פייער-סקעיפס - fire escape
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
פייער-סקעיפס - fire escape
וואס איז פשט אז היינט מאכט מען שוין נישט קיין פייער-איסקעיפס ביי די הייזער?
- אטעטשמענטס
-
- index.jpeg (11.68 KiB) געזען 2693 מאל
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2961
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
- לאקאציע: וויליאמסבורג בריק
- ענדע צדיק!
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8114
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
- פארבינד זיך:
אין קר״י איז אלעס האלץ, איז דא א נארמאלע וועג ארויס ביי די ריזיגע נייע בילדינגס?
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
בלאג - מיינע ארכיוון
-
- שר האלף
- תגובות: 1760
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 08, 2015 1:04 am
ישיחנה האט געשריבן:אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:ווייל די היינטיגע בילדינגס האבן צוויי staircases , די אלטע הייזער האבן געהאט נאר איינס, האט עס געמוזט האבען א פייער עסקעיפ אידרויסען.
דאס איז ווען מ'קען ארויס גיין פון די דירה, אבער טאמער ח"ו...מקען נישט אנקומען צו די האל ח"ו וואס טוט מען?
ס'דא צוויי טירן אין יעדע הויז (עפ"ר) פראנט און בעק
ברוקלינער יונגערמאן האט געשריבן:ישיחנה האט געשריבן:אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:ווייל די היינטיגע בילדינגס האבן צוויי staircases , די אלטע הייזער האבן געהאט נאר איינס, האט עס געמוזט האבען א פייער עסקעיפ אידרויסען.
דאס איז ווען מ'קען ארויס גיין פון די דירה, אבער טאמער ח"ו...מקען נישט אנקומען צו די האל ח"ו וואס טוט מען?
ס'דא צוויי טירן אין יעדע הויז (עפ"ר) פראנט און בעק
נישט אין די וויליאמסבורגע הייזער, קיין איין הויז אין אן אפארטמענט בילדינג, האט נישט קיין צוויי טירן.
אויך איז די געיטס ביי די פענסטערס פארמאכט לויט די section 8 פארלאנג...
-
- שר האלף
- תגובות: 1760
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 08, 2015 1:04 am
ישיחנה האט געשריבן:ברוקלינער יונגערמאן האט געשריבן:ישיחנה האט געשריבן:אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:ווייל די היינטיגע בילדינגס האבן צוויי staircases , די אלטע הייזער האבן געהאט נאר איינס, האט עס געמוזט האבען א פייער עסקעיפ אידרויסען.
דאס איז ווען מ'קען ארויס גיין פון די דירה, אבער טאמער ח"ו...מקען נישט אנקומען צו די האל ח"ו וואס טוט מען?
ס'דא צוויי טירן אין יעדע הויז (עפ"ר) פראנט און בעק
נישט אין די וויליאמסבורגע הייזער, קיין איין הויז אין אן אפארטמענט בילדינג, האט נישט קיין צוויי טירן.
אויך איז די געיטס ביי די פענסטערס פארמאכט לויט די section 8 פארלאנג...
אין ניי וויליאמסבורג האבן רוב קאנדא'ס די וואס וואוינען צוויי פער שטאק וכדו' צוויי טירן
אפארטמענט דירות ווייס איך נישט
-
- שר מאה
- תגובות: 128
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 08, 2016 8:10 am
- לאקאציע: כ'ווייס נישט וואו כ'בין כ'ווייס אבער וואו כ'וויל אנקומען
מארמאראש האט געשריבן:בכלל וואלט געווען א וויכטיגע זאך צו אויסלערנען יעדע בילדינג וואס מ'זאל טוהן ווען ח"ו ס'זאל נישט אויסברעכן א פייער. סיי אין די אייגענע דירה, סיי אין א אנדערע דירה.
אין די חדרים מאכט מען א פייער דריל יעדע שטיק צייט וואס מ'זאל טוהן. די זעלבע וואלט מען געמעגט טוהן איבעראל.
די פייער דעפארטמענט רעקאמענדירט טאקע אז מ'זאל האבן אן עסקעיפ פלאן און מאכן דרילס
פון יעצט האט געשריבן:מארמאראש האט געשריבן:בכלל וואלט געווען א וויכטיגע זאך צו אויסלערנען יעדע בילדינג וואס מ'זאל טוהן ווען ח"ו ס'זאל נישט אויסברעכן א פייער. סיי אין די אייגענע דירה, סיי אין א אנדערע דירה.
אין די חדרים מאכט מען א פייער דריל יעדע שטיק צייט וואס מ'זאל טוהן. די זעלבע וואלט מען געמעגט טוהן איבעראל.
די פייער דעפארטמענט רעקאמענדירט טאקע אז מ'זאל האבן אן עסקעיפ פלאן און מאכן דרילס
אולי וואלט איינער זיך מנדב געווען פארן ציבור, ארומגיין צו אלע גרעסערע בנינים אויסצולערנען וואס צו טון, אפשר קען ער מאכן אויך א שטיקל פרנסה דערפון.
פון יעצט האט געשריבן:קענסט אראפלייגן א פלאן וויאזוי צו מאכן געלט דערפון?
מען אדווערטייזט די וויכטיגקייט פון אויסלערנען סעיפטי, דריללס וכדו'.
ס'גייט ארויס א קול אז מ'קען רופן "מר. סעפטי", אויסצולערנען סעיפטי פאר בילדינגס, אדער קען מייעץ זיין יעדע פריוואטע מענטש וויאזוי ער זאל זיך א עצה געבן בכל צרה שלא תבא.
כפומא דעבידתא, לויט די הארעוואניע וואס מ'לייגט אריין באמת צו פארשטיין וואס מ'דארף טוהן, און הארעוואניע אין מארקעטינג די סערוויס, מיין איך אז ס'דא ווי די ברכה קען חל זיין.
פון יעצט האט געשריבן:ס'גלייבצעך מיר נישט אז ס'וועט זיין גענוג מענטשן, וואס וועלן נעמען איינעם וואס זאל אויסלערנען עפעס. נישט קיין חילוק ווי וויכטיג סאיז (וויפיל מענטשן וואס ליינען אינסטראקשענס קענסטו?)
ווען ס'זאל זיין עפעס א רעגירונג פראגראם אדער requirement דאן האט עס א שאנס. כנלע"ד
אולי קען ער זיך אדווערטייזן אז ביי אים קען מן באקומען אלע ערליי פייער סעיפטי אייטעמס, לייטער ארויסצולייגן... פייער עקסטיגנישערס, די בעסטע סמאוק דעטעקטערס, וכו' וכו'.
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4071
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm
ווילסט עכט וויסן פארוואס היינט איז מער נישט דא קיין פייער
עסקעיפס ?
געזעץ נומערא אנאו: ארויסגעקומען אין יארע 1929: אן אלטער בנין מעג האבן א פייער עסקעיפ מיט אפארטמענט עקסעס אין די בעק אויב עס איז דא 30 פיס ביזן לאט ליין
געזעץ נומער 2 :ארויסגעקומען אין יארע 1929: א נייער בנין מוז האבן עקסעס צו די פראנט אדער דורך א פראנט פייער עסקעיפ אדער דורך א דורכגאנאג פונעם יארד צום פראנט
געזעץ נומער 3:ארויסגעקומען אין יארע 1968: אן אלטער בנין מעג מען צולייגן א פייער עסקעיפ א נייער בנין מעג נישט האבן א פייער עסקעיפ נאר אן עקסטיריער סטעיר. עס איז דא א גרויסער חילוק צווישן די צוויי ואכמ׳׳ל. דוגמא שווימערס דירות געבויט בערך 15 יאר צוריק אויף פלאשינג האבן אזעלכע עקסטיריער סטעירס
געזעץ נומער 5:ארויסגעקומען אין יארע 2008: אלטע בנינים וואס גייען דורך רענאוואציעס קענען אסאך מאל פארלירן די אלטע קריטיריע
געזעץ נומער 6: א בילדינג געבויט פון סטיל/קאנקריט ביז 6 שטק ווייניגער ווי 2,000 סק. פיס דארף נישט קיין צוויי ארויסגענג.
דעריבער וועסטו זען אז אלטע בנינים זענען געבויט מיט האלץ און א פייער עסקעיפ זענען נאך פונעם רבינ׳ס געזונטע יארן אדער פריער

- אלעס באשערט
- שר מאה
- תגובות: 136
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 10, 2016 5:06 pm