ממה נפשך האט געשריבן:Wow
שכח פאר די שטיקל היסטאריע מיט א שיינעם שפראך
נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- אלי' מקוה יוד
- שר האלפיים
- תגובות: 2957
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm
פאריגע וואך Dec 28 איז פעלקאן העווי ארויפגעזעצט געווארן אויפן לאונטש פעד 39A אין קענעדי ספעיס סענטער, פלארידע.
ס'איז נאכנישט דא קיין schedule date ווען עס גייט לאונטשן, אבער פאריגע חודש האט SpaceX געמאלדן אז אויב אלעס גייט ווי געפלאנט וועט עס זיין ערגעץ אין Jan.
פעלקאן העווי איז אזוי פאוערפול ווי אכצן 747 עראפלאנען...
With more than 5 million pounds of thrust at liftoff — equal to approximately eighteen 747 aircraft at full power — Falcon Heavy will be the most powerful operational rocket in the world by a factor of two
די נייע פעלקאן העווי ראקעט זיצט אויפן לאונטש פעד צו דורכגיין געוויסע טעסטס און עווענטועל צו ווערן ארויפגעשאסן.

- וויי-פיי
- שר חמש מאות
- תגובות: 966
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 19, 2016 11:11 am
- לאקאציע: אין די ליפטן . . .
- פארבינד זיך:
שואלכענין האט געשריבן:[במאמר המוסגר: די אלייענס (יו.עף.או.ס) זענען א מיסטעריע, וואס יעדער לערנט אריין וויאזוי ער וויל.].
חלהדעקל האט געשריבן:חאכאם האט געשריבן:האט מען שוין געהערט אז באשעפענישן פון אנדערע פלאנעטן זאל זוכן פאר באשעפענישן אויף אונזער וועלט? ?
וואדע אזוי, די אלייענס (פלאכע טעלערל שעיפ) אין UFO'ס זענען אפטע באזוכערס ביי אונזער וועלטל,
עס איז דא עקסטערע אשכול וועגן UFOUFO
- שמעלקא זאפטיגער
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3321
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
- לאקאציע: איינגעטונקען
אויב איז עפעס געגאנגען ראנג מיט די פאלקאן 9 דארף ספעיס עקס דורכפירן א געהעריגע אויספארשונג, און ביז ס'איז נישט פארטיג קענען זיי נישט מאכן נאך מיסיעס.
ממילא אויב זעהסטו אז זיי גייען אן ווי געהעריג איז א סימן אז פון זייער זייט איז טאקע גארנישט געווען שלעכט.
ממילא אויב זעהסטו אז זיי גייען אן ווי געהעריג איז א סימן אז פון זייער זייט איז טאקע גארנישט געווען שלעכט.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
ULA גרייט זיך ארויפצושיסן א ראקעט מארגן פון קעיפ קאנאוורעיל, ממילא ביז זיי זענען פארטיג קען מען נישט מאכן די טעסט פייער.
מיין פראדישקאן איז אז ס'גייט נישט ארויפגיין אין יאנואר, כ'וואלט מיך אפילו געוואגט צו זאגן נישט פאר סוף מארטש.
מיין פראדישקאן איז אז ס'גייט נישט ארויפגיין אין יאנואר, כ'וואלט מיך אפילו געוואגט צו זאגן נישט פאר סוף מארטש.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
זאכליך האט געשריבן:ULA גרייט זיך ארויפצושיסן א ראקעט מארגן פון קעיפ קאנאוורעיל, ממילא ביז זיי זענען פארטיג קען מען נישט מאכן די טעסט פייער.
מיין פראדישקאן איז אז ס'גייט נישט ארויפגיין אין יאנואר, כ'וואלט מיך אפילו געוואגט צו זאגן נישט פאר סוף מארטש.
וואספארא זאכן שיקט ULA ארויף? פאר א רעגירונג אדער א אייגענע מיסיע?
זאכליך האט געשריבן:די וועטער אויסקוק אין פלארידע פאר פרייטאג קוקט אויס צוגענגלעך פאר אן ארויפשיס, ממילא ביז דערווייל גייען די פלענער פאראויס פאר די בולגאריע סעטעלייט ארויפשיס.
דאס איז די ערשטע קאמוניקאציע סעטעלייט פאר בולגאריע, ס'גייט ווערן פלאצירט אין geostationary ארביט 22 טויזנט מייל העכער די ערד, העכער בולגאריע.
די סעטעלייט איז ערווארטעט צו ארבייטן פאר 15 יאר, און ס' גייט אפקאסטן 235 מיליאן דאלער.
ספעיס-עקס גייט ניצן א ראקעט וואס איז גענוצט געווארן אין יאנואר פאר די ערשטע רונדע פון "אירידיום נעקסט" סעטעלייטס, און זיי פלאנען צו לאנדן די ראקעט צום צווייטן מאל אויף איר אייגענע פיס, אויף א שיף אין די אטלאנטיק אקעאן.
----
אין די זעלבע צייט גייט פאר די לעצטע הכנות פאר נאך א ספעיס-עקס ארויפשיס פון קאליפארניע אויף זינטאג נאכמיטאג, די ציל פון די מיסיע איז ארויפצושיקן די 2טע רונדע פון 10 "אירידיום נעקסט" סעטעלייטס.
אויב גייט אלעס ווי געפלאנט איז דאס די ערשטע מאל וואס ער האט פריוואטע ספעיס פירמע שיסט ארויף 2 ראקעטעס אין א קורצע צייט אפשניט פון 48 שעה.
ספעיס-עקס פלאנט אויך צו לאנדן די ראקעט אויף א שיף אין די פאסיפיק אקעאן.
בערך א שעה נאכן ארויפשיסן גייט די ראקעט ארויסלאזן די סעטעלייטס איינס ביי איינס אפגעטיילט 90 סקונדעס צווישן יעדע, ביז אלע 10 וועלן זיין דיפלויד.
אירידיום איז א סעטעלייט קאמוניקאציע פירמע וואס אפערירט אין LEO (נידעריגע ערד ארביט), זיי האבן א פלאטע פון 72 סעטעלייטס וואס דרייען זיך ארום די וועלט יעדע 100 מינוט, און גיבן קאמוניקאציע פאר יעדע פלאץ אויף די וועלט.
זיי ריפלעיסן יעצט די ערשטע פלאטע סעטעלייטס וואס איז שוין זייער אלט, מיט א נייע אפגרעידעט ווערסיע פון די סעטעלייטס פארדעם רופן זיי עס "אירידיום נעקסט", אלס די נעקסטע גענעראציע.
אירידיום סעטעלייטס זענען אויך באקאנט צוליב די בליטשקעס וואס ס'פראדאצירט אויף די הימל, און ביי געוויסע פעלער קען עס אפילו זעהן בייטאג.
אירידיום האט צוגעטיילט פאר ספעיס-עקס אלע מיסיעס צו ארויפשיסן די נעקסטע גענעראציעס סעטעלייט, צו א טאטאל קאנטראקט פון א האלב ביליאן דאלער.
נאכדעם ווי איר האט מיר מסביר געווען וויזוי דו GSO סעטעלייט האלט זיך אויף איין פלאץ, וויזוי קען עס ארבעטן מיט בולגאריע? עס איז דאך נישט ביים קו המשווה?