לימודי חול בבתי חינוך

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2189
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » פרייטאג דעצמבער 01, 2017 12:21 pm

SPUSMN האט געשריבן:אז איינער מוז קענען ענגליש, זאל ער לערנען ענגליש; אז איינער מוז קענען א פאך, זאל ער זיך לערנען א פאך; אבער צו וואס דארף מען פאר דעם גיין אין קאלידז?

נישט אריינצוגיין אין די הלכה און השקפה חלק איז די פאכען וואס מען מוז האבען קאלידזש
קיין איין היימישע אינגערמאן גייט נישט אריינגיין אין קאלידזש און פארברענגען צייט און געלט לשם קאלידזש

sholom88
שר חמישים ומאתים
תגובות: 334
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 20, 2008 6:11 pm

תגובהדורך sholom88 » פרייטאג דעצמבער 01, 2017 12:24 pm

SPUSMN האט געשריבן:זייער ריכטיג געזאגט גאלדענע; קאלידז איז מסוכן. און אויב ביי איינעם איז עס געלונגען, איז א נארישקייט וואס געלונגט בלייבט א נארישקייט (א אלטע שפריכווארט).

איך ארבעט דא מיט זייער געלערענטע מענטשען; גראדיאירטע פון די מערסטע פרעסטידזפולע קאלידזעס; אבער משוקע אין תאוה דורך און דורך. זייער גאנצע חכמה, אלעס צוזאם, איז גארנישט ווערט קעגען איין איידעלע אינגערמאן ביי אונז. זייער גרויס חכמה שטינקט, (זענען היפיקריטס ביזען העכסטען גראד, ווי איז אפען אנטפלעקט געווארען לעצטענס אין די נייעס אז די וואס מוסר'ן אנדערע זענען גאר אליין פארדארבען דורך און דורך); אבער לאידך גיסא ערליכע אידען שמעקען ווי די ריח פון גן עדן, און מיט חכמה קענען זיך נאך פארמעסטען מיט די אלע גרויסע חכמים וואס ס'דאכט זיך פאר מאנכע אז ס'גאר א גליק צו זיין ווי זיי.

אז איינער מוז קענען ענגליש, זאל ער לערנען ענגליש; אז איינער מוז קענען א פאך, זאל ער זיך לערנען א פאך; אבער צו וואס דארף מען פאר דעם גיין אין קאלידז?

א חשובע משפיע היינטיגע צייטען וואס איז יארען געווען אין די IT ליין; ווען א היימישע האט אים געפרעגט צו מסביר זיין א IT קאנסעפט, פלעגט ער ענטפערען אז "עס איז נישט א תוספת". געמיינט צו זאגען אז עס איז גארנישט קיין גרויס חכמה צו פארשטיין, און נישט שווער צו לערענען ווי א תוספת; און אויב די קענסט לערענען תוספת, איז דאס פאר דיר ממש א שפילעכעל.

יא, רבותי; דער וואס קען אפלערענען א תוספת על בוריו, דער איז א חכם; אין קאלידז וועסטו דאס נישט האבען. אויס שארפען דאס קאפ טוהט מען אין בית המדרש; אין קאלידז איז מען מטמטם את המוח.

יא, דא עקסעפשענס; אבער מאן יימר אז די וועסט זיין פון די עקסעפשענס.

פאר איינעם וואס פרעדיג און שטאלצירט מיט "איידעלקייט", פאסט נישט אזעליכע אומאיידעלע לשונות (אשטייגער ווי "שטינק"), און בלידנע לקו חוב אויף מענטשן וואס דו האסט קיינצאל געזעהן אדער געהערט.

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12252
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » פרייטאג דעצמבער 01, 2017 12:31 pm

אלס א תלמיד פון רבי אביגדור מיללער ניץ איך דער ריכטיגע ווארט ווי עס געהערט.

וועליכע ערליכע איד האב איך דן געווען לכף חוב?

און חכמים להרע דארף מען ממאס זיין.
לעצט פאראכטן דורך SPUSMN אום פרייטאג דעצמבער 01, 2017 12:38 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12252
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » פרייטאג דעצמבער 01, 2017 12:31 pm

קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן:אז איינער מוז קענען ענגליש, זאל ער לערנען ענגליש; אז איינער מוז קענען א פאך, זאל ער זיך לערנען א פאך; אבער צו וואס דארף מען פאר דעם גיין אין קאלידז?

נישט אריינצוגיין אין די הלכה און השקפה חלק איז די פאכען וואס מען מוז האבען קאלידזש
קיין איין היימישע אינגערמאן גייט נישט אריינגיין אין קאלידזש און פארברענגען צייט און געלט לשם קאלידזש

צו ווערען א קאמפיוטער עקספערט, מוז מען פאר דעם גיין אין קאלידז, אדער דארף מען האבען דער קאפ און זיץ פלייש דערצו?

עס איז דא פאך שולע'ס (וואס טייל טראגען נאר דער נאמען קאלידז) ווי:
SYRIT
Cope Institute
Touro College

טייל קאמפיוטער עקספערטען זענען דארטען געווען נישט מער ווי א פאר חדשים, טייל מער, און טייל קיינמאל און זיך אליין געלערענט.

דער נקודה איז אז דער עיקר דארף מען האבען דער קאפ (און זיץ פלייש); דער קאלידז מוז נישט זיין; און אויב שוין יא, מוז עס נישט זיין יארען.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3257
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

תגובהדורך יואב בן צרויה » פרייטאג דעצמבער 01, 2017 1:01 pm

SPUSMN האט געשריבן:א חשובע משפיע היינטיגע צייטען וואס איז יארען געווען אין די IT ליין; ווען א היימישע האט אים געפרעגט צו מסביר זיין א IT קאנסעפט, פלעגט ער ענטפערען אז "עס איז נישט א תוספת". געמיינט צו זאגען אז עס איז גארנישט קיין גרויס חכמה צו פארשטיין, און נישט שווער צו לערענען ווי א תוספת; און אויב די קענסט לערענען תוספת, איז דאס פאר דיר ממש א שפילעכעל.

יא, רבותי; דער וואס קען אפלערענען א תוספת על בוריו, דער איז א חכם; אין קאלידז וועסטו דאס נישט האבען. אויס שארפען דאס קאפ טוהט מען אין בית המדרש; אין קאלידז איז מען מטמטם את המוח.


חכמה בגוים תאמין. איך ווייס נישט ווער דער משפיע איז, אבער איך בין ווייט נישט איבערצייגט אז ער האט געמיינט דאס וואס דו זאגסט ער האט געמיינט.

אוועקמאכן אן קיינמאל האבן די עקספיריענס פון לערנען און דארפן קענען די זאכן ישר והפוך איז זייער גרינג. פערזענליך איז מיר גרינגער צו לערנען א בלאט גמרא בעיון גמור ווי עס איז מיר צו לערנען קאלקולעס, פיינענס און אנדערע ׳לימודי חול׳.

די לימודים זענען בכלל נישט דומה און דאס איז וואס דער משפיע האט געמיינט. אסאך מאל קען א ישיבה בחור וואס לערנט די זאכן אנהייבן צו דרייען און אריינקריכן און דאן דערזעהט ער זיך מיט גארנישט אין די ענדע, פשוט ווייל ער האט נישט געלערנט די זאכן די ריכטיגע וועג.

דאס מיינט נישט אז א קלוגער גוי וואלט געהאט א גרינגער פעלד מיט א תוס׳ (הגם איך גלייב שווער אז א יוגענטליכער וואס קען באקומען א 700 sat צייכן אויף די math חלק וואלט געהאט א שווערע פעלד), אבער דאס מאכט אים פונקט אזוי נישט פאר א נישט חכם. די זענען אנדערע לימודים ולא קרבו זה אצל זה מעולם און דער קען דעיס און דער קען דעיס.

איך וויל שרייבן מער, איך האב מער צו שרייבן, די בלוט קאכט מיר אויף אסאך בת היענה און אומוויסנדיגקייטן די לעצטע פאר בלעטער דא, אבער ווי איך פארשטיי בין איך סייווי א דעת יחידאה אין די ענין - עכ״פ דאהי. סאו, כך אקבל שכר על הפרישה, אבער נישט פארגעסן אז די ערשטע מצוה אין די תורה איז צו ניצן די שכל.

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלף
תגובות: 1965
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » פרייטאג דעצמבער 01, 2017 1:07 pm

יואב בן צרויה האט געשריבן: אבער נישט פארגעסן אז די ערשטע מצוה אין די תורה איז צו ניצן די שכל.

כ'האב קיינמאל נישט געהעערט פון די מצוה.

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12252
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » פרייטאג דעצמבער 01, 2017 1:09 pm

יואב בן צרויה האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן:א חשובע משפיע היינטיגע צייטען וואס איז יארען געווען אין די IT ליין; ווען א היימישע האט אים געפרעגט צו מסביר זיין א IT קאנסעפט, פלעגט ער ענטפערען אז "עס איז נישט א תוספת". געמיינט צו זאגען אז עס איז גארנישט קיין גרויס חכמה צו פארשטיין, און נישט שווער צו לערענען ווי א תוספת; און אויב די קענסט לערענען תוספת, איז דאס פאר דיר ממש א שפילעכעל.

יא, רבותי; דער וואס קען אפלערענען א תוספת על בוריו, דער איז א חכם; אין קאלידז וועסטו דאס נישט האבען. אויס שארפען דאס קאפ טוהט מען אין בית המדרש; אין קאלידז איז מען מטמטם את המוח.


חכמה בגוים תאמין. איך ווייס נישט ווער דער משפיע איז, אבער איך בין ווייט נישט איבערצייגט אז ער האט געמיינט דאס וואס דו זאגסט ער האט געמיינט.

אוועקמאכן אן קיינמאל האבן די עקספיריענס פון לערנען און דארפן קענען די זאכן ישר והפוך איז זייער גרינג. פערזענליך איז מיר גרינגער צו לערנען א בלאט גמרא בעיון גמור ווי עס איז מיר צו לערנען קאלקולעס, פיינענס און אנדערע ׳לימודי חול׳.

די לימודים זענען בכלל נישט דומה און דאס איז וואס דער משפיע האט געמיינט. אסאך מאל קען א ישיבה בחור וואס לערנט די זאכן אנהייבן צו דרייען און אריינקריכן און דאן דערזעהט ער זיך מיט גארנישט אין די ענדע, פשוט ווייל ער האט נישט געלערנט די זאכן די ריכטיגע וועג.

דאס מיינט נישט אז א קלוגער גוי וואלט געהאט א גרינגער פעלד מיט א תוס׳ (הגם איך גלייב שווער אז א יוגענטליכער וואס קען באקומען א 700 sat צייכן אויף די math חלק וואלט געהאט א שווערע פעלד), אבער דאס מאכט אים פונקט אזוי נישט פאר א נישט חכם. די זענען אנדערע לימודים ולא קרבו זה אצל זה מעולם און דער קען דעיס און דער קען דעיס.

איך וויל שרייבן מער, איך האב מער צו שרייבן, די בלוט קאכט מיר אויף אסאך בת היענה און אומוויסנדיגקייטן די לעצטע פאר בלעטער דא, אבער ווי איך פארשטיי בין איך סייווי א דעת יחידאה אין די ענין - עכ״פ דאהי. סאו, כך אקבל שכר על הפרישה, אבער נישט פארגעסן אז די ערשטע מצוה אין די תורה איז צו ניצן די שכל.

איך זעה נאך נישט ווי אונז זענען מחולק. איר ווייסט אז איך האב גרויס רעספעקט פאר אייך; איז פארשטיי איך נישט פארוואס איר זענט אויף געברויזט; און פארשטיי זיכער נישט ר' שלום88 וואס האט זיכער אריין געלערענט אין מיינע ווערטער וואס כ'האב נישט געשריבען.

איך פראביר צו שרייבען קלארע דיבורים; וואס פינקטליך איז מען דא מחולק מיט מיר? האלט איינער טאקע אז עס איז גוט צו גיין אין CUNY, SUNY, אדער א אנדערע קאלידז?

האלט איך דען אז עס איז נישט דא קיין חכמים ביי גוים? נישט דאס איז דער מדובר. איז דען דער שמועס צו האבען א קינד וואס איז דער נעקסטע איינשטיין.

און ביי-דע-וועי, איינשטיין איז געווען משוקע בתאוה ווי אריסטוטל פאר אים. נישט אזעליכע קינדער ווילען מיר.
לעצט פאראכטן דורך SPUSMN אום פרייטאג דעצמבער 01, 2017 1:18 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

ע.ב
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 26, 2017 11:40 am

תגובהדורך ע.ב » פרייטאג דעצמבער 01, 2017 1:17 pm

יואב בן צרויה האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן:א חשובע משפיע היינטיגע צייטען וואס איז יארען געווען אין די IT ליין; ווען א היימישע האט אים געפרעגט צו מסביר זיין א IT קאנסעפט, פלעגט ער ענטפערען אז "עס איז נישט א תוספת". געמיינט צו זאגען אז עס איז גארנישט קיין גרויס חכמה צו פארשטיין, און נישט שווער צו לערענען ווי א תוספת; און אויב די קענסט לערענען תוספת, איז דאס פאר דיר ממש א שפילעכעל.

יא, רבותי; דער וואס קען אפלערענען א תוספת על בוריו, דער איז א חכם; אין קאלידז וועסטו דאס נישט האבען. אויס שארפען דאס קאפ טוהט מען אין בית המדרש; אין קאלידז איז מען מטמטם את המוח.


חכמה בגוים תאמין. איך ווייס נישט ווער דער משפיע איז, אבער איך בין ווייט נישט איבערצייגט אז ער האט געמיינט דאס וואס דו זאגסט ער האט געמיינט.

אוועקמאכן אן קיינמאל האבן די עקספיריענס פון לערנען און דארפן קענען די זאכן ישר והפוך איז זייער גרינג. פערזענליך איז מיר גרינגער צו לערנען א בלאט גמרא בעיון גמור ווי עס איז מיר צו לערנען קאלקולעס, פיינענסאון אנדערע ׳לימודי חול׳.

די לימודים זענען בכלל נישט דומה און דאס איז וואס דער משפיע האט געמיינט. אסאך מאל קען א ישיבה בחור וואס לערנט די זאכן אנהייבן צו דרייען און אריינקריכן און דאן דערזעהט ער זיך מיט גארנישט אין די ענדע, פשוט ווייל ער האט נישט געלערנט די זאכן די ריכטיגע וועג.

דאס מיינט נישט אז א קלוגער גוי וואלט געהאט א גרינגער פעלד מיט א תוס׳ (הגם איך גלייב שווער אז א יוגענטליכער וואס קען באקומען א 700 sat צייכן אויף די math חלק וואלט געהאט א שווערע פעלד), אבער דאס מאכט אים פונקט אזוי נישט פאר א נישט חכם. די זענען אנדערע לימודים ולא קרבו זה אצל זה מעולם און דער קען דעיס און דער קען דעיס.

איך וויל שרייבן מער, איך האב מער צו שרייבן, די בלוט קאכט מיר אויף אסאך בת היענה און אומוויסנדיגקייטן די לעצטע פאר בלעטער דא, אבער ווי איך פארשטיי בין איך סייווי א דעת יחידאה אין די ענין - עכ״פ דאהי. סאו, כך אקבל שכר על הפרישה, אבער נישט פארגעסן אז די ערשטע מצוה אין די תורה איז צו ניצן די שכל.

most bucherim out of yeshiva can learn most type of jobs much faster then an average boy in public school (not talking if he doesn't know English

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12252
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » פרייטאג דעצמבער 01, 2017 1:22 pm

ריכטיג; איך געדענק אז אין די מ"ם יארען ווען טויזענטער אינגעלייט אין בארא פארק און לעיקוואד האבען זיך געלערענט קאמפיוטער פראגרעמינג (דריי חדשים א גאנצע טאג, אדער 6 חדשים נאר ביי נאכט און זינטיגס), האט מען געזאגט אז די קאמפעניס הייערען דוקא אינגעלייט (אן קיין דיפלאמעס) וואס קומען פון בית המדרש און האבען אויס געשארפטע קעפ.

עס איז געווען יענע צייטען א געוואלדיגע קידוש השם צו זעהן פון ווי קומען קלוגע מענטשען. נישט פון די קאלידזעס, נאר פון בית המדרש.
לעצט פאראכטן דורך SPUSMN אום פרייטאג דעצמבער 01, 2017 1:25 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1381
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

תגובהדורך גאלדענע פעדער » פרייטאג דעצמבער 01, 2017 1:23 pm

כבוד הרב SPUSMN, האלט אייך שטארק! איר האט זייער גוט געזאגט און זייער גוט געשריבן!


מען האט שוין הינדערט מאל געזאגט דא, אז ווען מען רעדט פון קאלידזש, רעדט מען נישט פון די היימישע קאלעדזש'ס ווי למשל Cope וואס מען קען רוב זאכן (וואס זענען אויסגעהאלטן) זיך דארט לערנען.


און די @יואב בן צריה, שר צבא. זאלסט מיר מוחל, קיינער זאגט נישט אז ס'איז נישט דא גאר אסאך חכמה ביי די גיום אוודאי אז יא ווי חז''ל לערנען אונז קלאר אז חכמה בגוים תאמין.


אבער די זאלסט מיר מוחל זיין! ס'האט מיר אליינס געזאגט איינע פון די גאר גרויסע קאמפעניס וואס איך האנדעל מיט. אז די גרעסטע און קלוגסטע מענטשען וועם ס'פאלן ביי די בעסטע און קלוגסטע געדאנקען זענען די אויסגעשארפטע תלמיד (גמרא) קעפ.
לעצט פאראכטן דורך גאלדענע פעדער אום פרייטאג דעצמבער 01, 2017 1:24 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
מפתחות של זהב
א חסידישע יונגערמאן אן לערנען חסידישע ספרים? זעה דא

ווערעצקי
שר חמש מאות
תגובות: 733
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

תגובהדורך ווערעצקי » פרייטאג דעצמבער 01, 2017 1:24 pm

געדענק מיר ביי די טעסט פאר די "דרייווערס פערמיט", ווי די אידן פלעגן קומען און פערטיגן ביז געציילטע מינוטען, און די "שלא עשני'ס" פלעגן זיצן און קייען די אירעסער פון די פענסיל, זיך צו דערמאנן די ענטפערס.
אזוי אויך ביי די 5 שעה'איגע קלאס, (איך בין געגאנגען געהעריג, נישט סתם גענומען א צעטל ביי ....), האט מיין לערער געדרש'נט 2 שעה, און דערנאך געפרעגט שכל'דיגע שאלות, און נאר די אנ"ש האבן געקענט ענטפערן, ביז ער האט אונז געבעטן זיך נישט אנצורופן כדי צו געבן א געלעגנהייט פאר די אנדערע אויכעט.

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלף
תגובות: 1965
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

ס'איז צרות

תגובהדורך שטאלצער יוד » דינסטאג דעצמבער 05, 2017 11:35 pm

ALBANY -

New York state is about to begin closely monitoring its broad network of nonpublic schools under an as—yet undefined list of guidelines that will likely include regular inspections and a regimen of testing on par with their public school counterparts.

News of the guidelines, which will be clarified in the coming weeks, was announced by Education Commissioner MaryEllen Elia at an annual conference held Monday for representatives of New York’s nearly 1,800 independent and religious schools.

Rabbi Chaim Dovid Zwiebel, the executive vice president of Agudath Israel of America who attended the forum at the Marriott in Albany, told Hamodia Tuesday that Elia was nonspecific in her public remarks but he was looking forward to hearing what the guidelines entailed.The announcement comes as New York City is preparing to issue a report on the state of secular education in dozens of yeshivos in Brooklyn.

Elia told several hundred people at the New York State Coalition of Independent and Religious Schools conference that school district heads would be informed that they have the legal obligation to ensure that nonpublic schools are giving an education that is “substantially equivalent to that provided in the public schools.”

“We will be sharing the updated guidance … soon,” Elia said. “Superintendents, she added, “have the responsibility to visit and know that the nonpublic schools are, in fact, delivering an equivalent education.”

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20310
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך דעצמבער 06, 2017 9:12 am

גאלדענע פעדער האט געשריבן:כבוד הרב SPUSMN, האלט אייך שטארק! איר האט זייער גוט געזאגט און זייער גוט געשריבן!
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

פרידן
שר האלף
תגובות: 1860
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » מיטוואך דעצמבער 06, 2017 9:25 am

חכמה בגוים תאמין
אז עס איז דא חכמה ביי גוים זאלסטו גלייבן, אין נישט גיין זיך אליינס איבערצייגן

אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3257
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

תגובהדורך יואב בן צרויה » מיטוואך דעצמבער 06, 2017 9:34 am

האומר אחטא, ואשוב אחטא, ואשוב אין, מספיקין בידו לעשות תשובה.

o-h?e

פרידן
שר האלף
תגובות: 1860
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » מיטוואך דעצמבער 06, 2017 9:42 am

יואב בן צרויה האט געשריבן:האומר אחטא, ואשוב אחטא, ואשוב אין, מספיקין בידו לעשות תשובה.

o-h?e

:lol: :lol:
אבער איז האב נישט געטוישט קיין קאמענס אין מיין תורה'לע, פלען געטיישט וואס שטייט מיטן פירוש ע"ט

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1381
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

תגובהדורך גאלדענע פעדער » מיטוואך דעצמבער 06, 2017 10:45 pm

פרידן טייערע, ווער איז דאס פירש ע׳ט?
מפתחות של זהב
א חסידישע יונגערמאן אן לערנען חסידישע ספרים? זעה דא

פרידן
שר האלף
תגובות: 1860
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » מיטוואך דעצמבער 06, 2017 11:47 pm

פירוש עברי טייטש

נכד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 429
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 20, 2014 1:25 am

תגובהדורך נכד » זונטאג דעצמבער 10, 2017 4:57 pm

ווי ארויסגעברענגט ביי די כא כסלו דינער׳ס. אז אויסער די געפערליכע קאפ דריי וואס ליגט אונטער דעם איז דאס שווערע טויזנטער דאללער וואס די זעלבע חברה ״רויבן״ אוועק פון אלע עלטערן!!

גרויסע-גדולה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 312
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 02, 2017 12:55 pm

תגובהדורך גרויסע-גדולה » מאנטאג דעצמבער 11, 2017 12:14 am

נכד האט געשריבן:ווי ארויסגעברענגט ביי די כא כסלו דינער׳ס. אז אויסער די געפערליכע קאפ דריי וואס ליגט אונטער דעם איז דאס שווערע טויזנטער דאללער וואס די זעלבע חברה ״רויבן״ אוועק פון אלע עלטערן!!

וואס הייסט? זיי מסביר ביטע ;
וואס איז געווארן ארויסגעברענגט כ''א כסלו וועגן דעם ענין?
וויאזוי רויבן זיי געלט?

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מאנטאג דעצמבער 11, 2017 1:05 pm

ההעעםם. כ'ווייס נישט צו איך וואלט דא עפעס געענטפערט...

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4657
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » מאנטאג דעצמבער 11, 2017 2:55 pm

מיט געציילטע וואכן צוריק איז אראפגעקומען א דעלעגאציע פון שטאטישע באמטע אין די מיידל שולע פון אונזער טאכטער, זיי זענען געווען זייער צופרידן.

די מיידלעך לערנען און קענען פיל בעסער ווי זייער גלייכנס אין פובליק סקול'ס, סיי רעדן און שרייבן ענגליש, הויך מעטה, סייענס, ביאולגיה, גיאגרופיה, וכו' וכו'. ס'איז פלאי פלאים וואס זיי ווייסן אלס, פארשטייט זיך אז צוליב דעם דארפן זיי סטודיען גאר אסאך שעות אינדערהיים.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

בסתר המדריגה
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 23, 2017 11:49 pm

תגובהדורך בסתר המדריגה » מאנטאג דעצמבער 11, 2017 3:37 pm

SPUSMN האט געשריבן:
קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן:אז איינער מוז קענען ענגליש, זאל ער לערנען ענגליש; אז איינער מוז קענען א פאך, זאל ער זיך לערנען א פאך; אבער צו וואס דארף מען פאר דעם גיין אין קאלידז?

נישט אריינצוגיין אין די הלכה און השקפה חלק איז די פאכען וואס מען מוז האבען קאלידזש
קיין איין היימישע אינגערמאן גייט נישט אריינגיין אין קאלידזש און פארברענגען צייט און געלט לשם קאלידזש

צו ווערען א קאמפיוטער עקספערט, מוז מען פאר דעם גיין אין קאלידז, אדער דארף מען האבען דער קאפ און זיץ פלייש דערצו?

עס איז דא פאך שולע'ס (וואס טייל טראגען נאר דער נאמען קאלידז) ווי:
SYRIT
Cope Institute
Touro College

טייל קאמפיוטער עקספערטען זענען דארטען געווען נישט מער ווי א פאר חדשים, טייל מער, און טייל קיינמאל און זיך אליין געלערענט.

דער נקודה איז אז דער עיקר דארף מען האבען דער קאפ (און זיץ פלייש); דער קאלידז מוז נישט זיין; און אויב שוין יא, מוז עס נישט זיין יארען.
צוגעלייגטע
אל תלך.GIF
אל תלך.GIF (48.78 KiB) געזעהן 1039 מאל

בסתר המדריגה
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 23, 2017 11:49 pm

תגובהדורך בסתר המדריגה » מאנטאג דעצמבער 11, 2017 3:40 pm

[image][/image]
צוגעלייגטע
2.GIF
2.GIF (51.38 KiB) געזעהן 1033 מאל
1.GIF
1.GIF (99.06 KiB) געזעהן 1033 מאל

בסתר המדריגה
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 23, 2017 11:49 pm

תגובהדורך בסתר המדריגה » מאנטאג דעצמבער 11, 2017 3:44 pm

[image][/image]
צוגעלייגטע
Capture.GIF
Capture.GIF (61.52 KiB) געזעהן 1851 מאל


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: בינוני, יציב פתגם, שטיגליץ, שכל טוב און 51 געסט