תגובהדורך נשמה » פרייטאג ינואר 12, 2018 1:36 pm
בעזהשי"ת עושה שמים וארץ.
פארוואס ווערט א זעקסער אומגעזונט?
א זעקסער וויל פילן פארזיכערט. נישט ער וויל פילן אז ער איז זיכער א נארמאלער מענטש. נישט ער וויל פילן אז ער איז יא א 'עפעס'. נישט אז ער וויל פילן 'פארזיכערט' אז ער איז יא באליבט, ער וויל פילן אז ער איז זיכער. אזוי ווי א קינד וואס האט מורא צו גיין אליין אין א ריזיגע שאפינג מאל אן די טאטע, ער וויל זיין טאטע זאל מיטקומען, ער וויל פילן אז ער האט איינעם, עפעס, אין וואס צו קענען 'בוטח' זיין. (דאס דארף מען זיך בוטח זיין בה') מיט די זיכערע זאך פילט ער זיך פארזיכערט. א זעקסער מיט א זיכערע זאך אין וואס צו פילן פארזיכערט גייט בענעזאם. אויב דו פרעגסט איינעם וואס טענה'ט אין דיינע אויערן אז ער איז א זעקסער "וואס טוסטו אגאנצן צייט צו שפירן זיכער, סעיף, און סעקיור?", און ער קען נישט ענטפערן דערויף, איך האב א ספק צו ער איז בכלל א זעקסער.
א זעקסער ווי שטארק ער וויל זיין זיכער און טון דערצו, אזוי ארומער האלט ער אין איין באקומען ענגזייעטי, אומזיכערקייט, אפשר האב איך קאליע געמאכט, ווייל איך האב דעס און דעס געטון, און יעצט וועט שוין ווייטער נישט זיין אלעס פארזיכערט, און ער פרובירט צו טון דערוועגן, זיך צו שטארקן, און פאררעכטן דאס וואס ער טראכט האט אים אפשר קאליע געמאכט זיין זיכערקייט. עכט וואלט א זעקסער געדארפט טראכטן, "איך בין נישט זיכער און נאר השי"ת קען מיך העלפן, איך פארלאז מיך אויף אים, איך גיי צו אים שרייען און בעטן און שוין, בך בטחו אבותינו בטחו ותפלטמו", אבער אויב טוט ער עס נישט, נאר ער וויל נאך אלץ מאכן זאכן 'זיכער', כדי צו שפירן זיכער, און ער האלט אין איין באקומען ענגזייעטי, ספיקות, אומזיכערקייטן, אויף די זאכן וואס ער האלט אז דאס דארף אים צושטעלן זיכערקייט.
למשל, א קינד וואס האט געזאגט זיין טאטן, "קום מיט מיר, איך האב מורא אליין צו גיין אין א גרויסע ביהמ"ד" און די טאטע איז מסכים, ער גייט מיט'ן. אבער דאס קינד האלט אין איין קוקן אויף זיין טאטע, צו מאכן זיכער אז די טאטע גייט אים נישט איבערלאזן פלוצלינג, און צו די טאטע האט נישט פלענער אים פלוצלינג איבערצולאזן. דאס קינד ווערט אזוי געפייניגט פון ספיקות און ענגזייעטי, ביז דאס קינד האט שוין נישט קיין כח צו די אלע ספיקות און פחדים, ער נעמט צאם אלע זיינע כוחות און ער זאגט זיין טאטען "ווייסטו וואס, ס'גוט, איך קען אליין, איך וועל מיך אליינס אן עצה געבן, דו זאלסט נישט מיינען אז איך בין אזא שוואכלינג, און הער מיך אויף אראפצוקוקן, ס'גוט, קענסט גיין, איך קען מיך פיין אליין אן עצה געבן, איך דארף נישט קיינעמ'ס שטיצע, איך קען אליין, איך בין שטארק, איך האב נישט מורא, און ער ווייזט עס".
דאס הייסט נישט עכטע שטארקייט, און דאס איז נישט קיין סעלף-קאנפידענס, און נישט קיין סעלף-עסטים (ווי 'מח' האט שוין זייער גוט ארויסגעברענגט אז פארקערט, מ'דארף וויסן ביי זיך "איך דארף יא האבן שטיצע, און איך גיי נישט טעסטן צו יענער איז באמת פארזיכערט, איך גיי מיך פארלאזן אויף השי"ת.)
יעצט, אבער וויבאלד א זעקסער איז פארט א זעקסער, און ער איז פארט אומזיכער, און ער דארף האבן שטיצע, הייבט ער אן צו באקומען ספיקות און ענגזייעטי אויף וואס ער האט געטון, ער הייבט אן טראכטן "יעצט בין איך שוין טאקע נישט געבליבן מיט קיין שטיצע" מיין טאטן האב איך אוועקגעשיקט ווייל איך קען אליין, און יעצט בין איך טאקע געבליבן אליין, און וויאזוי גיי איך יעצט פילן סעיף און סעקיור אין אזא שרעקעדיגע וועלט.
ענגזייעטי און אומזיכערקייט ווערט ביי אים נאר שטערקער אדאנק טון פעולות צו אויפהערן פילן ענגזייעטי און אנהייבן פילן פארזיכערט. אזש אז ער פילט אזוי אומזיכער און אזוי אומפעהיג ביז ער מוז בהכרח אנקומען צו אוטאריטי, ער פילט זיך אזוי שוואך אז ער קען גארנישט טון מער, ער האט נישט קיין שום אנווייזונג וואס צו טון, ער מוז אנקומען צו אוטאריטי, און דאס מאל איז ער שוין אזוי אנגעהאנגען אין מענטשן, און מענטשן פילן זיין אומזיכערקייט, מענטשן פילן אז ער איז אומזיכער. ווייל נישט פשט אז דער זעקסער זאגט "אקעי, איך גיי מאכן התבודדות, זיך אויסרעדן צום אייבערשטן, בוטח זיין אין אים, און שוין", ער וויל אז אנדערע מענטשן זאלן אים צושטעלן סעקיוריטי, און דאס איז זיין פראבלעם וואס האט אים געמאכט אומגעזונט חלילה.
פאר דו ווילסט דיך שטעלן אלץ אן אומגעזונטער זעקסער, ווייס אז אן אומגעזונטע זעקסער פילט 'ענגזייעטי, אומזיכערקייט, פאניק, סכנה, קריזיס, דערשראקן, מענטשן ווילן זיי שלעכט'ס טון, אלעס איז עק וועלט, פלאס אז זיי זענען אנגעהאנגען אין אוטאריטי פיגורן. השם יתברך זאל אפהיטן און העלפן און אויסהיילן, 'מיך' און יעדעם. כי רופא נאמן אתה. די עצה צו אלעם איז התבודדות, טוב ה' לכל.
קענסט אבער נישט זאגן א אומגעזונטע זעקסער, אויף איינעם וואס איז נישט קיין זעקסער.
והשם הטוב יעזור.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.