אל תחטאו בילד! פארט נישט אריבער סקול באס מיט לייטס אנגעצינדן

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ליידיג גייער
שר חמש מאות
תגובות: 582
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2013 4:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליידיג גייער »

אויב נעמט ער אויף קינדער אויף די רעכטע זייט וואלט ער דאך נישט זיך אריין גשטופט די נאז אויף די לינקע זייט בשעת מעשה אויב איז ער א אחריות'דיגע דרייווער, ווי אויך פאהרט ער דירעקט מיט די לייטס אנגעצונדן אז קיינער חוץ ער זאל נישט קענען פאהרן ווי א עמערדזשענסי וויהקעל...
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 31274
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

אידן טייערע! א שיינע דיסקאשען צו יא צו ניין איבער באס דרייווערס, אויב ענק ווילן קען מען עפענען אן אשכול דערוועגן. אבער דער אשכול איז דא פאר א סיבה און איך גלייב אז קיינער פון דא האלט אז מען מוז נישט זיין מער פארזיכטיג אין אזאנע סכנות'דיגע זאכן, סאו ביטע לאזט דער אשכול פאר וואס עס איז געמאכט געווארן. א דאנק.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
ליידיג גייער
שר חמש מאות
תגובות: 582
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2013 4:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליידיג גייער »

ס'איז קלאר אז מ'דארף דארף זיך נעמען אין די הענט אריין און מ'דארף לערנען דעם עולם דרייוון אבער מ'דארף אנהייבן ביי די באס דרייווערס ווייל דו קענסט נישט פארלאנגען אז דער עולם זאל ריספעקטן די סקול באסעס ווען זיי דרייוון ארום ווי ווילדע חיות, ווי דער דרייווער וואס דרייווט אנגאנצן צייט מיטן טעלעפאון אין די האנט ווייל אפשר וועט ער טרעפן איינעם וואס פעסט זיין סטאפ סיין, ער קוקט נישט וואו ער פאהרט און ער'ט מיר שיעור נישט אראפ געטשאפט א האלבע נאז
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 31274
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

ליידיג גייער האט געשריבן:ס'איז קלאר אז מ'דארף דארף זיך נעמען אין די הענט אריין און מ'דארף לערנען דעם עולם דרייוון אבער מ'דארף אנהייבן ביי די באס דרייווערס ווייל דו קענסט נישט פארלאנגען אז דער עולם זאל ריספעקטן די סקול באסעס ווען זיי דרייוון ארום ווי ווילדע חיות, ווי דער דרייווער וואס דרייווט אנגאנצן צייט מיטן טעלעפאון אין די האנט ווייל אפשר וועט ער טרעפן איינעם וואס פעסט זיין סטאפ סיין, ער קוקט נישט וואו ער פאהרט און ער'ט מיר שיעור נישט אראפ געטשאפט א האלבע נאז

רבוש"ע וואס האט איינס מיטן צווייטן?!! קענסט נישט פארלאנגען פון דער עולם נישט צו ריסקן טייערע קינדער'ס לעבנס ווייל עפעס א סיבה?! האסט א פראבלעם מיט די באס דרייווערס וואס קען זיין א סיבה פארוואס ליידער אידן טראכטן נישט וואס זיי טוען, איך הער, אבער א סיבה אויף עס ווייטער צו טון - אפילו זאלן די באס דרייווערס זיך גארנישט פארבעסערן! - איז דאס כמובן נישט.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
מים שלנו
שר חמש מאות
תגובות: 639
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 23, 2014 11:21 pm
לאקאציע: אין פאס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים שלנו »

גערעכט על פי שכל אבער די געפיהל ווען איך בין אויפ'ן ראוד איז אז אלע קארס ארום מיר זענען מיינע שונאים און אויב דער באס דרייווער נוצט נישט ריכטיג זיינע פריווילעגיעס ברענגט עס מען זאל ברעכן די געזעצן אפילו ווען מאיז נישט גערעכט.
די תגובה איז געשריבן געווארן בלויז מיטן ציהל להנאות בהם בני אדם יושבי חושך וצלמות און פאר די הינער וואס קוקן אויך אריין...
קרעדיט טריסקער
רה''ק דקהל פורים
שר האלף
תגובות: 1098
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רה''ק דקהל פורים »

פעסט האט געשריבן:
eller האט געשריבן:
ליידיג גייער האט געשריבן:עס איז זיכער א עולה און א סכנה צו פעסן א באס מיט די לייטס אנגעצינדן אבער אז באסעס נוצן די לייטס צו פעסן טרעפיק טראכטן דרייווערס אז קען זיין יעצט גייען נישט קיין קינדער

https://www.dropbox.com/s/nrs1ainx7nkui ... 4.mp4?dl=0

דו זעהסט דען צו ער לאזט נישט אראפ קינדער אויף די אנדערע זייט ??????


9:30 צופרי לייגט מען נישט אראפ קינדער, מזעט אויך נישט קיין קינדער ווארטן דארט ארויפציגיין אויפן באס
אפילו סאיז יא ארויף קינדער האט ער אנגעהיובן פארן ווען דו לייטס האבן נאך געארבעט וואס סאיז ממש מוכח אז סאיז געטוען געווארן צי קראסן דו טרעפיק.
אבער דו הלכה איז אז מאיז נאך אלץ מחוייב צו דן זיין לכף זכות, עמיר טאקע דן זיין לכף זכות.

ועוד, צו דויערט עס דען א גאנצע מינוט אראפצולייגן א קינד צוויי?
און אז ער לייגט אראפ א קינד אויף די רעכטע זייט בייגט ער זיך שיף צו לינקס?
מיין נישט ענטפערן איז וויבאלד דו האסטו נאך קיינמאל צוריקגעצויגן, אפי' נאכ'ן ווערן געפראווד ראנג.
רה''ק דקהל פורים
שר האלף
תגובות: 1098
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רה''ק דקהל פורים »

איך האב נעכטן געזען א היימישער סקול באס דרייווער אפשטעלן דעם באס פונקט אינמיטן די אינטערסעקשאן ביי סאוט 4 און מארסי, ארויסלויפן און אריינווארפן א קאנווערט אין פאסטקעסטל.
מיין נישט ענטפערן איז וויבאלד דו האסטו נאך קיינמאל צוריקגעצויגן, אפי' נאכ'ן ווערן געפראווד ראנג.
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 31274
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

מים שלנו האט געשריבן:גערעכט על פי שכל אבער די געפיהל ווען איך בין אויפ'ן ראוד איז אז אלע קארס ארום מיר זענען מיינע שונאים און אויב דער באס דרייווער נוצט נישט ריכטיג זיינע פריווילעגיעס ברענגט עס מען זאל ברעכן די געזעצן אפילו ווען מאיז נישט גערעכט.

די העק מיט דער געזעץ! אלו הצאן מה חטאו?! ואלו האבות וויאזוי דו גייסט זיך פילן נאכן אראפקלאפן א קינד היל"ת?! אוודאי איז אדם פרא יולד און ביי דיפאלט ווילסטו יענעם לערנען א לקח, דערפאר איז דא דער אשכול צו מאכן אווערנעס ווי נאנט אזאנע זאכן זענען צו סכנות נפשות ממש.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

קנאפער ידען האט געשריבן:
מים שלנו האט געשריבן:גערעכט על פי שכל אבער די געפיהל ווען איך בין אויפ'ן ראוד איז אז אלע קארס ארום מיר זענען מיינע שונאים און אויב דער באס דרייווער נוצט נישט ריכטיג זיינע פריווילעגיעס ברענגט עס מען זאל ברעכן די געזעצן אפילו ווען מאיז נישט גערעכט.

די העק מיט דער געזעץ! אלו הצאן מה חטאו?! ואלו האבות וויאזוי דו גייסט זיך פילן נאכן אראפקלאפן א קינד היל"ת?! אוודאי איז אדם פרא יולד און ביי דיפאלט ווילסטו יענעם לערנען א לקח, דערפאר איז דא דער אשכול צו מאכן אווערנעס ווי נאנט אזאנע זאכן זענען צו סכנות נפשות ממש.

קנאפער האט רעכט די נידון אין די אשכול איז נישט יושר אין צדק נישט קיין נפקא מיניה ווער עס איז גערעכט קוק פשוט ווי סכנה'דיג עס איז קיינער דא גייט נישט ווען ער איז גערעכט שיסן מיט דאן וויל מען דא ווייזן א אריבער פארן א באס איז א גאן
יעדער איז מודה אז נאכן זעהן דעי קליפס טראכט מען אנדערש ווען מען זעט א באס אין פראנט פין זיך אראפ לייגן קינדער, פונקלעך דאס וואס מען וויל דא גארנישט מער
תהי' חכם ואל תהי צדק
רה''ק דקהל פורים
שר האלף
תגובות: 1098
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רה''ק דקהל פורים »

קנאפער האט רעכט, אבער ער מיסד די פוינט וואס מים שלנו וויל ארויסברענגען. זיין נקודה איז אז איה"נ עס איז נישטא קיין שום בארעכטיגונג צו פעסן א באס, אבער ווען מען זעט ווי די באס דרייווער עביוזד זיין 'מאכט' איינמאל און נאכאמאל רייצט עס אויף דעם געפיל צו פייפן אויף אים מיט'ן באס צוזאמען, און כאטש דאס איז ווייט פון א תי' פאר א חשש רציחה, איז עס אבער למעשה א גורם אז מענטשן זאלן דאס טון. דעריבער דארף אויך מעורר זיין די דרייווער זאלן נישט עביוזן די געזעץ ווייל דאס שפילט כמעט אזוי מיט נפשות.
מיין נישט ענטפערן איז וויבאלד דו האסטו נאך קיינמאל צוריקגעצויגן, אפי' נאכ'ן ווערן געפראווד ראנג.
קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2190
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 18, 2016 8:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמפיוטער עקספערט »

איך ווייס פון איינער וואס האט געהארגעט א מענטש דורך א עקסידענט און עס איז געווען קלאר פאר יעדעם אז יענער האט אריינגעטאנצען אין פראנט פון די קאר זיך צו נעמען די לעבען דאך האט זיך די דרייווער נישט געקענט בארויגען יעצט אויף א פאל וואס מען איז זיכער שילדוג און עס האט נישט קיין שום תירוץ און נאר א תירוץ פארוואס מען איז נערוועז דאס וועט נישט באריוגען קיינמאל און אויך נישט העלפען אין קאורט און זיכער נישט ביים בית דין של מעלה
אוועטאר
זינגער
שר האלף
תגובות: 1920
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 10:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זינגער »

ליידיג גייער האט געשריבן:אויב נעמט ער אויף קינדער אויף די רעכטע זייט וואלט ער דאך נישט זיך אריין גשטופט די נאז אויף די לינקע זייט בשעת מעשה אויב איז ער א אחריות'דיגע דרייווער, ווי אויך פאהרט ער דירעקט מיט די לייטס אנגעצונדן אז קיינער חוץ ער זאל נישט קענען פאהרן ווי א עמערדזשענסי וויהקעל...

אפשר איז די גאס געוועהן פארמאכט און ער האט געווארט אז א מאמע זאל קומען ברענגן די קינד צו די קארנער?

ס'נעמט אפאר סעקונדעס אז די סיין זאל זיך פארמאכן, אז די זעהסט אז ער פארט מיט אפענע סיין מייינט נישט אז ער האט עס דירעקט געלאזט אזוי.
איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך

איך בין פרייליך ווייל איך זינג
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר שלשת אלפים
תגובות: 3231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

זיך שטעלן שיעף איז אנטקעגן די געזעץ! נאר דא האפט מען אז מ׳זאל נישט באשטראפט ווערן.

נישט איבעראל קען מען זיך שטעלן ווי א דיינעסאור אין די ברייט, די באס דארף קענען גרינג און שנעל זיך צוריק אויסגראדן דערנאך

געוויסע פלעצער ווי די גאסן זענען שמאל, איז נישט מעגליך פארן באס צו גיין שיפער - אויב וויל ער, ווייל אז יא, וועט ער אריינזעצן מיטן טעיל אויף צווייטן זייט.

געוויסע מאל שטעלן זיך קארס אפ זייער נאנט אינטערן שיפע באס וואס מאהט דעם באס כמעט אוומעגליך זיך צוריק אויסגראדן ווייל די קאר בלאקירט אים אן וויסן, סאו די דרייווערס גייען נאר עטוואס שיעף.

איך האב באס לייסענס און געדרייווד א חדר באס יארן לאנג. כ׳רעדט פון עקספיריענס.

דא אין ווילי איז דא בלי עין הרע 240+ באסעס צעווישן 9-8 און 4-3
ביטע לאזן די גאסן פריי פאר אייערע קינדער צו קענען אהיימקומען ״ביזן טיר!״ אמער? איך באצאל טרענספארטעישאן!! איי דו וואוינסט אויף א גאס וואס אוז ניטאמאל געניג ברייט פאר א סיענע און דער באס מוטשעט זיך מיט יעדן דריי אריין און דריי ארויס פון דארט, דאס גייט קיינעם נישט אן.

אלזא, ווער עס וויל אויספּראַקן באס דרייווער׳ס, ביטע אויפמאכן א צווייטע אשכול! דער אשכול איז געווידמעד צו ברענגען אווערנעס!

יעדער מיט קאר לייסענס ווייסט - דארף וויסן, אז אפילו און א צוויי לעין ראוד, אויב איז דא פלעשינג לייטס, דארף מען געזעצליך זיך אפשטעלן. אפילו אן אמבולאנס, פייערלעשער, פאליס קאר. נישט קיין אינטערשיד. דו ווערסט נערוועז פון די באסעס? זיי מוחל נעם די 11׳ווער באס. דאס איז עס.

נאכאמאל, זיך שטעלן שיעף איז אנטקעגן די געזעץ און עס קומט דערפאר א הארבע שטראף.

לית מן דפליג אז מיט לייטס ווען איינער פּעסט, איז רציחה ממש.
פארוועם דער אשכול מאכט נעוועז, זאל זיך ביטע פארנעמען מער נישט צו פעסן.
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5474
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך maybeeynot »

ש'כח יואלי
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7079
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

מען מישט דא רציחה מיט אוממענטשהייט.
אמער יענער איז א אוממענטש? איך וועל אים ווייזען, איך גיי הארגענען קינדער וואס קומען/גייען פון/צו די סקול באס...

קאנגראטולאציע ר' יואל צו דיינע סקול באס לייסענס (איך געדענק נאך ווען פארענדיג מיט מיר אויפן מאנרא באס האסטו מיך פונקטליך אויסגעפרעגט די CDL בוך...)
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4279
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

קנאפער און יואלי רעדן צום זאך. ישר כח פאר די awareness. אויב ווילט עטץ האקן און פראקן אויך די דרייווערס, דאן פראקט זיי אויס אויף א צווייטע אשכול. נישט אז איך גיי מיך נישט אהן נעמען פאר זיי. איך גיי יא.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר שלשת אלפים
תגובות: 3231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

צו געזונט האט געשריבן:מען מישט דא רציחה מיט אוממענטשהייט.
אמער יענער איז א אוממענטש? איך וועל אים ווייזען, איך גיי הארגענען קינדער וואס קומען/גייען פון/צו די סקול באס...

קאנגראטולאציע ר' יואל צו דיינע סקול באס לייסענס (איך געדענק נאך ווען פארענדיג מיט מיר אויפן מאנרא באס האסטו מיך פונקטליך אויסגעפרעגט די CDL בוך...)


געדארפט זיין זייער א לאנגע צייט צוריק! זיי מוחל קום אין אישי ריפרעשן מיינע מעמאריס...

ביידעוועי, א מאנראו באס/קאוטש באס ווילעך נאך אמאל פריוון צו דרייוון. ווי גרויס און מאונסטעריש דאס קוקט אויס, איז עס נאך אלץ גרינגער צו דרייוון ווי אין ווילי אויף טעפי/סקילמען/ווואלעבאוט, וכדומה.

צוריק צום נושא
אוועטאר
טשעירמאן
שר האלף
תגובות: 1738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 24, 2013 12:24 pm
לאקאציע: אויפן באלעמער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשעירמאן »

פארוואס איז אומלעגאל פאר א באס זיך צו שטעלן שיף?
מען דארף וויסן מיט יעדעס ביסל אידישקייט בתמימות ובפשטות ממש זענען מיר אזוי ווי מלאכי מעלה (גליון דורשי יחודך תמוז פ''ג)
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7079
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

ווייל מען טאר נישט אדורכגיין די געלע ליניע (אויב איז עס א 2 וועי)
ווייל מען דארף זיך האלטן דין די ליניע, אפילו אויף א 1 וועי
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
רץ כצבי
שר חמישים
תגובות: 57
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 12:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רץ כצבי »

רה''ק דקהל פורים האט געשריבן:איך האב נעכטן געזען א היימישער סקול באס דרייווער אפשטעלן דעם באס פונקט אינמיטן די אינטערסעקשאן ביי סאוט 4 און מארסי, ארויסלויפן און אריינווארפן א קאנווערט אין פאסטקעסטל.

בין איך געשטאנען אינטער א באס פרייטאג מיט פלעשינג לייטס זע איך ווי ער דעליווערט אפאר באקסעס אין א שיל, פרעג איך אים וואס דאס מיינט, פארוואס לעשט ער נישט אויס די פלעשינג לייטס, זאגט ער מיר בהאי לישנא "ווער האט דיך געפרעגט" אין, ער האט געלאזט אין דע מיען טיים אפאר קינדער אללינס אויף די באס.....
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

אבער מ'טאר נישט קאמפלעינען אויף די באס דרייווערס
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 31274
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

יוראפ האט געשריבן:אבער מ'טאר נישט קאמפלעינען אויף די באס דרייווערס

מעג מען דען נישט?! מען מעג אוודאי אויב האלט מען עס איז וויכטיג. אבער מה לאוממענטשליכקייט לחשש רציחה?!!! מאכטס אן אשכול און רעדסט ארום דערוועגן און מאכטס אווערנעס. ביסייד די פוינט אז עס איז דא א ריזיגע חילוק צווישן האקן אויף מענטשן ווי נישט מענטשליך זיי זענען און ברענגען אווערנעס פאר אנדערע מענטשן וואס זאלן נישט טון עפעס וואס עס איז נישט גוט, און דער חילוק דערקענט זיך אינעם טאן.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

קודם כל איז נישט מעגליך צו עפענען אן אשכול דערוועגן, ווען מ'האט נאר פרובירט צו רעדן דערפון האט מען מיט דאס זעלביגע פארשריגן, שנית אין מיינע אויגן איז עס איין גרויס בילד (איינס פון די אוממענטשליכקייטן איז באסעס פארן אויך אריבער די פלעשינג לייטס אבער דארט איז עס נישט רציחה ווייל מען טאר נישט רעדן אויף זיי), אבער כ'פרוביר סיי ווי נישט אריינצורעדן דערין [ווי זאגט מיין שווער, כ'הא בגארנישט געזאגט...]
אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5994
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

נאר קאמפלעינען זאל מען!
וואס מיינען זיי די גרויסע געלע טאטעס, זיי קענען עפעס טאהן וואס זיי ווילן? נאו וועי! זאלן זיי וויסן איינמאל פאר אלעמאל!

אין א סייד נאוט: קנאפער האט דא געזאגט עטליכע מאל: עס'ז נישט קיין אשכול צו אידענטיפיצירן פארלעצערס.. לכאן ולכאן.. עס'ז נאר אן אווערנעס צי צייגן פון אנדערע אויגן ווי שרעקליך ס'יז ווען מ'פעעסט א סקול באס, דעציט. קענסט זיין גערעכט און באשולדיגן די באס דרייווערס וואס דערליווערן בעקעלעך פאר שוהלן אדער לייגן אריין פאסט אין פאסט קעסטלעך... "אבער פאר נישט אריבער די פלעשינג סקול באס".

און אויב חלילה געשעט עפעס קענסטו ענטפערן אין קאורט אז דרייווער פלוני האט דעליווערט אמאל באקסעס צו זיין שוהל אדער געלייגט אין פאסט אפיס, אדער זיך אריינגעכאפט אויף בעדפארד עוו?!

און לו יהא דו קענסט עס ניצן אין קאורט? איז'ס גענוג ווערד צו האבן גילטי קאנשענס אז מ'האט שיעור אומגעברענגט א קליין קינד?

יא, ס'דא דרייווערס וואס ברויכן אדער א תיקון אדער א פלייט קיין אוזבאקיסטאן, אבער פעסס נישט קיין רויטע לייטס.
רה''ק דקהל פורים
שר האלף
תגובות: 1098
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רה''ק דקהל פורים »

און אויב וואלט דער באס - מיט קינדער דערויף - וואס האט היינט געפעסט א רויטע לאמפ אויף פול ספיד ביי מארסי-העיווערד (ארום 5:15 נאכמיטאג אויב ווילסטו דוקא וויסן) חלילה געמאכט אן ערנסטן עקסידענט וואלט מען שוין יא ערלויבט צו דן זיין צו די נעגלידזשענס ויותר פון די דרייווער גייען אריין אין חשש רציחה?
מיין נישט ענטפערן איז וויבאלד דו האסטו נאך קיינמאל צוריקגעצויגן, אפי' נאכ'ן ווערן געפראווד ראנג.
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”