רבי יחזקאל שרגא ליפשיץ-הלברשטאם זצ"ל מסטראפקוב - תרס"ח - ו׳ כסלו תשנ"ה

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

רבי יחזקאל שרגא ליפשיץ-הלברשטאם זצ"ל מסטראפקוב - תרס"ח - ו׳ כסלו תשנ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

[align=center]כ״ק מרן האדמו״ר הרב הגאון הצדיק בנן של קדושים
רבי יחזקאל שרגא ליפשיץ-האלברשטאם זצ״ל
מסטראפקוב - ירושלים[/align]


איז געבוירן ד׳ ניסן שנת תרס״ח לאביו הרה״צ רבי ישכר דוב ליפשיץ (נכד הארי דבי עילאה) און צו זיין מאמען הרבנית בילא א טאכטער פון הרה״ק רבי אברהם שלום מסטראפקוב זי״ע, בן מרן הרה״ק ה״דברי יחזקאל״ זי״ע, בן מרן הרה״ק ה״דברי חיים מצאנז זי״ע.

ער האט געלערענט ביי הגה״ק רבי יוסף אלימלך כהנא אב״ד ור״מ אונגוואר זצ״ל.
שפעטער האט געלערנט אין ישיבה פון מרן דודו הרה״ק רבי מנחם מענדל מסטראפקוב משנת תר״פ עד תרפ״ד (וכן כתב עבור דרך הלימוד שם בישיבה בהקדמה לספר דודו ״דברי מנחם״ שהוציא לאור: ״ובשרטוטי בעט סופר ניצוצי כדורי אור יתפלטו אברי ודא לדא נקשין יראה ורעד סבבינו ותאחזנו פלצות בהעלות על רעיוני עת זכיתי ללקוט שושנים ולהקשיב קול חוצב להבות אש מפי רבינו המחבר הקדוש בישיבתו בק״ק סטראפקוב בשנות תר״פ תרפ״ד, בחריצות נפלאה ובבקיאות מקיפה, ממוזג בצניעות ובענות קודש למד את שעיריו, ורוח של יראת שמים הפיח בקרב תלמידיו, דרך לימודו בעמקות נפלאה בלימוד על הדף פשט וסילק עקמומיות הקושיות ליישר מעקשים ובפרט בלימודו בסוגיות הש״ס, בירר וליבן דרכי השיטות וסברות המפרשים והפוסקים עד שבשמך הזמן נקלט בלב התלמידים סברות ישרות על דרך האמת.״

אויך איז ער נתגדל געווארן בביתו פונעם פעטער זייענדיג א יתום יונגערהייט, דער פעטער האט אים ארויסגעוויזן שטארקע ליבשאפט, און א בריוו פון נאכן קריג שרייבט די פעטער פאר אים: ״לא אוכל לתאר לך גודל הגעגועים שיש לי להתראות עמך״

די רבי האט פארלוירן זיין רעבעצין והמשפחה פון זעקס קינדער אינעם שואה, נאכן קריג ער האט חתונה געהאט בזיווג שני, ער איז געווארן רב אין אמבורג אין דייטשלאנד און געפסקענט שאלות פאר די גאנצע געגענט.

שפעטער ער ארויף קיין ארה״ק ער האט זיך באזעצט אין רמלה געגענט און געגרינדעט את בית מדרשו ״דברי חיים״ און געטון זייער פיל פאר די פארבלאנדזעטע נשמות זיי מקרב צו זיין לדרך התורה והיראה, ער פלעגט ארום פארן אין די דערפלעך און צו די מקומת פון די פרישע עולים און אין קיבוצים און צוגערעד דעם נוער אנצוהייבן היטן תורה ומצות ה׳.

בפטירת דודו הרה״ק זצ״ל באייר שנת תשי״ד האבן אים די חסידי סטראפקוב אויפגענומען לממלא מקום, און ער האט זיך אריבערגעצויגן קיין ירושלים און געגרינדעט את חצר סטראפקוב.

פיל האט דער סטראפקובער רבי געטון לתקן תקנות שהדת תעמוד על תילה, ווי צניעות, כשרות, אין שמירת שבת אין בפרט מיט תיקן מקוואות בעיר. ער האט אויך געדריקט דעם ספר פון זיין זיידן דברי חיים על מקוואות. (אין וויקיפידיע שטייט אז הרבי מסאטמאר זי״ע האט אים ממנה געווען אויף עניני מקוואות בעיר, איינער ווייסט דערפון?)

דער סטראפקובער רבי איז געווען א דמות אין די ירושלים של מעלה זייענדיג א רבי איז ער אויך געווען א גאון בכל מכמני התורה אין אויך א מורה הוראה וואס האט זיך פיל אפגעגעבן מיט הלכה, און געשריבן פילע תשובת, (נדפס בספרו שו״ת דברי יחזקאל שרגא - ועוד ספרים הרבה שנדפס ממנו על הרבה ענינים ומקצועת בהלכה ובאגדה) אויך האט ער עסוק געווען ברזי דרזין חכמת אלוקית בקבלה ונסתר, און געזיצן און געלערענט יומם ולילה.

עס ווערט אנגעצייכענט אז דריי דורות לבית סטראפקוב זענען נסתלק געווארן ביום ו׳ לחודש ״בווין תתקטר״...
דער הייליגער שינעווער רב ה״דברי יחזקאל״ ביום ו׳ טבת
בנו ה״דברי שלום״ מסטראפקוב ביום ו׳ סיון
בנו ה״דברי מנחם״ מסטראפקוב ביום ו׳ אייר

אינטערסאנט איז אז דער סטראפקובער רבי פון ירושלים איז אויך נסתלק געווארן ביום ו׳ כסלו שנת תשנ״ה לפ״ק

ומנוחת כבודו בהר המנוחת ליד ציון דודו ה״דברי מנחם״ מסטראפקוב זצ״ל.

בנו יחידו מילא מקומו רבי אברהם שלום ישכר דוב שליט״א - האדמו״ר מסטראפקוב ירושלים.

יש עוד בנות וחתנין.
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13006
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

סטראפקובער רבי זצ"ל
2.bmp
2.bmp (399.08 KiB) געזען 2925 מאל


מיט מ"מ סטראפקובער רבי שליט"א
3.bmp
3.bmp (421.93 KiB) געזען 2925 מאל
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13006
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

ביי די חתונה פון נכדו רבי דוד שלמה ראזנבוים (בן אדמו"ר רבי ניסעלע מקרעטשניף י-ם) חתן בנו אדמו"ר מסטראפקוב שליט"א
00 (2).jpg
00 (2).jpg (35.2 KiB) געזען 2922 מאל

פון ר. צו ל.רבינו זצ"ל יבלח"ט דער חתן להבחל"ח רבי הערשלע מקרעטשניף, אדמו"ר מזוטשקא,אדמו"ר מביאלא ב"ב זצ"ל
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

א רעבישע צורה
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13006
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

מיט דער טאלנער רבי זצ"ל
אטעטשמענטס
IMG_1820.jpg
IMG_1820.jpg (425.73 KiB) געזען 2916 מאל
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13006
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

רבניש האט געשריבן:[align=center]כ״ק מרן האדמו״ר הרב הגאון הצדיק בנן של קדושים
רבי יחזקאל שרגא ליפשיץ-האלברשטאם זצ״ל
מסטראפקוב - ירושלים[/align]

ער איז געווארן רב אין אמבורג אין דייטשלאנד און געפסקענט שאלות פאר די גאנצע געגענט.

ידידנו ר' dovidal האט ארויסגעשטעלא למכירה צוויי אינטרעסאנטע בריוון פון יענע תקופה
אטעטשמענטס
SHARMASH.jpg
SHARMASH.jpg (107.2 KiB) געזען 2856 מאל
MISHKOLTZ YUDA GOTLIEB.jpg
MISHKOLTZ YUDA GOTLIEB.jpg (163.79 KiB) געזען 2856 מאל
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

איך זעה אז די סאטראפקובער רבי איז געווען א חבר הבד״ץ און שפעטער ראב״ד עדה החרדית הספרדים אין ירושלים וואס איז דער בית דין?

און פארוואס אויב איז ער געווען א מורה הוראה פארוואס איז ער נישט געווען אלס צאנזער שינעווער אייניקל א חבר הבד״ץ בעדה החרדית לכל מקהלות האשכנזים?
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

עטוואס אפאר אינטערסאנטע ענינים מיט מרן מסאטמאר זצ״ל און דעם סטראפקובער רבין זצ״ל.

איינע פון די זאכן: אז דער סאטמאר רב האט אים געשטעלט אלס דער רב המכשיר פאר די זופניק מקוה.

ער פלעגט לערנען אסאך אינעם ספר הק׳ ויואל משה און פארצייכנט בעתן לערנען דערינען פיל מיט הגהות.
IMG_3356.JPG
IMG_3356.JPG (584.48 KiB) געזען 2633 מאל

IMG_3718.JPG
IMG_3718.JPG (325.1 KiB) געזען 2633 מאל

IMG_3719.JPG
IMG_3719.JPG (104.87 KiB) געזען 2633 מאל
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

דער סטראפקובער רבי איז געווען א שטארק פרומער, אזוי פרום אז פילע פלעגן אפלאכן פון אים, בכלל זיין מהלך פון שטארקע פשטות און עניוות האט אויך ארויסגעברענגט צומאל א שמייכל ביי געוויסע, אבער דאס האט נישט געשטערט דעם רבין צו גיין ווייטער אויף זיין מהלך ער האט נישט געקימערט וואס ״די מענטשען״ זאגן.

א דוגמא פון זיין זהירת און פרימקייטן פארציילן די ירושלימער אידן אז איינמאל איז די רבי געגאנגען אויף די גאס צו זיין ביהמ״ד (ביים עק מאה שערים) און צוויי פרויען האבן זיך צונויף געשמיסט אויף די מפרסת איינס קעגן די צווייטע פון די שמאלע געסל... איז די רבי ארום דעם גאנצן גאס פארקערט ביז די אנדערע עק אנצוקומען צו זיין בית המדרש׳ל.

אלע אורחי פורחי האבן ביים אים געפונען פלאץ, און אלץ איז געווען אן אנלייגעניש מיט אלע סארטן שלעפער ביי אים אין ביהמ״ד, ווי ער האט זיי ארויסגעוויזן זיין גרויסע אהבת ישראל, דאס האט אנגעמאכט אזא מחסנישן אטמאספער אז אפי׳ די ירושלימער קעץ האבן געפינען דארט שוץ....

פלעגט מען זאגן אין ירושלים אז די ניגונים ביים סטראפקובער רבין גייען בערך אזוי:
״כל מקדש שביעי כראוי... טרייב ארויס דעם קעצל דארט..... אההה כל שומר שבת כדת.... שיץ זיי מוחל יענעם קעצעל ארויס פון דארט...
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

יחזקאל שרגא ליפשיץ-הלברשטאם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

סטראפקובער רבי (מיטן טיליפּ) ביי א קבלת פנים אין ארה״ק פאר מרן מהר״ש מבאבוב זצ״ל.
אטעטשמענטס
IMG_3846.JPG
IMG_3846.JPG (271.74 KiB) געזען 2547 מאל
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

סטראפקובער רבי זצ״ל באזוכט מרן השפע חיים מקלויזנבורג זצ״ל
אטעטשמענטס
IMG_3848.JPG
IMG_3848.JPG (188.83 KiB) געזען 2545 מאל
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13006
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

רבניש האט געשריבן:סטראפקובער רבי (מיטן טיליפּ) ביי א קבלת פנים אין ארה״ק פאר מרן מהר״ש מבאבוב זצ״ל.

ווערט געזען פון ל. צו ר. רבי משה ה"ש, ראי"ה באראן מקאמינקא, רבי ברושך שמעון שניאורסאן ר"י טשעבין, אדמו"ר מבאהוש
דביה תחדי נפשא
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

אויך ר' שמואל אונסדארפער, און יבלחט"א כ"ק רבינו שליט"א מסטראפקוב.

[דאס זעהט אויס צו זיין אין בת-ים]
לחיים ולברכה!
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9623
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

וועד חסידי סטראפקאוו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

בארה"ב
אטעטשמענטס
STRFRI.jpg
STRFRI.jpg (86.3 KiB) געזען 2522 מאל
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13006
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

דער רויטליכער אינגערמאן (צוויי פאר רבינו שליט"א מסטראפקוב) שיינט מיר צו זיין רבי יהושע ראזענבערגער שליט"א
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13006
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

נאכ'ן היינטיגער סטראפקובער זיצט הרה"ג רבי משה סאלאנט זצ"ל רב דחסידי באבוב אין ירושלים עיה"ק
דביה תחדי נפשא
א חסיד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4634
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 3:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א חסיד »

און נאך רבי שמואל אונסדורפר זיצט רבי יהושע ברים זצ"ל
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

IMG_3866.JPG
IMG_3866.JPG (218.33 KiB) געזען 2455 מאל
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

הזכרה מיט הערליכע תוארים צום סטראפקובער רבין זצ"ל פון מרן הגה"ק אדמו"ר מקאשוי זצ"ל
אטעטשמענטס
photo_2018-01-18_16-59-02.jpg
photo_2018-01-18_16-59-02.jpg (96.83 KiB) געזען 2406 מאל
אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1880
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דונש »

חמרא טבא האט געשריבן:דער רויטליכער אינגערמאן (צוויי פאר רבינו שליט"א מסטראפקוב) שיינט מיר צו זיין רבי יהושע ראזענבערגער שליט"א

ווער איז איינס פאר דעם?
זוכט איר דוי?
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

עס איז מיר געווען אינטערסאנט צו זעהן אין זיינע תולדות, אז טראץ דעים וואס ער איז געווען א שטארקער קנאי, זייענדיג כל כולו דבוק ומקושר בתורת הרה"ק מסאטמאר זצוק"ל, דאך האט ער געהאט אן אייגנארטיגע מהלך בנוגע זיין ידידות מיט געוויסע מנהיגים וואס האבן זיך נישט פארשטאנען מיט די עדה החרדית.

ווי אויך האט ער געהאט א אנדערע צוגאנג צו די ענין פון "השתכחות דרך הבעל שם טוב". אלעס שטייט דארט אין זיינע תולדות, זייער שיין באשריבן.

ער איז געווען א דערהויבענע צדיק חסידא ופרישא.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

סידיראם האט געשריבן:עס איז מיר געווען אינטערסאנט צו זעהן אין זיינע תולדות, אז טראץ דעים וואס ער איז געווען א שטארקער קנאי, זייענדיג כל כולו דבוק ומקושר בתורת הרה"ק מסאטמאר זצוק"ל, דאך האט ער געהאט אן אייגנארטיגע מהלך בנוגע זיין ידידות מיט געוויסע מנהיגים וואס האבן זיך נישט פארשטאנען מיט די עדה החרדית.

ווי אויך האט ער געהאט א אנדערע צוגאנג צו די ענין פון "השתכחות דרך הבעל שם טוב". אלעס שטייט דארט אין זיינע תולדות, זייער שיין באשריבן.

ער איז געווען א דערהויבענע צדיק חסידא ופרישא.

וכן אני בחלומי, האב איך מיך זייער געווינדערט.
ווי ער רעד אזוי מיט הערצה פונעם סאטמאר רב, אבער ווען עס קומט צום ענין פון השתכחות תורת הבעש"ט, פארלירט ער דעם גאנצן הערצה...
ממה נפשך ביסטו א מעריץ פארוואס האסטו נישט קיין נאמנות מיט דעם פרט?


וזה לשונו בענין זה בספרו ״דברי יחזקאל שרגא״
אטעטשמענטס
IMG_3948.JPG
IMG_3948.JPG (266.7 KiB) געזען 2379 מאל
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

רבניש האט געשריבן:
סידיראם האט געשריבן:עס איז מיר געווען אינטערסאנט צו זעהן אין זיינע תולדות, אז טראץ דעים וואס ער איז געווען א שטארקער קנאי, זייענדיג כל כולו דבוק ומקושר בתורת הרה"ק מסאטמאר זצוק"ל, דאך האט ער געהאט אן אייגנארטיגע מהלך בנוגע זיין ידידות מיט געוויסע מנהיגים וואס האבן זיך נישט פארשטאנען מיט די עדה החרדית.

ווי אויך האט ער געהאט א אנדערע צוגאנג צו די ענין פון "השתכחות דרך הבעל שם טוב". אלעס שטייט דארט אין זיינע תולדות, זייער שיין באשריבן.

ער איז געווען א דערהויבענע צדיק חסידא ופרישא.

וכן אני בחלומי, האב איך מיך זייער געווינדערט.
ווי ער רעד אזוי מיט הערצה פונעם סאטמאר רב, אבער ווען עס קומט צום ענין פון השתכחות תורת הבעש"ט, פארלירט ער דעם גאנצן הערצה...
ממה נפשך ביסטו א מעריץ פארוואס האסטו נישט קיין נאמנות מיט דעם פרט?



איך הייב נישט אן צו פארשטיין דיין קשיא. ער איז געווען א מעריץ מיט ענינים הנוגעים לציונות, אבער ער איז נישט געווען קיין חסיד אין אלע הינזיכטן, ער איז געווען א צדיק וקדוש און האט נישט געמיזט אלעס אננעמען ווי סאטמאר רב זי"ע.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

סידיראם האט געשריבן:
רבניש האט געשריבן:
סידיראם האט געשריבן:עס איז מיר געווען אינטערסאנט צו זעהן אין זיינע תולדות, אז טראץ דעים וואס ער איז געווען א שטארקער קנאי, זייענדיג כל כולו דבוק ומקושר בתורת הרה"ק מסאטמאר זצוק"ל, דאך האט ער געהאט אן אייגנארטיגע מהלך בנוגע זיין ידידות מיט געוויסע מנהיגים וואס האבן זיך נישט פארשטאנען מיט די עדה החרדית.

ווי אויך האט ער געהאט א אנדערע צוגאנג צו די ענין פון "השתכחות דרך הבעל שם טוב". אלעס שטייט דארט אין זיינע תולדות, זייער שיין באשריבן.

ער איז געווען א דערהויבענע צדיק חסידא ופרישא.

וכן אני בחלומי, האב איך מיך זייער געווינדערט.
ווי ער רעד אזוי מיט הערצה פונעם סאטמאר רב, אבער ווען עס קומט צום ענין פון השתכחות תורת הבעש"ט, פארלירט ער דעם גאנצן הערצה...
ממה נפשך ביסטו א מעריץ פארוואס האסטו נישט קיין נאמנות מיט דעם פרט?



איך הייב נישט אן צו פארשטיין דיין קשיא. ער איז געווען א מעריץ מיט ענינים הנוגעים לציונות, אבער ער איז נישט געווען קיין חסיד אין אלע הינזיכטן, ער איז געווען א צדיק וקדוש און האט נישט געמיזט אלעס אננעמען ווי סאטמאר רב זי"ע.

כאב מאוד על שיש אומרים.... עפעס אפאר לויזיגע חברה זאגן שיינט דאס (הגם סנישט זיין לשון)
ער ברענגט בשם זקינו "הדברי חיים" ווי ווערט דאס געברענגט?
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

ער ברענגט דאס כמה פעמים אין זיין ספר א קבלה מפי אבותיו. ענליכס ווערט געברענגט אין ספר מקוה ישראל מסיפורי הרה"ק מנאסוד
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”