נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1964
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שואלכענין »

די אלע מאדנע פאקטן דארף מען גלייבן זיינע עלטערן.

איך האב ב"ה נישט קיין 14'טע "אני מאמין"... שלאף רואיג.
שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2909
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאהן הענניטי »

חחח מונאוויטש
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13865
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

צו וואס פעלט אויס דא אהער צו ברענגן די אלע שטותים? סאיז דען שייך דא דעם "ודע מה שתשיב לאפיקורס" דא?
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2902
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

פאטאקי08 האט געשריבן:צו וואס פעלט אויס דא אהער צו ברענגן די אלע שטותים? סאיז דען שייך דא דעם "ודע מה שתשיב לאפיקורס" דא?

גערעכט. לכתחילה געשריבן משום ליצונותא דע"ז; מעביר געווען דאס וואס באלאנגט נישט אהער.
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

ריטשערד גארדען, ג׳עמיניי און אפאלא אסטראנאט איז געשטארבן אין עלטער פון 88 יאר.

ער איז געווען צוויי מאל אין ספעיס, די ערשטע מאל אלס די פיילאט אויף די ג׳עמיניי 11 מיסיע,און די צווייטע מאל אלס די קאמענד מאדועל פילאט אויף אפאלא 12, די צווייטע מיסיע צו לאנדן אויף די לבנה.

אויף די ג׳עמיניי מיסיע האט ער דורכגעפירט 2 ספעיס שפאצירן, נאס"א האט זיך אסאך געלערנט פון זיין ספעיס שפאציר וואס נישט צו טוהן, ווייל נאך קוים א האלבע שעה איז ער שוין געווען צו אויסגעמוטשעט, ווייל ער האט זיך נישט געהאט ווי אנצוהאלטן אין די זיראו גרעוועטי ענווייראמענט. און דעמאלסט האט זיך נאסא געלערנט אז מ'דארף צושטעלן מער סופארט פאר די פיס, כדי די אסטראנאטן זאלן נישט ארומפליען בשעת די ארבעט.

ביי די שפעטערע מיסיעס האט שוין נאסא צוגעשטעלט הענד רעילס און פאָטסטעפס אז די אסטראנאטן זאלן זיך קענען באלאנסירן.

ריטשערד פלעגט זאגן אז ס'האט געווען אזוי מ'זאל ווען דארפן צובינדען די שיך מיט אײן האנט. ווייל ער האט געדארפט נוצן איין האנט זיך צו באלאנסירן און מיט די צווייטע האנט האט ער געקענט טוהן די ארבייט.

שפעטער אויף אפאלא 12 איז ער געווען צוזאמען מיט זיינע 2 חברים על ביען און פיעט קאנראד. זיי זענען געווען חברים בעפאר און זענען געבליבן נאנטע אפילו סאך שפעטער ווי די מיסיעס האבן זיך פארענדיגט.

דעי קראָ זענען באקאנט מיט זייער "העפי גאו לאקי" אטיטוד, און בשעת זייער מיסיע צו די לבנה האבן זיי זיך גוט אונטערגעהאלטן, לייוו פאר די גאנצע וועלט...

ווייניגער ווי א מינוט נאכן זיך הייבן האבן אפאר בליצן באטראפן די ראקעט, וואס האט אפגעשטעלט די קאפיוטער סיסטעם און נעוויגאציע סיסטעמען פון די ראקעט, און די אסטראנאטן זענען אריין אין א פאניק. אלארמען האבן געפיפן פון אלע זייטן.

מיסיע קאנטראל האט זיי געשיקט א מעסעדזש "Try SCE to aux" אבער די אסטראנאטן האבן נישט געהאט קיין אהנונג וואס ס'מיינט. פלוצלינג האט על ביען זיך דערמאנט פון די SCE קנעפל, און ער האט געראטעוועט די מיסיע.

גארדען האט נישט געלאדענט אויף די לבנה, ער איז געבליבן אויף די קאמענד מאדועל אין די לבנה'ס ארביט, צו ווארטן אז די אנדערע 2 זאלן צוריקקומען פון די לבנה.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
הצדיק
שר האלף
תגובות: 1733
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצדיק »

זאכליך, וואס איז די SCE קנעפל
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

Signal Conditioning Equipment.

פאר די מעשה באשריבן מיט די גאנצע דראמא, זעה דא.
https://motherboard.vice.com/en_us/arti ... sce-to-aux
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
הצדיק
שר האלף
תגובות: 1733
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצדיק »

שכח
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4845
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

זאכליך האט געשריבן:
ממה נפשך האט געשריבן:קומט אריין די מוראדיגע נייעס אז די felcon heavy ראקעט פון ספעיס עקס איז שוין כמעט גרייט און לויטן יעצטיגן פלאן, אויב אלעס גייט געשמירט, וועט עס מאכן די ערשטע רייזע שוין אזוי פרי ווי ענדע דעצעמבער.

יעצט ווארטן מיר אויף א פולע באריכט פון הרב זאכליך, וואס פונקטליך איז דאס די פעלקאן העווי און פארוואס די נייעס ארום דעם איז אזוי איבערראשענד און היסטאריש.

לאקינג פארווערד!


די פאלקאן העווי איז אויף וואס איך ווארט מיט שפאנונג, דאס אנטשפרעכט צו זיין מער מאכטפול ווי סיי וועלכע ראקעט וואס איז יעצט דא אין באנוץ.

פאר א ליסטע זעה דא.
viewtopic.php?p=1480953#p1480953

ספעיס עקס האלט אין איין אפשטופן די פאלקאן העווי טעסט פלייט, די לעצטע מאל זיי האבן עס אפגעשטופט איז געווען 3 וואכן צוריק, ס'איז דעמאלסט געווארן אפגעשטופט פון נאוועמבער צו דעצעמבער.

איך בין כמעט זיכער אז סגייט נאכאמאל ווערן אפגעשטופט, די איינציגסטע סיבה פארוואס איך טראכט אז זיי גייען עס נישט נאכאמאל אפשטופן איז כדי עס אריינצוכאפן נאך אין 2017.


SpaceX’s Falcon Heavy launch has been pushed to next year
אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין טובה »

זאכליך דא האט געשריבן:

יעדע טעלעסקאופס האט אפגעכאפט אזויפל דאטא, אז ס'גייט נעמען חדשים פאר די סייענטיסטן צו אנאליזירן די דאטא צו זעהן אויב מ'האט טאקע אן עכטע בילד פון די שווארצע לעכער.

די דאטא איז אזוי סאך אז מ'קען עס נישט טרענספערן אויף די אינטערנעט, די דאטא איז גרויס אין פארגלייך צו 10 טויזנט טערעבייט הארד דרייווס. איז די איינציגסטע עצה צו פיזיקלי אפטראגן די הארד דרייווס צו די סופער קומפיוטער וואס קען באהאנדלען אזויפל דאטא און עס אנאליזירן.

די דאטא ביי דרום פאול קען מען נישט טרענספערן ביז נאכן ווינטער סעזאן דארט וואס ענדיגט זיך אום חודש אלול.

איינמאל אלע דאטא גייט דארט זיין, הייבט זיך אן די ארבייט פון צוזאם שטעלן די ליכט שטראלן און ראדיאו שטראלן, וואס איז א לאנגע און קאמפליצירטע ארבייט.

ווען די ארבייט וועט זיין פארטיג, האפן די אסטראנאמיסטן צו האבן א קלארע בילד וואס ס'גייט פאר דארט ביים שווארצע לאך, און ס'גייט נאכאמאל זיין א טעסט צו איינשטיין איז גערעכט געווען מיט זיין טעאריע פון "גענעראל רעלאטיוויטי", וואס מ'האט שוין איינמאל און נאכאמאל אויפגעוויזן צו זיין ריכטיג.


... נו? די חדשים איז פארטיג?
...
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

די חדשים האט זיך ערשט אנגעפאנגן 2 חדשים צוריק ווען מ'האט ענדליך געקענט ברענגען די דאטא פון דרום צו די אנאליזירן צענטערן. לויט ווי איך געדענק האבן זיי געשאצט אז ס'וועט זיין גרייט אום פעברואר.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

נאסא האט סוקסעספולי אנגעצונדען די בעקאפ ראקעטס אויף די Voyager 1 שיף נאך 37 יאר נישט נוצן!

Voyager 1 וואס האט לעצטענס (viewtopic.php?p=1499008#p1499008) אפגעצייכענט 40 יאר פון איר ארויפשיס האלט נאך אלס אן איר טיטל אלס די ווייטסטע מענטשליכער אבזדשעקט.

נאך יארן פליען אומגעשטערט האט נאסא לעצטענס געזעהן אז ס'ווערט שווערער צו אנהאלטן די ריכטיגע פאזיציע פאר די ספעיס שיף אז די קאמיוניקאציע אנטענע זאל זיין דירעקטעד צו די ערד, האבן זיי ארויסגענומען פון די ארכיוון דורות אלטע אינסטרוקציעס פון די אינדזשענירן וואס האבן געמאכט די סיסטעם פאר די ספעיס-שיף, זיך צו לערנען וויאזוי צו נוצן די בעקאפ ראקעטס.

ס'נעמט 19 שעה פון מ'שיקט א מעסעדזש פון די ערד ביז ס'דערגרייכט וואויעדזשער 1 (עלעקטאראנישע מעסעדזשעס פליען אויף די ספיד אף לייט), און נאך 19 שעה ביז די ריספאנס פון די ספעיס שיף קומט צוריק. די נאסא אינדזשענירן האבן געווארט מיט אנגסט 2 מאל 19 שעה, ביז זיי האבן ענדליך באקומען די ריספאנס פון די וואויעדזשער אז דאס ענדזשין פייערונג איז געווען סוקסעספול.

נאסא זאגט אז מיטן קענען נוצן די בעקאפ ראקעטס וועלן זיי קענען פארלענגערן די לעבן פון די וואויעדזשערס מיט אפאר יאר.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
אויבער-חכם
שר חמש מאות
תגובות: 722
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 17, 2011 1:02 pm
לאקאציע: בין תנור לכירים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויבער-חכם »

טראמפ הייפט אן צוריק צושיקן מענטשען אויפן לבנה...
כ׳האב נישט געטראפן קיין חיזוק/מוסר ווארט דא צו שרייבן
sholom88
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 20, 2008 6:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sholom88 »

אויבער-חכם האט געשריבן:טראמפ הייפט אן צוריק צושיקן מענטשען אויפן לבנה...

און דערנאך קיין מאדים
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4845
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

עלאן מאסק קען באשטיין ארויפצושיקן א טעסלא צו מארס, אלס די ערשטע דעליווערי...
שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2909
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאהן הענניטי »

אז ער שיקט עס צו מיר וועט עס האבן מער נוצן
שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1964
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שואלכענין »

ממה נפשך האט געשריבן:עלאן מאסק קען באשטיין ארויפצושיקן א טעסלא צו מארס, אלס די ערשטע דעליווערי...


וואס איז טאקע געווארן מיט די פריערדיגע מיסיע צו מארס, עס האט עפעס געברענגט נוצן? אויב יא, וואספארא נוצן? גענוג אסאך אויף צו דעקן אזא גרויסע הוצאה און טירחא?
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

אויבער-חכם האט געשריבן:טראמפ הייבט אן צוריק צושיקן מענטשען אויפן לבנה...


יאפ, דאס איז איינע פון די מעלות פון פרעזידענט טראמפ. נאסא וואס איז געשלאפן פאר 8 יאר האט צוריק באקומען איר חיות, און די פלענער זענען גרויס.

אנגעהויבן האט זיך עס מיטן צוריק עפענען די ספעיס קאנסול, וואס ווייס פרעזידענט מייק פענס פירט אן, אין יעצט מיטן אפיציעל אינטערשרייבן אז אמעריקאנע גייט צוריק צו די לבנה, און דאס איז יעצט די אפיציעלע פאליסי פון אמעריקע.

ס'איז דא אפאר סיבות פארוואס פרעזידענט טראמפ שטיפט אזוי שטארק דאס עקספלארן ספעיס.

ערשטענס פאר זיין נאמען. טראמפ האט געפרעגט די סייענטיסטן אויב ס'איז נאך מעגליך צו לאנדן א מענטש אויף מארס אין זיין ערשטע טערמין, אויף וואס זיי האבן געענטפערט אז ס'איז נישט מעגליך. אויף דעם האט טראמפ געפרעגט וואספארא דערגרייכונג איז נאך יא מעגליך, און נאך א לאנגע מיטינגען איז געבליבן אז מ'גייט צוריק צו די לבנה. ווי מ'זעהט וויל טראמפ לייגן א דערגרייכונג אין ספעיס אויף זיין נאמען.

אז מ'טראכט אריין, ס'ווערט שוין באלד 50 יאר פון ניעל ארמסטראנג האט געטרעטן אויף די לבנה, און מ'האט נאכנישט געמאכט קיין איין אזא גרויסע דערגרייכונג זייט דעמאלסט, און פון די לעצטע אפאלא מיסיע איז מען קיינמאל נישט צוריקגעגאנגען אויף די לבנה.

דערנאך קומט כינע, כינע ארבייט זייער פלייסיג אויף ספעיס עקספעדיציע, זיי בויען יעצט אן אייגענע ספעיס סטאנציע, און האבן פלענער אויף מיסיעס צו די לבנה, אויב אמעריקע װעט זיך נישט געבן קיין שאקל, גייט כינע איבערשטייגן אמעריקע אין ספעיס אזויווי די ספעיס רעיס ביי די קאלטע קריג.

כינע האט אויך פלענער פאר מארס, נישט קיין סאך אונטערשטעליג ווי אמעריקע, טראמפ מיט זיין אמעריקע פירסט געדאנקען גאנג האט שוין געמאלדן אז אמעריקע פלאנט צו ליעדן אין ספעיס, און זיין די ערשטע צו לאנדן מענטשן אויף מארס.

ונזכה ונחי' ונראה.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
חלהדעקל
שר האלף
תגובות: 1247
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 4:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלהדעקל »

פארדינט עפעס אמעריקע פון לאנדן א מענטש אויף די לבנה?

און בכלל, א מיסיע צוריקצושיקען א מענטש אויף די לבנה וואס מ'האט שוין דערגרייכט פאר 50 יאר צוריק און געסטאפט ווייל ס'איז געווען סתם א געלט אויסברענגעריי, וועט ברענגן דעם גרויסן huge דערגרייכונג פאר טראמפ'ס נאמען?
1 + 1 = חלה דעקל...
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

די מיסיע איז געווען ווייל מ'האט געדארפט קאמפיטן מיט רוסלאנד, ווען מ'האט אקאמפלישד די מיסיע האט מען עס אפגעשטעלט.

יעצט דארף מען פריש קאמפיטן מיט טשיינא.

(עכ"פ אזוי האלט טראמפ...)
Surface
שר חמש מאות
תגובות: 677
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 14, 2013 10:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Surface »

זאכליך האט געשריבן:
אויבער-חכם האט געשריבן:טראמפ הייבט אן צוריק צושיקן מענטשען אויפן לבנה...


יאפ, דאס איז איינע פון די מעלות פון פרעזידענט טראמפ. נאסא וואס איז געשלאפן פאר 8 יאר האט צוריק באקומען איר חיות, און די פלענער זענען גרויס.

אנגעהויבן האט זיך עס מיטן צוריק עפענען די ספעיס קאנסול, וואס ווייס פרעזידענט מייק פענס פירט אן, אין יעצט מיטן אפיציעל אינטערשרייבן אז אמעריקאנע גייט צוריק צו די לבנה, און דאס איז יעצט די אפיציעלע פאליסי פון אמעריקע.

ס'איז דא אפאר סיבות פארוואס פרעזידענט טראמפ שטיפט אזוי שטארק דאס עקספלארן ספעיס.

ערשטענס פאר זיין נאמען. טראמפ האט געפרעגט די סייענטיסטן אויב ס'איז נאך מעגליך צו לאנדן א מענטש אויף מארס אין זיין ערשטע טערמין, אויף וואס זיי האבן געענטפערט אז ס'איז נישט מעגליך. אויף דעם האט טראמפ געפרעגט וואספארא דערגרייכונג איז נאך יא מעגליך, און נאך א לאנגע מיטינגען איז געבליבן אז מ'גייט צוריק צו די לבנה. ווי מ'זעהט וויל טראמפ לייגן א דערגרייכונג אין ספעיס אויף זיין נאמען.

אז מ'טראכט אריין, ס'ווערט שוין באלד 50 יאר פון ניעל ארמסטראנג האט געטרעטן אויף די לבנה, און מ'האט נאכנישט געמאכט קיין איין אזא גרויסע דערגרייכונג זייט דעמאלסט, און פון די לעצטע אפאלא מיסיע איז מען קיינמאל נישט צוריקגעגאנגען אויף די לבנה.

דערנאך קומט כינע, כינע ארבייט זייער פלייסיג אויף ספעיס עקספעדיציע, זיי בויען יעצט אן אייגענע ספעיס סטאנציע, און האבן פלענער אויף מיסיעס צו די לבנה, אויב אמעריקע װעט זיך נישט געבן קיין שאקל, גייט כינע איבערשטייגן אמעריקע אין ספעיס אזויווי די ספעיס רעיס ביי די קאלטע קריג.

כינע האט אויך פלענער פאר מארס, נישט קיין סאך אונטערשטעליג ווי אמעריקע, טראמפ מיט זיין אמעריקע פירסט געדאנקען גאנג האט שוין געמאלדן אז אמעריקע פלאנט צו ליעדן אין ספעיס, און זיין די ערשטע צו לאנדן מענטשן אויף מארס.

ונזכה ונחי' ונראה.

לאור די טראמפ נייעס איבער צירוקגיין צום לבנה, האט לעגא אין איילעניש פראדוצירט א פרישע קוואנטום פון זייער גאר פאפולערע Saturn V ראקעט סעט...

די סעט ארויסגעקומען פריער אינעם יאר, אבער איז אויסטערליש שנעל צוכאפט געווארן, יעצט איז עס צירוק אין סטאק פאר א רעלאטיוו גוטע פרייז.
אנלעס זיי האבן יעצט געמאכט א גרעסערע פראדוקשען וועט לכאורה די שיפמענט - אזוי ווי זיינע פארגייער - אויך זייער שנעל אויסלויפן.
בילד
Prime Free Trial
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4845
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

ממה נפשך האט געשריבן:עלאן מאסק קען באשטיין ארויפצושיקן א טעסלא צו מארס, אלס די ערשטע דעליווערי...


נישט צו מארס אבער די ערשטע פעילאוד אויפן פעלקאן העווי.

First Image of Elon Musk’s Tesla Roadster getting ready to go to Mars on a SpaceX rocket

There have been a lot of doubts and confusion around Elon Musk’s claim that the first payload of SpaceX’s new Falcon Heavy will be his own original Tesla Roadster.

But now it looks more real than ever as we get to see the first image of the electric vehicle being turned into a payload.

Earlier this month, Musk announced on Twitter that he plans to send his Roadster to Mars as the first payload on the inaugural demo flight of the SpaceX Falcon Heavy.

SpaceX is Musk’s other main company. It manufactures and launches rockets for commercial and military applications, but it is most known in the public for its plans to colonize Mars.

SpaceX currently only operates the Falcon 9 rocket, which consists of a core first stage booster and a second stage. The new Falcon Heavy is equipped with two additional Falcon 9 first stages. The rocket is expected to become the most powerful in the world when it debuts next month.

The rocket arrived in Florida this week ahead of the launch:

A lot of people thought that Musk was kidding about sending his Roadster and the fact that he messed with some media about it didn’t help.

But a source told us the plan is very real and now a picture of the payload has been circulating on the NASA Spaceflight forum:

tesla.jpg
tesla.jpg (492.06 KiB) געזען 2366 מאל


The image shows what appears to be a first generation Tesla Roadster (not the recently unveiled next gen) on a platform fitted on a SpaceX payload attach fitting.

It doesn’t get much more real than that.

Musk, who said that the vehicle has a sentimental value to him, described his motivation for the special mission earlier this month:

“I love the thought of a car drifting apparently endlessly through space and perhaps being discovered by an alien race millions of years in the future.”

It looks like he is going to get exactly that.

Electrek’s Take

We have to keep in mind that it’s a demonstration flight for a new rocket. It’s why they are keeping it safe by not launching a very valuable payload, like a satellite.

And it has some symbolism since the Roadster is considered by many EV enthusiasts as the vehicle that launched the EV revolution.

Now one could exist almost forever in the vacuum of space while those on earth are lost one by one over time.

Tesla only made just over 2,000 first generation Roadsters and many of them have already been lost due to damages or major technical issues. We learned that half a dozen Roadsters were lost in a fire earlier this year.
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

נעכטן איז געווארן אפגעצייכענט אן היסטארישער טאג, 50 יאר פון אפאלא 8.

אפאלא 8 איז געווען די ערשטע מאל וואס אסטראנטען זענען געפלויגן צו די לבנה, זיי האבן נישט געלאדענט נאר אריין אין די לבנה'ס ארביט. נאך אפאלא 8 האבן די רוסן איינגעזען אז אמעריקע האט שוין א פארטיגע ראקעט צו פירן אסטראנאטן צו די לבנה, נעמליך די סאטורן V ראקעטס, בשעת די רוסן האבן נאך ניטאמאל געהאט איין סוקסעספול ארויפשיס פון זייער N1 ראקעט.

דעמאלסט האבן די רוסן אומאפיציעל אויפגעגעבן די רעיס, אבער זײ האבן נישט געזאגט פאר קיינעם. ערשט אפאר חדשים שפעטער ווען אפאלא 11 האט געלאדענט אויף די לבנה האט אמעריקע אפגעצייכענט די זיג אינעם ספעיס רעיס.

1968 איז געווען א שווערע יאר פאר די וועלט אסאך לענדער האבן געהאט איבערקערענישן איבער פאליטיק, פרעזידענט קענעדי איז געווארן געשאסן און נאך אסאך פראבלעמען.

אפאלא 8 איז ארויסגעפלויגן דעצעמבער 21 פון קענעדי ספעיס צענטער, און זענען אנגעקומען צו די לבנה 3 טעג שפעטער אום דעצעמבער 24. דער ראקעט ברען אריינצוגיין אין די לבנה'ס ארביט האט געמוזט פארקומען בשעת די ראקעט איז געווען אויף די ווייטע זייט פון די לבנה, און דעמאלסט האט מען נישט געהאט קיין ראדיא קאנעקשן צו די אסטראנאטן.

די גאנצע וועלט איז געשטאנען צוגענאגאלט צו די ראדיא און געווארט מיט א שטילקייט ביז די ראקעט קומט ארויס פון די אנדערע זייט לבנה, צו זעהן אויב ס'איז געווען סוקסעספול, אויב וואלט איז נישט דורך מיט סוקסעס, וואלט די אסטראנאטן געבליבן אין ספעיס פאר אייביג.

צו די פונקטליכע סעקונדע, איז ראקעט ארויסגעקומען פון די אנדערע זייט, וואס האט געמיינט אז ס'איז אדורך סוקסעספולי, און דעמאלסט האבן די אסטראנאטן געשען צום ערשטן מאל א הערליכע בילד, earthrise די ערד שיינט אויף! זיי האבן געזען ווי פון די האריזאנט פון די לבנה קומט די ערד צוביסלעך ארויף העכער און העכער, א בילד וואס זיי האבן נישט ערווארטעט.

260px-NASA-Apollo8-Dec24-Earthrise.jpg
260px-NASA-Apollo8-Dec24-Earthrise.jpg (6.05 KiB) געזען 2319 מאל


אביסל שפעטער ווען די נאכט איז צוגעפאלן אין אמעריקע, וואס ווערט אפגעצייכענט אין אמעריקע אלס די גרעסטע גלויביגע חאגע, האבן די אסטראנאטן געזאגט אז זיי האבן א מעסעדזש איבערצוגעבן פאר די וועלט, און אויף לייוו ראדיא האבן זיי אנגעהויבן פארליינען פרשת בראשית אין ענגליש. In the beginning God created the heaven and the earth. אזוי האבן זיי זיך איינגעטיילט יעדע פון זיי האט פארגעליינט אפאר פסוקים. דערנאך האט די אסטראנאט פרענק בארמען צוגעענדיגט "און מיר די מאנשאפט פון אפאלא 8 ווילן מיר וואונטשן א גוטע נאכט, גוטע מזל, דערהויבענע חאגע, גאט זאל ענק אלע בענטשן, ענק אלע אויף די גוטע ערד"!

https://www.dropbox.com/s/4r67qi0s1q7hik0/

די מיסיע איז געווען לייוו אויף די ראדיא אין 15 אנדערע שפראכן, און ווערט פאררעכנט אלס איינע פון די מערסט געדעקטע פאסירונג און די היסטאריע. א שטיק צייט נאך די מיסיע האט די אסטראנאט פרענק בארמען באקומען א טעלעגראם פון אן אומבאקאנטן "איר האט געראטעוועט די יאר 1968".
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13865
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

פרעזידענט קענעדי איז געשאסן געווארן November 22, 1963
מן הסתם מיינסטו RFK
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4845
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

Wow
שכח פאר די שטיקל היסטאריע מיט א שיינעם שפראך
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”