ספיקות און אויפפאסונגען אין לשה"ק

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:ווען ווערט "ויאמר" געפינטלט מיט א פתח אונטער'ן מ? איך האב געמיינט ביז היינט אז נאר ביי אן אתנחתא און א סוף פסוק, אבער יעצט האב איך געזען אז אינעם פסוק "והנה ה' נצב עליו ויאמַר" איז נישט דא קיין אתנחתא ביי ויאמר. וואס איז דער כלל ביי דעם?

כמיין אז ווען די טראפ איז א מונח סגול איז אויך מיט א פתח ווייל אין געוויסע זין איז א מונח סגול כמעט אזא מפסיק ווי א אתנחתא. כדענק עפעס איינער געזאגט אז א סגול איז דאך 3 נקודות ווייל די טראפ טוט מאכן א דריטע הפסק אינעם פסוק אויזער די געוועליכע אתנחתא און סוף פסוק. קומט אויס אז די פסוק ווערט צוטיילט אין 3.
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

דיינע רייד זעען אויס צו זיין ריכטיג. "וזאת ליהודה ויאמַר" איז אויך אונטער א מנח סגול. (נישט נאכגעקוקט, אבער ווער ווייסט דען נישט?)
וויל זיין גוט
שר האלף
תגובות: 1068
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויל זיין גוט »

הכל בכתב האט געשריבן:
פלאחותיך האט געשריבן:יש"כ פאר די זיינע אינהאלט אשכול, נו אז מ'רעדט שוין יא איז לאמיר הערן וועלעכע וועג איז ריכטיג געשריבן און וועלעכע נישט
מליצת יושר
מליצה ישרה
מליצת ישרה

אויב וואלט מען געשריבן פאר א זכר "מליץ יָשָר", דאן וואלט געקומען ביי א נקיבה "מליצה ישרה",
אבער וויבאלד עס שטייט ביי א זכר "מליץ יושר", איז עס ביי א נקיבה "מליצה יושר".

אדער מליצת יושר ווי דערמאנט פריער
אם לא עכשיו אימתי
וויל זיין גוט
שר האלף
תגובות: 1068
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויל זיין גוט »

איינס האט געשריבן:נאכן אריינטראכן גם אני מצטרף משרייבט קיינמאל מיט א פתח

דער וועג ווי אזוי אויסצוגעפינען אזעלכע זאכן איז, דורך בודק זיין ביי ענליכע ווערטער וואס האבן די זעלבע צאל אותיות און נקודות, פאנגען זיך אן מיט א נון השימוש, און ענדיגן זיך אויך מיט אן אלף, האב איך געטראפן: נקרא נקראת, נפלא נפלאת, נרפא נרפאת, נמצא נמצאת, דאכט זיך אז קיין פתח איז נישט שייך, ווייל די ווערטער קען מען אויך שרייבן נקרית נפלית נמצית און נרפית, און די יוד מאכט דעם צירי.

איך האב נאר אנגעפאנגען צו קלערן, אז מעגליך איז א חילוק צווישן עתיד און הוה, אז נקראת =ס'איז געליינט געווארן וועט מען זאגן מיט א צירי, און ס'זאל געליינט ווערן איז מיט פתח ריש און פתח א'. ווייל למשל ווען מ'וויל זאגן זי ווערט אויסגעהיילט זאגט מען דאכט זיך זיך נרפאת מיט צוויי פתח'ס. זי איז געווארן אויסגעהיילט זאגט מען מיט א צירי
אם לא עכשיו אימתי
אוועטאר
יין ישן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 488
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 1:55 pm
לאקאציע: ביים טאט'ן אין וויינגארטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יין ישן »

נודה לך האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:ווען ווערט "ויאמר" געפינטלט מיט א פתח אונטער'ן מ? איך האב געמיינט ביז היינט אז נאר ביי אן אתנחתא און א סוף פסוק, אבער יעצט האב איך געזען אז אינעם פסוק "והנה ה' נצב עליו ויאמַר" איז נישט דא קיין אתנחתא ביי ויאמר. וואס איז דער כלל ביי דעם?

כמיין אז ווען די טראפ איז א מונח סגול איז אויך מיט א פתח ווייל אין געוויסע זין איז א מונח סגול כמעט אזא מפסיק ווי א אתנחתא. כדענק עפעס איינער געזאגט אז א סגול איז דאך 3 נקודות ווייל די טראפ טוט מאכן א דריטע הפסק אינעם פסוק אויזער די געוועליכע אתנחתא און סוף פסוק. קומט אויס אז די פסוק ווערט צוטיילט אין 3.

ס'פארענטפערט אבער נאכנישט דעם ויירא ויאמר די וואך וואס שטייט מיט א פתח און ס'איז מיט א זקף קטן.
אני בן שבעים, וכשאני נכנס יוצא בן שבעים כמותי, מי אני?
גלאזער
שר האלפיים
תגובות: 2222
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלאזער »

אמאל איז א זקף אויך בדין אסף צריך לבדוק המסורת על זה.

ענליכע שמועס.
viewtopic.php?p=1266961#p1266961
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

איך האב אלץ געמיינט ויאמר מיט א פתח איז ווען געזאגט פאר א רבים. מעגליך אז כ'האב עס אמאל געהערט אויך מעגליך אז איך דמיון אין גרויסן.... קיינמאל נישט מעיין געווען דערין.
אוועטאר
יין ישן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 488
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 1:55 pm
לאקאציע: ביים טאט'ן אין וויינגארטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יין ישן »

איסר האטלקי האט געשריבן:איך האב אלץ געמיינט ויאמר מיט א פתח איז ווען געזאגט פאר א רבים. מעגליך אז כ'האב עס אמאל געהערט אויך מעגליך אז איך דמיון אין גרויסן.... קיינמאל נישט מעיין געווען דערין.

מופרך מעיקרא, והנה ה' נצב עליו ויאמר, וכן הרבה.
אני בן שבעים, וכשאני נכנס יוצא בן שבעים כמותי, מי אני?
ODOM
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 9:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ODOM »

אין מזמור פון ברכי נפשי: בין עפאים יתנו קול, דער חירי"ק איז אונעטרן יו"ד, נישט אונטערן אל"ף, דעם אל"ף הארט מען נישט.

אגב, דאס זעלבע איז אין דעם נאמען "דניאל", דער ציר"י איז אונטערן יו"ד, נישט אונטערן אל"ף.
אתם קרויים אדם ואין אומות העולם קרויים אדם
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

ODOM האט געשריבן:אגב, דאס זעלבע איז אין דעם נאמען "דניאל", דער ציר"י איז אונטערן יו"ד, נישט אונטערן אל"ף.

מוראדיגע חידוש וואס איך זעה דא....
נאכגעקוקט אין די פסוקים זעה איך זענט גערעכט!! וואס טאקע פשט אז ס'אנדערש ווי אנדערע נעמען וואס ענדיגן זיך א'ל?
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
ווערעצקי
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווערעצקי »

נודה לך האט געשריבן:
ODOM האט געשריבן:אגב, דאס זעלבע איז אין דעם נאמען "דניאל", דער ציר"י איז אונטערן יו"ד, נישט אונטערן אל"ף.

מוראדיגע חידוש וואס איך זעה דא....
נאכגעקוקט אין די פסוקים זעה איך זענט גערעכט!! וואס טאקע פשט אז ס'אנדערש ווי אנדערע נעמען וואס ענדיגן זיך א'ל?

נישט אנדערש.
אלע אנדערע (חוץ ישראל) איז די צירי נישט אויף די א', קוק אריין אין חומש ביי ישמעאל, איז די צירי אויף די ע'.
זייט מתפלל אז נחמי' צבי בן דינה זאל באפרייט ווערן פון תפיסה בקרוב.
ODOM
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 9:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ODOM »

ווערעצקי האט געשריבן:
נודה לך האט געשריבן:
ODOM האט געשריבן:אגב, דאס זעלבע איז אין דעם נאמען "דניאל", דער ציר"י איז אונטערן יו"ד, נישט אונטערן אל"ף.

מוראדיגע חידוש וואס איך זעה דא....
נאכגעקוקט אין די פסוקים זעה איך זענט גערעכט!! וואס טאקע פשט אז ס'אנדערש ווי אנדערע נעמען וואס ענדיגן זיך א'ל?

נישט אנדערש.
אלע אנדערע (חוץ ישראל) איז די צירי נישט אויף די א', קוק אריין אין חומש ביי ישמעאל, איז די צירי אויף די ע'.

ער מיינט מיכאל אדער גבריאל א.א.וו. וואס דער ציר"י איז אונטער דעם אל"ף.
אתם קרויים אדם ואין אומות העולם קרויים אדם
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

וואס טוט זיך מיט יחזקאל? שמואל? גבריאל? וכו'
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
ODOM
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 9:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ODOM »

יחזקאל, איז דער ציר"י אונטער דעם ק'.
שמואל און גבריאל, אונטער דעם א'.
אתם קרויים אדם ואין אומות העולם קרויים אדם
אוועטאר
יין ישן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 488
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 1:55 pm
לאקאציע: ביים טאט'ן אין וויינגארטן

ויאמר בפתח או בסגול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יין ישן »

בנוגע וואס מ'האט דא ארומגעשמועסט ווען מ'זאגט ויאמר מיט א סגול און ווען מ'זאגט מיט א פתח האב איך געטראפן אינעם תיקון קוראים סימנים אנהייב ספר האט ער דארט קיצור כללי הדקדוק ארויסגענומען פון ספר מסורת הקריאה וועל מיר דא מעתיק זיין הנוגע לענינינו וויבאלד ס'איז א שטיקל סיכום פון וואס מ'האט דא דן געווען:
ומן ויאמר (בסגול) וילך (בסגול) נאמר בהפסקה ויאמר (בפתח) וילך (בפתח) שנשתנה הסגול לפתח מפני ההפסק, ומנהג ההשתנות הזה אינו נוהג בכל הטעמים המפסיקים שזכרנו לעיל בסימן א', רק באתנחתא וסוף פסוק הוא נוהג ברוב, וכל מלה שדרכה להשתנות באתנחתא וסוף פסוק אם נמצא במקומות שלא נשתנו נזכר במסרה, ופעמים הוא נוהג גם בסגול ובזקף וטפחא, והכל עפ"י המסרה. עכ"ל הנוגע לענינינו.
תמצית היוצא אז בדרך כלל ביי אן אתנחתא וסוף פסוק וועט ער זיין מיט א פתח און אויב נישט וועט עס דערמאנט ווערן אינעם מסורה אז ס'טוישט זיך נישט, און ווידעראום צומאל מאכט זיך עס ביי די אנדערע טראפן סגול, זקף, און טפחא, און דארט וועט עס דערמאנט ווערן אין מסורה אז ס'טוישט זיך יא
אני בן שבעים, וכשאני נכנס יוצא בן שבעים כמותי, מי אני?
בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1229
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 3:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בראשית ברא »

יין ישן האט געשריבן:בנוגע וואס מ'האט דא ארומגעשמועסט ווען מ'זאגט ויאמר מיט א סגול און ווען מ'זאגט מיט א פתח האב איך געטראפן אינעם תיקון קוראים סימנים אנהייב ספר האט ער דארט קיצור כללי הדקדוק ארויסגענומען פון ספר מסורת הקריאה וועל מיר דא מעתיק זיין הנוגע לענינינו וויבאלד ס'איז א שטיקל סיכום פון וואס מ'האט דא דן געווען:

דאס איז דאך דער באקאנטער כלל ביי אלע נקודות וואס טוישן זיך ביי מפסיקים.
אוועטאר
יין ישן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 488
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 1:55 pm
לאקאציע: ביים טאט'ן אין וויינגארטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יין ישן »

להערה בעלמא: פארגאנגענע וואך פ' וישלח טרעפן מיר אין קאפיטל ל"ג פסוק ה' ויאמַר מיט א פתח -ויאמר הילדים אשר חנן וגו', און די טראפ איז א זקף גדול, און אין פסוק ח' שטייט צוויי מאל ויאמֶר מיט א זקף גדול און איז מיט א סגול ויאמר מי לך וגו' ויאמר למצא חן וגו', און די חילוק איז אז אין פסוק ה' איז די טראפ אויפ'ן מ' אליינס דערפאר טוישט זיך די נקודה צו א פתח, אבער און פסוק ח' איז די טראפ אויפן י' ממילא בלייבט די מ' מיט'ן סגול.
אני בן שבעים, וכשאני נכנס יוצא בן שבעים כמותי, מי אני?
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

בראשית ברא האט געשריבן:
יין ישן האט געשריבן:בנוגע וואס מ'האט דא ארומגעשמועסט ווען מ'זאגט ויאמר מיט א סגול און ווען מ'זאגט מיט א פתח האב איך געטראפן אינעם תיקון קוראים סימנים אנהייב ספר האט ער דארט קיצור כללי הדקדוק ארויסגענומען פון ספר מסורת הקריאה וועל מיר דא מעתיק זיין הנוגע לענינינו וויבאלד ס'איז א שטיקל סיכום פון וואס מ'האט דא דן געווען:
ומן ויאמר (בסגול) וילך (בסגול) נאמר בהפסקה ויאמר (בפתח) וילך (בפתח) שנשתנה הסגול לפתח מפני ההפסק, ומנהג ההשתנות הזה אינו נוהג בכל הטעמים המפסיקים שזכרנו לעיל בסימן א', רק באתנחתא וסוף פסוק הוא נוהג ברוב, וכל מלה שדרכה להשתנות באתנחתא וסוף פסוק אם נמצא במקומות שלא נשתנו נזכר במסרה, ופעמים הוא נוהג גם בסגול ובזקף וטפחא, והכל עפ"י המסרה. עכ"ל הנוגע לענינינו.
תמצית היוצא אז בדרך כלל ביי אן אתנחתא וסוף פסוק וועט ער זיין מיט א פתח און אויב נישט וועט עס דערמאנט ווערן אינעם מסורה אז ס'טוישט זיך נישט, און ווידעראום צומאל מאכט זיך עס ביי די אנדערע טראפן סגול, זקף, און טפחא, און דארט וועט עס דערמאנט ווערן אין מסורה אז ס'טוישט זיך יא

דאס איז דאך דער באקאנטער כלל ביי אלע נקודות וואס טוישן זיך ביי מפסיקים.

באקאנט?
אוועטאר
יין ישן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 488
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 1:55 pm
לאקאציע: ביים טאט'ן אין וויינגארטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יין ישן »

זעהט אויס אז פאר אים איז דאס באקאנט, אבער דא האט מען זיך ארומגעמוטשעט תגובות אהין און צוריק איבער דעם ויאמֶר-ויאמַר, אויסער דעם איז מפסיקים צו א כללית'דיגע נאמען פאר דאס וואס מ'האט געשמועסט ווייל א פשטא איז אויך א מפסיק און אזוי אויך נאך אסאך טראפן וואס דארט טוישט זיך עס נישט, אזוי ווי דער מסורת הקריאה זאגט קלאר אז דאס איז בעיקר ביי א אתנחתא און סו"פ, און צומאל אויך ביי סגול טיפחא און זקף (קטן און גדול), איז אלזא שווער צו געבן א זאג דער באקאנטער כלל ביי מפסיקים בעת ווען מפסיקים איז זייער א ברייטע ווארט.
אני בן שבעים, וכשאני נכנס יוצא בן שבעים כמותי, מי אני?
בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1229
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 3:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בראשית ברא »

לא הבנתם כוונתי ואתכם הסליחה
ODOM
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 9:41 am

ווי זאגט מען "חשמונאי"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ODOM »

אין על הנסים דערמאנטמען יוחנן בן כהן גדול חשמונאי ובניו.
אין טייל סידורים איז דא א חרי"ק אונטער דאם אל"ף פון חשמונאי, דאס מיינט אז דעם נ' מיט א קמ"ץ און דער א' מיט א חרי"ק, און דער יו"ד הערט זיך גאר נישט.
אין אנדערע סידורים איז נישט געפינטלט דער א'. דאס מיינט אז דער א' איז א בעהאלטענער (נח נסתר) מען זאגט דעם נ' מיט א קמ"ץ און מען דריקט ארויס דעם יו"ד, אזוי ווי ביי דעם ווארט "רבותי" צום ביישפיל.
ווער ווייס ווי איז ריכטיג?
אתם קרויים אדם ואין אומות העולם קרויים אדם
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

ריכטיג איז און דער חיריק, א שטייגער ווי, רבינו האי.
אבער למאי נ״מ, אונז האבן מקובל מבית אבות אנדערש!

ריכטיג איז א מגילת אסתר געשריבען מיט די פתיחות ווי די אלעפא קאדעקס - כתר ארם צובא.
אבער להלכה פירן מיר זיך ווי אונז האבן מקובל מבית אבות.
אוועטאר
זענדל
שר האלף
תגובות: 1225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 5:41 am

א מחלוקת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זענדל »

ODOM האט געשריבן:אין על הנסים דערמאנטמען יוחנן בן כהן גדול חשמונאי ובניו.
אין טייל סידורים איז דא א חרי"ק אונטער דאם אל"ף פון חשמונאי, דאס מיינט אז דעם נ' מיט א קמ"ץ און דער א' מיט א חרי"ק, און דער יו"ד הערט זיך גאר נישט.
אין אנדערע סידורים איז נישט געפינטלט דער א'. דאס מיינט אז דער א' איז א בעהאלטענער (נח נסתר) מען זאגט דעם נ' מיט א קמ"ץ און מען דריקט ארויס דעם יו"ד, אזוי ווי ביי דעם ווארט "רבותי" צום ביישפיל.
ווער ווייס ווי איז ריכטיג?

דער פרי חדש שרייבט מ'זאל זאגן מיט א חיריק, אזוי אויך אין סידור השל"ה און נאך..
דער ברכי יוסף און אסאך ספרדישע פוסקים שרייבן מיט א פתח
"וְכָל הֶחָרָשׁ וְהַמַּסְגֵּר לֹא נִשְׁאַר זוּלַת דַּלַּת עַם הָאָרֶץ"
רב טקסט
שר חמש מאות
תגובות: 664
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2009 1:34 pm
לאקאציע: כעת פה אייוועלט.קאם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רב טקסט »

איטשע האט געשריבן:ריכטיג איז און דער חיריק, א שטייגער ווי, רבינו האי.
אבער למאי נ״מ, אונז האבן מקובל מבית אבות אנדערש!

ריכטיג איז א מגילת אסתר געשריבען מיט די פתיחות ווי די אלעפא קאדעקס - כתר ארם צובא.
אבער להלכה פירן מיר זיך ווי אונז האבן מקובל מבית אבות.

מיינסט א ודאי צו זאגן אז אזוי וואלט געווען ריכטיג ווען נישט אונזער קבלה

נ.ב. מסתמא האסטו געמיינט צו זאגן ריכטיג איז דער פתח אדער קמץ
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

וואס איז פשט פון ניצן דאס ווארט "תפיסה" פאר אן ארעסט הויז? איך מיין אז כ'האב עס נאך קיינמאל נישט געזען ניצן אין לשה"ק אין דעם זין.
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”