רבי אלעזר מנחם מן שך זצ״ל - תרנ״ח - תשס״ב

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4959
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » מיטוואך נובעמבער 15, 2017 11:06 am

אבן יקרה האט געשריבן:
אגב, אלע יאהרן איז רב שך געווען שארף אנקעגן די רעכטע מתנחליש'ע, אלעמאל גערעד פון התגרות באומות מיט ג' שבועות. דאס איז זיכער אריין פון סאטמארער רב

פונקט געליינט איבער די רעאקציע פון גדולי ישראל צו מלחמת ששת הימים, שרייבט יענער (נישט קיין היימישער...) אזוי:
צוגעלייגטע
Pages-from-חרדים-מצב-הרוח-2_17.jpg
Pages-from-חרדים-מצב-הרוח-2_17.jpg (249.08 KiB) געזעהן 2207 מאל
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
חמרא טבא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5645
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » מיטוואך נובעמבער 15, 2017 3:06 pm

שיינע קליפ פון רב שך זצ"ל אלס יונגערמאן (זעהט ווי ער לייגט זיין האנט ארום זיין תלמיד...)
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2986
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » מיטוואך נובעמבער 15, 2017 5:04 pm

מיללער האט געשריבן:
אבן יקרה האט געשריבן:ניין. קיין איינמאל נישט.

אבער מיט'ן רבי דער ברך משה זצ"ל יא געטראפן עטליכע מאל. תשמ"ג, און תשנ"ד. דער רבי ארויף צו איהם, און רב שך צוריק געקומען אויף ביקור גומלין [די אויבדערמאנטע בילד, איז פון די ביקור גומלין תשנ"ד].

תשנ"ד האבן אסאך "שיינע אידן" פראבירט אפהאלטן דעם רבי'ן גיין באזוכן רב שך, מ'האט געטהנעט אז ער איז אנטקעגן די שלום געשפרעכ'ן איז ער א ציוניסט...

דער רבי האט געבעטן צו קוקן די בריוון און די דרשות דערווגן, און איז געווארן שטארק אויפגערעגט אויף די חברה, פארקערט אין די דרשות קאכט ער איבער אז מרשעים יצא רשע, און די רשעים די לינקע וואס זוכן די שלום איז כדי צו נאנטער מאכן אידן מיט גויים, נישט וועגן מונע זיין שפיכות דמים...

אגב, אלע יאהרן איז רב שך געווען שארף אנקעגן די רעכטע מתנחליש'ע, אלעמאל גערעד פון התגרות באומות מיט ג' שבועות. דאס איז זיכער אריין פון סאטמארער רב

מכתב מעניין ממנו לנשיא מדנ"י בגין - בה נראה קנאותו:
http://forum.otzar.org/viewtopic.php?p=415461#p415461

בילד

דער בריוו צייגט זיין איין שטיק דביקות לקוב״ה, לתורה, ולעם ישראל!

אבער א שווארץ קוקער קען זיך אנהענגן אויף די לעצטע שורה...
״ואני מתפלל שתצליח בדרכיך לעמוד לפני שרים לטובת עמינו״
דאס הייסט אזוי לשיטת דעת תורתו: למעשה און פאקט איז דאך דא א מדינה - זאל עס זיין לטובה עד שידינו מגעת.

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2986
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » מיטוואך נובעמבער 15, 2017 5:11 pm

חמרא טבא האט געשריבן:שיינע קליפ פון רב שך זצ"ל אלס יונגערמאן (זעהט ווי ער לייגט זיין האנט ארום זיין תלמיד...)

כאב לבנו... כרבי לתלמידו.. זייער שיין! - איז דאס נייע אדער אראפגענומען פון ערגעץ ווי?

אבן יקרה
שר האלפיים
תגובות: 2614
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » מיטוואך נובעמבער 15, 2017 5:30 pm

רבניש האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:
אבן יקרה האט געשריבן:ניין. קיין איינמאל נישט.

אבער מיט'ן רבי דער ברך משה זצ"ל יא געטראפן עטליכע מאל. תשמ"ג, און תשנ"ד. דער רבי ארויף צו איהם, און רב שך צוריק געקומען אויף ביקור גומלין [די אויבדערמאנטע בילד, איז פון די ביקור גומלין תשנ"ד].

תשנ"ד האבן אסאך "שיינע אידן" פראבירט אפהאלטן דעם רבי'ן גיין באזוכן רב שך, מ'האט געטהנעט אז ער איז אנטקעגן די שלום געשפרעכ'ן איז ער א ציוניסט...

דער רבי האט געבעטן צו קוקן די בריוון און די דרשות דערווגן, און איז געווארן שטארק אויפגערעגט אויף די חברה, פארקערט אין די דרשות קאכט ער איבער אז מרשעים יצא רשע, און די רשעים די לינקע וואס זוכן די שלום איז כדי צו נאנטער מאכן אידן מיט גויים, נישט וועגן מונע זיין שפיכות דמים...

אגב, אלע יאהרן איז רב שך געווען שארף אנקעגן די רעכטע מתנחליש'ע, אלעמאל גערעד פון התגרות באומות מיט ג' שבועות. דאס איז זיכער אריין פון סאטמארער רב

מכתב מעניין ממנו לנשיא מדנ"י בגין - בה נראה קנאותו:
http://forum.otzar.org/viewtopic.php?p=415461#p415461

בילד

דער בריוו צייגט זיין איין שטיק דביקות לקוב״ה, לתורה, ולעם ישראל!

אבער א שווארץ קוקער קען זיך אנהענגן אויף די לעצטע שורה...
״ואני מתפלל שתצליח בדרכיך לעמוד לפני שרים לטובת עמינו״
דאס הייסט אזוי לשיטת דעת תורתו: למעשה און פאקט איז דאך דא א מדינה - זאל עס זיין לטובה עד שידינו מגעת.

ער איז אבסעלוט נישט געווען קיין סאטמארער, און נישט געגאנגען מיט די סאטמארע שיטה, ס'זאל נישט זיין קיין טעות.
נישט צו פארגעסן אז ער איז דער וואס האט מתיר געווען די אריינגיין אין קואליציא [אבער צו אגו"י האט ער נישט געלאזט נעמן מיניסטערן, משא"כ פאר ש"ס פארטיי האט ער יא געלאזט] און אויך נעמען גרויסע געלטער צום מוסדות התורה, וואס האט געברענגט אויף איהם גרויס אויפברייז פון די בריסקער רב'ס קינדער. דאס האט געברענגט דעם רבי'ן זי"ע צושטעלן "קרן הצלה".

מ'האט פארציילט בשם רב"צ יאקאבאוויטש, און איך ווייס נישט וויפל קראנט איז דאס, אז ווען מ'האט פארציילט תשל"ז צום רבי'ן אויף די קואליציא סקאנדאל, האט דער רבי אינטרעסירט ווער שטייט אונטער דעם, און ווען ער האט געהערט אז ער איז דאס, האט דער רבי געזאגט, אויף איהם וואלט איך נישט געטראכט אזוי ווייט...

נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4959
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » דאנארשטאג נובעמבער 16, 2017 9:38 am

ס'זייער אינטערסאנט וואס ער שרייבט איבער די שלש שבועות, און אז בזמן הסנהדרין האט מען נישט געמעגט גיין אין מלחמה אן זיך שואל עצה זיין מיט זיי.

ווי אויך די גאנצע לאגיק וואס ער פרובירט איבערצוגעבן פאר בגין איז זייער גוט ארויסגעברענגט.

איך גלייב אז דער רבי זי"ע וואלט שטארק הנאה געהאט פון אזא בריוו.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
חמרא טבא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5645
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » דאנארשטאג נובעמבער 16, 2017 9:52 am

פון דא
צוגעלייגטע
מנחת יצחק עם הרב שך.jpg
מנחת יצחק עם הרב שך.jpg (102.89 KiB) געזעהן 2116 מאל
דביה תחדי נפשא

שנלר
שר מאה
תגובות: 162
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 11:41 am

תגובהדורך שנלר » דאנארשטאג נובעמבער 16, 2017 9:55 am

איינער וואס האט עם נישט געקענט, קען לייענענדיג דא מיינען אז ער איז געווען ראש הקנאים.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25680
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג נובעמבער 16, 2017 10:48 am

שנלר האט געשריבן:איינער וואס האט עם נישט געקענט, קען לייענענדיג דא מיינען אז ער איז געווען ראש הקנאים.

דו האסט אים געקענט?

איך האב אים נישט געקענט, און איך ליין דא און איך מיין נישט אז ער איז געווען ראש הקנאים, אבער איך ווער געוואור אז ער האט געהאט אין זיך געוויסע קנאי'שע בליקן און שטריכן פון א גדול בישראל וואס קוקט נישט אן אלעס פון זיין שמאלן שאכטל נאר ער האט א תורה'דיגער בליק און פערספעקטיוו. בעצם זיין קנאות קעגן ליובאוויטש איז אויך געקומען פון דעם ווינקל, ער איז געווען אויסגעשפראכן און נישט מורא געהאט צו זאגן זיין מיינונג.

און ועל כולם זיינע ספרים 'אבי עזרי' איז למעשה א זעלטנהייט בדורותיו, איך בין נישט דער גרויסער מבין, אבער מ'זעהט גדולי ישראל בדורינו קאכן דערין כספרי קמאי, ער האט א גוטן לשון און א שליטה בש"ס וברמב"ם מיט א זעלטענע בהירות, וזכה שספריו מיתבדרין בבי מדרשא בעולם התורה, ביז אריין אין די סאטמארער ישיבות ומתיבתות וואו מען איז הוגה בלימוד התורה בעיון.

יהא זכרו ברוך

נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4959
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » דאנארשטאג נובעמבער 16, 2017 10:54 am

קיינער מיינט נישט, מ'ווייסט זיין היסטאריע. אבער ס'פארט אינטערסאנט צו זען ווי עלגאנט ער שרייבט אראפ פאר א האלב פרייע ראש המדינה א קנאי'שער געדאנק.

***
מיללער האקט
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2986
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » דאנארשטאג נובעמבער 16, 2017 11:12 am

איבער זיין קנאות איז שוין געשריבן געווארן אינעם ערשטן סיעף אין דעם אשכול. סנישט קיין נייע חידושים וואס ברענגט ווינדער.

יא אוודאי נישט דער סארט קנאות וואס ווערט היינט אפגעטיישט קנאות, ווייל דער סארט קנאות וואלט דער סאטמאר רב אויך נישט געפּעיסט די טעיסט!

שנלר
שר מאה
תגובות: 162
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 11:41 am

תגובהדורך שנלר » דאנארשטאג נובעמבער 16, 2017 2:13 pm

א יש'כ פאר ביידע פארן ענטפערן

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2358
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » מוצ"ש נובעמבער 18, 2017 1:44 pm

נא_שכל האט געשריבן:א גרויסע דאנק, רבניש וחמרא טבא ("חמרא טבא לרבנן"...), מיר שטארק הנאה.

כ'האב געהערט א מעשה פון א איש נאמ"ן.

ס'געווען א חדר אין ניו יורק וואס מ'פלעגט לערנען די לימודי קודש בלשון ענגליש, און א טייל עלטערן האבן געוואלט מ'זאל לערנען מיט די קינדער אין אידיש, מ'האט עס דורכגערעדט מיטן מנהל, דער מנהל האט עס פארגעשטעלט פארן מלמד, דער מלמד האט געזאגט אז ער קען טוישן און לערנען אין אידיש אבער ער וועט זיין געצוואונגען צו לערנען היבש ווייניגער יעדע וואך, צוליב וואס די קינדער קענען נישט אזוי גוט די שפראך.

דער מנהל האט געדארפט מאכן דעם באשלוס, האט ער געזאגט אז ער פארט קיין א"י, ער וועט גיין צו הרב ש"ך ז"ל און פרעגן וואס מ'זאל טון.

ער איז אריין צו הרב שך און אים פארגעלייגט די צדדי השאלה און אויב מ'וועט לערנען אידיש וועט מען לערנען היבש ווייניגער, האט ער גענטפערט: ווייניגער גמרא, מער אידיש!

דאס איז א שטארקע הדרכה!

א פלא, ווייל די הוראה אין פאניעוויטשער ישיבה איז געווען נאך פון מרן בעל החזון איש זי"ע צי געבן שיעורים אין העברעאיש, אין ווי באוויסט ביז די סאטמאר'ע רבי זי"ע איז געקומען באזוכן ב"ב איז קיין חחידר נישט געווען אין אידיש, נישט ווייל מען האט געהאלטן אז ס'נישט קיין מעלה, נאר מען האט געהאלטן אז די וויכטיגקייט אז בחורים פון שוואכערע שטובער זאלן אויך קענען לערנען און מיטהאלטן שטייגט איבער, ווי מען זעהט טאקע אז דאס האט געראטעוועט טויזענטער בחורים.

קיין זיין אז ער האט געהאלטן אז בנוגע א ביסל מער לערנען איז די מעלה פון אידיש שטערקער, אדער האט ער געהאלטן אז עברית איז בעסער ווי ענגליש.

אבן יקרה
שר האלפיים
תגובות: 2614
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » מוצ"ש נובעמבער 18, 2017 5:20 pm

לחם לשובע האט געשריבן:

נישט אמת

אבסעלוט נישט [הייסט דאס, די גאנצע מעשה הייבט זיך גארנישט אהן]

אין פאנעוועז'ע ישיבה האט מען אלע יאהרן - ביז ארום 30 יאהר צוריק - געלערנט אידיש. איינער פון די תנאים וואס האט מען געמאכט מיט יעדן איזרעלישע בחור פאר מ'האט ארייגענומען אין ישיבה, אז ביז א יאהר דארף ער זיך גוט אויסלערנען רעדן אידיש. אלע שיעורים זענען געווען אויף אידיש.

דער וואס האט דאס משנה געווען, ערשט בשנת תשמ"ח, איז געווען הרב שך. טאקע וועגן דעם, ווייל די איזרעלישע בחורים פון יענע דור האבן שוין נישט אזוי גוט געקענט אידיש. רב שך האט גארנישט קיין קדושה געזעהן אין רעדן אידיש.

און דער צווייטע ראש ישיבה הג' ר' דוד פאבארסקי זצ"ל [דארף מען עקסטערע אשכול אויף איהם, א הייליגע איד סב"ק טמירא ופרישא] האט נישט מסכים געווען דערצו, און ער אליין האט קיין איינמאל נישט געזאגט אויף עברית, נאר אויף אידיש.

די הוראה פון חזו"א איז געווען אויף איין איינצענע מוסד, ישיבת תפארת ציון. נישט אויף פאנעוועז'ע ישיבה, וואס מער פון 40 יאהר אלע שיעורים זענען געווען בלויז אין אידיש, ביז רב שך האט דאס משנה געווען כנ"ל

אוועטאר
חמרא טבא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5645
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » מיטוואך נובעמבער 29, 2017 11:03 am

באהבתה ישגה תמיד
צוגעלייגטע
3deb10fcdd249962ad541efae3761689.jpg
3deb10fcdd249962ad541efae3761689.jpg (50.26 KiB) געזעהן 1788 מאל
דביה תחדי נפשא

אבן יקרה
שר האלפיים
תגובות: 2614
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » דאנארשטאג נובעמבער 30, 2017 5:02 pm

חמרא טבא האט געשריבן:באהבתה ישגה תמיד

די בילד, איז פון די לעצטיגע מינוט'ן פאר'ן איבערגעבן די שיעור כללי פאר תלמידי הישיבה. א מחזה הוד וואס האט זיך איבערגעחזר'ט יעדע וואך דינסטיג. טראץ דעם וואס די שיעור איז געזאגט געווארן שוין עטליכע מאל, האט דער ר"י יעדעס מאל פונדערניי אנגעגרייט דעם שיעור עד כלות כל הכוחות, פון פריש איבערגלערנט כאילו נאך קיינמאל נישט געטוהן אין די סוגיא.

ווען ס'איז אנגעקומען דינסטיג, האט מען נישט געקענט רעדן מיט דער ר"י אויף גארנישט, אלעס איז געווען ארום דעם שיעור. ענייני הכלל האבן אויך נישט געכאפט קיין שום פלאץ אין די דינסטיג טעג.

ס'איז דא א בריוו פון ר"י געשריבן פאר איינער פון גדולי התלמידים "וכבר ידעת שכל ימי ערב שלישי"...

גם זה יעבור
שר מאה
תגובות: 212
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2015 3:32 pm

תגובהדורך גם זה יעבור » דאנארשטאג נובעמבער 30, 2017 5:35 pm

אבן יקרה האט געשריבן:דער וואס קען פארשטיין די ליטווישע אידיש, ס'איז כדאי צו צוהערן מיט די פולע ערנסקייט, די געוויין מעומק הלב, די וואונדערליכע הגדרות.

"ער איז דער איינציגער מענטש וואס מ'האט מורא געהאט פון איהם, ער האט געזאגט! אזיל גברא דמסתפינא מיניה! די וואס מיר זיינען, איז ווייל ער איז געווען דער שטארקער, אזוי איז אין די גאנצע אידישע היסטאריע, אין די ערטער וואס זענען געווען די גדולי תורה די יחידים, איז דער המון געווען א אנדערע המון...
"אין א געוויסע מאס, ער איז רבו שלמדו תורה, ווייל ואס איך בין איך איז ווייל ס'איז געווען דער סאטמארער רב.. און ווי געזאגט אזיל גברא דמסתפינא מיניה, אז ס'איז נישטא דער שטארקער מה יעשו איזובי הקיר"

יעצט אויסגעהערט א גרויס חלק פונם הספד, ס'איז זייער שטארק, א איד א גאון עולם, א גדול הדור, א בן שמונים מיט אזא שטארקייט, אזוינע בכיות!
די הגדרות וואס ער זאגט אויפ'ן רבין, די מעשיות וואס ער פארציילט, און ווי ער איז מאריך אויף יעדע דיטעיל, די בכיות, ס'איז מורא'דיג!

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2986
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » דאנארשטאג נובעמבער 30, 2017 9:03 pm

אבן יקרה האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:באהבתה ישגה תמיד

די בילד, איז פון די לעצטיגע מינוט'ן פאר'ן איבערגעבן די שיעור כללי פאר תלמידי הישיבה. א מחזה הוד וואס האט זיך איבערגעחזר'ט יעדע וואך דינסטיג. טראץ דעם וואס די שיעור איז געזאגט געווארן שוין עטליכע מאל, האט דער ר"י יעדעס מאל פונדערניי אנגעגרייט דעם שיעור עד כלות כל הכוחות, פון פריש איבערגלערנט כאילו נאך קיינמאל נישט געטוהן אין די סוגיא.

ווען ס'איז אנגעקומען דינסטיג, האט מען נישט געקענט רעדן מיט דער ר"י אויף גארנישט, אלעס איז געווען ארום דעם שיעור. ענייני הכלל האבן אויך נישט געכאפט קיין שום פלאץ אין די דינסטיג טעג.

ס'איז דא א בריוו פון ר"י געשריבן פאר איינער פון גדולי התלמידים "וכבר ידעת שכל ימי ערב שלישי"...

ישר כח יעצט קריגט דער בילד א פיל מער באדייטליכן חשיבת
דאס בילד צייגט טאקע א געוואלדיגן ריכוז

אוועטאר
חמרא טבא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5645
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 12:26 pm

דער ר"י אין די יונגע יארן
צוגעלייגטע
הרב.JPG
הרב.JPG (17.71 KiB) געזעהן 1603 מאל
דביה תחדי נפשא

לעילא ולעילא
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 22, 2016 2:04 pm

הנהגות שבת

תגובהדורך לעילא ולעילא » מאנטאג ינואר 01, 2018 5:11 am

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2986
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » מיטוואך ינואר 10, 2018 10:14 am

שנלר האט געשריבן:איינער וואס האט עם נישט געקענט, קען לייענענדיג דא מיינען אז ער איז געווען ראש הקנאים.

לענינינו זייער אינטערסאנט: וואס ווערט דא דיסקוטירט איבער רב שך׳ס נאנטע מהלך המחשבה צום סאטמאר רב׳ס, האב איך באגעגענט א שטיקל פון המגיד רבי יענקל׳ע גאלינסקי, וואס איז נישט געווען קיין אייוועלט ליינער/קאמנטירער. נישט קיין סאטמארער חסיד, נאר א נובורדיקער ליטוואק פון בני ברק.
צוגעלייגטע
RenderedContent-0B2C83D5-7BFA-4300-970B-BEDC793BDC61.JPG
RenderedContent-0B2C83D5-7BFA-4300-970B-BEDC793BDC61.JPG (162.42 KiB) געזעהן 1434 מאל

אוועטאר
חמרא טבא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5645
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » מיטוואך ינואר 10, 2018 10:17 am

רבניש האט געשריבן:
שנלר האט געשריבן:איינער וואס האט עם נישט געקענט, קען לייענענדיג דא מיינען אז ער איז געווען ראש הקנאים.

לענינינו זייער אינטערסאנט: וואס ווערט דא דיסקוטירט איבער רב שך׳ס נאנטע מהלך המחשבה צום סאטמאר רב׳ס, האב איך באגעגענט א שטיקל פון המגיד רבי יענקל׳ע גאלינסקי, וואס איז נישט געווען קיין אייוועלט ליינער/קאמנטירער. נישט קיין סאטמארער חסיד, נאר א נובורדיקער ליטוואק פון בני ברק.

רבי'לע איר זענט צוויי פרשיות אויפגערוקט...
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
חמרא טבא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5645
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » מיטוואך ינואר 10, 2018 11:05 am

באגלייט ארויס וויזניצער רבי זז"ג לרפו"ש נאך א באזוך
Image-105.jpg
Image-105.jpg (190.1 KiB) געזעהן 1419 מאל
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2986
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » מיטוואך ינואר 10, 2018 1:32 pm

חמרא טבא האט געשריבן:באגלייט ארויס וויזניצער רבי זז"ג לרפו"ש נאך א באזוך
Image-105.jpg

דאס איז די הויז פון רב שך סקוקט אויס מער ווי א פארעם?

אבן יקרה
שר האלפיים
תגובות: 2614
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » מיטוואך ינואר 10, 2018 1:43 pm

רבניש האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:באגלייט ארויס וויזניצער רבי זז"ג לרפו"ש נאך א באזוך
Image-105.jpg

דאס איז די הויז פון רב שך סקוקט אויס מער ווי א פארעם?

דאס איז די ארויסגיין. איך געדענק נאך די וויז'יט, א פרייטיג אינדערפרי.

צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט