א. טראכטער האט געשריבן:לחם לשובע האט געשריבן:פאליטיש גערעדט (נישט השקפת התורה) איז טראמפ הונדערט פראצענט גערעכט, האט נישט קיין שום זין, און עס איז נישטא נאך אזא זאך, אז א לענדל האט א הויפט שטאט, איהר פארלאמענט איז דארט, דאס וואוין ארט פונעם פרעזידענט, פרעמיער מיניסטער, אלע רעגירונג אפיסעס געפינען זיך דארט, און די ווועלט אנערקענט עס נישט, דאס הייסט פשוט געגאנגען קאפ אין וואנט, און דאס איז מער ווייניגער וואס ער האט געזאגט.
איי, די אראבער ימ"ש? זיי האבן שוין פון לאנג געוויזען אז קיין שלום ווילן זיי נישט, נאר שפיכות דמים, רציחות, און שנאת ישראל, און זייט זיי האבן באקומען לעגיטימאציע פון עשיו אייניקלעך אין אייראפע, די אוהבי ישראל מדורי דורות, זענען זיי נאך פול מער פארזיכערט מיט זייער טעראר, טעראר אטאקעס ווערן בכלל נישט פארדאמט, און אויב יא בקול ענות חלושה, ווייל מ'רעדט דאך דא נעבעך פון אזוי גערופענע נרדפים, נעבעך, די אזוי גערופענער פארטנער פאר שלום איז זעלבסט א טערער שטיצער, וואס פארשפרייט פאלשע בלבולים קעגן מדינת ישמעאל, און צאלט געלטער פאר בלוטיגע טעראריסטן ימ"ש, און דא האט זיי טראמפ געוויזען אז מער נישט, נישטא מער קיין מאנקי ביזנעס, ענקער בלוטיגע סטראשערייען וועט ענק גארנישט העלפן.
ווער האט אנערקענט מדינת ישראל פאר א לענדעל?
נישט די UN פאר 70 יאר צוריק?
נו, ממילא?