רבי חנוך דוב פאדווא זצ״ל - גאב״ד לאנדאן - בעל ״חשב האפוד״ - תרס״ח - תש״ס

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

רבי חנוך דוב פאדווא זצ״ל - גאב״ד לאנדאן - בעל ״חשב האפוד״ - תרס״ח - תש״ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

[align=center]כ״ק הגאון הצדיק מגדולי הרבנים ועמדי ההוראה
רבי חנוך העניך דוב פאדווא זצ״ל
גאב״ד התאחדות קהילות החרדים לאנדאן
בעל ״חשב האפוד״[/align]


איז געבוירן צו זיין טאטען החסיד רבי אליעזר וואלף טויבער, ולאמו מרת טויבא בת ר׳ שמואל יוסף פאדווא ז״ל, באח״ב למהר״ם פאדווא זצ״ל (שפעטער האבן זיי געטוישט צו די מאמעס משפחה נאמען פאדווא) כ׳ מנחם אב תרס״ח, אין בויסק מזרח גאליציע. (היינט אוקריינע)

ונקרא ע״ש הרה״ק רבי חנוך דוב העניך מאיער מאלעסק זצ״ל. פון וועם זיין טאטע רבי אליעזר וואלף איז געווען פון זיינע חסידים.

ראשית דרכו:
ביים אויסברוך פון די ערשטע וועלט קריג ווען דער רב איז געווען א קינד פון זעקס יאר איז די משפחה אריבער וואוינען קיין וויען עסטרייך אזוי ווי פילע אנדערע אידן, דארט אין וויען האט ער געלערנט אין די ת״ת וואס איז געווען אינעם ביהמ״ד פון הרה״ק רבי ישראל מהוסיאטין זצ״ל, זיינע גרויסע כשרונות אין עילוישן מח האט שוין ארויסגעשטארט אין יענע פריע יארן, און ער האט זיך געדרייט ארום די גרויסע לייט און תורה ריזן וואס האבן דארט געוואוינט אין וויען וואס איז געווארן צווישן די צוויי וועלט קריגן א גרויסע צענטער פאר פילע צדיקים און גאוני תורה, דער רב האט יונק געווען פון אלע גוטע אידן די צדיקים וגאונים.

וילמדהו באורח מישור:
די משפחה האבן זיך פארעכנט פאר אלעסקער חסידים אבער אין וויען איז ער נתקרב געווארן צו בעלזא דאווענענדיג אינעם בעלזער שטיבל דארט (צווישן אלעסק אין בעלזא איז בכלל געווען א נאנטקייט ווייל דער ״לב שמח״ מאלעסק איז געווען אן איידעם ביים ״שר שלום״) דער רב האט אריינגעכאפט דעם לעצטן תשרי שנת תרפ״ז ביים בעזלער רב מרן מהרי״ד זצ״ל.

יענעם ווינטער פונעם בעלזער רב׳ס הסתלקות האט ער געוויילט אין קראקא אין דארט געלערענט אינעם גרויסן בעלזער שטיבל וואס איז געווען בארמיט מיט אירע גרויסע לומדים מופלגים.

אויך האט דער רב געלערנט אין די ישיבה פון הגה״ק רבי אברהם אלימלך כהנא זצ״ל אין צעהלים, און א קורצע צייט אין די ישיבה פון הגאון רבי שמואל עהרענפעלד זצ״ל אין מאטעסדארף.

כי אשת חיל את:
בשנת תרצ״ד האט דער רב חתונה געהאט אין וויען מיט זיין אשת נעורים הרבנית הצ׳ חנה גיטל בת הרה״ח ר׳ נפתלי גאטעסמאן ז״ל - מבאי ביתו של הרה״ק מבעלזא זצ״ל, נכדת המהר״ש מבעלזא, והעטרת צבי מזידיטשוב, והגה״ק הברוך טעם זצ״ל.

נישט לאנג נאך זיין חתונה איז ער אויפגענומען געווארן אלס רב ומו״ץ בקהילת שומרי הדת דער רב איז געווארן מפורסם אלס מורה הוראה מובהק און איז געווארן אן אבן שואב פאר אלע תלמידי חכמים אין שטאט.

לפליטה גדולה להחיות עם רב:
ביים אנקום פון דעם צווייטן וועלט קריג איז דער רב איינגעשפארט געווארן אין תפיסה ווי ער איז געזיצן א גאנץ קאלעכיג יאר אונטער שווערע אומשטענדן און קרענק וואס האבן אים געפלאגט, אבער בחסדי ה׳ איז ער מיט גרויסע השתדלות באפרייט געווארן.

און מיט א שיינעם סכום וואס ער האט באקומען פון ידידו מנוער הגאון רבי יעקב אורנשטיין זצ״ל - יליד וויען וואס האט דאן געוואוינט אין לאנדאן, איז דער רב געפארן מיט זיין משפחה קיין טרעיסט איטאליע וואס איז א פארט שטאט ביים ים התוכן, אין פון דארט איז ער געפארן בשעה טובה קיין ארה״ק, אזוי אלעס בניסי ניסים ראטעווענדיג זיך פון די לאנגע נעגל פון אשמדאי.

לשכנו תדרשו ובאת שמה:
אנקומענדיג קיין ארה״ק איז ער געווארן א בן בית ביי די גדולי ירושלים ווי דער מרא דארעא ישראל הגה״ק מהרי״ץ דושינסקיא זצ״ל, וואס האט אים אויפגענומען צו דינען אלס א מו״ץ אין די העדה החרדית אין די שכונה פון בתי ראנד.

אויך איז ער געווארן שטארק נאנט באפריינדעט מיטן עמוד ההוראה בזמן ההוא הגאון החסיד רבי שמשון אהרן פאלאנסקי זצ״ל - וואס איז געווען באוויסט אלס דער טעפליקער רב, דער רב האט געזאגט אז רוב פון זיינע קבלת אין הוראה האט ער מקבל געווען פונעם טעפליקער רב.

ווען הגאון שר התורה רבי דוב בעריש וויידנפעלד זצ״ל - דער טשבינער רב איז ארויפגעקומען קיין א״י איז דער רב געווארן יד ימינו לכל דבר אין געבליבן צוגעבינדן צו אים בקשרי הלכה, און ווען טשבינער רב האט פון פריש געגרינדעט זיין בארימטע ישיבה ״כוכב מיעקב״ האט ער אים ממנה געווען פאר ראש ישיבה, ווי ער האט געדינט ביזן אוועקגיין קיין לאנדאן.

אויך ער איז געווען זייער מקורב צו הרה״ק מהר״א מבעלזא זצ״ל. דער בעלזער רב פלעגט שיקן זיינע יונגעלייט פרעגן זייערע שאלות פונעם רב, אויך פלעגט דער בעלזער רב זייער מחבב זיין דעם רב און אפאר מאל זיך אויסגעדריקט צו אים אז אויב מען פסקענט שאלות פארן כלל ישראל איז עס א סגולה לאריכת ימים.

בשנת תש״ד קפצה עליו צער בפטירת אשת נעוריו, ער האט נאכאמאל חתונה געהאט מיט הרבנית הצ׳ יהודית בת הרב הגאון רבי אברהם אהרן זאנענפעלד ז״ל, בנו בכורו פון הגאב״ד הגה״ק מהרי״ח זאנענפעלד זצ״ל, ווי זי האט אויפגעצויגן די קינדער מיט א געוואלדיגע געטריישאפט, ווי דער רב שרייבט: ״הוא האשה אשר בחמלת ה׳ עלי נכנסה לביתי בכל נפשה ליבה ומאודה ותהי להילדים שיחי׳ לאם, ובעזרתה נתחנכו הילדים לתורה ויראת שמים והיו ב״ה לאנשים״

דער רב איז אייביג פארבליבן מיטן אהבת ציון בקרבו צום ארץ אשר עיני ה׳ שם, ולא הסיך דעתו מארץ הקדושה און ביי זיך אין שטוב אין ארץ הגולה איז ער געגאנגען מיטן ירושלמיער קאפטן זאגענדיג אז לעולם איז א ירושלמיער איד... אזוי אויך פלעגט ער וויילן יעדעס יאר פאר די זומער חדשים שם בעיה״ק.

צהלי ורוני יושבת לאנדאן:
בשנת תשט״ו איז ער בעצת הגאון מטשעבין זצ״ל אויפגענומען געווארן לשרת בקודש כגאב״ד ורב דהתאחדות קהילת החרדים בלאנדאן ווי ער האט משמש געווען ברבנות פינעף אין פערציג יאר ביד רמה עד יומו האחרון.

שלום רב לאוהבי תורתך:
מיט זיין אנקומען קיין לאנדאן האט ער געמאכט אין שטאט א געוואלדיגן רושם מיט זיין נאבּעלע און אצילות׳דיגן כאראקטער און ווייכן צוגאנג און קלוגשאפט האט ער באוויזן צו פאראייניגן תחת דגלו אלע קהילות און פראקציעס אין די שטאט, לאנדאן איז (געווען) א קיבוץ פון אלע קהילות פון אלע סארטן מיינונגס פארשידנהייטן און צומאל האט אויסגעקוקט אז עס איז בשום אופן נישט מעגליך צופרידן צושטעלן יעדן האט דער לאנדאנער רב מיט זיין עדינות הנפש און ספעצילער כח הנהגה באוויזן אייביג צו גיין צווישן די האקלסטע טראפן און נישט פוגע כבוד געווען אין קיינעם, און פארמיטן הייסע מחלוקת פון די לאנדאנער איינוואוינער. אזוי האט ער אויפגעהויבן גאר הויעך דעם כבוד התורה ויהדות אין ענגלאנד.

טובה חכמה עם נחלה:
דער לאנדאנער רב איז געווען וועלט בארימט אלס גדול בתורה ובהוראה, א אנגענומענער פוסק אין די וועלט מיט זיינע פסקים, און כגברא דמרא סייעיה איז אנגעקומען צום רב׳ס טיש די שווערסטע שאלות מכל פינות העולם ווי ער האט מברר ומלבן געווען די שווערע שאלות מיט זיין גרויסן כח הסברה און זיין עמקות יורד צו זיין ברוחב דעתו צום שורש השאלה און ספעציעל האט דער רב געהאט דעם חוש פון כאפן דעם מהות השואל און ארויסהאבן דעם שואל׳ס מבוכה וואס אויסער זיין גרויסקייט אין תורה און קלארקייט בהוראה איז ער געווען א גאון במלוא מובן המילה אויך אינעם ״פיפטן שולחן ערוך״.

טייל פון זיינע תשובת ופסקים זענען פארשריבן אין זיינע ספרים ״חשב האפוד״

נסתלק ביום ט״ו חמשה עשר באב שנת תש״ס - ונטמן בהר המנוחת.

בניו:
הרב הגאון רבי יהושע העשיל שליט״א - ראש הכולל ״חשב האפוד״ מאנטשעסטר.
הרב הגאון רבי יוסף שליט״א - רב דק״ק ״חשב האפוד״ ודומ״ץ בקהילות החרדים בלאנדאן.
הרב הגאון המפורסם רבי משה חיים אפרים שליט״א - וואס איז אויפגענומען געווארן במקום אביו כגאב״ד קהילות החרדים לאנדאן.

חתניו: הרב הגאון רבי שלום פריעדמאן שליט״א - דומ״ץ בקהילות החרדים בלאנדאן.
הרב ר׳ אברהם יצחק ענגל הי״ו - אנטווערפן.
לעצט פארראכטן דורך רבניש אום זונטאג דעצעמבער 31, 2017 5:23 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13001
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

דער רב זצ"ל אין די אינגע יארן
אטעטשמענטס
1.jpg
1.jpg (131.79 KiB) געזען 3411 מאל
דביה תחדי נפשא
יערסלוב
שר האלף
תגובות: 1530
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 10, 2015 1:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יערסלוב »

רבניש האט געשריבן:[align=center]כ״ק הגאון הצדיק מגדולי הרבנים ועמדי ההוראה
רבי חנוך העניך דוב פאדווא זצ״ל
גאב״ד התאחדות קהילות החרדים לאנדאן
בעל ״חשב האפוד״[/align]


איז געבוירן צו זיין טאטען החסיד רבי אליעזר וואלף טויבער, ולאמו מרת טויבא בת ר׳ שמואל יוסף פאדווא ז״ל, באח״ב למהר״ם פאדווא זצ״ל (שפעטער האבן זיי געטוישט צו די מאמעס משפחה נאמען פאדווא) כ׳ מנחם אב תרס״ח, אין בויסק מזרח גאליציע. (היינט אוקריינע)

ונקרא ע״ש הרה״ק רבי חנוך דוב העניך מאיער מאלעסק זצ״ל. פון וועם זיין טאטע רבי אליעזר וואלף איז געווען פון זיינע חסידים.

ראשית דרכו:
ביים אויסברוך פון די ערשטע וועלט קריג ווען דער רב איז געווען א קינד פון זעקס יאר איז די משפחה אריבער וואוינען קיין וויען עסטרייך אזוי ווי פילע אנדערע אידן, דארט אין וויען האט ער געלערנט אין די ת״ת וואס איז געווען אינעם ביהמ״ד פון הרה״ק רבי ישראל מהוסיאטין זצ״ל, זיינע גרויסע כשרונות אין עילוישן מח האט שוין ארויסגעשטארט אין יענע פריע יארן, און ער האט זיך געדרייט ארום די גרויסע לייט און תורה ריזן וואס האבן דארט געוואוינט אין וויען וואס איז געווארן צווישן די צוויי וועלט קריגן א גרויסע צענטער פאר פילע צדיקים און גאוני תורה, דער רב האט יונק געווען פון אלע גוטע אידן די צדיקים וגאונים.

וילמדהו באורח מישור:
די משפחה האבן זיך פארעכנט פאר אלעסקער חסידים אבער אין וויען איז ער נתקרב געווארן צו בעלזא דאווענענדיג אינעם בעלזער שטיבל דארט (צווישן אלעסק אין בעלזא איז בכלל געווען א נאנטקייט ווייל דער ״לב שמח״ מאלעסק איז געווען אן איידעם ביים ״שר שלום״) דער רב האט אריינגעכאפט דעם לעצטן תשרי שנת תרפ״ז ביים בעזלער רב מרן מהרי״ד זצ״ל.

יענעם ווינטער פונעם בעלזער רב׳ס הסתלקות האט ער געוויילט אין קראקא אין דארט געלערענט אינעם גרויסן בעלזער שטיבל וואס איז געווען בארמיט מיט אירע גרויסע לומדים מופלגים.

אויך האט דער רב געלערנט אין די ישיבה פון הגה״ק רבי אברהם אלימלך כהנא זצ״ל אין צעהלים, און א קורצע צייט אין די ישיבה פון הגאון רבי שמואל עהרענפעלד זצ״ל אין מאטעסדארף.

כי אשת חיל את:
בשנת תרצ״ד האט דער רב חתונה געהאט אין וויען מיט זיין אשת נעורים הרבנית הצ׳ חנה גיטל בת הרה״ח ר׳ נפתלי גאטעסמאן ז״ל - מבאי ביתו של הרה״ק מבעלזא זצ״ל, נכדת המהר״ש מבעלזא, והעטרת צבי מזידיטשוב, והגה״ק הברוך טעם זצ״ל.

נישט לאנג נאך זיין חתונה איז ער אויפגענומען געווארן אלס רב ומו״ץ בקהילת שומרי הדת דער רב איז געווארן מפורסם אלס מורה הוראה מובהק און איז געווארן אן אבן שואב פאר אלע תלמידי חכמים אין שטאט.

לפליטה גדולה להחיות עם רב:
ביים אנקום פון דעם צווייטן וועלט קריג איז דער רב איינגעשפארט געווארן אין תפיסה ווי ער איז געזיצן א גאנץ קאלעכיג יאר מיט שווערע אומשטענדן און קרענק וואס האבן אים געפלאגט, אבער בחסדי ה׳ איז ער צום מיט גרויס השתדלות באפרייט געווארן.

און מיט א שיינעם סכום וואס ער האט באקומען פון ידידו מנוער הגאון רבי יעקב אורנשטיין זצ״ל יליד וויען וואס האט דאן געוואוינט אין לאנדאן, איז דער רב געפארן מיט זיין משפחה קיין טרעיסט איטאליע וואס איז א פארט שטאט ביים ים התוכן, אין פון דארט איז ער געפארן קיין בשעה טובה קיין ארה״ק, אזוי בניסי ניסים האט ער זיך ראטעווענדיג פון די לאנגע נעגל פון אשמדאי.

לשכנו תדרשו ובאת שמה:
אנקומענדיג קיין ארה״ק איז ער געווארן א בן בית ביי די גדולי ירושלים ווי דער מרא דארעא ישראל הגה״ק מהרי״ץ דושינסקיא זצ״ל, וואס האט אים אויפגענומען צו דינען אלס א מו״ץ אין די העדה החרדית אין די שכונה פון בתי ראנד.

אויך איז ער געווארן שטארק נאנט באפריינדעט מיטן עמוד ההוראה בזמן ההוא הגאון החסיד רבי שמשון אהרן פאלאנסקי זצ״ל - וואס איז געווען באוויסט אלס דער טעפליקער רב, דער רב האט געזאגט אז רוב פון זיינע קבלת אין הוראה האט ער מקבל געווען פונעם טעפליקער רב.

ווען הגאון שר התורה רבי דוב בעריש ווידנפעלד זצ״ל - דער טשבינער רב איז ארויפגעקומען קיין א״י איז דער רב געווארן יד ימינו לכל דבר אין געבליבן צוגעבינדן צו אים בקשרי הלכה, און ווען טשבינער רב האט פון פריש געגרינדעט זיין בארימטע ישיבה ״כוכב מיעקב״ האט ער אים ממנה געווען פאר ראש ישיבה, ווי ער האט געדינט ביזן אוועקגיין קיין לאנדאן.

אויך ער איז געווען זייער מקורב צו הרה״ק מהר״א מבעלזא זצ״ל. דער בעלזער רב פלעגט שיקן זיינע יונגעלייט פרעגן זייערע שאלות פונעם רב, אויך פלעגט דער בעלזער רב זייער מחבב זיין דעם רב און אפאר מאל זיך אויסגעדריקט צו אים אז אויב מען פסקענט שאלות פארן כלל ישראל איז עס א סגולה לאריכת ימים.

בשנת תש״ד קפצה עליו צער בפטירת אשת נעוריו, ער האט נאכאמאל חתונה געהאט מיט הרבנית הצ׳ יהודית בת הרב הגאון רבי אברהם אהרן זאנענפעלד ז״ל, בנו בכורו פון הגאב״ד הגה״ק מהרי״ח זאנענפעלד זצ״ל, ווי זי האט אויפגעצויגן די קינדער מיט א געוואלדיגע געטריישאפט, ווי דער רב שרייבט: ״הוא האשה אשר בחמלת ה׳ עלי נכנסה לביתי בכל נפשה ליבה ומאודה ותהי להילדים שיחי׳ לאם, ובעזרתה נתחנכו הילדים לתורה ויראת שמים והיו ב״ה לאנשים״

ובשנת תשנ"ג האט דער רב זצ"ל חתונה געהאט בזיווג שלישי מיט הרבנית בת ר' עמרם צבי טויבער ע"ה א אייניקעל פינעם ערוגת הבושם

דער רב איז אייביג פארבליבן מיטן אהבת ציון בקרבו צום ארץ אשר עיני ה׳ שם, ולא הסיך דעתו מארץ הקדושה און ביי זיך אין שטוב אין ארץ הגולה איז ער געגאנגען מיטן ירושלמיער קאפטן זאגענדיג אז לעולם איז א ירושלמיער איד.. אזוי אויך פלעגט ער וויילן יעדעס יאר פאר די זומער חדשים שם בעיה״ק.

צהלי ורוני יושבת לאנדאן:
בשנת תשט״ו איז ער בעצת הגאון מטשעבין זצ״ל אויפגענומען געווארן לשרת בקודש כגאב״ד ורב דהתאחדות קהילת החרדים בלאנדאן ווי ער האט משמש געווען ברבנות פינעף אין פערציג יאר ביד רמה עד יומו האחרון.

שלום רב לאוהבי תורתך:
מיט זיין אנקומען קיין לאנדאן האט ער געמאכט אין שטאט א געוואלדיגן רושם מיט זיין נאבּעלע און אצילות׳דיגן כאראקטער און ווייכן צוגאנג און קלוגשאפט האט ער באוויזן צו פאראייניגן תחת דגלו אלע קהילות און פראקציעס אין די שטאט, אפי׳ סיז געווען א קיבוץ פון אלע קהילות פון אלע סארטן מיינונגס פארשידנהייטן און צומאל האט אויסגעקוקט אז עס איז בשום אופן נישט מעגליך צופרידן צושטעלן יעדן האט דער לאנדאנער רב מיט זיין עדינות הנפש און ספעצילער כח הנהגה באוויזן אייביג צו גיין צווישן די האקלסטע טראפן און נישט פוגע כבוד געווען אין קיינעם, און פארמיטן הייסע מחלוקת פון די לאנדאנער איינוואוינער. אזוי האט ער אויפגעהויבן גאר הויעך דעם כבוד התורה ויהדות אין ענגלאנד.

טובה חכמה עם נחלה:
דער לאנדאנער רב איז געווען וועלט בארימט אלס גדול בתורה ובהוראה, א אנגענומענער פוסק אין די וועלט מיט זיינע פסקים, און כגברא דמרא סייעיה איז אנגעקומען צום רב׳ס טיש די שווערסטע שאלות מכל פינות העולם ווי ער האט מברר ומלבן געווען די שווערע שאלות מיט זיין גרויסן כח הסברה און זיין עמקות יורד צו זיין ברוחב דעתו צום שורש השאלה און ספעציעל האט דער רב געהאט דעם חוש פון כאפן דעם מהות השואל און ארויסהאבן דעם שואל׳ס מבוכה וואס אויסער זיין גרויסקייט אין תורה און קלארקייט בהוראה זייענדיג א גאון במלוא מובן המילה אינעם ״פיפטן שולחן ערוך״.

טייל פון זיינע תשובת ופסקים זענען פארשריבן אין זיינע ספרים ״חשב האפוד״

נסתלק ביום ט״ו חמשה עשר באב שנת תש״ס - ונטמן בהר המנוחת.

בניו:
הרב הגאון רבי יהושע העשיל שליט״א - ראש הכולל ״חשב האפוד״ מאנטשעסטר. חתן הרה"ח ר' ברוך הערש דרעזנער ע"ה
הרב הגאון רבי יוסף שליט״א - רב דק״ק ״חשב האפוד״ ודומ״ץ בקהילות החרדים בלאנדאן. חתן הרה"ח ר' יודא אלטר רומפלער ע"ה

הרב הגאון המפורסם רבי משה חיים אפרים שליט״א - וואס איז אויפגענומען געווארן במקום אביו כגאב״ד קהילות החרדים לאנדאן. חתן הגאון ר' אברהם שלמה כץ זצ"ל הרב מריסקאווא

חתניו: הרב הגאון רבי שלום פריעדמאן שליט״א - דומ״ץ בקהילות החרדים בלאנדאן.
הרב ר׳ אברהם יצחק ענגל הי״ו - אנטווערפן.


נכדו הרב הגאון רבי פנחס שליט״א - רב דחסידי בעלזא בקרית גת. (בנו של הרה"ג ר' יוסף שליט"א)
נכדו הגאון ר' יודא ביילוש שליט"א, מו"ץ דחסידי בעלזא, וראש כולל בני ברק, וחבר הבד"ץ של הגאון ר' משה שאול קליין שליט"א, (חתן ר' אברהם יצחק ענגל)
נכדו הרה"ג ר' עקיבא אשר פאדווא שליט"א רב הפוסק של הכשרות klbd לונדון, ור"מ בביהמ"ד דחסידי בעלזא לונדון. (בן הגאון ר' יוסף שליט"א)
נכדו הגאון ר' צבי אלימלך פאדווא שליט"א רב הצעיר של קהילת אגודת אחים בציריך (בן הגאון ר' אפרים שליטא חתן הגאון ר' שאול ברייש גאב"ד ציריך)
נכדו הגאון ר' לייביש פאדווא שליט"א חבר הבד"ץ דבית דין צדק סקיוורא (בן הגאון ר' אפרים שליט"א)
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19747
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

יערסלוב האט געשריבן:
רבניש האט געשריבן:[align=center]כ״ק הגאון הצדיק מגדולי הרבנים ועמדי ההוראה
רבי חנוך העניך דוב פאדווא זצ״ל
גאב״ד התאחדות קהילות החרדים לאנדאן
בעל ״חשב האפוד״[/align]



בניו:
הרב הגאון רבי יהושע העשיל שליט״א - ראש הכולל ״חשב האפוד״ מאנטשעסטר. חתן הרה"ח ר' ברוך הערש דרעזנער ע"ה
הרב הגאון רבי יוסף שליט״א - רב דק״ק ״חשב האפוד״ ודומ״ץ בקהילות החרדים בלאנדאן. חתן הרה"ח ר' יודא אלטר רומפלער ע"ה

הרב הגאון המפורסם רבי משה חיים אפרים שליט״א - וואס איז אויפגענומען געווארן במקום אביו כגאב״ד קהילות החרדים לאנדאן. חתן הגאון ר' אברהם שלמה כץ זצ"ל הרב מריסקאווא

חתניו: הרב הגאון רבי שלום פריעדמאן שליט״א - דומ״ץ בקהילות החרדים בלאנדאן.
הרב ר׳ אברהם יצחק ענגל הי״ו - אנטווערפן.


[color=#FF0000]

רבי יהושע העשיל שליט״א, איז א איידעם ביי די בעלזער באקאנטע 'דרעזנער' משפחה פון מאנשעסטער.

רבי שלום פריעדמאן שליט״א איז אויך א אייניקעל פון די בעלזער באקאנטע 'דרעזנער' משפחה פון מאנשעסטער.
.

טעקסט בלויז די ווארט INFO צו 718-480-0545 און מען ארלעדיגט דיר א פאלעסי #קהלייף
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

זעה איך אז נאר דער לאנדאנער רב שליט״א רבי אפרים איז אריינגעפאלן קיין סאטמאר
מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1593
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזל מידיע »

בס"ד

כדי דורכצולערנען דעם ספר הנפלא "הליכות חנוך" פון פסקי הרב זצ"ל, סיי די פסקים, און סיי די יד רמה, און סיי כנ"ל די פינפטע שולחן ערוך.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו [email protected].
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13001
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

פון דא
ביי א זיצונג פון די ראשי העדה"ח בהשתתפות הגאב"ד רבי זעליג ראובן בענגיס רבי ישראל משה דושינסקי און רבי דוד יונגרייז
בעל חשב האפוד זצל בראש השולחן עם ראשי ורבני העדה החרדית שנת תשיג.JPG
בעל חשב האפוד זצל בראש השולחן עם ראשי ורבני העדה החרדית שנת תשיג.JPG (67.67 KiB) געזען 3292 מאל
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13001
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

אקעגן איבער דעם טיש איז רבי ישראל זופניק?
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

חמרא טבא האט געשריבן:אקעגן איבער דעם טיש איז רבי ישראל זופניק?

זעהט אויס אזוי.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13001
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

דער רב ביי א חופה אנגעטון מיט א קאלפיק
אטעטשמענטס
2.JPG
2.JPG (67.66 KiB) געזען 3288 מאל
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

חמרא טבא האט געשריבן:פון דא
ביי א זיצונג פון די ראשי העדה"ח בהשתתפות הגאב"ד רבי זעליג ראובן בענגיס רבי ישראל משה דושינסקי און רבי דוד יונגרייז
בעל חשב האפוד זצל בראש השולחן עם ראשי ורבני העדה החרדית שנת תשיג.JPG

איז דאס זיכער בעת׳ן דינען אלס א דיין בעדה החרדית.

דעם איד מיטן ווייסן הוט ביים לינקן עק זעהט מען כסדר אין די עדה זיצונגען.
פ' לך לך
שר האלף
תגובות: 1334
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 17, 2012 11:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פ' לך לך »

דר. וואלך
זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 10, 2017 7:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבחי צדק »

רבניש האט געשריבן:זעה איך אז נאר דער לאנדאנער רב שליט״א רבי אפרים איז אריינגעפאלן קיין סאטמאר

פשוט, ווייל ער איז אן איידעם ביים קרית יואל'ער רב זצ"ל
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13001
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

פ' לך לך האט געשריבן:דר. וואלך

ברור?
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

חמרא טבא האט געשריבן:
פ' לך לך האט געשריבן:דר. וואלך

ברור?

יא
זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 10, 2017 7:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבחי צדק »

רבניש האט געשריבן:זעה איך אז נאר דער לאנדאנער רב שליט״א רבי אפרים איז אריינגעפאלן קיין סאטמאר

ער איז אן איידעם ביים ריסקעווער רב זצ"ל [ובסוף ימיו אב"ד קרית יואל ב"ב]
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

זבחי צדק האט געשריבן:
רבניש האט געשריבן:זעה איך אז נאר דער לאנדאנער רב שליט״א רבי אפרים איז אריינגעפאלן קיין סאטמאר

פשוט, ווייל ער איז אן איידעם ביים קרית יואל'ער רב זצ"ל

וזה פוקנט מה שאמרתי

אז ער איז דער איינציגסטער וואס איז געווארן אן איידעם אין סאטמאר, ווייל רוב משפחה איז בעלזא
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

דער לאנדענער רב הרב פאדווא זצ"ל, איז געווען א בעלזער חסיד פון דערהיים, כ'געדענק ווי ער פלעגט אסאך דערציילן פון זיינע זכרונות אין בעלזא
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

ראספשע האט געשריבן:דער לאנדענער רב הרב פאדווא זצ"ל, איז געווען א בעלזער חסיד פון דערהיים, כ'געדענק ווי ער פלעגט אסאך דערציילן פון זיינע זכרונות אין בעלזא

ער איז געווען אין בעלזא דריי מאל
איינמאל ביים מהרי״ד ווי געברענגט אויבן, און צוויי מאל ביים מהר״א זצ״ל.
יערסלוב
שר האלף
תגובות: 1530
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 10, 2015 1:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יערסלוב »

רבניש האט געשריבן:
ראספשע האט געשריבן:דער לאנדענער רב הרב פאדווא זצ"ל, איז געווען א בעלזער חסיד פון דערהיים, כ'געדענק ווי ער פלעגט אסאך דערציילן פון זיינע זכרונות אין בעלזא

ער איז געווען אין בעלזא דריי מאל
איינמאל ביים מהרי״ד ווי געברענגט אויבן, און צוויי מאל ביים מהר״א זצ״ל.

איר מיינט צווי מאל ביי מרן מהר"א אין שטאט בעלזא אין גאליציע
אבער דא אין ארץ ישראל איז ר' העניך ע"ה געווען פין די מקורבים פין דער בעלזא רב זצ"ל, אין מיטגעהאלטען דא כמעט יעדען שבת
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

יערסלוב האט געשריבן:
רבניש האט געשריבן:
ראספשע האט געשריבן:דער לאנדענער רב הרב פאדווא זצ"ל, איז געווען א בעלזער חסיד פון דערהיים, כ'געדענק ווי ער פלעגט אסאך דערציילן פון זיינע זכרונות אין בעלזא

ער איז געווען אין בעלזא דריי מאל
איינמאל ביים מהרי״ד ווי געברענגט אויבן, און צוויי מאל ביים מהר״א זצ״ל.

איר מיינט צווי מאל ביי מרן מהר"א אין שטאט בעלזא אין גאליציע
אבער דא אין ארץ ישראל איז ר' העניך ע"ה געווען פין די מקורבים פין דער בעלזא רב זצ"ל, אין מיטגעהאלטען דא כמעט יעדען שבת

וואס שרייסטו ?

ער האט געשריבן אז ער איז נאך א בעלזער פונדערהיים אויף דעם האב איך געשריבן אז ער איז געווען דריי מאל בסך הכל!

ער ליינט נישט אויבן שטייט אז די משפחה איז געווען אלעסקער חסידים.
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

כ'דארף נישט ליינען וואס איר שרייבט אויבן
אזוי צו אזוי כ'געדענק זייער גוט רבי העניך זצ"ל, ווי ער ער פלעגט דערציילן פון בעלזא אינדערהיים, די ערב פסח וויאזוי ס'האט אויסגעזעהן און נאך, [כ'דארף עס ערגעץ האבן אפגעשריבן, גיי זוך עס, אבער כ'מיין אז ס'יז כהיום נישט קיין חידושים]
ער איז געווען זייער א זיסער איד, און א געשמאק אים צו פרעגן א הוראה, אלס געהאט א גוט ווערטל, כ'האב פון אים זיסע זכרונות
[ער זעלבסט פלעגט דאווענען אין סאטמארן ביהמ"ד אויף קעיזנאוו [וואס איז געווען נעבן זיין וואוינינג], טעגליך, כאטשע ער האט געהאט א בית מדרש'ל אינדערהיים]
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

ראספשע האט געשריבן:כ'דארף נישט ליינען וואס איר שרייבט אויבן
אזוי צו אזוי כ'געדענק זייער גוט רבי העניך זצ"ל, ווי ער ער פלעגט דערציילן פון בעלזא אינדערהיים, די ערב פסח וויאזוי ס'האט אויסגעזעהן און נאך, [כ'דארף עס ערגעץ האבן אפגעשריבן, גיי זוך עס, אבער כ'מיין אז ס'יז כהיום נישט קיין חידושים]
ער איז געווען זייער א זיסער איד, און א געשמאק אים צו פרעגן א הוראה, אלס געהאט א גוט ווערטל, כ'האב פון אים זיסע זכרונות
[ער זעלבסט פלעגט דאווענען אין סאטמארן ביהמ"ד אויף קעיזנאוו [וואס איז געווען נעבן זיין וואוינינג], טעגליך, כאטשע ער האט געהאט א בית מדרש'ל אינדערהיים]

דאס האבן א פריווייט ביהמ״ד אינדערהיים האט ער געטון בהוראת הטשעבינער רב, וואס האט אים געצהט צו מאכן א ביהמ״ד פאר זיך, כדי ער זאל נישט באלאנגן אונטער קיינעם אפי ער איז שטאטס רב.
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9223
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

רבניש האט געשריבן:
ראספשע האט געשריבן:כ'דארף נישט ליינען וואס איר שרייבט אויבן
אזוי צו אזוי כ'געדענק זייער גוט רבי העניך זצ"ל, ווי ער ער פלעגט דערציילן פון בעלזא אינדערהיים, די ערב פסח וויאזוי ס'האט אויסגעזעהן און נאך, [כ'דארף עס ערגעץ האבן אפגעשריבן, גיי זוך עס, אבער כ'מיין אז ס'יז כהיום נישט קיין חידושים]
ער איז געווען זייער א זיסער איד, און א געשמאק אים צו פרעגן א הוראה, אלס געהאט א גוט ווערטל, כ'האב פון אים זיסע זכרונות
[ער זעלבסט פלעגט דאווענען אין סאטמארן ביהמ"ד אויף קעיזנאוו [וואס איז געווען נעבן זיין וואוינינג], טעגליך, כאטשע ער האט געהאט א בית מדרש'ל אינדערהיים]

דאס האבן א פריווייט ביהמ״ד אינדערהיים האט ער געטון בהוראת הטשעבינער רב, וואס האט אים געצהט צו מאכן א ביהמ״ד פאר זיך, כדי ער זאל נישט באלאנגן אונטער קיינעם אפי ער איז שטאטס רב.

איז נישט זיין ביהמ"ד אינדערהיים נאר גענוצט געווארן שבתים און ימים טובים?
---
גם זה יעבור
שר חמישים ומאתים
תגובות: 332
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 3:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גם זה יעבור »

פון ווי קומט זיין גיין מיט א קאלפיק?
און ביי וועלכע מסיבות איז ער עס געגאנגען?
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”