נייע עפפ פאר נסיעות צו מקומות הק' - "נסיעה טובה"

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
שטייט
שר חמישים
תגובות: 86
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 9:50 pm

נייע עפפ פאר נסיעות צו מקומות הק' - "נסיעה טובה"

תגובהדורך שטייט » זונטאג דעצמבער 17, 2017 4:58 pm

מיט פרייד האט מען פאריגע וואך אויפגענומען די בשורה טובה אז ס'איז ענדליך ארויסגעקומען א נייע עפפ "נסיעה טובה" וואס ענהאלט אין זיך די אדרעסן און נומערן פון הונדערטע מקומות הקדושים אין אייראפע.

די אלע וואס פארן נאר ארום אויף די פלעצער ווייסן אז מ'האלט זיך אין איין אנשטויסן מיט שוועריקייטן, אמאל טרעפט מען נישט קיין בית החיים און אז שוין יא האט מען נישט קיין נומבער פון די שומר, צו זאל עס זיין הכנסת אורחים, מקוה, אדער וואו מ'קען עסן צו סיי וואס.

ס'איז געווען אסאך מענטשן וואס האבן צוגעשטעלט אינפארמאציע צו ר' ישראל מאיר גבאי אדער אנדערע, אסאך וועבזייטלעך מיט אינפארמאציע, דא אויפן וועלטל איז אויך דא אסאך אינפארמאציע געברענגט דורך חברים, אבער ס'איז קיינמאל נישט געווען קיין געהעריגע דעטא בעיס מיט ממש אלעס.

אבער יעצט ווען ס'איז ארויסגעקומען די נייע עפפ וואס האט אין זיך שווערע הונדערטע בתי חיים ועוד ידם נטיעה, איז א פרייד אנטשטאנען ביי יעדעם איינעם בכל קצבי תבל און בפרט ביי די אלע נוסעים צו מקומות הקדושים.

דא קענט איר א בליק טוהן און דאונלאודן די נייע עפפ https://www.nesiyatova.com

זאל די אויבערשטער זיי שיקן ברכה והצלחה, אויב האט איהר אינפארמאציע וואס פעלט נאך קענט איהר אריינשיקן צו זייער אנגעגעבנע אימעיל אדרעס אויפ'ן סייט.

קאווע באנדל
שר חמש מאות
תגובות: 509
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 29, 2015 2:43 pm

תגובהדורך קאווע באנדל » זונטאג דעצמבער 17, 2017 10:10 pm

געוואלדיג געוואלדיג! יעצט דאונלאודעד און פארברענגט אויפן עפפ.
יישר כח פארן ברענגען!
I'm sorry for writing in English. I don't have a Yiddish keyboard right now

אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלף
תגובות: 1586
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

תגובהדורך אלי' מקוה יוד » זונטאג דעצמבער 17, 2017 10:16 pm

אן אויבערפלעכליכן בליק אויפן סייט אליין, בעפארן זעהן דעם עפפ, קוקט אויס פיינע נייעס!
קען איך אייך מיט עפעס בייהילפיג זיין? פילט אייך פריי מיר צו קאנטאקטן אויף הענגאוטס elyemikva@gmail.com, כ'וועל פרובירן דאס בעסטע.

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » זונטאג דעצמבער 17, 2017 11:16 pm

די עפפ קוקט אויס גוט, אבער עס איז ממש ליידיג פון אינפארמאציע, וואס האט ער זיך געיאגט דאס ארויסצוגעבן איידער עס האט גענוג אינפארמאציע.

רבי משה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 290
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 20, 2014 9:56 pm

תגובהדורך רבי משה » זונטאג דעצמבער 17, 2017 11:17 pm

אויפריכטיג האט געשריבן:די עפפ קוקט אויס גוט, אבער עס איז ממש ליידיג פון אינפארמאציע, וואס האט ער זיך געיאגט דאס ארויסצוגעבן איידער עס האט גענוג אינפארמאציע.

הה"ד די גלעזל איז האלב ליידיג....

שטייגען
שר האלף
תגובות: 1315
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 12, 2015 11:31 pm
לאקאציע: office
פארבינד זיך:

תגובהדורך שטייגען » זונטאג דעצמבער 17, 2017 11:25 pm

אויפריכטיג האט געשריבן:די עפפ קוקט אויס גוט, אבער עס איז ממש ליידיג פון אינפארמאציע, וואס האט ער זיך געיאגט דאס ארויסצוגעבן איידער עס האט גענוג אינפארמאציע.

זייער ליידיג פון אינפארמעישן
..

איפה פייביש
שר חמש מאות
תגובות: 784
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 10:39 pm

תגובהדורך איפה פייביש » זונטאג דעצמבער 17, 2017 11:28 pm

בי מיר קומט אלעס ארויף coming soon און עס קראכט יעדע מאל איך טרי צו זיכן עפעס.

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10287
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » זונטאג דעצמבער 17, 2017 11:31 pm

שטייגען האט געשריבן:
אויפריכטיג האט געשריבן:די עפפ קוקט אויס גוט, אבער עס איז ממש ליידיג פון אינפארמאציע, וואס האט ער זיך געיאגט דאס ארויסצוגעבן איידער עס האט גענוג אינפארמאציע.

זייער ליידיג פון אינפארמעישן

למעשה דער האט שוין דער גוגל מעפ און GPS פיילס פאר יארן און עס איז גארנישט געווארן ערענסט דערפון, סאו יעצט האט ער עס געמאכט פאר עפפ איז דא מער שאנס אז עס זאל זיך פארבעסערן.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אמת לאמיתו
שר מאה
תגובות: 151
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 11, 2015 5:34 pm

תגובהדורך אמת לאמיתו » זונטאג דעצמבער 17, 2017 11:37 pm

איפה פייביש האט געשריבן:בי מיר קומט אלעס ארויף coming soon און עס קראכט יעדע מאל איך טרי צו זיכן עפעס.



Got an email from the developer


It's a filter issue they are working on it
Hopefully will be solved tomorrow morning or afternoon
חותמו של הקב"ה אמת

אוועטאר
שמש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 07, 2015 7:49 pm
לאקאציע: שול

תגובהדורך שמש » מאנטאג דעצמבער 18, 2017 12:37 am

עפעס א קאמפעטישן פאר yidmaps.com?

תחשוב טוב
שר מאה
תגובות: 126
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 09, 2014 11:20 pm

תגובהדורך תחשוב טוב » מאנטאג דעצמבער 18, 2017 12:42 am

איפה פייביש האט געשריבן:בי מיר קומט אלעס ארויף coming soon און עס קראכט יעדע מאל איך טרי צו זיכן עפעס.

ביי מיר די זעלבע זאך געמיינט אפשר מיין פאון טויג נישט זאגסטו אז די האסט די זעלבע פראבלעים, וואס איז די סיבה דערפין?

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2990
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » מאנטאג דעצמבער 18, 2017 3:27 am

א גוטער עפפ סיז נישט גענצליך ליידיג סיז יעצט בעיקר נאר אונגארן, נו דארף מען העלפן אנפילן די איבריגע אינפורמאציע סקען זיין א דבר השלם ודבר טוב מאוד

שטייגען
שר האלף
תגובות: 1315
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 12, 2015 11:31 pm
לאקאציע: office
פארבינד זיך:

תגובהדורך שטייגען » מאנטאג דעצמבער 18, 2017 9:58 am

רבניש האט געשריבן:א גוטער עפפ סיז נישט גענצליך ליידיג סיז יעצט בעיקר נאר אונגארן, נו דארף מען העלפן אנפילן די איבריגע אינפורמאציע סקען זיין א דבר השלם ודבר טוב מאוד

אז איהר רעדט פון אונגארן
אונגארן האט היינט צו טאגס 4 נייע הכנסת אורחים׳ס שטייט בכלל נישט, אפאר נייע מקוואות וואס שטייט נישט, אסאך בתי מדרשים וואס שטייען נישט,
רבי ליפא לויפער האט דאס אלע יארן געטון לשם מצווה אין האט נישט געזיכט צו מאכן געלד דערויף, ווען יא וואלט עס ווען אנדערשט אויסגעקוקט.
..

אוועטאר
שטייט
שר חמישים
תגובות: 86
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 9:50 pm

תגובהדורך שטייט » מאנטאג דעצמבער 18, 2017 10:33 am

רבניש האט געשריבן:א גוטער עפפ סיז נישט גענצליך ליידיג סיז יעצט בעיקר נאר אונגארן, נו דארף מען העלפן אנפילן די איבריגע אינפורמאציע סקען זיין א דבר השלם ודבר טוב מאוד


זייער גוט געזאגט, פאר די ערשטע מאל איז עס גוט, אוואדאי דארף נאך צוקומען אפדעיטס אז ס'זאל ווערן א דבר השלום, אבער די התחלה איז גוט.

אויב האט איינער אינפארמעישן, שיקט אריין ארויסצוהעלפן די כלל.

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2990
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » מאנטאג דעצמבער 18, 2017 11:23 am

שטייגען האט געשריבן:
רבניש האט געשריבן:א גוטער עפפ סיז נישט גענצליך ליידיג סיז יעצט בעיקר נאר אונגארן, נו דארף מען העלפן אנפילן די איבריגע אינפורמאציע סקען זיין א דבר השלם ודבר טוב מאוד

אז איהר רעדט פון אונגארן
אונגארן האט היינט צו טאגס 4 נייע הכנסת אורחים׳ס שטייט בכלל נישט, אפאר נייע מקוואות וואס שטייט נישט, אסאך בתי מדרשים וואס שטייען נישט,
רבי ליפא לויפער האט דאס אלע יארן געטון לשם מצווה אין האט נישט געזיכט צו מאכן געלד דערויף, ווען יא וואלט עס ווען אנדערשט אויסגעקוקט.

נו דער איד האט גענומען די מיה און ערצייגט א גוטן עפפ, יעצט נעם די מיה און שיק ארינטער די 4 הכנסת אורחים׳ס זאלן אידן הנאה האבן. ואני בתוכם

נסיעה טובה עפפ
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 7:08 am

תגובהדורך נסיעה טובה עפפ » דינסטאג דעצמבער 19, 2017 12:59 am

שלום עליכם אייך

ראשית שכוח פארן פותח האשכול

אזוי ווי עטליכע האבן שוין דא ערווענט, ר' ליפא לויפער וחביריו די גרינדערס פון די נסיעה טובה גרופ זענען עוסק אין דעם ענין שוין פאר די לעצטע 10 יאר לשם מצוה שלא על מנת לקבל פרס, סיי פריוואט מיטן הילף פאר יעדען יחיד, און בכלליות מיטן צושטעלען פארן כלל א וועג צו פארן צו מקומות הקדושים וואס טויזענטער מענטשען האבן הנאה דערפון, פון אנהויב איז געווען די GPS שפעטער maps me מעפ

נאך איבער א יאר ארבעט האט די גרופא ברוב חסדי הוי' ערמעגליכט אן עפפ וואס איז צוגעשטעלט אויף א הויעכע סטאנדארד מיטן אסאך נייע options וואס ס'איז נישט שייך געווען ביז אהער

פארשטייט זיך ווייט פון א דבר השלם נאך, קודם האמיר ארויפגעלייגט די אינפא וואס ס'איז געווען ביז היינט (בעיקר בתי החיים) [לאו דוקא אונגארן אויך פולין, רוסלאנד, ארץ ישראל וכו], ועוד ידינו נטי' צו אנפולן דעם חלל מיט צדיקים, בתי מדרשים, עירפארטס, דרייווערס און אלעס אין דעם ענין, און מיר קוקן ארויס אויפן הילף פונעם עולם
די אדרעסס ווי צו שיקען אינפא איז places.nesiyatova@gmail.com
פאר עני developing issue contact developer@nesiyatova.com

זאלן מיר פועל'ן אלעס גוטס און עס זאל זיין לזכות פאר די וואס זענען מזכה הרבים
לעצט פאראכטן דורך נסיעה טובה עפפ אום דינסטאג דעצמבער 19, 2017 7:13 am, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.

נסיעה טובה עפפ
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 7:08 am

תגובהדורך נסיעה טובה עפפ » דינסטאג דעצמבער 19, 2017 1:05 am

מיר האבן געהאט א אישו מיט פאונס וואס האבן א פילטער
ב"ה מיר האבן יעצט ארויפגעלייגט אויפן פלעי סטאר א update וואס דארף האפעטנליך צו סאלווען דעם פראבלעם

אויב ווייסט איר פון עני פראבלעם זייט אונז מודיע

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10287
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דינסטאג דעצמבער 19, 2017 1:18 am

א דאנק פארן עפפ!

איך וואלט מייעץ געווען אז דער בילד ווען עטץ האטס נישט קיין אנדערע בילד פונעם מציבה/ביה"ח זאל נישט זיין דער איין בילד פון א ביה"ח נאר עפעס מער פאלש מען זאל זען אז עס האט נאכנישט קיין בילד.

אויך וואלט געווען פול גרינגער (צו שיקן טעותים אדער בילדער פון ספעציפישע מקומות) אויב עס איז ווען דו ביי יעדע ליסטינג א ריפארט/עדיט פאר יענער ספעציפישער ליסטינג וואס מען קען דארט גרינג סאבמיטן א סודזשעסטען פאר א טויש.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

נסיעה טובה עפפ
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 7:08 am

תגובהדורך נסיעה טובה עפפ » דינסטאג דעצמבער 19, 2017 1:39 am

קנאפער ידען האט געשריבן:איך וואלט מייעץ געווען אז דער בילד ווען עטץ האטס נישט קיין אנדערע בילד פונעם מציבה/ביה"ח זאל נישט זיין דער איין בילד פון א ביה"ח נאר עפעס מער פאלש מען זאל זען אז עס האט נאכנישט קיין בילד.


אזוי איז געווען אין פלאן מתחילה, פשוט ארויסגעפאלן

אויך וואלט געווען פול גרינגער (צו שיקן טעותים אדער בילדער פון ספעציפישע מקומות) אויב עס איז ווען דו ביי יעדע ליסטינג א ריפארט/עדיט פאר יענער ספעציפישער ליסטינג וואס מען קען דארט גרינג סאבמיטן א סודזשעסטען פאר א טויש.


שיינע איידיע, וועלמיר עס צולייגן צום ליסט

רבי משה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 290
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 20, 2014 9:56 pm

תגובהדורך רבי משה » דינסטאג דעצמבער 19, 2017 8:16 am

איך וואלט מציע געוועהן - אויב סאיז שייך.
מזאל אריינלייגן אין my route די דעסטינאציעס ווי מוויל אלץ פארן, און דער עפפ זאל אויסרעכענען דעם וועג וויאזוי מזאל אויסשטעלן דעם טאג.
למשל מוועט אריינלייגן פעסט, אוהעל, ליזענסק, קאלוב, צאנז, קראקע, קערעסטיר.
וואס יעדער פארשטייט אז מען קען נישט פארן אויף דעי סדר, דער עפפ זאל געבן די פונקטליכע route פונעם ערשטען לאקאציע על ראשון ראשון.

דער קוטשער
שר חמש מאות
תגובות: 774
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 14, 2009 9:47 pm

תגובהדורך דער קוטשער » דינסטאג דעצמבער 19, 2017 1:44 pm

ר' משה איר האט שוין אויסגעטשעקט דער עפפ.?

רבי משה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 290
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 20, 2014 9:56 pm

תגובהדורך רבי משה » דינסטאג דעצמבער 19, 2017 10:23 pm

יא, איך האב נישט געטראפן אזא אפציע, אדרבה ווייזט מיר אהן.

shalsheles
שר חמש מאות
תגובות: 622
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

תגובהדורך shalsheles » דינסטאג דעצמבער 19, 2017 10:53 pm

זעהט אויס פיין, וועט זיכער העלפן אסאך אידן. יש״כ וזכות הצדיקים יגן עליכם.
פעלט נאך אסאך אינפא, עטליכע וואס פעלט:
פיטע, האלאנד
איסטאנבול, איזמיר, טערקיי
מאראקא

דער קוטשער
שר חמש מאות
תגובות: 774
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 14, 2009 9:47 pm

תגובהדורך דער קוטשער » דינסטאג דעצמבער 19, 2017 11:04 pm

רבי משה האט געשריבן:יא, איך האב נישט געטראפן אזא אפציע, אדרבה ווייזט מיר אהן.


איר קענט גוגל מעפס? דאס ארבעט באנאזאם.

נסיעה טובה עפפ
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 7:08 am

תגובהדורך נסיעה טובה עפפ » דינסטאג דעצמבער 19, 2017 11:06 pm

רבי משה האט געשריבן:יא, איך האב נישט געטראפן אזא אפציע, אדרבה ווייזט מיר אהן.


דער קוטשער האט געשריבן:איר קענט גוגל מעפס? דאס ארבעט באנאזאם.

לאו דוקא, גוגל מעפ אליין האט נישט די option, סאיז אן עקסטערע feature וואס מיר האפן צוצולייגן בקרוב
צוגעלייגטע
Screenshot_20171219-230050.png
Screenshot_20171219-230050.png (262.28 KiB) געזעהן 3107 מאל
לעצט פאראכטן דורך נסיעה טובה עפפ אום דינסטאג דעצמבער 19, 2017 11:35 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Baidu [Spider], Google [Bot], rogers, דניאל אויערבאך, כאפצעם, פארקלאצט, שואלכענין, שטיל און 44 געסט