס
800px-Federal_funds_rate_history_and_recessions.jpg
800px-Federal_funds_rate_history_and_recessions.jpg (39.44 KiB) געזען 1598 מאל
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

צל עובר האט געשריבן:ווען די עקאנעמי קלאצט, ברויך מען נישט מורא האבן פון א רעסעשן, ווייל עס איז נישט דא וואס עס זאל באסטן.

ווי געשריבן, די עקאנאמיע האט נישט געקלאצט אינטער אבאמא, ס'איז געוואקסן אבער זייער שטייט.

פלאס, אין 2008 איז טאקע געווען א ביטערע קראך, אבער ס'איז נאך געווען אסאך גוטע חלקים וואס האט נאך געקענט קראכן, ממילא איז נישט ריכטיג צוזאגן אז ס'איז שוין נישטא וואס זאל באסטן.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29294
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

זאכליך האט געשריבן:די מציאות איז אז די ראטע איז נאך קיינמאל נישט געווען אזוי נידעריג ווי אינטער אבאמא, און די מציאות איז אז ווען מ'האט אראפגערוקט די ראטעס איז עס קיינמאל געבליבן אינטען פאר אזוי לאנג.


עס איז קיינמאל נישט געווען אזא רעסעשן זינט די גרעיט דעפרעשן.
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5021
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

צ''ל אזא שוואכע ריקאווערי.
Get your facts first, then you can distort them as you please.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29294
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

משהזוךמיר האט געשריבן:צ''ל אזא שוואכע ריקאווערי.


מיינעך אז אזא רעסעשן אויך נישט, פארעכט מיר אויב איך האב א טעות.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29294
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

זאכליך האט געשריבן:וועל איך אייך ענטפערן, מ'קען יא האלטן ביידע אינאיינעם

מ'טאר נישט לאזן די אינטערעסט ראטע צו נידעריג פאר צו א לאנגע צייט, ווייל אויב פאלט די עקאנאמיע נאכאמאל האסטו שוין נישט דיין וויכטיגסטע טול עס צו פארעכטן..


מקען אפשר האלטן ביידע אינאיינעם, מקען אבער נישט ניצן די יא / נישט העכערן פאר א ראיה אויף ביידע אינאיינעם.

היינטיגע צייטן האבן זיי שוין נאך זייער א שטארקע, מסתמא א שטערקערע טול, פון אריינגיסן אויפגעמאכטע געלטער אין די עקאנעמי, אין די טריליאנען. ווייל וואס איז א רעסעשן אז מענטשן מאכן טייט דעם פאסיק און ספענדן נישט, האבן זיי ערפונדן אז זיי קענען אפמאכן אז די געלט פון אונטער יענעמס מאטראץ, ליגט גאר אין זייער אקאונט, און זיי גיסן עס אריין אין די עקאנעמי, און ווען זיי זעהן אז דער עולם נעמט שוין ארויס די געלט פון אונטער דעם מאטראץ, מאכן זיי אפ אז זיי האבן שוין ווייניגער געלט.

אזוי קענען זיי לכאורה פשוט פרעווענטן א קומענדיגע רעסעשן עס זאל נישט קענען ווערן ערנסט.

וועסטו פרעגן פארוואס דארף מען בכלל ארויף רוקן די אינטרעסט רעיט, איז די תירוץ אז איינס פון די סיבות עס זאל נישט ווערן צופיל אינפלעישן, און זיי ווילן עס זאל זיין ארום צוויי % , און אונטער אבאמע איז כמעט אלעמאל געווען אסאך ווייניגער, משא"כ יעצט איז עס שוין ביי בערך צוויי % , האבן זיי שוין מורא אז עס קען ווערן צופיל אינפלעישן, ווילן זיי עס אביסל העכערן.
לעצט פארראכטן דורך צל עובר אום זונטאג יאנואר 21, 2018 11:26 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:@זאכליך, איך בין אביסל צומישט, ווער איז יעצט פרעזידענט? הילערי קלינטאן? פאר וועם ארבעט די פעדעראל רעזערוו?



די פעדעראל ריזערוו איז אינדעפענדענט
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:
אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:@זאכליך, איך בין אביסל צומישט, ווער איז יעצט פרעזידענט? הילערי קלינטאן? פאר וועם ארבעט די פעדעראל רעזערוו?



די פעדעראל ריזערוו איז אינדעפענדענט

געווענליך.
חוץ ווען ס'איז דא א פרעזידענט וואס האט א טענדענסי צו צו טוהן מער ווי זיין מאכט.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

און צו דיר הרב צל עובר.

וויאזוי קענסטו האלטן סיי אז אבאמא האט נישט איינגעטיילט פאר די פעדעראל רעזערוו וואס צו טוהן, און סיי אז די עקאנאמיע אינטער אבאמא איז געווען גוט?
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5021
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

זאכליך האט געשריבן:
וואוילע שעפעלע האט געשריבן:
אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:@זאכליך, איך בין אביסל צומישט, ווער איז יעצט פרעזידענט? הילערי קלינטאן? פאר וועם ארבעט די פעדעראל רעזערוו?



די פעדעראל ריזערוו איז אינדעפענדענט

געווענליך.
חוץ ווען ס'איז דא א פרעזידענט וואס האט א טענדענסי צו צו טוהן מער ווי זיין מאכט.

ווי אויך ווען יענער פרעזידענט - וואס האט פאליטיזירט יעדע אגענטור אין די רעגירונג ווי שוין היינט באקאנט - האט אריינגעשטעלט אלס פעדערל ריזערוו טשעירמאן זיינס א מענטש, קען יענער טון זאכן לטובת אים און קעגן זיינע שונאים.
Get your facts first, then you can distort them as you please.
אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2961
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

דער פרעזידענט איז זייער לימיטעד איבער וועם ער קען נאמינירן אלץ פעדעראל רעזערוו טשעיר
.
אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2961
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

To set the record straight

די פעדעראל אינטערעסט רעיט איז אראפגעברענגט געווארען צו 0.25% דארך בען בערנאנקי, ער איז אריינגעשטעלט געווארען דארך בוש אויף די פאזיציע, ער איז געווען די פעד טשעיר ביז ינואר 2014.

די נעקסטע טשעיר איז דשענעט יעלען ערוויילט דארך אבאמא, האט אנעהויבן הייבן אינטערעסט רעיט אין ענדע פון 2015, איר טערמין ענדיגט זיך יעצט, און טראמפ האט שוין נאמינירט א נייעם טשעיר.
.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29294
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

זאכליך האט געשריבן:און צו דיר הרב צל עובר.

וויאזוי קענסטו האלטן סיי אז אבאמא האט נישט איינגעטיילט פאר די פעדעראל רעזערוו וואס צו טוהן, און סיי אז די עקאנאמיע אינטער אבאמא איז געווען גוט?


רוב צייט איז עס נישט גוט געווען און ווען יא האט מען טאקע אביסל געהעכערט.

ווען איך האלט ווען פון אבאמע קען איך דיר ווען ענטפערן אז זיי האבן עס נישט געהעכערט, וועגן עס איז נישט געווען קיין אינפלעישן, וואס דאס איז די וויכטיגסטע סיבה פארוואס מען דארף עס העכערן, ווייל פאר א רעסעשן האט מען דאך שוין די טול פון אריינגיסן פעיפער מאני.
הצדיק
שר האלף
תגובות: 1733
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצדיק »

וויפיל איז די אנאימליומענט אראפ ביי די שווארצע, אין 2017
הצדיק
שר האלף
תגובות: 1733
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצדיק »

הצדיק האט געשריבן:וויפיל איז די אנאימליומענט אראפ ביי די שווארצע, אין 2017



@realDonaldTrump: Unemployment for Black Americans is the lowest ever recorded. Trump approval ratings with Black Americans has doubled. Thank you, and it wi...
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

סטאק מארקעט האט געבראכן א פרישע מיילשטיין מיטן דערגרייכן 26 טויזנט!

טענקס אבאמא...
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
abeg
שר שבעת אלפים
תגובות: 7666
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

זאכליך האט געשריבן:סטאק מארקעט האט געבראכן א פרישע מיילשטיין מיטן דערגרייכן 26 טויזנט!

טענקס אבאמא...


ס׳איז געגאנגען צי שנעל פין 25 טויזנט צי 26 טויזנט בלױז 7 טעג װאס דאס װײזט אױף א Bull Market אין ס׳איז בכלל נישט קײן גיטע נײע נײעס
א פייער ברענט אין הארץ פון א יוד

שריי אויס בקול רם
בחר בנו מכל עם
א זכיה צו זיין א יוד
הצדיק
שר האלף
תגובות: 1733
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצדיק »

abeg האט געשריבן:
זאכליך האט געשריבן:סטאק מארקעט האט געבראכן א פרישע מיילשטיין מיטן דערגרייכן 26 טויזנט!

טענקס אבאמא...


ס׳איז געגאנגען צי שנעל פין 25 טויזנט צי 26 טויזנט בלױז 7 טעג װאס דאס װײזט אױף א Bull Market אין ס׳איז בכלל נישט קײן גיטע נײע נײעס



That the results of the tax cuts
abeg
שר שבעת אלפים
תגובות: 7666
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

הצדיק האט געשריבן:
abeg האט געשריבן:
זאכליך האט געשריבן:סטאק מארקעט האט געבראכן א פרישע מיילשטיין מיטן דערגרייכן 26 טויזנט!

טענקס אבאמא...


ס׳איז געגאנגען צי שנעל פין 25 טויזנט צי 26 טויזנט בלױז 7 טעג װאס דאס װײזט אױף א Bull Market אין ס׳איז בכלל נישט קײן גיטע נײע נײעס



That the results of the tax cuts


ס׳קען זײן אז דאס איז די סיבה אבער ס׳נעמט נישט אװעק דאס אז ס׳איז קײנמאהל נישט גיט אז ס׳פליהט ארױף אזױ שנעל װאל ס׳װײזט אז די מארקיט איז נישט סטאביל
א פייער ברענט אין הארץ פון א יוד

שריי אויס בקול רם
בחר בנו מכל עם
א זכיה צו זיין א יוד
שרייב תגובה

צוריק צו “עקאנאמישע נייעס”