ראטעוועט מיך פון קנעכטשאפט!

פינאנציעלע הילף און בודזשעטינג

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

היסטאריע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 328
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 10, 2015 5:03 pm

ראטעוועט מיך פון קנעכטשאפט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריע »

עבדים היינו לפרעה במצרים...

העי! מיר האלטן פאר חנוכה, וואו ביסטו מיר דא אריינגעפארן אין די הגדה?

יא, גערעכט, נישט צו פרעה אין מצרים מייניך, נאר מיר זענען נאך היינט קנעכט!

קנעכט? ניין דער האר שטייט נישט מיט'ן קאנטשיק איבערן פלייצע, מען כאפט נישט קיין שמיץ ווען מען אטעמט אביסל פאמעלעך אינמיטן די ארבייט, אבער מיר זענען קנעכט! פשוטו כמשמעו, קנעכט!

איך בין א יונגערמאנטשיק קוים זיך ארויסגעשלייכט פון כולל, נישט דערהייבנדיג דעם פרעשער פון די הוצאות. עס איז געקומען דער זמן פון "מתי אעשה גם אנכי לביתי", מען דארף זיך שאפן א פרנסה, און אפשר נאך אוועקלייגן עטליכע דאלער, והנה בחלומי אז נאך א דריי פיר יאר וועל איך מיר האבן האבן אנגעזאמעלט א פאר דאלער פאר א דאונפעימענט צו קויפן א דאך איבער'ן קאפ.

יגעתי ומצאתי, איך האב ב"ה געטראפן א פיינעם ארבייט, א פיינער בעל הבית, ער שמייסט נישט מיט קיין ריט. א פעטן געהאלט פון 800 דאלער א וואך, מיט אן הבטחה אז יעדעס יאר וועט דער וועכנטליכער געהאלט זיך הייבן מיט צום ווייניגסטנס 150. וואס קען דען בעסער זיין.

פודסטעמפס? נישט בארעכטיגט! סעקשן אכט? נישט בארעכטיגט. מעדיקעיד? נישט בארעכטיגט. נו, מיט בלויז איין קינד, צום גוטן, נישט געפערליך מען שטופט דורך.

דער ערשטער חודש: רענט, לעקטער, געז, גראסערי, פיש, פלייש, קליידונג, מען שטופט דורך, עס בלייבט א קליינער לאך, נישט געפערליך, איך האב דאך דריי קרעדיט קארטליך און איך באקום נאך פוינטס אויכט.

צווייטער חודש: א קליינער לאך, עס איז צוגעקומען אביסל פראצענט פאר'ן קארטל, פונקט האט זיך געמאכט מען האט געדארפט רופן א בעל מלאכה אין שטוב, אופס, דער חודש איז דער לאך שוין אביסל גרעסער, מען דארף זען וואס מען קען טאן דערצו. דריטער, פערטער, פינפטער חודש, אלס מאכט זיך נאך הוצאות, דער לאך ווערט אלס גרעסער און גרעסער און איך ווער שוין באזארגט ווי אזוי מען גיט זיך אן עצה. דערווייל פארט אלעס ווייטער, מען הייבט אן צו בארגן פון בערל און שמערל.

מזל טוב, נולד לי בן זכר, וואו נעמט מען פאר הוצאת פאר'ן שלום זכר? איך קען דאך מיך נישט צו נאר מאכן פאר מיינע חברים, נו הוצאת שבת ויו"ט ווערט דאך נישט גערעכנט, סווייפ דעם קארטל, לוו עלי ואני פורע שרייט צו מיר דער יצר... הרע. וואכנאכט, הו הא, דער שוויגער קומט דאך, מען מוז שוין אויך קויפן דעם טשיינע סעט, ווען דען אויב נישט יעצט. דער טישטוך פאר'ן צווייטן טיש מוז מעטשן, ס'וועט שוין מיטגיין נאך א טישטך, נו, פאר בעל שמחה האט דאך דער ריזשענער געזאגט אז עס גיסט זיך פון הימל השפעות, זאל איך זיין א נאר און שפארן אויפ'ן אייבערשטנ'ס חשבון? חלילה, איך וועל נישט פארלירן מיין בטחון, בפרט ווען דער שוויגער איז דארט... דער מוהל איז דאך א שיינער יוד, איך קען אים נישט געבן א הונדערטער, א שלעפער גיט נאך היינט א הונדערטער (איי, אפשר צאלט ער מיר צו, ער לויפט דאך מיר שוין נאך א וואך...). - - - - - ענדיגט אליינס צו. סך הכל דעם חודש איז שוין געבליבן א לאך פון .....!

נאך א וואך, שטעלט מיך אפ מיין חבר און פרעגט מיך: משה, איך בין געווען ביי דיין וואכנאכט, קענסט מיר זאגן פארוואס דו האסט דיך אזוי צולאזט, דו האסט עפעס געלט דערפאר? דו ביסט ראטשילד?

וואס זאל איך טוהן? יעדער טוט אזוי. איך קען נישט זיין אנדערש. און דו מיינסט מיכל אז מיט דעם האט זיך געענדיגט, איך האב געמוזט קויפן א טייערע קערידזש, קריב, קלייד דאסטערס, פרעג בעסער נישט וואס אלס נאך. און נעבעך זי איז דאך אזוי שוואך, מען מוז פארן קיין אשת חיל מי ימצא אויף צוויי וואכן. און געלט שפילט דאך נישט קיין ראלע, און די שוויגער לייגט צו איר דברי חיזוק ובטחון "דער אייבערשטער וועט העלפן". אבער וואס קען איך דען טאן. זי קען דאך גארנישט זיין אנדערש ווי די אנדערע שוועגערנס, און איך האב נישט גענוג דעם דרייסטקייט צו זאגן דעם אמת אין פנים אז ביי מיר וואקסט נישט קיין געלט אויפ'ן בוים.

איך האב איר שוין אפילו אמאל געזאגט איך געב דיר דעם גאנצן טשעק פונעם געהאלט, און טייל דו עס איין ווי אזוי דו ווילסט, באצאל די רענט גראסער א.ד.ג. און טו מיט די איבריגע וואס דו ווילסט. אבער עס האט נישט געהאלפן.

אזוי זינק איך אריין אין חובות נאך און נאך, און יעדעס מאל ווען איך בארג געלט פון איינעם אן א פלאן פון וואו עס צו באצאלן שפירט איך מיר ווי איינער שרייעט צו מיר: "גנב", אבער איך קען מיך נישט קיין עצה געבן.

הייסט דאס געפירט א אידיש לעבן?

מיינט דאס טאקע אז איך האב נישט דעם ריכטיגן בטחון?

אפשר האט איינער אן עצה פאר מיר? און פאר מיינע חברים וועלכע זענען עמי אנכי בצרה?
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

2:02 AM מיט א דזשאב דאס דארף מען קענען :lol:
800 איז נישט קיין פעטע וועדזש בפרט אן אלע מתנות פין רעגירונג
דיין פראבלעם לויט ווי די שרייבסט הייבט זיך שוין אן פאר די מותרות, דאס מיינט אז די דארפסט האלטן אפען דיין אויגן פאר א בעסערע פאסטן אדער זעהן ווי די קענסט האבן אנדערע זייטיגע הכנסה
מיין עקספיריענס אפאר קאפיטלעך תהלים העלפט אייביג
פלאחותיך
שר חמש מאות
תגובות: 806
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 10, 2014 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאחותיך »

לויט ווי די לייגסט אראפ די מעשה, האט שוין דיין שוויגער אויסגעלערנט פאר דיין שווער ווי אזוי עס צו באווייזן.

נו פרעג דיין שווער וויאזוי מ'טוט עס, זאל דיך אויך אויסלערנען
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך
דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 16, 2015 2:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דברים אלו »

פארמאך די קרעדיט קארטלעך שוין
פלאחותיך
שר חמש מאות
תגובות: 806
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 10, 2014 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאחותיך »

דברים אלו האט געשריבן:פארמאך די קרעדיט קארטלעך שוין

הרב דברים, כאפט נישט קיין הייסע לאקשן, קודם גיי פאר א אמונה ובטחון שיעור צו זיין שוויגער
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך
אוועטאר
tech yid
שר חמש מאות
תגובות: 701
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 03, 2016 7:09 pm
לאקאציע: נישט ביים קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך tech yid »

ווער צאלט מער ווי 800 א וואך פאר א פרישע יונגערמאן?
דיין איינציקסטע עצה איז צו מאכן א עקסטער האוסהאלד פאר די ב״ב מיט די קינדער...
הק׳ טעקעלע
שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2909
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאהן הענניטי »

אז דו שרייבסט עס דא, איז משמע אז דאס איז אויסגעהאלטן. דאן פארוואס טוט דאס נישט יעדער (ליין: איך)?
נעכטיגן טאג
שר מאה
תגובות: 226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 5:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעכטיגן טאג »

פרידן האט געשריבן:2:02 AM מיט א דזשאב דאס דארף מען קענען :lol:

אז מען קען נישט שלאפן נאך אזעלכע חדשים, און די שמחה גיבט נאר צו קאפ-וויי האט ער זיך דא געמוזט אויסגעבן.
גליקליכער
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 19, 2016 2:02 pm
לאקאציע: עיר התורה והחסידות בלומינגבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גליקליכער »

צוויי עצות צו אנהייבן ארויסגיין פון דיין קנעכטשאפט,
קודם הער אויף צו גיסן געלט וואס דו האסט נישט כדי צו געפעלן פאר דיין שוויגער און חברים, דיין שוויגער גייט דיך סייווי נישט אויסלייזן פון דיינע גראבע קרעדיט קארד בילס,
נאכדעם קענסטו קלערן פון זיך אוועקציען צו איינס פון די עפארדעבל געגענטן ווי דיין הארץ ציט דיך דאס מערסטע, שוין דא א גרויסע סעלעקשאן.
געמאכט די החלטה, און ענדליך "ארויס פון די באקס"!
אוועטאר
בארואיגט-אייך
שר האלף
תגובות: 1274
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בארואיגט-אייך »

טייערע אינגערמאן איז זענט נישט אין קנעכשאפט! איר זענט א ספענדער!!!!!!
עס האט גארנישט מיט קנעכשאפט איינגעלייגט. stop צו בלעמען דיין שוויגער, דיין בעל הבית, דער גאווערמענט,
טו וואס מען ברויכט און הייב דיין Value ביי דיין ארבעט'ס פלאצט, וועט קומען א ישועה חוץ מדרך האבע,
#מיין פערסענאל בליק
אסאך מאל דארף זיך א מענטש ווענטילעטען זיין יומידיטי.
בעסער דא אויף מיר, ווי איידער אויף זיין ווייב אונדערהיים
יליד אונגארן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 417
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 24, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יליד אונגארן »

ווי ס'קוקט אויס פון אייער שרייבן איז אייער עיקר פראבלעם אייער שוויגער נישט אייער בני בית, אויב איז עס ריכטיג דאן,

1) לאז דיין שוויגער פייפן !! ח"ו נישט זאגן ניין איך וויל נישט אדער רעדן חוצפה'דיג ווייל דאס וועט באדערן די בני בית, נאר ווי לאנג זי האלט נישט ביים באצאלן וואס זי וויל די זאלסט ספענדן דאן האט עס גארנישט מיט איר אין די דארפסט נישט און זאלסט איר נישט פאלגן, קענסט איר אויסהערן אבער טון זאלסטו ווי די מיט דיין בני בית פארשטייען אין קומען זיך אויס, ס'גייט גארנישט געשען זי גייט סך הכל זיך אויסצולערנען אז דיר טיילט מיט נישט איין וואס צו טון (זי ווייסט דאך דעם אמת אז די האסט עס נישט פון ווי צו באצאלן)

2) 800$ א וואך איז ווייט פון גענוג און בפרט אן די פ.ד. וכדו' ממילא זיי נישט צופרידן דערמיט (נישט די זאלסט ח"ו ווערן צובראכן נאר דאס איז די מציאות) אין זיך עפעס אנדערש שוין

3) אויף ביז דערווייל קענסטו טון אזוי ס'וועט דיר בעז"ה גרינגער מאכן, (יאך מאך נישט קיין גרויסע זאכן אין איך טו אזוי אין ב"ה ס'איז א מחי') נעם דיין $800 א וואך אין מאך ענוועלאופס, פשוטו כמשמעו, רענט, יוטיליטס, גראסערי, פלייש/פיש, 10$ 20$ טאשן געלט א וואך פאר דיר אין דיין ווייב, וכו' וכו', קלאדינג פאר די משפחה (ס'איז א פונקט אזא עקספענס ווי רענט, גראסערי וכדו', ס'איז נישט קיין עקסטרע) אבער פאפ דיך נישט אין רעכן אויס וויפיל די דארפסט באמת, למשל זאג נישט איך דארף נישט קיין טאשן געלט וכודו' ווייל ס'איז נישט אמת, אדער אז די דארפסט נאר 100$ א וואך גראסערי ווען במציאות דארפסטו למשל 150$ א וואך, אין די עיקר טייל עס מיט מיט דיין בני בית זי זאל זען פען אין פעיפער וואס דיין אינקאם איז אין וואס דיין ענקספענסעס זענען וועט זי אי"ה פארשטיין אין זעהן אין מיטארבעטן אין טראכטן פארן ספענדן אין די וועלט אריין, דאונט געט מי ראנג, א פרוי איז א פרוי אין זי וועט נישט סטאפן ספענדן (חוץ אויב זי איז בטבע שרעקליך קארג וואס ס'קוקט נישט אויס אזוי) אין בפרט ווען מ'לעבט אין א סעסייעטי ווי מ'וויל יענם נאכטון (וואס די גייסט נישט טוישן) אבער וועט נישט אזוי שנעל ארויסשלעפן פון דעם רענט ענוועלאופ ווען זי וועט זען ווי במציאות איז יעצט נישט דא קיין געלט פאר די רענט,

אויב גייסטו אויף דעם סיסטעם קומט צו צווי תנאים ס'זאל ארבעטן,
1) סטאפ צו ניצן קרעדיט קארטלעך, חוץ ווען די האסט "קעש" אין די האנט עס צו באצאלן (נישט קיין חשבון פון ווי צו באצאלן...)
2) פראביר נישט צו האלטן די געלט נאר באצאל ביללס ווי גראסערי וכדו' Right away ווען די האסט די געלט דערפאר, לאזן וואקסן ביללס איז געפערליך.

דער אויבעשטער זאל העלפן זאלסט מאכן א באנטש געלט וועסטו שוין אוטאמאטיש אנפייפן דיין שוויגער אין נישט דארפן ניצן מיינע עצות
הצלחה רבה
נעכטיגן טאג
שר מאה
תגובות: 226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 5:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעכטיגן טאג »

יליד אונגארן האט געשריבן:3) אויף ביז דערווייל קענסטו טון אזוי ס'וועט דיר בעז"ה גרינגער מאכן, (יאך מאך נישט קיין גרויסע זאכן אין איך טו אזוי אין ב"ה ס'איז א מחי') נעם דיין $800 א וואך אין מאך ענוועלאופס, פשוטו כמשמעו, רענט, יוטיליטס, גראסערי, פלייש/פיש, 10$ 20$ טאשן געלט א וואך פאר דיר אין דיין ווייב, וכו' וכו', קלאדינג פאר די משפחה (ס'איז א פונקט אזא עקספענס ווי רענט, גראסערי וכדו', ס'איז נישט קיין עקסטרע) אבער פאפ דיך נישט אין רעכן אויס וויפיל די דארפסט באמת, למשל זאג נישט איך דארף נישט קיין טאשן געלט וכודו' ווייל ס'איז נישט אמת, אדער אז די דארפסט נאר 100$ א וואך גראסערי ווען במציאות דארפסטו למשל 150$ א וואך, אין די עיקר טייל עס מיט מיט דיין בני בית זי זאל זען פען אין פעיפער וואס דיין אינקאם איז אין וואס דיין ענקספענסעס זענען וועט זי אי"ה פארשטיין אין זעהן אין מיטארבעטן אין טראכטן פארן ספענדן אין די וועלט אריין, דאונט געט מי ראנג, א פרוי איז א פרוי אין זי וועט נישט סטאפן ספענדן (חוץ אויב זי איז בטבע שרעקליך קארג וואס ס'קוקט נישט אויס אזוי) אין בפרט ווען מ'לעבט אין א סעסייעטי ווי מ'וויל יענם נאכטון (וואס די גייסט נישט טוישן) אבער וועט נישט אזוי שנעל ארויסשלעפן פון דעם רענט ענוועלאופ ווען זי וועט זען ווי במציאות איז יעצט נישט דא קיין געלט פאר די רענט,

אויב גייסטו אויף דעם סיסטעם קומט צו צווי תנאים ס'זאל ארבעטן,
1) סטאפ צו ניצן קרעדיט קארטלעך, חוץ ווען די האסט "קעש" אין די האנט עס צו באצאלן (נישט קיין חשבון פון ווי צו באצאלן...)
2) פראביר נישט צו האלטן די געלט נאר באצאל ביללס ווי גראסערי וכדו' Right away ווען די האסט די געלט דערפאר, לאזן וואקסן ביללס איז געפערליך.

דער אויבעשטער זאל העלפן זאלסט מאכן א באנטש געלט וועסטו שוין אוטאמאטיש אנפייפן דיין שוויגער אין נישט דארפן ניצן מיינע עצות
הצלחה רבה

איך פלעג אויך נוצן די סיסטעם פון די ענוועלאופס, יענע תקופה איז ביי אונז געווען די רוהיגסטע, טראץ וואס מען האט נישט געמאכט קיין סאך געלט, אבער מען איז א יעדן חודש אויסגעקומען מיט אלע הוצאות אהן קיין קאפ-ווייטאג, וויבאלד מען האט שוין אנפאנג חודש אנגעפאנגען אוועק-צו-לייגן

הצלחה רבא
מצלמה
שר האלף
תגובות: 1636
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 25, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצלמה »

איך וויל נישט קריטיקירן, אבער ס'קוקט עפעס אויס ווי מ'האט אביסל צופיל אויסגעגעבן אן א חשבון.

1) רוב מענטשן שיקן נישט די יולדת אין קימפעטארין-היים ביים ערשטן קינד. חוץ אויב מ'קען ממש נישט גיין צו די שוויגער.
2) רוב מענטשן מאכן נישט דעם ערשטן וואך-נאכט אין שטוב. - נאכאמאל חוץ אויב מ'קען נישט ביי די שוויגער. דאס מאכן א וואך נאכט אין שטוב איז א גרויסע עקספענס.
3) א יונגערמאנטשיק וואס צאלט פאר א מוהל מער פון א מאה, איז אויסגעברענגט. ממילא א באלעבאס. א מוהל וואס באליידיגט זיך, TOO BAD.
4) שלום זכר, מאכט מען א שול, פאר א מינימאלע פרייז. אויב ווילסטו געפעלן פאר דיינע חברים... פליז הער אויף צו וויינען דא. און טאקע שוין.

עס קוקט מיר אויס ווי דער שרייבער איז א קנעכט פאר די חברים - לאז ארויס די שוויגער און הער אויף געפעלן דיינע חברים.
יליד אונגארן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 417
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 24, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יליד אונגארן »

מצלמה האט געשריבן:איך וויל נישט קריטיקירן, אבער ס'קוקט עפעס אויס ווי מ'האט אביסל צופיל אויסגעגעבן אן א חשבון.

ס'קען איר זענט גערעכט אבער די מציאות היינט איז אז אינטער 200$ איז Under Paid (גיי ווייס פארוואס ער דארף בכלל באקומען מער ווי 50$ ער פגר'ט דאך צו באקומען דאס מוהלות אבער דאס איז די מציאות) זעה באזונדערע אשכול ערגעץ דא אויף אייוועלט
דניאל בוימענגארטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 457
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 12:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל בוימענגארטן »

יליד אונגארן האט געשריבן:

די שדכנים לויפן מיר נאך פונקט ווי די מוהלים, סאו פארוואס פארן שדכן איז 1500 אונטערגעצאלט (זוך די אשכולות) און פארן מוהל איז מער ווי 50 איבערגעצאלט..?

דער שדכן פגר'ט פארן שידוך פונקט ווי דער מוהל פארן ברית, ביידע דארפן דאס פאר פרנסה, ביידע האבן מער ווייניגער %80 - %90 דורכפעלער ווי נישט די שידוך ווערט און נישט דער אבי הבן נעמט זיי, סאו מאי חזיך דסומק טפי וכו'?
נעכטיגן טאג
שר מאה
תגובות: 226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 5:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעכטיגן טאג »

א שדכן ארבעט אפילו ער פיהרט נישט אויס 'די' שידוך, אבער דער מוהל האט גאארנישט געטוהן אויב באקומעט ער נישט די ברית
דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 16, 2015 2:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דברים אלו »

נארישע צוזאמשטעל א שדכן און א מוהל ולא קרב זה אל זה
יליד אונגארן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 417
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 24, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יליד אונגארן »

דניאל בוימענגארטן האט געשריבן:
יליד אונגארן האט געשריבן:
מצלמה האט געשריבן:איך וויל נישט קריטיקירן, אבער ס'קוקט עפעס אויס ווי מ'האט אביסל צופיל אויסגעגעבן אן א חשבון.

1) רוב מענטשן שיקן נישט די יולדת אין קימפעטארין-היים ביים ערשטן קינד. חוץ אויב מ'קען ממש נישט גיין צו די שוויגער.
2) רוב מענטשן מאכן נישט דעם ערשטן וואך-נאכט אין שטוב. - נאכאמאל חוץ אויב מ'קען נישט ביי די שוויגער. דאס מאכן א וואך נאכט אין שטוב איז א גרויסע עקספענס.
3) א יונגערמאנטשיק וואס צאלט פאר א מוהל מער פון א מאה, איז אויסגעברענגט. ממילא א באלעבאס. א מוהל וואס באליידיגט זיך, TOO BAD.
4) שלום זכר, מאכט מען א שול, פאר א מינימאלע פרייז. אויב ווילסטו געפעלן פאר דיינע חברים... פליז הער אויף צו וויינען דא. און טאקע שוין.

עס קוקט מיר אויס ווי דער שרייבער איז א קנעכט פאר די חברים - לאז ארויס די שוויגער און הער אויף געפעלן דיינע חברים.

ס'קען איר זענט גערעכט אבער די מציאות היינט איז אז אינטער 200$ איז Under Paid (גיי ווייס פארוואס ער דארף בכלל באקומען מער ווי 50$ ער פגר'ט דאך צו באקומען דאס מוהלות אבער דאס איז די מציאות) זעה באזונדערע אשכול ערגעץ דא אויף אייוועלט

די שדכנים לויפן מיר נאך פונקט ווי די מוהלים, סאו פארוואס פארן שדכן איז 1500 אונטערגעצאלט (זוך די אשכולות) און פארן מוהל איז מער ווי 50 איבערגעצאלט..?

דער שדכן פגר'ט פארן שידוך פונקט ווי דער מוהל פארן ברית, ביידע דארפן דאס פאר פרנסה, ביידע האבן מער ווייניגער %80 - %90 דורכפעלער ווי נישט די שידוך ווערט און נישט דער אבי הבן נעמט זיי, סאו מאי חזיך דסומק טפי וכו'?

איך האב נישט געוואלט אריין גיין אין די נושא, ס'איז שוין דא א אשכול ערגעץ ווי פאר דעם, אבער סתם להסביר ס'איז דירעקט נישט אזוי ווי איר זאגט, ס'איז דא כמה מוהלים וואס האבן בעצם פרנסה אבער פראבירן זאל זיין נעפיו אים נישט נעמען אלץ מוהל, משא"כ ביי שדכנות, אין בכלל איז עס אינו דומה, ביי שדכנות ווילסטו דער שדכן זאל דיך נאכלויפן אין די דארפסט צוקומען צום שדכן פונקט ווי ער צו דיר ממילא איז נישט מער ווי נארמאל זאלסט אים באצלן פאר די ארבעט, משא"כ ביי מוהלים כמה מוהלים איכא בשוקא
חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חדשות »

דברים אלו האט געשריבן:נארישע צוזאמשטעל א שדכן און א מוהל ולא קרב זה אל זה

ריכטיג. כרחוק מזרח ממערב.
(נאך קיינמאל נישט געטראפן קייו אבי הבן וואס זיין קינד איז שוין 9 טאג אויב דאס קינד איז געזונט..... 22 יעריגע בחורים קען איך גענוג און נאך. סארא צוזאמשטעל.)
דניאל בוימענגארטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 457
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 12:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל בוימענגארטן »

חדשות האט געשריבן:
דברים אלו האט געשריבן:נארישע צוזאמשטעל א שדכן און א מוהל ולא קרב זה אל זה

ריכטיג. כרחוק מזרח ממערב.
(נאך קיינמאל נישט געטראפן קייו אבי הבן וואס זיין קינד איז שוין 9 טאג אויב דאס קינד איז געזונט..... 22 יעריגע בחורים קען איך גענוג און נאך. סארא צוזאמשטעל.)

אופס, נישט ביי יעדן ארבעט די סארקאזעם קנעפל. ....
שרייב תגובה

צוריק צו “פינאנץ”