היכי דמי תוכחה? [נקיות הגוף]
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- יידישע קהילות
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8850
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm
היכי דמי תוכחה? [נקיות הגוף]
רבותי, איך דארף אן עצה.
א חשוב'ער יינגערמאן דאוונט מיט מיר אין איין בהמ"ד, א שיינער ת"ח און א בנש"ק. א עובד ה' און יגע בתורה. אבער...
ער דערמאנט מיר פון דעם יאור נאך מכות דם, און פון ארץ מצרים נאך מכות צפרדע... ותעל צחנתו כי הגדיל לעשות...
איך רעד נישט פון א "געווענטליכער" שווערע גערוך וואס קומט פון א חסיד'ישע ייד וועלכער איז נישט אזוי מקפיד אויף נקיות הגוף. דאס איז א נושא לכשעצמו ואין כאן מקומו. דאס איז עפעס שרעקליכס.
איך ווייס נישט צו ווייל ער זייפט זיך נאר מיוה"כ זה עד יוה"כ הבא על כל ישראל לטובה. צו ווייל ער טוישט זיך בגדים נאר מערב שבת לערב שבת. צו א קאמבינאציע פון טעמים. אבער גלייבט מיר אז עס איז שרעקליך. איך בעט אייך אלע איבער, אבער איך האב ממש א שאלה צו ממעג זאגן דברים שבקדושה אין זיינע ד' אמות.
מעג איך איהם עפעס זאגן?
אויב יא וויאזוי?
מעג איך איהם לאזן א געשריבנעם צעטל? וואס זאל איך שרייבן?
געדענקט איך וויל איהם נישט מצער זיין ח"ו, אבער איך האלט עס ממש נישט אויס.

החודש אשר ישועות בו מקיפות... ניס"ן בגימטריא ניסי"ם
שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותינו - והקדוש ברוך הוא מצילנו מידם
- יידישע קהילות
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8850
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm
לאנדאנער האט געשריבן:היטלער ימ''ש האט זיך שוין אפגערעדט אז די אידען שטינקען פון שוויץ (מיין קאמף)
נישט ווייל דער שווייין היט.. ימ"ש האט אויך גערעדט פון דעם, מעג א חסיד'ישער איד שטינקען א מייל, ס'איז היפך דעת תורה פון נקיות הגוף
און ס'איז א חילול שם שמים.
כשמ"ו כן הוא
סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/
גם אני נקי עם נטפרי

-
- שר חמש מאות
- תגובות: 912
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 30, 2015 2:54 pm
- ניס קראכער
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8854
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm
איך ווייס נישט אויב אונז רעד מיר פון די זעלבע מענטש אבער איך האב אויך די פראבלעם, ממש איך מוז מיך אוועק ריקן פון אים עטליכע טישן אהינציר (און איך בין בכלל נישט קיין מפונק). איך האב שוין אפאר מאל באמערקט אין מקוה אז ער שאוערט זיך נישט אבער אפילו שבת (ווען ער האט מסתמה נאך א שאוער) איז עס נישט בעסער.
איך געדענק די גמרא זאגט אויף אזא איינער יוציא ויתן כתובה. ס'איז זיכער אז איינער וואס וויל זיך נישט שאוערן משום מדת חסידות, טאר עס אבער נישט זיין אויף די חשבון פון זיין ארומיגע.
איך געדענק די גמרא זאגט אויף אזא איינער יוציא ויתן כתובה. ס'איז זיכער אז איינער וואס וויל זיך נישט שאוערן משום מדת חסידות, טאר עס אבער נישט זיין אויף די חשבון פון זיין ארומיגע.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אדער יא האט געשריבן:די גריגסטע איז מ' נעמט אים אין א זייט (אדער מ' מאכט אפוינטמענט) און מ' זאגט בקול פשוט ורוח נמוכה: כ' וויל מיר אויסשמועסן מיט דיר א זאך וואס שטערט דיינע ארומיגע, ס'איז עפעס בענין כבוד הבריות, ידוע בכל תורה חכמינו האבן זיך אסאך גערעכנט דערמיט, ובנוסיף אזא חשובע פערזענליכקייט א. א. וו.
דאס הייסט ביי דיר גרינג ?
מצער זיין א ת"ח און אן עובד?
דאס איז נישט א דזשאב פאר א פלעינעם בשר ודגים
וואס דרייט זיך אין אייוועלט!!
- fiena nieas
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5565
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am
געשיקטער האט געשריבן:אדער יא האט געשריבן:די גריגסטע איז מ' נעמט אים אין א זייט (אדער מ' מאכט אפוינטמענט) און מ' זאגט בקול פשוט ורוח נמוכה: כ' וויל מיר אויסשמועסן מיט דיר א זאך וואס שטערט דיינע ארומיגע, ס'איז עפעס בענין כבוד הבריות, ידוע בכל תורה חכמינו האבן זיך אסאך גערעכנט דערמיט, ובנוסיף אזא חשובע פערזענליכקייט א. א. וו.
דאס הייסט ביי דיר גרינג ?
מצער זיין א ת"ח און אן עובד?
דאס איז נישט א דזשאב פאר א פלעינעם בשר ודגים
וואס דרייט זיך אין אייוועלט!!
וואס עפעס מצער זיין? קיינער איז נישט קיין מושלם, פארדעם איז מען דא ותגביה קרננו למעלה מ'איז אויפן שטייגן סולם, ערליכע יודן האבן כסדר געזוכט "זאגשע עפעס וואס איך קען זיך פארבעסרן", א"כ בכהאי גוונא מאי שנא?
יידישע קהילות האט געשריבן:וויאזוי טוט מען דאס?
דאס איז די מיליאן דאלער פראגע!
איך וואלט געזאגט זאלסט גיין צי זיין א ברידער אדער טאטע( אויב ער האט) אין זיי זאלען עם זאגען אן קיין נאמען ווער עס האט מעורר געווען, איך בין זיכער עס איז א טובה פאר עם, ווי מען זאל שטיין ווארט פין עם
עס קען זיין ער איז באמת אן ערליכער אין וויל נאכמאכען
דערביזכרונםלברכה וואס האט זיך נישט געזייפט מיום כיפור ליום כיפור( ואולי עד בכלל)
אבער אויב מען שמעקט איז עס ממילה נישט גיט נאכגעמאכט
לאנדאנער האט געשריבן:היטלער ימ''ש האט זיך שוין אפגערעדט אז די אידען שטינקען פון שוויץ (מיין קאמף)
ער האט גערעדט פין דער דייטשע יוד מיט א האלבע קאפל
אדער אן דער קאפל( אז ער שמעקט פין שוויץ!!!
אדער דער יוד וואס האט אפילו נישט געוויסט אז ער איז א יוד אין ״הימלר ימ״ש״ האט עם מגלה געווען אז 4 דורות צירוק האסט די געהאט א זיידע א יוד! ער האט אויך געשטינקען!!!!!אין מען האט עם געהארגעט מיט מיתות משונות ווייל זיי האבען געשטינקען פין שווייס
אבער דא רעדט מען איינע וואס שמעקט טאקע וואס איז אפשר נקיות פראבלעמען , אין מען זיכט א וועג נישט ייענעם צי ח״ו פארשעמען מי כעמך ישראל
- Horizontal
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 326
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 22, 2016 9:20 pm
- לאקאציע: אין די ברייט
געדענק איך אמאל אין ישיבה איז מיין חבריתא צוגעקומען צו מיר און געזאגט: אפשר וויסטו נישט אז מען דארף וואשן א קאפל, און מסתמא דו אליינס שפירסט עס נישט אבער דיין קאפל שטינקט פון שוויץ. כ'האב טאקע נישט געוויסט, די טבע איז אז דער מענטש אליינס איז אזוי צוגעוואוינט (אויב איז ער צוגעוואוינט) שפירט ער עס נישט.
געקאלט די מוטער און זי האט מיר געשיקט דריי נייע קאפלעך ושלום על ישראל.
די זעלבע געהאט מיט א נאנטע חבר מיינער וואס פון זיין מויל איז געגאנגען גאר א שווערן ריח אז כ'האב פשוט געשוינט זיין ווייב (זי האט איהם מסתמא אויך נישט געוואלט פארשעהמען...) איך האב איהם איינמאל געזאגט בדרכי נועם און ער האט קעיר גענימען דערפון און מיך דאנקבאר געווען א גאנץ לעבן.
לעניינך, האלט איך זאלסט איהם פשוט צוגיין זאגן שיינערהייט אבער דאס וואס איינער האט געשריבן צו גיין בעקיפון דורך אנדערע איז לדעתי נישט קיין מהלך.

איך טוה וואס איך וויל, ווען איך וויל, און ווי אזוי איך וויל!!
אויב מיין ווייב לאזט
אויב מיין ווייב לאזט
-
- שר העשר
- תגובות: 13
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 31, 2017 3:50 pm
איך געדענק אמאל א פארקערטע מעשה. איינער איז ארויסגעקומען פון מקוה מיט א זעקל שמעקעדיגע זאכן (פערפאוים בלע"ז) איז צוגעגאנגן א יוד מיט א ספר הכנה דרבה פון ערוגת הבושם אין צוגעוויזן א שטיקל וואס ערוגת הבושם שרייבט זייער שארף א קעגן די שמעקעדיגע גערוך, אין ער האט פארשטאנען די ווינק. די זעלבע קען מען צוגיין צו דעם תלמיד חכם אין אים אנווייזן די סוגיא כבוד הבריות אין די לאו בל תשקצו.... בדרך לימוד התורה האפענטליך וועט ער פארשטיין די רמז וואס די ווילסט. הצלחה
Horizontal האט געשריבן:געדענק איך אמאל אין ישיבה איז מיין חבריתא צוגעקומען צו מיר און געזאגט: אפשר וויסטו נישט אז מען דארף וואשן א קאפל, און מסתמא דו אליינס שפירסט עס נישט אבער דיין קאפל שטינקט פון שוויץ. כ'האב טאקע נישט געוויסט, די טבע איז אז דער מענטש אליינס איז אזוי צוגעוואוינט (אויב איז ער צוגעוואוינט) שפירט ער עס נישט.
געקאלט די מוטער און זי האט מיר געשיקט דריי נייע קאפלעך ושלום על ישראל.
די זעלבע געהאט מיט א נאנטע חבר מיינער וואס פון זיין מויל איז געגאנגען גאר א שווערן ריח אז כ'האב פשוט געשוינט זיין ווייב (זי האט איהם מסתמא אויך נישט געוואלט פארשעהמען...) איך האב איהם איינמאל געזאגט בדרכי נועם און ער האט קעיר גענימען דערפון און מיך דאנקבאר געווען א גאנץ לעבן.
לעניינך, האלט איך זאלסט איהם פשוט צוגיין זאגן שיינערהייט אבער דאס וואס איינער האט געשריבן צו גיין בעקיפון דורך אנדערע איז לדעתי נישט קיין מהלך.
פארגעס נישט די רעדסט מעשיות פין חבירים עס איז גאנץ אנדערש ווי צי ציציגיין צי איינע א חושעבע יוד וואס אפשר בכלל נישט אין דיינע יארען אין א אנגעזענע ת״ח עס איז זייער נישט בייטאמט דאס צי טיען, אפילו סתם א פרעמדע מענטש ווען מען רעדט נישט יום יום דארף מען זייער אכטונג געבען ווי אזוי מען זאגט ייענעם אז ער זאל נישט בייקומען חלישות הדעת,
ליין נאכאמאל זיין הקדמה פין וועם מען רעדט
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 889
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 28, 2017 8:23 pm
- יידישע קהילות
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8850
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm
איינער שרייבט מיר:
איך מיין אז סיי דאס איז אסור בתכלית האיסור, עס קען אנמאכן שלום בית פראבלעמען רח"ל. ווי אויך מסתם האט זי דעם זעלבן פראבלעם וואס איך האב, און אויך זי קען זיך קיין עצה נישט געבן...
זיי מודיע זיין ווייב אז דער מצב איז אומדערטרעגלעך
איך מיין אז סיי דאס איז אסור בתכלית האיסור, עס קען אנמאכן שלום בית פראבלעמען רח"ל. ווי אויך מסתם האט זי דעם זעלבן פראבלעם וואס איך האב, און אויך זי קען זיך קיין עצה נישט געבן...
החודש אשר ישועות בו מקיפות... ניס"ן בגימטריא ניסי"ם
שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותינו - והקדוש ברוך הוא מצילנו מידם
- צהלה ושמחה
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 472
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 11, 2017 5:22 pm
יידישע קהילות האט געשריבן:רבותי, איך דארף אן עצה. א חשוב'ער יינגערמאן דאוונט מיט מיר אין איין בהמ"ד, א שיינער ת"ח און א בנש"ק. א עובד ה' און יגע בתורה. אבער... ער דערמאנט מיר פון דעם יאור נאך מכות דם, און פון ארץ מצרים נאך מכות צפרדע... ותעל צחנתו כי הגדיל לעשות...
איך רעד נישט פון א "געווענטליכער" שווערע גערוך וואס קומט פון א חסיד'ישע ייד וועלכער איז נישט אזוי מקפיד אויף נקיות הגוף. דאס איז א נושא לכשעצמו ואין כאן מקומו. דאס איז עפעס שרעקליכס.
איך ווייס נישט צו ווייל ער זייפט זיך נאר מיוה"כ זה עד יוה"כ הבא על כל ישראל לטובה. צו ווייל ער טוישט זיך בגדים נאר מערב שבת לערב שבת. צו א קאמבינאציע פון טעמים. אבער גלייבט מיר אז עס איז שרעקליך. איך בעט אייך אלע איבער, אבער איך האב ממש א שאלה צו ממעג זאגן דברים שבקדושה אין זיינע ד' אמות, מעג איך איהם עפעס זאגן? אויב יא וויאזוי?
מעג איך איהם לאזן א געשריבנעם צעטל? וואס זאל איך שרייבן? געדענקט איך וויל איהם נישט מצער זיין ח"ו, אבער איך האלט עס ממש נישט אויס.
כבוד הרב פותח האשכול,
ליינענדיג דיין תגובה, און וועלענדיג דיר העלפן האב איך פראבירט קודם צו פארשטיין די מציאות המעשה, איך האב מיר אויס גע׳משל׳ט די מציאות השאלה אז דו וואינסט מיט יענעם איד אין א שטאט ווי עס איז נאר דא איין בית המדרש, און אין די איין בית מדרש איז נאר דא ענק צוויי אידן, און די בית מדרש איז גרויס נאר ד׳ על ד׳ אז ענק ביידע דאוואנען אין די זעלבע ד אמות, און יענער איד איז א מענטש אן משפחה אן א ווייב מיט קינדער, במילא אויף דיר ליגט די גאנצע עול צו לעזען די פראבלעם, און על סמך זה קומסטו דא מיט א דילעמע ווי אזוי עס צו הענדלען.
צר לי אחי דיר מודיע צו זיין אז קיינער דא קען דיר נישט העלפן, מיר אלע דא האבן א שפע פון גרויסע בתי מדרשים, און אויב א איד געפעלט נישט איינעם קען ער ארום טוישן כדי זיך צו מאכען באקוועם, און מיר דאווענען מיט מענטשן וואס האבן משפחות, און אויב איז דא א צייטוויליגע פראבלעם איז דא ווער עס נעמט קעיר, מיר זענען נישט געשטעלט דערויף, מיר אלע האבן אין אונזערע בתי מדרשים שמשים, און אויך אידן עסקנים, ובעלי חסד, אידן וואס פארשטייען צו רפואה ובעלי שכל, און עס איז דא ווער עס זארגט זיך ווען א איד איז אין א קלעם.
במילא קיינער האט נישט דיין יוניק עקספיריענס דיר צו גיידען ווי אזוי זיך אומצוגיין מיט יענעם, וועסט מוזען זוכען העלפ צווישן די מענטשן וואס האבן דיינע פראבלעמען, ווייל ביסט זייער יוניק אין דיין פראבלעם.
און יעצט נאכאמאל ליינענדיג דיין תגובה טראכט איך אז דיין גאנצע תגובה איז נאר געשריבען געווארען צו קענענן רעדן איבער א בנש״ק וואס האט א גערויך, דאס מיינט אז דו זיכסט סתם צו רעדן פון די נושא, אנדערש פארשטיי איך נישט דיין פראבלעם דא מיט דעם איד.
א איד דארף פרייליך זיין, נאר פרייליך זיין.
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2779
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
- לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט
איך פארשטיי נישט פארוואס אראפרייסן ווען איינער פרעגט א נארמאלע שאלה וואס שטערט אים.
איך מיין אז סאיז דא מענטשן וואס האבן א ספעציעלע חוש צו טרעפן די ריכטיגע צוגאנג וויאזוי דאס צו זאגן אויף א אופן וואס זאל אים נישט וויי טאן.
מדארף נאר טרעפן דעם פאסיגן. סאיז נישט אזוי שווער צו טרעפן גלייב איך.
קוק זיך אום אין ביהמ"ד רואיגערהייט ווער סוואלט געווען פאסיג און בעט אים צי ער שפירט ער האט א וועג צו עס זאגן אויף א שיינעם וועג.
פארשטייט זיך נישט צו מאכן עפעס א טומל ח"ו.

איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט