שטורעם אין אידישע גאס, זענען אונזערע עופות דורס?

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 10, 2017 7:41 pm

תגובה דורך זבחי צדק »

סאכדעס האט געשריבן:סאו כ'אקיינמאל נישט געהערט אז דער אמיתי מח"ס שיחת חולין זאל געבן השגחות אויף עסן. אפשר קען מיר איינער אנצייגן אויף וואס ער געט אן השגחה, און איך וועל בע"ה פרובירן דאס צו עסן.

דאנקע פון פאראויס.

ווייסט איר דען נישט אז ער איז געווען פון גרויסע אנדרייער'ס און שטיצער פארן 'בראקל'....
אוועטאר
גארגארפיק
שר האלף
תגובות: 1732
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 11:48 am
לאקאציע: עה.. איין מינוט... וואס האסטע געפרעגט? אה די ווילסט דווקא וויסן? עה... מאכסט זיכער א ווערטל נו שוין

תגובה דורך גארגארפיק »

נישט גע'חלומ'ט
מודעה משמחת! נינידזשער (סטעיט פאליס) ראוד ספיד לימיט איז 55! שוין יאהרן לאנג....
[email protected]
נישטא וואס
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 10, 2013 2:55 pm

תגובה דורך נישטא וואס »

לחם לשובע האט געשריבן:גוגל דרייוו פליז?

https://drive.google.com/folderview?id= ... ZhL4BKqXhE
רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובה דורך רצון טוב »

געוויסע פארמער'ס זאגן אז ווען הינדלעך האבן מורא אז איינער איז אנגעשטעקט מיט א מחלה,
וועלן זיי זיך ראטעווען דורך יענעם הארגענען.
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובה דורך איטשע »

און עס אויפעסן מיט אפעטיט, בכדי נישט צו ווערן אנשטעקיג - אינטערסאנט.
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובה דורך שמואל בארג »

א שיעור קומט פאר היינט אין ביהמ"ד טשאטה דורכן רב שליט"א (געווענליך ביי אזאלכע שערוריות איז ער פון די רבנים, וואס פרובירן צו פארענטפערן די ביז איצטיגע מהלך, אז ס'זאל אויסהאלטן ע"פ דינא, אין אנדערע ווערטער סטאטוס קווא).
אטעטשמענטס
1.png
1.png (89.99 KiB) געזען 2898 מאל
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובה דורך סידיראם »

וואס איז די תוכן השיעור געווען? זיך אנגענומען פאר וועלכע עוף? וועלכע עוף געפסל'ט?
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובה דורך סידיראם »

עס טוט זיך קונטרסים, זה אוסר וזה מתיר, איין זאך האב איך געזעהן אז ליידער זענען די אלע מתירים אויך נישט קלאר אז דאס איז מותר, קוק למשל די תשובה פון הגאון ר' יצחק שטיין שליט"א אין גינת ורדים, אפילו למעשה איז ער מתיר דאס און יענץ, זעהט מען אז ער פלאגט זיך געפערליך דאס מתיר צו זיין, מען זעהט קלאר אז ממש יעדע עוף איז זייער פראבלעמאטיש, צוליב וואס די עופות זענען הונדערט מאל געמישט געווארן און די מסורה איז כמעט ווי פארלוירן געגאנגען, עיין היטב בדברי המתירים.

יעצט האב איך געקויפט א קונטרס אין געשעפט, קונטרס "העוף" בהלכה ובמציאות, ממש יעצט ארויסגעקומען) ארויסגעגעבן דורך א אינגערמאן א תלמיד חכם בוכ....ער פון וויליאמסבורג, א זעלטן שיינע ארבעט מיט אן אויסטערלישע קלארקייט, ער שרייט אויכעט אז אלע טשיקענס זענען טריפה, בפרט די קארניש, חוץ די לעגהארן! ער טענה'ט אז הגם די לעגהארן קען אויך זיין מבני התערובות, קען מען זיך אויף דעים פארלאזן אויף גרויסע פוסקים וואס האלטן, אז אויב די עוף "קוקט אויס דומה" צו די כשר'ע עוף, דאן ווערט דאס פאררעכנט ווי כשר, ממילא טענה'ט ער אז לעגהארן איז דומה צו די אמאליגע עופות ממילא איז דאס כשר.

ער רייסט שטארק אראפ בארעד ראק, אז מען האט דאס אמאל נישט געגעסן, ממילא איז די מסורה דערפון שוואך, קארניש איז לויט אים געהעריג טריפה, צוליב די אייער דערפון וואס איז כד כד אדער חד חד (א סימן כשר איז נאר כד וחד, ד.ה. אז די אייער איז למשל ברייט אויף איין זייט און שפיציג אויף די אנדערע, נישט ממש די זעלבע).

די פראבלעים וואס ער טענה'ט מיט די לעג הארן, איז אז די פלייש איז הארט און עס האט נישט די טעם ווי די אנדערע, אויף דעים האט ער א גאנצע מהלך וויאזוי מען זאל אריינלייגן אין די זשינס פון די לעגהארן, אויך פון די בארעד ראק, אזוי קען מען זיך פארלאזן אויף דעים און אויף יענעם און אויף דעים דריטן פוסק, און אויף דעים פערטן מפרש, אז מען מעג דאס עסן, ממילא וועט מען האבן סיי א כשר'ע און סיי א פעטע'דיגע עוף.

אין די הסכמה שרייבט דארט די סקווירא דיין, אז המדקדק במצוות זאל זיך אפהאלטן פון עסן די טשיקענס לעת עתה, מען זאל דערווייל נאר עסן טורקי, וואס כבר נתפשט היתרו בכלל ישראל, און ביי דעים איז נישטא קיין אנדערע חששות פון געמישאכטס וכדומה.
לעצט פארראכטן דורך סידיראם אום פרייטאג יאנואר 26, 2018 11:51 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
ווערעצקי
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

תגובה דורך ווערעצקי »

כ'בין נישט קיין גרויסע קענער, בפרט ביי ענינים וואסיך האנישט געלערנט, אבער ס'קוקט עפעס אויס ווי ווען מ'רעדט פון "קארניש" אדער "ראק" וכו' וכו', איז עס תיכף אסור, ווייל ס'דא ספיקות און חששות, און מ'קען זיך נישט פארלאזן אויף קיין שום היתירים. - משא"כ ביי די "לעגהארן" קען מען זיך יא פארלאזן אויף א היתר אז "ס'קוקט אויס דומה".
ילמדנו רבינו, פארוואס איז די דוחק'דיגע היתר בעסער ווי די אנדערע דוחק'דיגע היתירים?
ועוד, די לעגהארן "קוקט אויס דומה" צו די כשר'ע עוף, אלזא וואו איז ער שוין דער כשר'ער עוף וואס קיינער קען עס נישט טרעפן?
ותו, דער "אוסר" גיבט פארשידענע עצות וויאזוי צו מאכן מ'זאל קענען עסן די לעגהארן, און דארט פארלאזט ער זיך יא אויף פארשידענע צירופים להתיר, מאי האי?
זייט מתפלל אז נחמי' צבי בן דינה זאל באפרייט ווערן פון תפיסה בקרוב.
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובה דורך שמואל בארג »

סידיראם האט געשריבן:עס טוט זיך קונטרסים, זה אוסר וזה מתיר, איין זאך האב איך געזעהן אז ליידער זענען די אלע מתירים אויך נישט קלאר אז דאס איז מותר, קוק למשל די תשובה פון הגאון ר' יצחק שטיין שליט"א אין גינת ורדים, אפילו למעשה איז ער מתיר דאס און יענץ, זעהט מען אז ער פלאגט זיך געפערליך דאס מתיר צו זיין, מען זעהט קלאר אז ממש יעדע עוף איז זייער פראבלעמאטיש, צוליב וואס די עופות זענען הונדערט מאל געמישט געווארן און די מסורה איז כמעט ווי פארלוירן געגאנגען, עיין היטב בדברי המתירים.

הגאון ר' יצחק שטיין שליט"א מאכט דאס בכלל נישט אזוי קאמפליצירט, ער שטעלט אראפ א הערליכע ליקוט - כדרכו - פון ראשונים און ספרי שו"ת האחרונים, אז די סטעיטמענט "ס'האט נישט מסורה" איז בכלל נישט אזוי שרעקעדיג ווען א הינדל איז דומה קצת צו די ביז איצטיגע, פארשטייט זיך אויב האט דאס נישט קיין סימני טריפה, כשיטת הרמב"י דלא כשי' רש"י בסוגי' דתרנגולתא דאגמא.

אגב, הער איך אז ס'איז דא א שטארקע הסכמה פון הגאון הגדול ר' משה זאב זארגער שליט"א אויף די קונטרס פון הרב בוכינגער האוסר.
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובה דורך סידיראם »

שמואל בארג האט געשריבן:

די ליקוט וואס הגאון ר' יצחק שטיין שליט"א שטעלט אראפ איז טאקע הערליך כדרכו, אבער זיין היתר איז גארנישט אזוי הערליך אפילו לשיטתו, ער אליין האלט דארט אז לויט כמה וכמה גדולי הפוסקים איז אונזערע עופות טריפה, ער פרובירט נאר צו מתיר זיין לויט טייל פוסקים, אבער כמבואר בקונטרס "העוף" פון הרב בוכינגער (אגב א אינגערמאן א זעלטנהייט פון א תלמיד חכם, שוין געענדיגט אלס בחור ש"ס), איז נישט אזוי פשוט זיין היתר אפילו לויט די טייל פוסקים.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובה דורך סידיראם »

ווערעצקי האט געשריבן:כ'בין נישט קיין גרויסע קענער, בפרט ביי ענינים וואסיך האנישט געלערנט, אבער ס'קוקט עפעס אויס ווי ווען מ'רעדט פון "קארניש" אדער "ראק" וכו' וכו', איז עס תיכף אסור, ווייל ס'דא ספיקות און חששות, און מ'קען זיך נישט פארלאזן אויף קיין שום היתירים. - משא"כ ביי די "לעגהארן" קען מען זיך יא פארלאזן אויף א היתר אז "ס'קוקט אויס דומה".
ילמדנו רבינו, פארוואס איז די דוחק'דיגע היתר בעסער ווי די אנדערע דוחק'דיגע היתירים?
ועוד, די לעגהארן "קוקט אויס דומה" צו די כשר'ע עוף, אלזא וואו איז ער שוין דער כשר'ער עוף וואס קיינער קען עס נישט טרעפן?
ותו, דער "אוסר" גיבט פארשידענע עצות וויאזוי צו מאכן מ'זאל קענען עסן די לעגהארן, און דארט פארלאזט ער זיך יא אויף פארשידענע צירופים להתיר, מאי האי?

ווען די וואלסט געווען א שטיקל קענער, וואלסטו נישט געהאט די קשיות.

דער קונטרס העוף טענה'ט אז קארנישט איז ממש טריפה, סיי צוליב וואס עס איז דורס (קוק די ווידיאו, דאס איז די עוף וואס אונז עסן מיר א געהעריגע דורס), סיי צוליב וואס די אייער איז כד כד וואס איז א געהעריגע סימן טריפה, סיי צוליב וואס עס האט נישט קיין מסורה, עס איז גאר אנדערש ווי די עוף וואס ווערט אויסגעשמועסט אין די אמאליגע תשובות פון די גדולי הפוסקים.

משא"כ לעגהוירן, וואס האט אויך געזינטע חששות, האט אבער א שטארקע צד להיתר צוליב וואס גדולי הפוסקים, ואתם רבינו החתם סופר האלטן אז אויב עס איז "דומה בצורתו" צו א כשר'ע עוף איז דאס מותר, און די אמאליגע עופות וואס מען טרעפט אין די תשובות, ווערט דאס אויסגעפיקטשערט אלס אזא עוף ווי לעגהוירן.

די עצות וואס ער גיט כדי מען זאל קענען עסן די לעגהוירן, צו טוישן די זשינס וכו', פארלאזט ער זיך טאקע אויף פארשידענע צירופים להתיר, נו מאי האי? מען זיכט דאך טאקע מתיר צו זיין נישט צו אסר'ן, די פראבלעים איז אז ביי קארניש, איז נישטא קיין איין נערמאלע היתר מתיר צו זיין ווי אויבנדערמאנט, און אפילו די מתירים זענען אויך מסכים אז די היתר איז בכלל נישט פשוט.

עס שווער אוועקצושטיין פון א שטיקל פלייש. הא? וואס קען מען טוהן, פאר ווער עס וויל זיך נישט נארן, זעהט אז די מצב איז איום ונורא, אדרבה קוק דורך די תשובות לאורכה, איך האב דא שוין אויסגעשמועסט עטליכע נקודות.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
אוועטאר
תן חיוך
שר חמש מאות
תגובות: 794
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 19, 2017 11:54 am
לאקאציע: צפת

תגובה דורך תן חיוך »

איז דא רבנים וואס האבן געאסרט צו עסן טשיקנס?
(איך פרעג ווייל איך ווייס נישט)
הכל לטובה!
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובה דורך סידיראם »

קיינער האט נישט געאסר'ט למעשה, וויבאלד א עכטע ערנסטע מורה הוראה וועט וויסן אז פונקט ווי מען איז נישט מתיר אזוי שנעל, אסר'ט מען נישט אזוי שנעל... עס איז בכלל נישט קיין דבר פשוט צו אסר'ן.

למעשה, איז דא רבנים וואס זאגן קלאר אז לעת עתה זאל מען זיך דערווייל אפהאלטן פון צו עסן טשיקענס "בכלל", אזוי האלטן עטליכע גרויסע רבנים, ביניהם דומ"ץ סקווירא (איך פארגעס אלעמאל זיין נאמען) וואס שרייבט אין די הסכמה אז מען זאל דערווייל נאר עסן טורקי'ס, ענליך שרייבט הגאון ר' משה זאב זארגער אז ביז מען זעצט זיך נישט צוזאם זאל מען זיך אפהאלטן פון עסן.

אין אנדערע ווערטער, פילע רבנים "שרייבן אז דאס איז אסור" אבער זיי פירן נישט אויס די ווערטער "למעשה איז אסור צו עסן", אבער ווער עס וויל נישט זיין בלינד, זעהט אז די זאך איז בכלל נישט פשוט, עס האט גארנישט צו טוהן מיט עקסטרעמיזם, די לייכסטע רבנים שרייען דא אז דאס איז געפערליך.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
אוועטאר
תן חיוך
שר חמש מאות
תגובות: 794
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 19, 2017 11:54 am
לאקאציע: צפת

תגובה דורך תן חיוך »

יש״כ פארן אויסקלארן.
הכל לטובה!
אוועטאר
צהלה ושמחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 472
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 11, 2017 5:22 pm

תגובה דורך צהלה ושמחה »

גלייב נישט אלעס וואס דו הערסט, עס וועט דיר נאך ח"ו ברענגן צו אפיקרסוס ממש, דאס איז אלעמאל געווען די דרך פון ייצר הרע, כסדר אויפצוקומען מיט ססקאנדאלען און סענזאציעס אז יעדער איז קאראפטירט, מען איז נישט גענוג פרום, און ח"ו די תורה גייט אינטער, און נאכדעם וואס ער האט שוין קאנוויסט א מענטש אז די וועלט און די רבנים ודיינים טויגן נישט, איז עס שוין א קאצען שפרינג יענעם צו ברענגן צו כפירה בכל התורה כילו, דאס איז די מהלך פון אלע רשעים בכל הדורות כסדר צו זיכען שלעכטץ אין אלץ און אלאמען.

און די אלע קונטריסם אז די עופות טויגען נישט, אויף די אלע אידן איז א שאד אז זיי האבן געלערענט תורה, בעסער ווען זיי גייען ווען צו בי ענד עיטש, אויב זיי האבן א פראבלעם מיט די עופות זאלן זיי עס איבערשמועסן מיט אלע רבנים וואס האבן ארויס געגעבן די היתר, זיי קענענן רעדן מיט בדי"צ העדה החרידת, ביד"צ סאטמאר וומסב"ג, ביד"צ סאטמאר קר"י, ביד"צ סקוויר"א, הרב משולם פאלאטשעק, הרב הלל וויינבערגער, אא"וו מיט אלע רבנים וואס האבן אדורך געטיען די נושא און צוגעקימען לידי היתר, דאס פרינטען קונטריסם פאר די גאס לאיסור איז ניטאמאל ווערט די פאפיר, עס איז מסתבר אז די אלע קונטריסם זענענן ניטאמאל קיין שמות נאר גלייך אריין אין מיסט.
א איד דארף פרייליך זיין, נאר פרייליך זיין.
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובה דורך סידיראם »

צהלה ושמחה האט געשריבן:
און די אלע קונטריסם אז די עופות טויגען נישט, אויף די אלע אידן איז א שאד אז זיי האבן געלערענט תורה, בעסער ווען זיי גייען ווען צו בי ענד עיטש, אויב זיי האבן א פראבלעם מיט דיעופות זאלן זיי עס איבערשמועסן מיט אלע רבנים וואס האבן ארויס געגעבן די היתר, זיי קענענן רעדן מיט בדי"צ העדה החרידת, ביד"צ סאטמאר וומסב"ג, ביד"צ סאטמאר קר"י, ביד"צ סקוויר"א, הרב משולם פאלאטשעק, הרב הלל וויינבערגער, אא"וו מיט אלע רבנים וואס האבן אדורך געטיען די נושא און צוגעקימען לידי היתר, דאס פרינטען קונטריסם פאר די גאס לאיסור איז ניטאמאל ווערט די פאפיר, עס איז מסתבר אז די אלע קונטריסם זענענן ניטאמאל קיין שמות נאר גלייך אריין אין מיסט.

צהלה, זעהט אויס אז די האסט די זעלבע מיינונג ווי טשאטה רב שליט"א, דהיינו גיי נישט קעגן די שטאטוסקווא... לאז געמאך... מען האט דאס געגעסן, מען וועט דאס ווייטער עסן... פארדריי מיך נישט מיט קיין פאקטן... די רבנים האוסרים קענען נישט קיין לערנען.... זיי זוכן סתם ארויסצוקומען קעגן די רבי זכרונה לברכה... גייט'ס צו בי ענד עיזש... רחמנא ליצלן אזוי צו רעדן.

עס איז נישט דא קיין איין נערמאלע בירור וואס קומט צו מיט א פשטות להיתר!!! קיין איינס!!! אלה מתירים (חוץ טשאטע רב שליט"א וואס האלט אז די נושא איז פשוט קעגן די רבי זכרונו לברכה וויבאלד ער האט געגעסן די פלייש, הגם די מציאות איז נישט אזוי, די פלייש האט זיך שוין הונדערט מאל געטוישט זייט דעמאלס), אלע מתירים חוץ אים, האלטן אז עס איז "נישט" מותר לכל הדעות, זיי זענען עס מתיר אדער ווייל עס איז נאר א ספק טריפה, און נאך אזעלכע סארט היתרים, וואס זיי אליינס ברענגען ארויס אז לויט כמה גדולי הפוסקים איז די היתר נישט פשוט.

א בריוו? אפשר ביי דיר מיינט עס עפעס, די וועלט איז שוין היינט קלוגער, אונז זעמיר שוין "אימיונט" צו בריוון אן קיין בירורים.

וועלכע רבנים שיקסטו צו בי ענד עיזש? רבי שלום אונגאר פון סקווירא? רבי ישראל דוד הארפענעס? רבי משה זאב זארגער? רבי אהרן זילבערשטיין? און נאך פילע? בי ענד עיזש האט נישט קיין פלאץ פאר אזויפיל, סארא חוצפה און העזה
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
אוועטאר
תן חיוך
שר חמש מאות
תגובות: 794
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 19, 2017 11:54 am
לאקאציע: צפת

תגובה דורך תן חיוך »

איז אמת אז מהרז״ל פילאפף האלט אז עס איז אסור?
הכל לטובה!
באקסער בוים
שר האלף
תגובות: 1857
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:41 pm

תגובה דורך באקסער בוים »

ביטע נידערן די טענער דא..

הרב צהלה האט א שטארקע פוינט אז למעשה רוב בתי דינים דאהי האבן מתיר געווען צו עסן לכתחילה, און אויב הגרמז"ז שרייבט אז מ'זאל זיך אפהאלטן ביז מ'זעצט זיך צוזאם, הא מען שוין למעשה זיך צוזאם געזעצט און ארויסגעגעבן בריוון להיתר.

אבער ס'מיינט נאך נישט אז מ'דארף די אלע מערערים אדער אוסרים שיקן צו B&H, יעדער ת"ח האט א רעכט ארויסצוגעבן זיינע בירורים און חידושים און זיכער אז כה"ג איז דא א שטארקע מקום להחמיר כהוראת כמה רבנים ות"ח.
-----
הגרזל"פ פון בד"צ סאטמאר ווסב"ג האט נישט אינטערגעשריבן אויפן בריוו וואס איז ארויסגעקומען להיתר.
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
אוועטאר
צהלה ושמחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 472
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 11, 2017 5:22 pm

תגובה דורך צהלה ושמחה »

באקסער בוים האט געשריבן:
תן חיוך האט געשריבן:איז אמת אז מהרז״ל פילאפף האלט אז עס איז אסור?
הגרזל"פ פון בד"צ סאטמאר ווסב"ג האט נישט אינטערגעשריבן אויפן בריוו וואס איז ארויסגעקומען להיתר.

מהרז״ל פילאפף האט נישט קיין פראבלעם פון פחד צו זאגען זיין מיינוג, ער האט נישט געשריבען להתיר ווייל ער האט נישט געוואלט אריינגיין אין די נושא זאגענדיג אז ער האט עס קיינמאל נישט אדורוך געטיען, ווען ער האלט ווען לאיסור וואלט ער עס ווען געזאגט.
א איד דארף פרייליך זיין, נאר פרייליך זיין.
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובה דורך סידיראם »

באקסער בוים האט געשריבן:און אויב הגרמז"ז שרייבט אז מ'זאל זיך אפהאלטן ביז מ'זעצט זיך צוזאם, הא מען שוין למעשה זיך צוזאם געזעצט און ארויסגעגעבן בריוון להיתר.

אבער ס'מיינט נאך נישט אז מ'דארף די אלע מערערים אדער אוסרים שיקן צו B&H, יעדער ת"ח האט א רעכט ארויסצוגעבן זיינע בירורים און חידושים און זיכער אז כה"ג איז דא א שטארקע מקום להחמיר כהוראת כמה רבנים ות"ח.
-----
הגרזל"פ פון בד"צ סאטמאר ווסב"ג האט נישט אינטערגעשריבן אויפן בריוו וואס איז ארויסגעקומען להיתר.

הגאון רבי משה זאב זארגער שמועסט אויך אויס אין זיין בריוו וואס הייסט זיך צוזאמזעצן על פי הלכה, וואס דאס איז נאך דערווייל נישט געשעהן. (עי' ויואל משה נושא רב בענין "צוזאמזעצן" להיתר, מה נקרא צוזאמזעצן ומה לא)
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1880
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

תגובה דורך דונש »

סידיראם האט געשריבן: אזוי האלטן עטליכע גרויסע רבנים, ביניהם דומ"ץ סקווירא [b](איך פארגעס אלעמאל זיין נאמען)[/b] וואס שרייבט אין די הסכמה אז מען זאל דערווייל נאר עסן טורקי'ס,

ר' יוסף ישראל אייזענבערגער שליט"א?
ר' אהרן גאלדמינצער שליט"א?
זוכט איר דוי?
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובה דורך יהיה כן »

תן חיוך האט געשריבן:איז אמת אז מהרז״ל פילאפף האלט אז עס איז אסור?

זיין איידעם איז פון די גרויסע מאכער'ס לאיסור, ואידך פירושא זיל גמור
[עי' ערך בהמה פלייש, שחתן האוסר זצ"ל היה האנדרייער, ואכמ"ל ודו"ק....]
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובה דורך יהיה כן »

וויכטיג ציצילייגן נאך א נקודה
די חשש פון די טשיקנ'ס איז 'נישט קיין נייע'
כלומר עס איז נישט ספעציעל גארנישט געטוישט געווארן אינעם סיסטעם לעצטנס, דאס וואס מען האט געגעסן פאר צוואנציק יאר צוריק עסט מען היינט
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובה דורך סידיראם »

עס איז גראדע יא א נייע, וויבאלד מען האלט אין איין טוישן און מישן די טשיקענס
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
פארשפארט

צוריק צו “כשרות המאכלים”