ארבעט וואס ברענגט שיין פרנסה - דיסקוסיע

פינאנציעלע הילף און בודזשעטינג

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

זיבען און אייכציג
שר מאה
תגובות: 208
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 01, 2016 9:34 am

ארבעט וואס ברענגט שיין פרנסה - דיסקוסיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיבען און אייכציג »

מען רעדט און שרייבט אסאך ווי אזוי צי העלפען מענטשען וואס קענען נישט דעקן זייערע חודש'ליכע אדער גרעסערע הוצאות, דורך איינשטעלן פילע תקנות.

עס איז דא זייער אסאך מענטשען וואס קענען נישט דעקן זייער הוצאות, ספעציעל ווען עס קימט צי חתונה מאכען קינדער. הוצאות ווענדען זיך לויט וויפיל קינדער מען האט, ווי נאנט זיי זענען איינער צום אנדערע, ווי מ'וואוינט, ווען מ'האט אנגעהויבן ארבעטען, וכו', צוליב דעם קען מען נישט באשטימען א קלארע נומבער וויפיל א שטיב קאסט מיט די גרעסערע הוצאות, איך גלייב אבער אז א געווענליכע מענטש וואס קומט אן צי אן אינקאם פין איבער הונדערט פיפציג טויזענט א יאר אין זיין ערשטע זיבען יאר פין ארבעטען דארף קענען דעקן אפילו גרעסערע הוצאות, ווי חתונה מאכען זיינע קינדער.

פילע אינגעלייט ווילען באמת קענען אליין חתונה מאכען זייערע קינדער אן דארפען זיין נצרכים לבריות נאר זיי ווייסען נישט פין ארבעט אדער סערוויס ביזנעסעס ווי זיי קענען מאכען אזעלכע נומבערס, זיי מיינען אז מ'מיז עפענען א ביזנעס, טיען ריעל עסטעיט אדער עמעזאן, וואס דאס אזוי ווי אלעס אנדערש האט זיינע מעלות און אויך חסרונות, נישט פאר יעדען איז געאייגענט צי פירען א ביזנעס אדער זיין אין ריעל עסטעיט, אדער עמעזאן, אנדערע וואלטען געטין אסאך בעסער ווען זיי טיען ארבעט וואס מ'צאלט אסאך ביי די שעה, אדער ווען זיי שטעלן צי סערוויס וואס מ'צאלט שיין פאר דעם.

די אשכול איז געווידמעט פאר די עולם צי ברענגען געדאנקען פין אזעלכע פרנסות און אויסשמיעסן די מעלות און חסרונות פין די ארבעט אדער סערוויס.

למשל: אקאונטינג, מעגליכע אינקאם#######, נעמט זיך צי לערנען## יאר, חסרונות; מ'דארף קענען שטארק קאנצעטריען און זיצען אסאך אליין, טעקס סיזען קען זיין אווערווהעלמינג. (משל, לאו דווקא אקוראט).
לעצט פארראכטן דורך זיבען און אייכציג אום מאנטאג יאנואר 15, 2018 2:58 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

זייער א שיינע איידעא פאר א אשכול.

לאז אראפ דער נאמבער פון 150 טויזענט דאלער א יאר, ווייל קיינער רופט זיך נישט אן. 100 טויזענט דאלער א יאר פאר איינער וואס הייבט אן ארבעטען איז אויך זייער א שיינע אינקאום, און איינער אן חובות דארף קענען פיין אויסקומען מיט אזא אינקאם.

וואספארע דזאבס צאלען אבער אזעליכע געלטער?

וואספארע סטארס דארף מען עפענען צו האבען אזא אינקאום?

און וואספארע ביזנעסעס דארף מען אויף מאכען צו מאכען אזוי פיל פראפיט?
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
נישט פשוט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3356
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 1:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט פשוט »

ווי איך פארשטיי פרעגסטו וואס די עולם טראכט אדער ווייסט... נישט פון איינעם וואס רעדט פון אייגענע ערפארונג, ווייל ווער ס'עמאכט שיין גלייב איך נישט אז ער שרייבט דא , ( אפשר יא :roll: ) וואס איך זאג... אז די זאלסט טוהן א זאך וואס די גלייכסט... די וועלט זאגט אז אויב האסטו ליב וואס די טוהסט (דיין ארבעט) ארבעטסטו קיינמאל נישט!!
!!THANK YOU BANAA#
אוועטאר
ווישוואש
שר ששת אלפים
תגובות: 6973
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

נישט פשוט האט געשריבן:ווי איך פארשטיי פרעגסטו וואס די עולם טראכט אדער ווייסט... נישט פון איינעם וואס רעדט פון אייגענע ערפארונג, ווייל ווער ס'מאכט שיין גלייב איך נישט אז ער שרייבט דא , ( אפשר יא :roll: ) וואס איך זאג... אז די זאלסט טוהן א זאך וואס די גלייכסט... די וועלט זאגט אז אויב האסטו ליב וואס די טוהסט (דיין ארבעט) ארבעטסטו קיינמאל נישט!!

ווער בין איך אפצופרעגן דיין אמונה.. אבער ס'נישט אמת.

אגב, גוטע איידיע פאר אן אשכול.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
אוועטאר
נישט פשוט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3356
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 1:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט פשוט »

איך פריי מיך צוהערן.. כהאף אז די ביסט צווישען זיי.
!!THANK YOU BANAA#
זיבען און אייכציג
שר מאה
תגובות: 208
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 01, 2016 9:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיבען און אייכציג »

איך וויל דייקא יא הערן פין די וואס מאכען א שיינע געהאלט. איך וועל זיין סופרייזט אויב דא זענען נישט דא קיין איי טי'ס, דעוועלעפארס, וכדו' וואס איך מיין אז זיי מאכען גרינג זעקס דידזשיט אינקאם.
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

זעקס דידזשיט האבען איטליכע איי טי'ס דערגרייכט (אבער רוב נישט); אבער זעקס דידזשיטס און א העף (דאס הייסט 150 טויזענט דאלער) דערגרייכען זייער ווייניג. די כינעזער און אינדיאנער זענען גרייט צו ארבעטען (מעלות השחר עד צאת הנשמה) פאר א סאך ביליגער.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
זכאי
שר חמש מאות
תגובות: 548
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 5:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זכאי »

אקעי סאו לאמיר אריינגיין אין די נושא פון קאלעדזש.
דאס איז אמאל קלאר אז איינער האלט אז ער האט די יכולות און מאטיוואציע צו מאכן א האלב מיליאן, א מיליאן דאלער א יאר, ווי אויך אז ער קען אויסווארטן א שיינע פאר יאר צו מאכן יענע נומערן, ועל כולם אז ער האט פון ווי אנצוהייבן, דאן זאל ער אריינשפרינגן און עפענען א ביזנעס וכדומה.

אבער אויב ביסטו פון די רוב מענטשן וואס מאכן פון 200 טויזענט און אראפ, דאן אנשטאט זיך צו מיטשען און מאכן פיפציג צו זעכציג אלפים, און אפשר ביי די 35 מאכן 110 (ווי רוב פון די וואס מאכן פון צוויי הונדערט און אראפ) זאלסטו זיך אויסוועלן א פאך וואס ציט דיר, גיין אין קאלידזש פאר צוויי דריי יאר און שוין אנהייבן מאכן זעקס דידזשיטס ביי די פינף און צוואנציג מיט א פרנסה קלה ונקיה.

הצלחה מרובה!
זיבען און אייכציג
שר מאה
תגובות: 208
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 01, 2016 9:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיבען און אייכציג »

זכאי, דאס איז ממש די ציל פין דעם אשכול; אויסשמועסן פרנסות וואס ברענגען א שיין געהאלט, נישט אויף צי ווערן עשירים, נאר געניג אויף אן אנגענעם לעבן.

בד''וו, אז מ'מאכט שיין פרנסה אינג, קען מען אוועקלייגען אסאך חודש'ליך און מאכען זייטיגע אינוועסטמענטס.

ליידער זענען דא פילע מענטשען וואס זענען בליטיגע ארעמעלייט, וויל זיי זיכען נאר צי מאכען מעלאנעס.

איך מיין עס זענען דא שיין באצאלטע דזשאבס וואס מ'דארף נישט דורכגיין קאלעדזש מ'דארף נאר א קורצע סערטיפיקעט, און אנדערע וואס מ'דארף דאס אויך נישט, נאר בלויז קענען גיט די פאך. אדרבא, לאמיר הערן פין די וואס האבען אייגענע ערפארונג.
חיימ'ל
שר חמש מאות
תגובות: 635
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 10, 2014 8:20 pm
לאקאציע: געפינט זיך נישט דאס פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיימ'ל »

שאין לך אומנות וכו' כ'געדענק נישט די לשון פון די משנה סוף קידושין פון אויסווייניג, און הגם דארט רעדט מען טאקע ברוחניות זעט מען דאס אויך אויף אן אנדערע אויפן. די כלל איז אז ס'האט כמעט נישט מיט דעם דזשאב, נאר ס'האט בעיקר מיט די מענטש. און יעדער קען זיך אויסלערנען, נישט צו זיין פויל, האבן אביסל ADHD, קענען פארנעמען פרעשור, און אויך צו נעמען אמאל א גוטן ריסק... בקיצור נמרץ מאוד..!
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4102
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

נפתלי הורוויץ שרייט שוין יארן אז יעדער מענטש קען ווערן א גוטע סעילסמאן ( ער רעדט פון דרויסינדיגער סעילס)
די מציאות איז אז סעילס איז פון די איינציגסטער פלעצער וואו היימישער אינגערלייט האבן מצליח געווען צו מאכן הונדערט ביז עטליכע הונדערט טויזענט דאלאר א יאר

רוב דשאבס האבן א דאך געוואנדן אויף וויפיל געלט מען איז משקיע/ וויפיל מהאט זיך געלערענט/ וויפיל שעה די ביזנעס איז אפען
ביי סעילס קען מען מיט די ריכטיגע סייעתא דשמעיא אנקומען גאר ווייט.
( געראדע הייסט פאנדרעיזינג אויך סעילס)
קאט
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 9:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאט »

גראדע די שאלה פון אקאנטינג וואס ער פאנגט אהן איז מיר אינטערעסאנט צי וויסען, סיי וויפיל מ'פארדינט און סיי די חסרונות דערפין ועוד כמה פרטים, כ'האב א געפיל דערצו כ'האב אביסעל געטוהן דערין, איך דארף נאר אביסעל א קלארקייט אין די פראקטישע פרטים צי ס'לוינט זיך אריינצילייגען דערין, און וויאזוי מ'קען אריין גיין אין ביזנעס.
א. ב. א. מ.
אוועטאר
מים שלנו
שר חמש מאות
תגובות: 629
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 23, 2014 11:21 pm
לאקאציע: אין פאס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים שלנו »

כ'מיין עס איז דא א מוראדיג פראבלעם ביי ארבעטערס אז קיינער זאגט נישט פאר קיינעם זיין פעי דאס איז עפעס א מיליטערישע סוד ביי רוב, ממילא ווייסט קיינער נישט צו ער איז גוט באצאלט אדער סתם א פערד פאר זיין בעל הבית, לכאורה אויב קען מען זיך ווען אויף עפעס אן אופן דורכשמועסן מיט נאך גלייך מיט זיין פאזיציע קענען אסאך אידן אויפגעראכטן ווערן
די תגובה איז געשריבן געווארן בלויז מיטן ציהל להנאות בהם בני אדם יושבי חושך וצלמות און פאר די הינער וואס קוקן אויך אריין...
קרעדיט טריסקער
קאט
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 9:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאט »

א שטארקע נקודה, כ'האלט אויך אזוי.
א. ב. א. מ.
אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אַבּערוואַס »

קאט האט געשריבן:גראדע די שאלה פון אקאנטינג וואס ער פאנגט אהן איז מיר אינטערעסאנט צי וויסען, סיי וויפיל מ'פארדינט און סיי די חסרונות דערפין ועוד כמה פרטים, כ'האב א געפיל דערצו כ'האב אביסעל געטוהן דערין, איך דארף נאר אביסעל א קלארקייט אין די פראקטישע פרטים צי ס'לוינט זיך אריינצילייגען דערין, און וויאזוי מ'קען אריין גיין אין ביזנעס.

צו קריגן א CPA לייסענס אין אמעריקא דארף מען גיין אין קאלעדזש דוכט זיך.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

ווייזט מיר היינט מיין גראסערי-מאן אויף דעם ספאניאלא וואס דעליווערט עם די ארדערס, אז כהיום יאנואר אכצן מאכט ער 900 דאלער א וואך!!
פרעג איך אים אויב אזוי פארוואדזשע נישט פאר א היימישן יונגערמאן די ארבעט?.....
אוועטאר
ממש אזוי
שר האלפיים
תגובות: 2804
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממש אזוי »

ראספשע האט געשריבן:ווייזט מיר היינט מיין גראסערי-מאן אויף דעם ספאניאלא וואס דעליווערט עם די ארדערס, אז כהיום יאנואר אכצן מאכט ער 900 דאלער א וואך!!
פרעג איך אים אויב אזוי פארוואדזשע נישט פאר א היימישן יונגערמאן די ארבעט?.....


די שאלה איז וויפל שעות די חברה ארבעטן א טאג, וויאזוי מען באגייט זיך מיט זיי. א היימישע אינגערמאן קען נישט ארבעטן אזויפיל שעות און אויב יא מעג ער מאכן מער געלט ווי דעם. איך בעט דעם אייבערשטען איך זאל קיינמאל נישט האבן אזא נסיון אבער מען קען נישט דזשאדזשען די בעלי בתים. ס׳נישט פשוט
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2748
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

אַבּערוואַס האט געשריבן:
קאט האט געשריבן:גראדע די שאלה פון אקאנטינג וואס ער פאנגט אהן איז מיר אינטערעסאנט צי וויסען, סיי וויפיל מ'פארדינט און סיי די חסרונות דערפין ועוד כמה פרטים, כ'האב א געפיל דערצו כ'האב אביסעל געטוהן דערין, איך דארף נאר אביסעל א קלארקייט אין די פראקטישע פרטים צי ס'לוינט זיך אריינצילייגען דערין, און וויאזוי מ'קען אריין גיין אין ביזנעס.

צו קריגן א CPA לייסענס אין אמעריקא דארף מען גיין אין קאלעדזש דוכט זיך.

די קאלעדזש קען מען אויך טון online
זיי מברר ביי COPE די אפציעס
אוועטאר
נישט פשוט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3356
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 1:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט פשוט »

נחום וואהלינער האט געשריבן:
אַבּערוואַס האט געשריבן:
קאט האט געשריבן:גראדע די שאלה פון אקאנטינג וואס ער פאנגט אהן איז מיר אינטערעסאנט צי וויסען, סיי וויפיל מ'פארדינט און סיי די חסרונות דערפין ועוד כמה פרטים, כ'האב א געפיל דערצו כ'האב אביסעל געטוהן דערין, איך דארף נאר אביסעל א קלארקייט אין די פראקטישע פרטים צי ס'לוינט זיך אריינצילייגען דערין, און וויאזוי מ'קען אריין גיין אין ביזנעס.

צו קריגן א CPA לייסענס אין אמעריקא דארף מען גיין אין קאלעדזש דוכט זיך.

די קאלעדזש קען מען אויך טון online
זיי מברר ביי COPE די אפציעס


איך מיין אז טי טי איי קענסטו אויך כאפ א בליק דא
!!THANK YOU BANAA#
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4218
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

איך וויל צילייגן מיינע צוויי סענט.

צו ערשטענס, מען זאגט נאך פונעם הייליגען חזון איש זצ"ל אז א מענטש וואס גייט ארויס טאג טעגליך צום ארבייט און האט נישט קיין תפילה געטאן אז ער זאל היינט מצליח זיין, האט נאך קיין השתדלות נישט געטוהן. ממילא, די ערשטע זאך צו געדענקן, אז מען דארף תפילה טוהן. איעדן טאג!

איינע פון די חשובע שרייבערס האט געשריבן פון די הייליגע גמרא "אין לך בו אומנות שאין בו עניית ועשירות". ממילא דארף מען דאס אויך געדענקען. איעדע פרנסה קען זיין גוט. און נישט גוט....

$100,000 א יאהר איז נישט שיין פארדינט. ספעציעל פאר א שטוב מיט קינדער ווי שכר לימוד אליינס איז בערך $2,000 א חודש. געדענקט, רוב פון די jobs וואס צאלען זעקס ציפערן איז אלעס עמטליך. אלעס. קיין הילף פאר גארנישט. קא פעי איעדע דאקטאר וויזיט וכו'.

ווי אויך, א גאר וויכטיגע נקודה, סתם א job וועט אייביג זיין איינער נידריגער אויפן לייטער אדאר אינגער פון דיהר וואס וועט מסכים זיין צו ארבייטען מער שעות פאר ווייניגער געלט. וואס א אינגערמאן וואס טראכט פון א job וואס קען ברענגען שיין איז אויב מען טוט זיך ספעציעלירען אין די job. למשל: אקאונטענטס איז דא אסאך. אבער אן accountant וואס קען אויך געבען גיט קאסטומער סערוויס, ער קען אריינגיין צו א קאסטומער פון די firm פאר וועם די אקאונטענט ארבייט אין מאכן זיין year end ארבייט, קעיר נעמען פון אודיטס, וכו', ער איז שוין ווערט אסאך מער פאר זיינע בעלי בתים און זיין firm. בקיצור, עס איז ראטזאם זיך צו לערנען מעהר ווי סתם די ארבייט. מען זאל זיך אריינלייגן שטארק אין די filed of work וואס מען וויל טוהן און ווערן אן עכטער expert אין די ארבייט.

יעצט צום נושא, וואס פארא מין ארבייט קען ברענגען שיין פרנסה אלטס א job. פארשטייט זיך, אן אייגענע ביזנעס קען אייביג ברענגען אסאך מער. אבער נישט איעדער איינער וויל אן אייגענע ביזנעס:

אקאונטענט - קען פארדינען העכער הונדערט פופציג טויזענט א יאהר.
מעקעניק - קען אויך גאר שיין פארדינען, נאך דערצו אויב ער איז א problem solver. עס איז היינט טאקע דא ווייניגער פעקטאריס ווי אמאהל, אבער עס איז נאך דא. א production run וואס ווערט אפגעשטעלט איז א גרויסער שאדן. ממילא, א גיטע מעקעניק קען שיין פארדינען.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
איבערגאנג
שר מאה
תגובות: 130
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 02, 2014 9:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איבערגאנג »

אין ניו יארק סיטי מיט א שטוב מיט קינדער קען מען קוים לייגן ברויט מיט פוטער אויפן טיש פאר 100 א יאר.
די גוטע פארדינער ביי אקאונטענטס זענען אדער אליינס אדער ברענגן זיי קליענטן (ווייטער סעילס)
זכאי
שר חמש מאות
תגובות: 548
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 5:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זכאי »

איבערגאנג האט געשריבן:אין ניו יארק סיטי מיט א שטוב מיט קינדער קען מען קוים לייגן ברויט מיט פוטער אויפן טיש פאר 100 א יאר.
)

דו ביסט הייליג גערעכט אבער דאס נעמט נישט אוועק פון די מציאות אז רוב עולם מאכט נישט די געלטער און אז מען אפערט דיך אן ארבייט מיט אזא געהאלט קך ולך.
איי העסטו פרעגן ווי אזוי דער עולם לעבט? תיקו! דאס איז א ריזיגע קשיא וואס ווארט שוין צוואנציג יאר פאר א תירוץ, וליכא. (ומסתבר שעימעק׳ס ויזע ומעסטער וכו׳ יענה הכל)

די פוינט איז אז א מענטש זאל זיך נישט איינרעדן אז ער גייט מאכן מעלוינעס אזוי ווי שמערל און בערל ווייל זייער ווייניג זענען אנגעקומען ווי שמערל און בערל. און אנשטאט איינרעדן פאר א האלבע שטאט אז דו ביסט א ריעל עסטעיט ברוקער און עס גייט דיך גוט, וואס סאך הכל האסטו געמאכט איין דעיל אין דריי יאר (יא יא בידעי ומכירי נישט איינס און נישט צוויי). וואס לכבוד דעם פאסט דיך נישט צו נעמען א דזשאב און הערשט נאך פינף יאר וועסטו כאפן דעם פראסק און אנרופן א חבר בשתיקה אז דו ביסט שוין אפילו מסכים צו גיין ארבייטן פאר 15 דאללער א שעה, כאפ זיך באצייטענס און טוב עפעס ווי א מענטש אפילו דו גייסט נישט מאכן צוויי מיליאן דאלער א יאר. (ועיין עוד ערך עמעזאן ואין להאריך)

יא יא עס איז דא זייער אסאך גרינגע פאכן וואס מ׳קען זיך לערנען און מאכן 100 150 טויזענט דאללער א יאר, און לעבן שענער ווי דער וואס פאסט נישט צו מאכן נאר 100 אלפים א יאר ווייל ער ווארט אויף די טאג וואס ער גייט מאכן א מעלאנא.

ובזה יצאתי ידי חובתי

(אגב קוק צירוק אויבן אז דער וואס קען זיך אליין גוט און ווייסט אז ער איז ביכולות צו עפענען א ביזנעס וכדומה דאן שפרינג אריין גרעין אבער סתם זיך איינרעדן און לעבן מיט מושגעתן און פאסטוכער דאס נישט)
בנציון יאזעפאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 9:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנציון יאזעפאוויטש »

זכאי האט געשריבן:
איבערגאנג האט געשריבן:אין ניו יארק סיטי מיט א שטוב מיט קינדער קען מען קוים לייגן ברויט מיט פוטער אויפן טיש פאר 100 א יאר.
)

להאריך)

יא יא עס איז דא זייער אסאך גרינגע פאכן וואס מ׳קען זיך לערנען און מאכן 100 150 טויזענט דאללער א יאר, און לעבן שענער ווי דער וואס פאסט נישט צו מאכן נאר 100 אלפים א יאר )

???
שלוה
שר מאה
תגובות: 132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 2:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלוה »

פרישע סאושעל ווארקערס קענען פארדינען ביז $60 -$80 פאר 45 מינוט ארבעט. (פול טיים איז דאס איבער $100k - $130k יערליך)

עס איז דא א שטארקע פארלאנג פאר אידיש רעדנדע סאושעל ווארקערס.

סקול - מעסטערס - נעמט צווייטע יאר, אויב מ'האט שוין א בעטשעלארס דעגרי (פין ישיבה).

מ'דארף זיין געאייגענט צי קענען זיצען און אויסהערן מענטשען, צי קענען גיין ווייטער דארף מען אינוועסטירען אסאך צייט, ענערגיע, און געלט אין נאך לערנען.
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

אין ניו יארק איינער מיט א משפחה פין 3 קינדער אין ארויף וואס מאכט 60,000
נעמט פאד סטעמס, וואטשערס, סעקשאן 8, מעדיקעיד, + טעקס רעטורין

קומט אויס מען ענדיגט די יאר אסאך שענער ווי איינער ואס מאכט אפי' 130 טויזענט אין צאלט נאך טעקס
+ וואס איינער וואס מאכט 60 טויזענט א יאר וועדשעס האט נאך געווענדליך עקסטער צייט צו מאכן עפעס עקסטער
א אלטע פראבלעם אין אמעריקא אז די פראגרעמס איז אויס געשטעלט מען זאל בלייבן ארים

די אלע אויבדערמאנטע גוט באצאלטע דזשאבס אפי' מען זאך אנקומען צו אסאך העכערע וועדש וואס לוינט שוין יא, איז נארמאלערהייט וועט מען דארפן א יאר 2 דורך שוויצען מיט א העכערע וועדש אבער ווייניגער סך הכל ענד אויף די געים, וואס איז זייער שווער
אנדערש ווי א אייגענע ביזנעס וואס אדער קען מען גרינגער שפילן מיט די עקספענסעס, אדער מאכט שוין די ערשטע יאר א פעטן פרייז עס זאל זיך לוינען, אין די פרעמדע גאס הייבט מען אן זיך לערנען אינג אין ווען מען האט חתונה האט מען שוין א דזשאב געווענדליך, אין די ווייב איז אויך געווענדליך א פערפעשענעל, אבער א איד מיט אפאר קינדער איז עס א שווערע אריבער גאנג
שרייב תגובה

צוריק צו “פינאנץ”