אמביציע האט געשריבן:איך מיין אז מ'זאל עפענען אן אשכול ''אלעס וואס סעשענס געדענקט נישט''... אזא נישט געדענקער צו זיין...
איין זאך וואס אמביציע געדענקט זיכער נישט: וואס קלינטאן האט געענטפערט אויף רוב פראגעס ביי איר אינטערוויו
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
פעיק נוז האט געשריבן:פעדעראלע אויטאריטעטן האבן נעכטן געמאלדן אז זיי האבן ארעסטירט איבער 200 פערשוין, וועלכע ווערן פארדעכטיגט אלס מיטגלידער אין דער ברוטאלער און ווילדער מאפיאנערישער "עם-עס-13" באנדע. די באנדע איז געגרינדעט געווארן אין לאס אנדזשעלעס אין די 980'ער יארן, און די גרופע'ס ציל איז אריגינעל געווען צו באשיצן אימיגראנטן וועלכע אנטלויפן פון על סאלוואדאר און קומען אריין קיין אמעריקע, אבער מיט די יארן איז די גרופע געווארן מער און מער פארמישט אין קרימינאלע אקטיוויטעטן, דורכפירנדיג רויבערייען, מארדן און אנדערע ברוטאלע שריט, און אזוי טעראריזירט פילע אמעריקאנער סיטיס. ווען טראמפ איז אריינגעקומען אין ווייסן הויז, האט ער, אינאיינעם מיט אטוירני דזשענעראל דזשעף סעשאנס, אונטערגענומען "אפעראציע ברויזנדע קו", מיט דער קאאפעראציע פון דער על סאלוואדאר רעגירונג, אונטערצוברענגען די באנדע. אין על סאלוואדאר זענען שוין ארעסטירט געווארן 53 מיטגלידער, און יעצט זענען ארעסטירט געווארן אין אמעריקע איבער 200 פון זיי.
איד דעלי
דער יוד דעילי האט געשריבן:וואשינגטאן – אן אינטערעסאנטע סענזאציע איז נעכטן אנטשטאנען, ווען א דעמאקראטישער סענאטאר איז ארויסגעקומען דערציילן אז גערי קאהן, טראמפ'ס העכסטער עקאנאמישער ראטגעבער, האט געזוכט אראפצוהאקן דעם טעלעפאן ווען טראמפ האט אים אריינגערופן, און ער האט זיך געמאכט ווי זיין סעלפאון כאפט זיך נישט, צו קענען האבן אן אויסרייד אראפצוהאקן. דער דעמאקראטישער דעלאוועיר סענאטאר, טאם קארפער, זאגט אז ער איז געווען אויף א טעלעפאן קאנפערענץ זיצונג מיט קאהן, אינאיינעם מיט אנדערע ווייסע הויז באאמטע און נאך סענאטארן. פלוצלינג האט טראמפ אריינגערופן קאהן אויפ'ן סעלפאון, און טראמפ האט נישט אויפגעהערט רעדן, שטערנדיג דעם טעלעפאן קאנפערענץ. סענאטאר קארפער האט דאן גע'עצה'ט פאר קאהן אז ער זאל זאגן פאר טראמפ, "מיסטער פרעזידענט, דו ביסט זייער קלוג, אבער די קאנעקשאן איז נישט גוט, איך מיין אז ס'גייט זיך אפהאקן, סאו ביי", און סענאטאר קארפער זאגט אז קאהן האט טאקע אזוי געטאן. דאס ווייסע הויז האט אבער נעכטן געלייקנט די גאנצע זאך.
עֵדוּת ה' נאֶמָנָה מַחְכִּימַת פֶּתִי האט געשריבן:געוויסע נייעס קוועלער ווייסן צו רעפארטן אז ווייס-פרעזידענט מייק פענס וועט פאהרן קיין מדינת ישראל אין חודש ארום, ער וועט האלטן א רעדע ביים כנסת, און אזוי אויך גיין צום כותל.
דער יוד דעילי האט געשריבן:וואשינגטאן – ווייסער הויז שטאב הויפט דזשאן קעלי ווארפט אפ די באריכטן אז ער קלערט פון ארויסווארפן דזשעראד קושנער און דעם פרעזידענט'ס טאכטער פון ווייסן הויז. דער "ניו יארק טיימס" האט באריכטעט נעכטן אז קעלי האט שוין גערעדט מיט אנדערע הויכראנגיקע ווייסע הויז באאמטע איבער ארויסווארפן קושנער און זיין פרוי ענדע היי יאר, זאגנדיג אז דאס קומט נאכדעם וואס קעלי האט באוויזן שוין אפצושוואכן קושנער'ס נאענטן צוטריט און איינפלוס אויף פרעזידענט טראמפ, גלייך פון ווען קעלי איז אריינגעקומען אלס שטאב הויפט, איבערנעמענדיג רעינס פריבוס. דער טיימס באריכט שילדערט וויאזוי קושנער'ס איינפלוס און סטאטוס אין ווייסן הויז איז ממש אינגאנצן פארשוואונדן געווארן – וואס קושנער'ס פריינט זאגן אז דאס איז צוליב וואס קושנער האט דירעקט אנגענומען א קלענערע ראלע זינט די אינעווייניגסטע קריגערייען אין ווייסן הויז זענען פארשוואונדן געווארן. קעלי האט נעכטן געזאגט פאר'ן טיימס אז די באריכטן זענען נישט אמת, און אז ער האט נאכנישט געטראכט קיין רגע פטור צו ווערן פון דזשעראד און זיין פרוי.
דער איד האט געשריבן:
געפעכט איבער "קאנסומער פיינענשאל פראטעקשאן" ביורא
וואשינגטאן – א געפעכט איז אנטשטאנען צווישן די דעמאקראטן און פרעזידענט טראמפ, איבער ווער ס'וועט אנפירן די פעדעראלע "קאנסומער פיינענשאל פראטעקשאן ביורא". די ביורא איז געגרינדעט געווארן אונטער אבאמא, וועלכער האט געשטעלט דעם דעמאקראט ריטשארד קארדרעי עס אנצופירן, אבער קארדרעי האט רעזיגנירט פאריגע וואך פרייטאג, נאכ'ן ווערן אסאך קריטיקירט און איינגעצוימט דורך דער טראמפ אדמיניסטראציע. קארדרעי האט באלד נאמינירט זיין געהילף ליענדרא ענגליש, אנצופירן צייטווייליג די ביורא, ווילאנג טראמפ שטעלט א נייעם דירעקטאר, אבער טראמפ איז ארויסגעקומען זאגן אז ער נעמט זיין בודזשעט דירעקטאר מיק מולוועיני אלס צייטווייליגער דירעקטאר. די דעמאקראטן אין קאנגרעס זאגן אז קארדרעי האט די מאכט צו שטעלן א צייטווייליגן דירעקטאר, אבער דאס ווייסע הויז זאגט אז טראמפ האט די מאכט. ס'איז נישט קלאר ווער עס גייט אנפירן דעם ביורא ווען מען קערט זיך צוריק צו דער ארבעט מארגן מאנטאג, און עקספערטן זאגן אז דער געפעכט וועט ווארשיינליך אריינגעשלעפט ווערן אין געריכט.
טוויטער האט געשריבן:This morning in @CFPB —7:56 am Mulvaney spokesman tweets photo of him “hard at work” —7:57am, Leandra English sends staff a welcome back email signed “acting director” —Around 10am, Mulvaney sends staff a memo saying disregard instructions from English. —Lawsuit in progress.
שמואל בארג האט געשריבן:דער איד האט געשריבן:
געפעכט איבער "קאנסומער פיינענשאל פראטעקשאן" ביורא
וואשינגטאן – א געפעכט איז אנטשטאנען צווישן די דעמאקראטן און פרעזידענט טראמפ, איבער ווער ס'וועט אנפירן די פעדעראלע "קאנסומער פיינענשאל פראטעקשאן ביורא". די ביורא איז געגרינדעט געווארן אונטער אבאמא, וועלכער האט געשטעלט דעם דעמאקראט ריטשארד קארדרעי עס אנצופירן, אבער קארדרעי האט רעזיגנירט פאריגע וואך פרייטאג, נאכ'ן ווערן אסאך קריטיקירט און איינגעצוימט דורך דער טראמפ אדמיניסטראציע. קארדרעי האט באלד נאמינירט זיין געהילף ליענדרא ענגליש, אנצופירן צייטווייליג די ביורא, ווילאנג טראמפ שטעלט א נייעם דירעקטאר, אבער טראמפ איז ארויסגעקומען זאגן אז ער נעמט זיין בודזשעט דירעקטאר מיק מולוועיני אלס צייטווייליגער דירעקטאר. די דעמאקראטן אין קאנגרעס זאגן אז קארדרעי האט די מאכט צו שטעלן א צייטווייליגן דירעקטאר, אבער דאס ווייסע הויז זאגט אז טראמפ האט די מאכט. ס'איז נישט קלאר ווער עס גייט אנפירן דעם ביורא ווען מען קערט זיך צוריק צו דער ארבעט מארגן מאנטאג, און עקספערטן זאגן אז דער געפעכט וועט ווארשיינליך אריינגעשלעפט ווערן אין געריכט.טוויטער האט געשריבן:This morning in @CFPB —7:56 am Mulvaney spokesman tweets photo of him “hard at work” —7:57am, Leandra English sends staff a welcome back email signed “acting director” —Around 10am, Mulvaney sends staff a memo saying disregard instructions from English. —Lawsuit in progress.
איך האב א לעזונג פאר טראמפ יר"ה, ער זאל שרייען צום געריכט מכח 'מיגו', אויב אים שמעקט קען ער באזייטיגן א דירעקטער ווען אימער, זאל ער טענה'ן מיגו איך קען אפזאגן דעם ענגליש מעג איך לכתחילה שטעלן א צווייטן במקומו.
וואו קען איך קאנטאקטן זיין לעגאלע טיעם?
א. טראכטער האט געשריבן:קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:
דאס מיינסטו?
מיט וואס איז עס העסליך?
עס איז נישט העסליך נאר נאריש
האלסט פאר א מיטינג פאר וואס שרייבסטו אז עס איז גארנישט ווערט?
קום איך נישט
#טוויט ווייטער
אידיש.טייפינג האט געשריבן:דער פרעזידענט וועלכער לעבט זיך אין זיין ד' אמותוועלטל האט זיכער געמיינט אז יעצט וועלן זיי זיך קניען און ביקן פאר אים.
דערווייל ווייסן די דעמאקראטן בעסער וויאזוי צו האנדלען די סארט זאכן.