אוצרות אין סיני

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

אוצרות אין סיני

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

בס"ד

אוצרות אין סיני

די אטמאספערע אין צימער איז געווען היבש אנגעצויגן, אלכסנדר איז געזעסן אויפן פאטעל מיט א פארקנייטשטן שטערן און געביסן זיינע וואנצן, "ווען קומט ער שוין אן?" האט ער געטראכט מיט וואונדער און פחד, "ער האט דאך מיר פארשפראכן אז ער וועט דא זיין נישט שפעטער ווי צוויי נאכמיטאג" האט ער געקלערט געבנדיג א נערוועזן בליק אויפן זייגער וואס איז געהאנגען אויפן וואנט, אבער ביז וואס ווען איז ער שוין געווען זיכער אז די גאנצע זאך איז געווען נאר א שפיל...

דער "ארומגעבינדענער קאפ" ווי זיינע קאלעגעס און ארבעטער פלעגן אים צו רופן איז געווען זייער זייער פרייליך, "אבד!" האט ער אויסגעשריגן מיט שמחה אין זיינע שטים בענדער, "איך האב עס ערלעדיגט! ער גייט נישט צום יאהוד! עס בלייבט אין אונזערע הענט, אלעס בלייבט אונטער אונז" אבד איז נישט אזוי שנעל מיטגעריסן געווארן אין די שמחה פון זיין אויבערהאר, "זאג מיר נאר, וויאזוי האסטו עס ערלעדיגט? וועלכע מיטל האסטו גענוצט?" דער ארומגעבינדענער קאפ האט זיך ניטאמאל וויסנדיג געמאכט פון די פראגע, ער האט זיך באקוועם געמאכט אויף די ריינע פאדלאגע און געטונקען א פיטא אין א שיסל חריף וואס איז געליגן דערנעבן און ארויסגעמורמלט צווישן איין קיי און די צווייטע "פרעג נישט קיין קשיות אויפן ארומגעבינדענער קאפ... אז דו וועסט פאלגן וועסטו געוואויר ווערן" אבד איז געווען זייער צומישט.

ערשטער קאפיטל

אלכסנדר האט זיכער געמאכט נישט צו אויפהייבן דעם טעלעפאן ווען דער נודניק באריס וואס האט אים אויסגעשפילט דעם נאכמיטאג האט אים אריינגערופן, אבער ער איז זייער ערשטוינט געווארן ווען ער האט געהערט דעם וואויסמעיל אריינקומען, "אנטשולדיג אלעקסענדער" האט ער געהערט די שטימע פון באריס זייער ציטערדיג "איך קען נישט אריבערקומען צו דיר... איינער האט מיר יעצט אנגערופן און געסטראשעט אז אויב איך פארקויף דיר די מאפע דאן זאל איך זיין גרייט צו שרייבן צוואה... איך בעט דיר איבער אויף אלע אומבאקוועמליכקייטן... ביטע רוף מיר צוריק ווי אמשנעלסטן ווייל איך וויל דיר צוריקגעבן דאס געלט" אלכסנדר איז ערשיטערט געווארן, ער האט א כאפ געטאן דעם טרייבל מיט א ווילדקייט אז זיין גלאז טיי וואס איז געליגן אויפן טיש האט אראפגעטראסקעט מיט א זעץ, ער האט מיט שוויציגע פינגער אריינגעדייעלט דעם נאמבער פון באריס און געווארט אומגעדולדיג, דאסמאל האט אים באריס נישט אויסגעשפילט, ער האט אויפגעהויבן דעם טעלעפאן און שטיל אריינגעשעפשעט, "איך בעט דיר נאכאמאל איבער, איך ווייס אליין נישט ווער עס איז דער אנאנימער מענטש וואס האט מיר היינט נאכמיטאג אנגעשראקן צום טויט, אבער אויף אזויפיל בין איך דערגאנגען אז נישט נאר דו ביסט אינטערסירט אין די היסטארישער אנטיק מאפע, עס זענען דא נאך בייזוויליגע פארשוינען וואס זוכן צו לייגן א האנט דערויף" אלכסנדר האט אנגעהויבן אטעמען שווער, "פון וואו ווייסטו אט די אינפארמאציע?" האט ער געפרעגט "ווייל דער פאקט אז די מאפע איז געגנבעט געווארן פון מיין אנטיקן וועירהאוז אין די בראנקס ווייזט אן דערויף" "וואס?!" האט אלכסנדר געשריגן ווי א פארלוירן קינד "עס איז שוין נישט אין אונזערע הענט?! זאג מיר ביטע וואו קענען מיר אנכאפן אדער כאטש באקומען עפעס א בילד ווער עס זענען די גנבים?" באריס האט געענטפערט "איך וועל דיר זאגן די אמת, איך האב קלארע ווידיאס פון די גנבים, זיי זענען ניטאמאל אריין פארשטעלט, זיי האבן פשוט אריבערשפאצירט דעם טויער פון מיין וועירהאוז און עס גענומען, דאן האבן זיי מיר געשיקט א אימעיל אז אויב מיין קאפ איז מיר טייער זאל איך זיך נישט וואגן צו גיין צו די פאליציי אדער בכלל רעדן דערוועגן ביז נעקסטע וואך דינסטאג, זיי האבן זיך אונטערגעחתמעט מיט אן אינטערסאנטן נאמען" אלכסנדר האט געפרעגט שנעל "וואס איז דער נאמען מיט וואס זיי האבן זיך אונטערגעחתמעט?" באריס האט געענטפערט "פרייהייט פאר די אוצרות אין סיני" אלכסנדר האט אראפגעהאקט דעם טעלעפאן און אנגערופן זיין שוואגער שמואל יענקל, א יונגערמאן וואס האט געארבעט ארויסצושלעפן בחורים פון היימישע שטובער וועלכע זענען ליידער פארכאפט אין קולטס און אין פארשידענע גלויבנס ל"ע, שמואל יענקל האט אויפגעהויבן און אלכסנדר אן קיין שלום עליכם איז גלייך געקומען צום ווארט "זאג מיר, דו האסט שוין געהערט פון אזא גרופע וואס רופט זיך פרייהייט פאר די אוצרות פון סיני?" שמואל יענקל האט געהויבן זיין שטימע צו די מאקסימום און געפרעגט "פון וואו ווייסטו, א פשוטער אנטיקן הענדלער און פארשער פון אט די גרופע?" אלכסנדר האט געענטפערט שנעל "עס איז א לענגערע געשיכטע, זאג מיר נאר, דו ווייסט דערוועגן?" שמואל יענקל האט געענטפערט מיט א אנשרעקנדע שטימע "יא, עס איז א גרופע וועלכע געפונט זיך אין די מדבריות אין סיני, גאר א געפארפולע קולט, זיי כאפן אריין אומשולדיגע מענטשן אין זייער גרופע דורך זייער וועבזייטל וואס וווערט געשריבן דורך גאר טאלאנטפולע שרייבער און וויסנשאפטלער וואס זיי האבן פארכאפט דורכאויס די יארן, די גרופע ווערט געפירט דורך א ראדיקאלער מוסלמענער וואס איז גאר אגרעסיוו און לאזט נישט צו צו זיך קיין מענטשן, זייער אפיציעלע פינאנץ מיניסטער איז ליידער א יודישער בחור וועלכער איז פארכאפט געווארן און ער פירט זיינע געשעפטן דורך באקומען אינפארמאציע פון פריוואטע ביזנעסער און ער גנבעט אלעס דורך סטראשענען און טיילמאל אפילו מיט טעראר, די קולט פון ארום הונדערט מענטשן וועלכע גייען אין פייער פאר זייער פירער, ווער עס דערוואגט זיך דורכצוגיין זייער טעריטאריע אין די מדבריות איז אדער טויט אדער א חלק פון זיי, נאך עפעס קען איך דיר העלפן?" אבער קייינער איז שוין נישט געווען אויף די צווייטע זייט, אלכסנדר האט אפגעחלשט אינמיטן דעם לאנגען באריכט אויפן קולט.

ווען ער האט זיך אויפגעוועקט פון זיין חלשות האט ער אפגעמאכט ביי זיך א פעסטע החלטה, ער גייט צוריקזען די מאפעס פאר יעדן פרייז! ער וועט נישט אויפגעבן נאר קעמפן ווי א אמתער העלד ביז עס קומט צוריק אונטער זיינע הענט.

פארזעצונג קומט בעז"ה...
אוועטאר
כא כא כא
שר האלף
תגובות: 1642
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 5:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כא כא כא »

זייער גוט! געוואלדיג! קיפ אן.
אבער פארגעס נישט אייביג צי מאכן א שטיקל אין קורצן פון פריער מ'זאל נישט ווערן צומישט פון די אלע פארזעצונגען וואס קומט דא לעצטענס ארויף
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר
אוועטאר
?אפשרטאקע
שר חמש מאות
תגובות: 751
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 6:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ?אפשרטאקע »

מיר ווארטן מיט שפאנונג
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

מיר ווארטן דא מיט צאפלדיגע הערצער! לאז אונז נישט אויסגיין פאר פחד און שרעק
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

אוצרות אין סיני צווייטער קאפיטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

אין קורצן פון פריער: אלכסנדר, א היימישער אנטיק סוחר ווארט אויף א מאפע וואס האט געזאלט אנקומען צו אים אבער צוליב אומפארשאענדליכע און שרעקעדיגע סיבות קומט עס נישט אן, דאס ביסל אינפארמאציע וואס ער האט געשאפן איז אז עס איז פארבינדן מיט א מסוכנדיגער קולט און ער מאכט אפ ביי זיך אז גארנישט וועט אים נישט אפהאלטן פון אנקומען צו זיין ציל
צומארגנס נאכן דאווענען האט אלכסנדר אנגערופן זיין ארבעטער ליף, ער האט אים געמאלדן אז ער זאל שוין יעצט בוקן צוויי ביזנעס קלעס טיקעטס קיין ארץ ישראל אויף די נעקסטע פלייט, ביז אפאר מינוט האט ער אים צוריק גערופן זאגן אז די זאך איז ערלעדיגט, אלכסנדר האט זיך צאמגעפאקט זיין רענצל און ארויס צו ליף וואס האט שיוין געווארט אין די קאר, אלכסנדר האט זיך אפגעשטעלט ביים מזוזה און געשעפשעט א תפילה.
זיי זענען אנגעקומען אין לופטפעלד א שעה פארן פלייט, זיי האבן זיך ארויפגעזעצט אויפן פליגער און געווארט אז עס זאל זיך הייבן, דא האט זיך שוין ליף געטרויט צו פרעגן זיין בעה"ב "זאג מיר, וואס איז פשט פון די וויכטיגע נסיעה יעצט קיין איזראעל?" אלכסנדר האט אים געענטפערט רואיג "איך קען נישט אלעס ארויסגעבן אבער איין זאך מאך זיכער, גרייט זיך אן פאר א וואך פון שווערע פיזישע ארבעט און זוכענישן" ליף האט געקרומט מיט די נאז און געשוויגן, דאס איז ער געווען ליף, א געטרייער ארבעטער.
אנקומענדיג אין בן גוריון לופטפעלד איז ליף ערשטוינט געווארן הערנדיג ווי אלכסנדר דינגט ארויס א טייערן דזשיפ און מאכט ניטאמאל קיין רעזערוואציעס פאר אן האטעל, נאכמער איז ער ערשטוינט געווארן הערנדיג ווי ער בעט א פערמיט צו קענען טראגן מיט זיך געווער און לייסענס פלעיטס מיט אנגלען וואס מען קען פארטוישן, דער רגע אלעס אז גריייט געווארן האט אלכסנדר געזאגט פאר ליף "מיר פארן גראד פון דא ארויס צו די סיני מדבריות, מיר גייען נישט קענען האבן קיין שום קאנטאקטן מיט די דרויסנדיגע וועלט ווייל מיר גייען פארן אין גאר מסוכנדיגע ערטער, אבער, פארלאז זיך אויף מיין גאט, ער קען אלעס באווייזן, און אפילו אז דו ווילסט נישט גלייבן, האב איך מיר ערלעדיגט געווער וואס ליגט בייי מיר אין רענצל וואס דאס וועלן מיר נוצן אין צייט פון געפאר..." ליף האט נישט מסכים געווען אזוי שנעל ביז עטליכע גרינע באנקנאטן זענען אריינגעפארן אין זיינע הענט... "דאס און נאך א סאך מער וועסטו פארדינען טאמער דו וועסט מיטקומען מיט מיר אויף דעם לאנגן רייזע" האט אים אלכסנדר הייס צוגעזאגט, ליף האט שוין יעצט מער ווי מסכים געווען.
אומר ועושה, זיי זענען אריין אין קאר, אלכסנדר האט געלייגט טלית און תפילין און פארגאסן טרערן אז זיין מיסיע זאל אויסגעפירט ווערן מיט סוקסעס, נאכן פארן א שעה צוויי האט ער ענדליך פארטרויט דעם סוד פאר ליף, "זאלסט וויסן אז די ריכטיגע סיבה פארוואס מיר פארן יעצט אריין אין די סיני מדבריות און מיר זענען זיך מפקיר פארן טייוול איז ווייל ערגעץ דארטן אין די מדבריות געפונט זיך א אוצר וואס מיין זיידע רבינו יהודה הלוי האט געהאלטן דארטן מיט הונדערטע יארן צוריק, די אראבער האבן עס געגנבעט פון אים און עס באגראבן, איך האב פרובירט צו באקומען די מאפע צום אוצר און אליין אראפפארן קיין סיני עס אפנעמען, אבער דאן איז אריינגעקומען אין בילד א געפארפולע קולט וועלכער האבן צוגעגנבעט די מאפע פונעם סוחר מיט וועמען איך האב געהאלטן אינמיטן פארהאנדלען, אונז גיימיר יעצט מלחמה האלטן מיט דעם קולט און צוריקנעמען די געגנבעטע מאפע" ליף האט געביסן די נעגל און געפרעגט "דו האסט בכלל א פלאן וויאזוי אריינצודרינגען אין דעם קולט? זיי קענען דיר צומאלן און אפקאכן נאר פארן טראכטן פון שטורעמען זייער טעריטאריע, און נאכמער, וואס איז דיין הווא אמינא אז דו מיט מיר דאס הייסט צוויי נפשות וועלן קענען אונטערברענגען א קולט פון הונדערט נפשות וועלכע זענען פארגלייבט אין זייער פירער און וועלן אים פאלגן בלינדערהייט אויף וואס ער זאגט?" אלכסנדר האט געשמייכלט און געזאגט "איך האב אויך א פירער אין וועם איך בין פארגלייבט, איך פארלאז מיר אויף אים אז ער וועט מירפירן אויפן ריכטיגן וועג און וועט מיר אפהיטן פון אלעם שלעכטס..."
די זון האט אנגעהויבן אונטערגיין און אלכסנדר איז ארויס פון דזשיפ און געדאוונט מנחה מעריב, נאכדעם האט ער געזאגט פאר ליף "איך מיין אז דא גייען מיר נעכטיגן היינט, מיר דארפן שעפן פרישע כוחות אויפן מארגנדיגן טאג וועלכער קען גאר זיין דער גורלדיגער טאג ווען מיר וועלן באפרייען די אוצרות פון סיני..." ליף האט געציטערט ווי פייגל, "האסט נישט מורא אז מיר זענען שוין אפשר צו טיף אריין אין די טעריטאריע פון דעם קולט?" אלכסנדר האט אים אויף דעם געענטפערט, "ניין, איך האב נישט מורא אז מיר זענען אפשר צו טיף, ווייל מיר זענען זייער טיף אין זייער טעריטאריע" ער האט ארויסגענומען א שפאקטיוו פון זיין האנט באגאזש און געזאגט פאר ליף "איך זעה שוין אפילו זייערע געצעלטן דארטן אונטן, אבער איך האב נישט מורא, איך וועל גיין מיטן שכל הישר אין ערגסטן פאל און איך וועל זיי מסביר זיין פארוואס איך בין געקומען אהער"
זיי האבן זיך געלייגט שלאפן, נאך א לענגערע דרימל פון קרוב צו צען שעה האבן זיי זיך אויפגעוועקט צום ציצקענען פון די פייגל, אלכסנדר האט זיך שנעל אריענטירט און געלייגט טלית און תפילין, ליף האט זיך נאך אויסגעצויגן די ביינער און האט זיך דאן געזעצט אויף זיין רענצל און געקלאצט, נאכן דאווענען האט אלכסנדר ארויסגענומען א באטל וואסער פון טראנק און אנגעצינדן א פייערל און אויפגעקאכט דאס וואסער, ער האט געברענגט צוויי טיי זעקלעך און געמאכט צוויי טייען און זיך געזעצט קעגן ליף, "לאמיר אויספלאנירן דעם היינטיגן טאג" האט ער געזאגט צו ליף זיפנדיג פון זיין טיי מיט קענטליכע הנאה, מיטאמאל האט ער געזען א טרער אין ליפס אויגן, "ליף, זאג מיר שוין ביסטו מיד געווארן?" האט ער געפרעגט אנגעצויגן, "יא" האט ליף געענטפערט, "איך האב זייער מורא זיך צו אריינלייגן אין די געפאר, איך וואלט דיר געראטן שוין אפצוטראגן פון דעם אומהיימליך ארט" נאך פאר אלכסנדר האט עספיעט צו ענטפערן האט זיך געהערט קולות פון פערד וואס גאלאפירן, ער האט אנגעהויבן לויפן אין ריכטונג פונעם דזשיפ ווען ליף לויפט אים נאך, ער האט זיך געשטרויכלט אין א שטיינדעלע און ער האט אראפגעטראסקעט אויפן ערד, נאך פאר ער האט זיך אריענטירט האט ער געשפירט א קאלטע שפיציגע אייזן אויף זיין גענאק, א גרופע פון פינף פערד, געפירט דורך פינף רייטער פון דעם מסוכנדיגן קולט האבן אים ארומגענומען, אלכסנדר האט שטאטערהייט דערנענטערט זיין רעכטע האנט צו זיין הויזן טאש און ארויסגעצויגן זיין ביקס, מיט א פלינקקייט האט ער עס געצילט צו דעם קולט מיטגליד פארנט פון אים, יענער האט נאכגעלאזט זיין מעסער אבער ווען אלכסנדר האט געשפירט צוויי גרויסע קאלטע רעוואלווערס אין זיין רוקן האט ער בלית ברירה געהויבן הענט, דער מיטן מעסער האט ארויסגעצויגן דעם ביקס פון אלכסנדרס האנט און געשמייכלט, ליף איז שוין געלעגן צוגעבינדן אויף דער ערד פאר עטליכע מינוט אבער די קולט מיטגלידער האבן ארויסגעוויזן אן עקסטערע האס צו דעם בראוון יוד וואס האט זיך דערוואגט אריינצוקומען אין זייער לאנד, זיי האבן אריינבאגלייט אלכסנדרן מיט ליף אין די אונטערשטע זיצן פונעם דזשיפ און איינער מיט א פארבינדענעם פנים האט זיך געזעצט ביים רעדל פירנדיג גאר ווילד דעם דזשיפ, דער דזשיפ האט זיך אפגעשטעלט פארנט פון א געצעלט, די קולט מיטגלידער האבן זיי ארויסגעשלעפט פון דעם קאר און זיי אראפגעשליידערט אויף די ערד.

פארזעצונג קומט בעז"ה...
אוועטאר
כא כא כא
שר האלף
תגובות: 1642
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 5:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כא כא כא »

אקעי! ס'שפאנט זיך גוט.
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10733
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

אוי יע ! דאס זעהט אויס פרישע נייעס ! א געשמאקע און ציענדע פארזעצונג !
קודם א דאנק פאר ביז אהער און א בקשה אויף ווייטער לאז אונז נישט איבער מיט די שרעקעדיגע אלכסנדער אין די הענט פון די רשעים פליז ...
KEEP ON !!!!!!!!!
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

אוצרות אין סיני דריטער קאפיטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

אין קורצן פון פריער: אלכסנדר און זיין ארבעטער ליף לאזן זיך ארויס אין די מדבריות אין סיני זוכן זיין זיידנס אוצר וואו זיי ווערן פארכאפט דורך די קולט מיטגלידער אין מדבר
דריטער קאפיטל

דער אלטער קולט פירער עומר איז געזעסן ביי זיך אין געצעלט און געגעסן א ברייטער פרישטאג וועלכער איז באשטאנען פון דריי גאנצע הינער מיט צוועלף אייער באגלייט מיט ווילדע מדבר ירקות, הערנדיג די קולות אינדרויסן האט ער זיך אונטערגעהויבן און ארויס פון זיין געצעלט, אלע קולט מיטגלידער האבן אפגעשטעלט זייערע באשעפטיגונגען און זיך אויסגעשטרעקט אויף די ערד מיט הכנעה און פחד פון זייער פירער, עומר איז צוגעגאנגען צו דעם מיטן ארומגעבינדער קאפ און געפרעגט שטיל "ווער זענען די פושעים וועלכע זייערע זינדיגע פיס פלאכן האבן באטרעטן מיין הייליגער באדן?" דער ארומגעבינדענער קאפ האט געענטפערט שטיל "דאס איז דער יוד וואס האט געזוכט צו באקומען די מאפע, איך וויס נישט וויאזוי ער איז אנגעקומען אהער אבער איך דערקען אים!" עומר דער פירער האט געקוקט אויף אלכסנדר מיט בייזע בליקן, אלכסנדר האט אראפגעקוקט אויף דער ערד, עומר האט פלוצים געכאפט די דזשאנאנא און ער האט אנגעהויבן צו שרייען אויפן ארומגעבינדענעם קאפ "דאס איז דיין ברוך הבא פאר אזוינע חשובע געסט? בינד זיי שוין אויף און ווייז זיי מיין עסן געצעלט, איך וויל נישט דו זאלסט זיי וויי טון קיין טראפ!" דער ארומגעבינדענער האט מיט אנטוישונג אנגענומען דעם פרישן באפעל פון דעם אלטן פירער, ער האט זיי געטראגן צום עסן געצעלט פון עומר און זיי געזאגט שטיל און פארשעמט "ווארטס דא ביז דער הייליגער פירער וועט ארויסגעבן זיין הייליגע באפעל וואס צו טון מיט אייך" אלכסנדר האט געשמייכל און געזאגט פאר ליף "דו זעסט? ביזדערווייל איז נישט אזוי שלעכט דא, איך הייב שוין אן צו האפן אז מארגן אינדערפרי זענען מיר אויפן פליגער מיט דעם אוצר!" ליף איז אבער נישט געווען אזוי איבערצייגט "אלכסנדר, דו ביסט דא פארכאפט אין א קולט, מען גייט דיר נישט ארויסלאזן פון דא בכלל, די איינציגסטע האפענונג צו בלייבן לעבן דא איז נאר אויב מיר וועלן אננעמען די שיגעון פון דעם קולט"
עומר האט אריינשפאצירט אין עסן געצעלט און זיך אראפגעזעצט אויף זיין שטול, א בענקל אנגעהויפנט מיט אלע קאלירן קישענעס, ער האט גענומען א טאשנטיכל און אפגעווישט זיין גראבע נאז מיט קראפט, ער האט שווער אפגעהוסט און אנגעהויבן רעדן "בעצם, ווען פרעמדע בלוט קומען אין בארירונג מיט מיין טעריטאריע איז שוין דא אן אלטער געזעץ אז זייער זעל איז אונטער מיין אויפזיכט און איך באפעל זיי צו הארגענען, אבער דו יאהוד, דו געפעלסט מיר זייער ווייל דיין געשטאלט דערמאנט מיר פון מיין אומפארגעסליכן חבר דזשימאנחאד, דעריבער וויל איך אייך לאזן דא לעבן אבער נאר דא!" האט דער פירער געדונערט "איר קענט נישט צוריקפארן אין ערגעץ, אייער פארמעגן ווערט א חלק פון אונזער פארמעגן, אייערע זעלן ווערן פארהייליגט צו מיר" ליף האט געבליקט צו אלכסנדרס ריכטונג ווי צו זאגן "איך האב דיר געזאגט..."
"יעצט זענט איר פארבעטן ביי מיר אויף מיטאג" האט עומר געזאגט פאר זיינע נייע אונטערטאנען, זיי זענען אריין אין עומרס געצעלט און זיי זענען סערווירט געווארן מאלצייטן אויף א גאלדענעם טאץ מיט גאלדענע עסצייג, עומר האט זיך גענומען פלאפלען "טייערע חברים, איר זעט דא מיין קעניגרייך, איך קען מיך אויס אין דעם געגנט בעסער ווי אויף מיין אייגענע האנט פלאך, איך האב אין מיין באזיץ טייערע און אלטע אנטיקן און כתבים, דאס אלעס געפונט זיך אין מיין אויפזיכט און איך מאך זיכער אז עס בלייבט אפגעהיטן ביי מיר וויאזוי עס זאל נאר זיין" אלכסנדר האט דאס גענומען ווי א פריוואטער באהאלטענער מעסעזש "פרוביר נישט צוצורירן צו מיינע נכסים ווייל עס קען זיין געפארפול..."
די נאכט האט אנגעהויבן צופאלן, עומר האט געהייסן זיינע אונטערטאנען זאלן פירן די נייע מיטגלידער צו זייערע בעטן, אלכסנדר האט אריינשפאצירט אין דעם געצעלט און ערשטוינט געווארן צו טרעפן זייערע רענצלעך ווארטן אויף זיי דארטן זייער מענטשליך, ליף האט זיך דעפרעסטערהייט אריינגעווארפן אין בעט און פארמאכט די אויגן, אלכסנדר האט געווארט אויף ביז עס איז שוין געווארן זייער שפעט האט ער באשלאסן צו טון א געוואגטער שריט, ער האט זיך ארומגענומען מיט זיין דאכענע און אריינשפאצירט אין עומרס געצעלט מיט שטילע טריט, ער האט אנגעהויבן א זוך אקציע אין דעם גאנצן צימער, נאכן זוכן א שעה צייט האט ער געטראפן א פארדעכטיגטן לאך אונטער דעם טעפיך, ער האט געגראבן מיט זיינע נעגל נישט ווילנדיג פאראורזאכן קיין שארך ווען עס האט זיך אנטפלעקט פאר אים א דעקל ווי פון א מענהאלל, ער האט עס אונטערגעהויבן און געזען א שמאלע לייטער וואס פירט אראפ צו א קעלער, ער איז שטילערהייט אראפ אין קעלער און באמערקט אין די טונקל דעם ארומגעבינדענער קאפ פאפן ווי א הונט, ער האט זיך אריענטירט און אנגעהויבן נישטערן ווען ער האט עס געטראפן! ער האט געטראפן די מאפע וואס ער האט אזוי געגארט צו טרעפן, מיט גרויס התרגשות און מיט טרערן אין די אויגן האט ער צוריק געמאכט דעם וועג ארויף פון קעלער, מיט טאנצענדיגע אבער פארזיכטיגע טריט האט ער צוריק אריינשפאצירט אין געצעלט און אויפגעוועקט ליף.
"ליף, ליף, איך האב גוטע בריליאנטענע נייעס! שטיי אויף און לאמיר גיין, איך האב עס" ליף האט זיך געווישט די אויגן און געברימט "וואס, וואס האסטו?" "די מאפע" האט אלכסנדר שיעור געשריגן, ליף האט זיך אויפגעהויבן מיט אן אימפעט פון דעם כמו בעט, "ליף, לאמיר שטאטליך ארויסגיין צום דזשיפ, איך גיי יעצט ארויסשלעפן דעם שליסל פון דעם קולט מיטגליד וואס האט עס צוגענומען, אלכסנדר איז ארויסגעגאנגען פון געצעלט און אריין צום דערנעבנדיגן געצעלט וואו די קולט מיטגלידער זענען געשלאפן, ער האט אנאליזירט אין זיין מח די סיטואציע און שטילערהייט צושפאצירט צום ערשטן קולט מיטגליד וועלכער איז געשלאפן ביים עק און אים אריינגעשטיפט א זאק אין מויל, דערהאך האט ער אים אויפגעוועקט און געהאלטן פארנט פון זיך אלס פאנצער, ער האט דערקענט דעם וואס האט אוועקגענומען דעם שליסל פון ליף, ער איז צוגעגאנגען צו זיין בעט אנגעכאפט יענעמס הויזן און אויסגעשאקלט, דער שליסל איז גלייך ארויסגעפאלן, דאן האט אלכסנדר צוגעבינדן דעם קולט מיטגליד און טיפער אריינגעשטופט דעם זאק אין זיין פיסק און אים צוריקגעפירט אין בעט, ווען אלעס איז געווען גרייט האט ער צושפאצירט צום דזשיפ וואו ליף האט אים שוין געווארט אנגעצויגענערהייט, ליף האט אנגעשטעלט דעם קאר אויף נויטראל און אלכסנדר האט אנגעהויבן שטופן דעם וויהיקל א צוואנציג פיס, נאכדעם האט ער זיך אריינגעזעצט אין דזשיפ און אפגעיאגט פון שטח מיט א שנעלקייט...
אוועטאר
משה11
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2017 3:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה11 »

גוט!!!!!
אוועטאר
?אפשרטאקע
שר חמש מאות
תגובות: 751
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 6:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ?אפשרטאקע »

יוש.... די קישקעס האסטו מיר ארויסגענומען.... איך האף נאר אז די מעשה איז נאך נישט פארטיג
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10733
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

קודם מזל טוב צום נתעלה ווערן אלץ שר מאה
אין מיר ווילן אייך בעטן איר זאלט ווייטער שפאנען די מעשה וואס טויזענטער אידן זענען זיך מחיה דערמיט.
שכח פון פאראויס.
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
איךביןאיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 393
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 06, 2017 11:03 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איךביןאיך »

טישטוך האט געשריבן:אין קורצן פון פריער: אלכסנדר און זיין ארבעטער ליף לאזן זיך ארויס אין די מדבריות אין סיני זוכן זיין זיידנס אוצר וואו זיי ווערן פארכאפט דורך די קולט מיטגלידער אין מדבר

eller האט געשריבן:קודם מזל טוב צום נתעלה ווערן אלץ שר מאה
אין מיר ווילן אייך בעטן איר זאלט ווייטער שפאנען די מעשה וואס טויזענטער אידן זענען זיך מחיה דערמיט.
שכח פון פאראויס.
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10733
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

מיר קוקן שוין לאנג ארויס אויף א נייע פארזעצונג...
ביטע זיי ממשיך
כלל ישראל שטייט אנגעצויגן צו הערן ווייטער וואס עס הערט זיך דארט אינעם שרעקעדיגן קולט......
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
מאקאווער
שר האלף
תגובות: 1401
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2009 8:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאקאווער »

עס איז דא א ווידיאו פון די מעשה מיטן נאמען האוצר מסיני
אמר החכם: מי שזורע את השנאה יקצור את החרטה. אחרית קטטה חרטה. המתן מעט ולא תתחרט ! (ס' חסידים פ"ח)
אוועטאר
מאקאווער
שר האלף
תגובות: 1401
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2009 8:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאקאווער »

האוצר מסיני חלק א'
גניבה איז נישט ערלויבט

האוצר מסיני חלק ב'
גניבה איז נישט ערלויבט
אמר החכם: מי שזורע את השנאה יקצור את החרטה. אחרית קטטה חרטה. המתן מעט ולא תתחרט ! (ס' חסידים פ"ח)
אוועטאר
יאסעלע
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 24, 2017 2:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסעלע »

אפשר איז נישט ערלויבט צו באריכטן נייעס ווייל ס'איז גניבה?

ב"ה אז מיר קוקן נישט די העברעאישע מאוויס, פארוואס זאלן מיר נישט הנאה האבן פון א פיינע געשיכטע, בפרט אז דער שרייבער מאכט נישט קיין געלט דערויף. מכח וואס איז עס גניבה?

אדרבא מאקעווער, אפשר ביזטו מסביר?
כלל גדול: אז ס'טוט וויי שרייט מען. און אז נישט איז מען רואיג. אייגנס
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

יאסעלע איך מיין ער האט געברענגט א לינק צו א ווידיאו און די מנהלים האבן עס פארמעקט און געשריבן דערויף די רויטע ווערטער.
שטומט שוין?
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
אוועטאר
מאקאווער
שר האלף
תגובות: 1401
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2009 8:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאקאווער »

עס איז דא א ווידיאו פון די מעשה פון גרובייס.. זייער גרינג צו גוגלען
אמר החכם: מי שזורע את השנאה יקצור את החרטה. אחרית קטטה חרטה. המתן מעט ולא תתחרט ! (ס' חסידים פ"ח)
אוועטאר
מאקאווער
שר האלף
תגובות: 1401
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2009 8:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאקאווער »

בכל אופן מיינעך אז דא ווערט עס בעסער באשריבן מיט געוויסע פרטים אנדערש
אמר החכם: מי שזורע את השנאה יקצור את החרטה. אחרית קטטה חרטה. המתן מעט ולא תתחרט ! (ס' חסידים פ"ח)
אוועטאר
יאסעלע
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 24, 2017 2:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסעלע »

נודה לך האט געשריבן:יאסעלע איך מיין ער האט געברענגט א לינק צו א ווידיאו און די מנהלים האבן עס פארמעקט און געשריבן דערויף די רויטע ווערטער.
שטומט שוין?

נו, יו טוב איז נישט ערלויבט, אבער פארוואס זאלן מיר נישט מעגן הנאה האבן פון א הערליכע פארזעצונג? פארוואס איז עס גניבה? ווער ס'האט עס שוין געזען, מוז נישט אריינקומען אין די אשכול. לאז אנדערע אידן הנאה האבן.

מאקאווער האט געשריבן:בכל אופן מיינעך אז דא ווערט עס בעסער באשריבן מיט געוויסע פרטים אנדערש

אדרבא, פאר דעם איז דא אזא זאך ווי "אישי".
כלל גדול: אז ס'טוט וויי שרייט מען. און אז נישט איז מען רואיג. אייגנס
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

אוצרות אין סיני

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

שוין טייערע חברים, איך האב אין פלאן ווייטער צו גיין מיטן מעשה אבער היות די חברה דא ווייסן שוין אלעס פון וואו עס איז געגאנבעט געווארן וויל איך נאך פארדרייען קודם געוויסע פונקטן כדי עס זאל אייך נאך זיין אינטערסאנט... אי"ה קומענדיגע וואך מיט פרישע כוחות...
אוועטאר
איךביןאיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 393
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 06, 2017 11:03 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איךביןאיך »

בה
פון מיין זייט דארפסט עס נישט פארדרייען איך קען עס נישט
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10733
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

טישטוך האט געשריבן:שוין טייערע חברים, איך האב אין פלאן ווייטער צו גיין מיטן מעשה אבער היות די חברה דא ווייסן שוין אלעס פון וואו עס איז געגאנבעט געווארן וויל איך נאך פארדרייען קודם געוויסע פונקטן כדי עס זאל אייך נאך זיין אינטערסאנט... אי"ה קומענדיגע וואך מיט פרישע כוחות...

נישט קיין חילוק פון ווי דו נעמסט עס
האסט א הערליכע און רייכע שריפט.
אז איינער קען שוין די מעשה דארף ער עס נישט קוקן למעשה זענען זיך טויזענטער אידן זיך מחי'ה מיט אייער ווערק
JUST KEEP ON!!!!
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10733
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

טישטוך אונז ווארט מיר נאך אויף די המשך..........
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
משה11
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2017 3:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה11 »

eller האט געשריבן:טישטוך אונז ווארט מיר נאך אויף די המשך..........

גם אני מצטרף
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”